א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג מארטש 15, 2021 12:52 pm

א דאנק אייך.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג מארטש 15, 2021 1:04 pm

WOW געהעריג צוריק ווי און די גוטע צייטען, ישר כוח..

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג מארטש 16, 2021 12:09 am

היינט איז געוועהן באבקע, גאר געשמאק!

יעצט געענדיגט צו ליינען און איך האב זיך מחי׳ געוועהן.

א שיינעם דאנק
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ארחיקה נדד » דינסטאג מארטש 16, 2021 1:11 am

א ריזן דאנק!
דורשטיג? טרינקט ווארימע סעלצער אין א האט קאפ, פארטאגס! בדוק ומנוסה.

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » דינסטאג מארטש 16, 2021 1:37 am

טענקס הבל! א מחי' צו ליינען דא.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 16, 2021 11:54 am

דינסטאג ויקרא




א ביידען געהילף זאגט ווידעראמאל אז דער פרעזידענט האט אן אינטערעסע אין מאכן די אויסגעברייטערטע טשיילד קעיר קרעדיט פערמענאנט אבער מען איז נאכנישט דארט איצט

*

ווי נעכטן באריכטעט האט ביידען געשטעלט דזשען ספערלינג אנצופירן מיט די סטימיולוס פארטיילונג
לויט ווייסע הויז ווארטזאגער סאקי וועט יענער ארבעטן דערווייל פון זיין היים אין קאליפארניע ביז ווילאנג ער ווערט וואקסינירט

*

סענאטאר בען קארדין האט נעכטן דורכאויס אן אויפטריט אינאיינעם מיט טראנספארטאציע סעקרעטאר פיט בוטידזשעדזש -נישט כאפנדיג אז ער ווערט אויפגעכאפט דורך אן אנגעצונדענע מיקראפאן- געזאגט אז די אינפראסטרוקטור ביל וועט ווארשיינליך מוזן ווערן אדורכגעשטופט די רעקאנסיליאציע שטראז

*

סענאטאר דורבין זאגט אז ספיקער פעלאסי האט אנערקענט אז זי מאנגלט די שטימען אין די הויז דורכצושטופן א ברייטע אימיגראציע פלאן
דורבין זאגט אז מען קען זיך נאר פארשטעלן אז אין סענאט זענען די שאנסן נאך בלאסער און דורכצושטופן איין טייל אויפמאל איז נאך שווערער

*

מענשין זאגט אז נאכן רעדן מיט אטוירני דזשענעראל מעריק גארלענד וועלכע האט אים שטארק געראטן צו שטימען יא אויף די די גופטא נאמינאציע אלץ געהילף אטוירני דזשענעראל איז ער א ווארשיינליכע יא צוליב זיין צוטרוי אין גארלענד

*

שומער פיילט קלאוטשער פאר די נאמינאציעס פון בעסערא פאר געזונטהייט סעקרעטאר און וואלש פאר לעיבאר סעקרעטאר
ערשטע אפשטימונגען ווארשיינליך מארגן מיטוואך

*

אום 12 אזייגער וועט די סענאט שטימען אפצושטעלן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון איזבל גוזמאן צו זיין אדמיניסטארטאר פון די קליינע ביזנעס אסאסיאציע

*

עס קוקט אויס מער און מער ווי דער געוועזענע מיזורי סקאנדאל געפלאגטער גאווערנאר עריק גרעיטנס פלאנט צו לויפן צום סענאט און סטעיט רעפובליקאנער זענען זייער באזארגט אז עס קען שעדיגן זייערע שנאסן אנצוהאלטן דעם זיץ

*

פילע האבן מיטגעהאלטן ווי די סטימיולוס אפשטימונג אין סענאט איז געווארן אויפגעהאלטן דורך א פארלאנג פון סענאטאר דזשאנסאן אז די קלוירק זאל מוזן פארליינען די גאנצע ביל
צוריק אי 2019 למספרם האבן רעפובליקאנע געזעצגעבער אין קאלאראדא פארלאנגט אז געוויסע סטעיט בילס זאלן מוזן ווערן פארגעליינט בעפאר מען קען זיי באשטעטיגן
דעמאקראטן האבן אויסגעקרויזט די פארלאנג מיטן אנשטעלן א קאמפיוטער עס פארצוליינען אויף גאר א שנעלן ספיד אצינד האט די סטעיט סופרים קאורט געאורטיילט אז דעמאקראטן האבן דערמיט פארלעצט די סטעיט קאנסטיטוציע

*
פעני מעי און רעדי מעק זענען נעמען פון צוויי רעגירונג געספאנסערטע פירמעס וועלכע קויפן מארגעדזשעס, קויפן און פארקויפן מארגעדזש געשטיצטע סעקיוריטיס און טוען פארזיכערן א ריזן צאל מארגעדזשעס אין די פאראייניגטע שטאטן

אין 2005, 2006 למספרם ווען די האוזינג מארקעט האט דערגרייכט א הויכפונקט האבן די צוויי ריזן זיך געטראפן אין א קאנקורענץ געיעג מיט אנדערע גרויסע אינוועסטירונג בענק און מארגעדזש פארלייער און אין רעזולטאט אינוועסטירט אין צווייפלהאפטיגע מארגעדזשעס וועלכע איז געווען ווייט פון זיכער אז די וועלכע לייען עס וועלן האבן די מעגליכקייט עס צו באצאלן

נאכפאלגנדיג די 2008 למספרם האוזינג קראך האבן די צוויי ריזן געמוזט צוקומען צו ריזיגע בעילאוטס פון די פעדעראלע רעגירונג און קאנגרעס האט צו יענע צייט געשאפן די פעדעראלע האוזינג פינאנץ אגענטור אלץ א זעלבסשטענדיגע אגענטור צו האבן איבערזיכט אויף פעני און פרעדי און אוועקגעשטעלט די אגענטור מיט אן איינצלנע דירעקטאר אין שפיץ וועלכע קען אויפגעזאגט ווערן דורכ'ן פרעזידענט בלויז פאר א גוטע אורזאך

נאך איר שאפונג האט די נייע אגענטור צו וועלכע מיר וועלן זיך פון איצט אין ווייטער באציעהן צו איר אקראנים אלץ FHFA זיך באקרוינט אלץ פארמיטלער צווישן די צוויי ריזן און די טרעזשורי דעפארטמענט וועלכע האט זיי ארויסגעבעילט

די אגענטור האט אויסגעהאמערט אן אפמאך צווישן די צוויי זייטן אז די טרעזשורי וועט אריינגיסן אין די פירמעס ביליאנען דאלארן און פארלאנגט אין אויסטויש אז די פירמע וועט מוזן באגרעניצן די דיווידענס וואס אירע סטאק האולדער וועלן באקומען אין לויף פון די נאכפאלגענדע עטליכע יאר אז שעיר האולדערס פון די פירמע זאלן קענען ארויסנעמען בלויז א פיקסד דיווידענס וואס באדייט אז די רווחים פון סטאקהאולדער ווערט פון פאראויס באשטימט און פארזיגלט צו א געוויסע מאקסימום אפילו אין פאל וואס די ווערד פון די פירמעס שטייגן גאר שטארק

אזא שריט האט פארשטייט זיך שלעכט אפגערופן אויף אינוועסטירער און די שעירס פון די פירמע און אלץ רעזולטאט איז נאכמער איינגעצויגן געווארן זייער פינאנציעלע שטאנד צוואונגענדיג די טרעזשורי אריינצופאמפן דארט נאכמער געלט און עווענטועל מאדיפיצירט די באגרעניצונג אויף סטאק אינוועסטירער צולייגנדיג צום אפמאך עפעס וואס זי האט גערופן "די דריטע אמענדמענט" ערלויבנדיג די פירמעס זיך אונטערצונעמען צו צאהלן פאר אינוועסטירער באזירט אויף איינקופט פונעם ספעציפישן יאר פערטל מינוס א געוויסע קאפיטאל וועלכע ווערט אראפגערעכנט און באשטימט פאר די פירמעס רעזערוון

עימיצער מיטן נאמען קאלינס אינאיינעם מיט נאך עטליכע שעיר האולדערס פון פעני און פרעדי האבן אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט אקעגן די FHFA און גע'טענה'ט אז די אגענטור'ס באנוץ פון די סארט מאכט גייט אריבער די גרעניץ פון איר אויטאריטעט און האט געשעדיגט די ווערד פון די אייגנטומער'ס אינטערעסן אין צוויי באזונדערע פעלער

באזונדער האבן די קלעגער פארפירט אז די עקזיסטענץ פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל זינט עס ווערט געפירט דורך אן איינצלנע דירעקטאר וועלכע קען נישט ווערן ארויסגעווארפן אן קיין געהעריגע ערקלערונג פארן אים אויפזאגן

די טענה איז שוין געווארן ברייט באהאנדלט אין א פריערדיגע סופרים קאורט סעסיע ווען אן ענליכע קלאגע האט געצימבלט די קאנסטיטוציאנאליטעט פון די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא און אויך דארט איז געווען די ארגומענט אז דער דירעקטאר געניסט פון איבערזיכט פרייע מאכט זינט עס איז אן עקזעקוטיוו פאזיציע אן אויפזיכט פון קאנגרעס און אן דעם וואס דער פרעזידענט זאל יענעם קענען אויפזאגן אן דארפן ערקלערן פארוואס מען זאגט יענעם אויף

אין יענע פאל האט די סופרים קאורט ביים ענדע פונעם טערמין געאורטיילט אז דער פרעזידענט מוז טאקע יא זיין באפולמעכטיגט יענעם צו פארשיקן צו יעדע צייט אבער געשריבן אז די ביורא קען שטיין בלייבן נאר דארף איינשטעלן אט די טויש אז דער דירעקטאר קען פליען סיי ווען דער פרעזידענט באשליסט אזוי צו צו טוהן

אין אונזער פאל ווען עס האנדלט זיך איבער די FHFA האט א דיסטריקט ריכטער ארויסגעטראסקעט ביידע קלאגעס און געקומען צום אויספיר אז די אגענטור האט נישט פארלעצט איר אויטאריטעט און אז איר סטרוקטור איז קאנסטיטוציאנאל

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום פיפטן קרייז געריכט און צוגעטיילט געווארן צו א דריי ריכטער פאנעל וועלכע איז באשטאנען פון הויפט ריכטער סטוארט נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן, ריכטער ווילעט נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און ריכטערין העינעס נאמינירט דורך פרעזידענט בוש

ריכטער סטאורט האט גענומען די זייט פון די אגענטור בעת וואס ריכטער ווילעט האט רעכט געגעבן פאר די קלעגער

ריכטערין העינעס האט מכריע געווען אז די אגענטור האט נישט מיסבאנוצט זייער מאכט ווי עס האבן געוואלט זאגן די קלעגער אבער זיך אנגעשלאסן מיט ריכטער ווילעט איבער די מער פונדאמענטאלע פראגע און געאורטיילט אז די סטרוקטור פון די אגענטור האבנדיג איין הויפט דירעקטאר וועם מען קען נישט לייכט אויפזאגן איז אומקאנסטיטוציאנאל

דאן האט די פולע באנק איבערגעהערט די קעיס און בעיקר קאנצעטרירט זייערע פראגן איבער די ערשטע טענה און נישט אזוי ווייט איבער די קאנסטיטוציאליטעט פראגע זינט די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט אין נאמען פון די טרעזשורי דעפארטמענט און אזוי אויך די האוזינג אגענטור אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע האבן ביידע איינגעשטימט מיט די ארגומענט פון די קלעגער אז די איצטיגע סטרוקטור איז אומקאנסטיטוציאנאל נאר גע'טענה'ט אז די קלעגער אין די קעיס מאנגלען סטענדינג

עווענטועל איז די פולע באנק אין א גאר צוטיילטע אורטייל געקומען צום אויספיר אז אין איינע פון די צוויי פעלער האט די אגענטור יא פארלעצט איר מאכט און איבער די צווייטע פראגע איינגעשטימט מיטן דריי ריכטער פאנעל אז די סטרוקטור איז אומקאנסטיטוציאנאל אבער געשריבן אז די לעזונג איז נישט אינגאנצן אויפצולעזן די FHFA נאר ליבערשט זאל מען טוישן די טייל וועלכע ערלויבט נישט דעם פרעזידענט אויפצוזאגן דעם דירעקטאר סיי ווען עס שמעקט אים

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט איינגעשטימט עס אויסצוהערן

אום אוגוסט 17 למספרם האט די געריכט איינגעלאדנט פראפעסאר אהרן ניעלסאן אלץ א ,"פריינט פון געריכט" צו מאכן די קעיס אין שטיצע פון די אגענטור זינט די רעגירונג איז מער נישט געווען ביים טיש צו פארטיידיגן איר זעלבסט געשאפענע אגענטור

די געריכט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און א פראגע האט זיך אנטוויקלט צו די ריכטער דארפן בכלל באהאנדלען די קאנסטיטוציאנאלע פראגע זינט ווען די אפמאך איז געווארן אויסגעהאמערט אין 2012 למספרם איז דער דירעקטאר בלויז געווען אן עקטינג דירעקטאר וועם דער פרעזידענט וואלט יא געקענט אויפזאגן און בלויז מיט אים האבן זיך די שעיר האולדער ארומגעקריגט ווארום דער שפעטערדיגער אפיציעל באשטעטיגטער דירעקטאר האט נישט אונטערגענומען קיין פרישע אייגענע שריט אקעגן די אינטעסערן פון די אינוועסטירער

בערעט און ראבערטס האבן זיך געוואונדערט אויב עס וואלט זיך אנטוויקלט א שטרייט צווישן די באשטעטיגטע דירעקטאר און די שעיר האולדערס צו דאס וואלט יא באדראעט דעם דירעקטאר'ס קאנסטיטוציאנאליטעט

סיי די רעגירונגס רעפרעזענטאט און סיי ניעלסאן האבן ביידע איינגעשטימט דערצו נאר ארויסגעברענגט אז דערווייל האט עס נישט פאסירט און דעריבער זאל מען עס נישט באהאנדלען

אבער די אדוואקאט פאר די שעיר האולדערס האט געענטפערט אויף די זעלבע פראגע פון טאמאס אז דאס וואס דער שפעטערדיגער באשטעטיגטער דירעקטאר האט ווייטער אנגעהאלטן די אויפזיכט איבער די אפמאך פון וועלכע טיילן זענען נאך געבליבן אין קראפט און איז דעריבער פונקט ווי ער וואלט עס ווען אריינגעשטעלט אין פלאץ און דאס עפנט א וועג צו באהאנדלען זיין קאנסטיטוציאנאליטעט

