א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Potatoes
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 16, 2021 11:01 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Potatoes » מאנטאג מאי 24, 2021 10:48 am

This morning i saw in the local morning journal a New study that the first 5 days after the weekend is the hardest
Potatoes are used in every kitchen and no one is allergic to it

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג מאי 24, 2021 4:21 pm

א ריזיגן דאנק פאר די געשמאקע באריכטן!

בד"וו, בנוגע פענסילוועניע, וואס געשעט אויב די סטעיט לעגיסלעיטאר און די גאווערנאר קומען זיך נישט דורך איבער די רידיסטריקינג אין צייט פאר די מידטורמס?
(דוכט זיך אז פענסילוועניע פאלירט א זיץ צוליב די צענזוס, סוי בלייבן ביי די אלטע דיסטריקטס איז נישט קיין אפציע)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

Surface
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Surface » מאנטאג מאי 24, 2021 5:48 pm

וער האצעך געגלייבט אז כ׳על מיך טרעפן איין טאג פארזינקן ליינענדיג עפעס א נער׳שע געפעכט איבער אפפאל איבערבלייבענישן אינעם ווייטן גואם...
ש׳כח הבל פאר די געשמאקע און דעטאלירטע באריכטן!

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג מאי 25, 2021 12:00 am

מ'האמיר שטארק הנאה @הבל, א גרויסן דאנק!
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 25, 2021 10:57 am

דינסטאג בהעלותך




א דאטום איז באשטימט געווארן
פרעזידענטן ביידען און פוטין וועלן זיך טרעפן אין שווייץ אום יוני 15 למספרם

*

סענאטארן דורבין אין רוביא רופן צו פרעזידענט ביידען צו פארארדענען א פארבאט פאר אמעריקאנע פליגער אריבערצופליען די בעלארוס לופט רוימען אין ליכט פון דאס אראפהאלטן א ציווילע פליגער צו קענען ארעסטירן אן אפאזיצע פיגור

*

טראץ וואס פרעזידענט ביידען האט גערופן צו האבן א ביל פארטיג אויף היינט צו די ערשטע יארצייט פון דזשארדזש פלאיד קוקט עס נישט אויס צו גיין אין יענע דירעקציע און סענאטארן טים סקאט און קארי בוקער און קאנגרעספרוי בעס האבן ארויסגעשטעלט א געמיינזאמע סטעיטמענט צו זאגן אז מען זעצט פאר אויסצוגלייכן דיפערענצן איבער פאליציי רעפארם און פראגרעס ווערט געמאכט

*

סענאטאר דורבין: איך וואלט געווען שאקירט אויב עפעס פאסירט נאך איבער דעם (פאליציי רעפארם) היינט

*

סענאטאר דורבין איבער אינפראסטרוקטור:מיר קומען נענטער צו פאסן באשלוסן און מען קען עס מער נישט פארשלעפן אבער איך איך האף א זי קענען נאך גרייכן א פארשטענדעניש טראץ וואס זיי זענען נאך ווייט אפגערוקט

*

סענאטאר ווייטהאוז איבער אינפראסטרוקטור: מיר זענען צי ווייט אפגערוקט איינע פון צווייטן, בידען איז בארעכטיגט צו אליין באשליסן איבער ווי אזוי פאראויסצוגיין אבער אויב וואלט איך געווען אין צימער וואלט איך געזאגט אז עס איז צייט זיך פאראויסצורוקן

*

סענאטאר בלאנט איבער אינפראסטרוקטור געשפרעכן : עס קען זיכער זיין בעסער

*

רעפובליקאנער גייען זיך טרעפן שפעטער אין טאג צו דיסקוסירן אויב זיי זאלן ארויסקומען מיט א קאנטער פארשלאג צו לעצטיגע פארשלאג פון ווייסן הויז און סענאטאר וויקער האפט אז מען וועט עפעס אויסארבעטן און שפעקולירט אז מען קען גיין אפילו אזוי הויך ווי א טריליאן דאלער אבער שטעלט קלאר אז עס גייט נישט זיין אפליו נאנט צו די ציפער וואס די ווייסע הויז האט פארגעשלאגן

*

אויך האט סענאטארשע קעפיטא געזאגט אז זי איז נישט גרייט אוועקצושפאצירן פונעם פארהאנדלונגס טישל און וועט דיסקוסירן ווי אזוי פאראויסצוגיין

*

סענאטאר שומער רוקט זיך פאראויס מיטן ארויפברענגן די אנטי כינע ביל טראץ קעגנערשאפט פון מעקאנעל וועלכע פארפירט אז מען דארף גיבן מער צייט פאר אמענדמענטס
שומער זאגט איצט אז די ביל איז אומפארטייאיש און וועט ערלויבן אמענדמענטס אבער איז נישט גרייט אז רעפובליקאנער זאלן עס פארשלעפן
שומער וויל עס נאך זעהן פארטיג די וואך ווייל ער איז געבונדן אין צייט און האפט נאך אין די קומענדיגע צייט ארויפצוברענגן פאר אן אפשטימונג די קאנגרעס ביל צו שאפן א קאמיסיע אויסצופארשן די קעפיטאל איבערפאל און די סענאט גייט שוין אט אויף אורלויב

*

סענאטארשע עליזאבעט ווארען וועט פארשלאגן א ביל ארויפצושטעלן א לעבנסלענגליכע פארבאט אויף קאנגרעסלייט און סענאטארן צו האנדלען מיט סטאקס

*

סענאטאר סעס רייסט ארונטער די ביידען אדמיניסטראציע פארן באשטימען א סאמיט מיט רוסלאנד'ס פוטין זאגנדיג אז צו ערשט האט מען באפרייט נארד סטרעים פון סאנקציעס און אצינד גייט מען פאראויס מיט א סאמיט זיך צו טרעפן מיט א מאן וועלכע האט פארגיפטעט אלעקסיי נאוואלני און זיין פאפעט לוקשענקא אין בעלארוס האט פארכאפט א פליגער צו ארעסטירן אן אפאזיציע פיגור

*

קאנגרעס ענערדזשי און ריסוירסעס קאמיטע פארזיצער מייק לעווין האט נאכאמאל אויפגעברענגט א ביל וועלכע איז שוין מיט א צייט צוריק געווארן קא ספאנסארד דורך דער רעפובליקאנער פאול גאסער ביי א פארהער איבער דעם האט לעווין ערקלערט אז דאסמאל האט מען נישט אנגעשלאסן גאסער צוליב זיין שטימע אין יונואר 6 למספרם

*

די סענאט וועט היינט שטימען אויף די נאמינאציע פון טשיקוויטע ברוקס-לאשור צו זיין אדמיניסטראטאר פון די צענטער פאר מעדיקעיר און מעדיקעיד סערוויסעס

*
די סענאט וועט היינט שטימען צו ענדיגן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון קריסטען קלארק צו סערווירן אלץ געהילף אטוירני דזשענעראל און אן ענדגילטיגע אפשטימונג קען נאכפאלגן נאכמיטאג
איר נאמינאציע האט נישט באקומען א מאיאירטעט אין קאמיטע

*

קאנגרעסמאן מארק אמאדי (ר) פארטרעט נעוואדע'ס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט און באטראכט צו לויפן פאר גאווערנאר
ער האט לעצטע וואך גערעדט איבער דעם מיטן געוועזענעם סענאטאר דיען העלער וועלכע באטראכט אויך צו לויפן

*

מיט עטליכע וואכן צוריק האט די ביידען פאמיליע באשטעטיגט אז די איינפיר פון האדעווען א קאץ אין ווייסן הויז קומט צוריק אין די נאנטע צוקונפט
די לעצטע מאל וואס א קאץ האט זיך געדרייט אין ווייסן הויז אין געווען אונטער פרעזידענט בוש און אזוי אויך האבן די קלינטאנס געהאט אדאפטירט א קעצל און פרעזידענט ביידען וועט פארזעצן יענע טראדיציע
טראץ וואס א נאמען און צייט איז דערווייל נישט געווארן געמאלדן
פרוי ביידען אדרעסירט זארגן איבער די ערשטע הונט וועלכע איז שוין געווען פארמישט אין עטליכע אינצידענטן און וואס עס קען באדייטן פארן וואוילזיין פונעם קאץ און פארשפראכן אז די סיקרעט סערוויס האט אריינגעשטעלט דעם הונט אין א ספעציעלע שעלטער ווא עס גייט אדורך טעראפי סעסיעס צו פארזיכערן אז די כלבא איז נישט נושך לשונרא און דערווייל פירט ער זיך אויף ארנטליך
ווערנדיג נעכטן ווידער געצימבלט איבער א דאטום ווען מען קען ערווארטן די קאץ זאגט ווייסע הויז פרעסע סעקרעטארשע דזשען סאקי אז די ווייסע הויז ווארט אויף א שלעכטע נייעס טאג צו קענען פארקירעווען די מידיא דעקונג מיטן דאן מעלדן אזא נייעס

*

פלארידא קאנגרעספרוי סטעפאני מורפי (ד) האט באשלאסן נישט אונטערצונעמען א פארמעסט אקעגן סענאטאר מארקא רוביא


