א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 14502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אפריל 21, 2021 7:18 am

טענקיו הבל! די קלארקייט איז עפעס משהו משהו.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 21, 2021 9:53 am

אחרי קדושים






די באשלוס פון די ווייסע הויז נישט צו העכערן די צאהל פלטים וועלכע ווערן אנטפאנגען לאנד {און איז נאך דרוק געווארן פארוואסערט מיט פארשפרעכונג אז מען וועט עס יא העכערן אן אנגעבן א דאטום אדער א ציפער}איז געקומען פון פרעזידענט ביידען אליין
דער פרעזידענט איז דערמיט געגאנגען אקעגן די ראט פון זיינע ראגעבער ווי אויסערן סעקרעטאר בלינקען און האט גענומען דעם ריכטונג זייענדיג באזארגט איבער די וועג ווי אזוי זיין אדמיניסטראציע באהאנדלט די גרעניץ קריזיס

*

יוסטיץ דעפארטמענט בעהט פאר פרישע 30 טאג פארלענגערונג אין די אפעלאט געריכט פארהער איבער דאן מקגהען'ס עדות'שאפט
הויז יורידישע קאמיטע זענען דערקעגן און פלאנען צו מוטיגן געריכט זיך צו האלטן צום אפריל 27 דאטום

*

סענאטארשע ווארען קומט ארויס מיט שארפע קריטיק אקעגן די סי אויטאריטעטן פארן האלטן צענדליגע קעפיטאל פראטעסט פראטעסטירער אין שווערע טורמע אומשטענדן ווי סאליטערי קאנפיינמענט ביז זייערע פראצעסן טראץ וואס זיי זענען דערווייל נאכנישט געפונען געווארן שולדיג

*

סופרים קאורט ריכטערין עימי קאני בערעט פארקויפט איר היים אין סאוט בענד אינדיאנא

*

מאנטאנא האט עלימינירט די רעכט פון מענטשן זיך צו קענען רעגיסטרירן אינעם וואל טאג

*

דזשאן באלטאן האט געלאזט דורכפירן א רעפובליקאנע פריימערי אנקעטע וועלכע צייגט אז 56% וואלטן געשטימט פאר א צווייטע קאנדידאט איבער טראמפ

*

ניו העמפשיר'ס דעמאקראטישע סעקרעטערי אוו סטעיט געפרעגט דורך סענאטאר גרעהעם אויב די דעמאקראטישע וואל רעפארם ביל וועט באדייטן א מאכט פארכאפונג דורך די פעדעראלע רעגירונג פון סטעיט וואל יוריסדיקציע
סעקרעטערי ביל גארדנער האט קורצליך געענטפערט: יא

*

מארק מעקלאסקי איז א נאמען וועלכע איז געווארן פראמינענט זינט ער האט געפאכעט מיט א רעוואלווער אין ריכטונג פון אפריקאנע אמעריקאנע פראטעסטירער אלץ ווארנונג נישט איבערצוטרעטן די שטח פון זיין הויז אין סעינט לואיס מיזורי
ער איז געקומען אונטער א רייע אויספארשונגען און אצינד געמאלדן אז ער באטראכט צו לויפן צום סענאט צו די זיץ וועלכע ווערט ליידיג דורך סענאטאר ראי בלאנט

*

די סענאט וועט היינט אפהאלטן א פארהער אויף די נאמינאציע פונעם געוועזענעם פלארידא סענאטאר ביל נעלסאן צו זיין די קומענדיגע נאסא אדמינסטראטאר

*

מיט 2-98 האט די סענאט באשטעטיגט ליסא מאנאקא אלץ די קומענדיגע דעפיוטי אטוירני דזשענעראל
די צוויי סענאטארן צו שטימען אקעגן די נאמינאציע זענען געווען קרוז און פאול

*

די סענאט וועט היינט אום 11:30 שטימען אפצושטעלן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון וועניטא גופטא צו סערווירן אלץ געהילף אטוירני דזשענעראל


*

סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער געפיילט קלאוטשער אויף די אזיאנע אמעריקאנע האסע קריים ביל


*

סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער וועט היינט באפרייען די נאמינאציע פון קאלין קאהל צו זיין די פענטאגאן פאליסי הויפט פון די סענאט ארמד סערוויסעס קאמיטע וואו עס איז שטעקן געבליבן נאך פאראייניגטע רעפובליקאנע אפאזיציע
די שריט פעלט זיך אויס צו קענען אריינגליטשן די נאמינאציע צום פולן סענאט פלאר צו אן אפשטימונג וועלכע וועט שטארק מעגליך זיין 50-50 און די וויצע פרעזידענט וועט דארפן ברעכן די טיי


*

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און וועט היינט מאנטאג אויסהערן די מונדליכע אגומענטןצוריק אין 2018 למספרם האט דאן אהייא גאווערנאר דזשאן קעיסיק אונטערגעשריבן א ביל וועלכע באשטראפט דאקטוירים וועלכע פירן אדורך רציחה סערוויסעס פאר פאציענטן וועלכע פארלאנגען צוליב זייער אומגריטקייט צו האדעווען דאון סינדראם קינדער

די געזעץ באגרעניצט נישט אפילו אזעלכע מענטשן פון די סערוויסעס אבער אויב עימיצער שרייבט פארן דאקטאר אז דאס איז די סיבה פון די פארלאנג דאן איז דער דאקטאר פארבאטן אויסצופירן די רציחה אבער דער פארלאנגער קען זיך ווייטער אויסזוכן א צווייטן דאקטאר און אנגעבן סיי וועלכע אורזאך פארן בעטן די סערוויס און עס באקומען

קלעגער האבן עס גענומען אין פעדעראלן געריכט און א דיסטריקט ריכטער האט בלאקירט די געזעץ פון אריינגיין אין קראפט

די סטעיט האט עס אפעלירט צום זעקסטן קרייז געריכט וועלכע האט אראפגענומען די בלאקאדא און ערלויבט די סטעיט פאראויסצוגיין דערמיט
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטערין בעטשעלדער נאמינירט דורך פרעזידענט בוש און אנגעשלאסן דערין זענען געווען ריכטער דזשעפרי סאטאן, ריכטער ריטשארד גריפין, ריכטער רעימאנד קעטלעדזש אלע אויבנדערמאנטע זענען געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט בוש, און צוגאב פון ריכטער עמאל טעפער, ריכטער דזשאן בוש, ריכטערין דזשאון לערסאן, ריכטער דזשאן נאלבאנדיאן און ריכטער טשאד ריעדלער אלע פון זיי נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ

ריכטערין בעטשעלדער שטרייכט אונטער די אינטערעסן פון די סטעיט אין די געזעץ צו אדרעסירן א זארג אז דאקטוירים פירן אן אומאפיציעלע סיסטעמאטישע קאמפיין אויסצוראטן דאן סינדראם קינדער פון די געזעלשאפט, עפעס וואס די סטעיט זעהט פאר אוממענטשליך און אומאקצעפטירבאר

די מינאריטעט אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער קערען מור און אנגעשלאסן דערין זענען געווען ריכטער עריק קלעי,הויפט ריכטער גיי קאול, ריכטערין העלענע ווייט אלע פון זיי נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן, און צוגאב פון ריכטערין בערניס דאנאלד, און ריכטערין דזשעין סטרענטש ביידע נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא, און ריכטערין דזשוליא גיבאנס נאמינירט צום דיסטירקט געריכט דורך פרעזידענט רעיגען און שפעטער צום סירקוט קאורט דורך פרעזידענט בוש

ריכטער מורפי וועלכע איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ האט זיך רעקיוזד פון די קעיס

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך אפריל 21, 2021 10:14 am

ישר כח הבל.........

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 21, 2021 11:50 am

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כח הבל.........

יישר!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 14502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אפריל 21, 2021 6:43 pm

טענקס עגעין הבל!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 26, 2021 10:11 am

מאנטאג אמור





פרעזידענט ביידען וועט היינט נאמינירן מאניקא מעדינא אלץ געהילף סעקרעטארשע פון די ביורא און אקעאנען און אינטערנאציאנאלע ענווייראמענטאלע און פארש אנגעלעגנהייטן אינערהאלב די סטעיט דעפארטמענט
מעדינא איז די פרוי פון ווייסע הויז שטאב הויפט ראן קלעין


*

לויט קוועלער קען מען מעגליך ערווארטן א סעטלמענט אין די אנקלאגע וועלכע געוועזענע עף בי איי דעפיוטי דירעקטאר ענדי מקעיב האט אריינגעטראגן אקעגן די רעגירונג פארן אים אויפזאגן פון די אגענטור


*

היינט אום דריי אזייגער וועט די צענזוס ביורא פארעפנטליכן די דאטא געזאמלט פון אייננווואינער פער סטעיט וועלכע וועט האבן א דירעקטע אימפאקט איבער וויפיל מיטגלידער איטליכער סטעיט קען שיקן צום קאנגרעס


*

די סענאט וועט שטימען אום 5:30 פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון דזשעיסאן מילער צו סערווירן אלץ דעפיוטי דירעקטאר פון די אפיס אוו בודזשעט און מענעדזשמענט


*

רעפובליקאנער פארזאמעלן זיך היינט אין ארלענדא פאר א פארטיי זיצונג און וועלן דיסקוסירן פאליסי און סטראטעגיע און די מעסעדזש מיט וואס פאראויסצוגיין צו די 2022 למספרם וואל סעזאן
פרעזידענט טראמפ וועט נישט אנטייל נעמען און די קינאוט אדרעס וועט געגעבן ווערן דורך בען שפירא
מען וועט הערן פון בוש אדמינסטראציע פרעסע סעקרעטאר ארי פליישער און טראמפ אדמינסטראציע סעקרעטארשע סארא האקעבי סאנדערס
קאנגרעספרוי ליז טשעיני האט שוין אויפגעטרעטן אבער עטליכע קאנגרעסלייט זענען דערווייל געשטראנדעט שוין פאר עטליכע שטונדן אין טעמפא אויפן וועג אהין

*

פעיפאל קאו פאונדער ביליאנער פיטער טהיעל גרייט זיך אריינצוגיסן מיליאנען דאלארן אין א רייע 2022 למספרם פארמעסטן אונטערצושטיצן קאמפיינס פון נאנטע פריינט
ער פלאנט פאראויסצוגיין מיט א מאסיווע 10 מיליאן דאלער טשעק וועלכע ער פלאנט אויסצושרייבן פאר בלעיק מעסטער וועלכע איז דער פרעזידענט פון זיין פאנדעישאן און פלאנט מעגליך אריינצושפרונגען אין די רעפובליקאנע סענאט פריימערי אין אריזאנא צו קענען לויפן אקעגן אמטירנדער דעמאקראט מארק קעלי
דאס קומט נאך וואס ער האט שוין בייגעשטייערט די זעלבע סומע צו א סופערפעק וועלכע שטיצט די קאנדידאטור פון דזשעימס דעיוויד ווענס וועלכע פארמעסט זיך אין די סענאט פריימערי אין אהייא
ער האט שוין אין די פארגאנגנהייט געשטיצט מערערע קאנדידאטן אריינגערעכנטענדי ביגס וועלכע קלערט אויך צו לויפן אין די אריזאנא סענאט פריימערי
זיין שטיצע פאר קאנדידאטן האט נישט אלץ געברענגט רעזולטאטן ווי צום ביישפיל האט ער אריינגעגאסן 20 מיליאן דאלער אין די קאמפיין פון קריס קאבאך אין קענסאס וועלכע איז עווענטועל געווארן באזיגט דורך סענאטאר מארשאל
מעסטערס האט שוין געהאט באטראכט צו לויפן אין 2020 למספרם אקעגן דאן מארטא מקסעלי אבער האט עווענטועל אפגעטרעטן פון זיינע פלענער

*

ומדי דברי פון סענאטאר קעלי זאגט ער אז מען זאל לאזן די סופרים קאורט ביי ניין ריכטער


*

דערמאנענדיג די פראגע פון אויסברייטערן די געריכט זאגט סענאטארשע קארטעז מעסטא אז צולייגן זיצן וועט פאליטיזירן די געריכט
אויך סענאטאר בענעט זאגט אז ער האלט נישט אז די אמעריקאנע פובליק וויל עס


*

צוריק צו 2022 למספרם פאליטיק האט היינט קאנגרעסמאן טים רייען אפיציעל געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אין די אהייא סענאט פארמעסט


*

אין 2020 למספרם איז פארגעקומען גאר היציגע און שמאלע שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט אין וועלכע דער רעפובליקאנער מייק גארסיא האט באזיגט זיין דעמאקראטישע קעגנער אין קאליפארניע'ס 25'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
ביזנעסמאן דזשארדזש ווייטסיידס קלערט פון לויפן אין 2022 למספרם אלץ דעמאקראט אקעגן גארסיא

*

דעמאקראטן לויפן ווייטער פאראויס אויפן פאנדרעיזינג געביט אבער רעפובליקאנער מאכן פארשריט און קומען נענטער צו קענען קאנקורירן
25 פון די 45 דעמאקראטן אויף זיצן וועלכע איז די שווערסטע אנצוהאלטן האבן אויפגעטריבן איבער א האלב מיליאן דאלער אין די צייט וואס 14 פון 33 רעפובליקאנער אויף זיצן וועלכע איז די שווערסטע אנצוהאלטן האבן אויפגעטריבן איבער א באלב מיליאן דאלער

*

אין מאי 1 למספרם וועט פארקומען א פריימערי אין טעקסאס זעקסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט און פאלגענד זענען די ציפערן וויפיל איטליכער קאנדידאט האט אויפגעטריבן
ברייען העריסאן (ר) 647 טויזנט (אריינגערעכנט א 285 טויזנט דאלער הלואה)
דזשעיק עלזי (ר) 503 טויזנט
דאן ראמידאר (ר) 337 טויזנט
שאון לאסיטער (ד) 322 טויזנט
דזשאנא שאנץ (ד) 299 טויזנט
סוזען רייט (ר) 286 טויזנט

*

א רייע רעפובליקאנער וועלכע האבן שמאל פארלוירן אין 2020 למספרם באטראכטן ווידער צו לויפן פארן זעלבן זיץ פאלגענד איז א שטיקעלע איבערזיכט אויף די פארמעסטן וזה יצא ראשונה:
ענגי קרעיג איז צום ערשטן מאל געלאפן אין 2016 למספרם פאר אן אפענעם זיץ אין מינעסאטע'ס צוויייטע קאנגרעס דיסטריקט און פארלוירן מיט אונטער זיבן טויזנט שטימען
זי האט נאכאמאל פרובירט צוויי יאר דערויף און באזיגט קאנגרעסמאן דזשעיסאן לואיס אנציענדיג 52.6% ווערנדיג די ערשטע מתועבת אין קאנגרעס
צוויי יאר דערויף איז טיילער קיסטנער געווען דער רעפובליקאנער קאנדידאט און א רעקארדירונג איז ארויסגערונען אין וועלכע מען הערט א קאנדידאט פאר די לעגאליזיר מאריוואנא פארטיי זאגן אז די רעפובליקאנער האבן אים רעקרוטירט און אנגעבאטן 15 טויזנט דאלער אראפצוציפן שטימען פון קרעיג ביים לינקן לאגער
יענער איז עווענטועל געשטארבן 79 טעג בעפאר די וואלן טאקע פון דראג באנוץ
די סעקרעטערי אוו סטעיט אין מיענעסאטע האט געפלאנט אפצושטופן די וואלן אויף פעברואר למספרם אין ליכט פון א סטעיט געזעץ וועלכע לויטעט אז אויב א קאנדידאט שטארבט מוז מען אפשטופן די וואלן און פאררופן א ספעשל עלעקשאן אויף א שפעטערדיגע דאטום
קאנגרעספרוי קרעיג האט געקלאגט די סטעיט מיט די טענה אז די סטעיט וועט בלייבן אומפרעזענטירט פאר א לענגערע צייט און קיסטנער האט זיך צוגעשטעלט צו די סטעיט
א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער האט געאורטיילט און שטיצע פון קרעיג און שפעטער האט די אפעלאט געריכט ווידערהאלט אז די פארשטארבענע קאנדידאט האט אויסגעמאכט צו ווינציג אין די פארמעסט צו קענען זאגן אז זיין טויט דארף האבן אזא שטארקע אימפאקט ווי אפרופן די וואלן
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אפגעווארפן און די וואלן זענען פארגעקומען ווי ארגינעל געפלאנט אין נאוועמבער 3 למספרם
קרעיג האט געוואונען אנציענדיג 48.18%
קישנער האט באקומען 45.92%
דער פארשטארבענער קאנדידאט האט באקומען 5.83%
ווי געזאגט קלערט איצט קיסטנער נאכאמאל צו לויפן פאר דעם זיץ


*

אצינד לאמיר זיך רוקן קיין וויסקאנסין צום דריטן קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט און דאסמאל רעדט רעדט מען פון א לאנגיעריגן קאנגרעסמאן ראן קיינד וועלכע איז צום ערשטן מאל ערוועלט געוווארן אין 1996 למספרם אין א שווער אויסגעקעמפטע פארמעסט אין וועלכע נאציאנאלע פארטיי שישקעס פון ביידע זייטן האבן אריינגערעדט
קיינד האט דאן באשולדיגט זיין אפאנענט דזשעימס הארסדארף אין פארן אויסדרוקן שטיצע פאר דאן קאנגרעס ספיקער ניוט גיגניטש און קאנגרעס מאיאריטעט פירער דיק ארמי (די עלטערע דא וועלן געדענקן די צוויי אלץ מאכטפולע פאליטיקאנטן בימים ההם אבער זיי זענען אין יענע תקופה באטראכט געווארן אלץ צוטיילנדע פיגורן און צובינדן קאנדידאטן צו זיי איז געווען א קאמפיין מיטל פאר מערערע)
קיינד איז דאן אריינגעקומען מיט 52%
ער האט שפעטער געוואונען א צווייטע טערמין שוין אנציענדיג איבער 70% און אין די נאכפאלגענדע פארמעסטן איז ער ווייטער באקוועם געוואונען
אין 2006 למספרם האט א דעמאקראטישע חכם אים פרובירט ארויסצושטויסן אין א פריימערי לויפנדיג אקעגן קיינד'ס שטיצע פארן איראק אינוואזיע אבער יענער האט אויך דערקלערט אז די סעפטעמבער 11 למספרם אטאקעס איז געווען אן אינווייניגסטע ארבעט פון די אמעריקאנע רעגירונג און קיינד האט יענעם באזיגט מיט איבער 80%
אין 2010 למספרם ווען די רעפובליקאנער האבן פארפלייצט קאנגרעס מיט זייער צונאמי געוואונסן איז קיינד כמעט אוועקגעוואשן געווארן פונעם שטראם אבער עווענטועל האט ער ארויסגעקוועטשט א 50.28%
דערנאך האבן זיך די וואסערן געזעצט און ער האט ווייטער געוואונען זייער באקווע ווידערוויילונג אזש רעפובליקאנער האבן ניאטאמאל באוויזן צו רעקרוטירן קיין קעגנער אויפן בעלאט אין די אלגעמיינע וואלן אין אזא יאר ווי 2016 למספרם אין א יאר וואס זיי האבן באוויזן צו פארכאפן די סטעיט אין די פרעזידענט וואלן
אין 2018 למספרם האט ער ווייטער באקוועם געוואונען נאכן אויסמיידן א פריימערי פון א לינקער סאציאליסט וועלכע איז א ברי' משונה און האט געפלאנט צו לויפן אבער איז איז שטעקן געבליבן ביי די פלענער נאכן ווערן געקלאגט פארן רויבן א רינגל אין ניו יארק און האט עווענטועל נישט באוויזן צו זאמלען די נויטיגע אונטערשריפטן צו קענען לויפן
אבער אין 2020 למספרם האט ער זיך צוריק אראפגעגליטשט און שמאל באזיגט דעם רעפובליקאנעם דעריק ווען ארדען מיט בלויז 51.30% צו 48.64%
ווען ארדען שיינט זיך צו גרייטן פאר אן איבערשפיל פארמעסט און פרובירן זיין מזל א צווייטע מאל


*


היינט מאנטאג וועט די סופרים קאורט אויסהערן א קעיס געברענגט דורך א מישיגען באזירטע געזעץ צענטער און די מער באקאנטע אמעריקאנער פאר שפע פאנדעישאן ווירדזשיניע באזירטע נאן פראפיט אקעגן קאליפארניע

די קעיס איז איבער א סטעיט געזעץ וועלכע צוואונגט נאן פראפיט ארגאנאזאציעס מיטצוטיילן מיט די סטעיט א ליסטע פון זייערע גרעסערע ביישטייערער אנגעהויבן פון אזעלכע וועלע גיבן פון 5 טויזנט דאלער און העכער

די סטעיט פארלאנגט אז די אינפארמאציע וועלכע ווערט מיטגעטיילט מיט די איי אר עס זאל אויך ווערן צוגעשטעלט פאר זיי אבער די קלעגער זאגן אז אז גייט אקעגן די ערשטע אמעדמענט רעכטן פון די ביישטייערער וועלכע ווילן אז זייער אינפארמאציע זאל בלייבן פריוואט און אז די סטעיט האט א רעקארד פון ארויסליעקן קלאסיפיצירטע ביישטייערער ליסטעס

צום ביישפיל האט א טעקסאס באזירטע נאן פראפיט וועלכע ארבעט צו פארשפרייטן די וויכטיגקייט פון רעליגיעזע פרייהייט אין כינע אריינגעשיקט צום געריכט א בריעף אין וועלכע זיי ווארענען אז כינע האט א קנאפע פראבלעם צו אריינדדרינגען אין די קאליפארניע סטעיט קאמפיוטער סיסטעם און זוכן נקמה צו נעמען אין זייערע ביישטייערער

קאליפארניע'ס אטוירני דזשענעראל האט אנערקענט אז עס זענען געוען געוויסע פראבלעמען וועלכע האבן געפלאגט די סיסטעם אבער פארשפראכן אז די לעכער זענען געווארן אדרעסירט און פארראכטן

די קלעגער ווייזן אן אז די סטעיט האט נישט קיין עכטע געברויך צו האבן די אידענטיטעטן פון די ביישטייערער ווייל זיי טוען זייער זעלטן איבערקוקן די ליסטעס פאר איבערזיכט און די איינציגסטע פאל אין וועלכע זיי קענען דארפן צוקומען דערצו איז אין פאל פון פארדעכטיגטע אקטיוויטען וועלכע זיי מוזן אויספארשן און אין אזא פאל קענען זיי אלעמאל פארלאנגן פון די נאן פראפיט'ס צושטעלן די ספעציפישע אינפארמאציע און עס איז גענצליך איבריג צו פארלאנגען יערליכע ליסטעס פון אלע ביישטייערער

די סטעיט טענה'ט אז זיי טוען יא רוטין איבערגיין די ליסטעס צו פארזיכערן אז אלעס איז גראד און אויסגעהאלטן

די קלעגער האבן געהאט סוקסעס אינעם דיסטריקט געריכט אבער שפעטער פארלוירן אינעם ניינטן קרייז געריכט און גייען היינט פרובירן צו איבערצייגן די סופרים קאורט צו נעמען זייער זייט

פופצן דעמאקראטישע סענאטארן האבן געשיקט א א בריוו צום געריכט אין שטימע פון קאליפארניע און צוויי פון זיי זענען סענאטארן ווייטהאוז און בלומענטאהל וועלכע האבן געשיקט א באזונדערע בריוו צו סופרים קאורט ריכטערין עימי קאני בערעט בעהטנדיג אז זי זאל זיך רעקיוזן פון די קעיס צוליב וואס די אמעריקאנער פאר שפע פאנדעישאן וועלכע איז פון די קלעגער אין די קעיס איז א שוועסטער ארגאנאזאציע פאר די אמעריקאנער פאר שפע וועלכע האט פינאצירט א רעקלאמע קאמפיין צו שטופן פאר די בערעט נאמינאציע פארלאפענע הערבסט


*



טעקסאס אטוירני דזשענעראל קען פעקסטאן האט אריינגעטראגן א ביטע אין סופרים קאורט אקעגן קאליפארניע און זייער קאנסטאיטוציאנאלע רעכט אין אהערשטעלן א טראוועל פארבאט

יא, די טראוועל פארבאט איז ווידער אין געריכט נאר אויף די אנדערע שיך ווען די קאנסערוואטיוון קלאגן א ליבעראלע טראוועל פארבאט און עס האנדלט זיך נישט איבער אויסלענדישע אימיגראנטן נאר אויף אינטערסטעיט רייזע פראגראמען

די פאליסי פון קאליפארניע באשטעטיגט דורך די סטעיט רעגירונג איז אריין אין קראפט 2016 למספרם און פארבאט די באנוץ פון סטעיט פינאנצירטע טראוועל צו אזעלכע סטעיטס וועלכע טוען לויט די קאליפארניע אטוירני דזשענעראל נישט נאכקומען צוצושטעלן גענוג שוץ און רעכטן פאר נארישקייט

אויף די ליסטע פון אזעלכע סטעיטס ערשיינט צווישן אנדערן אויך טעקסאס טיילווייז צוליב א געוויסע אנטי נארישקייט געזעץ אירע אדורכגעפירט אין 2017 למספרם וועלכע ערלויבט פאר רעליגעז באזירטע אדאפשען אגענטורן צו פלאצירן פארלאזטע קינדער בלויז אין אזעלכע שטובער וועלכע זענען נישט אוועקגעשטעלט אויפן נארישקייט לעבנסשטייגער און אטוירני דזשענעראל פעקסטאן באשולדיגט אז די קאליפארניע פאליסי פארלעצט עטליכע געזעצן

אנדערע שטאטן וועלכע פיגורירן אויף די שווארצע ליסטע אוטן ווערן אפעקטירט פון די קאליפארניע געזעץ זענען אלאבאמא,קענסאס, קענטאקי, מיסיסיפי, אקלאהאומא, ביידע קאראליינע'ס, דרום דעקאטע, טענעסי,און אייאווע און אלע ווערן באשטראפט פאר די זעלבע פארברעך ווי טעקסאס

טעקסאס האט איבערגעהיפט די געווענליכע פראצעדור פון ארויפקריכן אלע טרעפ פונעם יורידישן לייטער סיסטעם און אנשטאט זיך געוואנדן גראד צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן זינט די קאנסטיטוציע שטעלט צו די אייגנארטיגע רעכט פאר סטעיטס מיט קאנפליקטן צווישן זיך צו גיין גלייך צום העכסטן געריכט

ארטיקל 3 סעקשאן צוויי שרייבט: "אין אלע קעיסעס אין וועלכע סטעיטס זענען די צדדים זאל די סופרים קאורט האבן ארגינעלע יוריסדיקציע" און אז דאס נעמט אוועק פון די געריכט די "דיסקרעשאן" נישט אנצונעמען קעיסעס אין וועלכע סטעיטס זענען פון די צדדים"

ארגינעלע יוריסדיקציע באדייט אז די העכסטע געריכט קען זיין די ערשטע אויסצוהערן די קעיס אן וואס די קעיס קוילערט זיך אדורך די נידריגע געריכט סיסטעם

די פראגע איז אויב די ווערטער אין די געזעץ אז די געריכט האט נישט די "דיסקרעשאן" באדייט אז זיי קענען נישט אפזאגן א קעיס מיטן אויסרייד אז "זיי טארן נישט" אויסהערן די קעיס בעפאר עס מאכט אדורך איר וועג אין די נידריגע געריכטן אבער זיי מעגן נאכאלץ אפזאגן אזעלכע קעיסעס און זאגן אז די געריכט האט טאקע יא רעכט גראד עס צו אקצעפטירן אבער עס איז זייער באלשוס צו קלויבן וועלכע פון די סארט קעיסעס אנצונעמען גראד און וועלכע נישט
די אנדערע צד איז אז די געזעץ איז "מענדעטארי" און מיינט אז די געריכט "מוז" אננעמען ערשטמאליגע קעיסעס ווי סטעיטס זענען כאטש איינע פון די צוויי זייטן


אין די לעצטערע יארן האט די סופרים קאורט עטליכע מאל אויסגעטייטשט די געזעץ אלץ דיסקרעשאנערי ווי איידער מענדעטארי
און די לעצטע פאל איז א קעיס פון 2016 למספרם און דאן האבן ריכטער טאמאס און אליטא געשריבן אז לויט זיי קען די סופרים קאורטנישט אפזאגן א קעיס צווישן צוויי סטעיטס מיט די ארגומענט אז עס איז נישט אונטער איר יוריסדיקציע און אז די געריכט פארמאגט עקסקלוסיוו יוריסדיקציע איבער אזעלכע קעיסעס און אויסגעירט אז וליב דעם וואלטן זיי איבערגעטראכט און געטוישט די ביז איצטיגע דאקטרינע און סופרים קאורט פרעצעדענט

אין 2019 למספרם האט אריזאנא אטוירני דזשענעראל מארק בראנאוויטש געבעטן פון די סופרים קאורט איבערצוטראכטן איר שטעלונג אויף דעם אין זיין קלאגע אקעגן די פארדו פארמאסיוטיקאל און מיטגלידער פון די סעקלער פאמיליע אלץ טייל פון די סטעיט'ס קאמף אקעגן די אפיאיד קריזיס און האט געבעטן פון די סופרים קאורט צו טוישן איר שטעלונג און גלייך אקצעפטירן די קעיס

אריזאנא האבן אנערקענט אז די ביז איצטיגע פרעצעדענט איז עס צו רעכענען אלץ דיסקרעשאנארי אבער געבעטן פונעם געריכט צו טוישן איר שטעלונג און באטראכטן די געזעץ אלץ מענדאטארי אבער די געריכט האט נישט אקצעפטירט די קעיס און עס איז נישט געמלדאן געווארן איבער ריכטער וועלכע זענען געווען אומאיינשטימיג מיט דעם באשלוס

אבער אנדערש ווי אריזאנא וועלכע האט געהאט א קאנפליקט מיט אנדערע וועלכע זענען נישט קיין סטעיט איז אבער טעקסאס יא אין א שטרייט מיט א צווייטע סטעיט און אין אזא פאל האבן שוין טאמאס און אליטא זיך געלאזט הערן אז זיי וואלטן יא געטוישט פרעצעדענט און אויב בלויז גארסוטש און קעווענאו וועלכע זענען נאכנישט געווען אויפן באנק ביי די די 2016 למספרם קעיס וועלן מיטגיין מיט די טאמאס און אליטא שטעלונג וועט עס צושטעלן די נויטיגע צאל פון פיר ריכטער וועלכע דארפן רעקאמענדירן אז א קעיס זאל ווערן אקצעפירט אז די קעיס זאל ווירקליך ווערן אנגענומען

עס איז דא א מעגליכקייט אז איידער די סופרים קאורט באשליסט אויב זיי זאלן אויפנעמען די קעיס וועלן זיי בעטן פון די סאליסיטאר דזשענעראל זיין שטעלונג וועלכע וועט גאנץ זיכער זיין סימפאטיש צו טעקסאס אבער אפילו זיי נעמעון עס אן קען זיך עס נאך פארציען מיט דעם וואס די געריכט קען שטעלן א "ספעציעלע מייסטער" וועלכע זאל איבערקוקן די פאקטן איבער וועלכע די צווי סטעיטס זענען אומאיינשטיימיג און זאגן זיין דעה איבער דעם אבער עס איז נישט קלאר וויפיל אזא איינער קען צופיל ביישטייערן אין א קעיס וועלכע איז מער איבער די געזעץ און נישט עכט קיין קאנפליקט איבער פאקטן

די סופרים קאורט האט איצט אינדערפרי ארויסגעווארפן די קעיס און ריכטער אליטא און טאמאס וואלטן עס יא אקצעפטירט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אפריל 26, 2021 10:25 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אפריל 26, 2021 10:15 am

וואאףף. אזוי פיל אינפארמאציע אין איין באריכט!!!

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4162
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » מאנטאג אפריל 26, 2021 10:49 am

צוקער וואסער האט געשריבן:וואאףף. אזוי פיל אינפארמאציע אין איין באריכט!!!

שכח הבל!!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג אפריל 26, 2021 11:10 am

ישר כח הבל פאר די געשמאקע באריכט, ובפרט פאר די אינפארמאציע פון די 2022 עלעקשאן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 26, 2021 1:04 pm

יישר!

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3836
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שמו » מאנטאג אפריל 26, 2021 1:16 pm

ש'כוח @הבל, פאר די קלארע דיטולירטע באריכטן
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/


צו זעהן וואס מען באהאלט פון דיר

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אפריל 26, 2021 3:09 pm

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג אמור

עס איז דא א מעגליכקייט אז איידער די סופרים קאורט באשליסט אויב זיי זאלן אויפנעמען די קעיס וועלן זיי בעטן פון די סאליסיטאר דזשענעראל זיין שטעלונג וועלכע וועט גאנץ זיכער זיין סימפאטיש צו טעקסאס אבער אפילו זיי נעמעון עס אן קען זיך עס נאך פארציען מיט דעם וואס די געריכט קען שטעלן א "ספעציעלע מייסטער" וועלכע זאל איבערקוקן די פאקטן איבער וועלכע די צווי סטעיטס זענען אומאיינשטיימיג און זאגן זיין דעה איבער דעם אבער עס איז נישט קלאר וויפיל אזא איינער קען צופיל ביישטייערן אין א קעיס וועלכע איז מער איבער די געזעץ און נישט עכט קיין קאנפליקט איבער פאקטן

די סופרים קאורט האט איצט אינדערפרי ארויסגעווארפן די קעיס און ריכטער אליטא און טאמאס וואלטן עס יא אקצעפטירט

ייש"כ פאר די קלארע באריכט!
- - - -
איין הערה נאר, פארוואס עפעס זאל די סאליסיטאר זשענעראל זיין גענויגט מער סימפאטיש צו טעקסאס?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 26, 2021 3:15 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג אמור

עס איז דא א מעגליכקייט אז איידער די סופרים קאורט באשליסט אויב זיי זאלן אויפנעמען די קעיס וועלן זיי בעטן פון די סאליסיטאר דזשענעראל זיין שטעלונג וועלכע וועט גאנץ זיכער זיין סימפאטיש צו טעקסאס אבער אפילו זיי נעמעון עס אן קען זיך עס נאך פארציען מיט דעם וואס די געריכט קען שטעלן א "ספעציעלע מייסטער" וועלכע זאל איבערקוקן די פאקטן איבער וועלכע די צווי סטעיטס זענען אומאיינשטיימיג און זאגן זיין דעה איבער דעם אבער עס איז נישט קלאר וויפיל אזא איינער קען צופיל ביישטייערן אין א קעיס וועלכע איז מער איבער די געזעץ און נישט עכט קיין קאנפליקט איבער פאקטן

די סופרים קאורט האט איצט אינדערפרי ארויסגעווארפן די קעיס און ריכטער אליטא און טאמאס וואלטן עס יא אקצעפטירט

ייש"כ פאר די קלארע באריכט!
- - - -
איין הערה נאר, פארוואס עפעס זאל די סאליסיטאר זשענעראל זיין גענויגט מער סימפאטיש צו טעקסאס?

יישר!

די השתלשלות פון די קעיס איז ציטירט פון א באריכט אין דעם אשכול נאך אונטער די טראמפ פרעזידענטשאפט און מען האט זיך באצויגן צו די טראמפ סאליסיטאר דזשענעראל און היינט האט מען בלויז צוגעטשעפעט אן אפדעיט אז די קעיס איז אויס

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אפריל 26, 2021 3:21 pm

האמיר זיך פארגעשטעלט אז דעט איז דע קעיס, בלויז געוואלט קלארשטעלן.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:51 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג אמור

עס איז דא א מעגליכקייט אז איידער די סופרים קאורט באשליסט אויב זיי זאלן אויפנעמען די קעיס וועלן זיי בעטן פון די סאליסיטאר דזשענעראל זיין שטעלונג וועלכע וועט גאנץ זיכער זיין סימפאטיש צו טעקסאס אבער אפילו זיי נעמעון עס אן קען זיך עס נאך פארציען מיט דעם וואס די געריכט קען שטעלן א "ספעציעלע מייסטער" וועלכע זאל איבערקוקן די פאקטן איבער וועלכע די צווי סטעיטס זענען אומאיינשטיימיג און זאגן זיין דעה איבער דעם אבער עס איז נישט קלאר וויפיל אזא איינער קען צופיל ביישטייערן אין א קעיס וועלכע איז מער איבער די געזעץ און נישט עכט קיין קאנפליקט איבער פאקטן

די סופרים קאורט האט איצט אינדערפרי ארויסגעווארפן די קעיס און ריכטער אליטא און טאמאס וואלטן עס יא אקצעפטירט

ייש"כ פאר די קלארע באריכט!
- - - -
איין הערה נאר, פארוואס עפעס זאל די סאליסיטאר זשענעראל זיין גענויגט מער סימפאטיש צו טעקסאס?

וואס מיינט ארויסגעווארפן?
פאר גוד, אדער געשיקט צו אונטירשטע געריכטן?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:52 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג אמור

עס איז דא א מעגליכקייט אז איידער די סופרים קאורט באשליסט אויב זיי זאלן אויפנעמען די קעיס וועלן זיי בעטן פון די סאליסיטאר דזשענעראל זיין שטעלונג וועלכע וועט גאנץ זיכער זיין סימפאטיש צו טעקסאס אבער אפילו זיי נעמעון עס אן קען זיך עס נאך פארציען מיט דעם וואס די געריכט קען שטעלן א "ספעציעלע מייסטער" וועלכע זאל איבערקוקן די פאקטן איבער וועלכע די צווי סטעיטס זענען אומאיינשטיימיג און זאגן זיין דעה איבער דעם אבער עס איז נישט קלאר וויפיל אזא איינער קען צופיל ביישטייערן אין א קעיס וועלכע איז מער איבער די געזעץ און נישט עכט קיין קאנפליקט איבער פאקטן

די סופרים קאורט האט איצט אינדערפרי ארויסגעווארפן די קעיס און ריכטער אליטא און טאמאס וואלטן עס יא אקצעפטירט

ייש"כ פאר די קלארע באריכט!
- - - -
איין הערה נאר, פארוואס עפעס זאל די סאליסיטאר זשענעראל זיין גענויגט מער סימפאטיש צו טעקסאס?

וואס מיינט ארויסגעווארפן?
פאר גוד, אדער געשיקט צו אונטירשטע געריכטן?

די ערשטע

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג אמור

עס איז דא א מעגליכקייט אז איידער די סופרים קאורט באשליסט אויב זיי זאלן אויפנעמען די קעיס וועלן זיי בעטן פון די סאליסיטאר דזשענעראל זיין שטעלונג וועלכע וועט גאנץ זיכער זיין סימפאטיש צו טעקסאס אבער אפילו זיי נעמעון עס אן קען זיך עס נאך פארציען מיט דעם וואס די געריכט קען שטעלן א "ספעציעלע מייסטער" וועלכע זאל איבערקוקן די פאקטן איבער וועלכע די צווי סטעיטס זענען אומאיינשטיימיג און זאגן זיין דעה איבער דעם אבער עס איז נישט קלאר וויפיל אזא איינער קען צופיל ביישטייערן אין א קעיס וועלכע איז מער איבער די געזעץ און נישט עכט קיין קאנפליקט איבער פאקטן

די סופרים קאורט האט איצט אינדערפרי ארויסגעווארפן די קעיס און ריכטער אליטא און טאמאס וואלטן עס יא אקצעפטירט

ייש"כ פאר די קלארע באריכט!
- - - -
איין הערה נאר, פארוואס עפעס זאל די סאליסיטאר זשענעראל זיין גענויגט מער סימפאטיש צו טעקסאס?

וואס מיינט ארויסגעווארפן?
פאר גוד, אדער געשיקט צו אונטירשטע געריכטן?

די ערשטע

וואס פשט?
געווען ערווארטערט מיט אזא סופרים קאאארט?

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עומד מן הצד » מאנטאג אפריל 26, 2021 5:00 pm

יישר כח הבל!

האמיר זיך באלעקט די פינגער!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אפריל 26, 2021 9:08 pm

מאנטאג אמור

טערקישע אויסערן מיניסטעריום האט אריבערגערופן די ארטיגע אמעריקאנע אמבאסאדאר צו אויסדרוקן זייער פראטעסט און פארדאמונג אויף דעם וואס פרעזידענט ביידען האט אפיציעל אנערקענט די שחיטה אויף ארמעניער אלס "פעלקער מארד".
* * * *
אטוירני זשענעראל געמאלדן א פעדעראלע אויספארשונג איבער די לואיוויל פאליציי דעפארטמענט.
די מעלדונג קומט עטוואס מער ווי א יאר נאכ'ן אינצידענט ווי אפיצירן האבן דערשאסן און אומגעברענגט פרוי טעילאר - וואס איז געווען איינע פון מערערע אינצידענטן יענע צייט וואס האבן געפירט צו די ווילדע פרידליכע פראטעסטן/ראיאטן/פלינדערייען.
* * * *
ווייסע הויז געמאלדן אז אמעריקא וועט פארטיילן זעכציג מיליאן וויירוס וואקיסינען פון עסטרא-זענעקא פאר אנדערע לענדער ארום דער וועלט. צען מיליאן וועלן פארטיילט ווערן ווי נאר די עף.די.עי. באשטעטיגט זייער סעיפטי, די אנדערע וועלן ווערן פארטיילט דורכאויס נעקסטע צוויי-דריי מאנאטן.
* * * *
פרעזידענט ביידען איז ערווארטערט מארגן צו מעלדן פרישע אנווייזונגען איבער טראגן מאסקעס אין עפענטליכע פלעצער.
* * * *
אין צוגרייטונג צו די ערווארטערטע ריקצוג פון אמעריקאנע קרעפטן פון אפגאניסטאן -וואס וועט זיך שוין אנהויבן ענדע וואך- האט די מיליטער אפגעשיקט פיר מאכטפולע בי.-52 באמבארדיר פליגער צום ראיאן זאלן זיין גרייט אין פאל אמעריקאנע זעלנער קומען אונטער אטאקע אין די וואס זיי פארלאזן אפגאניסטאן.
* * * *
אין די צייט וואס וויצע פרעזידענט פרוי העריס איז געווארן באויפטראגט צו אנפירן מיט די אדמיניסטראציעס רעאקציע צום צושטאנד ביי די דרום גרעניץ, אן אויפגאבע וואס זי פירט קענטליך אויס רעמאוטלי -אווי די שטייגער אין די יעצטיגע עפאכע- הערט מען אז א קינדער-בוך וואס זי האט געשריבן ווערט פארטיילט פאר די קינדער אימיגראנטן.
* * * *
עקזעקיוטיווס ביי די "יוטוב", "פעיסבוק", און "טוויטער" סאציאלע מידיע פלאטפארמעס זענען ערווארטערט די וואך אויפצוטרעטן ביי א פארהער פארנט פון די סענאט יורידישע קאמיטע - ווי מ'הערט וועלן די פארהערן זיך בעיקר קאנצעטרירן ארום די באנוץ פון אלגאריטמס אין די פלאטפארמעס.
* * * *
אין די צייט וואס מ'הערט מער אז די אדמיניסטראציע גרייט זיך צו העכערן שטייער פאר די רייכע, ווערט אנגעוויזן אז אונטער פארשידענע שטייער שניטן איינגעשטעלט דורך דעמאקראטן וועלן רוב אמעריקאנע וואס פארדינען ווינציגער פון 75,000 דאללער גענצליך נישט צאלן קיינע פעדעראלע אינקאם טעקס.
* * * *
ניו יארק סיטי קאונסיל ספיקער זשאנסאן צוזאמען מיט סטעיט סענאטאר בענזשאמין -וואס ביידע לויפן פאר די סיטי קאמפטראלער אפיס- האבן באוויזן צו טרעפן איין טעמע אויף וואס זיי קענען זיך פאראייניגן - דאס איז אז פאליציי אפיצירן וואס זענען געווארן אפגעזאגט/ארויסגעווארפן/רעזיגנירט אין אנדערע יוריסדיקציעס זאלן נישט קענען ווערן אריינגענומען אין די סיטי פאליציי דעפארטמענט.
* * * *
קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם אונטערגעשריבן א פארבאט אויף ארויסגעבן פרישע פערמיטס פאר פרעקינג אין די סטעיט שפעטער ווי די יאר 2024.
* * * *
קאליפארניע סעקראטערי אוו סטעיט געמאלדן אז די רעקאל קאמפיין קעגן די ארטיגע גאווערנאר האט געזאמעלט גענוג אונטערשריפטן צו קוואליפיצירן פאר'ן בעלאט - 1.62 מיליאן סיגנעטשורס זענען געווארן באשטעטיגט אלס פעליג, אין די צייט וואס האט אויסגעפעלט בלויז 1.49 מיליאן.
* * * *
פרעסנאו, קאליפארניע, האט אין די לעצטערע טעג געמאלדן אז זי וועט שליכטן צוויי פעדעראלע סיוויל רייטס לאוסוטס פאר די סומע פון 9.3 מיליאן דאללער - די לאוסוטס זענען געווען אין פאררבינדונג מיט צוויי פעלער ווי לאקאלע פאליציי האבן דערשאסן צוויי מענטשן.
* * * *
ציפערן פארעפענטליכט צייגן אז ניו יארק סיטי האט איבערגעלעבט א גאר בלוטיגע וואך, מיט פופציג מענטשן וואס זענען געשאסן געווארן אין 46 באזונדערע אינצידענטן - דאס איז א שפרונג פון איבער 250 פערצענט פון די זעלבע צייט א יאר פריער.
* * * *
די "עקאנאמישע קאנפידענס אינדעקס" -ארויסגעגעבן דורך די געללאפ פאולינג פירמע- איז אריין אין פאזיטיווע טעריטאריע צום ערשטן מאל זינט די וויירוס עפאכע האט זיך אנגעהויבן.
* * * *
"ליפט" האט געשלאסן א אפמאך אונטער וועלכע איר סעלף-דרייווינג טעכנאלאגיע אפטילונג וועט ווערן פארקויפט פאר טיאטא פאר א פרייז פון 500 מיליאן דאללער.
* * * *
די קריפטאוקארענסי "ביטקוין" האט פאריגע וואך פארקויפונגען אין די ווערד פון העכער 21 מיליאן דאללער, א רעקארד ציפער - לויט א מעלדונג פון די COINSHARE פירמע.
* * * *
אין אנדערע געריכטליכע נייעס האט די סופרים קאורט אפגעווארפן א ביטע פון רעפובליקאנע סטעיט אטוירניס-זשענעראל איבער די א.ג. "פובליק טשארזש" רעגולאציע.
אונטער די רעגולאציע -איינגעשטעלט דורך די געוועזענע טראמפ אדמיניסטראציע- זענען אימיגראנטן וואס האבן זיך איינגעגעבן פאר פערמענאנטע רעזידענץ רעכט אין די פאראיינגטע שטאטן געווארן געצווינגען צו אויפווייזן א העכערע פארדינסט ווי ביז דאן - אין א פראוו צו פארמיידן אימיגראנטן פון שפעטער פאלן צו לאסט אויף די אלגעמיינע געזעלשאפט דורכ'ן נוצן רעגירונג'ס פראגאראמען.
פריער אין יאר האט א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער אין אילינאוי געאורטיילט אז די רעגולאציעס זענען נישט אויסגעהאלטן און זיי ארויסגעווארפן פון קענען ווערן אינפארסירט - די ביידען אדמיניסטראציע -וואס האט גע'ירש'נט די קעיס פון די פארגייער- האט זיך אנטזאגט צו אפעלירן די אורטייל.
א גרופע רעפובליקאנע אטוירניס-זשענעראל האבן גענומען אויף זיך די מיסיע פון אפעלירן די ארוטייל און זענען געגאנגען צום סופרים קאורט מיט א ביטע אז די געריכט זאל ווידער אויפלעבן די רעגולאציעס - היינט האט די געריכט געמאלדן אז זיי נעמען נישט אן די קעיס, נאר עס וועט פריער מוזן דורכגיין די געווענליכע אפעלאט פראצעדור.
* * * *
סופרים קאורט געמאלדן אז זיי וועלן אויסהערן א קעיס פון א גיטמאו ארעסטאנט.
די רעדע איז איבער אבו זובאידאה וועלכע איז אין יאר 2002 ארעסטירט געווארן אין פאקיסטאן צוליב'ן זיין אנגעשלאסן אין על-קאידא טעראר גרופע. זינט דאן איז זובאידא שוין געווארן געהאלטן אין מערערע אמעריקאנע טורמעס, אריינגערעכענט עטליכע א.ג. "שווארצע ערטער" - דאס זענען געווען געהיימע סי.איי. עי. טורמעס אין אויסלאנד, ווא די אגענטור האט דורכגעפירט פארשידענע אומלעגאלע פייניגונגס מיטלען אויף ארעסטאנטן.
היינט-צו-טאגס ווערט זובאידא געהאלטן אין די טרויעריג בארימטע גואנטאנעמאו מיליטערישע באזע טורמע, פון וואו ער זוכט צו סובפינען עטליכע סי.איי.עי. קאנטראקטאר וואס זענען געווען פארמישט אין אויפקומען מיט די טארטשור פראצעדורן גענוצט קעגן איהם - די רעגירונג טענה'ט אז דאס נאכגעבן איז א ריזיקע צו נאציאנאלע זיכערהייט געהיימניסן.
די ניינטע קרייז געריכט האט פארארדענט די רעגירונג זאל ארויסגעבן כאטש טייל פון די אינפארמאציע וואס ער זוכט, אויף אזא וועג עס זאל נישט אפעקטירן נאציאנאלע זיכערהייט - די טראמפ אדמיניסטראציע האט אפעלירט צום העכסטן געריט, און היינט איז געקומען די מעלדונג אז די געריכט וועט אויסהערן די קעיס.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דינסטאג אפריל 27, 2021 7:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אפריל 27, 2021 9:41 am

דינסטאג אמור




די ווייסע הויז זעהט פאר פרישע 700 ביליאן דאלער אין איינקופט דורך אויסשטאפירן די איי אר עס מיט מער אגענטן, טעכנאלאגיע, און מער געצייג נאכצוגיין רייכע וועלכע דרייען זיך ארויס פון צאהלן שטייער


*


פרעזידענט ביידען וועט היינט אונטערשרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער צו העכערן די מינימום געהאלט פון פעדעראלע קאנטראקטער פון $10.95 צו $15 א שטונדע אנגעהויבן אין 2022 למספרם


*


לויט קוועלער האט די ווייסע הויז צוריקגעשטעלט די פלענער צו העכערן די צאהל פלטים וועלכע זי וועט ארייננעמען אין לאנד צו ארום 62,500 אזוי ווי ארגינעל פארפראכן נאך דרוק פון אימיגראציע אקטיוויסטן


*


סענאטאר דורבין איבער ארבעטן מיט סענאטאר קארנין אויף אימיגראציע: איך בין מתפלל יעדן אינדערפרי פאר דזשאן קארנין


*


סענאטאר האולי גרייט זיך פארצושלאגן א פאלן אונטער וועלכע די טשיילד טעקס קרעדיט וועט נאטורליך צוריקפאלן צו די שטאפלען פון בעפאר די לעצטע ביידען אויסברייטערונג (וועלכע איז געווען בלויז פאר איין יאר נאר די פלאן איז געווען צו שטימען אויף א פרישע אויסברייטערונג אויף ביז 2025 למספרם) און צולייגן א פערמענאנטע שטייער ריפאנדעבל קרעדיט פאר אלע עלטערן פון קינדער פון 12 טויזנט דאלער צוגלייך אן קיין אונטערשיד וויפיל קינדער מען האט אזוי לאנג ווי מען האט כאטש איין קינד אונטער 13 און איינע פון די צוויי עלטערן ארבעטן


*


איבער די פלאן פון מענשין און קונס צו צוטיילן די אינפראסטרוקטור ביל אין צווייען זאגט דורבין: מיר האבן נישט צופיל צייט אויפן קאלענדאר און וואס פריער אלץ בעסער, מען דארף האלטן אלעס אין איין גרויסע פעקל און עס פאראויסרוקן אלץ א ביל וואס ארבעט


*

געוועזענע צפון קאראליינע גאווערנאר פעט מקרארי וועלכע פארמעסט זיך אצינד אין די ארטיגע סענאט פריימערי האט געזאגט אין א ראדיו אינטערוויו נאך די פרעזידענט וואלן איבער די טראמפ פרעשור קאמפיין אויף דזשארדזשיא וואל באאמטע אז עס ברענגט אויף מעגליכע לעגאלע אישוס און אז טראמפ און סטעיסי עיברעמס האבן אין דער ערד געלייגט דעמאקראטיע
ער שטעלט קלאר אז ער שטיצט כמעט אלע טראמפ פאליסיס און אז וואלט אים געשטיצט אין 2024 למספרם


*


רעדנדיג פון די צפון קאראליינע סענאט פארמעסט וואו מען האט נאכנישט געהערט פון טראמפ'ס שנור אויב זי וועט טאקע אריינשפרונגען אינעם פארמעסט האט זיך קאנגרעסמאן טעד באד געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ און דיסקוסירט זיין פלאן אליינס אריינצוטאנצן אינעם פארמעסט
באד האט נאכנישט געפאסט א באשלוס


*


ווייטער אין די סעריע פון פארמעסטן אין וועלכע די 2020 למספרם שמאלע פארלירער קענען מעגליך פרובירן נאכאמאל צו לויפן

סוזען וויילד איז צום ערשטן מאל געלאפן אין 2018 למספרם פאר אן אפענעם זיץ אין די דיסטריקט וועלכע איז ארגינעל געווען די פופצנטע קאנגרעס דיסטריקט אין פענסילוועניע און געהאלטן געווארן דורך די רעפובליקאנע טשארלי דענט
דענט איז געלאפן צו די זיץ וועלכע איז געווארן געטוישט צו די פיפטע קאנגרעס דיסטריקט און באזיגט דעם רעפובליקאנע מארטי נאוטשטיין אנציענדיג 53.4%
וויילד איז אינעם זעלבן טאג אויך געלאפן אקעגן נאוטשיין אין א ספעשל עלעקשאן ווייל דענט האט באשלאסן צו רעזיגנירן שוין אין נאוועמבער למספרם נאך איידער די נייע קאנגרעס קומט אריין און מען האט געמוזט ערוועלן עימיצן אויסצופילן די איבערגעבליבענע צוויי מאנאטן למספרם
אויך אין יענע פארמעסט האט וויילד געזיגט אבער היבש שמאלער ווי אין די געהעריגע פארמעסט צוליב וואס די ספעשל עלעקשאן וועלכע איז פארגעקומען אינעם זעלבן טאג איז געלאפן לענגאויס די גרעניץ פון די אלטע פופצנטע דיסטריקט וועלכע איז געווען מער רעכט געשטימט ווי די ניי געשניטענע פיפטע דיסטריקט און וויילד האט טאקע געוואונען יענע פארמעסט מיט אונטער 2 טויזנט שטימען
מיט צוויי יאר שפעטער איז לעיהי קאונטי קאמישאנער ליסא שעלער געלאפן אלץ רעפובליקאנע קאנדידאט אקעגן וויילד אבער וויילד איז איר איבערגעקומען אנציענדיג 51.9% אקעגן 48.1%
ווי געזאגט קלערט איצט שעלער נאכאמאל צו לויפן פאר דעם זיץ

*

טשערי באסטאס איז איז אויפגעוואקסן אין א פאמיליע מיט גוטע פאליטישע קאנטאקטן אין אילינאי און באסטאס איז אלץ מיידל געווען א בעביסיטער ביי די פאמיליע פון סענאטאר דיק דורבין
איר נאנטע פריינדשאפט מיטן מאכטפולן סענאטאר האט זיך איר אויסגעצאהלט אין 2012 למספרם ווען זי האט באשלאסן צו לויפן צום קאנגרעס און דורבין האט באאיינפלוסט עטליכע אנדערע דעמאקראטן זיך ארויסצוציען פון די פארמעסט און ערמעגליכט אז באסטאס זאל זיגן אין די פריימערי
מיט רעדיסטריקטינג און דורבין'ס זיכער מאכן אז די נויטיגע קאמיטעען דעזיגנירן די פארמעסט אלץ פריאריטעט אין געביט פון פאנדינג איז דאן געלונגען פאר באסטאס ארויסצושטויסן דעם אמירנדער רעפובליקאנער באבי שילינג מיט 47%-53%
שילינג האט עס נישט אראפגעלונגען אזוי לייכט און זיך ווידער פארמאסטן פארן זיץ צוויי יאר שפעטער בלויז צו פארזיכערן אז עס איז נישט געווען קיין איינמאליגע גרייז מצד די וויילער און טאקע געווארן צוריקגעוויזן נאך שטארקער ווי פריער ווען באסטאס האט געוואונען מיט 45%-55%
אין 2016 למספרם האבן שוין רעפובליקאנער באווייזן צו רעקרוטירן בלויז א שוואך באקאנטער קאנדידאט און באסטאס האט דאן געזיגט מיט 39%-60% זייענדיג די איינציגסטע דיסטריקט אין לאנד וועלכע טראמפ זאל געוואנען און א דעמאקראט זאל אנציען דארט מיט איבער 20% שטארקער פונעם רעפובליקאנער
אין 2018 למספרם האבן רעפובליקאנער נאמינירט נאך א קאנדידאט נאך פון שוואכערן סארט און עימיצער וועכלע גלויבט אז די רעגירונג איז געשטאנען אונטער די סעפטעמבער 11 למספרם און באסטאס האט געוואונען מיט אביסל מער ווי צוויי יאר בעפאר
אבער דאן איז געקומען 2020 למספרם און די רעפובליקאנע נאמיני איז געווען אסתר דזשאי קינג און דאן האט איר בסטאס באזיגט מיט בלויז 47.97%-52.02% וועלכע האט אריינגעשיינט פרישע האפענונג ביי די רעפובליקאנע פארטיי פירער אז מען זאל זיך נאך נישט מייאש זיין אויף דעם זיץ און מען העט איצט אז קינג קלערט פון לויפן נאכאמאל אקעגן באסטאס


*

די צווייטע אמענדמענט איז באקאנט צו גיבן רעכט פאר מענטשן צו באזיצן געווער און אין פארלויף פון די יארן האבן געריכטן ארויפגעשטעלט פארשידענע באגרעניצונגען איבער ווער עס איז בארעכטיגט און וועלכע סארט געווער עס שליסט איין

איין פראגע וועלכע ווערט נישט אדרעסירט אין די אמענדמענט אין די העכסטע געריכט האט נאכנישט באהאנדלט איז וואו מען מעג אלץ מיטנעמען די געווער

די באקאנטע העלער סופרים קאורט פרעצעדענט באשטעטיגט די צווייטע אמענדמענט רעכט צו באזיצן געווען אבער א שפעטערע אורטייל גיבט רעכט פאר די סטעיטס צו רעגולירן די באנוץ און דאס האט געעפנט א קאנע פון ווערים אין פארעם פון פארשידנארטיגע סטעיט רעגולאציעס לענגאויס אמעריקא און געריכטליכע קאמפן איבער וועלכע רעגולאציע עס איז אויסגעהאטלן און וועלכע נישט

צום ביישפיל איז דא א דעבאטע רעגולאציעס אויף יארגאנג אדער אויף ערלויבעניש פאר איינוואוינער פון אנדערע סטעיטס אריינצוברענגן געווער אין א סטעיט וואו זיי וואוינען נישט אבער די היינטיגע קעיס איז ווי געזאגט איבער די רעכט ארויסצוטראגן געווער ברשות הרבים

ניו יארק סטעיט פארבעט פון געווער באזיצער זיי מוציא צו זיין מרשות היחיד רשות הרבים מיטן אויסנאם פון אזלעכע וועלכע ווערן באשטעטיגט פאר לייסענס עס ארומצוטראגן מיט זיך

די לייסענס ווערט נישט געגעבן פאר אלגעמיינע ניו יארקער וועלכע זוכן עס צוליב זעלבסט פארטיידיגונג נאר פאר אזעלכע וועלן קענען איבערצייגן אז זיי האבן א ספעציעלע אורזאך צו זיין באזארגט פאר זייער זיכערהייט

די פראגע אויב מען קען פארבאטן מיטצונעמען מיט זיך געווער ביים פארלאזן די שטוב איז שוין באהאנדלט געווארן אין א רייע סירקוט קאורטס איבערן לאנד ווען די זיבעטע און די סי קרייז געריכטן האבן געשריבן אז די רעכט מיטצוטראגן געוער מיט זיך ברשות הרבים איז אייניג שטארק מיט די רעכט עס צו באזיצן אינדערהיים אבער די נייינטע און צענטע קרייז געריכטן האבן געשריבן אז די רעכט פאר געווער איז רעזערווירט בלויז פאר מענטשן אין זייערע היימען

די דריטע און פערטע סירקוט האבן זיך אנטזאגט פון אדרעסירן די פראגע און די ערשטע און צווייטע געריכטן האבן געשריבן אז עס איז דא א רעכט מיטצונעמען געווער אינדרויסן פון שטוב אבער אז די רעכט איז א שוואכערע און מער באגרעניצט ווי די רעכט עס צו האלטן אין שטוב

די איצטיגע קעיס איז געווארן אריינגעטראגן דורך ראבערט נאש און ברענדאן קאטש וועלכע האבן זיך איינגעגעבן פאר א ניו יארקער לייסענס צו קענען ארויסטראגן די געווער פון שטוב אבער צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט דעמאנסטרירן אז זיי האבן אן אויסערגעווענליכע גרונד צו זיין באזארגט פאר זייער זיכערהייט האט די סטעיט לייסענס אפיציר אפגעווארפן די אפליקאציע

די דיסטריקט געריכט און שפעטער די צווייטע סירקוט האבן ווי פריער דערמאנט געשריבן אז די רעכט צו קענען נוצן געווען ברשות הרבים איז באגרעניצט פאר פעלער פון ספעציעלע געברויך

נאש און קאטש אינאיינעם מיט די ניו יארק סטעיט רייפל און פיסטאל אסאסיאציע האבן גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט און פארלאפענע מאנטאג האט די העכסטע געריכט אקצעפטירט די קעיס


*


גואם איז אן אמעריקאנע קאנטראלירטע אינזל פון וועלכע מען הערט בלויז אין די נאכט פון די פרעזידענט וואלן ווען פאר נייעס אויסגעהונגערטע אבזערווירער האלטן אן אויג אויף פריע רעזולטאטן אדער מזמן לזמן ווען דער צפון קארעא פירער שיקט ארויס א סטראשע

היינט אבער וועט די אינזל וועלכע באווייזט געווענליך אויסצומיידן די נייעס ראדארן יא ווערן געדעקט אויף די אייוועלט שפאלטנס און דאסמאל איבער א קעיס וועלכע איז אנגעקומען ביזן אמעריקאנע סופרים קאורט

גואם איז א טעריטאריע וועלכע אמעריקא האט פארכאפט פון שפאניע צוריק אין 1898 למספרם דורכאויס א קריג צווישן די צוויי לענדער
נאך וואס די קריג איז געקומען צו אן ענדע האט אונטער אן אפמאך אונטערגעשריבן אין פאריז די שפאנישע רעגירונג אויפגעגעבן די אינזל פאר די אמעריקאנער און פון די פריע 19'ער ביז 1950 למספרם האט די אמעריקאנע מיליטער געפירט די ארטיגע ווירטשאפט ביז ווען זי האט איבערגעגעבן די פירערשאפט פאר א ניי פארמירטע ציווילע פירערשאפט און היינט איז דארט פארבליבן די ענדערסאן עיר פארס באזע

אין די 1940'ער יארן למספרם האט די נעיווי אפערירט דארט אין ארדאט גואם א גרויסע דאמפ שטח וואו זי האט אפגעלאדנט מוניציפאלע און מיליטערישע אפפאל און לויט באשולדיגונגען ארייגערעכנט שעדליכע מוניציע און כעמיקאלן פון וועלכע זיי האבן געהאט בשפע אין די יארן פון די וויענטנאמע און קארעא מלחמות

די אפעראציעס האבן נישט אריינגענומען די מינימום ענווייראמענטאל זיכערהייט באווארענונגען און אלץ רעזולטאט זענען שעדליכע מאטריאלן אנגעקומען אינעם לאנפיט טייך וועלכע פליסט אריין אינעם פאציפישן אקעאן

אין 1983 למספרם האט די ענווייראמענטאל באשיצונג אגענטור צוגעלייגט די ארדאט דאמפ יארד וועלכע איז שוין דאן געווען אויסגעשפרייט אויף פערציג אקער לאנד צו איר נאציאנאלע פריאריטעטן ליסטע און מיט 5 יאר שפעטער דעזיגנירט די נעיווי אלץ מעגליך פאראנטווארטליך דערויף אבער וויבאלד די נעיווי האט אויפגעגעבן בעלות אויף די אינזל האט זיך די ציווילע פירערשאפט געטראפן אלץ אייגנטומער וועלכע אפערירט די דאמפ און רעגלמעסיג ערהאלטן פארארדענונגען פון די אי פי עי אויפצוקומען מיט פלענער צו עלימינירן די שעדליכע מאטריאל אנגעזאמלט אין לויף פון די יארן

אין 2002 למספרם האט די אי פי עי געקלאגט גואם דורכ'ן געריכט וועלכע זאל זיי צוואונגען זיך צוצושטעלן און אריינשיקן פלענער צוצודעקן די דאמפ און נאך פארהאנדלונגען זענען די צוויי זייטן זיך דורכגעקומען אין 2004 למספרם אויף א פלאן אונטער וועלכע גואם ווועט צודעקן די מיסט און שליסן די דאמפ און באצאהלן א ציווילע שטראף

אינעם אפמאך אויסגעהאמערט האט גואם אכט געגעבן זיך נישט צו דערקלערן אלץ שולדיג אדער פאראנטווארטליך אויף די פארפעסטיגונג פונעם שטח

עטליכע יאר זענען פארביי און גואם האט זיך נישט צוגעשטעלט צום אפמאך וועלכע וואלט אפגעקאסט אסטראנאמישע ציפערן וועלכע זיי האבן אנגעבליך נישט געקענט דעקן און די אגענטור האט זיך געוואנדן צום געריכט און א דיסטריקט ריכטער האט אויסגעארבעט מיט א קאנטראקטער אנצוהויבן מיטן פראיעקט אויף גואם'ס חשבון וועלכע איז געווען געשאצט אריינצוציען ביז אזויפיל ווי 16 מיילאן דאלער און די ארבעט איז פארטיג געווארן אום 2011 למספרם

נישט בלייבנדיג מיט צופיל אויסוואלן האט גואם געזוכט צו דעקן דעם לאך און אין אין 2017 למספרם האבן זיי אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן אמעריקא באשולדיגנדיג די נעיווי אז זייערע אקטיוויטעטן האבן פארפעסטעוועט די ארדאט דאמפ יארד און אז זיי מוזן דעקן די קאסטן פון צושפארן די דאמפ יארד

צו פארשטיין די לעגאלע געראנגל צווישן גואם אין די אמעריקאנע רעגירונג מוז מען ערווענען די "קאמפראהענסיוו ענווייראמענטאל רעאקציע קאמפאנסעישאן און לייעביליי אקט" מיט איר אקראנים CERCLA וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט אין 1980 למספרם

יענע געזעץ האט געזוכט צו רייניגן מיסט אנגעלייגטע שטחים און סעקשאן 107 פון די געזעץ האט מחייב געווען איצטיגע און געוועזענע אייגנטומער פון אזעלכע דאמפסטערס וועלכע האבן אפערירט דאס אהינברענגן די אפפאל צו דעקן אלע קאסטן פון עס אויסרייניגן טראץ וואס די רעגירונג קען נישט איבערצייגן סיי וועלכע שולד פון די איינגטומער און גייט אויך אויף צוריק צו שטחים אנגעלייגט בעפאר די געזעץ איז אריין אין קראפט

אין 1986 למספרם האט קאנגרעס פרובירט אביסל צו פארצוקערן די שטרענגע פארלאנגען און אמענדירט די געזעץ מיט סעקשאן 113 וועלכע וועט ערלויבן אייגנטומער וועלכע גלויבן אז זיי האבן ארויסגעצאהלט מער וויפיל זיי וואלטן געמוזט צאהלן אונטער א לייעביליטי דערקלערטע אפמאך מיט די רעגירונג אריינצוטראגן קאנטריביושאן פארלאנגען אקעגן אזעלכע וועלכע דארפן אויך צושטייער געבן פאר די קאסטן צוליב זייער ראלע אין אנהויפענען די אפפאל

גואם האט טאקע געבעטן די געריכט אז די מיליטער זאל מוזן דעקן טייל פון די קאסטן אונטער סעקשאן 107 אלץ דירעקטער פאראנטווארטליכער און געוועזענע אייגנטומער אדער אונטער סעקשאן 113 צוליב די אפמאך וועלכע גואם האט אויסגעארבעט מיט די רעגירונג וואס זאל זיי איצט ערלויבן איינצוקאסירן א טייל פון די קאסטן פון די מיליטער

אינעם די סי קרייז געריכט האט אפגעווארט א דורכפאל פאר גואם ווען די געריכט האט געאורטיילט אז סעקשאן 107 קען נישט גיין צוזאמען מיט סעקשאן 113 און ערקלערט אז 107 איז די פארלאנג אויף די אייגנטומער צו דעקן די קאסטן און איינמאל די אייגנטומער דערקלערט א פארפליכטיגונג צו דעקן די קאסטן פאלט אוועק די מעגליכקייט פון די רעגירונג צו קענען מחייב זיין עמיצן אונטער 107 (ווייל איינער האט זיך דאך שוין פארפליכטעט עס צו טוהן) און פון יענע מינוט אן איז גייט אריין אין קראפט סעקשאן 113 אונטער וועלכע דער פארפליכטעטער אייגנטומער האט די רעכט צו קענען אריינשלעפן אנדערע פארמישטע צו דעקן טייל פון די קאסטן אבער מען קען מער נישט קלאגן יענע פארמישטע צו באצאהלן אלץ סעקשאן 107

דאס באדייט אז די איינציגסטע סעקשאן אונטער וועלכע גואם וואלט געקענט קלאגן די רעגירונג איז 113 אבער יענע סעקשאן האט א סטעטשו אוו לימיטעישאנס פון דריי יאר און לויט די געריכט באדייט עס אז פון די מאמענט וואס גואם האט זיך דערקלערט אלץ פארפליכטעט צו באצאהלן (אין 2004 למספרם) האט אנגעהויבן לויפן די דריי יאר פעריאד וואס זיי וואלטן געקענט קלאגן אנדערע פארמישטע און זייער ווארטן ביז 2017 למספרם באדייט אז זיי האבן פארפאטשקעט די צייט

די געריכט האט אנערקענענט אז גואם איז מעגליך געווארן ב'עוול'ט זיך טרעפנדיג צווישן האמער און נאגעל מוזנדיג באצאהלן פאר די רעגירונג די קאסטן וועלכע די רעגירונג האט זיי אנווירטשאפט אבער צוליב ווואס זיי האבן געווארט לענגער ווי די דריי יאר צייט פאראויסצוקומען מיט א פארלאנג האט זיי טעכניש אנגעזעצט זייער מעגליכקייט ארויסצובאקומען עפעס פון די רעגירונג

גואם האט אפעלירט זייער קעיס צום סופרים קאורט און זייער ארגומענט איז באזירט אויפן פאקט אז די אנקלאגע וועלכע די אי פי עי האט גענוצט זיי צו צוואונגען צו צאהלן איז צופעליג נישט געווען אונטער די פריער ערקלערטע CERCLA געזעץ נאר זיי האבן געקלאגט די אינזל אונטער די "ריינע וואסער אקט" וועלכע איז א באזונדערע געזעץ פאר זיך און וויבאלד די אנקלאגע אקעגן זיי האט נישט געשטאמט פון סעקשאן 7 פון CERCLA האט יענע אויסגעהאמערטע אפמאך נישט אנגעדרייט די דריי יעריגע צייט זייגער פון סעקשאן 113 פון CERCLA צו לויפן און דעריבער קענען זיי עס נאך נוצן

די רעגירונג טענה'ט אז קאנגרעס האט אינזין געהאט ביים באשטעטיגן די CERCLA געזעץ צו לויפן סינאנים מיט אנדערע ענווייראמענטאל געזעצן ווי צום ביישפיל די ריינע וואסער אקט אונטער וועלכע מען האט געקלאגט גואם און אז אן אנקלאגע אונטער יענע געזעץ וועלכע פאלגט נאך מיט א געלט פארפליכטיגונג איז פונקט ווי ווען מען וואלט זיי געקלאגט אונטער סעקשאן 107 פון CERCLA און דרייט יא אן די דריי יאר רעכט פונעם פארפליכטיגטן צו קענען נוצן סעקשאן 113

גואם האט אויך גע'טענה'ט אפילו ווען מען באטראכט ווען די אנקלאגע ווי כאילו עס וואלט געווען אונטער סעקשאן 107 פון CERCLA האט די אפמאך פארט נישט אריינגעשטעלט סעקשאן 113 אין דרייוו וויבאלד זיי האבן זיך באווארנט זיך נישט צו דערקלערן שולדיג אין די אפמאך און די שפראך אין CERCLA לויטעט אז איינמאל אן אפמאך ווערט דערגרייכט אונטער וועלכע די אנגעקלאגטער נעמט אויף זיך די "לייעביליטי קאסטן" קען ער אנהויבן געניסן פון סעקשאן 113

טענה'ט גואם אז זיי האבן קלאר אויסגעמיטן צו דערקלערן אז לייעבל (שולדיג) און די גרייטקייט צו דעקן די קאסטן איז דעריבער נישט קיין לייעביליטי דערקלערטע חוב און דעריבער האט זיך נאכנישט אנגעהויבן די דריי יאר פון סעקשאן 113

די ענטפער פון די רעגירונג דערויף איז אז עס שטייט נישט און די געזעץ א באדינג אז דער באשולדיגטער דארף זיך דערקלערן שולדיג נאר יענעם'ס פארפליכטיגונג צו באצאהלן איז שוין אויטאמאטיש ווי א שולד דעקלעראציע און דעריבער איז די טערמין "לייעבל" נישט גענוג סובסטאנצפול און עפעס וואס זאל מעכב זיין סעקשאן 113 פון אריינגיין אין קראפט


די סופרים קאורט האט נעכטן אויסגעהערט די קעיס

אבדזשעקטיוו
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אבדזשעקטיוו » דינסטאג אפריל 27, 2021 1:41 pm

זייער אינטערסאנט!
יש"כ,פאר דעם און אלעמאל
קיפ איט אפ הכל
א ברכה צו מאכן
ש"הכל" נהיה בדברו

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אפריל 27, 2021 2:52 pm

אבדזשעקטיוו האט געשריבן:זייער אינטערסאנט!
יש"כ,פאר דעם און אלעמאל
קיפ איט אפ הכל
א ברכה צו מאכן
ש"הכל" נהיה בדברו

יישר!

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4162
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » דינסטאג אפריל 27, 2021 5:05 pm

שכח הבל און א ספעציעלע דאנק פארן קלארן סופרים קאורט קעיס.

און עקסטער ברויך מען באדאנקן אלעקסיי וואס קומט דא אריין אסאך מאל במקום הבל..און צומאל מאכט ער זיכער אז אונז האמיר אויך קאווע מיט קאקאש פארן נאכט שיעור!
לעצט פאראכטן דורך Kollel אום דינסטאג אפריל 27, 2021 5:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג אפריל 27, 2021 5:10 pm

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כח הבל פאר די געשמאקע באריכט, ובפרט פאר די אפדעטס פון די 2022 עלעקשאן.

אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קלמן יאסעלע » דינסטאג אפריל 27, 2021 5:20 pm

א דאנק!
האסט א מיינונג? נישקשה, גיב נאר אכט עס זאל נישט ווערן א שטעלונג!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”