א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יולי 18, 2021 8:56 pm

הבלה קאן מען דאך מאכן אויף די 'הייסע קאווע' וואס ווערט דא צוגעשטעלט. . .

- - - - -
ייש"כ פאר די דאנק ווערטער!
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אינטערוועגענס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך חאצקיל בעל עגלה » זונטאג יולי 18, 2021 10:32 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:הבלה קאן מען דאך מאכן אויף די 'הייסע קאווע' וואס ווערט דא צוגעשטעלט. . .

- - - - -
ייש"כ פאר די דאנק ווערטער!


אבער די גישמאק פון אויס פאסטן אויף א קאלטע קאפ גרעיב זוס...
וואס פאר שטייט א גוי!
אויב די קענסט עס נישט הענדלען, באלאנגסטו נישט דא!

Kollel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » מאנטאג יולי 19, 2021 1:45 am

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:הבלה קאן מען דאך מאכן אויף די 'הייסע קאווע' וואס ווערט דא צוגעשטעלט. . .

- - - - -
ייש"כ פאר די דאנק ווערטער!


אבער די גישמאק פון אויס פאסטן אויף א קאלטע קאפ גרעיב זוס...
וואס פאר שטייט א גוי!

גרעיפ דזשוס?? אוי באשעפער!

___

אלעקסיי שכח פאר דע פיינע גוטע אויספאסטן!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3652
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג יולי 19, 2021 1:47 am

Kollel האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:הבלה קאן מען דאך מאכן אויף די 'הייסע קאווע' וואס ווערט דא צוגעשטעלט. . .

- - - - -
ייש"כ פאר די דאנק ווערטער!


אבער די גישמאק פון אויס פאסטן אויף א קאלטע קאפ גרעיב זוס...
וואס פאר שטייט א גוי!

גרעיפ דזשוס?? אוי באשעפער!

___

אלעקסיי שכח פאר דע פיינע גוטע אויספאסטן!

יודן פארשטייען אויכט נישט צו דעם, כ'זעה נישט די געשמאקייט פון גרעיפ דזושס נאך א לאנגע תענית אויף א ליידיגע מאגן, כ'מיין דער עולם איז מיטט מיר.

אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אינטערוועגענס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך חאצקיל בעל עגלה » מאנטאג יולי 19, 2021 2:04 am

מקווה איד האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:הבלה קאן מען דאך מאכן אויף די 'הייסע קאווע' וואס ווערט דא צוגעשטעלט. . .

- - - - -
ייש"כ פאר די דאנק ווערטער!


אבער די גישמאק פון אויס פאסטן אויף א קאלטע קאפ גרעיב זוס...
וואס פאר שטייט א גוי!

גרעיפ דזשוס?? אוי באשעפער!

___

אלעקסיי שכח פאר דע פיינע גוטע אויספאסטן!

יודן פארשטייען אויכט נישט צו דעם, כ'זעה נישט די געשמאקייט פון גרעיפ דזושס נאך א לאנגע תענית אויף א ליידיגע מאגן, כ'מיין דער עולם איז מיטט מיר.


הבהלה האסטו געמאכט??
נאר געמאכט א ווערטיל, אז נאכן פאסטען 25 שעה איז די ערשטע זאך וואס מטרינקט איז א קאפ גרעיב זוס...
אויב די קענסט עס נישט הענדלען, באלאנגסטו נישט דא!

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3652
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג יולי 19, 2021 2:05 am

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:הבלה קאן מען דאך מאכן אויף די 'הייסע קאווע' וואס ווערט דא צוגעשטעלט. . .

- - - - -
ייש"כ פאר די דאנק ווערטער!


אבער די גישמאק פון אויס פאסטן אויף א קאלטע קאפ גרעיב זוס...
וואס פאר שטייט א גוי!

גרעיפ דזשוס?? אוי באשעפער!

___

אלעקסיי שכח פאר דע פיינע גוטע אויספאסטן!

יודן פארשטייען אויכט נישט צו דעם, כ'זעה נישט די געשמאקייט פון גרעיפ דזושס נאך א לאנגע תענית אויף א ליידיגע מאגן, כ'מיין דער עולם איז מיטט מיר.


הבהלה האסטו געמאכט??
נאר געמאכט א ווערטיל, אז נאכן פאסטען 25 שעה איז די ערשטע זאך וואס מטרינקט איז א קאפ גרעיב זוס...

יא און פארדעם ווייס איך די טעם דערפון

Kollel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » מאנטאג יולי 19, 2021 2:06 am

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:הבלה קאן מען דאך מאכן אויף די 'הייסע קאווע' וואס ווערט דא צוגעשטעלט. . .

- - - - -
ייש"כ פאר די דאנק ווערטער!


אבער די גישמאק פון אויס פאסטן אויף א קאלטע קאפ גרעיב זוס...
וואס פאר שטייט א גוי!

גרעיפ דזשוס?? אוי באשעפער!

___

אלעקסיי שכח פאר דע פיינע גוטע אויספאסטן!

יודן פארשטייען אויכט נישט צו דעם, כ'זעה נישט די געשמאקייט פון גרעיפ דזושס נאך א לאנגע תענית אויף א ליידיגע מאגן, כ'מיין דער עולם איז מיטט מיר.


הבהלה האסטו געמאכט??
נאר געמאכט א ווערטיל, אז נאכן פאסטען 25 שעה איז די ערשטע זאך וואס מטרינקט איז א קאפ גרעיב זוס...

אויף וויין.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 10:48 am

מיטוואך ואתחנן





די ערשטע אפשטימונג איבער די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל איז ערווארטעט פארצוקומען היינט ארום 2:30 נאכמיטאג און דערווייל הייסט עס ווייטער אז רעפובליקאנער וועלן עס בלאקירן צוליב וואס זיי ווילן מער צייט צו קענען ענדיגן אויסארבעטן און אראפשרייבן דעם אפמאך
דורבין האט שוין געזאגט אז אויב די היינטיגע אפשטימונג פאלט אדורך וועט שומער עס אויפברענגן פונדאסניי אין די קומענדיגע טעג


*


די נעכטיגע זיצונג פון די אומפארטייאישע גרופע פארהאנדלער האט זיך געענידגט אן קיין ענדגילטיגע אפמאך אבער האפענונג פארבלייבט אז א דורכברוך קען קומען אין די נאנטע טעג
סינעמא און פארטמאן זענען געווען די לעצטע צוויי צו פארלאזן די זיצונג נעכטן נאכט ארום 11 אזייגער און קעסידי האט געזאגט בעפאר אז טראנזיט פאנדינג איז איינע פון די פראגן איבער וועלכע מען איז זיך נאכניטש אדורכגעקומען
*


טראץ וואס די ווייסע הויז האט אויסגעדרוקט ערווארטונג אז די סענאט וועט באשטעטיגן צו העכערן די אמעריקאנע חובות/בארגן דאך אויף אן אומפארטיאיישע פארנעם אזוי ווי זיי האבן געטוהן עטליכע מאל אונטער טראמפ זאגט מעקאנעל אז אין די איצטיגע ענווייארמענט אין וואשינגטאן מיט די דעמאקראטישע ספענדעריי ווי די קומענדיגע בודזשעט רעזאלוציע קען ער נישט טראכטן פון אפילו איין איינציגע רעפובליקאנער וועלכע זאל שטימען צו הייבן די דאך און זאגט אז דעמאקראטן וועלן דארפן צוטשעפען א פראוויזיע איבער הייבן די די דאך צו די רעקאנסיליאציע פעקל
אבער דורבין האט געווארנט אז מעקאנעל שפילט זיך מיט די אמעריקאנע עקאנאמיע

*


קאנגרעסמאן בעני טאמפסאן וועלכע איז באשטימט געווארן דורך ספיקער פעלאסי אלץ פארזיצער פון די קאפיטאל איבערפאל סעלעקט קאמיטע ציהט ארויס זיין אנקלאגע אקעגן טראמפ, דזשוליאני און אנדערע זאגנדיג אז ער גלויבט שטארק אין די קעיס אבער טרעט אפ צוליב וואס עס קען אויסקוקן ווי א קאנפליקט אוו אינטרעס איינמאל ער פירט די קאמיטע איבער די קעפיטאל איבערפאל


*

אין א צייט וואס דעמאקראטישע געזעצגעבער נעמען קרעדיט און הייבן ארויס די אויסגעברייטערטע קינדער שטייער קרעדיטס וועלכע פליסן אריין אין די באנק אקאונטס פון אמעריקאנע פאמיליעס אויף א מאנאטליכע פארנעם הערט מען א צומישטע מעסעדזש אויף די טעמע פון רעפובליקאנער וועלכע זענען נישט פאראייניגט ווי אזוי דאס צו אדרעסירן
א שיין ביסל רעפובליקאנע סענאטארן זענען אין שטיצע פון א פראגראם וועלכע איז אמאל געווען זייערס אן אינציאטיוו טראץ וואס דאסמאל איז די אויסברייטערונג פיל מער און לויזער מיט ווייניגער באגרעניצונגען צו פארזיכערן אז עס גייט נישט פאר מענטשן וועלכע שטרענגן זיך נישט אן צו טרעפן ארבעט וואוסנדיג אז מען קען רעכענען דערויף
סענאטאר ראמני זאגט אז די פראגראם וואלט געדארפט ווערן באשטעטיגט אויף פערמענאנט (עפעס וואס דעמאקראטן זוכן דורכצופירן) בעת וואס סענאטאר רוביא באצייכנט עס אלץ וועלפעיר פאר די ארימע וועלכע ווערט פארקויפט אונטערן שלייער פון שטייער קרעדיטס פאר די ארבעטער קלאס
סענאטאר סקאט זאגט אז עס וואלט געדארפט ווערן בעסער אויסגעארבעט צו גיין בעיקר צו די ארימע וועלכע נויטיגן זיך עכט דערין
איין רעפובליקאנער סענאטאר האט געזאגט אז ער האט נישט איצט קיין שטעלונג דערויף


*


הכל הבל האט געשריבן:דערמאנענדיג די טשיפמען נאמינאציע צו פירן די עי טי עף איז אין פלאץ צו גיבן אן אפדעיט איבער די פארהאנקערטע נאמינאציע
ווי באריכטעט איז זיין נאמינאציע געווארן אויפגעברענגט אין די קאמיטע און געבליבן שטעקן ווען די קאמיטע האט זיך געשפאלטן אויף האלב צווישן שטיצער און קעגנער און שומער האט די מאכט אויפצוברענגן פאר אן אפשטימונג אויב מען זאל באפרייען די נאמינאציע צום פולן סענאט
דערווייל קומט אבער נישט סיי וועלכע סיגנאל פון שומער'ס אפיס אז דער סענאטאר איז שוין גרייט עס צו טוהן און די אורזאך איז גאנץ קלאר זינט עס זענען נאכנישט דא די נויטיגע פארשפרעכונגען פון גענוג דעמאקראטן אז זיי וועלן שטימען אין שטיצע
סענאטארשע קאלינס האט געמאלדן מיט צוויי וואכן צוריק אז זי איז א ניין אויף די נאמינאציע און מורקאוסקי האט נאכנישט געזאגט וואו זיי שטייט דערויף
דאס באדייט אז דעמאקראטן קענען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפילו איין סענאטאר סיידן מורקאוסקי ברעכט זיך אפ פון איר פארטיי
פון די דעמאקראטישע קאלום ווארט מען נאך צו הערן פון 5 שליסל סענאטארן אויב זיי זענען גרייט צו שטיצן טשיפמען און זיי זענען סענאטארן מענשין פון וועסט ווירדזשיניע , טעסטער פון מאנטאנא , קינג (אינדעפענדענט) פון מעין, האסאן פון ניו העמפשיר און סינעמא פון אריזאנא און אלע פון זיי קומען פון גאר גאן פריינטליכע סטעיטס מיט געזעצן וועלכע טשיפמען האט גערופן צו פארבאטן און זיי שטייען אלע פאר ווידערערוויילונג אין 22 אדער 24 למספרם
טראץ וואס סינעמא איז אינעם קויש פון סענאטארן אונטער פראגע צייכן איז די אנדערע סענאטאר פון די זעלבע סטעיט א קלארע יא און דאס איז סענאטאר קעלי וועלכע איז אויסגעשפראכן אקעגן גאן רעכטן און האט קאמפיינט אויף א גאן קאנטראל פלאטפארמע זייענדיג פארהייראט צו די געוועזענע אריזאנא קאנגרעספרוי געבי גיפארדס וועלכע איז געווען א קרבן צו א שיסעריי וועלכע האט פאטאל אומגעברענגט און פארוואונדעט עטליכע

