א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15734
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 16, 2021 10:34 am

מיטוואך קרח






וויצע פרעזידענט העריס נעמט היינט אויף א רייע פרויען סענאטארן פאר א נאכטמאל אין די וויצע פרעזידענט רעזידענץ


*


צוויי זעלנער פון די פארט הוד מיליטערישע באזע געווארן אנגעקלאגט נאך פארזוכן אריינצושמוגלען אומלעגאלע אימיגראנטן אריין קיין טעקסאס


*

האיער האט געזאגט פאר רעפארטער אז ער האפט נאכאלץ צו באשטעטיגן אלע אדער כאטש די מערהייט פון די אפראפיעישאן בילס נאך פאר אוגוסט למספרם אבער עס קוקט נישט אויס צו גיין אין יענע רכטונג און לויט אלע ווארשיינליכקייטן רוקט זיך קאנגרעס נענטער צו שטימען אויף א סי אר צו האלטן די רעגירונג אפן אויף די איצטיגע ספענדינג שטאפלען

*

שומער און פעלאסי האבן זיך ווי עס שיינט פארשטענדיגט איבער דאס אפשטעלן דאס טעראריזירן סענאטאר מענשין וועם זיי וועלן דארפן האבן אריבערצופירן סיי וועלכע אינפראסטרוקטור ביל
שומער האט געבעטן פון דרויסנדיגע גרופעס מער נישט צו קוועטשן אויף מענשין צוליב זיין שטעלונג אויף וואל רעפארם און פעלאסי האט אויך געבעטן אירע מעמבערס נישט צו קריטיקירן אינדיווידועלע סענאטארן


*


נאך וואס מעקאנעל האט נעכטן אויסגעדרוקט אומגרייטקייט צו באשטעטיגן א ביידען נאמינירטע סופרים קאורט קאנדידאט אויב זאלן רעפובליקאנער צוריקכאפן די סענאט און נאך וואס קאנגרעספרוי קארטעז איז ארויסגעקומען אפיציעל רופן פאר ברייער'ס רעטייערמענט גרייטן זיך 13 ליבעראלע גרופעס ארויסצוקומען מיט א באצאהלטע רעקלאמע אין פאליטיקא צו רופן פאר די רעטייערמענט פון ברייער


*

עס קוקט אויס אז די רעגירונג וועט נישט זוכן טורמע טערמינען פאר אלע אנגעקלאגטע אינעם קעפיטאל איבערפאל נאך וואס איינע פון זיי גייט ווערן געסענטענס איבערמארגן פרייטאג און פראקורארן זענען איינגעגאנגען צו פארלאנגען בלויז פראבעישאן אז יענער זאל צושטעלן 40 שטונדן קאמיוניטי סערוויס און באצאהלן 500 דאלער אלץ שטראף


*

ראדזשער סטאון האט פארלאנגט אז די געריכט זאל אים גיבן א 90 טאג סטעי אין די אנקלאגע פון די איי אר עס איבער 2 מיליאן דאלער אין אומבאצאהלטע שטייער
סטאון האט געשריבן אז ער איז פארנומען זיך אפגעבן מיט זיין פרוי וועלכע איז לעצטענס געווארן דיאגנאזירט מיט די ביטערע מעשה ר"ל און די רעגירונג איז איינגעגאנגען אויף די פארלאנג


*

דאן טראמפ דזשוניאר זאגט אז ער איז נישט באזארגט אז אלען ווייסלבערג פון די טראמפ ארגאנאזאציע וועט פליפן אויף זיין פאטער גלויבנדיג אז עס איז נישטא קיין שמוץ אויפצודעקן
עס קומט נאכדעם וואס ער איז געווארן באקאנט אז מאנהעטען דיסטריקט אטוירני סיירוס וועינס האט געלייגט א האנט אויף די שטייער רעקארדס פון ווייסלבערג און פארשט אויב ער איז באגאנגען קרימינאלע פארלעצונגען מיטן זיך אויסדרייען אין צאהלן שטייערן און מען קלערט אז עס איז א טאקטיק אים צו מאכן זינגען אקעגן זינע אויבערהארן איבערהויפט נאך וואס א צווייטע הויכראנגיקע איינגעשטעלטע אין די ארגאנאזאציע האט שוין אויפגעטראטן פארנט פון די גרענד דזשורי


*

סארא האקעבי סאנדערס פארמעסט זיך פאר די ארקענסאו גאווערנאר שטוהל אקעגן ליוטענאנט גאווערנאר טים גריפין און אטוירני זשענעראל ראטליזש
אצינד האט אן אפריקאנע אמעריקאנער נוקלעארע אינדזשעניר, קריס דזשאונס געמאלדן אז ער לויפט אויף די דעמאקראטישע זייט

הכל הבל האט געשריבן:והשיב את הגזילה!

פאלגענד איז א קעיס וועלכע מיר האבן שוין מערערע מאל אראפגעברענגט און צוליב א פרישע אפדעיט ווערט די גאנצע כראנאלאגיע ווידערמאל אהערגעברענגט מיט די נייע אפדעיט ביים ענדע


טייסאן טימבס אן אינדיאנא מאן האט פארלוירן זיין פאטער אין 2012 למספרם אבער גלייכצייטיג געמאכט א ברוך הטוב והמטיב ערהאלטנדיג א סומע קעש פון א לייף אינשורענס פאליסי מיט וועלכע זיין פאטער האט אים אינזין געהאט צו באזארגן
טימבס האט זיך איינגעהאנדלט א לענד ראווער פאר 42 טויזנט דאלער און היידא..ויהי בנסוע

די פראבלעם איז געווען אז טימבס האט געהאט א פארגאנגענהייט פון צוגעבינדנקייט צו דראגס וועלכע האט זיך איצט אלץ רעזולטאט פון זיין פאטערס טויט פריש ערוועקט

טימבס איז פונדאסניי ארויף אויף די סחורה און גלייכצייטיג אויך אנגעהויבן פארקויפן די געווירצן מיטן ציהל צו פינאנצירן מיט די איינקופט די קאסטן פון די ווארע פאר זיין אייגענע געברויך

ביז.. יענעם שווארצן טאג אין נאוועמבער 2013 למספרם ווען ער האט אריינגעביסן אינעם נישט ריכטיגן עפל פארקויפנדיג דראגס אין די ווערט פוןן 225 דאלער פאר אן אונטערגעשטעלטער אגענט וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט זיין ארעסט און טימבס האט זיך קורצליך דערויף דערקלערט שולדיג אין געריכט

די אורטייל האט נישט געשפעטיגט צו קומען און טימבס האט באקומען איין יאר הויז ארעסט, 5 יאר פראבעישאן און 1200 דאלער אין פינאנציעלע שטראפן

די אפעטיט פון די סטעיט איז אבער נישט געווארן איינגעשטילט און זיי האבן געלייגט אן אויג אויף זיין לענד ראווער וועלכע איז סיי ווי געשטאנען אומבאנוצט דורכאויס די יאר פון זיין הויז ארעסט

די סטעיט האט קאנפיסקירט דעם אויטא אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט אוועקצונעמען סיי וועלכע חפץ עס איז גענוצט געווארן אינעם פארברעכן און די אויטא איז גענוצט געווארן ארומצופארן פארקויפן די פארבאטענע מאטריאל

ויהי ככלות השנה, טימבס עפנט מיט פרייד די פארדזשאווערטע טויערן פון זיין היים ווען אירע ראסטיגע אנגלען פארציילן הויך פאר אלע שכנים אז זיי זענען שוין נישט גערירט געווארן פון פלאץ פאר א קיילעכיגן יאר

טימבס שטעלט זיינע טריט צו די גאס און אטעמט אריין די פרישע לופט ווען זיינע אויגן פאלן אויף א ליידיגע ספאט צווישן צוויי פארקירטע אויטאס

יא די זעלבע פלאץ ווי ער האט איבערגעלאזט זיין פארמעגן מיט א יאר צוריק אבער והילד איננו, די לענד ראווער איז נישטא
עס האט נישט לאנג גענומען מברר צו זיין מה טיבה און טימבס האט באשלאסן אז איידער ער נעמט אונטער מיטלען להציל עשוק מעושקו דארף ער קודם זיך באזארגן מיט ארבעט זיך צו קענען שפייזן

עס איז נישט געווען גרינג צו געפונען ארבעט זייענדיג מוכתר ביחוס עצמו און ארבעטסגעבער שטייען ווייט פון פארשוינען וועלכע ווערן געטראפן שולדיג

עווענטועל האט ער געטראפן אן אנבאט פון איינעם וועלכער איז איינגעגאנגען אים אויפצונעמען טראץ זיי קרימינאלע רעקארד
איין באדינג איז געשטעלט געווארן, באזירט אויף די סארט ארבעט אין וועלכע יענער האט זיך גענויטיגט האט זיך געפאדערט אן אויטאמאביל.. וכאן הבן שואל ווי באקומט מען צוריק די לענד ראווער?

מען האט אריינגעברענגט אין בילד די אינסטיטוט פאר יוסטיץ וועלכע האט זיך געוואנדן צום געריכט און פרעזענטירט טימבס אין אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט מיטן ארגומענט אז פארכאפן די קאר האט פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שולדיגע פון איבערגעטריבענע שטראפן

דער ריכטער האט געפונען די ארגומענט פאר ריכטיג נעמענדיג אין באטראכט אז די ווערט פונעם אויטא איז עטליכע מאל מער וויפיל די מאקסימום ערלויבטע געלט שטראף איז ערלויב אין אזא פאל

די סטעיט איז געלאפן צום אפעלאט געריכט אבער באגעגנט א פרישע נידערלאגע ווען די סטעיט אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט

די סטעיט האט דאך די וועלטס געלט און צייט האבן זיי באשלאסן זיך צו ווענדן צום סטעיט סופרים קאורט און דאס מאל האבן זיי באוויזן צו איבערצייגן די געריכט אנצונעמען די סטעיטס שטעלונג און די געריכט האט צוריקגעדרייט די פריערדיגע אורטייל

די ארגומענט פון די סטעיט וועלכע די ריכטער האבן אנגענומען איז געווען אז די אכטע אמענדמענט איז בינדנד אויסשליסליך צו די פעדעראלע יוסטיץ סיטעם אבער טוט אויף קיין פאל נישט אריינרעדן ווי אזוי סטעיט און לאקאלע רעגירונגען זאלן באשטראפן שולדיגע

טימבס האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט די פעטיציע און די פראגע פארן געריכט איז געווען ווי פאלגענד:

די ביל אף רייטס איז געשריבן געווארן פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר סטעיט רעגירונגען אבער נאך די ציווילע קריג האט קאנגרעס מאדיפיצירט די 14'טע אמענדמענט מיט א סעיף וועלכע איז שפעטער געווארן אויסגעטייטשט דורכן סופרים קאורט אז זי פארלאנגט די סטעיטס אדער סיי וועלכע קערפערשאפט צו רעספעקטירן און זיך פירן אין איינקלאנג מיטן צושטעלן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פאר סיי וועם

אין פאקט אבער האט די געריכט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף ספעציפישע טיילן פון די קאנסטיטוציע אויב זי איז מחייב די סטעיטס אויסער אין א פאל מיט די צווייטע אמענדמענט

די חלל אין קלארקייט האט געהאנגן ווי א וואלקן אין די לעגאלע וועלט נישט וויסנדג אויב די אפיציעלע געריכט דאקטרינע טייטשט אפ אלע חלקים אין די קאנסטיטוציע בינדנד פאר סטעיט רעגירונגען

אין 2017 למספרם האט שוין איינער גראדע צוגעשיקט א פעטיציע וועלכע בעהט די געריכט אריינצוקוקן אויב די אכטע אמענדמענט איז מחייב די סטעיטס אבער צוליב טעכנישע פעלערן אין יענעמס קעיס האט עס די געריכט דאן געמוזט צוריקווייזן

אבער ריכטער טאמאס וועלכע האט געשריבן די ארדער נישט צו אקצעפטירן יענע קעיס האט קלאר ארויסגעברענגט אז עס זענען פארהאן ערנסטע גרונדן פארן געריכט עווענטועל אריינצוקוקן און באשליסן אויף די פראגע

עד כאן פון אונזער ערשטע באריכט איבער די קעיס

א שפעטערע באריכט האט געשילדערט ווי אזוי אלע 9 ריכטער האבן איינגעשטימט מיט טימבס און געזאגט אז די פארבאט אויף איבערגעטריבענע שטראפן איז מחייב אויך די סטעיט

נו, פרובירט אייך פארצושטעלן וויפיל מיילעדזש דער טימבס האט שוין אריינגעצויגן מיטן לענדראווער זינט דאן?

ניין, שלעכט צוגעטראפן, די ענטפער איז זילטש! די אויטאריטעטן האבן באשלאסן נישט אומצוקערן דעם אויטא פארן אייגנטומער טראץ די סופרים קאורט אורטייל

אין א פרישע 4-1 אורטייל האט די סטעיט סופרים קאורט אין אינדיאנא געשריבן אז טראץ וואס די סופרים קאורט האט טאקע קלארגעשטעלט אז סטעיט קענען נישט צוטיילן איבערגעטריבענע שטראפן דארף מען אבער נאך פעסטשטעלן אויב די פארכאפונג פונעם לענדראווער הייסט טאקע איבערגעטריבן..

דאס קומט נאך וואס די סטעיט אטוירני דזשענעראל האט געמאכט דעם ארגומענט אז זינט די פארכאפונג פונעם לענדראוווער איז פארגעקומען אין די צייט וואס זי איז גענוצט געווארן דורכצופירן א פארברעך דעריבער זאל די ווערט פון די אויטא נישט זיין קיין פאקטאר ווען מען שאצט אפ די הארבקייט פון די שטראף

די געריכט האט נאכגעגעבן אז א קאונטי ריכטער זאל אריינקוקן אין די פראגע אויב די שטראף איז יא אדער נישט איבערגעטריבן אבער הויפט ריכטערין לארעטא ראש האט אבער יא קלארגעשטעלט אז דער קאונטי ריכטער זאל אין באטראכט נעמען די ארומיגע אומשטענדן ווייל עס איז אבסורד צו זאגן אז מען זאל גארנישט קוקן אויף די עקאנאמישע לאגע פונעם באשטראפטן און אויף די ווערט פון די שטראף

זי האט געשריבן אז צו זאגן אז אוועקנעמען די זעלבע ווערט אייגנטום פון איינער וועלכע פארמאגט גארנישט מער פון דעם איז די זעלבע ווי עס אוועקנעמען פון א ביליאנער איז פיקציע און דער ריכטער זאל עס אפשאצן לויט דעם

טימבס האט געזאגט אז ער וועט ווייטער קעמפן פאר זיינע רעכטן און ארויסגעברענגט אז עס איז מאדנע ווי די סטעיט וויל אים באשטראפן און אים אויסלערנען אוועקצושטיין פון פארברעכן אבער זיי טוען עס דורך רויבן זיין אויטא וועלכע ער דארף האבן זיך צו טרעפן מיטן פאראל אפיציר אדער צו גיין צו דראג ערהוילונג קורסן אדער צו פארן צו די ארבעט און זיך איינגלידערן אין די געזעלשאפט

די אינדיאנא אטוירני דזשענאראל אפיס האט רעאגירט צו די פרישע אורטייל זאגנדיג אז זיי שטודירן עס נאך און באטראכטן זייער קומענדיגע שריט

די איינציגסטע ריכטער זיך אפצוברעכן פון די אורטייל איז געווען ריכטער דזשעפרי סלאוטער און ווערט נאכנישט קיין אנהענגער פון אים ווייל ער האט זיך נישט אפגעבראכן פון די מאיאריטעט צוליב סימפאטיע פאר טימבס נאר פארקערט

ער איז נישט צופרידן אז מען שיקט עס צוריק פאר אן אפשאצונג צו א קאונטי ריכטער
ער האט געוואלט אז די סטעיט סופרים קאורט זאל גראד באהאנדלען די פראגע אויב עס ווערט גערעכנט אלץ אן איבערגעטריבענע שטראף און ער פערזענליך האט געהאלטן אז צוליב וואס מען האט עס פארכאפט זייענדיג פארמישט אין א פארברעך איז עס נישט איבערגעטריבן אמווייניגסטנס אויף ווילאנג די סופרים קאורט שרייבט נישט אז עס הייסט יא איבערגעטריבן

עד כאן פון אונזער לעצטע באריכט און אצינד צון היינטיגן אפדעיט

די קאונטי געריכט האט אין אפריל אקצעפטירט די ארגומענט פון טימבס און געאורטיילט אז די שטראף איז איבערגעטריבן און אז די לענד ראווער געהערט פאר טימבס

האסטו געקלערט אז מיט דעם איז מען פארטיג? א נעכטיגן טאג!
דער אטוירני דזשענעראל האט באשלאסן צו אפעלירן דעם אורטייל צום סופרים קאורט, אבער..

דא קומט די גרויסע אבער

לעצטע וואך דינסטאג ווען מר. טימבס איז אנגעקומען צו זיין היים האט ער געפונען אין זיין דרייוועי פארקירט זיין אויסגעבעטענע לענד ראווער!
די סטעיט האט עס אויף דערווייל אומגעקערט פארן אייגנטומער טראץ וואס זי ארבעט ווייטער צו אפעלירן די אורטייל



*עפילאג*


פארלאפענע דאנערשטאג האט די אינדיאנא סופרים קאורט באשטעטיגט די אורטייל פון די נידריגע געריכט און דערמיט פארזיכערט אז טימבס קען פארבלייבן מיט זיין לענדראווער
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך הויפט ריכטערין לארעטא ראש און געשטיצט געווארן דורך ריכטער דעיוויד און גאף
ריכטער דזשעפרי סלאוטער וועלכע איז ביי די פריערדיגע פאל ווי געשריבן געווען דער איינציגסטער זיך אפצוברעכן און שרייבן אז די העכסטע געריכט זאל זאפארט אויפקומען מיט א מער באגרעניצטע אפטייטש אויף "איבערגעטריבענע שטראף" און אנשטאט עס צוריקשיקן דערנאך צו די נידריגע געריכט זאלן זיי זעלבסט גראד אורטיילן אז די לענדראווער פארכאפונג איז לויט דעם נישט איבערגעטריבן האט דא געשריבן אן אייגענע אורטייל איינשטימענדיג מיט די מאיאריטעט
ער ברענגט ארויס אז טראץ זיין שטעלונג אז די געריכט זאל אדאפטירן די זעלבע אפטייטש ווי דאס וואס די אכטע אמענדמענט טייטשט אפ "איבערגעטריבענע שטראף" און דאס איז אינסטרומענטאליטעט האט די מאיאריטעט אנדערש באשלאסן און געשריבן אז אין צוגאב צו דעם זאל מען אויך קוקן אויף פראפארציאנאליטעט און דעריבער מוז ער זיך רעכענען דערמיט איינמאל די אורטייל איז געווארן די סטעיט געזעץ
אינסטרומענטאליטעט פארלאנגט פון געריכטן אפצושאצן אויב די קאנפיסקירטע אייגנטום איז געווען שטארק פארבונדן צו די דורכגעפירטע פארברעך און אויב זאל מען קוקן בלויז אויף דעם איז קלאר אז טימבס האט זיך באנוצט מיט די אויטא דורכצופירן זיין פארברעך
האט דאך אבער די מאיאריטעט צוגעלייגט די פראפארציאנאליטעט טעסט אז מען מוז אויך קוקן אויב די שטראף איז אין פראפארציע צו די דורכגעפירטע פארברעך און איינמאל מען מוז קוקן דערויף איז ריכטער סלאוטער צוגעקומען צו די זעלבע אויספיר ווי כמעט אלע זיינע קאלעגן אז די קאנפיסקאציע פון די אויטא איז איבערגעטריבן
פאר בלויז כמעט אלע?
ווייל איין אויסנאם איז געווען ווען ריכטער מאסא האט זיך דאסמאל אפגעבראכן פון די מאיאריטעט און געאורטיילט אין די אפאזיציע שרייבנדיג אז כאטש וואס די שטראף איז אביסל שטרענג פראפארציאנאל איז עס פארט נישט "גענוג" שטארק עקסטרעם ארויס פון פארפארציע צו פארבאטן די סטעיט פון אויספירן אזא שטראף

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 16406
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יוני 17, 2021 7:53 am

טענקס הבל! ערשטער מאל געליינט דער טימבס געשיכטע, געהאלטן דער אטעם.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג יוני 17, 2021 11:20 pm

ייש’’כ @הכל.
קרית יואל’ע דרייווערס, לערנטס ענק אויס דרייוון.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יוני 20, 2021 9:32 pm

זונטאג בלק

פרעזידענט ביידען האט היינט -אינאיינעם מיט זיין פאמיליע- איינגעמאלדן פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג אז די אזוי באליבטע הונטל (זיך נישט פארמישן מיט הונטער'ל) וואס זיי פארמאגן שוין די לעצטע 13 יאר, האט פרידליכערהייט פארלאזט די וועלטל.

* * * *
פרעזידענט ביידען וועט זיך טרעפן פרייטאג מיט דער אפגאנער פרעזידענט אשראף גהאני אין וויסן הויז.
ווייסע הויז ווארטזאגער פרוי סאקי זאגט אז דאס איז טייל פון די "אנגייענדע צוזאמענארבעט" צווישן די צוויי לענדער.

* * * *
נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער זשעיק סוליווען זאגט היינט אז די ווייסע הויז גרייט זיך ארויפצושטעלן פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד אין פארבינדונג וואס זי האט פאריאר פאר'סמ'ט אפאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני.

* * * *
פעדעראלע רעזערוו פארזיצער זשעראום פאוועל וועט אויפטרעטן דינסטאג פארנט פון א סענאט קאמיטע איבער די רעאקציע צום קאראנעוויירוס.

* * * *
סענאטארן ראן וויידען און זשעף מערקלי שלאגן פאר א געזעץ וואס וועט פארבאטן לענגערע ווארט-ליניעס ביי וואל סטאנציעס.
וואס איז די באדייט פון א "לענגערע ווארט ליניע"? אויב עס נעמט מער ווי א האלבע שטונדע.

* * * *
סענאטאר בערני סאנדערס זאגט היינט איבער די פארגעשלאגענע בייפארטיזען אינפראסטרוקשור ביל, אז אין פאל עס אנטהאלט אין זיך א געז-שטייער העכערונג וועט ער דאס נישט קענען שטיצן.

* * * *
אין א פרישע אנקעטע זאגן 64 פערצענט אויסגעפרעגט אז סענאטאר טשאק גרעסלי זאל נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג קומענדיגע יאר, און עס איז צייט פאר א פרישע סענאטאר פאר די סטעיט.
גרעסלי סערווירט שוין אינעם סענאט העכעער 40 יאר, און האט נאך דערווייל נישטקלאר געזאגט אויב ער וועט לויפן פאר א אכט'ע טערמין.

