א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אפריל 12, 2021 12:16 am

הערליך שיין!!

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6543
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אפריל 12, 2021 12:37 am

טענקס.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:23 am

מאנטאג תזריע-טהרה





פרעזידענט ביידען וועט היינט אפהאלטן א זיצונג אין אוועל אפיס אינאיינעם מיט וויצע פרעזידענט העריס מיט א רייע געזעצגעבער איבער אינפראסטרוקטור
אנוועזנד וועלן זיין סענאט טראנספארטאציע קאמיטע פארזיצער דעמאקראט קענטוועל און העכסט ראנגיקער רעפובליקאנער וויקער
אויך סענאטארן פישער און פאדילא און עטליכע קאנגרעסלייט וועלן אנטייל נעמען

*

מען הערט קלארער אז פרעזידענט ביידען גרייט צו זיך צו נאמינירן סידני מקעין פאר אן אמבאסאדאר פאזיציע און מען רעדט מעגליך פון די אמבאסאדארשיפ צו די יו ען וועלט עסן פראגראם

*

פרעזידענט ביידען פלאנט צו נאמינירן קריס אינגליס אלץ די ערשטע נאציאנאלע סייבער דירעקטאר און דזשען איסטערלי צו פירן די סייבער סעקיוריטי און אינפראסטרוקטור סעקיוריטי אגענטור

*

די ווייסע הויז באקומט דרוק איבער ווי אזוי צו ספענדן פרישע 450 ביליאן דאלער פון פרעסקריפשאן דראג רעפארם
ספיקער פעלאסי לאביאירט צו מאכן אבאמאקעיר סובסודיעס פערמענאנט און סענאטאר סאנדערס רופט אראפצורוקן די יארגאנג ווען מען קוואלאפיצירט פאר מעדיקעיר פון 60 צו 55 און עס אויסברייטערן צו דעקן דענטאל און אויגן באהאנדלונג

*

ווייאמינג ליז טשעיני רעאגירט מיט איינגעהאלטענע פרייד צו די סקאנדאלן וועלכע פלאגן פלארידא קאנגרעסמאן מעט געיטץ זאגנדיג אז די באשולדיגונגען זענען קרענקנד
זי האט זיך אבער דערווייל צוריקגעהאלטן פון רופן פאר זיין רעזיגנאציע

*

אהייא סענאט קאנדידאט דזשאש מאנדעל איז געווארן ארויסבאגלייט דעם וויקענד פון די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע צוזאמקום נאך וואס ער איז ערשינען אומגעלאדנט און געוזכט אויפצוטרייבן שטיצע אינערהאלב רעפובליקאנע קרייזן
דזשעין טימקען איז די רעפובליקאנע פארטיי פארזיצערין און פארמעסט זיך אויך פארן זעלבן זיץ איז יא געווארן געלאנדט צוליב איר ראלע אלץ פאנדרעיזער פאר די פארטיי

*

אין א צייכן אז די סי דיסטריקט ריכטערין קאטאנדזשי בראון זיך גרייט זיך שוין פיבערהאפטיג צו די באשטעטיגונג פארהערן פון איר נאמינאציע צום סירקוט קאורט האט זי שון אנגעהויבן אפליידיגן אירע פאליצעס פון קעיסעס שיקנדיג א רייע קעיסעס איבער די קעפיטאל היל איבערפאל צו אנדערע ריכטער עס צו באהאנדלען

*

די סענאט קערט זיך היינט צוריק פון איר פרילינג אורלויב אום 3 אזייגער און וועט שטימען ארום 5:30 פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון פאלי טראטנבערג פאר דעפיוטי טראנספארטאציע סעקרעטארשע, ווענדי שערמאן פאר דעפיוטי אויסערן סעקרעטאר און גערי גענסלער צו ווערן פארזיצער פון די סעקיוריטי און עקסטשעינדזש קאמיסיע

*

קאנגרעס איבערזיכט קאמיטע גרייט צו ארויפצוברענגן א ביל איבערמארגן מיטוואך וועלכע וועט מאכן די סי פאר א סטעיט

*

איבערמארגן מיטוואך וועט קאנגרעספרוי ערוויילט דזשוליא לעטלאו ווערן איינגעשוואוירן צו רעפרעזענטירן די פיפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין ליוזיאנא

*

אין וועסט ווירדזשיניע האט גאווערנאר דזשאסטין פארגעשלאגן א איינקופט שטייער שניט און די לעגיסלאטור האט עס אצינד אפגעווארפן מיט 0-100

*

דער אפריקאנער אמעריקאנער טשארלס בוקער וועלכע האט פארלוירן די דעמאקראטישע סענאט פריימערי אין קענטאקי אין 2020 למספרם צו עימי מקגרעט האט געשאפן אן עקפלארעטערי קאמיטע אין א צייכן אז ער זוכט אונטערצונעמען א פרישע סענאט קאמפיין

*

וויסקאנסין רעפובליקאנע קאנגרעסמאן מייק גאלאגער אויפגעטריבן 830 טויזנט דאלער אינעם ערשטן למספרם קווארטאל און זיצט מיט 1.9 מיליאן דאלער אין די באנק
ער איז א פאטענציאלע סענאט קאנדידאט אין פאל סענאטאר ראן דזשאנסאן באשליסט נישט צו זוכן ווידערערוויילונג

*

סענאטאר דזשאש האולי האט אינעם אויפגעטריבן אינעם ערשטן למספרם קווארטאל מער פון 3 מיליאן דאלער אין קאנטראסט צו די בלויז 43 טויזנט דאלער אינעם זעלבן קווארטאל בי די פריערידיגע וואל סעזאן
די דריי מיליאן דאלער איז מער ווי סענאטארן מארקא רוביא, רענד פאול און טים סקאט וועלכע לויפן אלע פאר ווידערערוויילונג האבן אויפגעטריבן ארום א צענטל פון וואס האולי האט אויפגעטריבן אין די צייט וואס האולי דארף זיך נישט שטעלן פאר די וויילער בעפאר 2024 למספרם
האולי'ס שריט צו פארשלעפן דאס באשטעטיגן די פרעזידענט וואל רעזולטאטן האט אים אפגעקאסט שטיצע צווישן פראמינענטע מיזורי ביישטייערער ווי ביזנעס איינגטומער דוד האמפפרי, סעם פאקס וועלכע האט סערווירט אלץ אמבאסאדאר קיין בעלגיע אונטער די בוש אדמינסטראציע און געוועזענע מיזורי סענאטאר דענפארט אבער האט פון די אנדערע זייט געדעקט די חלל מיטן שאפן נייע פאנדרעיזינג קוועלער לענגאויס די סטעיט

*

דזשארדזשיא קאנגרעספרוי גרין האט אויפגעטריבן מער ווי 3.2 מיליאן דאלער אינעם ערשטן למספרם קווארטאל

*

איידער מיר קענען צוגיין צו די קעיס וועלכע איז איצט אויפן טיש דארפן מיר צו ערשט מעלה גרה זיין א צווייטע קעיס וועלכע מיר האבן באשריבן מיט א יאר צוריק

די מער עלטערע ליינער וועלן פילייכט דענקן די תקופה פון שרעק וואס אמעריקא איז אריבער אין 2002 למספרם אין שאטן פון נאכאנאנדע סנייפער שיסערייען ווען צוויי אנאנימע פראפעסיאנאלע ציהל שיסער פלעגן אן קיין ווארענונג אנהויבן שיסן אויף ווער עס זיי געקומען אונטער די האנט און פלינק אנטרינען פון די סצענע

עווענטועל, נאכן אפקאסטן צעהן קרבנות זענען אויטאריטעטן געקומען אויף די שפורן און אידענטיטעט פון די צוויי און ארעסטירט לי מאלווא און אלען מוכאמעד

מוכאמעד איז געווארן פאראורטיילט צו טויט שטראף און די אורטייל איז געווארן אויסגעפירט אין 2009 למספרם

מיט מאלווא איז אבער געווען די מעשה אנדערש זינט ער איז צו יענע צייט געווען בלויז 17 יאר אלט און לויט די געזעץ האט ער געקענט באקומען א מאקסימום פון לעבנסלענגליכע טורמע און א ריכטער אין ווירדזשיניע האט אים טאקע צוגעטיילט אייביגע טורמע

שימלנדיג אין זיין פינסטערע צעהל אן קיין געהעריגע אויסזיכט אמאל ארויסצוגיין האט מאלווא געמוזט זיין צופרידן ווען א סופרים קאורט אורטייל איז ארויס אין א צוויייטע קעיס אום 2012 למספרם שרייבנדיג אז "מענדעטארי לעבנסלענגליכע טורמע אן פאראל פאר פארברעכנס דורכגעפירט ווען מען איז יונגער פון אכצן יאר פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע ערלויבט נישט קיין איבערגעטריבענע שווערע שטראפן"

פריערדיגע פרעצעדענט האט שוין געהאט אוועקגעשטעלט אזא פארבאט אבער נישט אין פאל פון מארד פארברעכנס אבער די פרישע סופרים קאורט אורטייל האט געדעקט אפילו קעיסעס פון מארד און געשריבן אז ריכטער מוזן יא קענען אריינקוקן אין די אומשטענדן פון די פארברעך אין די סטאטוס אין יארגאנג פונעם פארברעכער און זיך רעכענען דערמיט ביים צוטיילן אן אורטייל

די פראבלעם פאר מאלווא איז געווען אז די אורטייל האט נישט אדרעסירט די וועלכע זענען געווארן פאראורטיילט מיט יארן פריער און וואלט בלויז אפעקטירט ווי אזוי ריכטער זאלן אורטייילן אינעם צוקונפט

עס האט געדויערט נאך פיר יאר ווען אין 2016 למספרם האט ענדליך אנגעהויבן אויסקוקן אז מאלווא וועט מעגליך קענען האבן נוצן פון די 2012 למספרם אורטייל

אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט געשריבן אין א באזונדערע קעיס אז זייער פריערדיגע אורטייל פון 2012 למספרם איז געווען א "פארארדענונג מיט סובסטאנץ פון קאנסטיטוציאלע געזעץ"

די טערמין באדייט אז יענע אורטייל איז א פונדאמענטאלע און עלעמענטארע באשיצונג פאר ארעסטאנטן און מוז דעריבער ווערן גענומען אין באטראכט און אפעקטירן אויך ארעסטאנטן וועמענס אורטייל זענען געווארן פארזיגלט בעפאר די 2012 למספרם אורטייל

אויסער דאס איינשטעלן די 2012 למספרם אורטייל צו ווירקן אויך למפרע האט ריכטער קענעדי געשריבן אינעם פרישן אורטייל אז נישט בלויז זאלן ריכטער זיך יא קענען רעכענען מיט די יארגאנג אין וועלכע די פארברעכן איז געווארן דורכגעפירט" אזוי ווי די 2012 למספרם אורטייל האט געלויטעט נאר האט גאר אוועקגעשטעלט גאנץ קלארע אנווייזונגען פאר די ריכטער ווי אזוי אפצושאצן יוגנטליכע פארברעכער ביים באשליסן אויב זיי צו שיקן אין טורמע לעבנסלענגליך

קענעדי שרייבט אז ריכטער זאלן מוזן אפשאצן אויב א פארברעכער איז אזוי מאראליש פארקריפלט אז עס נוצט שוין נישט קיין תשובה און אז יענער גייט שוין מער קיינמאל נישט זיין קיין נארמאלע מענטש און וועט זיך קיינמאל נישט גענוג ערהוילן אין טורמע אז מען זאל אים קענען ארויסלאזן נאך א באשטימטע טורמע טערמין

ווען ריכטער סקאליא האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל האט ער אויסער קעמפן אקעגן דאס איינשטעלן די פריערדיגע אורטייל אויף למפרע עקסטער זיך באצויגן אויף די נייע "טעסט" איינגעשטעלט דורך די מאיאריטעט וועלכע ריכטער וועלן מוזן נוצן און געווארנט אז עס וועט זיין זייער שווער פאר ריכטער צו מאכן אזא אפשאצונג אויף א פארברעך וועלכע איז באגאנגען געווארן אין די יונגע יארן און אז די נייע קאטעגאריזאציע וועט באדייטן אז נישט בלויז וואס ריכטער וועלן נישט "מוזן" געבן לעבנסלענגליכע טורמע, נאר זיי וועלן "נישט קענען" געבן לעבנסלענגליכע טערמינען ווייל פארברעכער וועלן אלץ טענה'ן שלא ישובו עוד לכסלה און עס וועט זיין גאר שווער צו איבערצייגן פארקערט

אבער די מאיאריטעט האט דאך זעלבסטפארשטענדליך ס'לעצטע ווארט און באוואפנט מיט די צוויי אורטיילן האבן די מאלווא אדוואקאטן זיך געוואנדן צום דיסטריקט געריכט וועלכע האט געמוזט צונישט מאכן די אלטע אורטייל און סקעדזשועלן א פרישע אורטייל וועלכע זאל זיין אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט פארארדענונג

די רעגירונג האט עס אפעלירט צום פערטן קרייז געריכט אבער דארט האט זיי אויך אפגעווארט א נידערלאגע ווען די סירקוט קאורט האט בלויז געקענט באשטעטיגן די אורטייל פון די נידריגע געריכט

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די קעיס און די מונדליכע ארגומענטן זענען פארגעקומען אום אקטאבער 16 2019 למספרם
די אורטייל וועלכע האט געזאלט נאכפאלגן איז נישט געווען קלאר אין וועלכע ריכטונג עס וועט פאלן און אנאליסטן האבן אנגעצייגט אז ריכטער ראבערטס האט אין די 2012 למספרם קעיס געשטימט צוזאמען מיט די איבריגע דריי קאנסערוואטיוון אקעגן די מאיאריטעט אורטייל דאן געשריבן דורך ריכטערין קעיגען

פון די צווייטע זייט אבער האט ער אין די 2016 למספרם קעיס געטוישט זייטן אין דאן געשטימט מיט די מאיאריטעט מאכנדיג די דעמאלטסדיגע אורטייל א 6-3 און דעריבער איז זיין פאזיציע אויף די פראגע אומקלאר און שווער פאראויסצושאצן

די אנדערע ריכטער אויף וועם מען האט געהאלטן אן ערנסטע אויג באזירט אויף די מונדליכע ארגומענטן איז געווען ריכטער קעווענאו וועלכע האט אויך נישט קלאר אנגעדייטעט ווי אזוי ער פלאנט צו אורטיילן אויף די פראגע אבער זיינע פראגן האבן יא געגעבן דעם שפור איז אז אויב איין קאנסערוואטיוו (אויסער ראבערטס) גייט דעפעקטירן גייט עס זיין ער
עד כאן המעשה

עד כאן? יא, די געשיכטע האט געהאט קיין עפילאג און די געריכט האט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף די קעיס און איך בין נישט געווען איבערראשט אז קיינער פון די ליינער האט נישט געפרעגט ביים ענדע פונעם געריכט טערמין אוואו די אורטייל איז ווייל מענטשן האבן וויכטיגערס אויפן קאפ

אבער איצט אז מען רעדט שוין איז גוט צו אפדעיטן אין וועלכע אקעאן די קעיס איז פארשוועמט געווארן און אויך פארציילן אז די צייט פארשווענדעט צו ליינען די קעיס איז נישט גאגאנגען אינגאנצן לריק ווייל עס וועט אייך שטארק פארלייכטערן און פארקורצערן די צייט פון ליינען די היינטיגע קעיס אין עטליכע פאראגראפן אראפציה

די מאלווא קעיס איז געקומען צו א האסטיגע אפשטעל שוין נאך די מונדליכע ארגומענטן נאך וואס ווירדזשיניע האט ארויסגעשלעפט די טורמע קארפעט פון אונטער מאלווא'ס פיס שטימענדיג אויף א געזעץ וועלכע ערלויבט נישט צו האלטן אין טורמע ארעסטאנטן פאר מער ווי 20 יאר אויף פארברעכנס דורכגעפירט אלץ יוגנטליכע און דערמיט פארזיכערט אז מאלווא וועט ביז עטליכע יאר ארום באפרייט ווערן אן דארפן צוקומען צו די גענאדע פונעם סופרים קאורט און צוליב דעם איז די גאנצע קעיס געגאנגען פייפן

אזויפיל האט די קעיס אויפגעטוהן, אוועקצושטעלן די גרונדן פאר פרישע ענליכע קעיסעס וועלכע האבן זיך אינצווישן אנטוויקלט און זינט די סופרים קאורט האט שוין אינוועסטירט צייט און ענערגיע צו באהאנדלען די פראגע ביי די מאלווא קעיס האבן זיי אויסגעקליבן פון פינף קעיסעס איין קעיס אז זיי זאלן קענען דעצידירן די פראגע און נישט בלייבן מיט די צונג אינדרויסן צוליב די נייע ווירדזשיניע געזעץ

די קעיס וועלכע די קאורט האט אויסגעוועלט האנדלט זיך איבער א מאן מיטן נאמען ברעט דזשאונס וועלכע איז געפונען געווארן שולדיג אין אומברענגן זיין זעליגן זיידן

דזשאונס איז אויפגעוואקסן אין א פראבלעמאטישע היים מיטן זיין אוועק פון זיין פאטער אן אלקאהאליקער, זיין שטוף טאטע פלעגט אים סעקירן און זיין מוטער האט געליטן פון מעניאק דעפרעסיע, א בייפאלאר דיסארדער און א שגעון זיך זעלבסט צו שעדיגן , עפעס וואס דער קליינער דזשאונס האט גע'ירש'נט און פלעגט זיך אויך אפט צושניידן

אין 2004 למספרם איז דזשאונס אנטלאפן פון שטוב און זיך קווארטירט ביי זיין זיידע אין הויז וואו דער זיידע האט אים איין טאג דער זיידע געכאפט ביי אן עוולה און אנגעהויבן זיך קריגן מיט אים

דזשאונס האט גע'טענה'ט אז ער האט געהאט א געפעכט מיט זיין זיידן אין ווען זאכן האבן אנגעהויבן ארויסגיין פון קאנטראל איז זיין זיידע געקומען אין זיין ריכטונג אים צו שעדיגן און אלץ זעלבסטפארטיידיגונג האט ער אים געשטאכן און ס'זיידע איז אומגעקומען פון די וואונדן

א דזשורי האט אבער נישט אקצעפטירט זיין ווערסיע פון די געשיכטע און אים געפונען שולדיג און דער ריכטער האט אים פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע

נאך די 2012 למספרם סופרים קאורט אורטייל האט זיך דזשאונס צוגעכאפט דערצו ווי צו א געבראטנס און פארלאנגט א נייע פראצעס מיט די טענה אז דער ריכטער האט אים געגעבן א לעבנסלענגליכע אורטייל באזירט אויף די דעמאלטסדיגע מיסיסיפי געזעץ וועלכע האט פאראנגט מענדעטארי לעבנסלענגליכע טורמע און לויט די סופרים קאורט אורטייל איז יענע געזעץ מער נישט קאנסטיטוציאנאל

דער נייע ריכטער האט שוין יא אין באטראכט גענומען די יארגאנג ווען די פארברעך איז געווארן אויסגעפירט (17) אבער טראץ די עדות פון די טורמע אויפזעעהר אז ער האט זיך גוט אויפגעפירט אין טורמע און זיך דוכגעקומען מיט יעדן פארט באשלאסן אז ער דארף אויסדינען די איבריגע טייל פון זיין לעבן אין טורמע

די אורטייל איז געקומען אין 2015 למספרם און דער ריכטער האט נישט באטראכט די טענה אז דזשאונס איז שוין אויסגעמענטשלט נאר ליבערשט זיך קאנצעטרירט אויף די הארבע זינד פון מארד און אירע ארומיגע אספעקטן ווי דאס אז דזשאונס האט פרובירט צו פארדעקן זיין אקט מיטן באהאלטן די טויטע קערפער און אוועקוואשן די בלוט

2016 למספרם איז אבער אנגעקומען און מיט איר די פרישע סופרים קאורט אורטייל וועלכע שטעלט אוועק די "קענעדי טעסט" און דאס פון וואס סקאליא האט זיך געפארכטן האט טאקע פאסירט און דזשאונס האט אריינגעגעבן א פרישע פארלאנג אז באזירט אויף די נייע אורטייל זאל ער באקומען א פרישע פראצעס און דער ריכטער זאל מוזן אפשאצן זיינע פופצן יאר אין טורמע און זעהן צו ער איז טאקע נישט געווארן קיין ארנטליכע מאן זינט מען האט קיינמאל נישט אין באטראכט גענומען אזא טעסט ביים פריערדיגן פראצעס

די קאמף צווישן מיסיסיפי אין דזשאונס האט דאן געמאכט איר וועג צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און געסקעדזשועלט מונדליכע ארגומענטן אויף די וואל טאג נאוועמבער 3 למספרם

נישט צופיל מענטשן האבן צוגעלייגט קאפ יענע פארנומענע וואל טאג אבער די ריכטער זענען אנגעגאנגען מיט זייער טעגליכע פליכטן אין אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

דוד שפירא האט אויפגעטרעטן אלץ אדוואקאט פון דזשאונס און אפעלירט צו די ריכטער אז מען זאל די קעיס צוריקשיקן צו די סטעיט געריכט וואו מען זאל באטראכטן אויב דזשאונס קען שוין טאקע מער קיינמאל נישט לעבן פרידליך און ציוויל

ריכטער ראבערטס האט געצימבלט שפירא איבער ווי אזוי מען קען דערגיין אזא זאך פרעגנדיג: וואס פונקטליך זוכסטו זאל קלאר ווערן?"

שפירא האט רואיג געענטפערט אז זיין קליענט זוכט נישט עפעס אוממעגליך נאר איינפאך אן אויפריכטיגע פראצעס וואו מען שאצט אפ זיינע מעגליכקייטן צו פונקציאנירן אלץ ארנטליכע בירגער

ווי עס שיינט איז ראבערטס פראבלעם געווען אז מעגליך האט דער ריכטער גאר יא אין באטראכט גענומען די צושטאנד פון דזשאונס און מיט דעם אלעם אים פאראורטיילט אזוי הארב און טאקע ווייל ער האט אים געשאצט אלץ אומסטאביל

ראבערטס האט געקוועטשט וואס פונקטליך מוז א ריכטער טוהן צו איבערצייגן אז ער האט יא אפגעשאצט דעם באשולדיגטן'ס מצב

ראבערטס האט געזאגט פאר שפירא אז ביים פראצעס האט דער אדוואקאט יא אדרעסירט די פראגע אויב דזשאונס קען נאך זיך נאך אמאל אויפפירן ארנטליך און אויך דער ריכטער האט ציטירט פון 2016 למספרם אורטייל בעפאר ער האט אויסגעפירט מיט זיין אורטייל

ראבערטס האט אויסגעפירט זאגנדיג: איז די פראבלעם אז דער ריכטער האט נישט ציטירט גענוג שטיקלעך פון די סופרים קאורט אורטייל?

איך ווייס פשוט נישט אויב דאס וואס ער (דער ריכטער) האט געזאגט איז נישט גענוג (צו באשטעטיגן אז ער האט גענומען אין חשבון דזשאונס מצב)

סאטאמאיאר האט אויך איבערגעפרעגט די פראגע פון ראבערטס ביים פארהערן שפירא זאגנדיג אז דער ריכטער האט קלאר דערמאנט די 2016 למספרם אורטייל בעפאר זיין אויספיר אלזא פארוואס איז די בלויזע פאקט נישט די אנהויב און ענדע פון דעם קעיס?

קעווענאו איז געגאנגען מיט די זעלבע ליניע שטופנדיג שפירא אין א ווינקל צו אנערקענען אז ריכטער מוזן נישט שרייבן פארמאלע געפינסן צו איבערצייגן אז אנגעקלאגטע קענען מער קיינמאל נישט זיין געהעריג נאר עס איז גענוג צו באטראכטן אט די פאקט

שפירא האט אבער פארפירט אז דער ריכטער האט טאקע אין באטראכט גענומען די פאקט אז דזשאונס איז געווען יונג אבער נישט געמאכט א שאצונג אויב ער קען שוין מער נישט ווערן וואויל

גארסוטש האט אויסגעזעהן גאנץ סקעפטיש איבער די טייל אין די 2016 למספרם געזעץ וועלכע זאגט אז מען דארף מאכן די אויפפירונג טעסט און זיך געוואונדערט אויב אויך די טייל גייט אויף צוריק צו קעיסעס פון יארן פריער

בערעט האט נישט געפרעגט פראגן וועלכע טוען אנדייטן איין וועג אדער די אנדערע וואו זי שטייט אויף די קעיס

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג אפריל 12, 2021 1:57 pm

ישר כוח הבל................

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אפריל 12, 2021 2:37 pm

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כוח הבל................

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אפריל 12, 2021 2:38 pm

וואס גייט פאר, הבל איז בייטאג אין אלעקסיי ביינאכט?...

שכוח הבל!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 2:58 pm

יישר אלע!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אפריל 12, 2021 3:03 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס גייט פאר, הבל איז בייטאג אין אלעקסיי ביינאכט?...

שכוח הבל!!!

נאופס!

הבל האט מיר היינט גע'פטר'ט.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג אפריל 12, 2021 6:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אפריל 12, 2021 3:39 pm

יישר כח הבל.
--
אלעקסיי, פטור בלא כלום אי אפשר... מיר ווארטן אויף אייער באריכט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 14407
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אפריל 12, 2021 11:51 pm

הבל wow, מיר ליינען מיט דארשט. דאנקע שיין!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג אפריל 13, 2021 12:05 am

א גרויסן ישר כח הכל הבל, א געשמאק צו ליינען ספעציעל דיינע געריכט סעסיעס

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » דינסטאג אפריל 13, 2021 1:59 am

הכל הבל האט געשריבן:יישר אלע!

שכח הבל, לייג מיר אוועק די געריכט סעסיע אויף מארגן..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:27 am

דינסטאג תזריע-טהרה






אין א צוריקדריי פון די טראמפ טרופן רעדוקציע וועט אמעריקא צוריקשיקן 500 טרופן צו ווערן סטאנציאנירט אין דייטשלאנד
אויף די אנפראגע אויב עס איז א געציהלטע מעסעדזש אקעגן די רוסישע שטיק ביים אוקריינע גרעניץ האט פארטיידיגנגס סעקרעטאר לאיד אויסטין רעאגירט אז עס איז א מעסעדזש אז מיר פרעזידענט ביידען און וויצע פרעזידענט העריס וועלן זיך היינט נאכמיטאג טרעפן מיט פירער פון די קאנגרעסיאנאלע אפריקאנע אמעריקאנע קאקוס

*


ביי די נעכטיגע זיצונג אין ווייסן הויז מיט קאנגרעס און סענאט קאמיטע פירער איבער אינפראסטרוקטור האט סענאטאר ראדזשער וויקער קלארגעשטעלט פארן פרעזידענט אז ער גייט נישט אריבערגעוואונען רעפובליקאנער צו שטיצן דעם ביל אזוי לאנג ווי עס נעמט אריין שטייער העכערונגען אבער דער פרעזידענט איז לויט אים געווען אומאיינשטימוג מיט זיין באהויפטונג

*

צווישן אנדערן האט מען אויך דיסקוסירט די געדנאק א מעגליכע גאז שטייער העכערונג פון ארום 5 צענט און וויפיל געלט עס קען אויפטרייבן

*

סענאטאר קריס מורפי האט פארברענגט די לעצטע צוויי וואכן אין געשפרעכן מיט רעפובליקאנער און אנגעקומען צו דיסקוסירן א מעגליכע דורכברוך מיט ארום האלב פון די רעפובליקאנע קאקוס
ער האט נישט געזאגט ווי ווייט ער איז מיט זיי אנגעקומען אבער קלארגעשטעלט אז סיי וועלכע אומפארטייאישע ביל וועט מוזן זיין מער באגרעניצט ווי די קאנגרעס באשטעטיגטע יוניווערסאל בעקגראונד טשעקס ביל

*
דעבאטע איבער די נאמינאציע פון פאלי טראנטנבערג צו זיין דעפיוטי טראנספארטאציע סעקרעטארשע אפגעשטעלט מיט 14-81

*

היינט אום 2:15 וועט די סענאט שטימען ענדגילטיג צו באשטעטיגן טראטנבערג און דערנאך צו ענדיגן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון ווענדי שערמאן אלץ דעפיוטי אויסערן סעקרעטאר

*

סענאט דעמאקראטן טרעפן זיך פערזענליך היינט פאר זייער וועכנטליכע פארטיי מיטאג צום ערשטן מאל זינט די ווירוס אויסברוך

*

געוויסע דעמאקראטן זענען אויסן אריינצושטופן רעפובליקאנער אין א ווינקל צו מוזן בלאקירן די אזיאנע אמעריקאנע האסע פארברעכן ביל וועלכע זיי פלאנען אויפצוברענגן מארגן מיטוואך און האפן דאדורך צו גיבן פרישע גאז פאר די קאמף צו עווענטועל עלימינירן דעם פיליבאסטער

*
ווי נעכטן באריכטעט האט סענעטאר גרעסלי געזאגט אטז מען זאל צו ערשט אויסווארטן די געפינסן פון א שטודיע פון אטוירני דזשענעראל מעריק גארלענד איבער די אישו

*
פון אנדערע דעמאקראטן וועלכע ווילן שטארק זעהן די ביל באשטעטיגט הערט מען אז זיי זענען גרייט צוצוטשעפען אן אומפארטייאישע "קיין האסע אקט" פון סענאטארן בלומענטאהל און מארען צום היראונא ביל אלץ אן אמענדמענט אין אויסטויש פאר רעפובליקאנע שטיצע

*
סענאטארשע סוזען קאלינס האט געוויסע דרעפטינג שפארך אישוס מיטן ביל אבער האפט אז עס קען נאך ווערן פארראכטן

*
סענאטארשע עליזאבעט ווארען ווארט צו הערן מער פון ווייסן הויז איבער דאס העכערן די צאהל פלטים וועלכע קענען אריינקומען אין לאנד און פרעגט פארוואס די פלאן איז דערווייל איינגעפרוירן

*

סענאטארן קרוז, לי און האולי שלאגן פאר ביל צוריקצודרייען די אנטי טרסאט עקזעמפשאן פון מעידזשאר ליעג בעיסבאל נאך וואס זיי האבן ארויסגעצויגן זייערס א שפיל פון אטלאנטא צוליב די דזשארדזשיא וואל רעפארם געזעץ

*

דזשיל סיסנעראס וועלכע האט פארלוירן אין א שמאלע פארמעסט צו קאנגרעסמאן קים אין קאליפארניע באקומט א הויכראנגיקע פאזיציע אין די פענטאגאן

*

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ערהאלטן די ערשטע קעמפער פאר פרייהייט אויסצייכענונג פון די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע
סענאטאר מיט ראמני אנטשולדיגט זיך איצט משם והייתם נקיים אז עס איז נישט געקומען אויף זיין ביטע אנערקענענדיג אז זיי זענען פריי צו טוהן ווי אזוי זיי פארשטייען אבער האבנדיג געשטימט צוויי מאל צו אימפיטשן דעם פרעזידענט וואלט אזא אויסצייכענונג נישט געווען זיין פרעפרענץ

*
אייאווע סענאטארשע דזשאני ערנסט איבער די שטרייט צווישן סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל און פרעזידענט טראמפ און די שוועריקייט וואס עס שאפט פאר די פארזוך פון רעפובליקאנער צו האבן סוקסעסן אין די בעפארשטייענדע מידטוירמס: מיר דארפן זיך באמת צוזאמקמען, סיי פירער מעקאנעל און פרעזידענט טראמפ

*

אויך סענאטאר דזשאן טון האט זיך געלאזט הערן איבער די מעקאנעל-טראמפ געפעכט זאגנדיג אז עס מוז קומען צו עפעס א סארט פארשטענדעניש צווישן די צוויי אבער צוגעלייגט אז עס איז שווער פאראויסצושאצן אדער ערווארטן וואס עס וועט זיך דארט אויסקאכן

*

געוועזענע צפון קאראליינע גאווערנאר פעט מקרארי ערווארטעט אריינצושפרונגען די וואך אינעם ארטיגן סענאט פארמעסט און לויט אן אנקעטע געניסט ער פון שטארקע נאמען אנערקענונג און צופרידנהייט ראטעס און איז דערווייל די פראנט ראנער אינעם פארמעסט

מארק וואלקער וועלכע איז שוין אינעם פארמעסט האט עס אויפגענומען מיט קענטיגע אומצופרידנהייט און געזאגט אז מיט דעם וואס צוריקנעמען די מאיאריטעט איז געוואנדן אין די אויסגאנג אין צפון קאראליינע איז א גרייז צו ריזיקירן מיט מקרארי וועלכע איז א קאריערע פאליטיקאנט וועלכע האט שוין פארלוירן מער סטעיטווייד פארמעסטן ווי געוואונען

*

ספעשל קאונסעל דזשאן דורהעם טוט לויט א באריכט זיך קאנצעטרירן אויף די קוועלער גענוצט אין די רוסלאנד דאסיער און האט סובפינעט און געלייגט א האנט אויף דאקומענטן פון די לינק גענויגטע ברוקינגס אינסטיטוט פארבונדן מיט איגאר דעשענקא וועלכע איז א רוסישע פארשער וועלכע האט געארבעט מיט יארן צוריק אין די וואשינגטאן באזירטע טינק טענק און האט געהאלפן מיטן צוזאמשטעלן די טראמפ רוסלאנד קופה של שרצים בעסעער באקאנט אלץ דאסיער

דעשענקא האט גערייזט קיין רוסלאנד צוריק אין 2016 למספרם געשיקט דורך קריסטאפער סטיעל צו זאמלען שטאף אקעגן דאן קאנדידאט טראמפ און דורהעם האט סובפינעט דאקומענטן איבער אים אין דעצעמבער 31 למספרם
אנגעבנדיג די ווירוס אויסברוך אלץ אורזאך האט געדויערט ביז פארלאפענע פעברואר למספרם ווען די אינסטיטוט האט צוזאמגענומען און צוגעשיקט די פארלאנגטע דאקומענטן צו דורהעם'ס אפיס אבער לויט זיי איז קיינע פון די דאקומענטן נישט געווען פארבונדן מיט די ארבעט וועלכע דעשענקא האט דורכגעפירט פאר סטיעל

*

די סופרים קאורט האט באהאנדלט א קעיס איבער אן אפריקאנער אמעריקאנער מאן מיטן נאמען טעדריק עדווארדס וועלכע איז געווארן פאראורטיילט צו אין ליוזיאנא צו לעבנסלענגליכע טורמע פאר פארברעכנס באגאנגען אין 2006 למספרם

די שולד אורטייל איז אראפגעקומען פון א דזשורי וועלכע איז געווען איינשטימיג מיטן אויסנאם פונעם איינציגן אפריקאנער אמעריקאנער דזשוראר וועלכע וואלט ריינגעוואשן עדווארדס

די ארגומענטן אין די קעיס טראגט אונז צוריק צו א קעיס וועלכע מיר האבן באשריבן מיט א צייט צוריק און איז אין צענטער פון אט די קעיס ווי פאלגענד

עוואנגעליסטא רעימאס איז געווארן אנגעקלאגט מיט צווייטע גראד מארד און ער האט פארלאנגט א דזשורי פראצעס

נאכן פארהאנדלען האבן צעהן דזשורארס געזאגט אז די פראקורארן האבן איבערצייגט זייער קעיס אן קיין צווייפל

צוויי דזשורארס האבן אבער געזאגט פארקערט און אין א געווענליכע פאל וואלט דעקלערט געווארן א מיסטרייעל

די פראבלעם פאר רעימאס איז געווען זיין לאקאציע, נעמליך, ער וואוינט אין ליוזיאנא ווי די סטעיט געזעץ ערלויבט זיך צו רעכענען מיט די מיינונג פון צעהן דזשורארס אויך אויב די אנדערע צוויי זענען אומאיינשטימיג

נו, וואס זאגט די פעדעראלע געזעץ איבער אומאיינשטימיגע דזשורי געפינסן?

איז אזוי, אין 1972 למספרם האט די סופרים קאורט באהאנדלט די פראגע אויב די זעקסטע אמענדמענט וועלכע שענקט די רעכט פאר יעדן אנגעקלאגטן צו באקומען א דזשורי פראצעס באדייט אז מען איז שולדיג בלויז ווען אן איינשטימיגע דזשורי באשליסט אזוי אדער אויך מיט א מאיאריטעט

די געריכט האט זיך געשפאלטן אין צווייען מיט 4 אין שטיצע פון אן איינשטימיגע דזשורי און 4 אין שטיצע פון א מאיאריטעט דזשורי

אלע אכט ריכטער האבן פארשטאנען אז די פערצנטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע וועלכע פארלאנגט אייניגע רעכטן פאר אנגעקלאגטע אין פעדעראלע פראצעסן און אנגעקלאגטע אין סטעיט פראצעסן באדייט אז זייער מיינונג איבער ווי אזוי אויסצוטייטשן די זעקסטע אמענדמענט פון א רעכט פאר א דזשורי איז גילטיג און אייניג אויף א פעדעראלע און סטעיט שטאפל

דער ניינטער ריכטער איז געווען ריכטער לואיס פאועל וועלכע איז אויפגעקומען מיט א מאדנע מיטל וועג און געמאכט א פשרה גייענדיג מיט די איינשטימיגע דזשורי צוגאנג אויפן פעדעראלן שטאפל אבער ערלויבט מאיאריטעט דזשורי אורטיילן אויף א סטעיט שטאפל

איי וועסטו פרעגן ווי אזוי איז עס אין איינקלאנג מיט די פערצנטע אמענדמענט וועלכע שרייבט אז סטעיט און פעדעראלע רעכטן פאר אנגעקלאגטע זענען די זעלבע

אקעי, א גוטע קשיא אבער לויט ריכטער פאועל פארענטפערט מען עס אז די אמענדמענט איז אויף א באגרעניצטע פארנעם און בלויז איבער די עצם רעכט פון א דזשורי וועלכע סטעיטס זענען אויך פארפליכטעט צוצושטעלן אבער איבער גיין מיט אן איינשטימיגע דזשורי מוזן זיי נישט זיין ווי די פעדעראלע רעגירונג

די אינטערסאנטע אורטייל ווערט שוין פאר לאנגע יארן קריטיקירט אלץ אבסורד פון א לעגאלע שטאנדפונקט און איבער גאנץ אמעריקא עקזיסטירט די איינשטימיגע דזשורי דאקטרינע מיטן אויסנאם פון ארעגאן און ליוזיאנא וועלכע זענען פארבליבן די לעצטע צוויי שטאטן וועלכע קלאמערן זיך צו די פאועל אורטייל

פארלאפענע למספרם יאר האבן וויילער אין ליוזיאנא באשלאסן צו ברענגן אן ענדע דערצו און באשטעטיגט א רעפערענדום וועלכע איז אריין אין קראפט פארלאפענע יונואר למספרם צו טוישן צום איינשטימיגע דזשורי סיסטעם

צוריק צו אונזער רעימאס וועלכע איז געווארן געפונען שולדיג דורך צעהן פון צוועלף דזשורארס

רעימאס וועלכע איז געווארן פאראורטיילט צו לענסלענגליכע טורמע אן פאראל בעפאר די רעפערענדום טויש קען נישט דערפון געניסן אבער ער זוכט איצט אז די געריכט זאל ארויסווארפן די פאועל אורטייל און האט זיך געוואנדן צום סטעיט אפעלאט קאורט וועלכע האט ארויסגעווארפן זיין קעיס

רעימאס האט זיך דאן געקערט צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט ניטאמאל געוואלט אריינקוקן דערין

פארבליבן איז איין לעצטע שאנס צו גיין צום סופרים קאורט און די קאורט האט טאקע אקצעפטירט די קעיס און עס אויסגעהערט אום אקטאבער 7 למספרם 2019 למספרם

אנאליזירנדיג דאן די מונדליכע ארגומענטן האבן מיר געשירבן אז די געריכט שיינט צו זיין גענויגט צו אורטיילן אקעגן לואיזיאנא
ווען אפילו גארסוטש און קעווענאו האבן אויסגעקוקט וויליג מעגליך אראפצושטימען די געזעץ

עווענטועל האט די געריכט געאורטיילט אקעגן ליוזיאנא און ריכטער גארסוטש האט געשריבן די אורטייל און דערין אנגעשלאסן קעווענאו, גינזבורג, ברייער, סאטאמיאר און טאמאס
אליטא האט געשריבן די קעגן אורטייל און דערין אנגעשלאסן ראבערטס און קעיגען

עד כאן פון יענע קעיס

אצינד צו אונזער קעיס מיט טעדריק עדווארדס איז די פראגע וועלכע הענגט אין די לופט איז אויב די 2019 למספרם אורטייל איז נאר גילטיג פון דאן און ווייטער אדער גייט אויך אויף צוריק צו שולד אורטיילן פון יארן פריער

דער אדוואקאט פאר עדווארדס, ענדרע בעלאנדזשער האט געמאכט זיין קעיס און פארגעלייגט פאר די ריכטער צויי מהלכים ווי אזוי די אורטייל אין די רעימאס קעיס זאל ווירקן אפילו למפרע

איינס איז דורכ'ן דערקלערן אז די פאועל אורטייל איז ניש עכט געווען באזירט אויף סיי וועלכע פרעצעדענט און דעריבער נישט געטראגן גענוג עכטע געוויכט און צוליב דעם זאל מען נישט אנקוקן די רעימאס אורטייל ווי א "נייע אורטייל" וועלכע טוישט לאנגיעריגע פרעצעדענט (וואס אין אזא פאל גייט די "נייע אורטייל" חל זיין בלויז מכאן ולהבא) נאר ליבערשט ווי אן אורטייל אין איינקלאנג מיט די אלגעמיינע פארשטענדליכע סטאנדארט אויך ביז אהער און קען יא גיין למפרע

די צווייטע צוגאנג איז מיטן דערקלערן די פאועל אורטייל אלץ עפעס וואס איז אזוי אבסורד און ארויס פון פלאץ אז די רעימאס אורטייל זאל יא ווערן באטראכט ווי עפעס וואס האט עלימינירט א גאר אומראציאנאלע פריערדיגע אורטייל וואס אין אזא פאל גייט יא די רעימאס אורטייל אויף למפרע (די ביידע מהלכים שיינען צו זיין גאנץ ענליך און די חילוק איז דקות'דיג

די ערשטע זאגט אז פאועל האט קיינמאל נישט געווען קיין שטארקע געוויכט מעיקרא און די צווייטע זאגט אז זי האט יא אבער איז אזוי אומריכטיג אז איינאמל רעימאס קומט אריין שלאגט עס אזוי שטארק צוריק אויף פאועל אז עס גייט נאטורליך אויך למפרע)

דער איינציגסטע ריכטער זיך צוצוכאפן צום ערשטן מהלך איז געווען ריכטער גארסוטש וועלכע האט טאקע געשריבן די רעימאס אורטייל און ווען בעלאנדזשער האט ארויסגעברענגט אז די די הנחה אז די זעקסטע אמענדמענט פארלאנגט איינשטימיגע דזשוריס איז אלץ געווען אנגענומען און דעריבער איז די רעימאס אורטייל נישט א נייע אויסקוק האט גארסוטש עס אינדארסירט זאגנדיג אז ער האפט אז בעלאנדזשער איז גערעכט

די אנדערע ריכטער האבן אבער ענדערש באהאנדלט די צווייטע שטראז וועלכע לויטעט אז אן אורטייל וועלכע שיינט צו איבערדרייען א פריערדיגע אורטייל וועלכע איז אזוי אומריכטיג און פראבלעמאטיש טוט נאטורליך צוריקדרייען די ערשטע אורטייל אויך אויף למפרע

אין אונזער פאל האבן ראבערטס און קעיגען (וועלכע האבן אויך געשטימט אקעגן די רעימאס אורטייל) פארלאנגט פון בעלאנדזשער צוצושטעלן גענוג ערנסטע באווייזן אז די רעימאס אורטייל האט קריטיש געזוכט צו אדרעסירן א ברייט פארשפרייטע פראבלעם פון אומאקוראטע שולד אורטיילן (באזירט אויף אומאיינשטימיגע דזשורי געפינסן)

קעיגען האט גע'טענה'ט אז אזלעכע באווייזן זענען איבערראשנד בלאס און איינשטעלן די רעימאס אורטייל אויף למפרע קען פירן צו מער שולדיגע צו גיין פריי ווי אפשטעלן אומשולדיגע פון ווערן דערקלערט שולדיג

קעווענאו וועם גארסוטש האט יא באוויזן אריבערצושלעפן ביי רעימאס צו זיין קאלום האט געצעגערט דאסמאל ארויסברענגענדיג אז דערקלערן אזא סארט אורטייל ווי רעימאס צו אויטאמאטיש חל זיין למפרע איז עפעס וואס די געריכט האט נאנכישט געטוהן זינט 1989 למספרם ווען זיי האבן אוועקגעשטעלט די סטאנדארטן ווען אורטיילן זענען אויטאמאטיש חל למפרע און די סופרים קאורט האט זיך עס אנטזאגט צו טוהן אין פיל וויכטיגערע קעיסעס, א שטייגער ווי דערקלערן א רעכט פאר א דזשורי איז די זעלבע עלעמענטאר ווי די רעכט צו באקומען אן אדוואקאט, טא וואספארא פנים עס עס טראגן אז יענץ האט נישט געקענט גיין למפרע און דאס יא?

אליטא האט אפגעלאכט פון די פארזוך צו דערלקערן אז אזא סארט געזעץ זאל גיין אויף למפרע זאגנדיג אז עס הערט זיך אזוי פרעמד און אומרעאליסטיש ווי עימיצער זאל פאראויסשטופן א זוך אקציע נאך א באשעפעניש וועלכע איז שוין ווארשיינליך טויט

עליזאבעט מאריל איז די סאליסיטאר דזשענעראל פאר ליוזיאנא און סאטאמאיאר האט ארי געצימבל איבער די ארגומענט וועלכע קעווענאו האט אויפגעברענגט, נעמליך אז מען האט שוין זייער לאנג נישט דערקלערט אזא סארט אורטייל צו ווירקן למפרע

סאאמאיאר האט זיך געוואונדערט אויב איז נישט אזא אורטייל ווי דאס עפעס וואס האט קלאר געזוכט פולשטענדיג אויסצורייסן א פריערדיגע אומדערהערטע אורטייל אויך אויף למפרע, דאן וואס איז יא?

איי, מען האט עס נישט געטוהן בעפאר? נו, עס איז נישטא קיין צווייטע מאל בעפאר אן ערשטע מאל, זוכסטו צו פארבאטן דעם געריכט סיי ווען צו נוצן יענע אויסנאם בלויז צוליב וואס עס גייט מוזן זיך אנהויבן מיט אן ערשטע מאל?

גארסוטש האט שפעטער ווידערהאלט די זעלבע ארגומענט ווי סאטאמאיאר

ווען מען האט באהאנדלט די אפעקט וואס דערקלערן אזא אורטייל צו ווירקן אויף למפרע קען האבן אויף די ליוזיאנא קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם האט בעלאנדזשער פרובירט צו בארואיגן א סקעפטישע געריכט זאגנדיג אז די געשאצטע צאהל ארעסטאנטן וועלכע קענען פרובירן צו קאפיטאליזירן אויף אזא אורטייל איז ארום טויזנט פון וועלכע מען רעכנט אראפ אזלעכע וועלכע ווערן שוין פעליג פאר פאראל אין די נאנטע צוקונפט וואס באדייט אז זיי וועלן סייווי נישט קוואלאפיצירן פאר פרישע פראצעסן

ער האט אויסגעפירט אז די מאקסימום נייע פראצעסן ווועלכע קענען פארלאנגט ווערן קומט אויס צווישן 2-3 פער יעדע פראקוראר וועלכע איז פארהעלטמעסיג ווייניג

מאריל האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז מען גייט נישט אויסטיילן די פארלאנגע פאר פרישע פראצעסן צו יעדע געהליף אסיסטענס אטוירני און ארזיכערן אז יעדע באקומט א גלייכע פראציע פון 2-3 פראצעסן נאר נאטורליך גייען א גרויסע טייל פון די קעיסעס פאלן אויף א געקליבענע צאהל פראקורארן און זיי וועלן זיך דארפן ספראווען מיט הונדערטער אומערוואטעטע קעיסעס

ביי די ענדע פון די סעסיע איז געווען גאנץ קלאר אז עדווארדס קען רעכענען אויף גארסוטש און סאטאמאיאר

טאמאס האט נישט געשיינט צו זיין אויף זיין זייט און אפגערעדט פון אליטא קעיגען אדער ראבערטס און עס וועט זיין א בארג ארויף מיסיע פאר אים צו שאפן נאך דריי שטימען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 9:17 am

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג ויקרא




אין די צייט וואס די פאדלאגע אונטער די טענדען נאמינאציע האט אנגעהויבן צייגן ערשט שפאלטנס האבן מיר אנגעהויבן ווארפן נעמען וועלכע קענען מעגליך ווערן נאמינירט אנשטאט איר צום אפיס אוו בודזשעט און מענעדזשמענט

די ערשטע נאמען איז געווען דזשען ספערלינג אבער נאך א קורצע צייט האט די ווייסע הויז אנגעהויבן באקומען דרוק פון קעפיטאל היל אז מען זאל ליבערשט גיין מיט א געוועזענע קאנגרעס שטאב מיטגליד שאלאנדא יאנג וועלכע איז אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי

ספערלינג וועלכע האט לאנגיעריגע ערפארונג אלץ עקאנאמיסט פאר פרירקדיגע דעמאקראטישע אדמיניסטראציעס זוכט שטארק צו באקומען א הויכראנגיקע פאזיציע און האט זיך זיינע פארבינדונגען אינערהאלב קאנגרעס אבער געזעצגעבער האבן געהאלטן אז עס איז צייט צו גיין מיט א מינאריטעט אויסוואל

ספערלינג איז לאנג באצייכנט אלץ מער צענטריסט וועלכע האט פלעגט נעמען בודזשעט דעפעציט אלץ זארג און פלעגט האבן געפעכטן מיט די לינקערע עלעמענט ווען עס איז געקומען צו ספענדינג האט אין די לעצטע צייט ארומגעדרייט זיינע פלוס פעדערן מיטצושווימען מיטן שטראם פארשטייענדיג וואס עס פארלאנגט זיך פון אים צו באקומען שטיצע פאר א פאזיציע אין וואשינגטאן

ספערלינג האט אנגעהויבן אדוואקאטירן פאר גרוסצוגיקע ספענדינג צו אדרעסירן די ווירוס אויסברוך און קורץ נאך וואס לערי סאמערס איז ארויסגעקומען ווארפן קאלט וואסער אויף די מאסיווע ספענדינג פלענער האט ספערלינג רעאגירט שריבנדיג אז ער איז נישט באזארגט און האלט אז עס איז די ריכטיגע וועג פאראויס

עווענטועל האט די אדמיניסטראציע אנערקענט אז צו ערזעצן טענדען וועט מען ווארשיינליך מוזן נעמען יאנג און מען ווארט נאך אצינד אז זי זאל ערשט ווערן באשטעטיגט אלץ דעפיוטי איידער מען נאמנירט איר צו ווערן דירעקטאר אבער מען האט גליך אנגעהויבן זוכן א פאזיציע פאר ספערלינג

פארגאנגענע וואך האבן מיר באריכטעט אז די אדמיניסטראציע גרייט זיך צו מעלדן אז זיי וועלן שטעלן עימיצן אנצופירן מיט די אימפלעמענטירונג פון די סטימיולוס ביל צו פארזיכערן אז זי ווערט ריכטיג אויסגעפירט און פארטיילט

קומט איצט אריין די נייעס אז פרעזידענט ביידען האט געשטעלט ספערלינג פאר די פאזיציע


ביי די נעכטיגע זיצונג אין ווייסן הויז מיט די קאנגרעסיאנאלע אפריקאנע אמעריקאנע קאקוס האבן זיי צווישן אנדערן שטארק געשטופט פאר יאנג צו ווערן דירעקטאר

פרעזידענט ביידען האט זיך געהאלטן שטיל און נישט געווארן פארמישט אין די דיסקוסיע איבער דעם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 9:25 am

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג תזריע-טהרה

געוועזענע צפון קאראליינע גאווערנאר פעט מקרארי ערווארטעט אריינצושפרונגען די וואך אינעם ארטיגן סענאט פארמעסט און לויט אן אנקעטע געניסט ער פון שטארקע נאמען אנערקענונג און צופרידנהייט ראטעס און איז דערווייל די פראנט ראנער אינעם פארמעסט

מארק וואלקער וועלכע איז שוין אינעם פארמעסט האט עס אויפגענומען מיט קענטיגע אומצופרידנהייט און געזאגט אז מיט דעם וואס צוריקנעמען די מאיאריטעט איז געוואנדן אין די אויסגאנג אין צפון קאראליינע איז א גרייז צו ריזיקירן מיט מקרארי וועלכע איז א קאריערע פאליטיקאנט וועלכע האט שוין פארלוירן מער סטעיטווייד פארמעסטן ווי געוואונען



שפרונגט אפיציעל אריין אינעם פארמעסט זאגנדיג אז ער איז די בעסטע געאייגנט דערפאר

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 9:29 am

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג תזריע-טהרה

היינט אום 2:15 וועט די סענאט שטימען ענדגילטיג צו באשטעטיגן טראטנבערג און דערנאך צו ענדיגן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון ווענדי שערמאן אלץ דעפיוטי אויסערן סעקרעטאר


באשטעטיגט מיט 42-56

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 12:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג תזריע-טהרה







סענאטארשע עליזאבעט ווארען ווארט צו הערן מער פון ווייסן הויז איבער דאס העכערן די צאהל פלטים וועלכע קענען אריינקומען אין לאנד און פרעגט פארוואס די פלאן איז דערווייל איינגעפרוירן




ביידען וויל עס דערווייל נישט העכערן לויט קוועלער

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג אפריל 18, 2021 9:33 pm

עני פלענס פאר א רעפטל אויף מארגן?
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » זונטאג אפריל 18, 2021 9:43 pm

יש לו מנה האט געשריבן:עני פלענס פאר א רעפטל אויף מארגן?

אלעקסיי קען אונז נאך סופרייזן אויף היינט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אפריל 18, 2021 9:56 pm

סארי טו דיסעפוינט, באט היינט איזעס נישט בכדי שיעשו.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 19, 2021 10:07 am

מאנטאג אחרי קדושים



ווי באריכטעט האט די ביידען אדמיניסטראציע געהאט געמאלדן אז זיי העכערן נישט אויפדערווייל די צאהל פלטים וואס קענען ארינקומען אין לאנד אבער עס האט געשאפן א שטורעם פון די לינקע און אפילו מער מעסיגע דעמקראטן וועלכע האבן עס גאר שארף קריטיקירט פירנדיג צו א מעלדונג אז מען וועט עס יא העכערן טראץ וואס דערווייל איז נישט געמאלדן געווארן קיין דאטום און מיט וויפיל עס וועט ארויפגיין

*

צווישן די קריטיקירער האבן זיך געציילט וויכטיגע און פראמינענטע סענאטארן ווי ריטשארד דורבין וועלכע האט געזאגט אז די שטאנד פון די אדמינסטראציע איבער די פלטים ציפער איז אומאקצעפטירבאר פרעזידענט דשאו

*

סענאטאר מענענדעז: דורכפאלן צו העכערן די ציפער האקט אונטער דיין דערקלערטע פארפליכטיגונג צוריקצודרייען די פלטים פאליסי פון דיין פארגייער און איבערבויען די פלטים אזיל רעכט פראגראם צו גרייכן צו 125 טויזנט ביז פיסקל יאר 2022 למספרם

*

נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשעיק סאליוואן זאגט אז דער פרעזידענט האט נאכנישט באשלאסן מיט וויפיל צו העכערן און אויסערן סעקרעטאר ענטאני בלינקען זאגט אז עס וועט ווארשיינליך נישט זיין קיין העכערונג פון די איצטיגע 15 טויזנט צו 26,500 ווי דאס וואס ביידען האט ארגינעל פארשפראכן

*

פרעזידענט ביידען וועט היינט אפהאלטן נאך אן אומפארטייאישע זיצונג איבער אינפראסטרוקטור מיט סענאטארן היקענלופער, האווען, קינג, ראמני און שאהין און עטליכע קאנגרעסלייט

*

נאך באריכטן אז פרעזידענט ביידען קלערט אריינצושטעלן פראמינענטער פרא בעסערע באציאונגען מיט רוסלאנד פיגור אין זיין נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל הערט מען איצט אז די פלאן איז אראפ פון טיש

*

ווערנדיג געפרעגט פארואוס פרעזידענט ביידען האט נישט אויסגענוצט זיין וועכנטליכע אדרעס צו דרוקן איבער די אומשטענדן אונטער וועלכע דער רוסישער אפאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני ווערט געהאלטן זאגט נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער סאליוואן אז די אדמיניסטראציע גלויבט אז די בעסטע וועג ווי אזוי צו האנדלען מיט די סיטואציע איז פריוואט און דעליקאט נוצנדיג דיפלאמאטישע קאנאלן דירעקט צו די סאמע העכסטע שטאפלען פון די רוסישע רעגירונג

*

קאנגרעספרוי קארטעז: איך האלט נישט אז מען זאל האלטן פאר'משכון'ט די אינפראסטרוקטור פעקל פאר אן 100 % צוריקדריי פון די סטעיט און לאקאלע שטייערן דידאקשען
איך קען נישט גענוג ארויסברענגן ווי שטארק איך גלויב אז עס איז בלויז נאך א צוקערל פאר די רייכע

*

קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי ווארנט מיט שריט אקעגן קאנגרעספרוי מעקסין וואטערס וועלכע האט גערופן פאר פראטעסטירער צו ווערן מער קאנפראנטירנד און פארבלייבן אויף די גאן אויב דערעק שאווין ווערט געפונען אומשולדיג אויף מארד קלאגעס

*

רעפובליקאנער רוקן זיך פאראויס אין ריכטונג פון אויסארבעטן שטיצע צוריקצוברענגן עירמארקס אויף קעפיטאל היל נאר טוען אויסארבעטן א רייע רעגולאציעס צו פארמיידן קארופציע
סענאטאר אינהאף פארקויפט די נויט פון צוריקברענגן עירמארקס אלץ א באשיצונג פאר רעפובליקאנע פריאריטעטן פון פון פרעזידענט ביידען

*

סענאטאר גרעהעם נוצט טראמפ צו לאביאירן פאר די עירמארקס זאגנדיג: איך בי מיט פרעזידענט טראמפ וועלכע גלויבט אז קאנגרעס זאל האבן א ווארט אין דעם

*

סענאטאר קרוז האמערט דערקעגן זאגנדיג אז עירמארקס איז א וואלוטע פון קארופציע און וועט זוכן צו פארזיכערן אז יעדע עירמארק אפשטימונג איז פובליק און אויך פארבאטן אזעלכע עירמארקס וועלכע זענען פארבונדן צו שטאב אדער פאמיליע פון געזעצגעבער

*

מארגן דינסטאג וועט די סענאט אפרפיעישראנס קאמיטע אפהאלטן א פארהער איבער די אינפראסטרוקטור פלאן מיט טראנספארטאציע סעקרעטאר בוטידזשעדזש, האד סעקרעטארשע מארסיא פאדזש, קאמערץ סעקרעטארשע דזשינא רעימאנדא און אי פי עי אדמינסטרטאר מישעל רעיגען

*

די סענאט וועט שטימען אום 5:30 אפצושטעלן דעבאטע אוי, די נאמינאציע פון ליסא מאנאקא צו סערווירן אלץ דעפיוטי אטוירני דזשענעראל

*

דזשעיסאן סמיט איז א פאטענציאלע מיזורי סענאט קאנדידאט און וועט אפהאלטן א פאנדרעיזער אין מאי למספרם אין מאר-א-לאגא

*

סענאט מאיאריטעט פירער שאק שומער האט אויפגעטריבן אינעם ערשטן למספרם קווארטאל 8.3 מיליאן דאלער אין זיצט מיט נאנט צו 17.7 מיליאן דאלער אין די באנק

*
סענאטאר טשאק גרעסלי האט אויפגעטריבן אינעם ערשטן למספרם קווארטאל 256 טויזנט דאלער אין זיצט מיט 2 מיליאן
דאלער אין די באנק

*

סענאטאר ראן דזשאנסאן האט אויפגעטריבן אינעם ערשטן למספרם קווארטאל 545 טויזנט דאלער אין זיצט מיט א מיליאן
דאלער אין די באנק

*

אהייא סענאט קאנדידאט דזשעין טימקען האט אויפגעטריבן אינעם ערשטן למספרם קווארטאל א מיליאן דאלער און זיצט מיט 1.7 מיליאן דאלער אין די באנק

*
רעפובליקאנע קאנגרעסמאן באדי קארטער גרייט זיך אריינצושפרונגען אין די פריימערי פארמעסט צו קענען לויפן אקעגן דעמאקראט ווארנאק

*

ארום 400 טויזנט אומלעגאלע אימיגראנטן געניסן פון א פראגראם געשאפן דורך קאנגרעס גערופן TPS באשיצונג וועלכע שטעלט צו שוץ פאר אימיגראנטן פון לענדער וואו די צושטאנד איז געפארפול צוליב נאטורליכע קאטאסראפעס אדער ווילדע איבערקערענישן

די פראגראם שטעלט צו שוץ פון דעפארטאציע און ערלויבט צו קענען ארבעטן און זיך ארומדרייען סיי וואו אין לאנד און זיך איינגעלידערן אלץ טייל פון די לאקאלע געמיינדעס

א צווייטע פראגראם גערופן די "סטאטוס אויסגלייכונג" ערלויבט געוויסע אימיגראנטן צו קוואלאפיצירן פאר די LPR סטאטוס וועלכע באדייט אז יענער קען באקומען א גרין קארד און זיך אויפהאלטן פולשטענדיג לעגאל אין לאנד טראץ וואס מען איז נישט קיין בירגער און אן די געווענליכע פארלאנג צוריקצוגיין צו די לאנד פון וואו מען האט עמיגרירט און זיך דארט ווענדן צום אמעריקאנעם קאנסולאט מיט אן אפליקאציע פארן גרין קארד

געווענליך זענען עס אזעלכע אימיגראנטן וועלכע זענען פארהייראט צו אמעריקאנע בירגער די וועלכע האבן די בעסטע שאנסן צו קוואלאפיצירן פאר די LPR סטאטוס אבער קאנגרעס האט מיט די יארן פארשטייפערט די רעגולאציעס און אויסגעשלאסן אלע וועלכע זענען נישט געווארן
אינספעקטירט און באשטעטיגט ביים אריינקומען אין לאנד אדער פאר אזלעכע וועלכע זענען געכאפט געווארן ארבעטן אומלעגאל אין לאנד אדער פאר אזעלכע וועלכע זענען געבליבן מיט אן אפגעלאפענע וויזא

ביז 1996 למספרם האט די באגרעניצונג נישט גענצליך בלאקירט די מעגליכקייט פון אימיגראנטן פארהייראט צו אמעריקאנער צו קוואלאפיצירן פאר א גרין קארד ווייל די באגרעניצונג האט בלויז איסגעשניטן די מעגליכקייט פון גיין דעם גרינגערן וועג דורך די "סטאטוס אויסגלייכונג" פראגראם אבער ערלויבט ווייטער צו נעמען די שווערערע אבער מעגליכע אפציע פון צוריקפליען צום לאנד פון וואו מען קומט און דארט פארלאנגען א גרין קארד ביים אמעריקאנעם קאנסול

אבער אין 1996 למספרם האט קאנגרעס גאר שטארק פארקריפלט די מעגליכקייט פון TPS געניסער צו קענען באקומען גרין קארדס ביים באשטעטיגן א געזעץ וועלכע פארבאט פאר TPS געניסער וועלכע פארלאזן דאס לאנד זיך צוריקצוקערן בעפאר 10-3 יאר פעריאד וואס באדייט אז צו קענען ארויספליען און זיך איינגעבן פאר א גרין קארד באדייט דאס בלייבן אין אויסלאנד פאר עטליכע יאר (אויב ביזטו שוין אין לאנד פאר מער ווי 180 טאג מוזטו איצט ווארטן דריי יאר און אויב ביזטו שוין אין לאנד אומלעגאל פאר מער ווי א יאר מוזטו ווארטן 10 יאר אין אויסלאנד)

די פרישע שוועריקייט איז אבער בלויז פאר אזעלכע וועלכע פארלאזן דאס לאנד נאכן זיך געפונען אין לאנד אומלעגאל אן דורכגיין אן אינספעקציע און ווערן באשטעטיגט אלץ אימיגראנט

די גרויסע פראגע וועלכע האט זיך אנטוויקלט איז געווען צו בלויז דאס זיין א געניסער פון TPS איז מעגליך גענוג צו ווערן פאררעכנט אלץ אימיגראנט וועלכע איז יא געווארן אינספעקטירט און באשטעטיגט אלץ אימיגראנט

אין פאקט זענען TPS געניסער נישט געווארן אונטערזוכט און באשטעטיגט ביים אריינקומען אין לאנד אבער TPS איז אזאנס וועלכע גיבט דעם אימיגראנט א סטאטוס ווי "כאילו" מען איז יא געווארן אונטערזוכט און באשטעטיגט וואס צוליב דעם קען מען זיך דאך אויפהאלטן לעגאל אן זארג פון דעפארטאציע און די שפראך אינעם געזעץ איז אז יענער ווערט פאררעכנט אלץ "זיך אויפהאלטן מיט א געזעצליכע סטאטוס נישט ווי אן {אןמלעגאלע} אימיגראנט"

וואס איז אבער אומקלאר צו די די "הרי הוא כאינספעקטירט און באשטעטיגט" איז אויך גילטיג צו קענען קוואלאפיצירן פאר די "סטאטוס אויסגלייכונג" נאך די 1996 למספרם באגרעניצונג פראגראם אדער דארט איז מען יא באגרעניצט

די אימיגראציע און נוטראליזאציע סערוויסעס האט באשלאסן אפצולערנען די רעגולאציע אויף די "סטאטוס אויסגלייכונג" די שטרענגע וועג און באשלאסן אז בלויז די גאר קליינע צאהל אפליקאנטן וועלכע זענען שוין באיזה אופן באטראכט געווארן אלץ אנוועזנד לעגאל נאך איידער זיי זענען געווארן TPS געניסער קענען פארלאנגען א סטאטוס אויסגלייכונג צו קענען באקומען גרין קארדס אן ארויספליען פון לאנד אבער געווענליכע TPS געניסער קענען נישט פארמעקן זייער היסטאריע פון "אריינקומען אומלעגאל" טראץ וואס אצינד "האלטן זיי זיך אויף אין לאנד" לעגאל ווייל די געזעץ שרייב קלאר אז זי באגרעניצט אזעלכע "וועלכע זענען נישט געווארן אונטערזוכט און באשטעטיגט" און די ווערטער זענען קלאר און אומצוויידייטיג

די געפעכט האט געמאכט איר וועג צו די געריכטן און אין 2011 למספרם האט א פאנעל אויף די עלפטע סירקוט רעכט געגעבן פאר די אגענטור און אזוי אויף די פיפטע קרייז געריכט אבער מיט צוויי יאר דערויף האט די זעקסטע סירקוט געשריבן קאפויער און זייער שטעלונג איז געווארן
ווידערהאלט דורך די אכטע סירקוט און אין 2017 למספרם דורך די ניינטע קרייז געריכט שרייבנדיג אז איינמאל מען באקומט TPS סטאטוס איז עס פונקט ווי מען וואלט אריינגעקומען אין לאנד אונטער אזא סטאטוס

אויסער דעם צייגן זיי אן אז TPS געניסער גייען אדורך א רייע אונטערזוכונגען גאנץ ענליך צו די אונטערזוכונגען אויף אימיגראנטן וועלכע קומען אן געהעריג ביים גרעניץ

זיי האבן אויך ארויסגעברענגט אז די אגענטור האט נישט צוגעשטעלט קיין שום פרעצעדענט פון אנדערע רעגירונג אגענטורן וועלכע זאלן אויף אויסטייטשן די געזעץ אויף זייער וועג

זינט די אורטייל פון די ניינטע קרייז געריכט האבן א רייע דיסטריקט געריכטן אין לאנד אנגענומען זייער שטעלונג אין א רייע קעיסעס און האט געפירט צו די טראמפ אדמיניסטראציע צו אדרעסירן די קריטיק פון די ניינטע קרייז געריכט מיטן "שאפן" די נויטיגע פרעצעדענט פון אנדערע רעגירונג אגענטורן און זיי האבן צוגעשיקט א קעיס מיט א TPS אימיגראנט צו די אדמינסטראטיווע אפעלאט אפיס אינערהאלב די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט וועלכע האט צופרידנגעשטעלט די אדמיניסטראציע מיטן קלארשטעלן אז זיי לערנען אויף אפ די געזעץ אזוי ווי די אימיגראציע און נוטראליזאציע סערוויסעס

קריטיקירער האבן אבער ארויסגעברענגט אז עס איז מאדנע צו זאגן אז קאנגרעס האט טאקע ערלויבט די "סטאטוס אויסגלייכונג" בלויז פאר בלויז אזעלכע TPS אימיגראנטן וועלכע האבן שוין בעפאר געהאט לעגאלע סטאטוס ווייל אויב אזוי ווי אזוי פונקטליך טוט די TPS סטאטוס בענעפיטירן דעם אימיגראנט אויפן וועג צו קוואלאפיצירן פאר "סטאטוס אויסגלייכונג" זינט מען שעקט עס סייווי בלויז פאר אזעלכע וועלכע האלטן זיך שוין אויף לעגאל אין לאנד אפילו אן זייער TPS סטאטוס און פון דעם וואס קאנגרעס נוצט די TPS רעכט פון אימיגראנטן אלץ ביישטייערונג צו קענען געניסן פון די "סטאטוס אויסגלייכונג" איז דאך געדרינגען אז זייער ציהל איז טאקע געווען צו דעקן אזלעכע וואס זענען געווען אומלעגאל אין לאנד בעפאר זיי זענען אריין אונטער די TPS פראגראם

אלנפאלס איז שפעטער אפירגעקומען א פראבלעם פאר די טראמפ אדמיניסטראציע ווען אין אירע לעצטע טעג איז א שוועסטער אגענטור אינערהאלב די רעגירונג ארויסגעקומען מיט א ווייכערע אויסטייטש פון די געזעץ

אין נאוועמבער 23 2020 למספרם האט די באורד אוו אימיגראציע אפיעלס פון אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט ארויסגעגעבן איר שטעלונג וועלכע גייט אין קעגנזאץ פון די אימיגראציע און נוטראליזאציע סערוויסעס פון די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט

זיי קומען גראדע אויך צום זעלבן אויספיר ווי די אנדערע אגענטור אבער שרייבן אז די שפראך אינעם געזעץ איז דייקא "נישט קלאר" אבער זינט די געזעץ איז אויך נישט קלאר אז אויף די פארקערטע וועג (יא צו גיבן פאר אלגעמיינע TPS געניסער די רעכט פאר "סטאטוס אויסגלייכונג") דעריבער קענען זיי נישט געניסן דערפון

זייער שטעלונג האט געשאפן ערנסטע קאפוויי פאר די אדמיניסטראציע ווייל נאך די באשלוס פון די אימיגראציע און נוטראליזאציע סערוויסעס האט די יוסטיץ דעפארטמענט פובליצירט די שטעלונג אלץ פרעצעדענט באשלוס און עס אפיציעל געמאלדן דורך די "אדמיניסטראטיווע באשלוסן אונטער אימיגראציע און נאציאנאליטעט געזעצן"

די דעפארטמענט האט דערמיט געזוכט אפצוענטפערן די ניינטע קרייז געריכט און צייגן אז עס איז יא דא פרעצעדענט פאר זייער שטעלונג טראץ וואס דאס מעלדן באשלוסן דורך אזא אפיס איז א זעלטענע זאך און מוז קומען מיט די גוטהייסונג פונעם אטוירני דזשענעראל און זיין איינשטימיג מיט און בונדענד אויף אלע אנדערע רעגירונג אגענטורן אין די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט און יוסטיץ דעפארטמענט

דעריבער איז עס געקומען ווי א פאטש פאר די יוסטיץ דעפארטמענט ווען דא קומט פלוצלינג ארויס אז אן אגענטור אינערהאלב איר אייגענע דעפארטמענט איז נישט אויפן זעלבן בלאט ווי די פירערשאפט און עס קומט נאך פון די סאמע העכסטע אימיגראציע טריבונאל אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט

די קאנפליקטן אין די סירקוט געריכטן און שפעטער אין די אגענטורן פון די טראמפ אדמינסטראציע צווישן זיך האט רייף געמאכט א קעיס צו קענעם טענה'ן אז די איז גערעכט מיט זייער הנחה אז די שפראך אין די קאנגרעס געזעץ איז נישט קלאר אבער אפווארפן זייער שטעלונג אז צוילב דעם קענען אלגעמיינע TPS געניסער נישט קוואלאפיצירן פארן פראגראם

עס האט געעפנט א וועג צו קענען זאגן אז אויב איז די געזעץ געשריבן געווארן אומקלאר איז עס מעגליך געווען מיט די כוונה אז עס זאל זיין אפן פאר די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט צו באשליסן אויף די פראגע

אונזער קעיס האנדלט זיך פון א פארפאלק שאנץ און גאנזאלעז וועלכע האבן זיך אריינגעשווערצט אין לאנד אין די פריע 90 'גער למספרם פון און קומען ארגינעל פון על סאלוואדאר און באוקמען TPS סטאטוס אין 2001 למספרם צוליב א רייע ערדציטערנישן אין זייער היימלאנד

זיי האבן זיך איינגעגעבן פאר די "סטאטוס אויסגלייכונג" רעכט אבער געווארן אפגעזאגט צוליב זייער אריינקומען אומלעגאל

נעמען די אנדערע שטראז פון צוריקפליען צום אמעריקאנעם קאנסול אין על סאלוואדאר וואלט באדייט אז זיי קענען נישט צוריקקומען בעפאר 10 יאר זענען זיי געגאנגען אין געריכט מיט די טענה אז באזיצן TPS סטאטוס מאכט זיי קוואלאפיצירט פאר די "סטאטוס אויסגלייכונג" און די דיסטריקט געריט האט זיי געגעבן גערעכט

די רעגירונג האט עס אפעלירט צום דריטן סירקוט וועלכע האט אזוי ווי די עלפטע און פיפטע סירקוטס גענומען די זייט פון די רעגירונג אין קעגנזאץ צו די זעקסטע, אכטע און ניינטע סירקוטס

אנדערש ווי אימגראציע אקטיוויסטן האבן געהאפט האט די ביידען אדמיניסטראציע באשלאסן פארצוזעצן מיט די שטעלונג פון זייערע פארגייער און גענומען די זעלבע ליניע צו זאגן אז אפילו אויב די געריכט קומט צום אויפיר אז די שפראך אינעם געזץ איז נישט אינגאנצן קלאר זאל די פאליסי פארבלייבן ווי ביז איצט אז אלגעמיינע TPS געניסער קענען נישט געניסן פון די "סטאטוס אויסגלייכונג" פריוויליגיע
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אפריל 19, 2021 12:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אדם א מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אדם א מענטש » מאנטאג אפריל 19, 2021 12:12 pm

ייש''כ ה''ה
וואס מיינט עיר מארקס?
oahmentchאצלgmail.com

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 19, 2021 12:17 pm

.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 19, 2021 12:18 pm

אדם א מענטש האט געשריבן:ייש''כ ה''ה
וואס מיינט עיר מארקס?



הכל הבל האט געשריבן:
הגות תבונות האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעסמאן ראי פון טעקסאס שומיט אקעגן קאלעגע רעפובלעקאנער וועלכע קאלאבארירן מיט דעמאקראטן צוריקצוברענגן עירמארקס אויף קעפיטאל היל
ראי: די רעפובליקאנע פארטיי זאל זיך שעמען מיט זיך אליין, אנשטאט זיך זעלבסט באגראבן אין בלאטע זאלן מיר זיך אויפשטעלן אקעגן די דעמאקראטן און זייערע פארזוכן

וואס איז דאס עירמארקס?

געזעצגעבער באקומען פאנדינג פאר פארשידענע פראיעקטן אין זייערע דיסטריקטס/סטעיטס אריינגעגליטשט אין אומפארבונדעטע בילס און אזוי ארום זענען זיי ענדערש גרייט צו שטיצן די בילס קענענדיג ערקלערן פאר זייערע וויילער אז זיי האבן עס געשטיצט צוליב די שוחד געלט

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אפריל 19, 2021 12:45 pm

שכוח הבל !!
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Who knows, אזוי וויל איך, אלי' מקוה יוד, אשריך, האמת הצפון, יאנקי, מה שמו, משגיח, קאפ און אקסל, שופר, שיינער חלום און 52 געסט