דורבין אנערקענט איצט אז עטליכע דעמאקראטן צעגערן מיט די נאמינאציע און האבן קאלטע פיס פאראויסצוגיין
די לעצטע מאל וואס דעמאקראטן האבן באשטעטיגט עימיצן צו די פאזיציע האבן זיי זיך אויך געמוטשעט צו שאפן גענוג שטיצע און געדארפט אפן האלטן די אפשטימונג פאר עטליכע שטונדן
פאר ווער עס געדענקט האבן זיי דאן אויסגעווארט די לאנדונג פון דאן סענאטארשע הייטקעמפ פון צפון דעקאטע וועלכע האט זיך נישט גוט געשפורט אבער מען האט איר אריבערגעברענגט מוזנדיג צוקומען צו איר שטימע[/quote]
האסאן איז א יא[/quote]
מורפי זאגט אז מען קען ערווארטן אן אפשטימונג אין געציילטע טעג און אז עס וואלט געווען א געשאנק פאר די גאן לאבי אראפצוקניידלען די נאמינאציע[/quote]
סענאטארשע שאהין פון ניו העמפשיר וועט שטימען יא


*

ניו יארק טיימס קאלומניסט ניקאלעס קריסטאף באטראכט ארייצושפרונגען אין די ארעגאן גאווערנאר פארמעסט


*

אין טעקסאס 10'טע קאנגרעס דיסטריקט האט דעמאקראטישע מעיאר לערי וואלאס געמאלדן אז ער נעמט אונטער א קאנגרעס פארמעסט



*


טעקסאס סענאטאר טעד קרוז וועט באזוכן אייאווע קומענדיגע למספרם מאנאט



*


הכל הבל האט געשריבן:אין אהייא'ס פופצנטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט קאנגרעסמאן סטיוו סטיווערס איבערגעלאזט זיין פאזיציע אום מאי 16 למספרם און גאווערנאר מייק דעוויין האט געמאלדן א ספעשל עלעקשאן דאטום פון נאוועמבער 2 למספרם
די פריימערי עלעקשאן דאטום איז אוגוסט 3 למספרם אין די זעלבע טאג וואס די וויילער וועלן שטימען אין די פארמעסט אין די עלפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט ווי די סאנדערס או קלינטאן לאגערן זענען פארמישט אין גאר א היציגע פריימערי
צוריק צו די פופצנטע דיסטריקט פארמעסט לויפן דארט 11 קאנדידאטן אויף די רעפובליקאנע טיקעט און פרעזידענט טראמפ האט אינדארסירט מייק קארעי אבער אצינד זענען סענאטאר רענד פאול און דעבי מעדאוס (די פרוי פון מארק מעדאוס) ארויסגעקומען אינדארסירן דעם געוועזענעם סטעיט סענאטאר ראן הוד

טראמפ האט נעכטן אפגעהאלטן א ווירטואלע טאון האל אין שטיצע פון קארעי אראפרייסנדיג אזעלכע וועלכע שטעלן זיך אהער ווי זיי האבן זיין אינדארסירונג אין די צייט וואס ער ווייסט ניטאמאל ווער זיי זענען
רענד פאול לאזט אבער נישט נאך פון זיין שטיצע פאר הוד און א סופערפעק אליאירט מיט פאול גייט צולייגן פרישע 200 טויזנט דאלער אין טעלעוויזיע רעקלאמע ווערד אין שטיצע פון הוד


*


צוריק צו די דעמאקראטישע היציגע פריימערי אין די עלפטע דיסטריקט זאגט נינא טורנער אז זי ווערט אראפגעריסן צוליב אנטי ביידען קאמענטארן פון עטליכע מאנאטן צוריק אבער אין די צייט וואס העריס האט מען פארגעבן איבער אירע קריטיק אקעגן ביידען דורכאויס די דעבאטע האט וויל מען איר נישט פארצייען


*


מארק פישמאן איז איינע פון די קאנדידאטן וועלכע קאנקורירן אין די אריזאנא סעקרעטערי אוו סטעיט פארמעסט
זיין קאמפיין פארקויפט העמדלעך מיט אן אויפשריפט וועלכע רופט די מידיא און דעמאקראטן "צו איבערצייגן אז עס זענען נישט פארגעקומען קיין וואל פעלשערייען"