*

פלארידא גאווערנאר ראן דסאנטיס האט אונטערגעשריבן א געזעץ וועלכע וועט ערלויבן די אטוירני דזשענעראל צו קלאגן סאושעל מידיא פירמעס וועלכע האבן מער ווי 100 מיליאן נאכפאלגער פער מאנאט אויב זיי סענסארן פאליטישע מאטריאל פון וועבזייטלעך
אינדיווידועלן וועלכע וועלן זיך שפורן באטראפן פון אזעלכע מידיא סענסארשיפ וועלן אויך קענען קלאגן די פירמעס
די ביל גייט אריין אין אפעקט אין יולי 1 למספרם און וועט קענען זוכן צו באשטראפן מיט 250 טויזנט דאלער פער טאג פארן באזייטיגן אקאונטס פון א סטעיטווייד פאליטישע קאנדידאט און 25 טויזנט פער טאג פארן באזייטיגן אקאונטס פון א לאקאלע פאליטישע קאנדידאטן

*

עס איז געווארן באקאנט אז קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי איז מעגליך געווען אנגעשטעקט מיט די ווירוס אין די צייט וואס ער האט זיך באטייליגט ביי זיין זוהן'ס הייראט צערעמאניע

*

ווערנדיג נאכאמאל געפרעגט איבער 2024 למספרם אמביציעס זאגט קריס קריסטי אז ער גייט נישט אויסשליסן אזא געדאנק און וועט פאסן א באשלוס נאך די מידטוירמס

*

א מאן אויף א באס האט פארגעהאלטן א 10 יעריג מיידל וועמענס מאסק האט נישט פארדעקא געהעריג איר געזיכט עס צו פאררעכטן
ווען דאס קינד האט געפרעגט פארוואס זי מוז עס טוהן האט דער יעניגער געענטפערט "ווייל אזוי" און דאן אראפגעלאזט א פאטש פארן קליינעם

*

ווי באריכטעט זוכט פרעזידענט סיידען צו דעקן טייל פון זיין אינפראסטרוקטור ביל מיטן צושטעלן מער פאנדינג פאר די איי אר עס בעסער נאכצוגיין אומאיינקאסירטע שטייערן
א קאנסערוואטיווע גרופע האט אונטערגענומען א מידיא בליץ אקעגן די געדאנק נאך א סורוועי וואס האט געוויזן אז א קאמף אקעגן אזא פלאן איז פון די בעסטע מיטלען צו גרייכן די הארץ פון די וויילער
די קאמפיין ווערט אנגעפירט דורך די געוועזענע שטאב הויפט פון מייק פענס וועלכע האט לעצטנס געגרונדעט א נייע פאליטישע ארגאנאזאציע
מארק שארט נוצט אבער נישט די נאמען פון זיין נייע געשאפענע קאאליציע "באשוץ די אמעריקאנע ארבעטער" נאר אונטער די "בוי אמעריקא'ס צוקונפט, וועלכע איז א שירעם נאמען פאר א רייע ארגאנאזאציעס אין די לעצטע עטליכע יאר אריינגערעכנט איינס פון די געוועזענע פענסילועניע גאווערנאר עד רענדעל, געוועזענע קאליפארניע גאווערנאר ארנאלד שווארצנעגער און מייק בלומבערג
רענדעל האט רעאגירט אז זיין אייגענע ארגאנאזאציע שטיצט יא די ביידען שטייער פלאן און איז באזארגט אז דאס נוצן זיין ארגאנאזאציע'ס נאמען קען גיבן פאר וויילער די איינדרוק אז א געוועזענע דעמאקראטישע גאווערנאר שטיי אונטער די מעסעדזש און האט געשיקט פאר שארט א בריוו אין וועלכע ער פארלאנגט אראפצונעמען די נאמען פון די רעקלאמע
שארט לופטערט לאקאלע טעלעוויזיע רעקלאמעס אין הויז דיסטריקטן אין פענסילוועניע און איו דזשארדזשיא און פלאנט עס צו פארברייטערן צו 20 דיסטריקטן לענגאויס 6 שטאטן באגלייט מיט סאושעל מידיא רעקלאמעס

*
נאך אן אורטייל פון די סי ריכטערין עימי בערמאן דזשעקסאן ארויסצוגעבן מער פון די יוסטיץ דעפארטמענט לעגאלע מעמא וועלכע מאכט די קעיס פארוואס מען קען נישט קלאגן פרעזידענט טראמפ איבער אבסטראקשען אוו יוסטיץ האט די דעפארטמענט בלויז פארעפנטליכט א טייל דערפון וועמענ'ס אינהאלט דעקט נישט אויף קיין גרויסע חידושים
די דעפארטמענט האט זיך אבער אפגעהאלטן פון ארויסגעבן ס'איבריגע און אפעלירט די באשלוס פונעם ריכטער צו קרייז געריכט און פארלאנגט עס צו קענען האלטן קלאסיפייד
די דעפארטמענט האט נישט אנגעגעבן אויב די אטוירני דזשענעראל האט אונטערגעשריבן די פרישע אפיעל פארזוך

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג מאי 25, 2021 1:39 pm

ישר כח הבל פאר די געשמאקע באריכט.

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עומד מן הצד » דינסטאג מאי 25, 2021 1:44 pm

ייש''כ הבל!

שכרך הרבה מאוד!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 25, 2021 2:31 pm

יישר כח אלע אידן פאר די פידבעק!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 31, 2021 9:56 am

מאנטאג שלח








טראנספארטאציע סעקרעטאר פיט בוטידזשעדזש האט נעכטן געווארנט אז ווען געזעצגעבער קערן זיך צוריק קומענדגיע וואך יוני 7 למספרם וועלן רעפובליקאנער מוזן זיך זארפארט דורכקומען מיטן פרעזידענט איבער אן אינפראסטרוקטור ביל צו פארמיידן דעמאקראטן פון מאכן שבת פאר זיך
סענאטארשע קעפיטא וועט זיך קומענדיגע וואך טרעפן מיטן פרעזידענט צו זעהן אויב די צוויי זייטן קענען זיך אדורכקומען

*

סענאט מאיאריטעט פירער שומער האט זיך באצויגן מיט ביטול צו די פאליטיקא נייעס זייטל ציטירנדיג זייערס א באריכט און צוגעלייגט אז עס קומט פון פאליטיקא מאגאזין, פאליטיקא נייעס זייטל, וואטעווער פאליטיקא איז
א פאליטיקא רעפארטער איז קענטיג געטראפן געווארן און אפירגעקראצט א ביל אין וועלכע מען זעהט שומער פארטיפט אין זייערס א באריכט מיט אינטערעסע און עס פובליצירט ווי צו זאגן: מאך דיך נישט אזוי פרעמד

*

דזשארדזשיא סטעיט סענאטאר באטש מילער שפרונגט אריין אין די ליוטענאנט גאווערנאר פארמעסט

*

סענאט מאיאריטעט פירער שומער געפיילט קלאוטשער פאר די נאמינאציע פון רעגינא ראדריגאז צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער אין קאלאראדא

*

מאנטאג נאכמיטאג וועט די סענאט שטימען פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון דזשוליאן ניעלס צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער אין ניו דזשערסי

*

די טעק אינדוסטריע האט אריינגעטראגן א לאוסוט אקעגן די נייע פלארידא געזעץ צו באשטראפן סאושעל מידיא פירמעס וועלכע צענזורירן פאליטישע אקאונטס מיט וועלכע זיי זענען אומאיינשטימיג
די קעיס איז אנגעקומען צו ריכטער ראבעט הינקל נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן

*
טראץ וואס טראמפ האט שוין אינדארסירט מא ברוקס צום אלאבאמא סענאט זיץ וועלכע וועט ווערן ליידיג מיט די אפטריט פון סענאטאר שעלבי זענען טייל רעפובליקאנער אריינגערעכנט פילע אין די ביזנעס געמיינדע אומצופרידן מיט ברוקס
מען הערט אז א געהילף צו שעלבי גרייט זיך אריינצוטאנצן אין די פארמעסט

*

דריי פאנדרעיזער אין שטיצע פון דזשאש מאנדעל וועלכע פארמעסט זיך אין די אהייא סענאט רעפובליקאנע פריימערי האבן זיך ארויסגעצויגן פון זייערע אקטיוויטעטן אויפברענגנדיג פראגן איבער ווי ערנסט און שטארק די קאמפיין איז גייענדיג פאראויס

*

א לעבעדיגע נאכט איז אריבער אויף טעקסאס ווען דעמאקראטן האבן אויף צייטווייליג פארשלעפט דאס באשטעטיגן א רעפובליקאנע וואל רעפארם געזעץ
די סענאט האט שוין געהאט באשטעטיגט די 67 זייטן געזעץ וועלכע טוט צווישן אנדערן עלימינירן דרייוו טרו צענטערן און 24 שטונדן שטום לאקאלן וואס ביידע פון די זאכן זענען פאריאר געווארן באשטעטיגט דורך העריס וועלכע איז די גרעסטע דעמאקראטישע קאנוטי אבער האט נאך דרוק אפגעווייכט פון פארקורצערן די זונטאג שטונדן
די געזעץ איז געווארן באשטעטיגט 6 אזייגער פארטאגס אין די סענאט נאך 8 שטונדן פארגן פון דעמאקראטן און איז געווארן אריבערגעשיקט צום סטעיט הויז וועלכע האט גערעכנט צו שטימען דערויף נעכטן נאכט
רעפובליקאנער האבן אין געשטימט אויף א פטור פון די פארשריפט וועלכע פארלאנגט אז א ביל מוז זיין פובליק 24 שטונדן בעפאר מען שטימט און דעמאקראטן האבן געשוימט פארן זיך אויספייפן אויף די געווענליכע פראטאקאל וועלכע גיבט נישט גענוג צייט פאר געזעצגעבער אין די פובליק אבערצוקוקן די געזעץ
די ביל זעלבסט געגעבן לייכטערע צוטריט פאר פארטיי אבזערווירער ביי שטום לאקאלן און שטעלט ארויף קרימינאלע שטראפן אויף וואל באאמטע וועלכע באגרעניצן זייערער באוועגונגען אבער האבן אפגעטרעטן פון אן ארגינעלע פלאן צו ערלויבן די אבזערווירער צו כאפן בילדער
די געזעץ מאכט אויך לייכטער פאר ריכטער ארויסצואווארפן רעזולטאטן וועלכע שטימען נישט אויב עס קען טוישן די אויסגאנג אפילו אויב עס איז זענען נישטא קיין באווייזן אז עס איז צוליב בייזוויליגע שווינדלערייען
א פראוויזיע וועט אויך מאכן פאר א פעלאני פון וואל באאמטע צו שיקן בעלאטס פאר וויילער וועלכע האבן עס נישט פארלאנגט
דעמאקראטן אין די הויז האבן פרובירט אויסצונוצן יעדע מיטל צו זייער דעספאזיציע צו פארשלעפן די אפשטימונג און זאכן זענען געווארן אינטערסאנט ווען דער רעפובליקאנער ספיקער האט זיך אראפגעזעצט פאר לענגערע פארהאנדלונגען מיט דעמאקראטן וועלכע איז געווען מערקווירדיג זינט עס איז אנגענומען אז רעפובליקאנער האבן די שטימען
נאך עטליכע שטונדן איז געקומען די קלימאקס ווען דעמאקראטן האבן זיך איינפאך אויפגעהויבן און ארויסשפאצירט פון זאל איבערלאזנדיג די רעפובליקאנער מיטן צונג אינדרויסן און איז געקומען נאך אינסטרוקציעס פון קריס טורנער, די הויז דעמאקראטישע פארזיצער וועלכע האט פארארדנט זיינע קאלעגן צו נעמען זייערע שליסלען און זיך ארויסשליייכן פון די געביידע יעדער פאר זיך ביחידות און נישט פער גרעסערע גרופעס און נישט אדורכגיין די גאלערי צו פארמיידן ווי ווייט מעגליך פון שאפן א טומל
מאנכע האבן זיך געוואונדערט אז עס איז זייער מסתבר אז דעמאקראטן האבן געווארנט דעם ספיקער אז זיי וועלן נעמען די ריכטונג דורכאויס זייער געשפרעך מיט אים און געפרעגט פארוואס דער ספיקער האט עס ערלויבט זינט עס איז אין זיין אויטאריטעט אריינצורופן לאו ענפארסמענט זיי נישט ארויסצולאזן בעפאר אן אפשטימונג
רעפובליקאנער קענען נאכאלץ באשטעטיגן זייער ביל דורכ'ן פאררופן א ספעציעלע ךעגיסלאטיווע סעסיע

*

ענטאניא בראון איז א סיטי קאונסילמאן אין אטלאנטא דזשארדזשיא און ציילט זיך צווישן די וועלכע האבן געשטימט פארלאפענע יוני למספרם צוריקצוהאלטן 73 מיליאן דאלער אין פאנדינג פאר די פאליציי דעפארטמענט אזוילאנג ווי מעיאר באטאמס שטעלט נישט איין א רייע אינציאטיוון צו רעפארמירן די דעפארטמענט און איר באציאונג צו די געמיינדע אבער די דעפאנד ביל איז עווענטועל דורכגעפאלן
באטאמס האט ווי באריכטעט א צייט צוריק געמאלדן אז זי גייט נישט זוכן א צווייטע טערמין און בראון האט שוין געמאלדן אז ער גייט לויפן פאר די מעיאר אמט אבער עס איז נישט קלאר צו בראון איז נאכאלץ אזוי אויסן איינצוצוימען די פאליציי נאך אן אינצידענט וואס ער איז אריבער אויף די אייגענע ביינער און ער איז איצט אנגעוויזן אויף די אויספארשונג טאקטיקן וועלכע די פאליציי פירט אדורך
בראון איז געווען אונטערוועגנס צו א צערעמאניע און איז ארויס פון זיין קאר זיך טרעפנדיג מיט א באקאנטע ווען מיטאמאל האבן ארויסגעשפראצט פיר יונגאטשעס וועלכע האבן זיך אריינגעזעצט אינע אויפגעשלאסענעם קאר און אנגעהויבן פארן
בראון פארציילט אז עס האט גענומען א וויילע ביז ער האט זיל אריענטירט צוליב וואס עס איז אים נישט געקומען אויפן געדאנק אז די פיר קינדער גייען רויבן א קאר טראץ וואס איינע פון זיי האט אויסגעקוקט צו האלטן עפעס וואס איז מעגליך געווען א רעוואלווער
די קינדער זענען געווען אין די עלטער פון 8 ביז 12 יאר און בראון איז צו ערשט צוגעשפרונגען צום קאר און זיך אנגעכאפט דערויף אין א פרואוו זיי צוריקצוהאלטן פון אנטלויפן אבער די חברה האבן אים גערן געגעבן אן אומזיסטע אויספלוג און אפגעפראן א גאס מיט בראון זיך נאכשלעפנדיג כסוס ורוכבו און דאן האט ער אויפגעגעבן און זיי געלאזט פארן ווייטער

*

אבי מארטין איז א דזשורנאליסט און אדוואקאט אקטיוויסט פאר פאלעסטינע רעכטן און א שטיצער פון די בי די עס באוועגונג וועלכע רופט צו באיאקאטירן פראדוקטן וועלכע קומען פון די איינגענומענע געביטן
זי איז ארגינעל געווארן געלאנדט צו גיבן די שליסל רעדע ביי די דזשארדזשיא דרום יוניווערזיטעט פאר וועלכע מען באקומט טויזנט דאלער אבער ביים פארבעטן ווערן אונטערצושרייבן אז זי וועט נישט שטיצן א באיאקאט אויף די איזראעליס האט זי זיך אנטזאגט עס צו טוהן און צוליב דעם איז די איינלאדענונג געווארן אפגערופן און אזוי אויך די אלף'ל
די פארלאנג פאר אזא אונטערשריפט איז געקומען פון די 2016 למספרם סטעיט געזעץ וועלכע פארבאט פאר סטעיט קערפערשאפטן צו טוהן ביזנעס/ארויסגעבן קאנטראקטס פאר איזראעל באיאקאטירער
איז איז ווייט נישט די ערשטע צו ווערן אפעקטירט פון די געזעץ אבער אלץ איר אקטיוויסטיש שטאנד באשלאסן צו נעמען לעגאלע שריט און אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט איז אירע ערשטע און פערצנטע אמענדמענט רעכטן זענען געווארן פארלעצט
די יוניווערזיטעט האט געבעטן פונעם ריכטער ארויסצואווארפן די קעיס אבער ריכטער מארק קאהען נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא האט אצינד אפגעווארפן די ביטע און ערלויבט די קלאגע פאראויסצוגיין
ענליכע געזעצן זענען שוין אויך געפונען געווארן אלץ אומקאנסטיטוציאנאל אין אריזאנא, קענסאס, טעקסאס און אין ארקענסאו
אין ארקענסאו האט שוין די סירקוט קאורט אויסגעהערט די קעיס און די אכטע קרייז געריכט האט ווידערהאלט די אורטייל פון די דיסטריקט געריכט

*

אמביציעזע רעפובליקאנער פרובירן צו טרעפן די באלאנס צווישן פארבלייבן אויף די גוטע זייט פון טראמפ און צוביסלעך איינפעדימען זיייער קאמפיין אפאראטוס צו זיין גרייט אין פאל פרעזידענט טראמפ באשליסט נישט צו לויפן פאר פרעזידענט
זיי אנערקענען אז אין א וועלט פון אזויפיל קאנקורענץ איז צייט גאר וויכטיג און מען מוז האבן זיך באקאנט מאכן פאר וויילער און אריבערגעוואונען זייערע הערצער און גלייכצייטיג פרובירן באאיינפלוסן לאקאלע געזעצגעבער און פארטיי שישקעס ארויפצוקומען אויפן צוג און העלפן מיט פאנדרעיזינג און גרעס רוט שטיצע
דאס גיין צווישן די טראפן האט געשאפן אן אינטערסאנטן פענאמאנאן ווען עס פארמירט זיך צוביסלעך א געהעריגע 2024 למספרם שאטן פריימערי קאמפיין ווען מערסטנס קאנדידאטן מאכן זיכער קלארצושטעלן אז זיי וועלן נישט מאכן קיין מעלדונג אזוי לאנג ווי מען הערט נישט פון טראמפ איבער זיינע פלענער אבער ווערן מער און מער אקטיוו ארויסצוהעלפן קאנגרעסלייט און קאנדידאטן וועלכע וועלן זיך פארמעסטן אין די בעפארשטייענדע מידטוירמס
קאנדידאטן רייזן ארום צו א רייע וויכטיגע שטאטן צו קאמפיינען און פאנדרעיזן פאר רעפובליקאנע קאנדידאטן איבערן לאנד און האבן געשאפן ספעציעלע פעקס געווידמעט פאר אט דעם צוועק
טאם קאטאן וועט זיך אין די קומענדיגע וואכן אריבערכאפן קיין אייאווע צו קאמפיינען פאר דריי ערשט טערמיניגע קאנגרעסמ מיטגלידער און איז אין נאכאנאנדע פארבינדונג מיט קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי איבער די מידטוירמס
ער האט שוין אויך אונטערגענומען א טעלעוויזיע רעקלאמע קאמפיין פאר זיינע אינדארסירטע קאנדידאטן דורך זיין פאליטישע פעק
מייק פאמפעיא איז דינסטאג געשטאנען אין שפיץ פון א גרויסע פאנדרעיזער פאר די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע
ניקי העילי האט אינדארסירט א האנדפול פון רעפובליקאנע פרויען קאנדידאטן און אפגעהאלטן פאנדרעיזערס פאר ניי ערוויילטע קאנגרעס פרויען
טעד קרוז האט שוין אינדארסירט דריי קאנסערוואטיווע הויז קאנדידאטן און פאר איינע פון זיי האט ער שוין אהערגעשטעלט א רעקלאמע פון שטיצע
די סטראטעגיע פרובירט צו קאפירן א מאדעל וועלכע איז געווארן אויספרובירט דורך פרעזידענט ניקסאן און שפעטער דורך מיט ראמני ווען ביידע פון זיי האבן ערנסט קאמפיינט זייט ביי זייט מיט א פילע קאנגרעס קאנדידאטן דורכאויס די מידטוירמס האבנדיג א געלעגנהייט אויסצופרובירן טאקטיקן, און פראזן וועלכע שלאגן ווארצלען מיט וויילער און אנקניפן באציאונגען און ביידע פון זיי האבן צוויי יאר דערויף סוקסעספול געוואונען זייער פארטיי'ס נאמינאציע פאר פרעזידענט
די קאנדידאטן ארבעטן אינעם זעלבן ריכטונג שפאצירנדיג פארזיכטיג צווישן די טראפן נישט צו שאפן דעם איינדרוק ווי זיי זוכן אריינצושטעקן א פינגער אינעם אויג פונעם גרויסן עלעפאנט אין צימער וועלכע זאגט קלאר אז ער באטראכט זעלבסט צו לויפן נאכאמאל
געוויס ווערן די מערסטע ענערגיע דעזיגנירט פאר שליסל שטאטן וועלכע דעצידירן פרעזידענט פריימערי פארמעסטן ווען אין שפיץ שטייט די ערשטע קאקוס סטעיט אייאווע וואו די פריש ערוועלטע קאנגרעספרוי מילער מיקס איז אין מערץ ענדליך לויז געווארן פון פרואוון דורך דעמאקראטן צו נעמען שריט מעגליך איבערצודרייען די רעזולטאטן פונעם פארמעסט אין וועלכע די קאנגרעספרוי האט ארויסגעקוועטשט א ראזאר דינע זיג
אין די מאנאטן פון אומקלארקייט האט קאטאן האט אויפגעטריבן פאנדן פאר די מיקס קאמפיין און פאמפעיא האט אויסגענוצט א באזוך קיין אייאווע ארונטערצורייסן די דעמאקראטישע פארזוכן, און העילי האט ארויסגעשיקט נישט ווינציגער ווי א האלבע טוץ מעסעדזשעס אין שטיצע פון מיעקס
פון אייאווע גייט מען קיין ניו העמפשיר וואו מעט מאוערס איז געלאפן צו קאנגרעס אין 2020 למספרם און פארלוירן אבער גרייט זיך צו פרובירן א צווייטע מאל און איז שוין געזיצן מיט קאטאן און פאמפעיא ביי עטליכע ווירטואלע אויפטריטן וועלכע האט אויך בענעפיטירט א רייע לאקאלע קאנדידאטן
פאר געוועזענע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע איז די פרישע אקטיוויזם וויכטיגער ווי פאר ערוועלט פאליטיקאנטן צוליב וואס זיי מאנגלען אן אפיציעלע פאליטישע פלאטפארמע פון וואו צו פארבלייבן אין פארבינדונג מיט וויילער און העילי שיינט דערווייל צו זיין ס'מערסטע אנגאזזשירט מיטן זיך אנרוקן וואו נאר מעגליך אריינגערעכנט צו קומען צו הילף אין די לעצטע מינוט צו די איצטיגע ספשעל עעלעקשאן אין ניו מעקסיקא וואו די דעמאקראט איז ערווארטעט לייכט צו געוואנען אבער דער רעפובליקאנער האט לעצטנס פרובירט צו פארוואנדלען די קאמפיין אקעגן איר איבער איר אנטי פאליציי שטעלונג און רעפובליקאנער וועלן פרובירן אפצולערנען די רעזולטאטן און ווי שטארק עס קען ווערן אויסגענוצט ביי די מידטוירמס באזירט אויף ווי טיף ער וועט יא אדער נישט באווייזן אריינצושניידן אין איר ערווארטעטע זיג

אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שמואלי לענעראוויטש » מאנטאג מאי 31, 2021 10:15 am

פיינע קאקאש היינט! שכוח הבל!

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג מאי 31, 2021 11:11 am

ש’כח @הכל

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » מאנטאג מאי 31, 2021 1:47 pm

$$$$$$$ Thanks A
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 31, 2021 2:43 pm

יישר יישר!

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך א נייער » דינסטאג יוני 01, 2021 10:05 am

הבל, פיינע קאקאש. טענקס
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 01, 2021 10:14 am

דינסטאג שלח





פרעזידענט ביידען וועט זיך אראפזעצן מיט סענאטארשע קעפיטא מארגן מיטוואך פאר ווייטערדיגע געשפרעכן איבער אן אינפראסטרוקטור ביל

*

היינט קומט פאר די ספעשל עלעקשאן אין ניו מעקסיקא'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט צו ערזעצן דעב האלאנד וועלכע איז געווארן אינטעריאר סעקרעטארשע און דעמאקראטישע סטעיט סענאטארשע מעלאניא סטענסבארי איז ערווארטעט לייכט צו באזיגן דעם רעפובליקאנער סטעיט סענאטאר מארק מורס אין א דיסטריקט וועכלע דעמאקראטן האלטן שוין אן זינט 2009 למספרם אבער אנאליסטן האלטן אן אויג צו זעהן וויפיל מורס קען אריינשניידן אין איר געוואונס זייענדיג די ערשטע פארמעסט קומענדיג נענטער צו די מידטוירמס און מען קוקט ארויס צו זעהן ווי אזוי וויילער נעמען אויף די קעגנערישע קאמפיין מעסעדזשעס פון קאנצעטראציע איבער עקאנאמישע אנגעלעגנהייטן און רעגירונג הילף און פראגראמען אקעגן קריטיק פון נעמען אן אנטי פאליציי און קריים שטעלונג
אין די צוויי וואכן ערלי וואוטינג פעריאד איז אריינגעקומען איבער 90 טויזנט בעלאטס און דעמאקראטן האבן דארט א שטארקע אויבערהאנט

*

די אריינקומענדע פרעזידענט פון א ריזיגע יוניאן אין קאליפארניע האט געמאלדן אז ער גייט שטיין אין א זייט און נישט אנטראגן סיי וועלכע הילף פאר גאווערנאר ניוסאם אין די ערווארטעטע ריקאול צוליב וואס דער גאווערנאר פארלאנגט פון יוניאנס צו זיין גרייט אויף טיפע שניטן צו באלאנסירן די סטעיט בודזשעט וועלכע וועט עהן א דעפעציט צוליב די ווירוס

*

רעדנדיג פון ניוסאם ווער געמאלדן פון אן אפמאך אויסגעהאמעקט אונטער וועלכע זיין אדמינסטראציע וועט מער נישט קענען ארויפשטעלן סיי וועלכע פרישע באגרעניצונג אויף קירכעס אין רעליגיעזע אינסטיטוציעס און וועט באזונדער דארפן באצאהלן 1.35 מיליאן דאלער אנטשעדיגונג פאר א לאס אנזשעלעס באזירטע קירכע פאר אומנויטיגע באגרעניצונגען ארויפגעשטעלט אויף זיי

*

די היים פון דרום קאראליינע קאנגרעספרוי נענסי מעיס איז געווארן אנגעפירקלט מיט אנטיפא סימבאלן