ווען עס קומט צו די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע גופא, האבו די ליבערלאן געדארפט באשליסן אויב זיי וועלן זיך האלטן צו זייער מינאריטעט פאזיציע וועלכע זיי האבן גענומען ביי די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא קעיס אז אז עס נישט קיין פראבלעם דאס נישט קענען אויפזאגן דעם דירעקטאר אדער יא מוזן דאסמאל שטימען אז עס איז א פראבלעם זינט די פריערדיגע אורטייל האט געשאפן א פרעצעדענט צו וואס זיי מוזן זיך האלטן

א דריטע אויסוועג איז צו פרובירן צו טרעפן א דיפערענץ צווישן די צוויי קעיסעס און דאס איז וואס סאטאמאיאר האט פרובירט צו טוהן ביים ארויסברענגן אז די FHFA איז ווייניגער אן עקזעקוטיווע מאכט ווי די CFPB זינט עס איז בעיקר געציהלט צו פארזיכערן די סטאביליטעט פון רעגירונג געשטיצטע פירמעס און אפעקטירט נישט אזויפיל פירמעס ווי די CFPB

ברייער האט אויסגעקוקט זייער צומישט אויף די פראגע פרעגנדיג פון ניעלסאן צו ער זאל אריינווארפן די האנטוך (דאס הייבט צו ער זאל אויפברענגן די פאקט אז ער האט פריערדיגע מאל געשטימט אויף די פראגדע אין די מינאריטעט)
זאל איך מיך האלטן צו מיין פריערדיגע שטעלונג?
זאל איך זאגן אז דאסמאל איז אנדערש?
וואס זאל איך טוהן?

ניעלסאן האט אים רעקאמענדירט צו נעמען די ליניע פון סאטאמאיאר און אפטיילן די ראלע פון די אגענטור אלץ מער ווי א פארהאנדלער ווי איידער אן עקזעקוטיווע באפולמעכטיגטער

אליטא האט פארגעהאלטן ניעלסאן און אפגעווארפן זיין באהויפטונג און געזאגט אז די וועג ווי אזוי די אגענטור פירט אויס אירע פליכטן האבן קלאר א שטארקע אפעקט אויף די האוזינג מארקעט און באטרעפט דאדורך אומצאליגע געווענליכע מענטשן

קעיגען האט אויף די פראגע אויסגעקוקט צו נעמען די זייט פון אליטא אנערקענעדיג אז די אדענטור האט יא א רייע מאכטן און טוט באווירקן מערערע מענטשן און פירמעס

פון די אנדערע זייט זענען ריכטער געווען באזארגט אויב אורטיילן אז מען מוז קענען אויפזאגן א דירעקטאר וועט באדייטן אז די גאנצע אגענטור אויסזשטעל מוז פאלן און אליטא און קעיגען האבן ביידע געוואלט הערן אויב לויט די שעיר האולדער וועט מען דערנאך קענען זיך נעמען די צו די סאושעל סעקיוריטי אגענטור אויסשטעל און צימבלען באשלוסן וגעמאכט דורך איר דירעקטאר

גארסוטש האט געזאגט אז די פארלנג פון די קלעגער ארויסצוטראסקענען די 2012 למספרם אפמאך איז זייער א שווערע און געדעכט אראפצושלונגען און געוואלט וויסן אויב א שפעטערדיגע באשטעטיגטע דירעקטאר (וועלכע איז אריינגעשטעלט נאך א טויש אז מען קען אים אויפזאגן) קען קומען און אויסבעסערן אן אפמאך וועלכע א פריערדיגע דירעקטאר (וועלכע מען האט נאכנישט געקענט אפזאגן און איז אומקאנסטיטוצינאל דארט געווען) האט אויסגעהאמערט

נאך א פראגע איז געווען אויב די שעיר האולדערס קענען ברענגן קלאגעס לטובת די פירמע (ווי די איצטיגע קלאגע אז די אגענטור האט אומבארעכטיגט איינגעצוימט די פירמעסאון איר רעכט אויסצוטיילן דיווידענס) זינט א פראוויזע אין די רעקאווערי אקט האט געשטעלט די אגענטור אלץ די איינציגסטע וועלכע קען פארטרעטן די פירמעס אין געריכט קלאגעס אבער אויף די פראגע האבן ריכטער ווי ראבערטס, בערעט און אפילו ברייער אויסגעקוקט מער גענויגט לטובת די שעיר האולדערס
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מארטש 16, 2021 11:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג מארטש 16, 2021 11:55 am

שכח!

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג מארטש 16, 2021 12:02 pm

די געריכט אפהאנדלונג איז עפעס געוואלדיג!

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג מארטש 16, 2021 12:03 pm

ישר כוח..
(איך האב גראדע מער הנאה פון די ערשטע העלף קאקאש די פאליטישע חלק)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 16, 2021 2:32 pm

יישר כח פאר די פידבעק!

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » דינסטאג מארטש 16, 2021 3:44 pm

הכל הבל האט געשריבן:יישר כח פאר די פידבעק!

ש'כח!! ספעציעל פאר די קלארע געריכט סעסיע
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 17, 2021 9:48 am

מיטוואך ויקרא





פרעזידענט ביידען איצט אינדערפרי אויף די פראגע אויב ער וועט ארויסציען די טרופן פון אפגאניסטאן:
א דורכפאל אין האבן א גלאטע טראנזישאן פון די טראמפ פרעזידענטשאפט צו מיינס האט געקאסט צייט אין געהאט קאנסקווענצן
און ער קוקט איצט אריין אין די אפגאניסטאנע פראגע

*

פרעזידענט ביידען: איך באטראכט פוטין ווי א רוצח או ער וועט צאהלן א פרייז

*

ווי אזוי פלאנסטו צו באקומען רעפובליקאנע שטיצע פאר א שטייער העכערונג?
פרעזידענט ביידען: איך וועל מעגליך נישט באקומען אבער איך וועל האבן דעמאקראטישע שטיצע
בלויז די וועלכע פארדינען איבער 400 טויזנט דאלער וועלן זעהן פון א קליינע ביז א באדייטנדע העכערונג
די וועלכע פארדינען ווייניגער וועלן נישט זעהן קיין צענט געהעכערט

*

קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם זאגט אז אין פאל וואס סענאטארשע פיינסטיין זאל רעזיגנירן וואלט ער איר ערזעצט מיט אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי

*

סענאטארשע פיינסטיין רעאגירט זאגנדיג אז זי האט זייער גוטע באציאונגען מיטן גאווערנאר וועלכע האט עס נישט געמיינט צו זאגן אין די וועג וואס טייל קלערן (אז ער האט געוואלט דרוקן אויף איר צו רעטייערן)
און אז די וועלכע וועלכע האבן עס אויסגעטייטש אזוי מאכן א בארג פון א קליין הויפן זאמד
זי זאגט אז זי פלאנט אויסצודינען איר פולע טערמין און שפורט זיך אבסאלוטלי גרייט דערפאר

*

מיט 0-98 האט די סענאט אפגעשטעלט דעבאטע אויף די נאמינאציע פון קאטרינע טאי צו זיין אמעריקא'ס האנדלס רעפרעזענטאט
אום 11:30 וועט פארקומען די ענדגילטיגע אפשטימונג

*

ווען גייט מען זעהן די ערשטע יורידישע נאמינאציעס פונעם ווייסן הויז?
דורבין: אין קורצן
ער לייגט צו אז מען האט שוין דיסקוסירט א פאטענציאלע קאנדידאט פארן זיבעטן סירקוט קאורט

*

פרעזידענט ביידען זאגט אז ער שטיצט דאס צוריקטוישן די פיליבאסטער פארשריפטן אז דער וועלכע וויל אויפהאלטן א ביל זאל מוזן רעדן אויפן פלאר די גאנצע צייט

*

סענאטאר ראמני זאגט אז ער געדענקט נישט אז דעמאקראטן זאלן נוצן די שפראך וועלכע זיי נוצן איצט אין באצוג צום פיליבאסטער און ער געדענקט ווי באקוועם זיי זענען געווען מיט ווי אזוי די פיליבאסטער האט געארבעט

*

סענאטאר טון איבער די פיליבאסטער: זיי (סענאטארן מענשין און סינעמא האבן מיר פארשפראכן נאכאנאנד אז מיר קענען בויען אויף זייער ווארט און זיי וועלן נישט דרוקן אויף רעפובליקאנער ווען עס קומט צו באשוצן די לעגיסלאטיווע פיליבאסטער

*

ביזטו אין שטיצע פון די גאן לעגיסלאציע אדער וואוטינג רייטס ביל אריבער אין קאנגרעס?
סענאטאר מענשין: ערנסט גערעדט, איך האב עס נאכנישט געזעהן

*

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן קולער פון טעקסאס איבער די צושטאנד ביים גרעניץ: עס איז קלאר אז מיר זעען אן אויפשטייג און אויב דאס גייט אנהאלטן אריין אין מערץ למספרם גייען מיר האבן אן היומאניטערישע קריזיס

*

סענאטאר מענענדעז זאגט אז ער וואלט נישט אויפגעהויבן א ווייסע פאן איבער אימיגראציע רעפארם בעפאר מען פרובירט

*

סענאטאר סאנדערס איבער דורכשטופן אן אינפראסטרוקטור ביל דורך די רעקאנסיליאציע פראצעדור:
עס איז אלץ גוט צו האבן אומפארטייאישע שטיצע אבער פון וואס ער האט מיטגעהאלטן די לעצטע צייט פארשטייט ער אז אויס וויל מען אריבערפירן עפעס באדייטנד איז זייער שווער צו קריגן רעפובליקאנע שטיצע

*

א גרופע פון 20 סענאטארן טרעפן זיך היינט צו פרובירן אויפצוקומען מיט אומפארטייאישע געדאנקן איבער די מינימום געהאלט און איבער אימיגראציע

*

דזשעים העריסאן וועלכע איז אומסוקסעספול געלאפן צום סענאט אין דרום קאראליינע און איז היינט פארזיצער פון די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע זאגט אז 2022 למספרם וועט זיין די יאר פון אפריקאנע אמעריקאנע קאנדידאטן אויפן בעלאט

*

געווזענע רעובליקאנע קאנגרעסמאן דאג אסע פון קאליפארניע מעלדט קאנדידאטור צו לויפן אקעגן גאווענראר ניוסאם אין ליכט פון די מעגליכע ריקאול

*

אייאווע סענאטאר טשאק גרעסלי זאגט אז א יאר איז גענוג לאנג צו קאמפיינען און ער וועט דעריבער פארזעצן צו איגנארירן אנקעטעס וועלכע גיבן אים גוטע אדער אומגונסטיגע ציפערן

*
סענאטארן יאנג און לענקפארד האבן זיך געוואנדן צו פרעזידענט טראמפ בעהטנדיג פאר אן אינדארסירונג
און לויט א קוואל ווערט נאך די פארלאנג באטראכט און קיין באשלוס איז נאכנישט געמאכט געווארן

*

טעקסאס געזעצגעבער ברייען סלעטאן ברענגט נאכאמאל אויף ביל אין סטעיט הויז וועלכע וועט צוטיילן טויט שטראף פאר די וועלכע באקומען רציחה סערוויסעס

*

די רעפובליקאנע קאנטראלירטע סענאט אין קענטאקי האט באשטעטיגט א ביל וועלכע וועט באצייכענען אלץ מיסדימינאר פאר ווועלכע מען קען באקומען ביז 90 טאג טורמע, דאס זיך רייצן און טשעפען מיט פאליציי אפיצירן אפילו בלויז מונדליך
זיי קאנטראלירן ביידע הייזער מיט סופער מאיאריטעטן אבער גאווערנאר ענדי באשאר איז א דעמאקראט
טייל רעפובליקאנער האבן געשטימט אקעגן די ביל זייענדיג באזארגט אז טיילן דערפון וועלן פארלעצן ערשטע אמענדמענט רעכטן אבער האבן אויסגעדרוקט האפענונג אז אן אמענדירטע ביל אינעם רעפרעזענטאטן הויז וועט פאררעכטן די פראבלעמען דערין

*

ווען גוגעל האט געשאפן איר ענדראיד אפארעיטינג סיסטעם האט זי געשריבן איר אייגענע פראגראמינג שפראך באזירט אויף דזשאווא וועלכע באלאנגט פאר א די אורעקעל פירמע נוצנדיג די זעלבע נעמען, ארגאנאזאציע, און פונקציעס ווי דזשאווא'ס אפליקאציע פראגראמינג אינטערפעיסעס (APIׂׂ)

ארעקעל וועלכע איז די אייגנטומער פון דזשאווא האט געקלאגט אין געריכט פאר קאפירייט פארלעצונג אבער א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער האט געשריבן אז API'ס פאלן נישט אונטער קאפירייט געזעצן ווייל ערלויבן פריוואטע פירמעס צו באזיצן עקסקלוסיוו רעכטן אויף פראגראמינג שפראך וואלט פארקריפלט אינאוואציע און מיטארבעט אין קעגנזאץ פון די ציהלן פאר וועלכע די קאפירייט געזעצן זענען אוועקגעשטעלט געווארן

די אפעלאט געריכט פאר די פעדעראלע סירקוט (וועלכע איז באשטימט צו באהאנדלען קאפירייט פראגן) האט אנידערגעשטימט די דיסטריקט געריכט אורטייל שרייבנדיג אז API'ס זענען יא קוואליפיצירט פאר קאפירייט אין אלגעמיין אבער אפן געלאזט א טיהר פאר גוגעל צו מאכן ארגומענטן פארוואס זייערע שריט זאל נישט האבן פארלעצט די קאפי רעכטן

גוגעל האט אבער אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלע האט זיך אנטזאגט פון עס אקצעפטירן

נו, מיט ווייניג חשק אבער נאך ווייניגער אויסוואלן האט גוגעל געמוזט נאכפאלגען די ארדער פון די אפעלאט געריכט צוריקצוגיין צום נידריגן געריכט און דארט פרובירן צו איבערצייגן פארוואס אין זייער ספעציפישע קעיס האבן זיי נישט פארלעצט די קאפי רעכטן צוליב די ערלויבטע באנוץ דאקטרינע (א געזעץ וועלכע מאכט אויסנאמען אויף קאפירייט געזעצן צו צו באלאנסירן רעכטן פון אינציאטארן און פובליק אינטערעסע צו האבן ברייטערע צוטריט צו פראדוקטן און סערוויסעס ווי צום ביישפיל מידיא באריכטן און נאך און די פראגע איז אויב נוצן יענעם'ס קאמפיוטער שפראך מין ציהל אהערצושטעלן א נייע קאמפיוטער פראגראם פאלט אונטער אט די קאטעגאריע)

גענוי ווי זייער מזל האט זיי געשפילט אינעם ערשטן פאל איז די דיסטריקט געריכט געווען ווידעראמאל סימאפטיש מיט גוגעל און זיי געגעבן רעכט אז זיי האבן נישט פארלעצט די רעכטן און אורעקעל האט עס אפעלירט צום אפעלאט געריכט

נאכן באטראכטן די ארגומענטן פון גוגעל האט די אפעלאט געריכט ווידעראמאל איבערגעדרייט די דיסטריקט געריכט אורטייל שרייבנדיג אז גוגעל האט ווירקליך פארלעצט די קאפי רעכטן

אצינד האט גוגעל ווידעראמאל פרובירט צו נעמען זייער קעיס צום סופרים קאורט און דאסמאל איז שוין די געריכט געווען גרייט דערפאר און האט אקצעפטירט די קעיס און מען ווארט צו זעהן אויב און ווי אזוי די העכסטע געריכט וועט באהאנדלען די צוויי פראגן

1) אויב קאפירייט באשיצונג דעקט סאפטוועיר אינטערפעיס (אינטערפעיס איז די שפראך/קאוד וועלכע ווערן גענוצט אין קאמפיוטער פראגראמען קאמיוניקאציע)

2) אם תמצי לומר אז עס דעקט איז די פראגע אויב די באנוץ פון סאפטוועיר אינטערפעיס אין די קאנטעקסט פון שאפן א נייע קאמפיוטער פראגראם ווערט פאררעכנט אלץ פארלעצונג

אין אנדערע ווערטער האט גוגעל צוויי וועגן ווי אזוי ארויסצוגיין מיט גאנצע ביינער ווען איינס וואלט געווען צו איבערצייגן גענוג ריכטער אז סאפטוועיר אינטערפעיס איז בכלל נישט באשוצט דורך קאפירייט געזעצן אדער כאטש דורך גיבן רעכט פארן דיסטריקט געריכט וועלכע האט געפונען אז די ספעציפישע אקט פון נוצן סאפטוועיר אינטערפעיס אין די קאנטעקסט פון שאפן א נייע קאמפיוטער פראגראם איז אויסגעהאלטן אפילו לויט די קאפירייט געזעצן

די מונדליכע אגומענטן זענען געווארן גראד נאך וואס די געריכט האט אנגעהויבן אפהאלטן ארגומענטן ווירטואל און האט דעריבער געגעבן ווייניגער געלעגנהייט פאר אויסטוישן צווישן די ריכטער זינט עס לויפט מער אויף א סיסטעמאטישן פארנעם ווען ריכטער שטעלן פראגן איינע נאך די צווייטע באזירט אויף סיניאריטעט און דאס האט געפירט אז טייל ריכטער האבן בארירט בלויז די ערשטע פראגע און אנדערע בלויז די צווייטע מאכנדיג אוממעגליך צו אנאליזירן וואו איטליכע ריכטער שטייט אויף ביידע פראגן און דאס באדייט אז מען קען נישט קלאר שאצן ווי אזוי גוגעל וועט ארויסגיין פון דא

די ארגומענט האט זיך אנגעהויבן מיט די פרעזענטאציע פון טאם גאלדשטיין וועלכע האט רעפרעזענטירט גוגעל געזאגט אז קאפירייט באשוצט בלויז די וועג און אויסדרוק וועלכע אינציאטארן נוצן ביים ערצייגן זייערע פראדוקטן אבער לאזט פריי פאר אנדערע צו קאפירן די געדאנק דערונטער איינגעהילט אין א צווייטע שלייער
ער האט אנגעצייגט אויף די מערדזשער דאקטרינע וועלכע זאגט אז אין פאל וואס בלויז איין ספעציפישע גרופע פון ווערטער (צום ביישפיל א קאמפיוטער קאוד פראגראם) קען ברענגן די ערפינדער צום ציהל איז נישטא קיין קאפירייט געזעצן זינט מען קען נישט הייסן די קאנקורענטן אויפקומען מיט אנדערע וועגן אהערצושטעלן עפעס ענליך

ער האט ארויסגעברענגט אז גוגעל האט נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג ביים אהערשטעלן איר ענדראיד
ווי נוצן די קאוד וועלכע איז באקאנט פאר דזשאווא דעוועלאפער

ראבערטס האט נישט געגליכן וואס ער האט געהערט זאגנדיג פאר גאלדשטיין אז די אורזאך פארוואס זיי האבן בלויז געקענט נוצן די עקזיסטירנדע דזשאווא קאוד אויף וואס צו בויען זייער אייגענע (נאכגעמאכטע) איז צוליב וואס די אנדערע פירמע האט עס געמאכט אויף אן אויסנאם סוקסעספולע וועג

יענע פירמע האט געהאט מערערע אויסוואלן ביים אהערשטעלן איר קאוד און האט עס באוויזן צו ערצייגן אזוי געלונגען אז פראגראמירער האבן עס שטארק געגליכן און עס איז נישט קיין אויסרייד פארוואס זיי צו באשטראפן דערפאר

ראבערטס האט אויסגעפירט אז צוברעכן א פייער קאסע איז די איינציגסטע וועג ארויסצובאקומען די געלט אסבערא דאס באדייט נישט אז דו מעגסט עס טוהן און אויב דו האבט נישט קיין צווייטע וועג צו באקומען די קאוד דאן בלייבט דיין אפציע צו פרובירן באקומען א לייסענס דערפאר

טאמאס האט מיטגעטיילט די ראבערטס סקעפטיציזם און געפרעגט ווען גענוי גאלדשטיין וויל זעהן די מערדזשער דאקטרינע חל זיין אין אזא קעיס
איז עס גראד נאך וואס די אנדערע פירמע איז ארויסגעקומען דערמיט (וואס דאן איז עס נאכנישט געווען אזוי פאפולער און מעגליך אז עס וואלט נישט געהייסן די איינציגסטע וועג מיט וועלכע פראגראמירער וואלטן קאאפערירט) אדער ערשט ווען גוגעל באשליסט צו נצן די זעלבע קאוד?

קעיגען און גארסוטש האבן זיך אויך צוגעשטעלט צו די ארגומענט זאגנדיג אז געוויס וואלט געווען א צווייטע צוגאנג אויפצוקומען מיט א קאוד וועלכע איז אייניג ווירקזאם ווי די ארגינעלע

גארסוטש האט אויך געפרעגט די "פארוואס קענסטו נישט זיין אזא מצוין ווי דיין אינגערע ברודער" פראגע אנצייגנדיג אז עפל און מיקראסאפט זענען פאקטיש אויפגעקומען מיט גוטע טעלעפאנען וועלכע ארבעט זייער גוט אן דארפן רויבן עימיצן אייגנטום

גאלדשטיין האט דערויף געענטפערט אז די צוויי פירמעס נוצן גאר א צווייטע סארט שפראך צוגלייכן גוגעל צו זיי איז ווי צו זאגן אז דו קענסט נישט קוואלאפיצירן פאר די מעדזשער דאקטרינע אויף די ענגלישע שפראך זינט א צווייטער האט באוויזן אויפצוקומען מיט עפעס פאסיג אויף די פראנצויזישע שפראך

יושע ראזנקראנץ האט פארטרעטן ארעקעל און ברייער האט אים געצימבלט מיט א ביישפיל פון די היינט באקאנטע קיבאורד וועלכע מען האט גענוצט אויף טייפרייטערס

אין די צייט וואס מען האט יענץ ערפונדן וואלסטו געקענט מאכן אן ארגומענט אז מען קען אויפקומען מיט 1000 אנדערע וועגן אהערצושטעלן אן ענליכע געדאנק אבער אויב וואלט מען היינט געגעבן פאר יענע ערפונדער קאפי רעכטן אדער פאר סוויטש באורד אויף די פארצייטישע טעלעפאן סיסטעמען וואלטן זיי קאנטראלירט אלע טייפרייטערס מאנאפולירט די אלטוועלטליכע טעלעפאן סיסטעם זינט אלע סיסטעמען ארום די וועלט האבן באקוועם געמאכט מיט יענע אויסשטעל און דאס איז נישט עפעס וואס מען קען גיבן קאפי רעכטן

קעיגען האט אויך געמאכט די זעלבע ענליכע ארגומענטן נוצנדיג א ביישפיל פון א קלייט וועלכע קומט אויף מיט א גאר סאפיסטיקירטע ארגאנאזירונג סיסטעם פון קאטעגאריזירן פרוכט, פלייש, ברויט און אזוי ווייטער און באזונדערע קאטעגאריעס און סוב קאטערגאריעס וועלכע טוען שטארק פארלייכטערן פאר אירע קונדן און קעיגען האט געפרעגט פון ראזנקראנץ אויב אירע קאנקורענטן וועלן נישט עס נישט מעגן נאכמאכן אויף זייער אייגענע וועג

קעיגען האט זיך דאן גענומען צו מאלקאלם סטוארט וועלכע האט פארטרעטן דעם סאליסיטאר דזשענעראל און געשטיצט די אנקלאגע אקעגן גוגעל און קאנצעטרירט אירע פראגן מער אויף די צווייטע הויפט אישו אין די קעיס דהיינו, אז אפילו אויב די קאודס זענען באשוצט אונטער קאפירייט צו קען גוגעל טענה'ן אז אין אזא פאל וואלט די קאפירייט געזעץ ערלויבט צו נוצן די קאודס זינט מען האט עס ארומגעטוישט די פאפיר אין וואס זי איז איינגעוויקלט

קעיגען האט געפרעגט אויב עימיצער זאל ערפונדן א נייע געלונגענע קיבאורד אויסשטעל אן א סעלפאון מאניופעקטשורער זאל עס נוצן פאר זייערע טעלעפאונס וועט עס זיין יושר'דיגע באנוץ?

סטוארט האט איינגעשטימט אז עס וואלט געווען אויסגעהאלטן און קעיגען האט געוואלט פארשטיין מיט וואס עס איז אנדערש ווי גוגעל'ס נוצן די דזשאווא אינטערפעיס קאוד אז פראגראמירער זאלן זיעך נישט מוזן לערנען א נייע סיסטעם פאר קאודינג פונקט ווי די סעלפאן פירמע האט גענוצט די נייעסטע סארט קיבאורד צו פארלייכטערן פאר מענטשן צו נוצן עפעס וואס זיי זענען געוואוניו און באקוועם

סאטאמאיאר האט געוואלט זאגן אז די ארגינעלע דזשאווא פראגראם איז געווען פאר היים קאמפיוטערס אין גוגעל'ס פראיעקט עס צו רעאינסטאלירן אין אירע ענדראיד'ס וועלכע איז א גאר צווייטע סארט אפאראט איז גענוג באדייטנדע טויש אבער סטוארט זיך נישט געלאזט זאגנדיג אז די קאוד טוט אפערירן אויף אקוראט די זעלבע וועג און פירט דורך די זעלבע פונקציעס אין ביידע

א באזונדערע דעבאטע האט זיך אנטוויקלט וועלכע איז אומשטאנד צו העלפן די ריכטער לויז ווערן פון די קעיס כאטש פאר נאך א שטיק צייט און דאס איז די געיעג אין וועלכע די פעדעראלע סירקוט קאורט האט ארויסגעטראסקעט די אורטייל פון די דיסטריקט קאורט אויף די צווייטע פראגע

די דיסטריקט קאורט האט געהאט געזעצט א דזשורי איבערצוקוקן באווייזן פון גוגלע וועלכע האבן לויט זיי געצייגט אז אפילו אונטער קאפי רעכט געזעצן זענען זייערע שריט געווען אויסגעהאלטן

ווי אויבנדערמאנט איז די דזשורי אינעם דיסטריקט געריכט געקומען צום אויספיר אז די באווייזן זענען גענוג שטארק אבער די סירקוט קאורט האט עס אפגעווארפן

טענה'ן טאמאס און גארסוטש און בעיקר איז עס אליטא וועלכע האט געהאמערט מיט דעם אז די קרייז געריכט האט פאקטיש נישט איבערגעקוקט די באווייזן וועלכע די דזשורי האט באהאנדלט און דאס איז אן אומגעווענליכע ערשיינונג

אליטא האט זיך געוואונדערט אויב איבערקוקן די באווייזן וועלכע די דזשורי האט געזעהן אין שטיצע פון גוגעל צו עס וואלט מעגליך געטוישט די שטעלונג פונעם סירקוט קאורט

גארסוטש האט עס ארויסגעזאגט מער אפן פרעגנדיג פארוואס די סירקוט קאורט האט נישט גענומען די סטאנדארט צוגאנג און הויך שפעקולירט צו מען זאל נישט איינפאך צוריקשיקן די קעיס צום סירקוט קאורט עס איבערצוקוקן ריכטיג

ראזנקראנץ האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז געריכטן זענען גוט אויסשטאפירט צו קענען זעלבסט אויסקלארן פאקטן און א קעיסעס איבער ווען עס איז ערלויבט צו קאפירן אונטער קאפי רעכט געזעצן מוז נישט אלץ ווערן דעצידירט דורך א דזשורי

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הגות תבונות » מיטוואך מארטש 17, 2021 11:02 am

ייש"כ הער וואשינגטאן קארעספאנדענט.

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך mmn » מיטוואך מארטש 17, 2021 12:01 pm

הגות תבונות האט געשריבן:ייש"כ הער וואשינגטאן קארעספאנדענט.

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך מארטש 17, 2021 12:36 pm

ש’כח @הכל
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 17, 2021 2:24 pm

יישר פאר יעדן!

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך א נייער » מיטוואך מארטש 17, 2021 2:52 pm

הבל ;l;p-
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך מארטש 17, 2021 2:53 pm

ישר כוח.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך מארטש 17, 2021 11:45 pm

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כוח..
(איך האב גראדע מער הנאה פון די ערשטע העלף קאקאש די פאליטישע חלק)

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 12:01 am

א גרויסע דאנק הכל הבל! עס איז הערליך באשריבען און געלייענט מיט הנאה.

די גוגל קעיס איז א לעבעדיגע קעיס, האלט אונז אינפארמירט.
שרייב שוין עפעס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 9:46 am

מטעמים האט געשריבן:א גרויסע דאנק הכל הבל! עס איז הערליך באשריבען און געלייענט מיט הנאה.

די גוגל קעיס איז א לעבעדיגע קעיס, האלט אונז אינפארמירט.

יישר כח!

געווען אומזיכער צו עס וועט זיך שאפן כאטש איינער וועלכע וועט האבן געדולד עס צו ליינען

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 10:01 am

הכל הבל האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:א גרויסע דאנק הכל הבל! עס איז הערליך באשריבען און געלייענט מיט הנאה.

די גוגל קעיס איז א לעבעדיגע קעיס, האלט אונז אינפארמירט.

יישר כח!

געווען אומזיכער צו עס וועט זיך שאפן כאטש איינער וועלכע וועט האבן געדולד עס צו ליינען

איך האב עס אויך דורכגעליינט, ס’איז היבש אינטערעסאנט
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 10:20 am

מטעמים האט געשריבן:א גרויסע דאנק הכל הבל! עס איז הערליך באשריבען און געלייענט מיט הנאה.

די גוגל קעיס איז א לעבעדיגע קעיס, האלט אונז אינפארמירט.


אפילו א ענד יוזער קען פארשטיין די קעיס !

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 10:25 am

גוט צו הערן יישר כח אלע!
ואגב איז מען נישט אנגעקומען אהערשוטעל עפעס אויף היינט ואתכם הסליחה

אלנפאלס האט א לעכטיגן שבת!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אפריל 04, 2021 11:48 pm

מוצאי יו"ט פסח תשפ"א
נאפה לאחר הפסח. . . . - א גוטע, א געזונטע זוממער, און א לעכטיגן תמיד.

זשארזשיע געזעצגעבער האבן פאריגע וואך דורכגעפירט א גאר ברייטע וואל-רעפארם געזעץ, וואס איז גראד געווארן אונטערגעשריבן דורך די ארטיגע גאווערנאר ברייען קעמפ.
עטליכע שטונדן דערויף האבן שוין וויילער רעכטן אקטיוויסטן אריינגעגעבן א פעדעראלע קלאגע דערקעגן, באשולדיגענדיג די געזעץ אין גאר שווער באטרעפן מינאריטעט וויילער און עס טוט דעריבער פארלעצן זייערע קאנסטיטוציאנאלע רעכטן.
זינט דאן זענען שוין געווארן אריינגעגעבן נאך צוויי לאוסוט'ס קעגן די געזעץ.
* * * *
"דעלטא עירליינס" סי.אי.או. עד באסטיאן האט גאר שארף פארדאמט די פרישע זשארזשיע סטעיט וואל געזעץ, שרייבענדיג אז די גאנצע אונטערגרונד פון די געזעץ איז געבויעט אויף א פרעכע ליגענט.
דעלטא עירליינס איז די גרעסטע פריוואטע ארבעטגעבער אין זשארזשיע.
* * * *
אזוי אויך איז די זשארזשיע באזירטע קאקא-קאולע פירמע ארויסגעקומען מיט גאר א שארפע פארדאמונג קעגן די פרישע געזעץ.
* * * *
פון די אנדערע זייט הערט מען א רוף דורך געוועזענע פרעזידענט טראמפ וואס פאדערט קאנסעוואטיווע וויילער איבער'ן לאנד זאלן באיקאטירן די אלע פירמעס וואס פארדאמען די פרישע געזעץ.
"שוין לאנגע יארן וואס די ראדיקאלע לינקע באיקאטירן פראדוקטן ווען די פירמע טוט אדער זאגט סיי וואס עס געפעלט זיי נישט. יעצט איז ענדליך די צייט פאר רעפובליקאנער און קאנסערוואטיוון זיך צוריקשלאגן, מיר האבן מער מענטשן ווי זיי".
* * * *
אויך הערט מען פון טייל זשארזשיע געזעצגעבער וואס זענען ארויסגעקומען מיט א עפענטליכע רוף אז סיי וועלכע קאקא-קאולע פראדוקטן זאלן נישט אריינגעברענגט ווערן אין זייער אפיס.
* * * *
דאמיניאן וואוטינג סיסטעמס האט אריינגעגעבן א 1.6 ביליאן דאללער לאוסוט קעגן די פאקס ניוז פירמע, פאר'ן באשמוצן זייער נאמען אין פארבינדונג מיט די אפרלאפענע וואלן.
* * * *
קאנגרעס ספיקער פרוי פעלאוסי נאמינירט גענעראל וויליאם וואלקער צו ווערן די האוז סארזשענט-עט-ארמס, דער ערשטע אפריקאנע-אמעריקאנער צו ווערן נאמינירט פאר די פאזיציע. וואלקער דארף נאך ווערן באשטעטיגט דורך א פולע קאנגרעס אפשטימונג.
* * * *
אין די טעג נאך די יאנואר 6 קעפיטאל אומרוען האט מען געהערט פון מערערע גרויסע פירמעס אז זיי וועלן אפשטעלן זייער פינאנציעלע שטיצע פאר רעפובליקאנע געזעצגעבער וואס האבן געשטימט צו בלאקירן די וואל רעזולטאטן.
יעצט זעהט מען, אין פרישע פינאנציעלע דאקומענטן, אז די זעלבע פירמעס האבן געטראפן אן אויסוועג דורכ'ן געבן געלטער פאר די קאנגרעס און סענאט רעפובליקאנער קאמפיין קאסעס - טראץ וואס זיי זטיצן אט די געזעצגעבער וואס די פירמעס האבן געזאגט זיי וועלן מער נישט שטיצן.
* * * *
אין פרישע דאקומענטן פון די בארדער פאטראל אגענטור זעהט מען אז די אגענטור רישט זיך אז די פלייץ פון אימיגראנטן ביי די דרום גרעניץ וועט אנהאלטן נאך עטליכע מאנאטן, אמווייניגסטענס ביז נאך סעפטעמבער.
אויך זעהט מען אז די אגענטור שאצט פאר אז די צאל אומבאגלייטע קינדער וועט שטייגן צו 23,000 קינדער אין סעפטעמבער, מער ווי דאפעלט פון די ביז יעצטיגע רעקארד געשאפן אין 2019.
ווער האט נאר געזאגט אז די יעצטיגע פלייץ איז א יערליכע געשעהניש? קאמאן מען...
* * * *
אין אנדערע נייעס, טוען פרישע ציפערן פון די גרעניץ פאטראל אענטור צייגן אז אין די נארוואס פארלאפענע מאנאט זענען 171,000 אימיגראנטן פארהאלטן געווארן דורך אגענטן נאכ'ן אריבערקומען די גרעניץ.
* * * *
די סי.די.סי האט פארלענגערט א פעדעראלע עוויקשאן פארבאט אויף ביז יוני 30.
* * * *
העלט ענד יומען סערוויסעס דעפארטמענט האט געמאלדן א פארמעסט פאר ווער עס קען ערצייגן נעקסט זשענערעישן מאסקעס, דער געווינער וועט באקומען 500,000 דאללער.
* * * *
יו.עס. טרעיד פארשטייער פרוי טאי זאגט אז די ביידען אדמיניסטראציע וועט ווייטער אנהאלטן די אימפארט שטייערן ארויפגעשטעלט -דורך געוועזענע פרעזידענט טראמפ- אויף כינעזער פראדוקטן אריינגעברענגט קיין אמעריקא.
* * * *
פרעזידענט ביידען האט געמאלדן זיין אויסוואל פאר א רייע ליידיע פעדערלאע געריכט זיצן.
צווישן אנדערע האט דער פרעזידענט נאמינירט ריכטערין בראון-זשעקסאן צו די וואשינגטאן די.סי. אפיעלס געריכט -דאס ווערט געזעהן אלס א מעגליכע שפרינג ברעט צום סופרים קאורט, אויך האט דער פרעזידענט נאמינירט די ערשטע מוסלעמענער צו פעדעראלע געריכט סיסטעם, און עטליכע אפריקאנער-אמעריקאנער פרויען.
* * * *
אין א פראוו צו אפווארפן טייל קריטיקירער, האט די אדמיניסטראציע אונטערגענומען א קאמפיין צו טוישן די באדייט פון ביי-פארטיזענשיפ - אנשטאט ווי ביז יעצט אז דאס באדייט געזעצן אדורך אין קאנגרעס מיט שטיצע פון דעזעצגעבער פון ביידע פארטייען, זאגט די ווייסע הויז אז דאס באדייט ענדערש א געזעץ וואס האט שטיצע פון די וויילער פון ביידע פארטייען, אויך אויב געזעצגעבער פון א ספעציפישע פארטיי שטימען דערקעגן.
* * * *
רעפובליקאנער סענאט פירער מיטש מעקאנעל ווארפט אפ שפעקולאציעס אז ער פלאנט אפצוטרעטן פון אפיס - דאס קומט נאך וואס קענטאקי געזעצגעבער האבן דורכגעפירט א געזעץ וואס פארלאנגט אז אין א פאל א סענאט זיץ ווערט ליידיג, דארך דער ממלא מקום זיין פון די זעלבע פארטיי.
* * * *
די קאנגרעס עטיקס קאמיטע האט באשטעטיגט א 5,000 דאללער שטראף ארויפגעשטעלט אויף קאנגרעסמאן לאוי גאהמערט פאר'ן פרובירו אויסמיידן די מעטאל דעטעקטארס אינסטאלירט נאך די קעפיטאל אומרוען.
* * * *
ציפערן פארעפענטליכט דורך די סי.די.סי. צייגט אז די טויט ראטע אין אמעריקא איז געשפרינגען מיט 16 פערצענט אין יאר 2020, אין פארגלייך צו א יאר פריער.
* * * *
דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאט פרוי הארט האט געמאלדן אז זי ציעט צוריק פון איר פארזוך אז קאנגרעס זאל איבערדרייען די רעזולטאטן אין איר דיסטריקט - איר רעפובליקאנער קעגנער האט געזיגט מיט בלויז זעקס שטימען.
* * * *
פופצן מיליאן דאזעס פון די "זשאנסאן ענד זשאנסאן" וויירוס וואקסין האבן געדארפט ווערן ארויסגעווארפן נאך וואס א איינגעשטעלטע ביי א פאבריק אין באלטימאר האט פארמישט געוויסע אינגרידיענטס - די פלענט איז געווען ערווארטערט צו ליפערן צענדליגע מיליאנען דאזעס אין די קומענדיגע וואכן.
די טעות אפעקטירט נישט דאזעס וואס זענען שוין ארויסגעשיקט געווארן זינט זיי זענען פראדוצירט געווארן אין א צווייטע פאבריק.
* * * *
פייזער זאגט אז ווייטערדיגע שטודיעס אויף איר וואקסין ציגט אז עס טוט שיצן קעגן די וויירוס אמווייניגסטענס אויף זעקס מאנאטן - דאס איז לענגער פון די ביז יעצטיגע ניינציג טאג וואס די פירמע האט אנגעגעבן.
* * * *
איינגעשלאסענע אין די א.ג. נוקלעארע אפמאך וועלן זיך טרעפן מארגן, דינסטאגף, אין וויען אין א פראוו צו אויפלעבן די אפמאך. די געשפרעכן וועלן ארייננעמען סיי אמעריקאנער פארשטייער ווי אויך איראנע פארשטייער, טראץ וואס אויף דערווייל איז נישט ערווארטערט אז די צוויי זאלן אפהאלטן דירעקטע געשפרעכן.
* * * *
פארזיצער פון די "זשוינט טשיעפס אוו סטעף", גענעראל מארק מילי -די העכסטקאנגיגע אמעריקאנער גענעראל- האט אפגעהאלטן געשפרעכן מיט זיינע רוסישע און אוקריינא קאלעגעס איבער די לעצטיגע אקטיוויטעטן פון די רוסישע מיליטער ביים גרעניץ מיט אוקריינא.
* * * *
פרעזידענט ביידען האט פרייטאג אפגעהאלטן זיין ערשטע געפרעך מיט אוקריינא פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי - ווי דער וויסע הויז זאגט האט ביידען "ווידערהאלט אמעריקא'ס פולקאמע שטיצע פאר אוקריינא אין די צייט וואס זי קומט אונטער אטאקע פון רוסלאנד".
קוועלער נאנט צו זעלענסקי זאגן אזער איז געווען גאר צופרידן פון די געשפרעך, און ער גלויבט אז ביידען איז ערנסט דערביי ביים שטיצן אוקריינא.
* * * *
אין פרישע גיידליינס ארויסגעשטעלט פרייטאג זאגט די סי.די.סי אז מענטשן וואס האבן שוין באקומען ביידע דאזעס פון די וויירוס וואקסין, קענען ארומרייזן אן קיין שום זארגן.
* * * *
רפובליקאנע קאנגרעסמאן מעט געיטץ -וואס ווערט אויסגעפארשט דורך די פעדערלאע זשוסטיס דעפארטעמנט- זאגט אז ערה אט נישט סיי וועלכע פלענער צו רעזיגנירן פון קאנגרעס.
* * * *
ניו יארק סטעיט גאווערנאר קאומו האט אונטערגעשריבן א געזעץ צו ערלויבן מאריוואנא באנוץ אין די סטעיט, ווערענדיג דערמיט די 15'טע סטעיט דאס צו ערלויבן.
* * * *
קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם האט פאריגע וואך געמאלדן די נאמינאציע פון אסעמבלימאן ראבערט באנטא אלס די נייע אטוירני זשענעראל, ערזעצענדיג האוויער בעסערא וועלכע איז געשטעלט געווארן אלס פעדעראלע העלט ענד יומען סערוויסעס סעקרעטאר.
* * * *
פיר זענען פאריגע וואך דאנערשטאג אומגעקומען, און נאך צוויי פארוואונדעט, דורכאויס א מאסן שיסעריי אין קאליפארניע. פאליציי האבן פארהאלטן א ארדעכטיגטע און יענער געפינט זיךל אין שפיטאל.
ווי פאליציי זאגו יעצט, פארדעכטיגן זיי אז די שיסעריי איז געווען פארבינדן צו א פערזענליכע אדער ארבעטס פארבינדעטע געפעכט וואס דער שיסער האט געהאט מיט די אומגעקומענע.
* * * *
די עף.בי.איי. האט פאריגע מאנאט דורכגעפירט א רעקארד צאל פון בעקגראונד טשעקס פאר מענטשן וואס האסן געזוכט צו קויפן געווער.
* * * *
יונייטעד עירליינס האט געמאלדן אז זי וועט זוכן צו אויפנעמען פרישע 300 פילאטן אין צייט וואס די פארלאנג פאר פליה רייזעס טוט שטייגן.
* * * *
די עס. ענד פי. 500 אינדעקס האט פאריגע וואך זיך געשלאסן העכער 4,000 צום ערשטן מאל, ווערענדיג געטריבן דורך א העכערונג אין מייקראסאפט, עמעזאן, און אלפאבעט.
* * * *
גארדן לידי איז געשטארבן פאריגע וואך אין עלטער פון 90 יאר.
לידי האט פריער געדינט אלס עף.בי.איי. אגענט, אבער איז מער באקאנט פאר די ראלע וואס ער האט געשפילט אין די א.ג. "ספעציעלע אויספארשונג איינהייט" אינערהאלב די ניקסאן ווייסע הויז, וואס האט דורכגעפירט די וואטערגעיט איינברעכעריי סקאנדאל, וואס האט עווענטועל געפירט צו די רעזיגנאציע פון פרעזידענט ניקסאן.
לידי איז געווארן פאראורטייל צו 20 יאר טורמע פאר זיין ראלע אין אנפירן די איינברעכעריי, אבער האט עווענטועל סערווירט בלויז 4.5 יאר, נאכ'ן ערהאלטן א קאמיוטעישאן פון פרעזידענט קארטער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”