*



מיט 1-2 האט א פאנעל אויפן זעקסטן קרייז געריכט ווידער אפגעווארפן אן אינדזשאנקשען פון א דיסטריקט ריכטער וועלכע האט איינגעפרוירן א מישיגען סטעיט פארבאט אקעגן צושטעלן טראנספארטאציע סערוויס צוגעשטעלט פאר וויילער צו די שטום בודקעס
די מאיאריטעט האט אריינגענומען ריכטער דאני באגס נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען און ריכטערין דבורה קוק נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער וועלכע שרייבן אז די לעגיסאלאטור האט סיי סטענדינג צוליב וואס די אטוירני דזשענעראל איז פאסיוו און האט נישט באקעמפט די דיסטריקט געריכט צייטווייליגע אינדזשאנקשען און סיי גוטע שאנסן צן געוואנען אויף די מעריטס
די מינאריטעט שטעלונג איז געקומען פון ריכטער גיי קאול נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן


*


מארגן דאנערשטאג וועט די סענאט ענערגיע קאמיטע שטימען אויף די נאמינאציע פון טרעיסי סטאון-מענינג אנצופירן מיט די BLM

ניין, מען רעדט נישט פון די בלעק לייווס מעטער באוועגונג נאר פון די ביורא אוו לאנד מענעדזשמענט אינרהאלד די אינטעריאר דעפארטמענט

סטאון-מענינג איז א לאנגיעריגע ענווייראמענט עקספערט וועלכע טרייבט זארג ביי רעפובליקאנער און שטיצער צו פון ערלויבן פובליק לאנד באנוץ פאר פאר פריוואטע דעוועלאפמענט אז זי וועט זיי שטיין אין וועג

סטאון-מענינג האט געארבעט אלץ געהילף פאר מאנטאנא סענאטאר דזשאן טעסטער און געווען די שטאב הויפט פארן געוועזענער גאווערנאר סטיוו בולאק און אויך אנגעפירט מיט די סטעיט'ס ענווייראמענט אגענטור וואו זי האט זיך ערווארבן א רעפוטאציע פון צוזאמברענגן ענוייראמענטאליסטן מיט רענטשערס און פאסיל פיועל אינטערעסן

רעפובליקאנער אויפן קאמיטע זענען אבער אומרואיג מיט איר אויסוואל און האבן זיך פאראייניגט אקעגן איר און געפונען אן אוסרייד צו באקעמפן איר נאמינאציע שרייבנדיג צו פרעזידענט ביידען אז ער זאל צוריקציען פון די נאמינאציע ווייל זיי וועלן אלע שטימען אקעגן איר

די באשולדיגונג גייט צוריק צו 1989 למספרם ווען זי איז א געווען א 23 יעריגע סטודענט גראדואירט פון א קלאס איבער ענווייראמענט שטודיעס און עטליכע פון אירע באקאנטע זענען דאן געווארן אנגעקלאגט פארן אריינשיסן 500 פונט פון מעטאל און נעגל און ביימער און אן איידעהאו וואלד, א טאקטיק וועלכע מענטשן פלעגן טוהן אין יענע צייט אין א פארזוך צו פארהאקן די אפעטיט פון בוימער שניידער אפצוזעגן די בוימער און נוצן די האלץ פאר בוי ארבעט

די טאקטיק איז גענוצט געווארן דורך אקטיוויסטן וועלכע האבן געוואלט אז די בוימער זאלן פארבלייבן און מיטן אריינשיסן אייזערנע געגנשטאנדן דערין האט עס געפירט צו דעם אז די זעג וועלכע איז גענוצט געווארן שפעטער צו שניידן די בוימער האט זיך אנגעשטאלפערט אין די נעגל און זיך צובראכן און

עס איז געקומען צו א פונקט וואו די אינצידענטן פון די איינגעפלאנצטע בוימער מינעס זענען ארויס פון קאנטראל און טייערע מאשינאריע זענען געגאנגען א גאנג און אפילו געפירט צו פעלער וואס ארבעטער זענען שווער געשעדיגט געווארן דערפון און די רעגירונג האט פארבאטן די סארט נעגל בוימער אקטיוויטעט

צוריק צו סטאון-מענינג זענען אירע פריינט ווי געשריבן געווארן אנגעקלאגט אין פארלעצן די געזעץ און סטאון-מענינג האט איז נישט געווארן אנגעקלאגט נאך באקומען אימיוניטעט פון פראקורארן נאכן איינגיין אויפצוטרעטן אלץ עדות אין די פראצעס

זי האט נאכאנאנד געלייקנט אז זי זאל האבן געשפילט סיי וועלכע ראלע (אויסער איבערטייפן א בריוו וועלכע איר פריינט האט געהאט געשריבן צו די פארעסט סערוויס ווי ער בעהטן אז זיי זאלן אפשטעלן די בוימער שניידן פראיעקט און עס ארויסגעשיקט אויף יענעם'ס ביטע זאגנדיג שפעטער אז זי איז דאן געווארן געווארן פון זייערע אקציעס און געווען שאקירט) אבער רעפובליקאנער זאגן אז פרישע אינפארמאציע פון פארמישטע אין יענע אינצידענט צייגן אז האט פארפירט סענאטארן און אז זי איז געווען מער פארמישט ווי זי שטעלט פאר

לעצטע וואך האט א רעטייערטע פארעסט סערוויס אויספארשער געשיקט א בריוו צו געזעצגעבער שרייבנדיג אז זי איז דאן געווען א ספעשל אגענט אויף די קעיס און אז ארגינעל איז סטאון-מענינג געווען אומקאאפערירנד מיט די אויספארשונג און זי האט אין פאקט ערהאלטן א ווארענונג וועלכע האט אנגעדייטעט אז זי קען מעגליך ווערן אנגעקלאגט אין פארבינדונג מיטן קעיס און בלויז נאכך וואס איר אדוואקאט האט אויסגעהאמערט די אפמאך פאר אימיוניטעט אין אויסטויש פון איר עדות אויפטריט איז זי איינגעגאנגען מיטצוארבעטן מיט די אויספארשער


