א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 28, 2021 1:12 pm

בולעטין מאנטאג פנחס:

די היינטיגע מאלצייט ווערט סערווירט אינעם קאמפיין הויפטקווארטיר
קומט אריבער און האט הנאה!
דערכאפט אייער הארץ און דערפרייט א הארץ פון א פריינט מיט א שיינעם טיפ

ייש"כ ותזכו למצוות!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 28, 2021 2:52 pm

הכל הבל האט געשריבן:בולעטין מאנטאג פנחס:

די היינטיגע מאלצייט ווערט סערווירט אינעם קאמפיין הויפטקווארטיר
קומט אריבער און האט הנאה!
דערכאפט אייער הארץ און דערפרייט א הארץ פון א פריינט מיט א שיינעם טיפ

ייש"כ ותזכו למצוות!

אכלתי ואוכל עוד?

געזונטערהייט און מיט א הארציגן אפעטיט אבער ביטע נישט פארגעסן איבערצולאזן א טיפ!

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג יולי 01, 2021 12:02 pm

אפאר אינטערסאנטע נייעסלעך איבער די ריקאל און קאליפארניע אויף גאווערנער געווין ניוסאם.

די דעמאקראטיש קאנטראלירטע לעגיסלעטאר האבן אריבער געפירט א געזעץ צוריקצוריקן די ריקאל עלעקשען צו אזוי פרי ווי אוגוסט, די רעפאבליקאנער פארפירן דערקעגן אז דאס איז געמאכט צו ארויסהלעפן די דעמאקראטישע גאווערנער.

גאווערנער געווין ניוסאם האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן זיין אייגענע געשטעלטע סעקראטערי אוו סטעיט, פארן אינפארסן א געזעץ וואס די גאווערנער האט אליין אינטערגעשריבן צוויי יאר צוריק.

פריער אין די יאר ווען קאמאלא העריס האט רעזיגנירט פון איר סענאט זיץ, האט גאווערנער ניסאם געשטעלט דער סעקראטערי אוו סטעיט פון קאליפארניע אלעקס פאדילע איבערצונעמען איר זיץ, און פאר סעקראטערי אוו סטעיט האט ער געשטעלט שירלי וועבער.

דער געזעץ אין קאליפארניע פלעגט זיין אז ווען איינער ווערט ריקאלט קען ער נישט ארויפלייגן אויף די בעלאט נעבן זיין נאמען די פארטי אויף וואס ער לויפט, ווי למשל נויסאם וואלט נישט געמעגט שרייבן אז ער לויפט אלס דעמאקראט, און 2019 האט די קאליפארניע געזעץ געבער אדורך געפירט געזעץ נומבער 151 אז מען זאל יא מעגן לייגן די פארטי נאמען אויף די בעלאט, מיט די טענה אז עס איז נישט יושר אז די וואס לויפן קעגן די ריקאלט גאווערנער זאלן יא מעגן לייגן פון וועלכע פארטי זיי זענען און די גאווערנער זאל נישט מעגן, די געזעץ איז דורך אין אסעמבלי 77-0, אין די סטעיט סענאט 38-0, די געזעץ איז געווארן אינטערגעשריבן דורך געווערנער ניוסאם.

די געזעץ האט אבער געלייגט איינצוימונגען אויף די צייט ווי לאנג דער גאווערנער קען אריינגעבן די פעפער ווארק עס ארויפצולייגן אויף די בעלאט, וואס לויט די געזעץ וואלט ניוסאם שוין עס געדארפט טוהן פאראיאר פעברואר, ווען עס איז די ערשטע מאל אריינגעקומען די פארלאנג פאר א ריקאל, וואס דאס איז געווען נאך פאר קאוויד ווען די שאנסן אז עס זאל זיין א ריקאל איז געווען נענטער צו נול, למעשה ווען ער האט געסיינט די פעפער ווארק דאן צו זיין בכלל אויף די בעלאט אויב וועט אויספעלן א ריקאל, האט ער בטעות נישט ארויפגעלייגט אז עס זאל שטיין דערנעבן אז ער לויפט אלס דעמאקראט, און וועט ער האט פארלאנגט א שטיק צייט צוריק פון די סעקראטערי אוו סטעיט עס ארויפצושטעלן אויף די בעלאטס, האט זי אפגעזאגט צוליב די אויבן דערמאנטע געזעץ, ניוסאם האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן די באשלוס פון די סעקראטערי אוו סטעיט.

זיינע טענות זענען, אז די סיבה פארוואס מען האט בכלל געטוישט די געזעץ צוויי יאר צוריק, איז געווען וויבאלד עס איז נישט גערעכט אז די אפאנענט זאל קענען לייגן אויף די בעלאט די נאמען פון די פארטי, און דער גאווערנער נישט, טעהנ'ט ער אז וויבאלד די וואס לויפן קעגן אים האבן צייט ביז 59 טעג פאר די ריקאל וואלן ארויפצולייגן זייער פארטי אויף די בעלאט דארף ער אויך מעגן, ווייל אז נישט האסטו דאך גארנישט אויפגעטוהן מיט די געזעץ, עס איז ווייטער אומיושר'דיג, איי פארוואס האסטו אינטערגעשריבן די געזעץ אזוי? זאגט ער אז וויבאלד ער האט געזעהן אז די געזעץ איז דורך אן קיין קעגנערשאפט אין די לעגיסלעטאר, האט ער נישט צוגעלייגט קיין קאפ צו די דעטאלן פון די געזעץ.
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 01, 2021 12:07 pm

ר' זעקל האט געשריבן:אפאר אינטערסאנטע נייעסלעך איבער די ריקאל און קאליפארניע אויף גאווערנער געווין ניוסאם.