*

די סופרים קאורט האט היינט צופרי געמאלדן אז זיי לאזן אין פלאץ די אורטייל פון א נידריגע געריכט ווועלכע האט באפוילן דזשאנסאן און דזשאנסאן צו באצאהלן 2.1 ביליאן דאלער פאר א פרוי וועלכע האט באשולדיגט א בעבי פאודער פון די פירמע צו אנטהאלטן אין זיך אזבעסטאס וועלכע האבן קראנק געמאכט א קינד מיט די ביטערע מעשה ר"ל

*

פלארידא דעמאקראטישע קאנגרעספרוי סטעפאני מורפי איז איינע פון עטליכע דעמאקראטן וועלכע האבן אנגעהויבן פארמענען אן אינערן דעמאקראישע דעבאטע אויב מען זאל אויסנוצן דאנאלד טראמפ ביי די קומענדיגע מידטוירמס זאגנדיג אז דאס שטעלן טראמפ אין די ספאטלייט קען שעדיגן דעמאקראטן'ס שאנסן אנצוהאלטן די הויז
די גרופע דעמאקראטן צייגן אן אז אין 2020 למספרם האבן קאנגרעס דעמאקראטן דערלייגט א רייע זיצן אומערווארטעט און אז טראמפ און זיין מעגליכקייט צוצושלעפן נייע וויילער איז צו פארדאנקן די פארלוסטן טראץ וואס טראמפ טוט אין די זעלבע צייט פארטרייבן אנדערע וויילער
דיי ווייזן אן טראמפ איז א רעפובליקאנע פראבלעם פון וועלכע זיי דארפן לויז ווערן און וויפיל שאדן ער קען מאכן פאר רעפובליקאנער וועט ער סייווי טוהן אויף די אייגענע האנט אין די צייט וואס דעמאקראטן זאלן ליבערשט פירן א 2018 למספרם סטיל קאמפיין צו רעדן איבער די אישוס ווי איידער פארוואנדלען די פארמעסט אין א רעפערענדום אויף טראמפ

*

ווען פיל מורפי איז ערוויילט געווארן אלץ גאווערנאר אין ניו דזשערסי האט ער געדארפט פאסן א באשלוס צו ער וויל רעגירן פון צענטער אדער פון לינקס און צו די פרייד פון ליבעראלן האט ער גענומען זייער ליניע מיט א שמוץ אריבער
מורפי האט דערלאנגט פאר די לינקע באזע איין זיג נאך די אנדערע פון א מיליאנער שטייער ביז דרייווער לייסענס פאר אומלעגאלע און נאך פילע צוקערלעך אינדערמיט
עס קען שיינען ווי שטייגערליך פאר א דעמאקראטישע גאווערנאר אין א סטעיט ווי דעמאקראטן פארמאגן אן איבערוויגנדע מאיאריטעט אבער פאר ווער עס קען אביסל די אויסשטעל פון די סטעיט פאליטיק איז עס געווען גאר בולט אז די באשלוס איז נישט געווען אזוי איינפאך
די ריטעיל פאליטיק אין דזשערסי איז היבש קאמפילצירט און די דע פאקטא פירער אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי זענען פיל מער אין צענטער געשטימט ווי עס זענען די ליבעראלע יוגנט
איינע פון די סאמע מאכטפולסטע מענער אין סטעיט פאליטיק איז דזשאדזש נארקראס וועלכע איז שוין פארמישט אין אלץ וואס קומט פאר אין די רעגירונג פאר אריבער 30 יאר און טראץ וואס ער איז קיינמאל נישט געלאפן פאר א רעגירונג פאסטן שטייט ער אונטער אלץ און אלעמען און זיין אלטמאדישע צוגאנג פון זיך דורכקומען מיט מער צענטריסטישע לעגיסלאטארן איז געווען אנדערש ווי די לינקע שניט גענומען דורך מורפי
ביז עטליכע מאנאטן אריין אין זיין טערמין איז מורפי שוין געווען מער ווייניגער אין קריג מיט די עסטאבלישמענט און זיך איינגעקויפט אן ארכי פיינט אין נארקראס
גראדע איז מורפי נישט ערוועלט געווארן א דאנק ליבעראלע שטיצע נאר א דאנק יארן לאנגע ביישטייערונגען פאר קאונטי דעמאקראטישע פירער וועלכע זענען אים שולדיג געבליבן א טובה
די אלטגעזעסענע פארטיי פירער האט אים פון אנפאג נישט בעפארצוגט אבער ווען דזשערסי סיטי מעיאר סטיווען פילאפ וועלכע איז געווען די אויסוואל פון מערסטנס פארטיי פירער האט באשלאסן נישט צו לויפן האט מורפי אנדעקט די טיפע ריס צווישן די צפון און דרום דזשערסי פארטיי מאשינען און מאנעוורירט זיך צו פארזיכערן מיט גענוג שטיצע צו ווערן די פארטיי'ס נאמיני
אריינקומענדיג אין אפיס האט די מורפי אדמיניסטראציע זיך גענומען צו די ביינער פון די דרום מאשין וועלכע זענען שטארק צענטריסטיש און פלעגן נאנט מיטארבעטן מיט זיין פארגייער גאווערנאר קריס קריסטי אונטערנעמנדיג אן אויספארשונג אקעגן שטייער אינציאטיוון זייערע וועלכע האט געפירט צו א פעדעראלע אויספארשונג אקעגן נארקראס און זיין דרום דעמאקראטישע פארטיי וועלכע האט זיך געשלאסן אן קיין קלאגעס
די קריג האט זיך אויסגעברייטערט אויפן פינאנציעלן פראנט ווען די ערציאונג אסאסיאציע דורך א נאן פראפיט איז פארוואנדלט געווארן ווי א פאליטישע ארעם שטיצנדיג דעם גאווערנאר און זיינע אינדארסירטע קאנדידאטן איבערהויפט ביי א גאר קאסטבארע פארמעסט אין וועלכע סוויני וועלכע איז נאנט אליאירט מיט נארקראס האט געשטיצט דעם קעגנערישן קאנדידאט פון וועלכע מורפי האט אינדארסירט
ווי געזאגט זענען עטליכע יאר פארביי
קומענדיג נענטער צו די וואלן ווען מורפי גרייט זיך צו זוכן א צווייטע טערמין האט מורפי געמאכט א 180 גראד יו טוירן און איינגעפעדימט אליאנצן מיט זיינע געוועזענע פיינט פארשטייענדיג אז ער איז אנגעוויזן אויף זייער הילף און קאאפעראציע צו פירן א געשמירטע קאמפיין
מורפי איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון די סטעיט איינגארטיגע פריימערי בעלאט סיסטעם וועלכע ערלויבט פארטיי אינדארסירטע קאנדידאטן צו באקומען א בעסערע ארט אויף די בעלאטס
אויך מורפי'ס אטוירני דזשענעראל האט געשריבן פארן געריכט אקעגן א פארזוך צו עלימינירן די קאנטערווערסיאלע בעלאט סיסטעם איבער וועלכע ליבעראלן ברויזן אז די ביים שפיץ פון מאכט מיט טיפע עסטאבלישמענט פארבינדונגען פארזיכערן זיך אזוי צו בלייבן ביי די מאכט
פראמינענטע לינקע אקטיוויסטן רייסן שוין עפנטליך ארונטער דעם גאווערנאר פארן טאנצן צום טאקט פון די עסטאבלישמענט פידל שפילער און אז ער זוכט זייער שטיצע און גלייכצייטיג פארזיכערן אז אין א פריימערי וועט זיין נאמען זיין די ערשטע אויף די בעלאט
די נייע ווינטן אינעם גאווערנאר'ס אפיס האט געכאפט ליבעראלן אין שאק ווען ער פרובירט עס ניטאמאל צו באהאלטן און די נארקראס שטייער אינציאטיוון וועלכע זענען פאר יארן געבליבן שטעקן האבן מיטאמאל אנגעהויבן באקומען וויכטיגע באשטעטיגונגען פון סטעיט עקאנאמישע דעוועלאפמענט אויטאריטעטן ווען אין די זעלבע צייט האבן זיך סטעיט אויספארשונגען אקעגן נארקראס פארמאכט
א נייע ביל אונטערגעשריבן דורכ'ן גאווערנאר קען גיבן פאר ביזנעסער ביליאנען דאלארן מער און סטעיט געשטיצט שטייער קרעדיטס
די פרידליכע וואסערן פליסן אין ביידע ריכטונגען און די נארקראס אפאראט קומט אקעגן דעם גאווערנאר מיט אן איילבירט צווייג ווען אויספארשונגען דורך סענאט פרעזידענט סוויני, א נארקראס אליאירטער -איבער די באשלוס פון די אדמיניסטראציע צו האלטן א שטאב איינגעשטעלט וועלכע איז געווארן באשולדיגט מיט אומארנטליכע אויפפירונג אקעגן א צווייטע באאמטע און אזוי אויך איבער די ווירוס רעאקציע- האבן נאכגעלאזט
טראץ די קלארע טויש דרוקן געוויסע ליבערלאן אויס האפענונג אז עס איז בלויז קורץ טערמיניג און שטאמט פון מופרי'ס אנערקענען די רעאליטעט אז ער מוז זיך אונטערווארפן די פארטיי מאשין צו באקומען א צווייטע טערמין אבער איינאמל ווידער ערוועלט וועט ער צוריקגיין צו די ביזנעס פון אויפשאקלען א קארופטירטע פארטיי סיסטעם
אין פאקט, אויך איצט ווען מורפי פרובירט צו לעבן בעסער מיט די פירערשאפט זענען פארבליבן עטליכע אישוס איבער וועלכע זיי זעען זיך נישט אויג צו אויג און מורפי לאזט נישט נאך פון זיינע רופן אויף געזעצגעבער צו באשטעטיגן א חוק רציחה אין די צייט וואס סענאט פרעזידענט סוויני און הויז ספיקער קרעג קאהלין אנטזאגן זיך צו סקעדזשועלן אן אפשטימונג אויף די ליבעראלע ביל נישט וועלנדיג אריינשטעלן א רייע סווינג דיסטריקט לעגיסלאטארן און סטעיט סענאטארן אין א פלאנטער
מורפי אמפערט זיך אויך ארום מיט סוויני און סטעיט סענאטאר ניקאלאס סעקא וועלכע איז זעלבסט א פארטיי פירער און צפון ניו דזשערסי איבער א קאנטערווערסיאלע ביל באקאנט אלץ די סעקא ביל וועלכע זוכן אפצושפאן די מענדעטארי מינימום סענטענסינג פאר פאליטישע קארופציע און סעקא האט אן אינטערעסע דערין נאך וואס א זוהן פון זיינס א גאר נאנטע פאמיליע מיטגליד שטייט אויס א פאליטישע קארופציע קלאגעס

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג יוני 01, 2021 12:33 pm

ש’כח @הכל, ספעציעל הנאה געהאט פון די ניו דזשערסי באריכט.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג יוני 01, 2021 2:01 pm

ישר כח הבל פאר די לעצטע צוויי באריכטן, געליינט אין איין שאס.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך א נייער » דינסטאג יוני 01, 2021 7:10 pm

יש לו מנה האט געשריבן:ש’כח @הכל, ספעציעל הנאה געהאט פון די ניו דזשערסי באריכט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יוני 01, 2021 9:45 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג שלח

די אריינקומענדע פרעזידענט פון א ריזיגע יוניאן אין קאליפארניע האט געמאלדן אז ער גייט שטיין אין א זייט און נישט אנטראגן סיי וועלכע הילף פאר גאווערנאר ניוסאם אין די ערווארטעטע ריקאול צוליב וואס דער גאווערנאר פארלאנגט פון יוניאנס צו זיין גרייט אויף טיפע שניטן צו באלאנסירן די סטעיט בודזשעט וועלכע וועט זעהן א דעפעציט צוליב די ווירוס. דענק איך צו האבן געליינט דא אויפן וועלטל אז קאליפארניע האט זיך גאר גטראפן מיט א מולטי-ביליאן דאללער סורפלוס, אויף אזוי ווייט אז די ארטיגע רעגירונג וועט פארטיילן געלטער פאר סטעיט איינוואוינער.

*

ווען פיל מורפי איז ערוויילט געווארן אלץ גאווערנאר אין ניו דזשערסי האט ער געדארפט פאסן א באשלוס צו ער וויל רעגירן פון צענטער אדער פון לינקס און צו די פרייד פון ליבעראלן האט ער גענומען זייער ליניע מיט א שמוץ אריבער
מורפי האט דערלאנגט פאר די לינקע באזע איין זיג נאך די אנדערע פון א מיליאנער שטייער ביז דרייווער לייסענס פאר אומלעגאלע און נאך פילע צוקערלעך אינדערמיט
עס קען שיינען ווי שטייגערליך פאר א דעמאקראטישע גאווערנאר אין א סטעיט ווי דעמאקראטן פארמאגן אן איבערוויגנדע מאיאריטעט אבער פאר ווער עס קען אביסל די אויסשטעל פון די סטעיט פאליטיק איז עס געווען גאר בולט אז די באשלוס איז נישט געווען אזוי איינפאך
די ריטעיל פאליטיק אין דזשערסי איז היבש קאמפילצירט און די דע פאקטא פירער אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי זענען פיל מער אין צענטער געשטימט ווי עס זענען די ליבעראלע יוגנט
איינע פון די סאמע מאכטפולסטע מענער אין סטעיט פאליטיק איז דזשאדזש נארקראס וועלכע איז שוין פארמישט אין אלץ וואס קומט פאר אין די רעגירונג פאר אריבער 30 יאר און טראץ וואס ער איז קיינמאל נישט געלאפן פאר א רעגירונג פאסטן שטייט ער אונטער אלץ און אלעמען און זיין אלטמאדישע צוגאנג פון זיך דורכקומען מיט מער צענטריסטישע לעגיסלאטארן איז געווען אנדערש ווי די לינקע שניט גענומען דורך מורפי
ביז עטליכע מאנאטן אריין אין זיין טערמין איז מורפי שוין געווען מער ווייניגער אין קריג מיט די עסטאבלישמענט און זיך איינגעקויפט אן ארכי פיינט אין נארקראס
גראדע איז מורפי נישט ערוועלט געווארן א דאנק ליבעראלע שטיצע נאר א דאנק יארן לאנגע ביישטייערונגען פאר קאונטי דעמאקראטישע פירער וועלכע זענען אים שולדיג געבליבן א טובה
די אלטגעזעסענע פארטיי פירער האט אים פון אנפאג נישט בעפארצוגט אבער ווען דזשערסי סיטי מעיאר סטיווען פילאפ וועלכע איז געווען די אויסוואל פון מערסטנס פארטיי פירער האט באשלאסן נישט צו לויפן האט מורפי אנדעקט די טיפע ריס צווישן די צפון און דרום דזשערסי פארטיי מאשינען און מאנעוורירט זיך צו פארזיכערן מיט גענוג שטיצע צו ווערן די פארטיי'ס נאמיני
אריינקומענדיג אין אפיס האט די מורפי אדמיניסטראציע זיך גענומען צו די ביינער פון די דרום מאשין וועלכע זענען שטארק צענטריסטיש און פלעגן נאנט מיטארבעטן מיט זיין פארגייער גאווערנאר קריס קריסטי אונטערנעמנדיג אן אויספארשונג אקעגן שטייער אינציאטיוון זייערע וועלכע האט געפירט צו א פעדעראלע אויספארשונג אקעגן נארקראס און זיין דרום דעמאקראטישע פארטיי וועלכע האט זיך געשלאסן אן קיין קלאגעס
די קריג האט זיך אויסגעברייטערט אויפן פינאנציעלן פראנט ווען די ערציאונג אסאסיאציע דורך א נאן פראפיט איז פארוואנדלט געווארן ווי א פאליטישע ארעם שטיצנדיג דעם גאווערנאר און זיינע אינדארסירטע קאנדידאטן איבערהויפט ביי א גאר קאסטבארע פארמעסט אין וועלכע סוויני וועלכע איז נאנט אליאירט מיט נארקראס האט געשטיצט דעם קעגנערישן קאנדידאט פון וועלכע מורפי האט אינדארסירט
ווי געזאגט זענען עטליכע יאר פארביי
קומענדיג נענטער צו די וואלן ווען מורפי גרייט זיך צו זוכן א צווייטע טערמין האט מורפי געמאכט א 180 גראד יו טוירן און איינגעפעדימט אליאנצן מיט זיינע געוועזענע פיינט פארשטייענדיג אז ער איז אנגעוויזן אויף זייער הילף און קאאפעראציע צו פירן א געשמירטע קאמפיין
מורפי איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון די סטעיט איינגארטיגע פריימערי בעלאט סיסטעם וועלכע ערלויבט פארטיי אינדארסירטע קאנדידאטן צו באקומען א בעסערע ארט אויף די בעלאטס
אויך מורפי'ס אטוירני דזשענעראל האט געשריבן פארן געריכט אקעגן א פארזוך צו עלימינירן די קאנטערווערסיאלע בעלאט סיסטעם איבער וועלכע ליבעראלן ברויזן אז די ביים שפיץ פון מאכט מיט טיפע עסטאבלישמענט פארבינדונגען פארזיכערן זיך אזוי צו בלייבן ביי די מאכט
פראמינענטע לינקע אקטיוויסטן רייסן שוין עפנטליך ארונטער דעם גאווערנאר פארן טאנצן צום טאקט פון די עסטאבלישמענט פידל שפילער און אז ער זוכט זייער שטיצע און גלייכצייטיג פארזיכערן אז אין א פריימערי וועט זיין נאמען זיין די ערשטע אויף די בעלאט
די נייע ווינטן אינעם גאווערנאר'ס אפיס האט געכאפט ליבעראלן אין שאק ווען ער פרובירט עס ניטאמאל צו באהאלטן און די נארקראס שטייער אינציאטיוון וועלכע זענען פאר יארן געבליבן שטעקן האבן מיטאמאל אנגעהויבן באקומען וויכטיגע באשטעטיגונגען פון סטעיט עקאנאמישע דעוועלאפמענט אויטאריטעטן ווען אין די זעלבע צייט האבן זיך סטעיט אויספארשונגען אקעגן נארקראס פארמאכט
א נייע ביל אונטערגעשריבן דורכ'ן גאווערנאר קען גיבן פאר ביזנעסער ביליאנען דאלארן מער און סטעיט געשטיצט שטייער קרעדיטס
די פרידליכע וואסערן פליסן אין ביידע ריכטונגען און די נארקראס אפאראט קומט אקעגן דעם גאווערנאר מיט אן איילבירט צווייג ווען אויספארשונגען דורך סענאט פרעזידענט סוויני, א נארקראס אליאירטער -איבער די באשלוס פון די אדמיניסטראציע צו האלטן א שטאב איינגעשטעלט וועלכע איז געווארן באשולדיגט מיט אומארנטליכע אויפפירונג אקעגן א צווייטע באאמטע און אזוי אויך איבער די ווירוס רעאקציע- האבן נאכגעלאזט
טראץ די קלארע טויש דרוקן געוויסע ליבערלאן אויס האפענונג אז עס איז בלויז קורץ טערמיניג און שטאמט פון מופרי'ס אנערקענען די רעאליטעט אז ער מוז זיך אונטערווארפן די פארטיי מאשין צו באקומען א צווייטע טערמין אבער איינאמל ווידער ערוועלט וועט ער צוריקגיין צו די ביזנעס פון אויפשאקלען א קארופטירטע פארטיי סיסטעם
אין פאקט, אויך איצט ווען מורפי פרובירט צו לעבן בעסער מיט די פירערשאפט זענען פארבליבן עטליכע אישוס איבער וועלכע זיי זעען זיך נישט אויג צו אויג און מורפי לאזט נישט נאך פון זיינע רופן אויף געזעצגעבער צו באשטעטיגן א חוק רציחה אין די צייט וואס סענאט פרעזידענט סוויני און הויז ספיקער קרעג קאהלין אנטזאגן זיך צו סקעדזשועלן אן אפשטימונג אויף די ליבעראלע ביל נישט וועלנדיג אריינשטעלן א רייע סווינג דיסטריקט לעגיסלאטארן און סטעיט סענאטארן אין א פלאנטער
מורפי אמפערט זיך אויך ארום מיט סוויני און סטעיט סענאטאר ניקאלאס סעקא וועלכע איז זעלבסט א פארטיי פירער און צפון ניו דזשערסי איבער א קאנטערווערסיאלע ביל באקאנט אלץ די סעקא ביל וועלכע זוכן אפצושפאן די מענדעטארי מינימום סענטענסינג פאר פאליטישע קארופציע און סעקא האט אן אינטערעסע דערין נאך וואס א זוהן פון זיינס א גאר נאנטע פאמיליע מיטגליד שטייט אויס א פאליטישע קארופציע קלאגעס.
געווען אמאל באשריבן אין דער שטערן/שפאקטיוו -מיט יארן צוריק אין אן ארטיקל איבער קריסטי- אז ניו זשערסי איז די קארופטירסטע סטעיט (אדער עכ"פ איינע פון די מערסט קארופטירט).

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך mmn » דינסטאג יוני 01, 2021 11:50 pm

תודה וברכה למורינו רבי הבל

ואתה מחיה את כולם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 03, 2021 10:57 am

דאנערשטאג שלח





פרעזידענט ביידען וועט זיך טרעפן מיט די ענגלישע קעניגן אין די באקינגהעם פאלאץ אום יוני 13 למספרם

*

ארויס פון די נעכטיגע זיצונג צווישן פרעזידענט ביידען און סענאטארשע קעפיטא הערט מען אז דער פרעזידענט וואלט שוין איינגעגאנגען אויף א טריליאן דאלער פעקל אבער וויל אז די פולע טריליאן זאל באשטיין פון נייע ספענדינג ווי איידער די רעפובליקאנע פארשלאג אז בלויז 257 ביליאן דערפון זאל זיין ניי און די אנדערע זאל קומען פון שוין באשטעטיגטע הילף בילס
באזונדער קריגט מען זיך נאך איבער ווי אזוי צו דעקן די ביל ווען ביידען זעצט פאר צו שטופן פאר שטייער העכערונגען און מען ערווארט אז קעפיטא זאל ברענגן א פרישע געדאנקן מארגן פרייטאג ווען די צוויי וועלן זיך ווידער טרעפן

*
ניו יארק סענאטאר שומער וועט אפהאלטן א פרעסע קאנפרענץ היינט אין בראנקס אינאיינעם מיט קאנגרעספרוי קארטעז און קאנגרעסמאן באומאן

*

סענאטאר מענשין טרעפט זיך היינט מיט ענערגיע סעקרעטאר גרענהאלם אין וועט ווירדזשיניע צו דיסקוסירן די ענערגיע עקאנאמיע

*

יוסטיץ דעפארטמענט פארשט מעגליכע אבסטראקשען אוו יוסטיץ באשולדיגונגען אין די אנגייענדע אויספארשונג אויף פלארידא קאנגרעסמאן מעט געיץ

*

קאנגרעסמאן עריק סוואלוואל פרובירט אנצוקלאגן קאנגרעסמאן מא ברוקס אלץ שולדיג אין די יונואר 6 למספרם קעפיטאלאיבערפאל און האט עדונגען דערפאר א פריוואטע אויספארשער
ריכטער מעטא (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) האט אבער פארבאטן פאר די יו עס מארשאלס אריבערצוטראגן די אנקלאגע פאר ברוקס זייענדיג באזארגט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צוליב סעפערעישאן אוו פאוערס

*

טעקסאס לאנד קאמישאנער דזשארדזש פרעסקאט בוש מעלדט אפיציעל אז ער לויפט אין א פריימערי אקעגן דעם אמטירנדן אטוירני דזשענעראל קען פעסטאן

*

גוגעל רוקט אריבער די הויפט פון איר דיווערסיטי גרופע צו א צווייטע פאזיציע נאך וואס יענער האט געשריבן אויף א בלאג אז אידן זענען קריג ליבהאבער און זענען אומסענסיטיוו צו די ליידן פון אנדערע

*

דרום דעקאטע גאווערנאר קריסטי נאועם האט געוואלט אז די יולי 4 למספרם פייערווארקס צערעמאניע וועלכע פרעזידענט טראמפ האט פאריאר אפגעהאלטן ביי מאונט ראשמאר אין איר סטעיט זאל נאכאמאל ווערן אפגעהאלטן אויפן זעלבן פלאץ אבער די פעדעראלע רעגירונג האט אפגעווארפן די פארלאנג
די נאציאנאלע פארק סערוויסעס האבן אנגעגעבן א רייע אורזאכן ווי די ווירוס, א באגרענציטע צאהל באטייליגער וואס האבן געקענט דארט זיין ביי די צערעמאניע פאריאר צוליב די רעדע פון טראמפ וואס האט פאראוממעגליכט טויזנטער פון קענען באזוכן די פלאץ אדער פארשיקט טויזנטער פון דארט פריער ווי זיי האבן געוואלט
נאועם האט אריינגעטראגן א קלאגע אין פעדעראלן געריכט און ריכטער ראבערטא לענג (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) האט אצינד געאורטיילט אקעגן נאועם זאגנדיג אז ס איז נישט די יורידישע פליגל וועלכע קען אריינרעדן אין אזא פראגע וועלכע האט דערנאך געמאלדן אז די סטעיט טרעט נישט אפ און וועט אפעלירן די אורטייל אז פאר קומענדיגע יארן זאל די צערעמאניע יא פארקומען דארט
פון אירע ווערטער פארשטייט מען אז אפילו נאועם זעלבסט אנערקענט אז זי וועט נישט קענען אונטעראיילן די העכערע געריכטן צו אורטיילן אין שטיצע פון די סטעיט גענוג שנעל אז מען זאל נאך נאך קענען אהערשטעלן די פייערונגען פאר די איצטיגע למספרם יאר

*

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך נח

*
נתן ווען ביורען איז געווען א סארדזשענט פאליציי אפיציר אין קאמינגס דזשארדזשיע וועלכע איז אין לויף פון זיין קאריערע געקומען אין פארבינדונג מיט אן זעכציג יעריגער אלמן מיטן נאמען ענדרו אלבא וועלכע פלעגט אנגעבליך פינאנצירן אומלעגאלע אקטיוויטעטן פון וועלכע ער האט פארדינט

די דעפיוטי הויפט פון די לאקאלע פאליציי דעפארטמענט איז געקומען צום אויספיר אז אלבא ליידט פון מענטאל העלט קאמפליקאציעס און קען זיין שעדליך און געווארנט אפיצירן צו האנדלען פארזיכטיג מיט אים און אוועקשטיין פון אים ווי ווייט מעגליך

אונזער אפיציר ווען ביורען האט אבער געהאלטן אז ער איז גענוג קלוג זיך אומצוגיין מיט אלבא און האט אנגעקניפט באציאונגען מיט אים

זייענדיג איינע פון די אפיצירן וועלכע האבן אנטיילגענומען אין א פריערדיגע ארעסט אויף אלבא האבן זיך די צוויי באקענט און ווען ביורען איז געווארן פארמישט אין שליכטן געפעכטן צווישן אלבא און אנדערע ציווילע

ווען ביורען האט עס נישט געטוהן צוליב מיטלייד נאר ליבערשט פאר זיין אייגענע אינטערעסען זייענדיג אין א געדרוקטע פינאנציעלע צושטאנד האט ווען ביורען געפונען אין אלבא א רייפע געלעגנהייט צו פארדינען עפעס געלט און ער האט זיך געוואנדן צו אלבא מיט א פארלאנג פאר אן הלואה

ווען ביורען האט פאלש אנגעגעבן אז ער איז שולדיג 15,368 דאלער פאר זיין זוהן'ס מעדיצינישע בילס און ערקלערט פאר אלבא אז בענק וועלן אים נישט לייען קיין געלט צוליב זיין שוואכע קרעדיט

וואס ווען ביורען האט אבער נישט געוואוסט איז אז אלבא האט רעקארדירט זייערע געשפרעכן און ביי א געוויסע פונקט האט אלבא באשלאסן עס איבערצוגעבן צו א דעטעקטיוו אין די לאקאלע שעריף'ס אפיס און זיך דארט באקלאגט אז ווען ביורען האט אים געדרוקט און פרובירט ארויסצופרעסן געלט פון אים

די באקלאגעניש איז אנגעקומען ביז צו די עף בי איי וועלכע האט באשלאסן איינצופעדימען א סטינג אפעראציע וועלכע זאל אויסשפורן ווי ווייט ווען ביורען וועט זיין גרייט צו גיין צו מאכן אפאר טאלער

די ביורא האט אויסגעארבעט מיט אלבא אז ער וועט אין די קומענדיגע באגעגעניש מיט ווען ביורען איינגיין אים צו גיבן עפעס געלט אבער וועט אין אויסטויש פארלאנגען אז ווען ביורען זאל אים אויפדעקן אויב א געוויסע פארשוין מיט וועם אלבא האט (אנגעבליך) זיך געטראפן א נאכט בעפאר ביי צווייפלהאפטיגע אקטיוויטעטן איז גאר א באהאלטענע פאליציי אפיציר וועלכע פאלגט נאך אלבא און אנדערע אדער בלויז א ציווילע בירגער וועלכע נעמט אנטייל אין די אקטיוויטעטן

אלבא האט אויסגעפירט זיין מיסיע אין ביי א מיטאג מיט ווען ביורען אום אוגוסט 21 2015 למספרם האט ער רעקארדירט ווי אזוי ער גיבט איבער א קאנווערט פון 5 טויזנט דאלער פאר ווען ביורען זאגנדיג אז דאס איז נאכנישט אלעס

ווען ביורען האט אנגעהויבן צו פרעגן איבער א באצאלונג טערמין אבער אלבא האט עס אוועקגעמאכט מיט די האנט נאר פארלאנגט א טובה אז ווען ביורען זאל נאכקוקן און אים איבערגעבן אויב דער אויבנדערמאנטע פארשוין איז אן אונטערגעשטעלטע פאליציי אפיציר און ווען ביורען איז איינגעגאנגען דערויף

ביי די קומענדיגע באגעגעניש האט אלבא געפרעגט ווען ביורען אויב ער האט טאקע אויפגעזוכט די לייסענס פלעיטס פון יענע פארשוין אין די פאליציי דאטא בעיס אבער ווען ביורען האט זיך אנטשולדיגט זאגנדיג אז די לייסענס פלעיט נומערן וועלכע אלבא האט אים געגעבן שטעלן זיך ארויס אלץ אומריכטיג און געבעטן אז אלבא זאל אים טעקסטן די ריכטיגע נומערן

אלבא האט אים טאקע געשיקט די נומערן פון א פאלשע פלעיט פאבריצירט דורך די ביורא

ווען ביורען האט רעאגירט אז ער וועט אריינקוקן דערין אבער אז ער וויל צו ערשט האבן די "סחורה"
האט אלבא געענטפערט אז ער וועט אים האבן "2" און א פרישע באגעגעניש איז געווארן געסקעדזשועלט

ביים זיצונג האט זיך אלבא אנטשולדיגט אז ער האט בלויז געברענגט טויזנט אנשטאט צוויי (די ביורא האט אים גראדע געגעבן צוויי טויזנט איבערצוגעבן פאר ווען ביורען אבער ווי עס שיינט האט אלבא באשלאסן צו האלטן האלב פאר זיך אין טאש..)
און ווען ביורען האט אים געזאגט אז ער מוז האבן די נאמען פונעם פארשוין און נאכן עס באקומען פארשפראכן ווייטער צו טוהן דערוועגן און אלבא האט אים פארזיכערט דערנאך צו האבן די גאנצע

עטליכע טאג דערויף האט טאקע ווען ביורען נאכגעזוכט די אינפארמאציע אין די דזשארדזשיע קריים אינפארמאציע צענטער דאטא בעיס וועלכע איז אן אפיציעלע סטעיט דאטא בעיס פארבונדן מיט די נאציאנאלע קריים אינפארמאציע צענטער אויף וועלכע די עף בי איי פארפיגט

ווען ביורען האט דערנאך געשיקט א טעקסט פאר אלבא אז ער האט אינפארמאציע פאר אים און די קומענדיגע אינדערפרי האבן אגענטן געקלאפט אויפן טיהר פון ווען ביורען אין נאך א לענגערע אינטערוויו האט ווען ביורען מודה געווען אין אלצדינג

דערנאך האט א פעדעראלע דזשורי אים געפונען שולדיג אין איין קאונט פון ווייער שווינדל און איין קאונט פון קאמפיוטער שווינדל

ווען ביורען האט אפעלירט זיין שולד אורטייל צום עלפטן קרייז געריכט וועלכע האט באשטעטיגט אז ער איז שולדיג אויף די צווייטע קאונט אבער האט ארויסגעווארפן די ערשטע באשולדיגונג צוליב וואס די דזשורי איז נישט ריכטיג געווארן ריכטיג אינפארמירט איבער יענע געזעץ

ווען ביורען האט זיך אבער געוואנדן צום סופרים קאורט זאגנדיג אז אויך די קאונט אויף קאמפיוטער שווינדל דארף ווערן ארויסגעווארפן און אנגעצייגט אז לויט די צווייטע, פערטע און ניינטע קרייז געריכטן קען מען נישט אנקלאגן א מענטש פארן נישטערן אין קאמפיוטערס פאר וועלכע מען דארף אויטאריזאציע אין א פאל וואס דער באטרעפנדער איז אויטאריזירט צו נוצן דעם קאמפיוטער

דאס שאפט א שפאלט מיט די ערשטע, פיפטע, זיבעטע און עלפטע סירקוטס וועלכע לערנען יא אפ די געזעץ אז אפילו אויב יענער איז באפולמעכטיגט צו נוצן די קאמפיוטער איז עס א פארלעצונג אויב יענער זוכט באנוצט זיך דערמיט מער ווי ער איז ערלויבט ווי צום ביישפיל נוצן די קאמפיוטער פאר פערזענליכע באנוץ און נישט פאר פאליציי ביזנעס א שטייגער ווי ווען ביורען וועלכע האט געזוכט די לייסענס פלעיטס אינפארמאציע (די פארברעך פון שאפן פאר יענעם די אינפארמאציע פאר די כאבאר איז אומפארבונדן מיט די קאמפיוטער שווינדל געזעץ און יענע עוולה איז געווען די ערשטע קאונט)

לויט ווען ביורען וועט יעדע מינדעסטע רעגירונג קאמפיוטער באנוץ פאר פערזענליכע באנוץ ווי קאמיוניקאציע מיט פריינט אדער איינפאכע קאמפיוטער שפילן אריינפאלן אונטער די געזעץ פון רויבן די רעגירונג קאמפיוטער פאר פערזענליכע באנוץ אויב זאל מען ערלויבן די עלפטע סירקוט באשלוס צו בלייבן שטיין

די סופרים קאורט האט באוויליגט אריינצוקוקן אין די קעיס און באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף נאוועמבער 30 למספרם


איצט אינדערפרי האט די געריכט געאורטיילט איןן שטיצע פון ווען ביורען אקעגן די רעגירונג
די אורטייל איז אראפגעקומען 3-6 ווען ריכטערין בערעט שרייבן די מאיאריטעט אורטייל און דערין אנגעשלאסן ריכטער ברייער, סאטאמאיאר, קעיגען, גארסוטש און קעווענאו
די מינאריטעט אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער טאמאס און דערין אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס און אליטא


א לעכטיגן שבת!

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עומד מן הצד » דאנארשטאג יוני 03, 2021 11:38 am

זייער הנאה געהאט!

יישר כח @הבל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 03, 2021 12:53 pm

עומד מן הצד האט געשריבן:זייער הנאה געהאט!

יישר כח @הבל

דאנקבאר פאר די פידבעק!

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג יוני 03, 2021 8:28 pm

שכח הבל!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יוני 03, 2021 8:59 pm

ש'כח הבל!! שארף און קלאר ווי נאר הבל קען.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Programming, אבן יקרה, בארג, בעסער אזוי, דוקטור, ווערעצקי, יוד אלף, כאפצעם, ליפשיטץ, נא_שכל, קאנטרי, קוק אויף דיך אליינס און 70 געסט