רעפובליקאנער באשולדיגן אז איר קאטערגארישע לייקענען אויף די פראגע אויב זי איז סיי ווען געווען די ציהל פון א קרימינאלע אויספארשונג איז געווען א ליגן

איינע פון די צוויי וועלכע זענען דאן געפונען געוארן שולדיג און באקומען טורמע נאך די עדות פון סטאון-מענינג אקעגן אים האט איר פארטיידיגט זאגנדיג אז זי איז נישט געווען טייל דערפון נאר געווען א מעסיגע שטימע צווישן אירע פריינט און אקעגן ווידע שטיק זאגנדיג אז טראץ די קעגנערשאפט צו שניידן ביימער דארף מען געדנעקן אז די שניידער האבן אויף פאמיליעס און מען קען נישט שטעלן זייערע לעבנס אין ריזיקע

דעמאקראטן און רעפובליקאנער האבן איטליכער 10 מיטגלידער אויפן קאמיטע און אויב די אפשטימונג וועט זיך טאקע שפאלטן אויף האלב וועט מאיאירטעט פירער שומער מוזן פארלאנגען אן אפשטימונג פונעם פולן סענאט אויף די פראגע צו מען זאל באפרייען די אפשטימונג פון די קאמיטע

מען האט נישט געוואסט ביז איצט וואו אזוי סענאטאר מענשין וועט שטימען אויף די נאמינאציע אבער נעכטן נאכמיטאג האט ער קלארגעשטעלט אז נאכן איבערקוקן די רעקארד און באשולדיגונג האט ער באשלאסן איר צו שטיצן וואס באדייט אז אפילו אויב אלע רעפובליקאנער זאלן שטימען אקעגן איר וועלן דעמאקראטן באווייזן איר צו באשטעטיגן מיט די הילף פון וויצע פרעזידענט העריס
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יולי 21, 2021 11:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4003
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ארחיקה נדד » מיטוואך יולי 21, 2021 10:55 am

א דאנק הבל!
נסיעה תשפ"ב??
אי"ה! מיט אייער הילף!
https://charidy.com/ivelt/ar

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 12:29 pm

ארחיקה נדד האט געשריבן:א דאנק הבל!

יישר!

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך יולי 21, 2021 5:07 pm

א דאנק הבל א נארהאפטיגע באריכט.
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יולי 25, 2021 8:29 pm

זונטאג עקב

דער פרעזידענט איז ערווארטערט צו נאמינירן פרוי קענעדי אלס אמעריקאנע אמבאסאדאר קיין אוסטראליע.
קענעדי איז א טאכטער פון דער געוועזענע פרעזידענט זשאן עף. קענעדי און האט פריער סערווירט אלס אמבאסאדאר קיין יאפאן - פאריגע וואך איז געווען באריכטעט אז דער פרעזידענט וויל נאמינירן איר מומע אלס אמבאסאדארשע קיין עסטרייך.

* * * *
קאנגרעס ספיקער פעלאוסי האט היינט געמאלדן אז זי וועט שטעלן רעפובליקאנע קאנגרעסמאן עדעם קינזינזשער אלס מיט גליד אין די סעלעקט קאמיטע וואס וועט פארשן די יאנואר 6 קעפיטאל איבערפאל.
דאס קומט נאכדעם וואס פעלאוסי האט פאריגע וואך וועטאירט די נאמינאציע פון צוויי רעפובליקאנע פרא-טראמפ קאנגרעסלייט צו די קאמיטע - קינזינזשער איז אן אויסגעשפראכענע אנטי-טראמפיסט, און איז פון צווישן די צען רעפובליקאנע וועלכע האבן געשטימט צו אימפיטשן טראמפ נאך די קעפיטאל איבערפאל.

* * * *
א גרופע רעפובליקאנע געזעצגעבער -מיטגלידער אין די קאנגרעס 'האוז פרידאם קאוקוס'- פארלאנגען פון מינאריטעט פירער מעקארטי ער זאל אויפברענגן אן אפשטימונג צו אנידערזעצן ספיקער פעלאוס פון אמט.

* * * *
דעמאקראטישע סענאטאר מארק ווארנער זאגט היינט אז ער גלויבט אז ביז מארגן וועלן סענאטארן האבן באוויזן צו אויסהאמערן א אומפארטייאישע אינפראסטרוקשור פעקל וואס זאל קענען אריבערגיין אינעם סענאט.

* * * *
סענאטאר ווארנער זאגט אז ארום 70 ביליאן דאללער אין אומבאנוצטע קאוויד הילפס געלטער וועלן ווערן אריבערגעפירט צו פינאנצירן די אומפארטייאישע אינפראסטרוקשור פעקל.

* * * *
איראק'ער פרעמיער מיניסטער מוסטאפא על-קהאדימי זאגט אז עס איז מער נישט פארהאן קיין אורזאך וואס זאל בארעכטיגן די אנוועזענהייט פון אויסלענדישע קאמפס טרופן אינערהאלב איראק'ע טעריטאריע.
על-קהאדימי איז ערווארטערט אויף א באזוך אינעם ווייסן הויז שפעטער אין וואך.

* * * *
אמעריקאנע מיליטערישע קרעפטן האבן פארלאפענע פרייטאג דורכגעפירט באמבאדירונגען אין סאמאליע.
דאס איז געווען די צווייטע מאל אין ווייניגער פון א וואך וואס די מיליטער האט דורכגעפירט אזא סארט מיסיע אינעם ראיאן, און קומט נאך א אפשניט פון עטליכע מאנאטן וואס די מיליטער האט נישט דורכגעפירט קיינע באמבאדירונגען.
די לעצטערע אזא מיסיע, איידער פארלאפענע וואך, איז פארגעקומען אום יאנואר 19.

* * * *
ארקענסאו גאווערנאר אסא האטשינסאן באדויערט דאס וואס פאליטישע מיינונגען שפילן א טיילווייזע ראלע אין די באשלוס פון מענטשן איבער יא אדער נישט נעמען א קאוויד וואקסין.