הערליך שיין, געשמאק און קלאר!

א דאנק!

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג יולי 01, 2021 12:09 pm

קימט ווייט נישט צו צום מלך אליין, אבער איך האב פרובירט בעסטע שייך.
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 01, 2021 3:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:אפאר אינטערסאנטע נייעסלעך איבער די ריקאל און קאליפארניע אויף גאווערנער געווין ניוסאם.

הערליך שיין, געשמאק און קלאר!

א דאנק!

;l;p-
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג יולי 01, 2021 4:00 pm

ישר פאר אייך, עס איז מיר א ספעציעלע פארגעניגן צוריק צו הערן פון די געווענליכע קאקאש שרייבער.
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך משה בן יעקב » דאנארשטאג יולי 01, 2021 7:13 pm

ר' זעקל האט געשריבן:אפאר אינטערסאנטע נייעסלעך איבער די ריקאל און קאליפארניע אויף גאווערנער געווין ניוסאם.

די דעמאקראטיש קאנטראלירטע לעגיסלעטאר האבן אריבער געפירט א געזעץ צוריקצוריקן די ריקאל עלעקשען צו אזוי פרי ווי אוגוסט, די רעפאבליקאנער פארפירן דערקעגן אז דאס איז געמאכט צו ארויסהלעפן די דעמאקראטישע גאווערנער.

גאווערנער געווין ניוסאם האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן זיין אייגענע געשטעלטע סעקראטערי אוו סטעיט, פארן אינפארסן א געזעץ וואס די גאווערנער האט אליין אינטערגעשריבן צוויי יאר צוריק.

פריער אין די יאר ווען קאמאלא העריס האט רעזיגנירט פון איר סענאט זיץ, האט גאווערנער ניסאם געשטעלט דער סעקראטערי אוו סטעיט פון קאליפארניע אלעקס פאדילע איבערצונעמען איר זיץ, און פאר סעקראטערי אוו סטעיט האט ער געשטעלט שירלי וועבער.

דער געזעץ אין קאליפארניע פלעגט זיין אז ווען איינער ווערט ריקאלט קען ער נישט ארויפלייגן אויף די בעלאט נעבן זיין נאמען די פארטי אויף וואס ער לויפט, ווי למשל נויסאם וואלט נישט געמעגט שרייבן אז ער לויפט אלס דעמאקראט, און 2019 האט די קאליפארניע געזעץ געבער אדורך געפירט געזעץ נומבער 151 אז מען זאל יא מעגן לייגן די פארטי נאמען אויף די בעלאט, מיט די טענה אז עס איז נישט יושר אז די וואס לויפן קעגן די ריקאלט גאווערנער זאלן יא מעגן לייגן פון וועלכע פארטי זיי זענען און די גאווערנער זאל נישט מעגן, די געזעץ איז דורך אין אסעמבלי 77-0, אין די סטעיט סענאט 38-0, די געזעץ איז געווארן אינטערגעשריבן דורך געווערנער ניוסאם.

די געזעץ האט אבער געלייגט איינצוימונגען אויף די צייט ווי לאנג דער גאווערנער קען אריינגעבן די פעפער ווארק עס ארויפצולייגן אויף די בעלאט, וואס לויט די געזעץ וואלט ניוסאם שוין עס געדארפט טוהן פאראיאר פעברואר, ווען עס איז די ערשטע מאל אריינגעקומען די פארלאנג פאר א ריקאל, וואס דאס איז געווען נאך פאר קאוויד ווען די שאנסן אז עס זאל זיין א ריקאל איז געווען נענטער צו נול, למעשה ווען ער האט געסיינט די פעפער ווארק דאן צו זיין בכלל אויף די בעלאט אויב וועט אויספעלן א ריקאל, האט ער בטעות נישט ארויפגעלייגט אז עס זאל שטיין דערנעבן אז ער לויפט אלס דעמאקראט, און וועט ער האט פארלאנגט א שטיק צייט צוריק פון די סעקראטערי אוו סטעיט עס ארויפצושטעלן אויף די בעלאטס, האט זי אפגעזאגט צוליב די אויבן דערמאנטע געזעץ, ניוסאם האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן די באשלוס פון די סעקראטערי אוו סטעיט.

זיינע טענות זענען, אז די סיבה פארוואס מען האט בכלל געטוישט די געזעץ צוויי יאר צוריק, איז געווען וויבאלד עס איז נישט גערעכט אז די אפאנענט זאל קענען לייגן אויף די בעלאט די נאמען פון די פארטי, און דער גאווערנער נישט, טעהנ'ט ער אז וויבאלד די וואס לויפן קעגן אים האבן צייט ביז 59 טעג פאר די ריקאל וואלן ארויפצולייגן זייער פארטי אויף די בעלאט דארף ער אויך מעגן, ווייל אז נישט האסטו דאך גארנישט אויפגעטוהן מיט די געזעץ, עס איז ווייטער אומיושר'דיג, איי פארוואס האסטו אינטערגעשריבן די געזעץ אזוי? זאגט ער אז וויבאלד ער האט געזעהן אז די געזעץ איז דורך אן קיין קעגנערשאפט אין די לעגיסלעטאר, האט ער נישט צוגעלייגט קיין קאפ צו די דעטאלן פון די געזעץ.

יישר כח גדול, איך וויל נאר אנמערקען אז מען באקט קאקאש קעייק, (אויב סאיז א גרויסע שיעור) מיז מען נעמען חלה כדת וכדין.. איז ביטע פארגעסען נישט צי טין אזוי....