* * * *
דעמאקראטן אין וואשניגטאן זוכן וועגן וויאזוי אויסצוברייטערן די מעדיקעיד עליזשעביליטי אין אזעלכע סטעיטס וואס ווילן נישט אויסנוצן די פארברייטערטע מעדיקעיד צוגעשטעלט אונטער די אבאמקעיר געזעץ.
טייל ווילן דאס אריינשטעלן אין די "אמעריקאנע זשאבס פלאן" אדער די "אמעריקאנע פאמיליע פלאן" - מאנכע ווילן איינשטעלן א סיסטעם אז לאקאלע קאונטיס אדער אנדערע לאקאלע מוניסיפעליטיס זאלן קענען אויסקרויזן די סטעיט רעגירונג און דירעקט פארהאנדלען מיט די פעדעראלע רעיגרונג, אין די צייט וואס אנדערע באטראכטן א פלאן פון צושטעלן א פעדעראלע אנגעפירטע מעדיקעיד פראגראם אין אזעלכע סטעיטס וואס זאל גענצליך אויסקרויזן די ארטיגע סטעיט רעגירונגען.
היינט צוטאגס זענען פארהאן 12 סטעיטס וואס ווילן נישט אויסנוצן די פארברייטערטע אבאמאקעיר מעדיקעיד.

* * * *
די עף.סי.סי. האט געשטימט צו אריינקוקן אין די געדאנק פון פארבאטן אמעריקאנע פירמעס ון נוצן טעלעקאמיוניקאציע עקוויפמענט וואס קען שטעלן א נאציאנאלע זיכערהייט ריזיקע.
די פארבאט, אויב זאלך עס צושטאנד קומען, וועט אויך צוריקדרייען פריערדיגע באשטעטיגונגען וואס אזעלכע פירמעס האבן שוין באקומען - ארייננעמענדיג אזעלכע פירמעס ווי וואוועי און זי.טי.אי.

* * * *
אין אנדערע נייעס, האט די פעדעראלע פיפטע קרייז אפעלאט געריכט ארויסגעווארפן אן אפיעל פון וואוועי איבער דעם וואס די עף.סי.סי. האט זיי דעזיגנירט אלס "נאציאנאאלע זיכערהייט געפאר".

* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דאנערשטאג שמיני

פלארידא געמאלדן א לאוסוט קעגן די פעדעראלע רעגירונג איבער די פארבאט פאר קרוז שיפן צו קענען אפערירן.

פעדערלאע ריכטער סטיווען מערידעי האט פרייטאג געאורטיילט אז די סי.די.סי. צוימונגען אויף די קרוז שיפן אינדוסטרי זענען נישט אויסגעהאלטן און אומלעגאל. זיין אורטייל איז גילטיג בלויז אויף וואס אפערירן אינערהאלב פלארידא בארטנעס.

* * * *
עממאן באנדי -וואס האט זיך באקאנט געמאכט אין יארע 2016 ווען ער האט פארכאפט פעדעראלע שטחים פאר עטליכע וואכן- האט געמאלדן אז לויפט פאר די גאווערנאר אמט אין איידעהאו.
ער טוט זיך דערמיט אנשליסן מיט א רייע אנדערע רעפובליקאנע וועלכע לויפן אין די פריימערי קעגן דער אמטירענדע גאווערנאר ברעד ליטל.

* * * *
געזעצגעבער אין אהייאו האבן פאריגע וואך געשטימט 75-21 צו ארויווארפן דער געוועזענע ספיקער, לערי האוזהאולדער, נאך וואס ער איז אנגעקלאגט געווארן אויף פעדעראלע ברייערי טשארזשעס.
דאס איז די ערשטע מאל זינט 1857 וואס א סטעיט געזעצגעבער ווערט ארויסגעווארפן פון אפיס.

* * * *
איינער איז אומגעקומען -און א צווייטע פארוואונדעט געווארן- דורכאויס א משוגעים פאראדע אין פלארידא.
קאנגרעספרוי וואסערמאן-שולץ איז אויך אנוועזענד געווען, און איז נישט באטראפן געוווארן כאטש זי שרייבט אז זי איז טיף ערשיטערט און צובראכן איבער די אינצידענט.
באאמטע זאגן היינט אז די אינצדענט איז געווען א טראגישע טעות, און דער דרייווער האט קיינעם נישט געצילט.

* * * *
צען זענען אומגעקומען -אריינגערעכענט ניין קינדער- נאך א עקסידענט אויף די I-65 הייוועי אין אלאבאמע. ווי די באאמטע גלויבן האט די אינצידענט פאסירט אין רעזולטאט פון די נאסע וועטער איבערבלייבענישן פון טראפישע שטורעם קלאודעט.

* * * *
צוויי סטודענטן אין אטלאנטא, זשארזשיע, האבן אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן די ארטיגע פאליציי מיט די באשולדיגונג אז פאליציי זענען זיי איבערגעפאלן און אומלעגאל ארעסטירט ביים אהיימפארן פון א זשארזש פלאויד פראטעסט פאריאר.

* * * *
א פעדעראלע עף.בי.איי. אגענט האט אנערקענט אין געריכט אז ער האט פאלשערהייט באשולדיגט א כינעזע פראפעסאר אין אמעריקא צו זיין א שפיאן פאר די כינעזע רעגירונג.
אגענט קוזשטים סאדיקו האט דורכאויס א געריכט פארהער אנערקענט אז זיין ארבעט איז געווען צו טרעפן שפיאנען, אפגעזעהן פון די באווייזן וואז עקזיסטירן יא אדער נישט.

* * * *
א געריכט אין קאלאראדאו האט ארויפגעטעלט א 500 דאללער שטראף אויף זשעק פיליפס -דער אייגענטומער פון א לאקאלע בעקעריי- נאך וואס ער האט אנטזאגט צו נאכקומען א ביטע פון א קאסטומער וואס האט געוואלט האבן א ספעציעלע קוכן צו אפצייכענען די יארטאג ווען ער/זי איז משו(נה)גע געווארן. פיליפס האט קלארגעשטעלט אין געריכט אז ער האט אנטזאגט די ביטע, צוליב וואס עס וואלט געגאענגען קעגן זיין רעליגיעזע גלויבונג.
פיליפס איז שוין באקאנט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק ביי אן ענליכע פאל, וואס ער האט דאן געפירט ביז צום סופרים קאורט וואס האט געאורטיילט אז אזוינע שטראפן טוען פארלעצן די ערשטע אמענדמענט רעכטן.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 16406
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג יוני 20, 2021 9:37 pm

טענקס!

וואסי דער חשבון פון דער געריכט אויב עס איז שוין גע'פסק'נט אומקאנסטיטאטוציענאל דורך דער סופרים קאורט?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15734
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 21, 2021 11:01 am

מאנטאג בלק







אין די לעצטע טאג צוויי האט די טאליבאן פארכאפט קאנטראל אויף איבער 10 דיסטריקטן אין אפגאניסטאן
זינט מאי 1 למספרם ווען וואשינגטאן האט געמאלדן אז זי וועט ארויסציען אירע טרופן אויף ביז סעפטעמבער 11 למספרם האט וין די גרופע פארכאפט מער ווי 50 דיסטריקטן


*

טערקיי וועט שפילן א הויפט ראלע אין פארזיכערן די קאבול לופטפעלד איינמאל די אמעריקאנע אנוועזנהייט דארט קומט צו אן ענדע
עס וועט פארזיכערן אז דיפלאמאטישע מיסיעס אין די ראיאן קען פארזעצן אומגעשטערט לויט א פלאן וואס וועט ווערן אויסגעארבעט צווישן וואשינגטאן און אנקארא


*

ווייסע הויז ווארטזאגער פרוי סאקי זאגט אז די אדמיניסטראציע דארף נאך הערן מער דעטאלן איבער די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור דיעל איבערהויפט אויף די פראגע ווי אזוי עס וועט ווערן געדעקט


*

סענאטאר היקענלופער זאגט איצט אז די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל נעמט אריין עטליכע 100 ביליאן דאלאר פאר פראיעקטן וועלכע וועלן האבן א דירעקטע אימפאקט איבער קלימאטן טויש אבער אנערקענט אז עס איז נישט גענוג און מען וועט דארפן טרעפן וועגן צו ברענגן מער געלט צום טיש


*

הכל הבל האט געשריבן:אקעי מען קען שוין אנהויבן באריכטן פון די היציגע רעפובליקאנע פריימערי אין ניו מעקסיקא 2

יוועטע הערעל די פרא טראמפ קאנדידאט געשטיצט דורך ליבעראלע גרופעס וועלכע האפן אז זי וועט זיין לייכטער צו באזיגן איז אצינד פאראויס געוואונענדיג צוויי גרעסערע קאונטיס לי און דאנא אנא אבער די שטימען קומען פון זייער אן אויסגעשפרייטע דיסטריקט און גאר אסאך שטימען קומען נאך אריין


הערעל האט עווענטועל באזיגט קאנגרעספרוי טארעס סמאל אין 2020 למספרם
אצינד האט פרעזידענט ביידען נאמינירט פרוי סמאל צו זיין אגרי קולטור אונטער סעקרעטארשע
דאס באדייט אז זי וועט ווארשיינליך נישט זוכן צוריקצוכאפן די קאנגרעס זיץ אין 2022 למספרם טראץ וואס דעמאקראטן קענען דאן אבן בעסערע שאנסן עס צוריקצונעמען נאך וואס זיי קאנטראלירן רעדיסטריקטינג אין די סטעיט


*

לינקע אקטיוויסטן פארפלייצן די וואך אריזאנא מיט א גאר קאסטבארע רעקלאמע בליץ צו דרוקן אויף סענאטארשע קירסטען סינעמא צו באוויליגן אויסצוקרויזן די פיליבאסטער ווען מען וועט די וואך שטימען אויף די וואל רעפארם ביל
עס איז נישט קיין סוד אז גאנצע כאפטע דעמאקראטן זענען אקעגן דאס עלימינירן די פיליבאסטער אבער די אקטיוויסטן האפן אז איינמאל זיי ברעכן מענשין און סינעמא וועלן די איבריגע אויפגעבן זייער ווידערשטאנד

*

מארק מעדאוס זאגט אז טראמפ איז ערנסט אינטערסירט אין די ספיקער אמט אין קאנגרעס
ער זאגט אויך אז נאכן פארברענגן דריי טאג מיט ראן דסאנטיס גלויבט ער אז דסאנטיס וואלט נישט געלאפן פאר פרעזידענט אויב זאל טראמפ לויפן
עס איז אבער נישט קלאר אויב דסאנטיס האט אים אזוי סיגנאלאזירט אדער איז עס בלויז א שאצונג באזירט אויף האפענונג
מעדאוס זאגט אז דסאנטיס איז געפרעגט געווארן מערערע מאל דערוועגן אין זיין אנוועזנהייט און ווידערהאלט איינמאל און נאכאמאל אז ער לויפט פאר ווידערוויילונג פאר גאווערנאר


*

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג קרח

ווי שוין באריכטעט האט פרעזידענט טראמפ געגעבן א רעדע אין צפון קאראליינע וואו זיין שנור האט געמאלדן אז זי וועט נישט לויפן צום סענאט אנגעבנדיג איר פארנומענע סקעדזשועל אלץ מוטער צו צוויי קליינע קינדער אלץ שטער צו קענען לויפן צום סענאט
דאן האט טראמפ אינדארסירט קאנגרעסמאן טעד באד צום סענאט און פעט מקרארי האט רעאגירט צו די אינדארסירונג זאגנדיג אז ער גלויבט אז טראמפ האט באקומען שלעכטע ראט מיטן אויסקלויבן א וואשינגטאן אינווייניגסטער און אז מען האט עס געקענט שפורן פון די רעאקציע פון די פארזאמלטע



סענאטאר גרעהעם זאגט אז טראמפ'ס שטיצע קען זיין בייהילפיג פאר באד אבער איז נישט זיכער אויב עס וועט אים שטופן ממש ביזן אויבנאן נעמענדיג אין באטראכט אז מקרארי געניסט פון אסאך מער נאמען באקאנטשאפט און איז נישט גרייט אויפמוגעבן די פארמעסט


*


גרעהעם: איך זעה נישט מיטש און טראמפ גיין אינאיינעם אויף וואקאציע אבער עס איז אקעי, מיר דארפן אלע גרייכן די זעלבע מיהל און עס שטערט מיך נישט אויב מען נעמט באזונדערע אויטאס


*

טעקסאס גאווערנאר גרעג אבאט האט געהאלטן ווארט און וועטאאירט פאנדינג פאר די לעגיסלאטור נאך וואס דעמאקראטן האבן ארויסשפאצירט אינמיטן א סעסיע צו בלאקירן די וואל רעפארם ביל


*

רעדנדיג פון אבאט וועלכע לויפט איצט פאר ווידערערוויילונג זענען דא קלאנגען אז מעטיו מקאנאווי קלערט פון אונטערנעמען א גאווערנאר פארמעסט
געוועזענע סטעיט סענאטאר דאנאלד האפינעס האט שוין געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אין די פריימערי אקעגן אבאט וועם ער באצייכנט אלץ קאריערע פאליטיקאנט און האפינעס קאמפיינט פאר טוירם לימיטס
א רייע שוואכער באקאנטערע נעמען האבן שוין אויך געמאלדן אבער מקאנאווי איז א גאר פראמינענטע אקטיאר און לויט סענאטאר קרוז קען ער שטעלן א גאר ערנסטע געפאר פאר אבאט פאר וועם קרוז פלעגט ארבעטן
קרוז זאגט אז מקאנאווי איז געבענטשט מיט געוואלדיגע כאריזמא און טאלאנט און קען גאר טיף אריינשניידן צווישן רעפובליקאנע וויילער אבער האפט אז ער וועט פארבלייבן אין זיין פעלד און נישט באדראען אבאט
אפילו לויט די שפעקולאציעס אז ער וועט לויפן איז נאכנישט קלאר אויב ער וועט זוכן די רעפובליקאנע אדער דעמאקראטישע טיקעט


*


הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג נח

טייל ליינער האבן שוין מעגליך געליינט די בוך דאס קינד אין געריכט אבער היינט ברענגן מיר א קעיס פון עטליכע קינדער וועלכע זענען ערשינען אין געריכט און דאסמאל אויפן קלעגער באנק

די פאל האנדלט זיך פון א גרופע יוגנטליכע וועלכע זענען פארכאפט געווארן און געצוואונגען געווארן דורכצופירן אומבאצאלטע ארבעט פון פערצן שטונדן טעגליכע שיפטס אין קאווע בונדלעך פעלדער אין די אייווארי קאוסט (א לאנד אין מערב אפריקא)

די קינדער האבן געפיילט א לאוסוט אקעגן ריזן מאנופעקטשורער, קאסטומער, פראדוצירער און ריטעיל נעצן וועלכע פארקויפן די קאווע בונדלעך אריינגערעכנט נעסטל יו עס עי (די אמעריקאנע פליגל פון די ריזן שווייצע באזירטע עסן נעץ) און קארגיל (א ריזן אמעריקאנע באזירטע עסן נעץ)

די ביידע אויבדערמאנטע פירמעס טוען קאנטראלירן קאווע פראדוקציע אין די אייווארי קאוסט און טוען לויט די קלעגער אפערירן מיט די איינציגע ציהל פון פון טרעפן די ביליגסטע קוואל פון קאווע בונדלעך וועלכע רעזולטאטירט אין א סיסטעמאטישע אפאראט פון קינדער קנעכטשאפט אראפצוהאקן די ארבעט אויסגאבן

די קלעגער באשולדיגן אז די פירמעס זענען געווען באוואסטזיניג אז קינדער קנעכטשאפט איז אומלעגאל אין די אייווארי קאוסט און האבן טראץ דעם פארגעזעצט צוצושטעלן פינאנציעלע שטיצע און טעכנישע פארם הילף פאר די פארמער וועלכע האבן גענוצט די קינדער שקלאפן דורכצופירן די ארבעט אויפן פעלד

די קלאגע האבן די קינדער געברענגט פאר א דיסטריקט ריכטער אינעם צענטראלן דיסטריקט אין קאליפארניע מיט די נוצנדיג די אויסלענדישע פארברעכן סטעטשו (איר אקראנים איז ATS) וועלכע שענקט יוריסדיקציע פאר אמעריקאנע געריכטן אויסצוהערן קעיסעס געברענגט דורך אויסלענדישע אקעגן אזעלכע וועלכע זענען אנגעבליך באגאנגען אקטן אין אויסלאנד וועלכע איז פארבאטן דורך די אינטערנאציאנאלע געזעץ

די 1789 געזעץ איז זייער א רויע און טוט נישט ספעציפירן וועלכע סארט קלאגעס קען יא אדער נישט געברענגט ווערן נאר גיבט אויטאראזאציע פאר אמעריקאנע דיסטריקט געריכטן צו באהאנדלען קלאגעס דורך אויסלענדער איבער פארברעכנס אנערקענט דורך די אינטערנאציאנאלע געמיינדע אבער האט איבערגעלאזט היימארבעט פאר די געריכטן צו באשליסן וואו איין און וואו אויס

מערקווירדיג איז אז די געזעץ איז נישט ערנסט ארויפגעקומען אויפן אויבערפלאך ביז אזוי שפעט ווי אין 1980 למספרם ווען א בירגער פון פאראגוויי האט געקלאגט א צווייטער פון פאראגוויי אין אמעריקאנע געריכט אין די איינציגסטע פארבינדונג מיט אמעריקא איז געווען אז דער באשולדיגטער האט דאן געוואוינט אין אמעריקא

נישט צו שאפן איין איינדרוק אז אמעריקא קימערט זיך נישט מיט פייניגונג איז די קעיס געווארן אקצעפטירט פירנדיג דערנאך צו א פלייץ פון ATS אנקלאגעס וועלכע באשטייען פון ציווילע קלאגעס און דינען אלץ אלטערנאטיוו צו קרימינאלע אנקלאגעס וועלכע דארפן געברענגט ווערן אין אינטערנאציאנאלע מענטשן רעכט טריביונאלן

אויסלענדישע רעגירונגען זענען דערקעגן די געדאנק אז אמעריקאנע געריכטן קענען באהאנדלען אזעלכע קלאגעס אבער ציווילע רעכטן ארגאנאזאציעס שטיצן עס שטארק און די אמעריקאנע רעגירונג הענגט ערגעצוואו אינדערמיט ווען זי שטיצט די ATS אלץ געזעץ אבער וויל א באלאנסירטע אויסטייטש פונעם געזעץ און די סופרים קאורט טוט פון צייט צו צייט אריינרעדן און אויסקלארן איבער פארשידענע אומשטענדן ווען די געזעץ איז יא אדער נישט גילטיג

אין 2004 למספרם האט די סופרים קאורט געשריבן אז ריכטער קענען אויסהערן קלאגעס אונטער ATS אבער זאלן זיין פארזיכטיג עס צו אקצעפטירן בלויז אין פעלער ווען די אנגעבליכע פארברעך איז קלאר און דייטליך און אנערקענט אלץ פארברעך דורך ציוויליזירטע לענדער

אצינד צו אונזער געשיכטע מיט די קינדער קלעגער האט די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגע גייענדיג מיטן ארגומענט פון די פירמעס אז די געזעץ דעקט בלויז קלאגעס אקעגן מענטשן פערזענליך און נישט אקעגן קארפארעישאנס און אפילו אויב מען זאל אננעמען אז די ATS דעקט יא קארפארעישאנס האבן די קינדער פארפעלט צו איבערצייגן אז די פירמעס האבן געבראכן א געזעץ מיטן שטיצן שקלאפן האלטער

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט יא גענומען די זייט פון די קינדער און געשריבן אז קארפארעישאנס זענען געדעקט אונטער די ATS ווען עס קומט צו אזעלכע באשולדיגונגען ווייל לויט זיי קען אן אקט וועלכע איז יוניווערסאל און אבסאלוט יא דינען אלץ א באזיס פאר אן ATS אנקלאגע און די פארבאט אקעגן פארשקלאפונג איז יוניווערסאל (ברייט אנגענומען)

אין די דיסטריקט געריכט זענען געמאכט געווארן דריי ארגומענטן מצד די אנגעקלאגטע
1) זיי זענען מחולק אויף די באווייזן און הנחה אז זייערע שריט צו שטיצן די פארמער גיבט זיי גענוג א שטארקע כח המשלח אז די פארברעכן איז עפעס וואס פאלט אונטער די ATS
2ׂׂ) אז קארפארעישאנס פאלן נישט אונטער די ATS
3)וויבאלד אמעריקאנע געזעצן אין אלגעמיין זענען בלויז גילטיג אין די פאראייניגטע שטאטן אויסער אויב קאנגרעס שרייבט קלאר אנדערש דעריבער קען די ATS נישט אפעקטירן פארברעכן וועלכע זענען באגאנגען געווארן אין אויסלאנד סיידן פעלער אין וועלכע די אויסלענדישע קלאגן אן עימיצער פארן זיי שעדיגן אויף אמעריקאנע טעריטאריע קען מען דאן קלאגן אין אן אמעריקאנע געריכט
אויב אבער די פארברעך קומט פאר אין אויסלאנד און איז אן אינטערנאציאנאלע פארברעך אדער אפילו בלויז א לאקאלע פארברעך מוז מען זיך ווענדן צו די לאקאלע אדער אינטערנאציאנאלע געריכט סיסטעם

די ערשטע ארגומענט איז עפעס וועלכע די ניינטע קרייז געריכט האט דערווייל נישט באהאנדלט און עס געהאט צוריקגעשיקט צום נידריגן געריכט צו באהאנדלען

די צווייטע ארגומענט האט די קרייז געריכט ווי געזאגט באשלאסן און געאורטיילט אז קאראפארעישאנס פאלן יא אונטער די ATS

די דריטע ארגומענט האט איז בעצם א פראגע וועלכע די סופרים קאורט האט באהאנדלט אין 2012 למספרם ווען נאך יארן וואס די שטעלונג פון די רעגירונג איז געווען אז פארברעכן אין אויסלאנד ווערט נישט געדעקט אונטער ATS האט די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט איבערגעשמועסט די פאליסי מיט די סטעיט דעפארטמענט און באשלאסן צו טוישן שטעלונג און געזאגט פארן געריכט אז די עקזעקוטיוו פליגל נעמט מער נישט קיין אבסאלוטע שטעלונג אויף די פראגע נאר טוט רעקאמענדירן די געריכטן צו דן זיין אזעלכע פראגן אויף א קעיס ביי קעיס באזיס

ריכטער ראבערטס האט דאן געשריבן א באגרעניצטע 5-4 אורטייל אז די ATS דעקט בלויז פארברעכן דורכגעפירט אין אמעריקא אבער יא אפן געלאזט די טיהר פאר איינצלנע אויסנאמען אין וועלכע די פארברעכן "רירט אן/איז דירעקט פארבונדן קיין אמעריקא"

די ניינטע קרייז געריכט האט אבער נישט אדרעסירט די טייל און צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט קאורט -וועלכע איז שוין איצט געווען געבונדן צו די הנחה פון די סירקוט קאורט אז אויך אז קארפארעישאנס קענען ווערן געקלאגט אונטער די ATS- צו באהאנדלען די דריטע ארגומענט

נו, מיט איין טיהר פארהאקט האט די דיסטריקט געריכט זיך געמוזט באנוצן מיט די איינציגסטע עמורדזשענסי עקזיט פון וואו צו באפרייען די פירמעס בויענדיג אויפן דריטן ארגומענט וועלכע די סירקוט קאורט האט דערווייל נאכנישט אדרעסירט און דאס איז די טענה אז די ATS דעקט בלויז פארברעכן באגאנגען אויף אמעריקאנע באדן און זיך אנגעהאנגן אין די 2012 למספרם סופרים קאורט אורטייל