* * * *
טאם באראק -א נאנטע פריינד מיט דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ און 2016 קאמפין ראטגעבער- וועלכע איז פאריגע וואך געווארן ארעסטירט אויף אומלעגאלע לאביאירונג באשולדיגונגען, איז געווארן ארויסגעלאזט פון טורמע ביז צו זיין פראצעס אויף 250 מיליאן דאללער בעיל.

* * * *
מאנטאנע גאווערנאר זשיאנפארט האט איינגעשפאנט די סטעיט נעשאנעל גארד צו ארויסהעלפן לאקאלע פייערלעשער צו באקעמפן די מאסיווע וואלדפייערן וואס פלאקערן אינערהאלב די סטעיט.

* * * *
אין אנדערע מאנטאנע וואלדפייער נייעס, זענען פינף פעדעראלע פייערלעשער -וועלכע האבן ארויסגעהאלפן לאקאלע באאמטע ביים באקעמפן די וואלדפייערן- אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט בראנד וואונדן, נאך וואס די פייער איז געבלאזן געווארן אין זייער ריכטונג.

* * * *
'אינדיאנע יוניוועסיטי סקול אוו פובליק העלט' האט געמאלדן אז זי וועט באעהרן דאקטער פאוטשי צוליב זיין ארבעט אין די פארגאנגענהייט צו באקעמפן פארשידענע וויירוסעס, ווי אויך צוליב זיין ארבעט ביי די יעצטיגע קאראנע וויירוס.

* * * *
דורכאויס די פארלאפענע וואך, פרשת ואתחנן העעל"ט, זענען פארגעקומען אמווייניגסטענס 915 שיסעריי אינצידענטן איבער די לענג-און-ברייט פון די פאראיינגיטע שטאטן.
די שיסערייען האבן איבערגעלאזט 430 טויטע, און העכער 1,000 פארוואונדעטע.

* * * *
פעדראלע 'דעפארטמענט אוו טראנספארטעישאן' האט ארויפגעשטעלט א געלט שטראף פון 93,200 אויף די פירמע וואס אפערירט די 'דאקאוטע עקסעס' פייפליין איבער פארשידענע סעיפטי פארלעצונגען.

* * * *
פעדעראלע 'דעפארטמענט אוו לעיבאר' האט ארויסעגעבן כמעט א מיליאן דאללער אין שטראפן אין פארבינדונג מיט א כעמיקאלע ליעק ביי א פלייש פראסעסינג פלענט אין זשארזשיע וואס האט געפירט צום טויט פון זעקס מענטשן.

* * * *
טשיינע האט געמאלדן סאנקציעס קעגן זיבן אמעריקאנע יעצטיגע און געוועזענע באאמטע, איבער דעם וואס די אדמיניסטראציע ווארענט אמעריקאנע פירמעס זאלן אוועקשטיין פון האנג-קאנג.
די סאנקציעס נעמט אריין ווילבור ראס, דער געוועזענע קאמערס סעקרעטאר אונטער פרעזידענט טראמפ.

* * * *
פעדעראלע 'זעקסטע קרייז געריכט' האט פרייטאג געאורטיילט אז די סי.די.סי. נאציאנאלע עוויקשאן מאראטאריום -וואס פארבאט לענדלארד'ס פון ארויסווארפן טענענט'ס וואס צאלן נישט קיין רענט- איז נישט אויסגעהאלטן לעגאל.
די מאראטאריום האט געזאלט אפלויפן ענדע מאנאט, און די אדמיניסטראציע האט שוין פריער געמאלדן אז זי פלאנט דאס סייווי נישט צו פארלענגערן.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג יולי 25, 2021 8:30 pm

פיינע רעפטל @אלעקסיי!
א דאנק!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 16371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג יולי 25, 2021 8:46 pm

א דאנק אלעקסיי!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יולי 25, 2021 9:02 pm

יישר!
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

עולם האמת
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עולם האמת » זונטאג יולי 25, 2021 10:47 pm

טענקס סא מאטש!!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יולי 26, 2021 9:44 pm

מאנטאג עקב

די סענאט האט היינט באשטעטיגט פראנק קענדאל צו דינען אלס עירפארס סעקרעטאר.
דאס קומט נאך עטליכע מאנאטן וואס זיין באשטעטיגונג איז געווארן אויפגעהאלטן דורך עטליכע סענאטארן, פון ביידע פארטייען, צוליב פארשידענארטיגע אויסריידן.

* * * *
קאנגרעס מינאריטעט פירער מעקארטי האט היינט פארגעשלאגן א רעזאלוציע צו פארדאמען ספיקער פעלאוסי אעבער דעם וואס זי האט וועטאירט צוויי רעםובליקאנע געזעצגעבער פון קענען זיצן אויף די יאנואר 6 סעלעקט קאמיטע.
די רעזאלוציע איז געווארן אנידערגעשטימט ווען דעמאקראן האבן געשטימט דערקעגן.

* * * *
מארגן איז ערווארטערט די ערשטע פארהער פון די סעלעקט קאמיטע, ווי עס וועלן אויפטרעטן פיר קעפיטאל פאליציי אפיצירן וואס זענען אנוועזענד געווען אין צייט פון די א.ג. אויפשאטנד.

* * * *
רעפובליקאנע קאנגרעספרוי טשעיני וועט מארגן געבן די עפענונג סטעיטמענט פאר די קאמיטע.

* * * *
'וועטעראן אפעירס' דעפארטמענט וועט פארלאנגען אלע פראנט-ליין ארבעטער צו זיין וואקסינירט קעגן די וויירוס.
די מאנדאט וועט אפעקטירן ארום 115,000 איינגעשטעלטע, זיי וועלן האבן אכט וואכן צו נאכקומען די פארלאנג.

