א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קלמן יאסעלע » מיטוואך מאי 05, 2021 5:24 pm

הכל הבל האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:זייער ציענדיג!

יישר כח!

איך בין דאנקבאר פאר די פידבעק

א גרויסן ייש"כ אייך פארן אראפנעמען פון אייער צייט מהנה צו זיין אידן!
האסט א מיינונג? נישקשה, גיב נאר אכט עס זאל נישט ווערן א שטעלונג!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14402
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 05, 2021 5:40 pm

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:זייער ציענדיג!

יישר כח!

איך בין דאנקבאר פאר די פידבעק

א גרויסן ייש"כ אייך פארן אראפנעמען פון אייער צייט מהנה צו זיין אידן!

אייער פארגעניגן איז מיין פארגעניגן!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך מאי 05, 2021 9:22 pm

מיטוואך בהר-בחקותי

קוועלער ווייסן צו פארציילן אז דער פרעזידענט קלערט פון שטעלן עריק גארסעטי אלס אמבאסדאר קיין אינדיע.
גארסעטי דינט יעצט אלס מעיאר פון לאס אנזשעלעס, און האט אנגעפירט מיט טיילן פן די פרעיזענט קאמפיין.

* * * *
וואשינגטאן די.סי. פעדעראלע ריכטער פרוי פרידיריך האט היינט געאורטיילט אז א סי.די.סי. פארבאט אויף עוויקשאן פראצעדורן איז אומלעגאל און נישט אויסגעהאלטן קאנסטיטוציאנאל - זי זאגט אז איר אורטייל איז גילטיג איבער'ן גאנצן לאנד.
זי ווייזט אן אויף עטליכע געריכטן -אריינגערעכענט די זעקסטע און עלעפטע קרייז געריכטן- וואס האבן שוין ביז היינט געאורטיילט אז די פארבאט איז נישט אויסגעהאלטן, צוליב פארשידענע לעגאלע און קאנסטיטוציאנאלע גרונדן.

* * * *
די טרעזשורי דעפארטמענט זאגט היינט אז די פעדעראלע רעגירונג וועט ווערן געצווינגען צו באנקראטירן אין די קומענדיגע מאנאטן, אויסער אויב קאנגרעס נעמט שריט צו העכערן -אדער סוספענדירן- די פעדעראלע חובות דאך.
א 2019 בוזשעט אפמאך האט סופענדירט די חובות דאך -וויפיל חובות די פעדעראלע רעגירונג קען דערהייבן- אויף ביז ענדע יולי.

* * * *
דורכאויס די פארלאפענע אפריל מאנאט האט די אימיגראציע אגענטור -אייס- דעפארטירט בלויז 2,960 אומלעגאלע אימיגראנטן פון לאנד - דאס איז טראץ וואס די צאל אריינוואנדערער שטייט ביי א 20 יעריגע הייך.
די ציפער פון 2,960 איז דאס ערשטע מאל וואס די אגענטור דעפארטירט ווינציגער פון דריי טויזענט אימיגראנטן אין איין מאנאט. עס ווערט אנגעוויזן אז אין 2013 זענען ארום 400,000 אימיגראנטן דעפארטירט געווארן פון לאנד, אין די צייט וואס אין די יארן 2017-18 איז די דורכשניט געשטאנען ביי 240,000 פער יאר - אויף די ביז יעצטיגע ראטע איז ערווארטערט אונטער זעכציג טויזענט דעפארטירטע דאס יאר.

* * * *
קאנסערוואטיווע קלוב פאר וואוקס ארויסגעקומען מיט א שארפע אטאקע קעגן קאנגרעספרוי סטעפאניק פון ניו יארק. די גרופע באשולדיגט איר אין האבן א גאר שוואכע צייכענונג ווען עס קומט צו קאנסערוואטיווע אנגעלגענהייטן.
דאס אין די צייט וואס מ'הערט פון מערערע ריכטונגען אז זי ווערט באטראכט אלס פאסיגע קאנדידאט צו ערזעצן פרוי טשעיני.

* * * *
עטליכע רעפובליקאנע געזעצגעבער זענען היינט ארויסגעקומען אין שטיצע פון רעפארמירן די לאנד'ס אנטיטראסט געזעצן, אין ליכט פון דעם וואס די פעיסבוק אווערסייט באורד האט באשלאסן אז די פירמע איז נישט פארפליכטעט צו ווידער ערלויבן די געוועזענע פרעזידענט זאל קענען נוצן די פלאטפארמע.

* * * *
אין די צייט וואס קאנגרעס דעמאקראטן זוכן צו פארוואנדלען וואשינגטאן די.סי. אלס א שטאַט, האט די ארטיגע מעיאר גענומען אייגענע שריט צו צייגן איר סטאטוס אלס מעגליכע צוקונפטיגע גאווערנאר - מעיאר באוסער האט געמאלדן אז זי איז געווארן אנגענומען אלס א מיטגליד אין די "דעמאקראטישע גאווערנאר פאראיין" וואס נעמעט צוזאם אלע געמאקראטישע גאווערנארס פון איבער'ן לאנד.

* * * *
אדוואקאטן פאר דערעק שאווין -דער אפיציר וואס האט אומגעברענגט זשארזש פלויד- האבן אריינגעגעבן אין געריכט א פארלאנג פאר א פרישע פראצעס.
צווישן אנדערע באשולדיגן זיי אז "די זשורי איז געווארן געסטראשעט און געקומען אונטער פרעשור צו געפינען זייער קליענט שולדיג באזירט אויף זיין ראסע".

* * * *
א זשורי אין איטאליע האט געפונען שולדיג צוויי אמעריקאנע יוגענטליגע אין די מארד פון א לאקאלע פאליציי.
די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין זומער 2019 ווען די צוויי יוגענטליכע וואס האבן זיך געפונען אין רוים האבן אומגעברענגט א ציוויל געקליידעטע פאליציי אפיציר, נאכ'ן ווערן אריינגענארט מיט פאלשע דראגס.
די צוויי זענען געווארן פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע.

Kollel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » מיטוואך מאי 05, 2021 9:25 pm

אלעקסיי, פיין געווען!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באריכט, גדל, דברים אלו, האמת הצפון, חלה לכבוד שבת, מה שמו, פארדעם, פייווישעל, פרא-חסיד, צדק תרדוף און 78 געסט