די קינדער האבן נישט אויפגעגעבן און צוריקגעלאפן צום ניינטן סירקוט וועלכע האט אויסגעהערט די ארגומענט און געדארפט זוכן ווי אזוי זיך ארויסצודרייען פון די סופרים קאורט אורטייל בנוגע פארברעכן דורכגעפירט אין אויסלאנד

אינצווישן איז געשעהן א פאנטשער ווען אין 2018 למספרם ,אין א באזונדערע קעיס איבער אויסלענדיש באזירטע קארפארעישאנס האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז יענע קארפארעישאנס קענען נישט ווערן געקלאגט אונטער די ATS

די אורטייל איז אויך געווען 5-4 מיט ריכטער קענעדי שרייבנדיג פארן מאיאריטעט

איצט איז שוין די ניינטע קרייז געריכט געווען א פאזיציע פון מוזן אויפקומען מיט ערקלערונגען איבער ארגומענט דריי, פארוואס אין אונזער קעיס איז נישט גילטיג די סופרים קאורט אורטיילן סיי פון 2012 למספרם (איבער נוצן די ATS אויף פארברעכן אין אויסלאנד) און סיי איבער ארגומענט צוויי מיט די סופרים קאורט אורטייל פון 2018 למספרם (אז מען קען נישט קלאגן קארפארעישנאס אונטער די ATS)

די ניינטע קרייז געריכט האט זיך אנייצע געגעבן מיט ביידע שטרויכלונגען און ערקלערט אז אין אונזער פאל איז נישט גילטיג
די אישו מיט די 2012 סופרים קאורט אורטייל אז ATS איז נישט גילטיג פאר פארברעכן דורכגעפירט אין אויסלאנד

ווי פריער דערמאנט האט ריכטער ראבערטס אין יענע אורטייל אפן געלאזט די טיהר פאר איינצלנע אויסנאמען אין וועלכע די פארברעכן "רירט אן/איז דירעקט פארבונדן קיין אמעריקא" און די סירקוט קאורט טענה'ט אז מען קען נישט בלויז קוקן אויף די פאקטישע לעצטע טייל פונעם פארברעך וואס איז איז אין אונזער פאל פארשקלאפונג וועלכע איז טאקע פארגעקומען אין אויסלאנד נאר מען מוז אויך קוקן אויף די פריערדיגע טייל וועלכע איז דאס מוטיגן, אויספלאנירן און פינאנצירן די אקציעס און דאס איז לויט די אנקלאגע יא פארגעקומען אין די הויפטקווארטירן פון די פירמעס אין אמעריקא (לויט די באשולדיגונג האבן די פירמעס געצאהלט עקסטער געלט אינדרויסן פון די אפיציעלע קאנטראקט מיט די פארמער, א שטייגער ווי קיקבעקס, אז די פארמער זאלן נוצן יונגע שקלאפן צו פארזיכערן ביליגערע פרייזן אין פירמע רעפרעזענטאטן זענען רעגלמעסיג געפלויגן פון אמעריקא צום קאוסט צו אונטערזוכן און באאבאכטן אפעראציעס)

די צווייטע פראבלעם פארן ניינטן קרייז געריכט וועלכע איז געווען די 2018 למספרם סופרים קאורט אורטייל אז קארפארעישאנס פאלן נישט אונטער די ATS האט די ניינטע קרייז מחלק געווען אז יענע סופרים קאורט קעיס האט זיך געהאנדלט איבער אן אויסלענדיש באזירטע קארפארעישאן אבער אמעריקאנע באזירטע קארפארעישאנס פאלן נאך ווייטער אונטער די ATS

די געריכט האט דעריבער צוריקגעשיקט די קעיס צום נידריגן געריכט זאגנדיג אז זי האט שוין געאורטיילט אויף ארגומענט צוויי און דריי און ערקלערט אז זי האט דערווייל נישט געוואלט באהאנדלען ארגומענט איינס ווייל עס וואלט געווען פריצייטיג

זי האבן ערקלערט אז מיט די 2018 למספרם סופרים קאורט אורטייל אז (לשיטתם אויסלענדישע) קארפארעישאנס קענען נישט ווערן געקלאגט קומט אויס אז די קלעגער מוזן סיי וויי מאדיפיצירן זייער קלאגע ליסטע וועלכע האט אריינגענומען אויך א רייע אויסלענדישע קארפארעישאנס און דעריבער מוזן זיי צו ערשט ארויסשניידן די אויסלענדישע פירמעס און ווען די ליסטע פון אנגעקלאגטע וועלן זיין איבערגעמאכט צו בלויז אמעריקאנע באזירטע קארפארעישנאס וועט די דיסטריקט קאורט קענען געהעריג באהאנדלען די ערשטע ארגומענט

די דריי ריכטער פאנעל אויפן ניינטן קרייז געריכט איז באשטאנען פון ריכטערין נעלסאן נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער
ריכטערין קריסטען נאמינירט דרוך פרעזידענט אבאמא און דיסטריקט ריכטער שיע נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף דעצעמבער דעם ערשטן למספרם


פארלאפענע דאנערשטאג האט די סופרים קאורט אריוסגעלייגט א גאר צופראסקעטע אורטייל ווען מיט 1-8 האבן זיי ארויסגעווארפן די קלאגע פון די קינדער אורטיילנדיג אויף ארגומענט 3 שרייבנדיג אז אונטער די ATS קען מען נישט קלאגן איבער פארברעכנס וועלכע זענען געווארן דורכגעפירט אין אויסלאנד צוליב וואס די אמעריקאנע געזעץ איז נישט מחייב די פירמעס אינדרויסן פון די אמעריקאנע גרעניצן

אבער טראץ וואס די אורטייל איז געווען א זיג פאר די צוויי פירמעס איז עס נישט געגאנגען אזוי ווייט און ברייט ווי די ביזנעס געמיינדע האט זיך געוואונטשן און אפן געלאזט די טיהר פאר צוקונפטיגע שטרייטן איבער ארגומענט צוויי מיטן אויסמיידן צו אורטיילן אויף פראגע צוויי און דאס איז צו אמעריקאנע באזירטע קארפארעישאנס קענען ווערן געקלאגט אונטער די ATS

די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער טאמאס און דערין אנגעשלאסן אלע אנדערע ריכטער מיטן אויסנאם פון אליטא

די מאיאריטעט אנערקענט אז אין די 2012 לספרם 4-5 אורטייל האט ראבערטס אפן געלאזט א טיהר פאר פאר איינצלנע אויסנאמען אין וועלכע די פארברעכן "רירט אן/איז דירעקט פארבונדן קיין אמעריקא" אבער ווארפט אפ די געפינסן פון די ניינטע קרייז געריכט אז אין אונזער פאל איז עס דירעקט פארבונדן מיט אקטיוויטען דורכגעפירט אויף אמעריקאנע באדן

וואס גענוי וואלט באדייט דירעקט פארבונדן מיט אקטיוויטען דורכגעפירט אויף אמעריקאנע באדן איז עפעס וואס די רעכטע און לינקע ריכטער האבן אנדערש אויסגעטייטש אבער אפילו לויטן לינקן פירוש זענען די ביסל אקטיוויטעטן ואס די פירמעס האבן דורכגעפירט אויף אמעריקאנע באדן בשייכות מיטן פארברעך אין אונזער קעיס גענוג צו קענען קלאגן אונטער די ATS

אין א באזונדערע זייטן אורטייל פון טאמאס אין וועלכע עס זענען אנגעשלאסן בלויז גארסוטש און קעווענאו שרייבן זיי אז די קלאגע וואלט סייווי נישט געקענט פאראויסגיין זינט לויט זיי קען מען נישט קלאגן אונטער די ATS בלויז אין פעלער פון אויסנאמליכע ערנסטע אינטערנאציאנאל אנערקענטע פארברעכנס א שטייגער ווי ים רויבעריי, אטאקירן אמבאסאדארן און שטערן די פלוס פון פרייע שיף באוועגונג אבער יעדע אנדערע פראגע דארף קאנגרעס קלאר ארויסשרייבן אויב זיי ווילן עס דעקן אונטער די ATS

ריכטערין סאטאמאיאר האט געשריבן א זייטן אורטייל קריטיקירנדיג די אויבנדערמאנטע טאמאס שטעלונג און זיי רייסט עס ארונטער אלץ א פרואוו צו גאר שטארק באגרעניצן ATS קלאגעס

א באזונדערע זייטן אבזערוואציע איז געקומען פון ריכטער אליטא, קעווענאו און גארסוטש וועלכע שרייבן אז די געריכט איז ארגינעל איינגעגאנגען צו אורטיילן אויך אויף פראגע צוויי (טראץ וואס עווענטועל האאט זי דערווייל נישט געאורטיילט דערויף און גארסוטש שרייבט אז עס איז גוטע זאך ווייל לויט אים איז נישטא אין די פשוט'ע טעקסט פונעם ATS געזעץ עפעס וואס באשוצט קארפארעישאנס פון ווערן געקלאגט

ריכטער אליטא האט געשריבן די אפאזיציע אורטייל אנערקענענדיג אז טאמאס האט געמאכט א שטארקע ארגומענט פארוואס די געריכטן זאלן נישט אויסהערן קיין קלאגעס אינדרויסן פון די אויבנדערמאנטע קאטעגאריעס אבער ארויסגעברענגט אז די פונקט איז נישט געווען איינע פון די דריי ארגומענטן אויפגעברענגט דורך די פירמעס און די געריכט דארף עס דעריבער נישט באהאנדלען איצט

אליטא וואלט אפגעווארפן די ארגומענט פון די פירמעס אז זיי קענען נישט ווערן געקלאגט צוליב ארגומענט 2 און וואלט פונקט ווי גארסוטש געהאלטן אז אויב א ספעציפישע קלאגע קען געברענגט ווערן אקעגן אן אמעריקאנע בירגער קען עס פונקט אזוי געברענגט ווערן אקעגן אן אמעריקאנע באזירטע קארפארעישאן און צוליב דעם שרייבט ער אז די קעיס זאל צוריקגיין צום דיסטריקט געריכט פאר ווייטערדיגע פראצעדורן

איי וועסטו פרעגן אז אליטא איז דאך געווען איינע פון די 5 ריכטער צו ארוטיילן אין 2018 למספרם אז קארפארעישאנס קענען נישט ווערן געקלאגט?

די ענטפער איז אז לויט אים זענען בלויז אויסלענדיש באזירטע קארפארעישאנס באשוצט און אזוי ווי די ניינטע קרייז געריכט האט טאקע געשריבן מאכט עס אליטא גאנץ קלאר אין יענע אורטייל אז די ציהל פון די ATS געזעץ איז געווען צו ערלויבן בלויז אזעלכע קלאגעס וועלכע וועלן נישט אונטערמינעווען אמעריקא'ס אויסערן פאליסי און זייערע באציאונגען מיט אנדערע לענדער און דעריבער זענען (בלויז) אויסלענדיש באזירטע קארפארעישאנס באשוצט

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג יוני 21, 2021 11:22 am

טענקס הבל! זייער הנאה געהאט!
נסיעה תשפ"ב??
אי"ה! מיט אייער הילף!
https://charidy.com/ivelt/ar

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2622
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג יוני 21, 2021 12:03 pm

ארחיקה נדד האט געשריבן:טענקס הבל! זייער הנאה געהאט!
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך mmn » מאנטאג יוני 21, 2021 12:14 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:טענקס הבל! זייער הנאה געהאט!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15734
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 21, 2021 1:04 pm

יישר אלע!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יוני 21, 2021 8:22 pm

מאנטאג בלק

ביידען אדמיניסטראציע באטראכט א פארבאט אויף דאס אימפארטירן פאליסיליקאן פון טשיינע צוליב אנגייענדע מענטשן רעכט פארלעצונגען ביים פראדוצירן די מאטעריאל.
די פאליסיליקאן ווערט גענוצט אין מיינסטענס סאולער פאנעלס, און אזא שריט קען מעגליך אונטערהאקן די אדמיניסטראציעס ציל פון טראנספארמירן אמעריקא'ס ענערגיע קוועלער.

* * * *
אדמיניסטראציע היינט ארויפגעשטעלט פרישע סאנקציעס אויף בעלארוס אין פארבינדונג מיט דעם וואס זי האט פאריגע מאנאט געצווינגען א פליגער צו לאנדן און דאן ארעסטירט אן אפזיציע פיגור.
די פרישע סאנקציעס נעמט אריין טרעוועל רעסטריקציעס אויף 46 ארטיגע רעגירונגס באאמטע, ווי אויך פרישע עקאנאמישע סאנקציעס קעגן 16 מענטשן און פינף קערפערשאפטן.
די פרישע סאנקציעס זענען געמאלדן געווארן אינאיינעם מיט די קאנאדישע און בריטישע רעגירונגען, אינאיינעם מיט די אי.יו.

* * * *
סענאט אויסערן אנגעלגענהייטן קאמיטע האט אפגעלייגט מיט עטליכע טעג א פארהער איבער דאס צוריקדרייען די 2002 מלחמה אוטריזאציע.
קאנגרעס האט שוין פאריגע וואך געשטימט דאס צו אנולירן, און אין די סענאט איז געווען געסקעזשועלט א פארהער אויף מארגן, אבער דאס איז געווארן אפגעלייגט צוליב א פארלאנג פון רעפובליקאנע סענאטארן אז זיי ווילן הערן מער פון די פארטיידיגונג סעקרעטאר און דער סעקראטערי אוו סטעיט איבער די מעגליכע קאנסעקווענצן דערפון.

* * * *
עקטינג דירעקטאר פון די "סייבערסעקיוריטי און אינפראסטרוקשור סעקיוריטי אגענטור" -בעסער באקאנט אלס CISA- שרייבט פאר סענאטארן אז די מאסיווע העקינג אטאקע פאריאר וואס האט באטראפן מערערע פעדעראלע רעגירונגס אגענטורן, וואלט געקענט פארמיטן ווערן אויב וואלט מען אונטערגענומען פשוט'ע פארזיכערונגס מיטלען, א שטייגער ווי שטעלן א פייערוואל קעגן דרויסענדע פארבינדונגען.

* * * *
א פרישע אנקעטע פון די מאנמאוט יוניווערסיטי צייגט אז ארום א דריטל אמעריקאנע האלטן אז פרעזידענט ביידען'ס געווינס איז געקומען צוליב ברייט פארשפרייטע וואוטער פראוד.

* * * *
דעמאקראטיש נאציאנאלע קאמיטע האט פאריגע מאנאט אויפגעטריבן 12.1 מיליאן דאללער, א רעקארד פאר די מאנאט אין א יאר וואס עס קומען נישט פאר קיין וואלן.
אין די זעלבע צייט האט דער רעפובליקאנע קאמיטע אויפגעטריבן 11 מיליאן דאללער, אויך א רעקארד ציפער.

* * * *
פאריגע וואך איז געווארן באריכטעט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט -דורכאויס א אויספארשונג צו דערגיין פון וואו עטליכע ליעקס זענען געקומען- געזאמעלט רעקארדס פון עטליכע דעמאקראטישע געזעצגעבער.
היינט ווערט באריכטעט אז די געזעצגעבער זענען נישט געווען די ארגינעלע ציהל פון די אויספארשונג, נאר אנהויב האט מען נאכגעקוקט געוויסע קאנגרעסיאנאלע געהילפן וועם מ'האט פארדעכטיגט אין ארויסגעבן אינפארמאציע, און ביים איבערגיין דעיטא פון די געהילפן זענען אוטאמאטיש מיטגעקומען רעקארדס פון די געזעצגעבער.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט באראק אבאמא זאגט היינט אז קאנגרעס דארף דורכפירן וואל רעפארם נאך איידער די קומענדיגע מידטורם וואלן. אין פאל אז דאס פאסירט נישט, ווארענט דער געוועזענע פרעזידענט, שטייט אמעריקא אויס א מעגליכקייט פון א יאנואר 6 איבערשפיל נאך יעדע עלעקשאן סייקעל.

* * * *
אין א פרישע בוך, וואס דעקט אויף דעטאלן ארום די ערשטע וואכן אנהויב פון די וויירוס אויסברוך אין אמעריקא, ווערט באריכטעט אז דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט ביי איין פאל אויפגעברענגט די געדאנק פון האלטן איזאלירט אמעריקאנע בירגער וואס קערן זיך צוריק פון אויסלאנד, אינערהאלב די גואנטאנעמאו בעי מיליטערישע באזע.

* * * *
אויך ווערט דארט באריכטעט אז טראמפ איז געווען גאר שטארק אויפגעברויזט איבער דעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט אנטוויקעלט וויירוס טעסטס, זאגענדיג אז צוליב דעם וועט ער נאך פארלירן ריעלעקשאן.

* * * *
באריכטן גיבן אן אז ניו יארקער פראסעקיוטאר וואס פארשן אויס טראמפ און זיין פירמע קאנצעטרירן זיך יעצט אויף מעטיו קאלמארי, דער אנפירער פון זיכערהייט ביי די טראמפ ארג. לויט די באריכטן ווערט ער געפארשט אויף מעגליכע בענעפיטן וואס ער האט באקומען פון די פירמע און נישט באריכטעט אויף די שטייער דאקומענטן.
קאלאמארי האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין 1981 אלס פערזענליכע וועכטער פאר טראמפ, דורכאויס די יארן איז ער געשטיגן העכער און העכער אויפן לייטער, ביזן גרייכן די סי.או.או. פאזיציע אין די פירמע.

* * * *
א פרישע באריכט ציגט אז זינט 9/11 זענען העכער דרייסיג טויזענט (30,000) אקטיווע און געוועזענע זעלנער באגאנגען זעלבסטמארד, דאס איז מער ווי פיר מאל פון וויפיל זעלנער עס זענען אומגעקומען אויפן שלאכטפעלד זינט סעפטעמבער 11.

* * * *
די עם.טי.עי. איז ערווארטערט צו פארלענגערן סערוויס שניטן ביי פינף ליניעס ביז שפעט אינמיטן קומענדיגע יאר למספרם.
די אפעקטירטע ליניעס זענען B, D, N, Q און R.

* * * *
דעלטא עירליינס צילט צו אויפנעמען העכער טויזענט פרישע פילאטן ביז נעקסטע יאר זוממער.

* * * *
פענסילוועניע סטעיט סענאטאר דעיוויד ארגאל -פירער פון די "סענאט רעגירונגס קאמיטע"- זאגט אז ער וואלט געשטיצט אז זיין סטעיט זאל גיין אין די פיסטריט פון אריזאונע און דורכפחרן א געהעריגע פראענזיק אודיט אויף די פארלאפענע וואלן און די אפגעגעבענע שטימען.

* * * *
א גרופע אקטיוויסטן האבן אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן די פעדעראלע וואל קאמיסיע (FEC) מיט די טענה אז די אגענטור האט אומריכטיג ארויסגעווארפן א קאמפלעינט קעגן די טראמפ קאמפיין דורכאויס די פארלאפענע וואל סעזאן.

* * * *
פעדעראלע ריכטער אין וואשינגטאן די.סי. האט ארויסגעווארפן א גרויסע מערהייט קלאגעס אריינגעגעבן דורך פראטעסטירער קעגן דעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט פאריאר -דורכאויס די זשארזש פלאויד פראטעסטן- ביי איין פאל גענוצט מאכט צו אויסליידיגן די לאפאיעט סקוועיר נעבן דעם ווייסן הויז.
די קעיס באציעט זיך איבער דעם וואס פעדעראלע אגענטן האבן ביי איין פאל, דורכאויס די פראטעסטן, אויסגעליידיגט די סקוועיר מיטן ציל אז דער פרעזידענט זאל קענען אריבערגיין די גאס צו א קירכע וואו מ'האט געכאפט בילדער. די ריכטער שרייבט אז צו זאגן אז די גאנצע ציל איז געווען צו קענען כאפן די בילדער איז א קאנספיראציע טעאריע וואס האט נישט קיין באזיס, און אז די יעצטיגע און געוועזענע באאמטע וואס ווערן געצילט אין די קלאגע זענען באשיצט אונטער די קוואליפייד אימיוניטי.

* * * *
מיזורי גאווערנאר מייק פארסאן האט פאריגע מאנאט אונטערגעשריבן א געזעץ צו באשטראפן לאקאלע לאו ענפארסמענט אגענטורן וואס קאאפערירן און אינפארסירן פעדעראלע גאן-קאנטראל געזעצן. דאס איז געקומען אין רעאקציע צו עטליכע עקזעקיוטיווע שריט געמאלדן דורכ'ן פרעזידענט.
היינט האט די שטאטראט אין סט.לואיס, מיזורי, אריינגעגעבן א קלאגע אין ארטיגע געריכט אין א פארזוך צו אנולירן די געזעץ, מיט די טענה אז אונטער די קאנסטיטוציע טראגן פעדעראלע געזעצן א דין קדימה אין פאל זיי זענען זיך סותר מיט סטעיט געזעצן.

* * * *
די סופרים קאורט האט היינט אנטזאגט צו אויסהערן א קעיס איבער די "מעקסיקאו מייגרענט פראטאקאל" פראגראם איינגעשטעלט אונטער די געוועזענע טראמפ אדמיניסטראציע, אנגעבענדיג אז די קעיס איז שוין נישט רעלעוואנט זינט די יעצטידע אדמיניסטראציע האט דאס שוין אנולירט.
די רעדע איז איבער א פראגראם -געשאפן אין יאר 2018- אונטער וועלכע אזיל-רעכט זוכער וואס קומען פון צענטראל אמעריקאנע לענדער האבן געדארפט אויסווארטן די פארצעדור אויף די אנדערע זייט פון די הערליכע וואנט ביים גרעניץ. אין 2019 האט די ניינטע קרייז געריכט ארויפגעשטעלט אן אינזשאנקשען אז די אדמיניסטראציע זאל נישט אינפארסירן די פראגראם, אבער די העכסטע געריכט האט דאס אנולירט, נאכגעבענדיג פאר די טראמפ אדמיניסטראציע.
אנהויב די יעצטיגע מאנאט האט די ביידען אדמיניסטראציע געמאלדן אז זי טוט פארמאל אפשאפן די פראגראם, פריענדיג צו דעם אז די געריכט האט היינט געמאלדן אז זי וועט נישט אויסהערן די קעיס זינט עס איז שוין נישט נוגע.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re:

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יוני 21, 2021 8:26 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:טענקס!

וואסי דער חשבון פון דער געריכט אויב עס איז שוין גע'פסק'נט אומקאנסטיטאטוציענאל דורך דער סופרים קאורט?

זעה דא אז די געריכט האט גערעדט ספעציפיש נאר איבער יענע קעיס, צוליב די וועג וויאזוי די סטעיט האט עס באהאנדעלט.

- - - - -
האבעך מעך טאקע נישט ריכטיג אויגעדרוקט מיט'ן שרייבן אז די געריכט האט געאורטיילט אז אזוינע שטראפן זענען אומקאנסטיטוציאנאל, בלויז אין יענע קעיס.

לגבי די יעצטיגע קעיס טענה'ט דער געוועזענע גאווערנאר, און יעצטיגע סענאטאר, זשאן היקענלופער אז לויט זיין מיינונג וועט די קעיס אויך אנקומען צום סופרים קאורט.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 16406
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יוני 21, 2021 11:18 pm

טענקס הבל!! טענק אלעקסיי!!
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זעה דא אז די געריכט האט גערעדט ספעציפיש נאר איבער יענע קעיס, צוליב די וועג וויאזוי די סטעיט האט עס באהאנדעלט.

- - - - -
האבעך מעך טאקע נישט ריכטיג אויגעדרוקט מיט'ן שרייבן אז די געריכט האט געאורטיילט אז אזוינע שטראפן זענען אומקאנסטיטוציאנאל, בלויז אין יענע קעיס.

לגבי די יעצטיגע קעיס טענה'ט דער געוועזענע גאווערנאר, און יעצטיגע סענאטאר, זשאן היקענלופער אז לויט זיין מיינונג וועט די קעיס אויך אנקומען צום סופרים קאורט.

אה, מאכט סענס. א עקסטערע דאנק פארן קלארשטעלן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

popo
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך popo » דינסטאג יוני 22, 2021 9:40 am

א נייע פראיעקט פון בחדרי טעגליכע נייעס אין אידיש:
- די געריכט אין טבריה האט אנגעקלאגט 3 אראבישע יוגענטליכע וועלכע האבן באפאלן ישיבה בחורים אין א געגענט אין צפון מדינת ישראל. 2 יוגענטליכע וועלן וויילן אין ארעסט פאר 10 חודשים און די דריטע פאר 8 חודשים. די 3 וועלן אויך באצאלן פארגיטיגונג'ס געלטער פאר די געשעדיגטע.

- א דראמא האט זיך אפגעשפילט אין די 'ארגאניזירונג קאמיטעט' ווען ח"כ מאיר פרוש פון די יהדות התורה פארטיי האט געשריגן פאר די פארזיצער פון די קאמיטעט, עידית סילמן פון די 'ימינה' פארטיי: "דו ביזט א קליין מיידל". סילמן האט צוריקגעשריגן מיט אויפברויז און דער מידיע מיט נאך פילע פאליטיקאנטען האבן אטאקירט די ווערטער פון מאיר פרוש.

- די אויסערן מיניסטער פון מדינת ישראל יאיר לפיד וועט ארויספארן אין דעם קומענדיגן וואך פאר א ערשטמאליגן באזוך אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן.

- די לינץ' אין עכו: די געריכט דער געריכט האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן האביב אבו חביב, 41, פאר א טעראריסטישן אקט פון פראבירן צו מארדן מרדכי כץ, ווען ער האט געווארפן א שטיין צום קאפ פון כץ. ווען כץ איז אראפגעפאלן, האט ער געוואָרפן צו איהם נאך א שטיין. אין דער זעלבער צייט האבן אנטיילגענומען אין די לינץ' נאך 6 אַראַבער וועלכע האבן צושלאגן דעם יוד מיט שטיינער און שטעקענעס.

ירושלים - בר אילן: א דעמאנסטראציע איז פארגעקומען קעגן די ארבעט וואס ווערט דורכגעפירט ביי די 'רכבת הקלה'. 6 פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן נאכן שטערן די פארקער אויף די גאס.

- דער אויסערן מיניסטער יאיר לפיד האָט היינט אינדערפרי צום ערשטן מאָל גערופן אברהם פיקסלער, די פאָטער פון אלטע פיקסלער, און האָט געזאָגט אז ער שטייט צו זייער זייט. אין דעם שמועס האָט לפיד געזאָגט, אז ער האָט באפוילן זײַנע אפיס ארבעטער זיך צו מאָביליזירן און ארויסהעלפן דער משפּחה.

- דער געוועזענער פרעמיער מיניסטער און אפאזיציע פירער פון מדינת ישראל, בנימין נתניהו, האט איבערגעגעבן א פאליטישער דעקלאראציע: "פארגאנגענעם דאנערשטאג, האט דער אקטיווער פרעמיער מיניסטער יאיר לפיד צוגעזאָגט פארן אמעריקאנעם סעקרעטערי אוו סטעיט אנטוני בלינקן אז מדינת ישראל וועט נישט טוהן קיין דראמאטישע שריט קעגן איראן בעפאר זי וועט לאזן וויסן דעם בידען אדמיניסטראציע. דאס איז א שרעקליכע צוזאג וואס צושטערט דאס זיכערהייט-פאליסי פון מדינת ישראל".

popo
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך popo » מיטוואך יוני 23, 2021 5:01 pm

- שירה מדלעי, די מוטער פון דער פינף יעריג הראל מדלעי, וואס איז דערטרונקען געווארן אין א שווים-באסיין אין בת ים און געפינט זיך אין א קריטישן צושטאנד אין וואלפסאן שפיטאל, האט געזאגט: "מיר האבן נישט קיין אהנונג וואס פונקטליך האט דארט פאסירט. זיין מצב איז דערווייל נאך נישט פארבעסערט געווארן. איך בעט אז די ציבור זאל דאווענען און זיך אונטערנעמען קבלות טובות".

- פראטעסטירער פון דער עדה החרדית זענען ארויס דעמאנסטרירן קעגן חילול קברים אין דער גוש עציון געגנט. אינמיטן דער דעמאנסטראציע איז א שאק גראנאט ארויפגעווארפן געווארן אויפן קאר פון דעם גאב"ד העדה החרדית הגאון רבי טוביה ווייס, דורך די פאליצייאישע כוחות וועלכע האבן פרובירט צו צושפרייטן די דעמאנסטראציע.

- יאיר פינס איז באשטימט געווארן אלס דירעקטאר גענעראל פונעם פרעמיער מיניסטער'ס אפיס. פינס איז א בני ברק געבוירענער און ער האלט זיך נאנט צום חרדי'שן ציבור.

- כדת משה וישראל: 10 יאהר נאך ווערן באפרייט פון די געפענגעניש אין עזה ביי די חאמאס טעראר גרופע - האט גלעד שליט היינט חתונה געהאט. די ברייט בארעדטע חתונה איז פארגעקומען אין דער עמק חפר געגענט און בלויז משפּחה מיטגלידער און נאנטע פריינד זענען ערלויבט געווארן זיך צו באטייליגן ביים חתונה.

- ברוך דיין האמת: דער דאקטער ר' מרדכי הימלפרב פון גבעת שמואל געגענט אין בני ברק איז נפטר געווארן. ער איז געוועהן א דאקטער פאר חרדי'שע פאציענטן אין בני ברק און האט אויך געדינט אלס דאקטער אין דער איכילוב שפיטאל. ער איז געוועהן א מאדזיצ'ער חסיד. זיין לוויה קומט פאר אין די יעצטיגע שעות ביים בית החיים אין גבעת שמואל. ת.נ.צ.ב.ה.

- א פייער האט אויסגעבראכן אין א פיר-שטאקיגער געביידע אין די חרדי'שע שטאט מודיעין עילית. פילע איינוואוינער זענען עוואקאירט געווארן. צענדליגע פייערלעשער האבן שווער געארבעט צו פארלעשן דעם פייער.

- דאס צוריקקערונג פון דער מאסקעס עפאכע? אין א דיסקאסיע מיט די פרעמיער מיניסטער נפתלי בנט, איז באשלאסן געווארן אז מען וועט צוריק ארופצולייגן דער פליכט פון אנטוהן מאסקעס אין פארמאכטע ערטער, בלויז נאך א דורכשניט פון 100 קאראנא-אנגעשטעקטע פער טאג, במשך א וואך צייט.

די ימינה פארטיי רעכט היינט אפ גרויסע פייערונגען אין ליכט פון די סוקסעס פון דער פארטיי פארזיצער נפתלי בנט וועלכע האט סוקסעספול פארמירט א רעגירונג. די פרעמיער מיניסטער בנט וועט אנטייל נעמען און איבערגעבן א רעדע פאר די פארזאמלטע.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 16406
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יוני 23, 2021 5:34 pm

א דאנק popo!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re:

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך יוני 23, 2021 5:47 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:א דאנק popo!
לכאורה האט געשריבן:אויב האסטו א פילטער, קענסטו בעטן די פירמע זאל דיר אפשליסן אייוועלט

nishtames@gmail.com

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2622
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך יוני 23, 2021 5:50 pm

ישר כח popo, אבער אויב שייך צו עפענען א אנדערע אשכל פאר דעם, אדער עס לייגן און ארץ ישראל'דיגע נייעס,
א דאנק
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך משה בן יעקב » מיטוואך יוני 23, 2021 7:11 pm

פרישע אנקעטע פון די מאנמאוט יוניווערסיטי צייגט אז ארום א דריטל אמעריקאנע האלטן אז פרעזידענט ביידען'ס געווינס איז געקומען צוליב ברייט פארשפרייטע וואוטער פראוד.״...

איך קען דאס נישט גלייבען, אובאמא שרייט דאך אז מען מיז איינפירען נייע געזעצען כדי סזאל נישט פארקומען נאך א ינואר 6 אויסברוך..
אין דא באריכטעט איר אז א ״דריטעל אמעריקאנער גלייבען נאך אז ביידען איז פרעזידענט נאר מכח פראד״????!!!!!
מען דארף שוין גוזר תענית זיין....

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יוני 23, 2021 9:27 pm

מיטוואך בלק


איראנע באאמטע האבן היינט געזאגט אז אמעריקא איז איינגעגאנגען צו אראפנעמען אלע אויל און שיפינג סאנקציעס פונעם לאנד, אין א פראוו צו איבעררעדן די ארטיגע רעזשים זאל זיך צוריק אנשליסן אין די נוקלעארע אפמאך.
די סטעיט דעפארטמענט לייקענט דאס.

* * * *
פרעזידענט ביידען האט היינט נאמינירט פרוי מעקעין -די אלמנה פונעם פארשטארבענעם סענאטאר זשאן מעקעין- אלס אמעריקאנע פארשטייער צו די יו.ען. עסן און אגריקולטור אגענטור.

* * * *
אויך האט דער פרעזידענט נאמינירט פרוי קראנין -די מאיאריטעט פירער פון די מעסטשוסעטס סטעיט לעגיסלאטור- אלס אמבאסאדאר קיין איירלאנד.

* * * *
וויצע פרעזידענט פרוי העריס איז ערווארטערט צו באזוכן טייל פון די אמעריקאע-מעקסיקאנע גרעניץ קומענדיגע פרייטאג, אלס טייל פון איר אויפגאבע צו אנפירן מיט די פעדעראלע רעאקציע צום אימיגראנטן קריזיס.
זי וועט דארט באזוכן אינאיינעם מיט דער היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר אלעהאנדראו מעיארקעס.

* * * *
אין אנדערע גרעניץ נייעס, ווערט געמאלדן אז א גרופע רעפובליקאנע קאנגרעסלייט זענען ערווארטערט זיך אנצושליסן אין די מסע המלכות וואס דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ, אינאיינעם מיט טעקסאס גאווערנאר עבאט, וועט אונטערנעמען קומענדיגע וואך צום גרעניץ.

* * * *
אין אנדערע גרעניץ נייעס, ווערט באריכטעט אז פאריגע מאנאט האבן גרעניץ וואך אגענטן פארהאלטן העכער 180,000 אומלעגאלע אימיגראנטן ביים גרעניץ.
א גרויסע מערהייט -ארום 112,000 פון זיי- זענען געווארן צוריקגעשיקט אריבער די גרעניץ צוריק קיין מעקסיקאו.

* * * *
ראדני סקאט, דער הויפט פון די בארדער פאטראל אגענטור, האט געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן פון אמט, נאך וואס די אדמיניסטראציע האט איהם געגעבן די אפציע פון רעטייערן, רעזיגנירן, אדער באקומען אן אנדערע פאזיציע.
סקאט איז געשטעלט געווארן צום פאסטן דורך די טראמפ אדמיניסטראציע אין יארע 2020, און איז א שטארקע שטיצער פון די פריערדיגע אדמיניסטראציע צוגאנג צו די גרעניץ זיכערהייט אישו.