* * * *
א פרישע אנקעטע צייגט אז אמעריקאנע זענען מער-ווייניגער צוטיילט ווען עס קומט צו די פראגע אויב די קריג אין אפגאניסטאן איז געווען א טעות.
די אנקעטע צייגט אז 47 פערצענט גלויבן אז יא, אין די צייט וואס 46 פערצענט זאגן אז ס'נישט געווען א טעות.

* * * *
דעמאקראטישע טעקסאס געזעצגעבער, וואס זענען פריער אין מאנאט אנטלאפן פון די סטעיט אין א פראוו צו בלאקירן וואל רעפארם געזעצן פון אדורכגיין, וועלן אויפטרעטן דאנערשטאג פאר א סענאט קאמיטע איבער די געזעץ וואס זיי זוכן צו בלאקירן.

* * * *
די קאסטן פון די אנטלויף אקציע קענען, לויט סטעיט רעפרעזענטאטיוו ארמאנדאו וואל, מעגליך גרייכן ביז 1.5 מיליאן דאללער.
ווי ער זאגט ווערן די קאסטן געדעקט נישט דורך שטייערצאלער געלטער.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט אינדארסירט טעקסאס אטוירני זשענעראל קען פעקסטאן אין זיין פריימערי פארמעסט קעגן זשארזש בוש.

* * * *
שיקאגאו מעיאר פרוי לייטפאט, וועלכע צייכענט אפ אין די יעצטיגע טעג צוויי יאר זינט זי איז געווארן איינגעשוואוירן אלס די שטאט'ס ערשטע שווארצע פרוי מעיאר, האט געמאלדן אז זי וועט געבן אינטערוויוס בלויז פאר 'מענטשן פון קאליר'.

* * * *
א יוניאן וואס פארטרעט העכער 4,000 ניו יארק סיטי פייערלעשער איז ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק קעגן די מעלדונג פון מעיאר דעבלאזיו אז סיטי ארבעטער וועלן מוזן נעמען די וואקסין אדער ווערן אונטערגעזוכט וועכענטליך פאר די וויירוס.
די יוניאן זאגט אז עס איז אומדערהערט אז דער מעיאר זאל איגנארירן די פרייהייט פון די ארבעטער.

* * * *
א שיסעריי אין פארט ווארט, טעקסאס, האט איבערגעלאזט איין טויטע, און נאך צוויי קריטיש פארוואונדעט.
דער שיסער זעלבסט האט באקומען זיין פארדינטע עונש ווען ארומיגע האבן מקיים געווען דעם 'ובערת הרע מקרבך' און איהם באווארפן מיט שטיינער.

* * * *
פראגרעסיווע 'טעקס מארטש' גרופע האט אונטערגענומען א 2 מיליאן דאללער קאמפיין צו לייגן דרוק אויף קאנגרעס זאל העכערן שטייערן אויף רייכע לייט און גרעסערע קארפאראציעס.

* * * *
'קאסעיא', וואס איז אנהויב מאנאט געקומען אונטער א רענסאמוועיר אטאקע, לייקענט שפעקולאציעס/באריכטן אז די פירמע זאך האבן געצאלט מיליאנען דאללער אין אויסלייז געלט אויף צו באקומען צוטריט צו זייער פיילס.
די פירמע זאגט אז זי האט באקומען א דעקריפציע שליסל פון א 'באגלויבטע דריטע פארטיי' אן אריינגיין אין מער דעטאלן, אויסער דאס אז זי האט נישט געצאלט סיי וועלכע אויסלייז געלטער דערפאר.

* * * *
קוועלער גיבן אן אז דער געוועזענע פרעזידענט באראק אבאמא, וועלכע וועט פייערן זיין 60'טע געבורטסטאג קומענדיגע וואך, פלאנירט דאס צו פייערן אויף א גראנדיעזע שטייגער ביי זיין היים אין די 'מארטא'ס ווייניארד' אינזל.
אבאמא וועט פייערן זיין געבורטסטאג אום אוגוסט 4.

* * * *
טעסלא האט געמאלדן איינקונפט פון 12 ביליאן דאללער אין די פארלאפענע קווארטל, היבש העכער פון וואס אנאליסטן האבן ערווארטערט.
אזוי אויך האט די פירמע געמאלדן פראפיט פון 1.1 ביליאן דורכאויס די קווארטל, באלד דאפעלט פון די ערווארטונג וואס איז געווען ביי ארום 600 מיליאן.

* * * *
פרישע ציפערן פון די 'פעדעראלע טרעיד קאמיסיע' צייגן אז אמעריקאנע קאנסומער האבן שוין דערלייגט העכער 500 מיליאן דאללער אין פארבינדונג פארשידענע קאוויד שווינדלערייען.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
א הייסע קאווע
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע: מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך א הייסע קאווע » מאנטאג יולי 26, 2021 10:08 pm

צו דער וואס מאכט די קאווע:
דו האסט ארויס דו רעסעפי!
שכח ס'מעכטיג יעדן טאג עקסטער!!!
די בעסטע קאווע איז:
קוה אל ד'
☕☕☕

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג יולי 27, 2021 11:43 am

ישר כח אלעקסיי.
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יולי 27, 2021 11:53 am

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כח אלעקסיי.

Potus
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Potus » דינסטאג יולי 27, 2021 11:54 am

ישר כח אלעקסיי.
אז כקען העלפן פארוואס נישט...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 16371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 27, 2021 6:55 pm

דאנקע שיין אלעקסיי! עס איז נישט צום גלייבן וויפיל ארבעט דו לייגסט אריין תמידין כסדרן פאר אונזער הנאה.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

Kollel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re:

תגובהדורך Kollel » דינסטאג יולי 27, 2021 7:05 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:דאנקע שיין אלעקסיי! עס איז נישט צום גלייבן וויפיל ארבעט דו לייגסט אריין תמידין כסדרן פאר אונזער הנאה.