פוילער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פוילער » דאנארשטאג יולי 01, 2021 8:02 pm

הבל, ס׳מעגליך צו מאכן א קלארע סך הכל פון אלע רולינגס פון די סופרים קאורט די פארלאפענע סעזאן?

שכח פאר אלע באריכטן.
איך בין נישט קיין שרייבער, איך קאמאנטיר סך הכל.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 16486
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג יולי 02, 2021 12:33 am

ר' זעקל האט געשריבן:אפאר אינטערסאנטע נייעסלעך איבער די ריקאל און קאליפארניע אויף גאווערנער געווין ניוסאם.

שיין און קלאר. א דאנק!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 06, 2021 11:51 am

דינסטאג מטות מסעי

די אומפארטייאישע פראבלעם לעזער קאקוס אין קאנגרעס קומט ארויס אין שטיצע פון די אומפארטייאישע סענאט אינפראסטרוקטור ביל

*

דזשארדזשיא גאווערנאר ברייען קעמפ פלאנט א יולי 10 למספרם קאמפיין אנהויב ווען ער וועט אפיציעל עפענען זיינע ווידערערוויילונג פארזוכן פונדאסניי צו זוכן סאלידאריטעט פון א באזע וועלכע האט אים שטארק געשטיצט מיט פיר יאר צוריק אבער איז איצט צושפליטערט צוליב קרייק פון טראמפ אין זיין ריכטונג

*

רעדנדיג פון דזשארדזשיא האט נעיווי וועטעראן לאטהאם סאדלער וועלכע פארמעסט זיך אין די רעפובליקאנע פריימערי צו קענען לויפן אקעגן סענאטאר ווארנאק אויפגעטריבן 1.4 מיליאן דאלער אין די ערשטע 10 וואכן וואס ער זיצט אינעם פארמעסט
מען ערווארט אז הערשל וואלקער גייט אין קורצן מעלדן אז ער שפרונגט אריין אינעם פארמעסט

*

די וואל סטריט דזשורנאל ווייסע הויז קארעספענדאנט קומט ארויס מיט א בוך אין עטליכע טעג ארום און דעקט אויף א רייע קרישקעלעך איבער די טראמפ אדמיניסטראציע
ער פארציילט אז אז ביי איין פאל האט דזשעראד קושנער אין געשפרעך מיט ראנא מקדעניעל באצייכנט זיין ראלע אז עס איז בלויז צו באשוצן זיין שווער פון אידיאטן וועלכע שפורן צי זיכער מיט די שאנסן צו געוואונען און גענוצט קעליען קאנוועי אלץ ביישפיל אויספירנדיג אז עס קימערט אים בכלל נישט די צוקונפט פון די רעפובליקאנע פארטיי
טראץ זיין אבזערוואציע איבער קאנוועי האט ער איר אבער יא אויסגעלויבט אלץ א געוואלדיגע אויסוואל ווען טראמפ האט באטראכט אויב ער זאל איר צוריקנעמען אויפן זיין וויידערערוויילונג קאמפיין
צווישן אנדערן פארציילט די די בוך אז געוויסע שטאב מיטגלידער פון די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע האבן נישט געשטימט פאר טראמפ אין 2020 למספרם
די בוך ציטירט אויך פון רעפובליקאנע קאנגרעסמאן דען קרענשאו פון טעקסאס וועלכע האט דוכראויס זיין רעדע ביי די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנווענשאן נישט דערמאנט פרעזידענט טראמפ
קרנשאו האט אנגעבליך פריוואט ערקלערט אז ער האט געזעהן דעם פרעזידענט אלץ די גרעסטע לאסט פאר זיינע אייגענע ווידערערוויילונג שאנסן אין זיין דיסטריקט

*

אריינטרעטנדיג אין די פראצעדור ווען סטעיטס שרייבן איבער זייערע דיסטריקטן צו רעפלעקטירן די דעמאגראפישע טוישונגען וועלכע די מענזוס ציילונג האט געברענגט קומען פאר אינערליכע דעבאטעס אין רעפובליקאנע רייען ווי אגרעסיוו מען זאל קאפיטאליזירן דערויף
געווענליך וועלן סטעיט פארטייען אראפציפן פון פארזיכערטע דיסטריקטן און עס צוטשפען צו דערנעבנדיגע דיסטריקטן געהאלטן דורך די קעגנערישע פארטיי עס צו מאכן מער סווינגי און גיבן א שאנס עס צו פארכאפן
אין פילע סטעיטס הערט מען אבער פון רעפובליקאנע קאנגרעס מיטגלידער וועלכע רעדן זיך אפ אז זייער אמאל פארזיכערטע דיסטריקטן זענען שוין נישט אזוי צעמענטירט צוליב דעמאגראפישע טוישונגען און זיי זענען באזארגט אז יעדע שטיקל וואס מען ציפט אראפ דערפון קען שטעלן די דיסטריקט אין געפאר און אויב וועט מען צוליב דעם פארלירן די זיץ און מען וועט אויך נישט ארויסשטויסן דעם שכינות'דיגן דעמאקראט וועט מען האבן דערלייגט אויף ביידע פראנטן
די דיסקוסיעס קומען פאר איבער אזעלכע זיצן ווי דזשים קופער פון נעשוויל טענעסי און שעריס דעווידס פון אומאהא נעבראסקא וועמענס דיסטריקטן רעפובליקאנער ווילן מאכן מער פוירפל אבער זענען אומזיכער צו זיי קענען זיך ערלויבן אוועקצוגעבן גענוג פון די אייגענע טעריטאריע
קוםער האט לעצטנס אנערקענט אז ער זעהט נישט וואס עס וועט צוריקהאלטן רעפובליקאנער וועלכע פארמאגן א סופער מאיאריטעט אין די לעגיסלאטור פון אויסגיסן אביסל רויטע פארב אויף זיין דיסטריקט
אין קענטאקי האט די רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע דעלעגאציע זיך פארבונדן מיט די לעגיסלאטור און זיי געבעטן נישט צו מאכן א ציהל צו באזיגן דעם איינציגסטן דעמאקראטישע קאנגרעסמאן אין די סטעיט דזשאן יארמוט ווייל זיי זענען נישט גרייט אז מען זאל טשעפען מיט זייערע שטארק רויטע סיטי גרעניצן און שטעלן זייערע אייגענע בענקלעך אין געפאר

*

א געוויסע שפלינטער גרופע וועלכע האט זיך אפגעריסן נאך מיט יארן צוריק פון די באקאנטע עימיש געמיינדע און געמאכט שבת פאר זיך און אדאפטירט א גאר פרימיטיווע לעבנס שטייגער האט זיך געטראפן פארוויקלט אין א לעגאלע געראנגל מיט די א קאונטי אין מינעסאטע וואו זיי וואוינען

די גרופע זוכט אויסצומיידן וואס מער די באנוץ פון טעכנאלאגיע און האט דעריבער איינגעפירט צו נוצן די גרויע וואסערן (וואסער וועלכע מען האט גענוצט צו פאר כיבוס, בישול און רחיצה) צו באוואסערן זייערע פעלדער אדער עס באהאנדלען מיט אומסאפיסטיקירטע מיטלען

פילמאר קאונטי איז אבער נישט געווען צופרידן און פארלאנגט אז זיי זאלן אינסטאלירן סעפטיק טענק סיסטעמען צו באהאנדלען די וואסער אפלויף געהעריג ווייל איבערנוצן אזעלכע שמוציגע וואסערן קען פירן צו ווירוס און אנדערע קרענק אויסברוכן

די גרופע האט אריינגעטראגן א קלאגע אין א סטעיט געריכט מיט די טענה אז איינשטעלן פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואלט פארלעצט זייערע רעליגיעזע גלויבונגען וועלכע רופט זיי צו לעבן וואס מער אפגעהאקט פון די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט אבער די געריכט האט געגעבן רעכט פאר די קאונטי

אן אפעלאט איז געווארן אריינגעטראגן צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט זיך אנטזאגט אויסצוהעירן די קעיס אבער די גרופע האט זיך דאן געוואנדן צום פעדעראלן סופרים קאורט וועלכע האט אצינד פארארדנט די מינעסאטע געריכט איבערצוקוקן די קעיס אין ליכט פון א סופרים קאורט אורטייל מיט א קורצע צייט צוריק וועלכע האט איינשטימיג געגעבן רעכט פאר א פילאדעלפיע יתומים היים וועלכע האט געשריבן אז זיי וועלן נישט אקצעפטירן אזלעכע קינדער וועלכע קומען פון געמיינע שטובער

די געריכט האט אין יענע פאל אונטערגעשטראכן און אצינד ווידערהאלט אז טראץ וואס די רעגירונג קען ארויפשטעלן באגרעניצונגען אויף מענטשן אזוי לאנג ווי די רעגולאציע איז דירעקט דעזיגנירט צו סערווירן אן עכטע רעגירונג אינטערעסע מוזן זיי אבער אקעגנקומען מיט אויסנאמען פאר רעליגיעזע געמיינדעס אויב זיי מאכן אויסנאמען פאר סעקולערע מענטשן

אין אונזער פאל ערלויבט די קאונטי פאר מענטשן וועלכע טוען אריבערברענגן זייער גענוצטע וואסער מיט די הענט צו זייערע פעלדער ווי איידער עס טראנספארטירן אהין מיט אייגן פארבריצירטע מיטלען און דעריבער האט ריכטעאר גארסוטש געשריבן אז די מינעסאטע געריכט מוז אויסהערן די קעיס

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג יולי 06, 2021 5:26 pm

יישר כח, קורץ און שארף !

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג יולי 06, 2021 5:45 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:יישר כח, קורץ און שארף !
כתיבה וחתימה טובה
הק' איתמר טייטעלבוים
אבדק"ק ד'לאניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

popo
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך popo » מיטוואך יולי 07, 2021 1:28 am

An Israeli doctor in her 50s who chose not to get vaccinated contracted COVID and is now hospitalized in serious condition and attached to an ECMO machine, Channel 13 News reported.

The doctor, who practices as a family doctor in a private clinic, began developing symptoms at the beginning of last week. However, despite her symptoms, she didn’t get tested for COVID and continued seeing patients.

At least eight patients have tested positive for the coronavirus after seeing her.

In the wake of the incident, the Health Ministry is demanding to increase enforcement of sanctions against physicians who choose not to vaccinate.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 07, 2021 4:42 pm

מיטוואך מטות מסעי

פרעזידענט ביידען אין ענדיגט א רעדע אין אילינאי איבער זיין אמעריקאנע פאמילע פלאן אויספירנדיג אז ער ווייסט אז עס איז א לאנגווייליגע רעדע אבער עס איז א וויכטיגע

*

דער סאודישער קעניג אבדולא וועט באזוכן די וואשינגטאן אום יולי 19 למספרם

*

א פעק וועלכע פאררופט זיך מיטן נאמען דעמאקראטישע מאיאריטעט פאר די איזראעל אטאקירט די סאנדערס געשטיצע סענאט קאנגרעס קאנדידאט נינא טורנער פארן שטערן ביידען'ס פלאן צו בויען ווייטער אויף אבאמאקעיר פון ווערן איינגעשלאסן אין די 2020 למספרם דעמאקראטישע פארטיי פלאטפארמע
טורנער'ס קעגנער שאנטעל בראון ווערט געשטיצט דורך די מעסיגע עטאבלישמענט פליגל פון די פארטיי אריינגערעכנט די קלינטאן'ס, פרא איזראעלי גרופעס און די אפריקאנע אמעריקאנע קאקוס אין די צייט וואס טורנער ווערט געשטיצט דורך בערני סאנדערס און קאנגרעספרוי קארטעז

*

טעקסאס גאווערנאר האט געמאלדן די סקעדזשולע פאר די ספעציעלע לעגיסלאטיווע סעסיע וועלכע ער האט פאררופן פאר קומענדיגע מארגן דאנערשטאג און צו קיינעם'ס איבערראשונג נעמט עס אריין דאס שטימען אויף א רעפובליקאנע וואל רעפארם ביל באיאקאטירט דורך דעמאקראטן מיט עטליכע וואכן צוריק

*

עס איז הימל און קעז אין וויסקאנסין
וויסקאנסין איז באקנאט אלץ די אמעריקא'ס מילך לאנד וועלכע פראדוצירט די מערסטע מילכיגע פראדוקטן פון סיי וועלכע סטעיט און די קוה איז די אפיציעל אנערקענטע דאמעסטישע באשעפעניש אין די סטעיט און מילךאיז דא אפיציעלעס סטעיט געטראנק
אקטיוויסטן האבן אבער אויפגעהויבן א וויי געשריי אז די סטעיט האט קיינמאל נישט אנערקענט קעז צו זיין די אפיציעלע עסנווארג פון די סטעיט און פרובירן שוין עטליכע יאר אריבערצופירן אזא געזעץ
די עסקנים האבן אויסגעקליבן די קאלבא קעז אלץ די קעז פון די סטעיט טראץ וואס מאזארעחא איז די מערסט פראוצירסטע קעז ערקלערנדיג אז קאלבי האט א ספעציעלע פארבינדונג צו די סטעיט היסטאריע
די געזעץ איז באקעמפט געווארן דורך געוויסע לעגיסלאטארן וועלכע זענען באזארגט אז ארויסהויבן איין סארט קעז וועט אראפקלאפן סעילס פון די אנדערע ערליי
אבער נאך פיל מיה איז ענדליך געלונגען פאר די קעזיסטן אויפצוברענגן די ביל פאר אן אפשטימונג אין אן אסעמבלי קאמיטע פאר אן אפשטימונג היינט מיטאג

*

נעכטן האבן מיר באריכטעט אז די קאנגרעסיאנאלע רעפובליקאנע דעלעגאציע פון קענטאקי האט געבעטן פון די פארטיי'ס לעגיסלאטארן נישט אראפצוציפן פון זייערע דיסטריקטן מיטן ציהל פון פאררויטלען עטוואס די דיסטריקט פון דזשאן יאמאט וועלכע איז דער איינציגסטע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן אין די סטעיט צוליב זארג אז עס וועט באדראען זייערע אייגענע דיסטריקטן
היינט קומט די נייעס אז יארמאט קען אויסשטיין א קאמף פון איינווייניג ווען דער אפריקאנער אמערקיאנער סטעיט רעפרעזענטאט אטיקא סקאט האט געמאלדן אז זי גייט לויפן אקעגן יארמאט פון לינקס

*

ענווייראמענטאלע אקטיוויסטן שוויצן שוין פאר עטליכע מאנאטן ווי אזוי אהערצושטעלן א רייע ענערגיע סטאנדארט פארלאנג אין א וועג וועלכע זאל זיך קענען דורכשווערצן א רעקאנסיליאציע רעזאלוציע
די בירד רול ערלויבט נישט אלגעמיינע געזעץ פארשלאגן צו ווערן אויפגעברענגט אונטער די פארמאט וועלכע מיידט אויס א פיליבאסטער געפאר סיידן זי האט א דירעקטע אימפאקט און איז שטארק פארבונדן צו די בודזשעט
די ארגינעלע טרוים פון די לינקע איז געווען אריבערצופירן א גלאטע געזעץ וועלכע צוואנגט יוטיליטי פירמעס צו רעדוצירן די מאס קארבאן און איינשליסן מער ריינע ענערגיע מיטלען ווי ווייט און סאולאר און פארזיכערן אז ביז יארע 2035 למספרם נוצט מען מער נישט קיין קארבאן
די פראבלעם וועלכע שטייט זיי אין וועג איז אז די פארלאמאנטעריען וועט עס ווארשיינליך ארויסשניידן פון די ברייטע אינפראסטרוקטור צווייטע פארזעצונג פעקל צוליב די זעלבע סיבה וואס זי האט נישט ערלויבט צו נוצן יענע שטראז פאר א מינימום העכערונג געהאלט מיט עטליכע מאנאטן צוריק און פאר די אויבנדערמאנטע סיבה און גלייכצייטיג הערט מען גאנץ קלאר אז א שטייער אויף קארבאן ווערט אויסגעשלאסן
די אקטיוויסטן ארבעטן אצינד אהערצושטעלן די פלאן אלץ אן אינוועסטירונג פראגראם אונטער וועלכע די פירמעס וועלכע קומען נאך די נויטיגע רעגולאציעס ווערן באלוינט פון די פעדעראלע רעגירונג און פארלעצער ווערן באשטראפט און האפן אז עס וועט צופרידנשטעלן די פארלאמאנטעריען טראץ וואס בודזשעט און סענאט עקספערטן זענען נאך היבש אומזיכער דערין

*

אינעם פארלאפענעם סופרים קאורט טערמין האט מיר אויספירליך באהאנדלט א קעיס אין וועלכע די געריכט האט מיט 4-5 געאורטיילט אז טראץ וואס סטעיט רעגירונגען מוזן נישט סובסודיזירן פריוואטע שולעס קענען זיי אבער נישט אויסשליסן רעליגיעזע שולעס אויב זיי ערלויבן נאן רעליגיעזע שולעס צו געניסן פון אזא פראגראם

איין פראגע וועלכע די ריכטער האבן נישט באהאנדלט ביי די מאנטאנא קעיס איז געווען אויב די זעלבע איז גילטיג ביי פראגראמען אונטער וועלכע די סטעיט גיבט נישט די סוסודיעס דירעקט פאר די שולעס נאר אפערירט פראגראמען וועלכע גיבט גרענטס פאר סטודענטן זיי ארויסצוהעלפן פינאנצירן זייערע פריוואטע רעליגיעזע שולע קאסטן

אין מעין טוען איבער האלב פון די פובליק שולע דיסטריקטן נישט זעלבסט אפערירן קיין אייגענע הויך שולעס נאר אנשטאט טוען זיי דעקן די קאסטן פון סטודענטן צו קענען גיין צו אנדערע פובליק אדער פריוואטע שולעס סיי אינערהאלב אדער אפילו אינדרויסן פון די סטעיט אזוי לאנג ווי די שולעס זענען נישט אנגעשלאסן אין "א סעקטע"

דעיוויד קארסאן און אנגעלא נעלסאן האבן אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די פראגראם זאגנדיג אז זיי ווילן געניסן פון די פאנדינג צו קענען שיקן זייערע קינדער צו א פריוואטע קריסטליכע שולע אבער די סטעיט האט עס באצייכנט אלץ סעקטעריען און אלץ אומקוואליפיצירט

די עלטערן האבן זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט און די ערשטע סירקוט קאורט האט עווענטועל געאורטיילט אז די פראגראם איז קאנסטיטוטיציאנאל צוליב וואס עס ערלויבט שולעס מיט א רעליגיעזע סטאטוס צו קוואליפיצירן און שליסט בלויז אויס אזלעכע שולעס וועלכע פרעדיגן די רעליגיע ווייל די סטעיט טענה'ט אז זי קען געזעצליך נישט פינאנצירן דאס פארשפרייטן רעליגיע

די עלטערן האבן עס אפלעירט צום סופרים קאורט און צווישן אנדערן דערמאנט א שולע אין ניו העמפשיר וועלכע איז בלויז רעגיסטרירט אלץ רעליגיעז און דארט לערנט א זוהן פון הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס און יענע שולע קוואליפיצירט יא אונטער די פראגראם

די סופרים קאורט איז אצינד איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס אין זייער קומענדיגע סעסיע

אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שמואלי לענעראוויטש » מיטוואך יולי 07, 2021 4:43 pm

אהה!! איך האב שוין געהאט אויפגעגעבן פאר היינט! ייש''כ!!

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך יולי 07, 2021 4:51 pm

ייש’’כ @הכל
קרית יואל’ע דרייווערס, לערנטס ענק אויס דרייוון.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך יולי 07, 2021 4:58 pm

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:אהה!! איך האב שוין געהאט אויפגעגעבן פאר היינט! ייש''כ!!

יש'כ הבל.
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 07, 2021 5:38 pm

יישר אלע!

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » מיטוואך יולי 07, 2021 6:26 pm

ש'כח הבל
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!

אוועטאר
א הייסע קאווע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע: מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך א הייסע קאווע » מיטוואך יולי 07, 2021 6:30 pm

יישר כח!!!
געווען אביסל קאלט די קאווע נעקסטיים מאך עס הייסער!
און פאר איך פארגעס לייג צו צוקער....
די בעסטע קאווע איז:
קוה אל ד'
☕☕☕

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך יולי 07, 2021 6:46 pm

א הייסע קאווע האט געשריבן:יישר כח!!!
געווען אביסל קאלט די קאווע נעקסטיים מאך עס הייסער!
און פאר איך פארגעס לייג צו צוקער....

דא איז נישט קיין רעסטוראנט, מ’באקומט וואס מ’געבט און מ’זאגט ש’כח.

שטייצעך גארנישט פערזענליך.
קרית יואל’ע דרייווערס, לערנטס ענק אויס דרייוון.

עולם האמת
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עולם האמת » מיטוואך יולי 07, 2021 6:48 pm

thanks alot!!!

אוועטאר
א הייסע קאווע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע: מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך א הייסע קאווע » מיטוואך יולי 07, 2021 6:58 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
א הייסע קאווע האט געשריבן:יישר כח!!!
געווען אביסל קאלט די קאווע נעקסטיים מאך עס הייסער!
און פאר איך פארגעס לייג צו צוקער....

דא איז נישט קיין רעסטוראנט, מ’באקומט וואס מ’געבט און מ’זאגט ש’כח.

שטייצעך גארנישט פערזענליך.

פארשטאנען...
עס איז א געשמאק צו ליינען יעדען טאג יישר כח
פארשטייצעך נישט "שטייצעך"
גארנישט פערזענליך.
די בעסטע קאווע איז:
קוה אל ד'
☕☕☕

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 08, 2021 10:30 am

דאנערשטאג מטות מסעי

ווערנדיג געפרעגט נעכטן אויס ער איז באזארגט איבער די מעגליכקייט אז קאבול וועט פאלן צו די טאליבאן זאגט פרעזידענט ביידען אז ער וועט האבן מער צו זאגן דערוועגן היינט דאנערשטאג
דער פרעזידענט האט א געסקעדזשועלטע זיצונג אויף היינט באהאנדלען די אפגאניסטאנע פראגע ביי א זיצונג מיט זיין נאציאנאלע זיכערהייט שטאב און איז ערווארטעט נאכצופאלגן מיט א רעדע

*

די ווייסע הויז האט נעכטן געזאגט אז די אומפאר אינפרא (גענוג געווען מיט די לאנגע ווערטער, אפילו די פארהאנדלער צווישן זיך זענען לויט קוועלער אויפגעקומען מיט אן אקראנים פאר די "אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור פעקל" און רופן עס עס בי"ף צווישן זיך) קען לאנדן אויפן סענאט פלאר פאר אן אפשטימונג אין צוויי וואכן פון איצט
געוויסע קוקן עס אן אמביציעז אבער מען הערט אז די ווייסע הויז וויל אז אויף יולי 19 למספרם זאלן זיך זאכן אנהויבן רוקן אינעם סענאט

*

מיטש מעקאנעל ביי א רעדע אין קענטאקי זאגט אז ער האט נישט געשטימט פאר די ביידען סטימיולוס פעקל אבער רעקאמענדירט מענטשן צונוצן די געלט קלוגערהייט ווייל עס גייט נישט קומען נאכאמאל אזאנס

*

רעדנדיג פון מעקאנעל האבן פירנדע קאנסערוואטיווע גרופעס געשיקט א בריווצום סענאט מינאריטעט פיערער אז ער זאל נישט קלערן פון שטיצן א ביל וועלכע העכערט פאנדינג פאר די איי אר עס אפילו מיט א צענט

*

טעקסאס גאווערנאר גרעג אבאט וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג אקעגן עטליכע רעפובליקאנער אין א פריימערי פארמעסט האט אין די לעצטע 10 טאג פון יוני למספרם אויפגעטריבן פרישע 18.7 מיליאן דאלער און זיצט מיט 55 מיליאן דאלער אין די באנק

*

ווי נעכטן באריכטעט גרייט זיך די טעקסאס לעגיסלאטור היינט צו באשטעטיגן א וואל רעפארם פעקל נאך וואס דעמאקראטן האבן עס סוקסעספול באקעמפט מיט ארויסשפאצירן פון זאל מיט עטליכע וואכן צוריק
דער טעקסאס הויז ספיקער איז א רעפובליקאנער און האט אין די פארגאנגנהייטגעזאגט אז ער וועט נישט צושפארן קיין טיהרן אפצוהאלטן אזא באיאקאט און וועט נישט איינשפאנען די אויטאריטעטן צו ארעסטירן מעמבערס וועלכע זענען אפוועזנד אבער איצט זאגט ער אז דעמאקראטן האבן קלארגעשטעלט אז זיי האלטן אלע זייערע אפציעס אויפן טיש און ער וויל זיי לאזן וויסן אז אויך ער האלט זיינע אלע אפציעס אויפן טיש

*

דער פריש ערוויילטע קאנגרעספרוי פון אייאווע מילער מיעקס וועמענס ראזאר שמאלע געוואונס פון זעקס שטימען איז געווארן באשטעטיגט נאך א לאנג פארצויגענע קאמף האט אויפגעטריבן 480 טויזנט דאלער אין די פארלאפענע למספרם קווארטאל און זי זיצט מיט 1.1 מיליאן דאלער אין די באנק

*

הכל הבל האט געשריבן:אין די דזשארדזשיא סעקרעטערי אוו סטעיט פארמעסט האבן שוין דוד בעלע איסלע און קאנגרעסמאן דזשודי הייס און א לאקאלע ריכטער געמאלדן אז זיי לויפן אקעגן ראפענסבערגער און פרעזידענט טראמפ האט אינדארסירט הייס

איסלע גייט מעלדן אז ער האט אויפגעטריבן איבער 160 טויזנט דאלער און זיצט מיט א קאסע פון 100 טויזנט דאלער

*

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:רעפאבליקאנער שרייבער דשזעי די ווענס האט היינט אפציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר די אהייא סענאט זיץ.
ווענס וואס איז געווען ביז לעצטענס א טראמפ העיטער, איז לעצטענס געווארן א שטארקע טראמפ שטיצער. (פארוואס..?!)
ער הייבט אן זיין קאמפיין מיט 10 מיליאן דאלער אין באנק.
ווענס האט אויסגעמעקט די טוויט פון 2016, פאר אומבאקאנטע סיבות..
"קלאב פאר וואקס" וואס האט אינדארסירט מאנדעל, האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט זאגענדיג אז ווענס איז א פאלשע קאנסעוואטיווער.
ווענס אויף די אויסגעמעקטע טוויט: "ס'איז געווען א טעות דאס וואס איך האב געהייסן נישט שטימען פאר טראמפ"
ווענס זאגט אז טראמפ'ס פאליסיס איבער אימיגראציע האט אים געמאכט ווערן א טראמפ שטיצער.
ער זאגט אז ער וויל זייער שטארק באקומען די טראמפ אינדארסירונג.

ווענס זאגט אז דאס וואס סענאטאר דזשאש האולי האט געטימט אקעגן דאס באשטעטיגן די פרעזידענט וואל רעזולטאטן איז געווען די ריכטיגע זאך צו טוהן

*

א קעגנזייטיגע לאביאונג קאמף האט אויסגעבראכן צווישן די דראג קאמפעניס און די פאפיר אינדוסטריע
א פרישע פארלאנג האט געמאכט איר וועג אריין אין א דרעפט פון איינע פון די קומענדיגע רעגירונג ספענדיג בילס וועלכע פארלאנגט אז אז דראג פרעסקריפשאנס זאלן מוזן ווערן געדרוקט אויף פאפיר ווי איידער דיגיטאל צוליב זיכערהייט פון די אינפארמאציע און די דראגיסטן גיסן געלט צו פארזיכערן אז עס ווערט ארויסגעשניטן אבער די פאפיר אינדוסטריע שעיסט געלט אויף עס אנצוהאלטן ווייל עס ועט הייבן די פארלאנג פאר פאפיר

*

דזשעין קאמינגס איז א פרוי וועלכע איז פון געבורט אויס טויב און לעגאל בלינד ל"ע האט באזוכט א לאקאלע פיזישע טעראפי ריהעב צענטער וועלכע געניסט פון פאנדינג פון די רעגירונג פאר רוקן ווייטאג באהאנדלונג

די פאציענט האט פארלאנגט אן איבערזעצער וועלכע קען די שפראך וועלכע זי רעדט איר צו העלפן קאמיוניקירן מיט די טעראפיסט אבער די שטאב האט אפגעווארפן די פארלאנג און אנגעבאטן אז קאמיוניקאציע זאל פארקומען דורך געשריבענע נאטיצן און ליינען ליפן און אנדערע קערפער באוועגונגען אדער אז זי זאל זעלבסט ברענגן איר אייגענע איבערזעצער

זי האט זיך געוואנדן צו א צווייטע צענטער וואו זי איז נישט געווען צופרידן און צוריקגעקומען צום ערשטן און באנייעט אירע פארלאנגען אבער געווארן נאכאנאנד אפגעזאגט

פרוי קאמינגס האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די צענטער מיט די טענה אז זיי האבן פארלעצט סעקשאנס פון די דיסעביליטיס אקט מיטן דיסקרימינירן אקעגן דיסעיבלד מענטשן אבער די דיסטריקט געריכט און שפעטער די פיפטע סירקוט האט ארויסגעווארפן די קעיס שרייבנדיג אז די געזעצן אונטער וועלכע זי קלאגט איז אויסגעשטעלט ווי א רעגירונגס קאנטראקט אין קאנגרעס האט באשטעטייגט ספענדינג צו ארויסהעלפן אזעלכע צענטערן אויב טוען זיי זיך פרייוויליג אראפבונדן צו די מאסנאמען און רעגולאיעס פון די פעדעראלע רעגירונג ווי צום ביישפיל די פארבאט אויף דיסעיביליטי דיסקרימינאציע

די קלאגע פון די פרוי איז געווען אז די באהאנדלונג פון די צענטער האט איר געשאפן עמאציאנאלע שוועריגקייטן און לויט די פיפטע סירקוט איז עמאציאנאלע שוועריגקייטן אין אלגעמיין נישט עפעס וואס ליגט אינערהאלב געווענליכע פארלאנגען פאר ראציאנאלע קאמפענצאסיע שאדנס נאר לויפט סינאנים מיט איבערגעטריבענע שטראפן און ווען די צענטער האט איינגעשטימט זיך צוצושטעלן צו רעגירונג פארלאנגען צו דעקן דיסעיביליטי דיסקרימינאציע פארלעצונגען האט עס נישט אריינגענומען קלאגעס פון עמאציאנאלע שוועריגקייטן

זיי האבן אנגעוויזן אז א פריערדיגע סופרים קאורט אורטייל האט געשריבן אז צו קענען באשולדיג פירמעס וועלכע געניסן פון פעדעראלע פאנדינג און ברעכן זייער קאנטראקט מוז מען איבערצייגן אז די פירמעס זענען געווען "אויף נאטיץ" וואס באדייט אז זיי האבן ערווארטעט און פארשטאנען אז אזעלכע שאדנס איז עפעס וואס די קאנטראקט ערווארט זיי צו קאמפענצאסירן און די קרייז געריכט פירט אויס אז עמאציאנאלע שטראפן קומט עס נישט נאך

די אורטייל פון די פיפטע קרייז געריכט גייט נאז צו נאז מיט אן אורטייל פון די עלפטע סירקוט צוריק אין 2007 למספרם וועלכע איז געקומען צום אויספיר אז וויבאלד עס איז נארמאל און ערווארטעט די מעגליכקייט אז ווען מען דיסרימינירט אזעלכע מענטשן זאל עס פירן צו עמאציאנאלע שוועריגקייטן איז דעריבער דארפן רעגירונג פינאנצירטע צענטערן וועלכע האבן זיך פארפליכטעט צו די רעגולאציעס יא פארשטיין אז זיי וועלן מוזן גיבן אנטשעדיגונג פאר סיי וועלכע שאדן כולל אין דעם עמאציאנאלע און זייער איינגיין אויפן קאנטראקט באדייט אז זיי האבן זיך עס אונטערגענומען

די פיפטע סירקוט האט אבער אפגעווארפן די באהויפטונג אלץ נישט גענוג זיי מחייב צו זיין צוליב וואס לויט די פרעצעדענט איז נישט גענוג אז עס איז נארמאל צו ערווארטן אזעלכע קאנסקווענצן נאר עס פארלאנגט זיך אז אז די פירמעס זענען געווען "אויף נאטיץ" וואס באדייט אז זיי האבן ערווארטעט און פארשטאנען אז אזעלכע שאדנס איז עפעס וואס די קאנטראקט ערווארט זיי צו קאמפענצאסירן

וויבאלד די צוויי געריכטן זענען אין קאנפליקט האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס און וועט עס באהאנדלען אינעם קומענדיגן געריכט סעסיע

א לעכטיגן שבת!

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, איזהו חכם און 13 געסט