* * * *
סענאטאר בערני סאנדערס איז היינט געווארן אנגעפרעגט איבער וויאזוי דעמאקראטן קענען איבערקומען די קעגנערשאפפט פון צענטריסטישע סענאטארן צו רעפארמירן די פיליבאסטער.
סאנדערס האט גערויף גע'ענטפערט: "כ'בין שוין מיד פון אזויפיל רעדן איבער מענשין און סינעמא. מיר דארפן טוען וואס מיר קענען נענטער צו ברענגען די מענטשן".

* * * *
ספיקער פעלאוסי לייקענט אז זי האט באשלאסן צו פארמירן א סעלעקט קאמיטע צו פארשן די יאנואר אומרוען.
א ווארטזאגער פאר די ספיקער האט קלארגעשטעלט אז זי האט דאס בלוז אויפגעברענגט אלס א מעגליכע וועג פאראויס, און זי וועט מעלדן א ענדגילטיגע באשלוס שפעטער אין וואך.

ווייסע הויז קאמיוניקאציע דירקעטאר האט זיך היינט באנוצט מיט ווערטער פון דע געוועזענע פרעזידענט אפצוענטפערן אטאקעס פון דער רעפובליקאנע מינאריטעט פירער אין קאנגרעס.
קעווין מעקארטי, דער מינאריטעט פירער, האט זיך באקלאגט איבער דעם וואס די ביידען אדמיניסטראציע נעמט נישט קיין שריט קעגן טשיינע איבער זייער אנגעבליכע קאוויד קאוועראפ.
די וויסע הויז האט אפגענטעפערט מיטן אנווייזן אויף א טוויטשקעלע פונעם געוועזענעם פרעזידענט, געשריבן נאך גאר אנהויב פון די אויסברויך, וואו ער לויבט אויס די ארבעט פון טשיינע צו מינימיזירן די פארפרייטונג פונעם וויירוס.

* * * *
דורכאויס די פארלאפענע יאר, זענען העכער 300,000 גאן סעילס אפגעשטעלט געווארן, אדאנק די בעקגראונד טשעק סיסטעם. ארום 42% פון די פעלער זענען געווען אין רעזולטאט פון א פריערדיגע קרימינאלע רעקארד.
אין אלגעמיין זענען גאן סעילס די פארלאפענע יאר געשטיגן מיט א זאפטיגע 60% - צו 23 מיליאן שטיק, ארויף פון 19 מיליאן א יאר פריער.

* * * *
א ניו יארק טיימס אנאליז אויף די טונא סענדוויטשעס פון די "סובוועי" רעסטוראנט נעץ צייגט אז די א.ג. טונא פארמאגט נישט קיין שום גענעטישע טונא שטריכן. די לעב וואס האט דורכגעפירט די טעסט אנערקענט אז ס'איז מעגליך צוליב דעם וואס די טונא איז שוין געווארן גאר שטארק פראצעסירט, וואס דעריבער האבן די טעסטס ישט אויפגעכאפט די טונא שטריכן.
דאס קומט אין א צייט וואס די סובוועי פירמע שטייט אויס א קלעס-עקשאן לאוסוט דערוועגן.

* * * *
די מישיגען סטעיט סענאט אווערסייט קאמיטע -קאנטראלירט דורך די רעפובליקאנע מאיאריטעט- האט היינט ארויסגעשטעלט א רעפארט וואו זי טוט קלארשטעלן אז נאכן דורכפירן אן איבערזיכט אויף די פארלאפענע וואלן, איז קלאר אז עס זענען נישט פארגעקומען סיי וועלכע וואל פעלשערייען אין די סטעיט.

* * * *
געוועזענע דעמאקראטישע פארטיי פארזיצער טאם פערעז האט געמאלדן אז ער נעמט אונטער א פארמעסט פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע פאר די מערילאנד גאווערנאר אמט.
דער אמטירענדע גאווערנאר, רעפובליקאנע לערי האוגען, קען נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג צוליב טוירם לימיטס.

* * * *
קאליפארניע'ס סעקרעטארי אוו סטעיט האט היינט ענדגילטיג באשטעטיגט אז דער ארטיגע גאווערנאר, געווין ניוסאם, וועט אויסשטיין א ריקאל עלעקשאן שפעטער אין יאר.
דאס קומט נאך וואס בלויז 43 מענטשן האבן צוריקגעצויגן פון זייער אונטערשרייבן אויף די פעטיציע דערפאר, איבערלאזענדיג העכער 1.7 מיליאן באשטעטיגט אונטערשריפטן.

* * * *
סאוטוועסט עירליינס האט געמאלדן אז איר סי.אי.או. -גערי קעלי- וועט אפטרעטן פון אמט קומענדיגע פעברואר.
קעלי דינט שוין אלס סי.אי.או. באלד 17 יאר, און וועט ווערן איבערגענומען דורך באב זשארדאן, דער יעצטיגע עקזעקיוטיוו ווייס פרעזידענט אוו קאפארעיט סערוויסעס.

* * * *
דער באנקינג און פינאנציעלע ריז "מארגען סטענלי" האט איינגעמאלדן פאר איינגעשטעלטע אז בלויז וואקסינירטע וועלן ווערן צוריק אריינגעלאזט ארבעטן ביי די אפיסעס, נאר וועלן מוזן בלייבן ארבעטן פונדערהיים.
אזוי אויך אלע איינגעשטעלטע און קליענטן אין די ניו יארק מעטראו ראיאן, וואס ווילן אריינקומען אין די אפיסעס, וועלן מוזן פון יולי 1 און ווייטער צייגן א באווייז זיי זענען וואקסינירט קעגן די וויירוס.

* * * *
ביל געיטס געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן פון זיין אמט אלס טראסטי ביי די "ביל געיטס פאונדעישאן".

* * * *
א פרישע אנאליז צייגט אז אמעריקאנע מולטי-נעשאנעל קארפאראציעס צאלן ווייניגער שטייערן ווי אנדערע אינטערנאציאנלע פירמעס זייערס-גלייכן וואסב זענען באזירט אין אנדערע לענדער.
די אנאליז ווייזט אן אז אפילו אויב פרעזידענט ביידען זאל סוקסעספול באווייזן צו הייבן די קארפארעיט שטייער ראטע צו 21%, וועלן אמעריקאנע פירמעס נאכאלץ, אן עוועריזש, צטלן ווייניגער ווי זייערע אויסלענדישע קאנקורענטן/קאמפעטיטארס - דאס איז צוליב א רייע דעדאקשענס וואס אמעריקאנע פירמעס פארמאגן, ווי אויך צוליב וואס די אמעריקאנע רעגירונג ערלויבט פירמעס צו האלטן גרעסערע טיילן פון זייערע פארדינסטן אין אויסלאנד אן ארויפשטעלן אויף דעם א שטייער.

* * * *
נאך וואס די העכסטע געריכט האט היינט געאורטיילט אז דער פרעזידענט האט א ברייטערע מאכט צו קענען אפזאגן דער דירעקטאר פון די פעדעראלע "פעני מעי" און "פרעדי מעק" אגענטורן, האט די ווייסע הויז געמאלדן אז דערפ רעזידענט טוט דאס אויסנוצן צום פולסטן און מארק קאלאבריע -דער ביז יעצטיגע דירעקטאר- אי געווארן אפגעזאגט פון אמט.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך יוני 23, 2021 11:09 pm

שכח פאר די נייעס!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 16406
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יוני 24, 2021 1:00 am

טענקס אלעקסיי!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
נארמאליזעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » דאנארשטאג יוני 24, 2021 2:41 am

שכח פאר פאפא און אלעקסיי פארן מיך האלטן אינפארמירט
אב איז ר"ת אלול בא
אין אלול אפילו די פיש פון וואסער" ציטירן"
אויב האסט עפעס צו זאגן "ציטיר" מיך

מיט שמחה איז מען ממתיק דינים

popo
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך popo » דאנארשטאג יוני 24, 2021 4:19 pm

שווערע טראגעדיע: נאך א פארוואונדעטער פון דעם אומגליק אין גבעת זאב ערב שבועות האט ליידער אויסגעהויעכט זיין נשמה. דער אומגעקומענער רבי אליהו קרפל (39) פון ביתר עילית, האט אימיגרירט אלס קינד פון דער אוקראינער שטאט לבוב אלס טייל פון די אקטיוויטעטן פונעם קארלינער רבי, און איז געווארן א פולשטענדיגער חסיד. ער האט ליידער נישט זוכה געוועהן אויפצושטעלן א משפחה.

א גרויסע התרגשות: דער 'שובו בנים' באקאנטן אַקטיוויסט ברק ברבר האט היינט זוכה געוועהן צו אן ערשטע זון נאָך 28 יאָר פון זיין חתונה.

צוויי ראחמסטריווקע'ר חסידים זענען היינט נפטר געווארן – ביידע האבן זיך באשעפטיגט מיט ענייני סת"ם: הרה"ח ר' יצחק מנדל שנור ז"ל (70) פון די רמת שלמה געגענט אין ירושלים, נאך אן הארץ אטאקע. און הרה"ח ר' פנחס אלעזר אמיתי ז"ל (74) פון רחוב סורוצקין אין ירושלים וועלכע איז געוועהם דער ערשטער ירושלימער איינוואוינער וואס איז אנגעשטעקט געווארן מיט קאראנא און איז באהאנדלט געווארן אין די הדסה עין כרם שפיטאל.

האדמו"ר ממאדז'יץ האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פון אן אייניקל פון יעקב ליצמן.

א שרעקליכן קאריקאטור האט היינט ערשינען אין די עקסטרעם לינקע 'הארץ' צייטונג: אין די קאריקאטור זענען געשילדערט געווארן די חרדי'שע פאליטיקאנטן אריה דרעי, משה גפני און יעקב ליצמן, ווי זיי פלאנירן דורכצופירן מאסן געשעענישן אין ליכט פונעם באנייעטן אויסברוך פון דער קאראנא ווירוס. ליצמן איז ערשינען מיט א לאנגן נאז און זאגט: "אפשר וועלן מיר ארגאניזירן א רבי'שן טיש".

חרדי'שע עקסרעמיסטן האבן היינט דעמאנסטרירט אקעגן די איינגעטומער פון די 'דידי פון' טעלעפאן געשעפט אין רחוב רבי עקיבא אין בני ברק, וועלכע האט נישט אקצעפטירט דאס 'תעודת כשרות' פונעם 'ועד הרבנים לענייני טכנולוגיה'.

הונדערטער יודן שטראמען יעמט קיין הר הזיתים צון הייליגן ציון פונעם 'אור החיים הקדוש' לרגל דעם יארצייט וועלכע געפאלט ערב שבת. ביז די לעצטע טעג איז נישט געוועהן קלאר אויב דאס ארויפגיין צום ציון וועט ווערן ערלויבט אין ליכט פון די טראגעדיעס אין מירון און אין קארלין.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15734
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יוני 27, 2021 10:57 pm

בולעטין:

האפנטליך האט יעדער געהאט היימישע קאקאש צום אויספאסטן
ביי אונז איז די בעקעריי געווען אפגעשפארט צוליב אן אינערליכע אנגעלעגנהייט ווען ביי א באקאנטן אינדערהיים האט די לעקטער געקראכט און אלץ איז איינגעשפאנט ליכטיג צו מאכן ביי דעם איד אין שטוב
העלפט אונז מסדר זיין יענעם פראבלעם מיטן קליקן אויפן לינק אין די חתימה און מיט דעם פארזיכערן אז די בעקעריי קען ווידער עפענען די טויערן וואס פריער

ייש"כ, ותזכו למצוות!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, night walker, געטובל'ט און ארויס, טשיינע רב, נא_שכל, קנעטענע קיגעל און 78 געסט