גא"מ להנ"ל כיהודה ועוד לקרא


---
דעי שיקאגא מעיארקע ברויך מען קלאגן אויף ראסיזם.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יולי 27, 2021 8:46 pm

דינסטאג עקב

פרעזידענט ביידען געמאלדן די נאמינאציע פון פרוי רעינאוסא אלס אמעריקאנע אמבאסאדארין קיין שפאניע.
רעינאוסא דינט יעצט אלס שטאב הויפט פאר די ערשטע פרוי.

* * * *
פרעזידענט ביידען גרייט זיך צו באזוכן ניו יארק סיטי אין די צייט וואס עס ווערט אפגעצייכענט די 20'טע יארטאג פון די סעפטעמבער 11 אטאקע.

* * * *
פרעזידענט ביידען זאגט היינט אז זיין אדמיניסטראציע באטראכט א פלאן פון פארלאנגען אלע פעדעראלע איינגעשטעלטע זאלן זיין וואקסינירט קעגן דעם וויירוס.

* * * *
אדמיניסטראציע היינט געמאלדן 120 מיליאן דאללער אין פעדעראלע גרענט געלטער פאר געמיינדע באזירטע וואוילטעטיגע ארגעניזאציעס צו ארויסהעלפן מיט די פראוון צו וואקסינירן וואס מער אמעריקאנער.

* * * *
פרעזידענט באשולדיגט היינט אז רוסלאנד פרובירט שוין יעצט צו באיינפלוסן די 2022 מידטורם וואלן.
די באשולדיגונג איז געקומען דורכאויס א רעדע ביי די 'אפיס אוו דע דיירעקטאר אוו נעשאנעל אינטעליזשענס'.

* * * *
היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר מעיארקעס וועט ארבעטן פונדערהיים נאכ'ן זיין אויסגעשטעלט צו א וויירוס אנגעשטעקטע.

* * * *
דעמאקראטישע סענאטארשע סינעמא האט היינט זיך געטראפן מיטן פרעזידענט צו דיסקוסירן די פארשריט פון די אומפארטייאישע אינפראסטרוקשור ביל וואס איז יעצט פארהאנקעט אינעם סענאט.

* * * *
קאנגרעס האט -ווי ערווארטערט- היינט אפגעהאלטן די ערשטע פארבער דורך די 'יאנואר 6 סעלעקט קאמיטע'.
עס האבן אויפגעטרעטן פיר פאליציי אפיצירן וואס זענען אנוועזענד געווען אינעם קעפיטאל קאמפלעקס אין צייט פון די איבערפאל. זיי האבן געשילדערט מיט לעבעדיגע פארבן די שרעק וואס זיי זענען אדורך אין יענע מאמענטן ווי אויך די טראומא פון וואס זיי ליידן נאך ביזן היינטיגן טאג.

* * * *
רעפובליקאנע סענאטאר ריק סקאט איז ארויסגעקומען מיט א רוף אז די סייגען אדמיניסטראציע זאל פארשליסן די קובאנער אמבאסאסאדע אין וואשינגטאן די.סי.
ער זאגט אז גענוי ווי נארט קארעא און איראן פארמאגן נישט אן אמבאסאדע, אזוי טאר קובא אויך נישט פארמאגן אן אמבאסאדע.

* * * *
די 'זשוסטיס דעפארטמענט' האט געלאזט וויסן פאר געוועזענע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע אז זיי זענען בארעכטיגט צו אויפטרעטן פאר די 'האוז אווערסייט קאמיטע' און די 'סענאט יורידישע קאמיטע' וואס פארשן די יאנואר 6 איבערפאל.
די באשלוס פונעם דעפארטמענט ווערט ארויסגעגעבן לויטן געברויך, און עס איז דערווייל נישט קלאר אויב די סעלעקט קאמיטע האט פארלאנגט פון סיי וועלכע געוועזענע אדמיניסטראציע באאמטע זאל קומען אויפטרעטן.

* * * *
א האקן-קרייץ איז געפונען געווארן אין אן עלעוועיטאר אינערהאלב די סטעיט דעפארטמענט הויפטקווארטיר געביידע, נעבן די אפיס פון די ספעציעלע ענוואי צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם.
סעקרעטארי בלינקען -וואס געפונט זיך יעצט אין אויסלאנד- האט, אין א אימעיל צו דעפארטמענט איינגעשטעלטע, שארף פארדאמט די אינצידענט.

* * * *
געוועזענע קאליפארניע סענאטארשע פרוי באקסער איז נעכטן געווארן איבערגעפאלן און בארויבט פון איר סעלפאון.
די איבערפאל איז געקומען א קורצע צייט נאכדעם וואס לאקאלע און פעדעראלע באאמטע האבן פארשפראגן צו נעמען א שטרענגערע ליניע קעגן פארברעכנס אין די שטאט.

* * * *
רעפובליקאנע געזעצגעבער אין טענעסי זענען ארויסגעקומען מיט א ביטע צו איינוואוינער אין די סטעיט זאלן זיך גיין וואקסינירן קעגן די וויירוס, סיידן זיי האבן א בארעכטיגטע געזונטהייט אדער רעליגיעזע סיבה.

* * * *
א פרישע שטודיע צייגט אז וואלדפייער רויך קען פירן צו א העכערע ראטע פון קאוויד פעלער אין די באטראפענע געגענט.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: Re:

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יולי 27, 2021 8:48 pm

Kollel האט געשריבן:גא"מ להנ"ל כיהודה ועוד לקרא

ייש"כ פאר די פידבעק.
---
דעי שיקאגא מעיארקע ברויך מען קלאגן אויף ראסיזם.
א רעפארטער ביי איינע פון די רעכטע מידיע קוועלער האט טאקע אט דאס געטוען.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט