קוועלער ווייסן צו פארציילן אז דער פרעזידענט קלערט פון שטעלן עריק גארסעטי אלס אמבאסדאר קיין אינדיע. גארסעטי דינט יעצט אלס מעיאר פון לאס אנזשעלעס, און האט אנגעפירט מיט טיילן פן די פרעיזענט קאמפיין.
* * * * וואשינגטאן די.סי. פעדעראלע ריכטער פרוי פרידיריך האט היינט געאורטיילט אז א סי.די.סי. פארבאט אויף עוויקשאן פראצעדורן איז אומלעגאל און נישט אויסגעהאלטן קאנסטיטוציאנאל - זי זאגט אז איר אורטייל איז גילטיג איבער'ן גאנצן לאנד. זי ווייזט אן אויף עטליכע געריכטן -אריינגערעכענט די זעקסטע און עלעפטע קרייז געריכטן- וואס האבן שוין ביז היינט געאורטיילט אז די פארבאט איז נישט אויסגעהאלטן, צוליב פארשידענע לעגאלע און קאנסטיטוציאנאלע גרונדן.
* * * * די טרעזשורי דעפארטמענט זאגט היינט אז די פעדעראלע רעגירונג וועט ווערן געצווינגען צו באנקראטירן אין די קומענדיגע מאנאטן, אויסער אויב קאנגרעס נעמט שריט צו העכערן -אדער סוספענדירן- די פעדעראלע חובות דאך. א 2019 בוזשעט אפמאך האט סופענדירט די חובות דאך -וויפיל חובות די פעדעראלע רעגירונג קען דערהייבן- אויף ביז ענדע יולי.
* * * * דורכאויס די פארלאפענע אפריל מאנאט האט די אימיגראציע אגענטור -אייס- דעפארטירט בלויז 2,960 אומלעגאלע אימיגראנטן פון לאנד - דאס איז טראץ וואס די צאל אריינוואנדערער שטייט ביי א 20 יעריגע הייך. די ציפער פון 2,960 איז דאס ערשטע מאל וואס די אגענטור דעפארטירט ווינציגער פון דריי טויזענט אימיגראנטן אין איין מאנאט. עס ווערט אנגעוויזן אז אין 2013 זענען ארום 400,000 אימיגראנטן דעפארטירט געווארן פון לאנד, אין די צייט וואס אין די יארן 2017-18 איז די דורכשניט געשטאנען ביי 240,000 פער יאר - אויף די ביז יעצטיגע ראטע איז ערווארטערט אונטער זעכציג טויזענט דעפארטירטע דאס יאר.
* * * * קאנסערוואטיווע קלוב פאר וואוקס ארויסגעקומען מיט א שארפע אטאקע קעגן קאנגרעספרוי סטעפאניק פון ניו יארק. די גרופע באשולדיגט איר אין האבן א גאר שוואכע צייכענונג ווען עס קומט צו קאנסערוואטיווע אנגעלגענהייטן. דאס אין די צייט וואס מ'הערט פון מערערע ריכטונגען אז זי ווערט באטראכט אלס פאסיגע קאנדידאט צו ערזעצן פרוי טשעיני.
* * * * עטליכע רעפובליקאנע געזעצגעבער זענען היינט ארויסגעקומען אין שטיצע פון רעפארמירן די לאנד'ס אנטיטראסט געזעצן, אין ליכט פון דעם וואס די פעיסבוק אווערסייט באורד האט באשלאסן אז די פירמע איז נישט פארפליכטעט צו ווידער ערלויבן די געוועזענע פרעזידענט זאל קענען נוצן די פלאטפארמע.
* * * * אין די צייט וואס קאנגרעס דעמאקראטן זוכן צו פארוואנדלען וואשינגטאן די.סי. אלס א שטאַט, האט די ארטיגע מעיאר גענומען אייגענע שריט צו צייגן איר סטאטוס אלס מעגליכע צוקונפטיגע גאווערנאר - מעיאר באוסער האט געמאלדן אז זי איז געווארן אנגענומען אלס א מיטגליד אין די "דעמאקראטישע גאווערנאר פאראיין" וואס נעמעט צוזאם אלע געמאקראטישע גאווערנארס פון איבער'ן לאנד.
* * * * א זשורי אין איטאליע האט געפונען שולדיג צוויי אמעריקאנע יוגענטליגע אין די מארד פון א לאקאלע פאליציי. די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין זומער 2019 ווען די צוויי יוגענטליכע וואס האבן זיך געפונען אין רוים האבן אומגעברענגט א ציוויל געקליידעטע פאליציי אפיציר, נאכ'ן ווערן אריינגענארט מיט פאלשע דראגס. די צוויי זענען געווארן פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע.
די נעכטיגע באשלוס פון ווייסן הויז צו שטיצן אפצושאפן פעטענט באגרעניצונגען פון אמעריקאנע ערפונדענע ווירוס וואקסינען איז געקומען נאך א זיצונג דינסטאג אין וועלכע עס האבן אנטייל גענומען דער פרעזידענט, האנדלס סעקרעטארשע קאטרינא טאי, נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשעיק סאליוואן און נאך און אלע האבן געשטיצט די געדאנק קאמערץ סעקרעטארשע דזשינא רעימאנדא איז גראדע נישט געפאלן די פלאן אבער זי איז נישט געווען אנוועזנד
*
און די סענאט וועט זיך צוריקקערן קומענדיגע וואך צו די ארבעט נאך א 10 אטאג אורלויב און מאנטאג שטימען פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון אנדרע פאלם צו זיין דעפיוטי העלט און יומען סערוויסעס סעקרעטאר
*
סענאטאר גרעסלי בעהט פון די סטעיט דעפארטמענט און איר אינספעקטאר דזשענערלא אויסצופארשן די באשולדיגונגען אקעגן דזשאן קערי
*
קוועלער גיבן איבער אז די טויש אין קאנגרעס אין באצוג צו קאנגרעספרוי טשעיני איז נישט אזוי ווייט איבער איר שטעלונג כלפי פרעזידענט טראמפ פאר זיך
פרוי טשעיני האט זיך שוין בארימט געמאכט בעפאר די ערשטע רעזאלוציע אקעגן איר מיט איר קריטיק אין ריכטונג פון טראמפ און טראץ דעם איבערגעלעבט יענע פרואוו איר צו ווארפן איבערן דראנג
לויט ווי מען הערט איז די באוועגונג איר פלאך צו מאכן פיל שטארקער און קומט אפילו פון מעמבערס וועלכע שטיצן איר שטעלונג איבער טראמפ'ס שולד אין די קעפיטאל איבערפאל און לויט טייל אפילו פון געוויסע מעמבערס וועלכע האבן געשטימט צו אימפיטשן טראמפ איבער דעם
עס ווערט ערקלערט אז דאס קומט צוליב וואס זיי האלטן אז טשעיני קאנצעטרירט זיך צופיל איבער דעם אין עפנטליכע קאמענטארן און וויל עס גאר פארוואנדלען אלץ צענטער פונקט אין איר פריימערי קאמפיין אין ווייאמינג און אפליו אירע אליאירטע קאלעגן גלויבן אז דאס גייט אויפן חשבון פון האמערן אקעגן די ביידען אדמיניסטראציע זיי זאגן אז אפילו אויב זי האמערט אקעגן ביידען און טראמפ צוגלייך איז עס די מעסעדזש איבער דעם לעצטן וועלכע שלאגט ווארצעלן און ווערט גערן אפגעקויפט דורך די מידיא
זיי ווייזן אן אז אלץ אן אינדיווידועלע קאנגרעס מיטגליד איז עס נישט אזא פראבלעם אבער זייענדיג אין די פירערשאפט ברענגט עס קאפ וויי פאר אנדערע קאנגרעסלייט וועלכע קומען אהיים צו זייערע דיסטריקטן און שטייען אויס מער פראגן איבער טשעיני ווי איבער ביידען
די מעמבערס זאגן אז די פירערשאפט דארף זיין קאנצעטרירט און פאראייניגט מיט איין אויסשליסליכע מעסעדזש וואס איז צו באקעמפן דעמאקראטן און זייער אגענדע און שוויצן צו געוואנען א מאיאריטעט אין 2022 למספרם
אבזערווירער ארום טשעיני פרובירן צו פארשטיין גיבן די קאנגרעספרוי און איר פירונג מיטן פאקט אז זי איז נישט אנגעקומען קיין וואשינגטאן קעמפנדיג פון אונטן אויף ארויף נאר אלץ יחוס אבות וועלכע האט אויסגעטראטן פאר איר דעם באדן און האט צוליב דעם פארפעלט אויסצושארפן איר מעגליכקייט פון זיך אומגיין מיט ראטגעבער און קאלעגן און אז זי איז פארבליבן ביז היינט מיט זייער רויע פאליטישע חושים אויסצוהערן און זיך רעכענען מיט די מיינונג פון ארומיגע און פריינט
אינטערסאנט צו באמערקן אז די ווארשיינליכע ערזאץ צו טשעיני איז עליסא סטעפאניק וועלכע האט באוויזן זיך אריינצובאקומען אין וואשינגטאן מיט די שטארקע שטיצע פון אזעלכע טראדיציאנאלע רעפובליקאנע ווי בוש, ראמני, רייען און באלטאן אבער איצט זאגן אירע אורמיגע אז זי אידענטיפיצירט זיך מער נישט מיט זיי
*
רעדנדיג פון טשעיני וועלכע שטייט אויס צו פארלירן איר פירערשאפט פאזיציע ארבעטן רעפובליקאנער מיט פרעזידענט טראמפ זיך צו פאראייניגן ארום איין קעגנער וועלכע זאל איר ארויסשטויסן פון קאנגרעס אין 2022 למספרם אבער עס איז גוט צו געדענקן אז די סטעיט פריימערי ערלויבט דעמאקראטן און אינדעפענדענט וויילער צו שטימען פאר איר
*
אז מען האט דערמאנט סטעפאניק איז אינטערסאנט צו באריכטן אז טיוויטער האט סוספענדירט איר קאמיוניקאציע דירעקטאר און שפעטער צוריק געעפנט די אקאונט זאגנדיג אז עס איז געווען אן עראר
*
ווערנדיג געפרעגט איבער א מעגליכע רעטייערמענט פון סופרים קאורט ריכטער סטיווען ברייען זאגט סענאטארשע פיינסטיין אז עס וואלט געווען א געוואלדיגע פארלוסט אויף די פראגע צו ער זאל רעטייערן זאגט פיינסטיין אז אין אלגעמיין האלט זי אז אויב עימיצער ארבעט מיט ערליכקייט און פלייס אפגעזעהן פון וועלכע סארט רעפרעזענטאציע איז עס אלעס איבער וואס די ארבעט איז (מעגליך אן אמדייטונג אז זי רעדט סיי איבער ברייער'ס ראלע אויפן געריכט און סיי איבער איר רעפרעזענטירן קאליפארניע אין די סענאט טראץ רופן אויך אין איר ריכטונג אפצוטרעטן)
*
פיינסטיין איז נישט די איינציגסטע מאשין דעמאקראט זיך אפצושאקלען פון די לינקע פרעשור קאמפיין אויף ברייער צוליב זאג אז עס קען האבן א פארקערטע אפעקט סענאטאר ווייטהאוז האט אויך אדרעסירט די פראגע זאגנדיג אז "איך בין נישט זיכער אז אזא סארט דרוק אויף ריכטער ברייער טוט אין פאקט אים העלפן פאסן א באשלוס"
*
סענאטאר מענשין איז געפרעגט געווארן איבער די סטעיטמענט פון מעקאנעל אז 100% פון זיין קאנצעטראציע איז אפצושטעלן ביידען און זיין אגענדע מען האט געפרעגט מענשין צו עסז איז ניטש א באווייז אקעגן זיין צוגאנג פון געטרויען די רעפובליקאנער אז זיי זוכן אויפריכטיג צו ארבעטן צוזאמען מענשין: איך האב נאך אלץ קאנפידענץ אין די סענאט און איך קען אייך פארזיכערן אז עס זענען פארהאן רעפובליקאנער וועלכע ארבעטן מיט דעמאקראטן
*
קלערסטו אז עס קען קומען נאך א רונדע סטימיולוס טשעקס פאר די אמעריקאנע בירגער? סאקי: מען וועט זעהן וואס קאנגרעס מיטגלידער שלאגן פאר אבער די זאכן זענען נישט אומזיסט
*
טאדאר דיקסאן באטראכט צו לויפן אקעגן מישיגען גאווערנאר וויטמער רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע פארזיצערין האט שוין אויך געמאלדן אז זי קלערט צו לויפן
*
געוויסע לאקאלע רעפובליקאנער אין דרום דעקאטע אומבאאיינדרוקט מיט די לעצטיגע נאכאנאנדע פארזוכן פון גאווערנאר קריסטי נאועם זיך צו רייצן מיט די לינקע און זעען עס אלץ פרואוו צו באקומען אויפמערקזאמקייט פאר א מעגליכע 202 למספרם קאמפיין זיי ווייזן אן אז דורכאויס אירע 8 יאר אין קאנגרעס איז זי געווען באקאנט אלץ א לאנגווייליגע וועלכע האט דירעקט נישט געזוכט איבריגע אויפמערקזאמקייט און אז זי האט זיך געטוישט אין דעם הינזיכט נישט צום דערקענען
* א פראמינענטע לינקע גרופע וועלכע איז באקאנט פאר זייערע אינדאריסרונגען אין דעמאקראטישע פריימעריס האט אינדארסירט די געוועזענע צפון קאראליינע אפריקאנע אמעריקאנע הויפט סופרים קאורט ריכטערין טשערי ביעסלי צום סענאט
אין 2001 למספרם האט די ניינטע סירקוט קאורט רעקלאסאפיצירט דרייוון אונטער די איינפלוס אלץ עס איז נישט א ווילדע סארט פארברעכן און געשריבן אז די וועג ווי אזוי זיי טייטשן אויס די געזעץ זאל חל זיין אויך אויף למפרע און די אורטייל איז באשטעטיגט געווארן דורך די סופרים קאורט אין 2004 למספרם
אין 2017 למספרם איז סאנטיאגא ווידער נתגלה געווארן אין אמעריקא און דאסמאל איז ער אריינגעקומען נישט אויפן גראדן וועג סאנטיאגא איז געווארן אנגעקלאגט פארן אריינקומען אומלעגאל אין לאנד נאך א דעפארטאציע און די קעיס איז געווארן באהאנדלט אין די דיסטריקט געריכט וועלכע האט אויף די פארלאנג פון סאנטיאגא דיסמיסד די קעיס צוליב וואס זיין דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן
די רעגירונג האט עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט ווידערהאלט די אורטייל פון די אונטערשטע געריכט אן אן מאריך זיין געשריבן אז זיי פארלאזן זיך אויף זייער פריערדיגע פרעצעדענט אז די דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן
די רעגירונג האט גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט מיט די ארגומענט אז קאנגרעס האט געשטעלט דריי פארלאנגען פאר אימיגראנטן וועלכע זוכן איבערצודרייען זייערע דעפארטאציע ארדערס 1) איבערצייגן אז מען האט דער אימיגראנט האט שוין פרובירט אויסצונוצן אלע אדמיניסטראטיווע מעגליכקייטן צו טוישן די דעפארטאציע ארדער 2) מען איז געווארן צוריקגעוויזן די מעגליכקייט פאר א יורידישע איבערזיכט 3) די דעפארטאציע ארדער איז געווען פונדאמענטאל אומבארעכטיגט
די ניינטע קרייז געריכט האט גענומען די מהלך אז איינמאל מען ווייסט אז די דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן פאלן אויטאמאטיש אוועק פארלאנג 1 און 2 ווייל זינט אין די צייט פון וואס מען האט אים דעפארטירט האט ער דאך נאכנישט געואוסט אז עס גייט שפעטער קומען אן ארדער פון געריכט צו פארבאטן דעפארטאציע באזירט אויף דרייוון אונטער די איינפלוס און אז עס וועט גיין למפרע
אויב וואלט ער שוין דאן געהאט די אינפארמאציע אין זיין באזיץ וואלט ער עס געוויס אויסגענוצט אויפן אדמיניסטראטיוון שטאפל און צו בעהטן פאר א יורידישע איבערזיכט אויף זיין דעפארטאציע ארדער און קאנגרעס האט שוין געשריבן אז מען איז פטור פון פארלאנג 1 אדער 2 אויב איז דער אימיגראנט געווען אומוויסנד אז ער קען זיי אויסנוצן
אין אנדערע ווערטער טענה'ט די ניינטע קרייז געריכט אז זייער 2001 למספרם אורטייל וועלכע די סופרים קאורט האט שפעטער באשטעטיגט באפרייט אויטאמאטיש אימיגראנטן פון נאכקומען פארלאנג 1 און 2 ארויפגעשטעלט דורך קאנגרעס און זיי קענען גראד קומען מיט די טענה פון פארלאנג 3 אז די דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן
די רעגירונג פון זייער זייט טענה'ט אז די 2001 למספרם אורטייל איז נישט בכח אוועקצונעמען די פארלאנג פון קאנגרעס אז מען דארף נאכקומען אלע 3 פראצעדורעאלע פארלאנגען איידער ווען מען וויל באקעמפן א קלאגע פון צוריקקומען אומלעגאל נאך דעפארטאציע ווייל ווען קאנגרעס האט געשריבן די דריטע פארלאנג האבן זיי טאקע גערעדט פון אימיגראנטן וועלכע זאלן דארפן איבערצייגן אז זייער דעפארטאציע איז געווען אומאויסגעהאלטן און מיט דעם אלעם האבן זיי אויך געשטעלט די ערשטע צוויי פארלאנגען
איי, ער האט דאך נישט געדארפט וויסן פון פאראויס אז זיין דרייוון איז נישט קיין סיבה אים צו דעפארטירן? טענה'ט די רעגירונג אז ער וואלט אבער געקענט נוצן אנדערע טענות צוליב וואס מען זאל בלאקירן זיין דעפארטאציע און די פאקט אז ער האט נישט אויסגענוצט באדייט אז ער קען נישט נאכקומען פארלאנג 1 און 2
זיי אנערקענען אז גאר ווייניג אימיגראנטן באווייזן ערגעץ אנצוקומען מיטן אויסנצון אדמיניסטראטיוועאון אנדערע שטראזן אבער ברענגן ארויס אז טאקע דאס איז געווען די ציהל פון קאנגרעס שטייף צו אדרעסירו אומלעגאלע אימיגראציע
די ריכטער האבן אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און געשטעלט הארבע פראגן פון ביידע זייטן און פארשווערט צו אנאליזירן וווי אזוי זיי וועלן אורטיילן איבערהויפט אז ריכטער גארסוטש און קעווענאו האבן נישט געפרעגט קיין שום פראגן פון קיינע פון די זייטן
מעיאר פון אטלאנטא דזשארדזשיא, די אפריקאנע אמעריקאנע קישא באטאמס איז באטראכט געווארן אלץ א מיטלויפערין מיט פרעזידענט ביידען זי האט געמאלדן אז זי וועט נישט לויפן פאר א צווייטע טערמין
*
רעדנדיג פון דזשארדזשיא קומט אריין די נייעס אז די געווזענער סענאטאר פון די סטעיט דעיוויד געמברעל איז אפגעשטארבן
*
צפון קאראליינע קאנגרעסמאן דאן בישאפ אינדארסירט זיין קאלעגע טעד באד אין די רעפובליקאנע סענאט פריימערי
*
נאכן באריכטן אז טאדאר דיקסאן און די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע פארזיצערין קלערן צו לויפן באטראכט צו לויפן אקעגן מישיגען גאווערנאר וויטמער הערט מען איצט אז דעטרויט פאליציי הויפט דזשעימס קרעיג, אן אפריקאנער אמעריקאנער און אויסגעשפראכענער פארטיידיגער פון לאו ענפארסמענט גרייט זיך אריינצושפרונגען אינעם פארמעסט
*
סענאטאר גרעסלי ווידעראמאל געפרעגט אויב ער וועט זוכן צו לויפן פאר אן אכטע טערמין גרעסלי: הער אויס, איך זעה נישט עפעס וואס זאל מיך צוריקהאלטן פון סערווירן פאר נאך 6 יאר אויב איך באשליס עס צו טוהן
*
סענאטאר טעסטער געפרעגט איבער די אייאווע סענאט זיץ זאגט אז ער האט פיינט צו קאמענטירן דערויף אויף די רעקארד אבער גרעסלי'ס באשלוס איז די דיפרענץ צווישן א קאנקורירנדע פארמעסט אדער בלויז טשאק גרעסלי איינפאך נאכאמאל געוואונען די זיץ
*
ביזנעסמאן בערני מארענא וועלכע פארמעסט זיך אין די אהייא סענאט פריימערי און האט אויף קעליען קאנוועי און די אינדארסירונג פון ריק גרענעל האט אויפגעטריבן אין אפריל למספרם א מיילאן דאלער
*
געוויסע טראמפ אליאירטע מוטיגן פרעזידענט טראמפ נישט צו שטיצן קעווין מעקארטי פאר ספיקער אויב זאלן רעפובליקאנער איבערנעמען די הויז און מען הערט אז טראמפ איז גאנץ אפן צו די געדאנק
*
קאנגרעספרוי עליסא סטעפאניק האט סיגנאליזירט צו קאלעגן אז זי זוכט נישט די פאסטן פון קאנפרענץ פארזיצער פאר מער ווי די פארבליבענע מאנאטן פונעם איצטיגן קאנגרעס סעסיע און וואלט עס איבערגעלאזט נאך די מידטוירמס און ליערשט געזוכט צו זייין די העכסטראנגיקע רעפובליקאנער (אדער פארזיצערין אין פאל רעפובליקאנער נעמען איבער די הויז) פון די ערציאונגס און לעיבאר קאמיטע
*
געוועזענע רעפובליקאנע קאנגרעספרוי בארבארא קאמסטאק איז נישט ענטוזיאסטיש איבער די פלאן צו ערזעצן קאנפרענץ פראזיצערין טשעני מיט סטעפאניק זאגנדיג אז זי האלט אז עס איז טרויעריג צו ווערן גענוצט דורך די חברה אין א וועג פון "לאמיר איינטוישן א שעסל פאר א שעסל"
* קוקנדיג ווייטער אויף די רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט אין ווייאמינג הערט מען אז מייקל קאהען וועט נישט זיין דער לעצטער אדוואקאט צו פארראטן זיין קליענט דערין סמיט וועלכע איז געווען אן אדוואקאט פאר קאנגרעספרוי טשעיני איז אריינגעשפרונגען אינעם פארמעסט
*
קלוב פאר וואוקס האט אדורכגעפירט אן אנקעטע אויף די ווייאמינג קאנגרעס זיץ געהאלטן דורך פרוי טשעיני און די נייעס איז נישט אזוי ווייט די רעזולטאטן ווי וואס מען הערט פון עימיצער פון די וועלכע האבן ערהאלטן א רוף אין די אנקעטע יענער זאגט אז זיי האבן גאנץ קלאר אנגעדייטעט צווישן די פראגן אז זיי וואלטן שטארק בעפארצוגט און געשטופט אז סעקרעטערי אוו סטעיט עד ביוקענען זאלן אריינשפרונגען אינעם פארמעסט
*
א געוועזענע דעפיוטי קאמפיין מענעדזשער פאר די דורכגעפאלענע אריזאנא סענאט קאמפיין פון מארטא מקסעלי האט זיך דערקלערט שולדיג אין רויבן 115 טויזנט דאלער פון די קאמפיין קאסע
*
מאסאטשוסעטס סענאטארשע עליזאבעט ווארען מעלדט אז זי פלאנט צו לויפן פאר ווידערערוויילונג אין 2024 למספרם
טראץ וואס ווארען האט קיינמאל פריער נישט אנגדייטעט אז זי גרייט זיך צו רעטייערן האט אבער די מעלדונג געטראפן א רייע אמביציעזע סטעיט דעמאקראטן ווי א דונער אינמיטן העלן טאג נאך זייער ערווארטונג אז די סענאטארשע האט גענוג געהאט מיטן קריכן אויף די זעלבע פאר טרעפ אויפן פאליטישן לייטער נאכן זיך דערזעהן בלאקירט פון ארויפקריכן העכער
ווארען האט נאך אלעם שווער געארבעט אין די לעצטע צוויי יאר צו טרעפן א וועג פאראויס פאר איר ארויס פונעם סענאט צו ערשט מיט איר פרעזידענט קאמפיין, נאכגעפאלגט מיט איר ביד צו איבערצייגן דאן פרעזידענט נאמיני ביידען איר צו נעמען אלץ א מיטלויפער און נאך שפעטער האט זי שווער געארבעט צו באאיינפלוסן די טראנזישאן טיעם וואס פארא געוואלדיגע טרעזשורי סעקרעטארשע זי וואלט געווען
ווארען טוט זיך נאך אין די טעג אויסקורירן פון איר שווערע אנטוישונג און לופטערט זיי אין א פרישע בוך וואו זי שילדערט אירע פרוכטלאזע פארזוכן אנצוקומען ערגעץ הויך אין וואשינגטאן אבער איז געשריבן מיט אן אויפריכטיג רעזיגנירטן טאן אנערקענענדיג אז זי שטייט ביי א פאליטישע שייד וועג און איר פאליטישע קאריערע איז שטעקן געבליבן ביי א פונקט וואו זי האט נישט געקלערט אז זי וועט זיך טרעפן
ווארען שרייבט אז אין 2012 למספרם איז זיי געווען ניי צו פאליטיק און אין 2020 למספרם איז זי געווען ניי צו פארלירן איך האב נישט געוואונען די פרעזידענטשאפט, איך האב פארלוירן, איך האב דערלייגט מיין קאמף, איך האב ארויסגעלייגט מיין אויסקוק און געקעמפט אזוי גוט ווי איך האב נאר געוואוסט צו טוהן אבער איך האב עס אנגעזעצט
ביים באדאנקן פריינט שרייבט זי אז קאמפיינס זענען שווער אבער פארלירן קאמפיינס זענען נאך שווערער
טראץ וואס אין אן אינטערוויו זאגט זי אז עס איז נישטא עפעס וואס זי וואלט געטוהן עכט אנדערש און טראץ וואס די אויסגאנג איז וואס עס איז האט זי עס נישט געמאכט אנערקענט זי אין די בוך אז צוריקוקנדיג האט זי געמאכט א רייע סטראטעגישע גרייזן ווי צום ביישפיל נעמען א די ען עי טעסט און שרייבט אז זי האט זיך קיינמאל נישט געהעריג ערהוילט פון די מעדיקעיר פאר אלע דעבאטע און באקלאגט זיך אז אלץ א פרוי האט זי געהאט מער שוועריקייטן אריבערצוגעוואונען סקעפטיקער צו איר לאגער שרייבנדיג אז בלויז זי איז געפרעגט געווארן אויב זי שפירט אנדערש צוליב איר גענדער אנדערש ווי די אנדערע קאנדידאטן וועלכע זענען נישט געפרעגט געווארן אזעלכע סארט פראגן
זי ווייזט אויך אן אז סאנדערס און ביידען האבן געהאט לאיאלע באזעס פון שטיצער אנדערש ווי זי אבער פירט אויס אז זי קען נישט אנצייגן אויף איין איינצלנע אינצידענט וועלכע איז גענצליך צו פארדאנקן איר פארלוסט און אז מעגליך איז עס קיינע פון די אויבנדערמאנטע נאר עפעס פיל מער ווייטאגליך און דאס איז א זי איז אייינפאך נישט געווען גענוג א גוטע קאנדידאט
ווארען וועלכע וועט זיין 79 יאר אלט אויב וויל זי לויפן פאר פרעזידענט אין 2028 למספרם דערמאנט נישט צופיל אין איר בוך איבער די ביטערע רייבערייען צווישן איר און בערני סאנדערס וועלכע האבן זיך ביידע ארומגעריסן פאר שטיצע צווישן די לינקע און א קאמף וועלכע האט איבערגעלאזט ביידע זייטן צובלוטיגט
די צוויי זענען געווען אליאירטע קאלעגן אין די סענאט און געהאט א געמיינזאמע פארשטענדעניש אויף מיינסטנס אישוס בי עס איז קלאר געווארן אז ביידע שטימע אויך איין אז זיי זעלבסט זענען די ענטפער אויף די פרעזידענטליכע מי בראש פראגע
ביי א זיצונג צווישן די צוויי האבן זיי דיסקוסירט זייערע קאנקורירנדע אמביציעס און קיינער קען נישט באשטעטיגן גענוי וואס די צוויי האבן גערעדט צווישן פיר אויגן אבער בעפאר די ערשטע דעבאטע האט ווארען באשולדיגט סענדערס אז פארן איר אנגעבליך ווארענען אז א פרוי האט קיינע אויסזיכטן צו געוואונען, עפעס וואס סענדערס האט באצייכנט אלץ ליגן און ווארען האט ביי די דעבאטע אים אטאקירט פארן איר באצייכענען אלץ ליגנער
ווארען ווידערהאלט קורצליך אין איר בוך איר ווערסיע פון די זיצונג אבער לויט א רייע אנאליסטן זענען מעגליך ביידע גערעכט און די ווארהייט איז ערגעץ אינדערמיט באזירט אויף וואס סענדערס זעלבסט האט אנערקענט אז ער האט איר געזאגט אז פרעזידענט טראמפ איר אטאקירן אלץ א פרוי און מען גלויבט אז סענדערס האט נישט געזאגט פאר ווארען קאטעגאריש אז א פרוי קען נישט געוואונען נאר עס ווארשיינליך דיפלאמאטישע מרמז געווען און ווארען האט עס קלאר פארשטאנען
דורכאויס די אינטערוויו איז זי געפרעגט געווארן פארוואס זי האט -צו די אויפברויז פון די סענדערס קאמפיין- נישט אינדארסירט סענדערס נאכן פארלאזן די פארמעסט און זי האט מער ווייניגער געגעבן א ליידיגע ענטפער זאגנדיג בלויז אז עס איז נאך דאן פארבליבן עטליכע אומאנטשידענע פארמעסטן און זי האט געוואלט אויסווארטן בי עס איז דא איין קלארע נאמיני זיך צו שטעלן פולשטענדיג אונטער יענעם (וועלכע איז עווענטועל געווען דזשאו ביידען)
ווארען דרוקט אויך אויס טיפע אנטוישונג אין די פאקט וואס זי איז געווען די קאנדידאט מיט די מערסט דעטאלירטע פלענער אויף מערערע אישוס און וואונדערט זיך ווי אזוי וויילער לייגן נישט גענוג געוויכט צו פארלאנגען קלארע פלענער פון א קאנדידאט וואס זוכט זייער שטיצע
*
אין 2005 און אין 2007 למספרם האט קאנגרעס אמענדירט די ריינע לופט אקט מיטן פארארדענען די אי פי עי צו פארלאנגען אז געזאלין פארקויפט אין די פאראייניגטע שטאטן מוזן אנטהאלטן א גרעסערע קוואנטום פון רענועבל ברענשטאף מטן ציהל צו רעדוצירן אמעריקא'ס אנגעוויזנקייט אויף אויסלענדיש אימפארטירטע אויל און אראפברענגן גרינהאוז גאז עמישאנס
אנערקענענדיג אז די נייע סטאנדאטן קענען שווער באטרעפן קלענערע רעפיינעריס האט קאנגרעס איינגעשלאסן אן אויסנאם פאר אזעלכע פירמעס וועלכע האבן יערליכע פראדוקציע פון אונטער 75000 פעסלעך
די ארגינעלע עקזעמפשאן איז געלאפן אויף ביז 2012 למספרם אבער דאן קומען צו צוויי אפציעס
די צווייטע איז צו בעטן פאר א פארלענגערונג ביי די אי פי עי וועלכע זאל איבערקוקן און מאכן א באשלוס אויב די באטרעפנדע פראדוצירער גייט אדורך ספעציעלע עקאנאמישע שוועריגקייטן און די געזעץ שרייבט אז מען קען עס בעטן צו יעדע צייט
די דריי פירמעס אין אונזער קעיס זענען אזעלכע וועלכע ווערן באצייכנט אלץ קלענערע וועלכע זענען בארעכטיגט פארן אויסנאם און איינע פון זיי האבן אין אנהויב באקומען די ארגינעלע פטור אבער נאך 2012 למספרם נישט איינגעגעבן פאר אן עקסטענשאן, א צווייטע האט יא איינגעגעבן אבער געווארן אפגעזאגט דורך די ענערגיע דעפארטמענט, און א דריטע האט קיינמאל נישט פרובירט ביז היינט צו נוצן די אויסנאם
אלע דריי האבן זיך לעצטנס איינגעגעבן פאר א פטור צו די אי פי עי און געבעטן א פטור באזירט אויף ספעציעלע עקאנאמישע שוועריגקייטן און די אגענטור האט זיי אלע נאכגעגעבן צוליב סטרוקטואלע אומשטענדן ביי זייערע רעפיינעריס וועלכע שאפן פינאנציעלע שוועריגקייטן
האסטו מעגליך געקלערט אז אויב די האסט שוין נושא חן געווען ביי די רעגירונג ביוראקראטן קענסטו זיך זעצן אויפן פאטעל?
אויב יא האסטו פארזעהן אז פון ציווילע אינדוסטריאקראטן מיט פינאנציעלע אינטערעסן דארף מען זיך פונקט אזוי אויסהיטן און דאס האט פאסירט אין דעם פאל ווען די רענועבל ברענשטאף אסאסיאציע האט אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די אי פי עי פארן גיבן די פטור פאר די דריי פירמעס
די צענטע קרייז געריכט האט איינגעשטימט אז די אסאסיאציע פארמאגט סטענדינג אין די קעיס זינט זיי ווערן אפעקטירט פון די באשלוס דורך דעם וואס די דריי פירמעס ווען מער נישט מוזן איינקויפן אזויפיל רענועבלס
עווענטועל האט די געריכט נאכגעגעבן צוויי מעריט ארגומענטן פון די אסאסיאציע און דאס איז אז די אגענטור איז בלויז בארעכטיגט ארויסצוגעבן וואס קאנגרעס רופט "עקסטענשאנס" אבער נישט קיין ערשט מאליגע און אפליו נישט קיין באנייטע פטור פאר אזעלכע וועלכע האבן נישט געהאט פאר א שטיק צייט קיין פטור
די צווייטע טענה ואס זיי האבן אנגענומען איז געווען אז די אגענטור קען פארלענגערן א פטור בלויז צוליב ספעציעלע עקאנאמישע שוועריגקייטן וועלכע שטאמען פון זיך צושטעלן די צו רענועבל סטאנדארטן אבער נישט פאר אזלעכע וועלכע פאלגן זיך מיט אומפארבונדעטע סטרוקטורואלע פראבלעמען
מיטן טויש אין אדמיניסטראציע האט די ביידען ווייסע הויז אי פי עי איינגעמאלדן די געריכט אז פון איצט און ווייטער שטיצט זי די אפטייטש פון די צענטע קרייז געריכט
די רעפיינערי'ס טענה'ן אבער אז די רעכט וואס די געזעץ ערלויבט עס צו בעטן "צו יעדע צייט" קומט מפרש זיין אז מען טאקע נישט אפלערנען די ווארט עקסטענשאן גלאט אלץ אן המשכה פארצוזעצן עפעס וואס איז שוין דא בעפאר נאר אפילו פאר אזעלכע וועלכע האבן נישט די פטור ביים בעטן די פארלענגערונג
די געריכט האט אקצעפטירט די קעיס טראץ וואס עס איז דערווייל נישטא קיין סירקוט ספליט דערויף נאך וואס די רעפיינעריס האבן געמאכט זייער קעיס אז פאר די רעפיינערי אונטער די יוריסדיקציע פון די צענטע דיסטריקט קען די געריכט אפטייטש באדייטן אזעכע פינאנציעלע פראבלעמען וועלכע קען זיי ארויספירן אין א קורצע צייט פון ביזנעס