א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
פון מארגן, גייט זיין א באריכט אין אלע דיע צעטלעך, קאפי פעיסט פון הבל הבל
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

- גארנישט מיט נישט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4049
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- קניידל פארעם
- שר חמש מאות
- תגובות: 786
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
- לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
אין די 9'טע קרייז געריכט וועט מארגן פארקומען די ארעל ארגומענטן אין א קעיס איבער אן פארלאנג אין אבאמאקעיר צו דעקן חוקי רציחה פראקטיצירונגען
מייקל קאהען און זיין אדוואקאט האבן זיך נעכטן געטראפן מיט סטעיט און פעדעראלע אויספארשער צו רעדן איבער די ביזנעס פון טראמפ און זיין פאמיליע
דעמאקראטישע סענאטאר פון וועסט ווירדזשיניע דזשאו מענשין האט געשריבן א סעריע פון אומפארטייאישע אפ עד ארטיקלען אין א רייע צייטונגען לענגאויס די סטעיט צוזאמען מיט קאלעגע סענאטארן
איין מיט סענאטארשע קאלינס
איין מיט סענאטארשע מורקאוסקי
איין מיט סענאטאר אייזעקסאן
און איין מיט סענאטאר רוביא
סענאטארשע פיינסטיין ביי א דעבאטע פארום מיט איר ליבעראלע קעגנערין זאגט אז אויב דעמאקראטן נעמען איבער ביידע הייזער וועט זי זיין אין שטיצע פון פון פריש אריינקוקן אין די קעווענאו באשולדיגונגען
דעפיוטי אטוירני דזשענעראל לאזט זיך הערן אין אן אינטערוויו מיט די וואל סטריט דזשורנאל
פארטיידיגט זיין איבערזיכט אויף די מולער אויספארשונג אלץ אויסגעהאלטן און זעלבסטשטענדיג
א נייע ווענדערבילט אנקעטע גיבט א שמאלע אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין טענעסי
ברעדעסען 44%
בלעקבוירן 43%
מיט ראמני גייט נאציאנאל
דער געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט וועלכע לויפט איצט צום סענאט אין יוטא לאזט זיך ארויס אויף א קאמפיין רייזע ארום אמעריקא ארויסצוהעלפן פילע רעפובליקאנע קאנדידאטן איבערן לאנד
יוטא סענאט קאנדידאט מיט ראמני גרייט זיך אנצונעמען אן אקטיווע ראלע אין די סענאט
פון די קאמיטעען אויף וועלכע ער קוקט ארויס צו סערווירן איז די אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע אויף וועלכע דער ארויסגייענדער סענאטאר באב קארקער דינט איצט אלץ פארזיצער
ראמני האט גערעדט מיט קארקער פארגאנגעגענע וואך
פילע אנטוויקלונגען אינערהאלב די מולער אויספארשונג קומען פאר אין די לעצטע טעג
אומקלאר פונקטליך וואס עס קאכט זיך אבער די אקטיוויטעטן אויף פילע פראנטן איז מעקבאר
צווישן אנדערן:
9 אינטערוויוס צווישן פאול מענעפארט און מולערס טיעם אין די לעצטע מאנאט
2 מיסטריעזע געריכט פארהערן
געשפרעכן מיט עדות וועלכע קענען ראדזשער סטאון
און אנגייענדע פארהאנדלונגען מיט די טראמפ טיעם
די אנגייענדע געשפרעכן מיט מענעפארט האלט טראמפס טיעם אין די טונקל נישט וויסנדיג וואס מולער ציהלט
פילע עקספערטן גלויבן אז די אויספארשונג קען נאך אלץ פירן צו אנקלאגעס אויף נאנטע צו די טראמפ קאמפיין
אין דזשארדזשיע האבן דערווייל 296,488 געשטימט
223,229 ביי וואל לאקאציעס און 73,259 דורך די פאסט
אין אהייא גאווערנאר פארמעסט האבן דערווייל געשטימט
80,596 פאר ריטשארד קארדעי (ד)
76,725 פאר מייק דעוויין (ר)
אין אהייא סענאט פארמעסט פארמעסט האבן דערווייל געשטימט
80,596 (51.23%) פאר סענאטאר שעראד בראון (ד)
און 76,725 (48.77%) פאר דזשים רעניסי (ר)
אויסערן מיניסטער מייק פאמפעא געבעטן פון פרעזידענט טראמפ צו גיבן נאך עטליכע טעג פאר סאודי אראביע צו ענדיגן זייער אויספארשונג איבער די טויט פון מר. קאשאגי
טרעזשורי סעקרעטאר מענוטשין ציהט זיך ענדגילטיג ארויס פון געסקעדזשועלט באטייליגונג ביים סאודישן קאנפרענץ
א פרישע גרעוויס מארקעטינג אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין אינדיאנא
דאנעלי 44%
בראון 40%
א פרישע מאנמאוט אנקעטע גיבט א 9% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין ניו דזשערסי
מענענדעז 49%
האגען 40%
א פרישע אנקעטע (ר) גיבט א 2% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין ניו דזשערסי
מענענדעז 42%

א פרישע קייזער פעמילי פאנדעישאן אנקעטע גיבט אן 1% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין נעוואדע
העלער 45%
ראזען 44%
א פרישע קייזער פעמילי פאנדעישאן אנקעטע גיבט א 3% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
נעלסאן 48%
סקאט 45%
א פרישע קייזער פעמילי פאנדעישאן אנקעטע גיבט אן 8% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 48%
דסענטיס 40%
א פרישע וואקס אנקעטע גיבט אן 8% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין אינדיאנא
דאנעלי 44%
בראון 36%
אויב רעכנט מען וויילער וועלכע זענען אומבאשלאסן אבער גענויגט צו איין קאנדידאט
דאנעלי 55%
בראון 45%
א פרישע וואקס אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין וועסוט ווירדזשיניע
מענשין 45%
מאריסי 40%

מענשין 53%
מאריסי 47%
עמעט פלאד די קאונסיל פאר פרעזידענט טראמפ האט היינט אינדערפרי איבערגענומען דאן מקגהען אלץ ווייסע הויז קאונסיל
ער וועט דינען אויף די פאזיציע ביז סיפאלאן רישט זיך אויס אים איבערצונעמען און דאן וועט פלאד צוריקגיין צו זיין ביז איצטיגע ארבעט פון דינען אלץ קאונסיל צום פרעזידענט
א מעמבער פון די סאודישע קעניגליכע עיר פארס וועמענס נאמען פיגורירט אויף די ליסטע פון 15 פארדעכטיגטע פארמישט אינעם טויט פון מר. קאשאגי איז געשטארבן אין א קאר עקסידענט אין ריאד לויט א באריכט אין די טערקישע מידיא
געוועזענער הויפט עקאנאמישער ראטגעבער צום פרעזידענט גערי קאהן: דער פרעזידענט זאל נישט אריינרעדן אין זעלבסטשטענדיגע אגענטורן ווי די פעדעראלע רעזערוו
געוועזענער הויפט עקאנאמישער ראטגעבער צום פרעזידענט גערי קאהן טוט נישט באשטעטיגן אדער אפווארפן א באריכט אין באב וואדוואורדס בוך אז טראמפ האט אים געהאט געבעטן צו דרוקן מער געלט צו קענען אפצאלן די דעפיציט
טראמפ קרוז ראלי קומענדיגן מאנטאג נארוואס גערוקט צו גרעסערע לאקאל
מישיגען רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט דזשאן דזשעימס וויל אז טראמפ זאל קומען צו זיין סטעיט קאמפיינען פאר אים
ווייסע הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי און נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן זענען היינט געווען פארוויקלט אין א גאר היציגע ארגומענט אינדרויסן פון די אוועל אפיס
הויכראנגיגע איינגעשטעלטע זענען געווען זיכער אז איינער פון די צוויי וועט זאפארט רעזיגנירן
איצט הערט מען אז קיינער גייט נישט אין ערגעץ
איבער די אנפראגע אויב מר.קאשאגי איז טויט?
טראמפ איצט : פילייכט אזוי קוקט עס אויס צו מיר
נאך טראמפס שטארקע סאושעל מידיא קאמפיין אין 2016 למספרם וועלכע ווערט אמווייניגסטנס טיילווייז צוגעשריבן צו זיין אומערווארטעטע סוקסעס האבן דעמאקראטן באשלאסן צו קאפירן און אויך זיך אויך מער קאנצעטרירן אויף די פאפולערע זייטלעך
לויט א ניו יארק טיימס באריכט צייגן אנאליזן אז די אינוועסטירונג האט זיך איינגעגעבן און קוקנדיג נאציאנאל פארמאגן דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע און סענאט קאנדידאטן א פיל שטערקערע אנוועזנהייט אויף סאושעל מידיא אקונטס ווען צווישן די גאווערנאר פארמעסטן זענען רעפובליקאנער עטוואס שטערקער
די דאטא קען נישט גאראנטירן די אויסגאנג פון פארמעסטן צוליב עטליכע סיבות אריינגערעכנט אז די מעטאדן צו מעסטן קאמענטארן פון מענטשן אויף די אקאונטס טוען נישט פונאנדערשיידן צווישן פאזיטיווע און נעגאטיווע קאמענטארן און ווען איינער לאזט א נעגאטיווע מעסעדזש אויף א זייטל וועלכע איז אין שטיצע פונעם קאנדידאט וועט דער סיסטעם עס נוצן אלץ באווייז ווי פאפולער די זייטל איז...
אין אלגעמיין זעהט מען די שטערקסטע אנוועזנהייט אויף פעיסבוק און אינסטאגראם ווען דעמאקראטן זענען שטארקער אויף אינסטאגראם און רעפובליקאנער אויף פעיסבוק צוליב וואס אינסטאגראם ווערט מער באנוצט דורך אינגערע וויילער און פעיסבוק
(די מוטער פירמע פון אינסטאגראם) דורך עלטערע
נאך א פאקט וועלכע מען דארף נעמען אין באטראכט איז א די דעמאקראטישע אויבערהאנט אין אלגעמיין ווערט גאר שטארק מינימיזירט און די קאנקורירנדע פארמעסטן ווי רעפובליקאנער האבן גאר די אויבערהאנט זינט א גאר גרויסע טייל פון די לינקע ענטוזיאזם איז קאנצעטרירט בלויז ארום אן ענגע צאל פאליטיקאנטן וועלכע זענען די שטערנס פון די באוועגונג
עס איז גענוג אונטערצושרייכן אז בערני סאנדערס, עליזאבעט ווארען און בעטא ארורק אינאיינעם האבן איבער 600,000 נאכפאלגער אויף פעיסבוק און טוויטער און אריבער 250,000 אויף אינסטאגראם און בלויז ארורק פון די 3 איז בכלל און א קאנקורירנדע פארמעסט הייי יאר
און די גרופע פון 3 האבן אויסגעמאכט א 86% פון אקטיוויטעטן אויף פעיסבוק און 92% אויף אינסטאגראם
אויב שליסט מען אויס די 3 קאנדידאטן מיט זייערע אפאנענטן פונעם פארמעסט שטייען ביידע פארטייען מער ווייניגער אייניג אין די סענאט פארמעסטן
קוקנדיג בלויז אויף די סענאט פארמעסטן אין טענעסי אינדיאנא מיזורי נעוואדע אריזאנא האבן די רעפובליקאנער קאנדידאטן א שטערקערע ראטע כאטש אויף פעיסבוק
אין פלארידא און מאנטאנא האבן די דעמאקראטישע סענאטארן אן אויבערהאנט אפילו אויף פעיסבוק און אין נאט דעקאטע איז הייטקעמפס אויבערהאנט מאסיוו
די קעווענאו סומאטוכע האט פארשטערקערט אקטיוויטעטן אויף ביידע זייטן אבער אין נאנטע פארמעסטן האט עס מער געהאלפן רעפובליקאנער און אין אינדיאנא ווי מייק בראון איז געווען אונטערשטעליג אויף פעיסבוק איידער די קעווענאו טומל איז ער איצט היבש פאראויס
אין די גאווערנאר פארמעסטן זענען רעפובליקאנער פאראויסאויף פעיבסבוק און וויסקאנסין דזשארדזשיע מעין קאנעטיקוט און אייאווע בעת וואס דעמאקראטן זענען פאראויס און סאוט דעקאטע פלארידא (מאסיוו) נעוואדע אהייא און קענסעס

- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
פיינע זאפטיגע קאקאש. ייש"כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- ברעחדך קאפ
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am
- קיטשי
- שר האלף
- תגובות: 1623
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
- לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין
הכל הבל האט געשריבן:א יישר כח פארן באדאנקן
בלויז צו וויסן זענט איר איינער וועלכע ליינט טאקע בעיקר ענדערש די לענגערע באריכט איינמאל א טאג?
איך וויל וויסן צו עס איז טאקע ווערט צו צוזאמנעמען די באריכטן אויף אזא פארעם
איך ליין קודם דא, שפעטער גיי איך אריין אין די דעבאטע אשכולות
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
קיטשי האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:א יישר כח פארן באדאנקן
בלויז צו וויסן זענט איר איינער וועלכע ליינט טאקע בעיקר ענדערש די לענגערע באריכט איינמאל א טאג?
איך וויל וויסן צו עס איז טאקע ווערט צו צוזאמנעמען די באריכטן אויף אזא פארעם
איך ליין קודם דא, שפעטער גיי איך אריין אין די דעבאטע אשכולות
יישר כח פאר די פידבעק!
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
הכל הבל האט געשריבן:א יישר כח פארן באדאנקן
בלויז צו וויסן זענט איר איינער וועלכע ליינט טאקע בעיקר ענדערש די לענגערע באריכט איינמאל א טאג?
איך וויל וויסן צו עס איז טאקע ווערט צו צוזאמנעמען די באריכטן אויף אזא פארעם
איך למשל ליין דורכ'ן טאג די געאייגענטע אשכולות אויך, אבער אייביג איז דא נייעס וואס מפארזעהט דא דארט, קומט מען דא אריין סוף טאג האט מען אלעס
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4319
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
הכל הבל האט געשריבן:א יישר כח פארן באדאנקן
בלויז צו וויסן זענט איר איינער וועלכע ליינט טאקע בעיקר ענדערש די לענגערע באריכט איינמאל א טאג?
איך וויל וויסן צו עס איז טאקע ווערט צו צוזאמנעמען די באריכטן אויף אזא פארעם
אלץ א ארבעטס אינגערמאן, ליין איך די לעצטע פאר טאג 'נאר' דא.
שכוח!
הייסט אז היינט זענען די אנקעטעס בעסער פאר די דעמאקראטן?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
עכט היימיש האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:א יישר כח פארן באדאנקן
בלויז צו וויסן זענט איר איינער וועלכע ליינט טאקע בעיקר ענדערש די לענגערע באריכט איינמאל א טאג?
איך וויל וויסן צו עס איז טאקע ווערט צו צוזאמנעמען די באריכטן אויף אזא פארעם
אלץ א ארבעטס אינגערמאן, ליין איך די לעצטע פאר טאג 'נאר' דא.
שכוח!
הייסט אז היינט זענען די אנקעטעס בעסער פאר די דעמאקראטן?
סעים וויט מי הבל, יעצט אינעם סיזען קום איך נישט אן צו ליינען, און מיר קומען נאר (כמעט) דא אריין.
ישר כח פאר די באריכטן, און ארבעט אייך נישט איבער.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 388
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
דזשעראד קושנער: מאמענטאל אלץ אן אדמיניסטראציע זענען מיר אין די לערנען פאקטן פאזע
מיר זאמלען וויפיל פאקטן נאר מעגליך פון מערערע קוועלער און מיר וועלן דערנאך באשליסן וועלכע פון זיי זענען קראנט
מיר דארפן ארבעטן מיט אונזערע אליאירטע און סאודי אראביע איז געווען א שטארקע אליאירטע ספעציעל אין באצוג צו איראן
פראגע: גלויבסטו זייערע אייגענע געפינסן? אזוי ווי איך האב געזאגט מיר נאשן פאקטן פון מערערע קוועלער
קושנער: וואס האסטו געזאגט פארן סאודישן קרוין פרינץ?
צו זיין אפן און אינגאנצן אפן און אז די וועלט האלט מיט
פראגע: האט ער איינגעשטימט?
קושנער: דאס וועלן מיר זעהן
אין די צייט וואס מעקסיקא שיינט צו אפהאלטן אויף דערווייל די גרופע פון אריבערשפרייזן די בריק אריין קיין מעקסיקא
האבן ארום 2 טויזנט פון די גרופע באשלאסן נישט צו פארברענגן קיין צייט און נעמען די אלטערנאטיווע שאולדער צום ראוד, נעמליך אנשטאט פרובירן אריבערצוגיין די בריק און אויסשטיין די לאנגע פראצעדור ווערנדיג באהאנדלט דורך די מעקסיקאנער אינסטאנצן האבן זיי זיך איינפאך אריינגעגליטשט אינעם טייך און אריבערגעשווימען די טייך און זיך דאן צוריק פאראייניגט בעבר הירדן אויף מעקסיקאנער באדן אין די צייט וואס די גרופע איבריגע מחנה הנשאר פון ארום 5 טויזנט ווארטן נאך ביים בריק אריבערגאנג
מולער אויספארשער גריבלען צו זעהן אויב ראדזשער סטאון האט געהאט א פארבינדונג מיט וויקיליעקס נאך וואס זיי ווייסן פון א געשפרעך ווי זיין געהילף האט אים געפרעגט: איך האב געמיינט אז דו האסט א בעק טשענעל?! און סטאון האט גענטפערט : יא, אבער איך קען אים נישט אלעמאל נוצן
סטאון זאגט אז מולער גראבט אריין אין יעדע אספעקט פון זיין לעבן אויפצוקומען מיט עפעס וואס ער זאל קענען נוצן אים צו פרעשורן צו פארראטן טראמפ אבער ער גייט דאס קיינמאל נישט טוהן
מענעפארט סענטענסינג דאטום: פאברואר 8 2019 למספרם
נאך א ביטע פון די יוסטיץ דעפארטמענט האט דער סופרים קאורט איינגעשטימט צו לייגן אויף האלד אן אנקלאגע דורך יוגנטליכע איבער קלימאטן טויש
ריכטער קעווענאו זיך שוין רעקיוזד פון 3 קעיסעס צוליב וואס ער איז געווען פארמישט דערין דינענדיג אויפן די סי סירקוט
אין מישיגען זענען פארלאנגען פאר עבסענטי בעלאטס גאר הויך
אין 2014 למספרם זענען פארלאנגט געווארן 783,000 און 199,000 זענען געווארן צוריקגעשיקט
היי יאר זענען פארלאנגט געווארן 958,000 און 297,000 זענען שוין צוריק!
און מען האלט נאך איבער צוויי וואכן פארן די וואלן
אין מישיגען קומט פאר העפטיגע פארמעסטן פאר קאנטראל פון די געזעץ הייזער (ווי אויך פארן גאווערנאר שטוהל וועלכע ווערט פריי דורך גאווערנאר ריק סניידער)
די רעפובליקאנער פארמאגן א סופער מאיאריטעט אינעם סטעיט סענאט וועלכע זיי קאנטראלירן שוין זינט 1984 למספרם!
רעפובליקאנער אנערקענען אז זייער מאיאריטעט וועט שרינקען אבער זאגן אז טראץ וואס דעמאקראטון האבן א געלט אויבערהאנט האבן זיי בעסערע קאנדידאטן און אז זיי וועלן אנהאלטן א מאיאריטעט פון ארום 27 זיצן
אריבער צום לעגיסלאטור וועלכע רעפובליקאנער קאנטראלירן שוין זינט 2009-10 זענען דעמאקראטן איבערצייגט אז זיי וועלן איבערנעמען קאנטראל נאך וואס רעפובליקאנער האבן אין 2011 למספרם איבערגעשריבן די דיסטריקט ליניעס אויף א וועג אז מער עס איז דא מער רעפובליקאנער אינעם הויז אבער אלץ רעזולטאט זענען זייערע דיסטריקטס נאר ליען רעפובליקען וויי איידער לייקלי רעפובליקען און דעמאקראטן האבן מער זיצן צו פארכאפן
רעפובליקאנער באאמטע זאגן אז אין פילע פון די דיסטריקטס ווי זיי זענען געווען באזארגט און וועלכע דעמאקראטן מוזן פארכאפן צו באקומען קאנטראל זעען זיי רעפובליקאנער וויילער זיך אומקערן אהיים צו די פארטיי און אז זיי האפן אז עס וועט טאקע געשען אזוי זיין ביי די שטים בודקעס
פארהאן גאר נייגעריגע וועלכע זיצן שוין איצט אויפן שפיץ בענקל איין ליפ פארביסן אינעם צווייטן מיט אנגעשפיצטע אויערן אויף יעדן שארך וואס עס הערט זיך אין די פאליטישע קארידארן
די טיפ מענטשן וועמענס ארדינעלין נעמט זיך ממש באבלען אינעם וואל טאג נישט צו פארפאסן די מינדעסטע אנדייטונג איבער ווי אזוי די נאכט וועט זיך ענדיגן
אלזא דארף מען זיך צוגרייטן אויף אן ארגאניזירטן פארנעם צו וויסן אויף וועלכע פאקטארן אדער פארמעסטן צו ריכטן די פאליטישע שפאקטיוון צו ערשט
אין קענטאקיס 6'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט קומט פאר איינע פון די נאנטע פארמעסטן צווישן דער אמטירנדער ענדי באר(ר) און עימי מעקגרעט (ד) א געוועזענע מארין פילאט וועלכע האט אין איר פארמעסט אויפגעטריבן מיליאנען דאלארן
די דיסטריקט איז געגאנגען פאר ראמני און טראמפ מיט באקוועמע ציפערן געניסנדיג פון אן אויבערהאנט אין די רורעל טייל פונעם דיסטריקט אבער דעמאקראטן האבן מער רעגסטרירטע וויילער אינעם דיסטריקט צוליב א שטארקע דעמאקראטישע אנוועזנהייט אין לעקסינגטאן
סענאטאר ראנד פאול האט פארלוירן אין זיין לעצטן פארמעסט דעם דיסטריקט
בערני סאנדערס קאמפיינט איצט אין וויסקאנסין ביי א ראלי ווי לויט די ארטיגע סענאטארשע טאמי באלדווין זענען אנוועזנד 1100 מענטשן
ביי די ראלי שרייען די פארזאמלטע: בערני! בערני!
בערני שרייט צוריק: ניין, עס איז נישט בערני! עס איז ענק וועלכע וועלן טראנספארמירן די סטעיט!
בערני סאנדערס וועט קאמפיינען ביי דעמאקראטישע ראליס אין נעוואדע דאנערשטאג
אינדערפרי אין רענא און אין אוונט אין לאס וועגאס
געוועזענע פארטיידיגונגס סעקרעטאר טשאק העיגעל וועט מארגן און איבערמארגן קאמפיינען מיט סענאטארשע הייטקעמפ
די קאמפיין פרעס רעליס דערמאנט אז העיגעל האט געארבט פאר רעיגען אבער פארגעסט צו דערמאנען אז ער איז געווען פארטיידיגונגס סעקרעטאר פאר אבאמא
היינט קומט פאר די טראמפ קרוז ראלי אין טעקסאס אין די טאיאטא צענטער וועלכע נעמט אריין 18 טויזנט מענטשן
איבער 100,000 טויזנט האבן זיך שוין איינגעשריבן אנטיילצונעמען
לאנגע רייעס שלענגלען זיך שוין אינדרויסן פון נעכטן נאכט
די טראמפ קאמפיין האט געמאלדן אז אין די פארקינג לאט ווערט צוגעשטעלט א פארטי פון עסן טרעקלעך לעבעדיגע מוזיק קאמפיין ווארטזאגער און גרויסע סקרינס מיטצוהאלטן טראמפס רעדע
ראלי וועט פארקומען אום 8 אזייגער
טשארלי קוק זאגט איצט אז ער ערווארט טעד קרוז צו געוואונען מיט 3,4,5,6 פראצענט
אין ארקענסאו לויפט ווייטער די קאנטערווערסיאלע רעקלאמע וועלכע רופט אפריקאנער אמעריקאנער צו שטימען רויט ווייל אויב דעמאקראטן נעמען איבער דאן וועלן אינגע אפריקאנער אמעריקאנער מענער געצילט ווערן דורך ווייסע ערוועלטע דעמאקראטן מיט בלבולים א שטייגער ווי די קעווענאו באשולדיגונג
איין רעפובליקאנער האט עס שוין פארדאמט אבער די אפריקאנער אמעריקאנער פאר רעפובליקאנער גרופע וויל עס נישט באזייטיגן און עס לויפט שוין פון לעצטע וואך
טעקסאס ליבערטעריען סענאט קאנדידאט גיבט איין FEC א 10 מיליאן דאלער באקלאגעניש אקעגן בעטא ארורק און אקעגן די סי ען ען נעטווארק איבער א טאון האל פארום
DNC פארזיצער טאם פערעז: מיר האבן אלץ געוואוסט אז די וואלן גייען זיין נאנט
היינט הויבט זיך אן ערלי וואוטינג אין טעקסאס
אין די פלארידא גאווערנאר פארמעסט געניסט דער דעמאקראט גילאם פון שטארקע אינדארסירונג פלייץ פון עדיטאריעל באורדס לענגאויס די סטעיט און אצינד האט ער באקומען די אינדארסירונג פונעם מיאמי העראלד
טראץ די אלגעמיינע אנקעטעס וועלכע ווייזן אז גילאם איז פאראויס צייגן דער רעפובליקאנער דסענטיס אינערליכע אנקעטעס אז ער איז גאר פאראויס
אין נעוואדע לופטערט די דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט דזשעקי ראזען רעקלאמעס אויף די ענגלישע שפראך זאגנדיג "אז זי האט זיך קעגנגעשטעלט נענסי פעלאסי און אויף די היספאנישע שפראך אז " זי האט זיך קעגנגעשטעלט פרעזידענט טראמפ"
נעוואדע ערלי וואוטינג קאונט:
(קלארשטעלונג: די ציפערן פון די לעצטע צוויי פארלאפענע וואל יארן רעכנט א פולע וואך און נישט ווי היי יאריגע נומערן וואס איז דערווייל פון בלויז 2 טאג)
מעילינג וואוטס:
7,519 רעפובליקאנער
5,387 דעמאקראטן
אין פערסאן וואוטס:
31,380 דעמאקראטן
24,644 רעפובליקאנער
אין 2016 למספרם די ערשטע וואך
מעילינג וואוטס:
19,141 רעפובליקאנער
16,893 דעמאקראטן
אין פערסאן וואוטס:
151,020 דעמאקראטן
121,651 רעפובליקאנער
אין 2016 למספרם די ערשטע וואך
מעילינג וואוטס:
11,499 רעפובליקאנער
8,848 דעמאקראטן
אין פערסאן וואוטס:
41,064 דעמאקראטן
52,093 רעפובליקאנע
פראגרעסיוו געט אוט די וואוט גרופע אין פלארידא פארטאפלט איר שטאב און לאזן אויך לויפן פרישע רונדע פון וויילער טוירנאוט דידזשיטעל רעקלאמעס
נעכטן איז פארגעקומען א דעבאטע צווישן ענדרו גילאם און ראן דסענטיס די צוויי קאנדידאטן וועלכע פארמעסטן זיך איבערצונעמען ריק סקאט דער ארויסגייענדער גאווערנאר און פלארידא
א פרישע SEA אנקעטע גיבט א 2% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
סקאט 47%
נעלסאן 45%
א פרישע SEA אנקעטע גיבט א 6% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 48%
דסענטיס 42%
פרישע ST PETE אנקעטע גיבט אן 1% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
סקאט 49%
נעלסאן 48%
פרישע ST PETE אנקעטע גיבט אן 1% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 47%
דסענטיס 46%
צווישן ערלי וואוטערס:
סקאט 47%
נעלסאן 52%
גילאם 51%
דסענטיס 45%
א פרישע קוויניפיעק אנקעטע גיבט א 6% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
נעלסאן 52%
סקאט 46%
א פרישע אינערליכע אנקעטע פארן סקאט קאמפיין גיבט א 5 % אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
סקאט 51%
נעלסאן 46%
א פרישע אינערליכע אנקעטע פארן סקאט קאמפיין גיבט א 3 % אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
דסענטיס 48%
גילאם 45%
אן אינערליכע אנקעטע פאר די בראון קאמפיין גיבט א 4% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן אמטירנדער דעמאקראט אינעם אינדיאנא סענאט פארמעסט
בראון 44%
דאנעלי 40%
א פרישע סורוועי יו עס עי אנקעטע גיבט אן 1 % אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין אינדיאנא
דאנעלי 41%
בראון 40%
א פרישע אנקעטע גיבט א 16% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין וועסט ווירדזשיניע
מענשין 52%
מאריסי 36%
די זעלבע אנקעטע האט געהאט מענשין פאראויס מיט 8% איין מאנאט צוריק
א פרישע אנקעטע גיבט א 16% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן אמטירנדע דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין נארט דעקאטע
קרעמער 56%
הייטקעמפ 40%

לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אקטאבער 22, 2018 6:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך: