א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג מאי 10, 2021 2:49 pm

הכל הבל האט געשריבן:עס איז שוין די צווייטע מאל אין די לעצטע עטליכע טאג וואס מען שמירט אריין אביסל א לענגערע באריכט און פון די פידבעק קוקט אויס אז עס האט א פאזיטיוון אפרוף

מעגליך קען מען מער אפט ערזעצן די מער טרוקענע געריכט קעיסעס וועלכע זענען מער לאנגווייליג מיט אזלעע סארט באריכטן וועלכע זענען ווייניגער טעכניש און היבש קורצער

וועט מען זעהן ווי אזוי עס וועט זיך פירן

איך וואוט פאר יא.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 10, 2021 2:52 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:עס איז שוין די צווייטע מאל אין די לעצטע עטליכע טאג וואס מען שמירט אריין אביסל א לענגערע באריכט און פון די פידבעק קוקט אויס אז עס האט א פאזיטיוון אפרוף

מעגליך קען מען מער אפט ערזעצן די מער טרוקענע געריכט קעיסעס וועלכע זענען מער לאנגווייליג מיט אזלעע סארט באריכטן וועלכע זענען ווייניגער טעכניש און היבש קורצער

וועט מען זעהן ווי אזוי עס וועט זיך פירן

איך וואוט פאר יא.

יא מיינט פארן טויש?

Mezofzef
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Mezofzef » מאנטאג מאי 10, 2021 2:54 pm

pls dont change

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג מאי 10, 2021 3:01 pm

הכל הבל האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:עס איז שוין די צווייטע מאל אין די לעצטע עטליכע טאג וואס מען שמירט אריין אביסל א לענגערע באריכט און פון די פידבעק קוקט אויס אז עס האט א פאזיטיוון אפרוף

מעגליך קען מען מער אפט ערזעצן די מער טרוקענע געריכט קעיסעס וועלכע זענען מער לאנגווייליג מיט אזלעע סארט באריכטן וועלכע זענען ווייניגער טעכניש און היבש קורצער

וועט מען זעהן ווי אזוי עס וועט זיך פירן

איך וואוט פאר יא.

יא מיינט פארן טויש?

יא מיינט איך גלייך מער אזוי ווי היינט, ענדערש א לענגערע באריכט ווי א קארט קעיס,
דאס איז נאר מיין פריוואטע מיינונג, איך גלייב אז עס דא וואס ווילען פארקערט.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג מאי 10, 2021 3:03 pm

ר' זעקל האט געשריבן:יא מיינט איך גלייך מער אזוי ווי היינט, ענדערש א לענגערע באריכט ווי א קארט קעיס,
דאס איז נאר מיין פריוואטע מיינונג, איך גלייב אז עס דא וואס ווילען פארקערט.

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קוואל וואסער » מאנטאג מאי 10, 2021 3:04 pm

אז די לאנג שטיק איז א באנוס אין א סך קורצע איז פערפעקט, אבער נעמטץ נישט אוועק די קליינע טשיק טשאק
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 10, 2021 3:14 pm

אקעי
קוקט אויס דעות לכאן ולכאן

אולי וועט מען דזשאגלען אמאל אזוי און אמאל אזי

אין די קומענדיגע תקופה וועט סייווי נישט זייןפרישע געריכט קעיסעס גרייכנדיג די ענדע פונעם איצטיגן סעסיע

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מאי 10, 2021 9:19 pm

איך וואויט פאר הבל! יו אר די בעסט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re:

תגובהדורך Kollel » מאנטאג מאי 10, 2021 11:04 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:איך וואויט פאר הבל! יו אר די בעסט.

איי עגרי טא קנאפער.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 11, 2021 10:03 am

דינסטאג במדבר




ספיקער פעלאסי שווערט היינט איין קאנגרעסמאן ערוויילט טראי קארטער צו ערזעצן לואיזיאנא קאנגרעסמאן סעדריק ריטשמאנד וועלכע איז געגאנגען ארבעטן פאר די ביידען אדמיניסטראציע

*

די סענאט רולס קאמיטע באהאנדלט היינט די וואוטינג רייטס ביל און עס איז ערווארטעט אז שומער און מעקאנעל זאלן ביידע זיין אנוועזנד

*

סענאטאר בלאנט שאצט אז די אפשטימונג וועט געדויערן כאטש א גאנצע טאג ערקלערנדיג אז מען דארף פארשטיין אז איבער 100 אמענדמענטס נעמט צייט

*

סענאטאר מאיאריטעט פירער שומער געפיילט קלאוטשער אויף די נאמינאציע פון דאנעט דאמיניק גרעיווס צו סערוירן אלץ דעפיוטי קאערץ סעקרעטאר

*

סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער מעלדט אז זיין אנטי כינע ביל מיט סענאטאר יאנג גייט פאראויס און ער האפט אויף אן אפשטימונג נאך אינעם איצטיגן למספרם מאנאט
די ביל גייט מארגן מיטוואך באקומען א קאמיטע אפשטימונג און טראץ וואס א האנדפול רעפובליקאנער זענען קא ספאנסארס זענען נאך דא אסאך קאנסערוואטיווע סקעפטיקער

*

עס ווערט נענטער צו די אפשטימונג אינערהאלב די רעפובליקאנע קאקוס איבער ארויסרוקן קאנגרעספרוי טשעיני פון איר פאזיציע אלץ קאנפרענץ פארזיצערין
די ערווארטונג איז אז די אפשטימונג זאל פארקומען מארגן מיטוואך און די דאטום איז טאקע געווארן באשטעטיגט אין א בריוו וואס קאנגרעס מינאריטעט פירער צו זיין קאקוס אבער די אפשטימונג איר צו ערזעצן וועט נישט פארקומען פאר ענדע וואך אדער קומענדיגע אנהויב וואך
א קאנדידאטן פארום דארף פארקומען צו ערשט

*

סענאטאר טון זאגט איבער די אפשטימונג אז עס זעהט אויס ווי אן אינערליכע הויז אנגעלעגנהייט וועלכע איז שוין פארזיגלט נישט לאזנדיג קיין מיסטערי איבער די ערווארטעט אויסגאנג אבער אויסגעדרוקט האפענונג אז די מעסעדזש איז אז די פארטיי זוכט צו זיין פאראייניגט און אפהאלטן נצחונות אין די מידטוירמס

*

סענאטאר האולי זעהט נישט די אפשטימונג אלץ עפעס וואס פארשטילט טשעיני זאגנדיג אז זי פארבלייבט א קאנגרעס מיטגליד וועלכע לאזט איר איבער מיט א מידיא פלאטפארמע אויסצודרוקן אירע שטעלונגען

*

סענאטאר קארנין: איך האף אז מיר קענען זיך פאראייניגן אזוי שארק ווי מעגליך ווייל אויב מיר זענען צוטיילט וועלן עס דעמאקראטן גוט אויסנוצן פאר זייערע אינטערעסען, און צו זיין אויפריכטיג וואלטן מיר געטוהן די זעלבע אויב די שיך וואלט געווען אויף די אנדערע פוס

*

סענאטאר רוביא נוצט די מערסט פאפולערע פארווע ליניע געהערט אויך פון אנדערע סענאטארן זאגנדיג בלויז אז עס איז אן אינערליכע הויז אנגעלעגנהייט

*

סענאטאר סענדערס זאגט אז די קאמף צוריקצושטעלן די סטעיט און לאקאלע שטייערן דידאקשען שיקט א זייער שלעכטע מעסעדזש און ווארנט קאלעגע דעמאקראטן אז מען מוז אויסוועלן צו צווישן קעמפן פאר די איינפאכע בירגער אדער פארטיידיגן די רייכע

*

דזשארדזשיא סענאטאר דזשאן אסאף שלאגט פאר א ביל וועלכע זאל פארבאטן סטעיטס צו פארבאטן דרויסנדיגע גרופעס צו סערווירן עסן און טרונקען פאר ווארטנדע וויילער אין די ליניעס

*

סענאטאר ראמני אויף די אריזאנא ריקאונט: פון וואס איך ליין קוקט עס נישט אויס צו זיין א שרעקליך באגלויבטע איבערציילונג איז דעריבער וועל איך נישט לייגן צופיל געוויכט דערויף ביי די איצטיגע שטאפל

*

סענאטארשע סינעמא האט נעכטן דורכשפאצירט א קארידאר מיט וועלכע זי באנוצט זיך קיינמאל נישט און געפאקט געווארן דורך א דזשורנאליסט וועלכע האט אויסגענוצט די געלעגנהייט איר צו פרעגן איבער די ריקאונט אין איר סטעיט
סינעמא האט זיך בלויז באדאנק און פארשפרעכן מער קיינמאל נישט צו מאכן די גרייז פון דורכשפרייזן יענע קארידאר (זי נעמט קיינמאל נישט קיין קארידאר פראגן פון רעפארטער)

*

נאך זיין נעכטיגע זיצונג מיטן פרעזידענט זאגט סענאטאר מענשין אז עס איז געווען א געוואלדיגע געשפרעך און מען האט גערעדט פון אלץ און אלעמען

מער ספעציפיש זאגט ער אז מען האט נישט גערעדט פון א קלארע פרייז צעטל פאר אינפראסטרוקטור און אז ער גלויבט אז מיט צוטרוי קען מען אנהויבן ארבעטן און באהאנדלען אין קאמיטע וועלכע זאל עס דערנאך שיקן צו סענאט פלאר מיט פלאץ פאר אמענדמענטס טון זעהן מיט וואס מען קען אויפקומען

*

די הויפט פון די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע האט פריוואט געווארנט די ווייסע הויז אזיד ביידען שטייער פלאן קען שעדיגן די וואל אויסזיכטן פון וואקלדיגע דעמאקראן אין 2022 למספרם

*

סענאטאר סעס: פרעזידענט טאנצט אויף אלע חתונות ווען עס קומט צו ארבעטסלאזע בענעפיטן
ער וויל נאכיאגן מענטשן וועלכע באראבעווען די סיסטעם אבער לייקנט די רעאליטעט אז זיינע פאליסיס מאכן די סיטואציע בלויז ערגער און דעריבער פרובירט ער צו ווארפן די שולד אויף ביזנעסער וועלכע מוטשען זיך אנצוגיין אלץ די בוגימען

*

סענאטאר דורבין שיסט צוריק אז רעפובליקאנער האלטן אז ארבעטסלאזע אמעריקאנער ווילן פשוט זיצן אינדערהיים און מיטהאלטן ספארט שפילן
פארזוכנדיג טשאקלאד באשמירטע קארשן

*

סענאטאר גרעהעם: די וועלכע פרובירן אויסצומעקן דאנאלד טראמפ פון די רעפובליקאנע פארטיי וועלן זיך טרעפן זעלבסט פארמעקט


*

איבער די פאליציי רעפארם ביל זאגט סענאטאר דורבין אז ער וועט רעדן מיט סענאטארן בוקער אין סקאט ענדע וואך צו זעהן ווי זיי זענען דערווייל אנגעקומען אין זייערע פארהאנדלונגען

*

לויט ווי מען הערט זוכט סענאטאר סקאט צו טוישן די טייל פונעם ביל וועלכע דעמאקראטן האבן געוואלט אז מען זאל קענען קלאגן אינדיווידועלע פאליציי אפיצירן אין ציווילע געריכט און סקאט וויל עס ערזעצן מיט ערלויבעניש בלויז צו קלאגן פאליציי דעפארטמענטס
סענאטאר דורבין האט זיך געהערט גאנץ סימפאטיש צו די געדאנק עס באצייכענענדיג אלץ טריט אין די ריכטיגע דירעקציע

*

דזשארדזשיא גאווערנאר קעמפ אונטערגעשריבן א ביל וועלכע וועט מבטל זיין א סטעיט געזעץ פון די ציווילע קריג תקופה וועלכע האט ערלויבט פאר ציווילע בירגער צו ארעסטירן עימיצער וואס איז לויט זיי באגאנגען א פארברעך

*

רעדנדיג פון קעמפ האט קריס קאר פארמאל געעפנט זיין ווידערערוויילונג קאמפיין פאר אטוירני דזשענעראל קלאר מאכנדיג אז ער וועט נישט זוכן צו לויפן אקעגן קעמפ

*

צפון קאראליינע דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר און סענאט קאנדידאט דזשעף דזשעקסאן נעמט אונטער א 100 טאג בליץ קאמפיין צו באזוכן 100 קאונטיס אין די סטעיט און וועט לויטן פלאן אפהאלטן א טאון האל אין יעדע קאונטי

*

פרעזידענט טראמפ וועט אנפירן מיט א פאנדרעיזער אין זיין בעדמינסטער ניו דזשערסי קלוב אום מאי 22 למספרם
איינטריט איז א פערטל מיליאן דאלער

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » דינסטאג מאי 11, 2021 10:33 am

יפה דברת ובזמנו דברת, פרישע קאקאש מיטן בריעדיגן קאווע!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג מאי 11, 2021 10:50 am

בס"ד

די בעסטע פון די היינטיגע איז: "דזשארדזשיא סענאטאר דזשאן אסאף שלאגט פאר א ביל וועלכע זאל פארבאטן סטעיטס צו פארבאטן דרויסנדיגע גרופעס צו סערווירן עסן און טרונקען פאר ווארטנדע וויילער אין די ליניעס"

דאס קען זיין מאאאסיוו...!

אבער אפשר טאקע וועגן דעם האט עס ווייניג שאנסן?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג מאי 18, 2021 9:11 pm

מוצאי שבועות תשפ"א

דורכאויס א פאון געשפרעך מיט די מדנ"י פרעמיער מיניסטער, האט פרעזידענט ביידען אנגעהויבן לייגן דרוק אז מדנ"י זאל איינגיין אויף א שטילשטאנד אין די קאנפליקט מיט די ארטיגע טעראר גרופעס.

* * * *
פרעידענט ביידען און וויצע פרעזידענט פרוי העריס האבן פריער אין וואך ארויסגעשטעלט זייער פעדעראלע 2020 שטייער בויגענס.
פון די דאקומענטן שטעלט זיך ארויס אז ביידען אין 2020 פארדינט 607,000 דאללער און געצאלט ארום 157,000 דאללער אין פעדעראלע שטייערן, און פרוי העריס האט פארידנט 1.69 מיליאן און געצאלט שטייערן עטוואס מער פון 620,000 דאללער.

* * * *
עדיוקעישאן סעקרעטאר מיגועל קארדאנא ערווארטערט אז ביז קומענדיגע הערבסט וועלן אלע שולעס איבערן לאנד שוין זיין פולקאם אפן פאר אין-פערזאן לערעס.

* * * *
אמעריקא וועט פארטיילן כאטש צוואנציג מיליאן וואקסין דאזעס פאר אלוועלטליכע לענדער ביז ענדע יוני - דאס מאל איז די רעדע פון וואקסינען באשטעטיגט פאר באנוץ אינערהאלב אמעריקא, דאס איז אויסער די זעכציג מיליאן דאזעס פון אנדערע וואקסינען שוין געמאלדן פאר עטליכע וואכן צוריק.

* * * *
אדמיניסטראציע האט איינגעמאלדן פאר קאנגרעס אז זי האט באשטעטיגט א 730 מיליאן דאללער וואפן פארקויף פאר מדנת ישראל.
טייל דעמאקראטן אין קאנגרעס זענען ארויסגעקומען מיט שטארקע קריטיק דערקעגן, אין ליכט פון די יעצטיגע צושטאנד.

* * * *
דעמאקראטישע קאנגרעסמאן גרעגארי מיקס -פארזיצער פון די אויסערן אנגעלעגענהייטן קאמיטע- זאגט אז נאכן באקומען א פארשפרעכונג פון די ווייסע הויז אז זיי וועלן מיטטיילן אלע רעלעוואנטע אינפארמאציע מיט געזעצגעבער, וועט ער זיך נישט קעגן שטעלן די אפמאך.

* * * *
די טרעזשורי דעפארטמענט האט געמאלדן אז די ערשטע קינדער טשעקלעך וועלן אנהויבן אריינפליסן אין די קאנטעס פון מיליאנען אמעריקאנער אום יולי 15.
די געלטער וועלן פארטיילט ווערן פאר ארום 39 מיליאן האוזהאלדס, דאס באטרעפט ארום 85 פערצענט פון אלע קינדער אין די פאראייניגטע שטאטן.

* * * *
קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי געמאלדן אז ער וועט נישט שטיצן דאס פארמירן א ספעציעלע קאמיסיע וואס זאל אויספארשן די קעפיטאל אומרוען אום יאנואר 6.

* * * *
אין די ציט וואס פון קאנגרעס הערט מען אז עס איז מער-ווייניגער דערגרייכט געווארן א פארשטענדעניש איבער דאס פארמירן א קאמיסיע צו אויספארשן די יאנואר 6 אומרוען, הערט מען אבער עטוואס אן אנדערע טאן פונעם צוטיילטן סענאט.
רעפובליקאנע סענאטאר טשאק גרעסלי אויף די יעצטיגע פלאן פאר יאנואר 6 קאמיסיע: "זיי וועלן ברויכן פארברייטערן די אויספארשונג אויף צו דערגרייכן זעכציג [שטימען אין די סענאט]".

* * * *
סענאטאר ראי בלאנט אויף די קאמיסיע: "די קאמיסיע וועט אונז בלויז שטערן פון טוהן וואס מיר ברויכן טוהן ביי די קעפטאל פאליציי".

* * * *
אנדערע רעפובליקאנע סענאטארן -זשאן טון, מיט ראמני, מייק קראפאו- זענען אבער יא מער אפן צום קאמיסיעאין איר יעצטיגע אויסשטעל.

* * * *
קאנגרעס האט היינט מיט א מערהייט פון 364-62 געשטימט צו באשטעטיגן די אנטי-אזיאנע האסן פארברעכן געזעץ.
די געזעץ איז שוין פריער געווארן באשטעטיגט אין די סענאט, און ווארט יעצט בלויז אויפן אונטערשריפט פונעם פרעזידענט.

* * * *
די סענאט האט היינט געשטימט 50-48 פאראויס צו גיין מיט די נאמינאציע פון קריסטען קלארק צו אנפירן די סיוויל רייטס אפטיילונג אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט.
די היינטיגע אפשטימונג איז געווען אויף צו פאראויסגיין דערמיט נאך וואס די קאמיטע האט געשטימט 11-11 איבער איר נאמינאציע.

* * * *
אי.יו. געמאלדן אז זי וועט צייטווייליג אפלייגן דאס העכערן אימפארט שטייערן אויף אמעריקאנע פראדוקטן, אין די צייט וואס די צוויי זייטן גייען אן מיט פארהאנדלונגען איבער שליכטן א טרעיד געראנגל וואס האט זיך אנגעהויבן אונטער פרעזידענט טראמפ.

* * * *
אריזאונע סטעיט טרעזשורער קימבערלי יאי געמאלדן אז זי לויפט פאר די ארטיגע גאווערנאר אמט, נאך וואס דער אמטירענדע גאווערנאר דאוג דאוסי קען נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג.

* * * *
מעיאר פון "נארט לאס וועגאס" זשאן לי געמאלדן אז ער שפרינגט אריין אין די גאווערנאר פארמעסט אין נעוואדא צו ערזעצן אמטירענדע גאווערנאר סטיוו סיסאלעק.
לי איז געווען א רעגיסטירטע דעמאקראט ביז ער האט פריער אין יאר געטוישט זיין רעגיסטראציע צו די רעפובליקאנע פארטיי - ווי ער זאגט טוט ער דערמיט גיין אין די פיסטריט פון פרעזידענטן רעיגאן און טראמפ וועלכע האבן אויך געטוישט זייער פארטיי רעגיסטראציע נאכ'ן אנערקענען אז די דעמאקראטישע פארטיי דינט נישט די אינטרעסן פון די באפעלקערונג.

* * * *
פלארידא דעמאקראטישע קאנגרעספרוי דעמינגס האט ענדגילטיג באשלאסן אריינצושפרינגען אין די פארמעסט פאר די ארטיגע סענאט זיץ - זי וועט זיך פארמעסטן קעגן רעפובליקאנע סענאטאר רוביא.

* * * *
מארק מעקלאוסקי האט געמאלדן אז ער שפרינגט אריין די רעפובליקאנע נאמינאציע פארמעסט פאר די זיץ פון סענאטאר בלאנט וואס וועט רעטייערן.
מעקלאוסקי האט זיך פאריאר באקאנט געמאכט ווען ער האט געפאכעט מיט א ביקס קעגן פראטעסיטירער וואס האבן זיך געפינען נעבן זיין פראפערטי.

* * * *
ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל פרוי זשעימס האט ארויסגעשיקט סובפינעס פאר פיר מענטשן וואס האבן ארויסגעשטעלט פערזענליכע באשולדיגונגען קעגן גאווערנאר קאומו - א פרישע צייכן אז די אויספארשונג קעגן דער גאווערנאר איז אריין אין א מער ערנסטע פאזע.

* * * *
כאטש וואס די אטוירני זשענעראל האט נישט קיין צייט ווען זי וועט פארענדיגן איר אויספארשונג קעגן דער גאווערנאר, ווערט אבער אנגעגעבן אז די ציל איז צו פארענדיגן ביז ענדע זומער.

* * * *
די ניו יארק סטעיט אסעמבלי האט אוועקגעשטעלט בלויז 250,000 אין אויסגאבן פאר די אויספארשונג קעגן דער גאווערנאר - נאכ'ן פארעפענטליכן די קאנטראקט געשלאסן מיט די גרופע אדוואקאטן און פארשער אויפגענומען צו אריינקוקן אין די באשולדיגונגען קעגן דעם גאווערנאר שטעלט זיך ארויס אז די געלטער וועלן בלויז דריי וואכן ארבעט פון די אויספארשער.
דעמאקראטישע סטעיט סענאטאר ביאגי באשולדיגט אז דאס איז באווייז אז די פירערשאפט זוכט נישט ערנסט צו אויספארשן די באשולדיגונגען, און זוכט צו שלעפן די צייט ווי מער.

* * * *
סאציאלע מידיע פירמע "פארלער" האט איינגעשטעלט א סיסטעם אז מענטשן וואס באנוצן זיך מיט איר סיסטעם אויף די עפל איי-פאון וועלן נישט קענען זעהן אזעלכע מעסעזשעס וואס ווערן באצייכענט אלס "העיט ספיטש".
באנוצער אויף אנדערע סמארטפאונס אדער אויפן געוועב וועלן יא קענען זעהן די האספולע מעסעזשעס.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט געבן א רעדע ביי די נארט קאראליינע סטעיט רעפובליקאנע פארטיי קאנווענשאן קומענדיגע מאנאט.

* * * *
דורכאויס א פארהער פארענט פון די "נעשאנעל לעיבאר רילעישאנס באורד", האבן ארבעטער ביי די עמעזאן ווערהאוז אין אלאבאמע באשולדיגט אז זיכערהייט וועכטער האבן פארמאגט די שליסל פון א מעילבאקס וואס עמעזאן האט רעקאמענדירט פאר ארטיגע איינגעשטעלטע צו נוצן ביים אפגעבן זייער שטימע.

* * * *
צוויי נעיווי פליגער אויף א טרענירונג מיסיע זענען געווען פארמישט אין צוזאמשטויס אין די לופטן - איינער איז פארוואונדעט געווארן מיט בלויז לייכטערע וואונדן.

* * * *
דריי ארעסטאנטן אין די טרויעריג-בארימטע גיטמאו מיליטערישע באזע טורמע זענען געווארן איינגעמאלדן אז די רעגירונג וועט ערלויבן זיי זאלן ווערן באפרייט.
דאס איז בלויז די ערשטע אין א רייע שריט איידער זיי קעען ענדגילטיג ווערן ארויסגעלאזט - עס ווערט אנגעוויזן אז איין ארעסטאנט איז שוין געווארן איינגעמאלדן אין 2010 אז ער וועט ווערן באפרייט, און דערווייל געפינט ער זיך נאך דארט.

* * * *
דיסטריקט אטוירני ענדרו וואומבל געמאלדן אז זיין אפיס וועט נישט אנקלאגן די אפיצירן פארמישט אין די מארד פון ענדרו בראון.
וואומבל זאגט אז אן אויספארשונג פון די סטעיט "ביורא אוו אינוועסטיגעישאן" איז געקומען צום אויספיר אז די אפיצירן האבן זיך געשפירט באדרויעט און זענען דעריבער געווען בארעכטיגט צו עפענען פייער.

* * * *
קלעגער אין די קעיס קעגן די פעדעראלע עוויקשאן מאראטאריום זאגן אז זיי וועלן אפעלירן די צייטווייליגע סטעי, און אויב עס פעלט אויס וועלן זיי גיין ביזן סאמע העכסטע געריכט דערפאר.

* * * *
סופרים קאורט האט געמאלדן אז זי וועט אויסהערן א קעיס ארום א אנטי רציחה געזעץ איינגעשטעלט אין מיסיסיפי.
די געזעץ -איינגעשטעלט אין 2018- איז געווען איינע פון א רייע אזוינע געזעצן באשטעטיגט דורך עטליכע רעפובליקאנע סטעיטס, מיט די ערווארטונג אז די נידעריגע געריכטן וועלן אפווארפן די געזעצן אלס אומקאנסטיטוציאנאל (צוליב די 1973 סופרים קאורט אורטייל), און די העכסטן געריכט וועט איינגיין אויסצוהערן כאטש איינע פון די קעיסעס.
די אורטייל דערויף איז נישט ערווארטערט פריער פון זומער 2022.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מאי 18, 2021 11:58 pm

טענקס אלעקסיי!!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך מאי 19, 2021 9:44 am

יישר כח אלעקסיי! מיר האבן זייער הנאה געהאט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 19, 2021 10:28 am

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג תזריע-טהרה







*

די סופרים קאורט האט באהאנדלט א קעיס איבער אן אפריקאנער אמעריקאנער מאן מיטן נאמען טעדריק עדווארדס וועלכע איז געווארן פאראורטיילט צו אין ליוזיאנא צו לעבנסלענגליכע טורמע פאר פארברעכנס באגאנגען אין 2006 למספרם

די שולד אורטייל איז אראפגעקומען פון א דזשורי וועלכע איז געווען איינשטימיג מיטן אויסנאם פונעם איינציגן אפריקאנער אמעריקאנער דזשוראר וועלכע וואלט ריינגעוואשן עדווארדס

די ארגומענטן אין די קעיס טראגט אונז צוריק צו א קעיס וועלכע מיר האבן באשריבן מיט א צייט צוריק און איז אין צענטער פון אט די קעיס ווי פאלגענד

עוואנגעליסטא רעימאס איז געווארן אנגעקלאגט מיט צווייטע גראד מארד און ער האט פארלאנגט א דזשורי פראצעס

נאכן פארהאנדלען האבן צעהן דזשורארס געזאגט אז די פראקורארן האבן איבערצייגט זייער קעיס אן קיין צווייפל

צוויי דזשורארס האבן אבער געזאגט פארקערט און אין א געווענליכע פאל וואלט דעקלערט געווארן א מיסטרייעל

די פראבלעם פאר רעימאס איז געווען זיין לאקאציע, נעמליך, ער וואוינט אין ליוזיאנא ווי די סטעיט געזעץ ערלויבט זיך צו רעכענען מיט די מיינונג פון צעהן דזשורארס אויך אויב די אנדערע צוויי זענען אומאיינשטימיג

נו, וואס זאגט די פעדעראלע געזעץ איבער אומאיינשטימיגע דזשורי געפינסן?

איז אזוי, אין 1972 למספרם האט די סופרים קאורט באהאנדלט די פראגע אויב די זעקסטע אמענדמענט וועלכע שענקט די רעכט פאר יעדן אנגעקלאגטן צו באקומען א דזשורי פראצעס באדייט אז מען איז שולדיג בלויז ווען אן איינשטימיגע דזשורי באשליסט אזוי אדער אויך מיט א מאיאריטעט

די געריכט האט זיך געשפאלטן אין צווייען מיט 4 אין שטיצע פון אן איינשטימיגע דזשורי און 4 אין שטיצע פון א מאיאריטעט דזשורי

אלע אכט ריכטער האבן פארשטאנען אז די פערצנטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע וועלכע פארלאנגט אייניגע רעכטן פאר אנגעקלאגטע אין פעדעראלע פראצעסן און אנגעקלאגטע אין סטעיט פראצעסן באדייט אז זייער מיינונג איבער ווי אזוי אויסצוטייטשן די זעקסטע אמענדמענט פון א רעכט פאר א דזשורי איז גילטיג און אייניג אויף א פעדעראלע און סטעיט שטאפל

דער ניינטער ריכטער איז געווען ריכטער לואיס פאועל וועלכע איז אויפגעקומען מיט א מאדנע מיטל וועג און געמאכט א פשרה גייענדיג מיט די איינשטימיגע דזשורי צוגאנג אויפן פעדעראלן שטאפל אבער ערלויבט מאיאריטעט דזשורי אורטיילן אויף א סטעיט שטאפל

איי וועסטו פרעגן ווי אזוי איז עס אין איינקלאנג מיט די פערצנטע אמענדמענט וועלכע שרייבט אז סטעיט און פעדעראלע רעכטן פאר אנגעקלאגטע זענען די זעלבע

אקעי, א גוטע קשיא אבער לויט ריכטער פאועל פארענטפערט מען עס אז די אמענדמענט איז אויף א באגרעניצטע פארנעם און בלויז איבער די עצם רעכט פון א דזשורי וועלכע סטעיטס זענען אויך פארפליכטעט צוצושטעלן אבער איבער גיין מיט אן איינשטימיגע דזשורי מוזן זיי נישט זיין ווי די פעדעראלע רעגירונג

די אינטערסאנטע אורטייל ווערט שוין פאר לאנגע יארן קריטיקירט אלץ אבסורד פון א לעגאלע שטאנדפונקט און איבער גאנץ אמעריקא עקזיסטירט די איינשטימיגע דזשורי דאקטרינע מיטן אויסנאם פון ארעגאן און ליוזיאנא וועלכע זענען פארבליבן די לעצטע צוויי שטאטן וועלכע קלאמערן זיך צו די פאועל אורטייל

פארלאפענע למספרם יאר האבן וויילער אין ליוזיאנא באשלאסן צו ברענגן אן ענדע דערצו און באשטעטיגט א רעפערענדום וועלכע איז אריין אין קראפט פארלאפענע יונואר למספרם צו טוישן צום איינשטימיגע דזשורי סיסטעם

צוריק צו אונזער רעימאס וועלכע איז געווארן געפונען שולדיג דורך צעהן פון צוועלף דזשורארס

רעימאס וועלכע איז געווארן פאראורטיילט צו לענסלענגליכע טורמע אן פאראל בעפאר די רעפערענדום טויש קען נישט דערפון געניסן אבער ער זוכט איצט אז די געריכט זאל ארויסווארפן די פאועל אורטייל און האט זיך געוואנדן צום סטעיט אפעלאט קאורט וועלכע האט ארויסגעווארפן זיין קעיס

רעימאס האט זיך דאן געקערט צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט ניטאמאל געוואלט אריינקוקן דערין

פארבליבן איז איין לעצטע שאנס צו גיין צום סופרים קאורט און די קאורט האט טאקע אקצעפטירט די קעיס און עס אויסגעהערט אום אקטאבער 7 למספרם 2019 למספרם

אנאליזירנדיג דאן די מונדליכע ארגומענטן האבן מיר געשירבן אז די געריכט שיינט צו זיין גענויגט צו אורטיילן אקעגן לואיזיאנא
ווען אפילו גארסוטש און קעווענאו האבן אויסגעקוקט וויליג מעגליך אראפצושטימען די געזעץ

עווענטועל האט די געריכט געאורטיילט אקעגן ליוזיאנא און ריכטער גארסוטש האט געשריבן די אורטייל און דערין אנגעשלאסן קעווענאו, גינזבורג, ברייער, סאטאמיאר און טאמאס
אליטא האט געשריבן די קעגן אורטייל און דערין אנגעשלאסן ראבערטס און קעיגען

עד כאן פון יענע קעיס

אצינד צו אונזער קעיס מיט טעדריק עדווארדס איז די פראגע וועלכע הענגט אין די לופט איז אויב די 2019 למספרם אורטייל איז נאר גילטיג פון דאן און ווייטער אדער גייט אויך אויף צוריק צו שולד אורטיילן פון יארן פריער

דער אדוואקאט פאר עדווארדס, ענדרע בעלאנדזשער האט געמאכט זיין קעיס און פארגעלייגט פאר די ריכטער צויי מהלכים ווי אזוי די אורטייל אין די רעימאס קעיס זאל ווירקן אפילו למפרע

איינס איז דורכ'ן דערקלערן אז די פאועל אורטייל איז ניש עכט געווען באזירט אויף סיי וועלכע פרעצעדענט און דעריבער נישט געטראגן גענוג עכטע געוויכט און צוליב דעם זאל מען נישט אנקוקן די רעימאס אורטייל ווי א "נייע אורטייל" וועלכע טוישט לאנגיעריגע פרעצעדענט (וואס אין אזא פאל גייט די "נייע אורטייל" חל זיין בלויז מכאן ולהבא) נאר ליבערשט ווי אן אורטייל אין איינקלאנג מיט די אלגעמיינע פארשטענדליכע סטאנדארט אויך ביז אהער און קען יא גיין למפרע

די צווייטע צוגאנג איז מיטן דערקלערן די פאועל אורטייל אלץ עפעס וואס איז אזוי אבסורד און ארויס פון פלאץ אז די רעימאס אורטייל זאל יא ווערן באטראכט ווי עפעס וואס האט עלימינירט א גאר אומראציאנאלע פריערדיגע אורטייל וואס אין אזא פאל גייט יא די רעימאס אורטייל אויף למפרע (די ביידע מהלכים שיינען צו זיין גאנץ ענליך און די חילוק איז דקות'דיג

די ערשטע זאגט אז פאועל האט קיינמאל נישט געווען קיין שטארקע געוויכט מעיקרא און די צווייטע זאגט אז זי האט יא אבער איז אזוי אומריכטיג אז איינאמל רעימאס קומט אריין שלאגט עס אזוי שטארק צוריק אויף פאועל אז עס גייט נאטורליך אויך למפרע)

דער איינציגסטע ריכטער זיך צוצוכאפן צום ערשטן מהלך איז געווען ריכטער גארסוטש וועלכע האט טאקע געשריבן די רעימאס אורטייל און ווען בעלאנדזשער האט ארויסגעברענגט אז די די הנחה אז די זעקסטע אמענדמענט פארלאנגט איינשטימיגע דזשוריס איז אלץ געווען אנגענומען און דעריבער איז די רעימאס אורטייל נישט א נייע אויסקוק האט גארסוטש עס אינדארסירט זאגנדיג אז ער האפט אז בעלאנדזשער איז גערעכט

די אנדערע ריכטער האבן אבער ענדערש באהאנדלט די צווייטע שטראז וועלכע לויטעט אז אן אורטייל וועלכע שיינט צו איבערדרייען א פריערדיגע אורטייל וועלכע איז אזוי אומריכטיג און פראבלעמאטיש טוט נאטורליך צוריקדרייען די ערשטע אורטייל אויך אויף למפרע

אין אונזער פאל האבן ראבערטס און קעיגען (וועלכע האבן אויך געשטימט אקעגן די רעימאס אורטייל) פארלאנגט פון בעלאנדזשער צוצושטעלן גענוג ערנסטע באווייזן אז די רעימאס אורטייל האט קריטיש געזוכט צו אדרעסירן א ברייט פארשפרייטע פראבלעם פון אומאקוראטע שולד אורטיילן (באזירט אויף אומאיינשטימיגע דזשורי געפינסן)

קעיגען האט גע'טענה'ט אז אזלעכע באווייזן זענען איבערראשנד בלאס און איינשטעלן די רעימאס אורטייל אויף למפרע קען פירן צו מער שולדיגע צו גיין פריי ווי אפשטעלן אומשולדיגע פון ווערן דערקלערט שולדיג

קעווענאו וועם גארסוטש האט יא באוויזן אריבערצושלעפן ביי רעימאס צו זיין קאלום האט געצעגערט דאסמאל ארויסברענגענדיג אז דערקלערן אזא סארט אורטייל ווי רעימאס צו אויטאמאטיש חל זיין למפרע איז עפעס וואס די געריכט האט נאנכישט געטוהן זינט 1989 למספרם ווען זיי האבן אוועקגעשטעלט די סטאנדארטן ווען אורטיילן זענען אויטאמאטיש חל למפרע און די סופרים קאורט האט זיך עס אנטזאגט צו טוהן אין פיל וויכטיגערע קעיסעס, א שטייגער ווי דערקלערן א רעכט פאר א דזשורי איז די זעלבע עלעמענטאר ווי די רעכט צו באקומען אן אדוואקאט, טא וואספארא פנים עס עס טראגן אז יענץ האט נישט געקענט גיין למפרע און דאס יא?

אליטא האט אפגעלאכט פון די פארזוך צו דערלקערן אז אזא סארט געזעץ זאל גיין אויף למפרע זאגנדיג אז עס הערט זיך אזוי פרעמד און אומרעאליסטיש ווי עימיצער זאל פאראויסשטופן א זוך אקציע נאך א באשעפעניש וועלכע איז שוין ווארשיינליך טויט

עליזאבעט מאריל איז די סאליסיטאר דזשענעראל פאר ליוזיאנא און סאטאמאיאר האט ארי געצימבל איבער די ארגומענט וועלכע קעווענאו האט אויפגעברענגט, נעמליך אז מען האט שוין זייער לאנג נישט דערקלערט אזא סארט אורטייל צו ווירקן למפרע

סאאמאיאר האט זיך געוואונדערט אויב איז נישט אזא אורטייל ווי דאס עפעס וואס האט קלאר געזוכט פולשטענדיג אויסצורייסן א פריערדיגע אומדערהערטע אורטייל אויך אויף למפרע, דאן וואס איז יא?

איי, מען האט עס נישט געטוהן בעפאר? נו, עס איז נישטא קיין צווייטע מאל בעפאר אן ערשטע מאל, זוכסטו צו פארבאטן דעם געריכט סיי ווען צו נוצן יענע אויסנאם בלויז צוליב וואס עס גייט מוזן זיך אנהויבן מיט אן ערשטע מאל?

גארסוטש האט שפעטער ווידערהאלט די זעלבע ארגומענט ווי סאטאמאיאר

ווען מען האט באהאנדלט די אפעקט וואס דערקלערן אזא אורטייל צו ווירקן אויף למפרע קען האבן אויף די ליוזיאנא קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם האט בעלאנדזשער פרובירט צו בארואיגן א סקעפטישע געריכט זאגנדיג אז די געשאצטע צאהל ארעסטאנטן וועלכע קענען פרובירן צו קאפיטאליזירן אויף אזא אורטייל איז ארום טויזנט פון וועלכע מען רעכנט אראפ אזלעכע וועלכע ווערן שוין פעליג פאר פאראל אין די נאנטע צוקונפט וואס באדייט אז זיי וועלן סייווי נישט קוואלאפיצירן פאר פרישע פראצעסן

ער האט אויסגעפירט אז די מאקסימום נייע פראצעסן ווועלכע קענען פארלאנגט ווערן קומט אויס צווישן 2-3 פער יעדע פראקוראר וועלכע איז פארהעלטמעסיג ווייניג

מאריל האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז מען גייט נישט אויסטיילן די פארלאנגע פאר פרישע פראצעסן צו יעדע געהליף אסיסטענס אטוירני און ארזיכערן אז יעדע באקומט א גלייכע פראציע פון 2-3 פראצעסן נאר נאטורליך גייען א גרויסע טייל פון די קעיסעס פאלן אויף א געקליבענע צאהל פראקורארן און זיי וועלן זיך דארפן ספראווען מיט הונדערטער אומערוואטעטע קעיסעס

ביי די ענדע פון די סעסיע איז געווען גאנץ קלאר אז עדווארדס קען רעכענען אויף גארסוטש און סאטאמאיאר

טאמאס האט נישט געשיינט צו זיין אויף זיין זייט און אפגערעדט פון אליטא קעיגען אדער ראבערטס און עס וועט זיין א בארג ארויף מיסיע פאר אים צו שאפן נאך דריי שטימען

עווענטועל האט די אורטייל אביסל איבערראשט אנאליסטן ווען גארסוטש איז מיטגעגאנגען מיטן קאנסערוואטיוון קאלום אויפן באנק אום די אורטייל איז געגאנגען אקעגן עדווארדס 3-6 אויף פארטייאישע ליניעס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 10:34 am

דאנערשטאג נשא


אין די צייט וואס מער און מער רעפובליקאנע גאווערנארס נעמען שריט צו ענדיגן די אויסגעברייטערטע ארבעטסלאזע בענעפיטן הערט מען פון ווייסן הויז אז באאמטע אין די לעיבאר דעפארטמענט זענען געקומען צום אויספיר אז די פעדעראלע רעגירונג קען נישט לעגאל צוואונגען סטעיטס צו פארטיילן בענעפיטן


*

דעמאקראטישע סענאטאר באב מענענדעז וועלכע איז געווען פון די שארפסטע קעגנער צו באפרייען נארד סטריעם -וועלכע איז א רוסישע גאז פירמע און פירט גאז דורך א פייפליין קיין דייטשלאנד- פון סאנקציעס איז זייער אנטוישט פון די באשלוס פון ווייסן הויז יא צו שענקן א פטור פאר די פירמע אבער זאגט אז ווי ער פארשטייט איז די באשלוס געקומען נאך וואס די אדמיניסטראציע האט אנערקענט אז סאנקציעס וועלן סייווי נישט באווייזן אפצושטעלן די פראיעקט און בלויז שעדיגן וואשינגטאן'ס באציאונגען מיט בערלין


*

די ווייסע הויז האט איינגעשוואוירן מיטגלידער פון די ניי געשאפענע קאמיסיע וועלכע ווערן באאויפטראגט אריינצוקוקן אין ווועגן ווי אזוי צו רעפארמירן די סופרים קאורט


*

אלאבאמא און דזשארדזשיא ריעלטארס בעטן פונעם די סי סירקוט קאורט צוריקצושטעלן די אורטייל פון א דיסטריקט ריכטער וועלכע האט בלאקירט די סי די סי עוויקשאן פארבאט
ארגינעל האט ריכטער פרידריך געאורטיילט אקעגן די פארבאט אבער נאך וואס די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן א זוכט צו אינטערווענירן אין שטיצע פון די סי די סי האט דער ריכטער געלייגט א סטעי אויף זיין אורטייל און איצט זוכן ריעל עסטעיט גרופעס אז די קרייז געריכט זאל אראפנעמען די סטעי


*

נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע אויפגעטריבן 7.2 מיליאן דאלער אין אפריל פון וועלכע 3.4 מיליאן זענען געקומען פון ביישטייערונגען אונטער 200 דאלער


*

מארק מקלאסקי וועלכע האט זיך געטראפן אונטער אויספארשונג צוליב זיין צייגן געווער אין ריכטונג פון פראטעסטירער וועלכע האבן מארשירט אין ריכטונג פון זיין היים און האט געמאלדן אז ער לויפט צום סענאט אין ציזורי האט שוין אויפגעטריבן איבער 100 טויזנא דאלער זינט ער איז אריינגעשפרונגען אין די פאארמעסט


*

דער רעפובליקאנער וורידזשיניע גאווערנאר נאמיני האט אויפגעטריבן א מיליאן דאלער זינט די פארטיי האט אים לעצטנס אויסגעוועלט בי א קאנווענשאן


*


אין א ווייסע הויז קאל האט מינעסאטע גאווערנאר טים וואלץ זיך געוויצלט זאגנדיג אז עס זענען דא מערערע סיבות זיך צו וואקסינירן אקעגן די ווירוס אבער אויב עימיצער אין זיין סטעיט איז נאכנישט איבערצייגט עס צו טוהן קען ער אים צושטעלן נאך א סיבה: גיי נעם די וואקסין וועסטו בלייבן לעבן און קענען שטימען אקעגן מיר ביי די קומענדיגע וואלן, עס קימערט מיר נישט, איך וויל עס פשוט זעהן ערלעדיגט


*

א בוך איבער דיסיקרעט סערוויס פארציילט אז פרעזידענט טראמפ האט פארלאנגט אז מען זאל אראפנעמען איבערוואגיגע אגענטן פון די פריוואטע גרופע וועלכע האט אים באשוצט זייענדיג באזארגט אז זיי וועלן נישט קענען גענוג פלינק זיך באוועגן אים צו באשוצן אויב ער קומט אונטער א געפאר


*

צוויי טעג נאך וואס די סופרים קאורט האט באוויליגט צו אקצעפטירן די מיסיסיפי אנטי רציחה ביל קעיס האט טעקסאס גאווענראר גרעג אבאט אונטערגעשריבן א נאך מער שטרענגערע ביל


*

ווערמאנט רעפובליקאנע גאווערנאר פיל סקאט גרייט זיך אונטערצושרייבן א ביל וועלכע וועט שטארק אויסברייטערן מעיל אין וואוטינג ביי די אלגעמיינע וואלן


*

קריס קריסטי זאגט אז ער גייט נישט זיין ווי טייל פון די אנדערע קאנדידאטן וועלכע זאגן אז זיי ווילן אויסווארטן א באשלוס פון פרעזידענט טראמפ איידער זיי דערקלערן זייער קאנדידאטןור פאר פרעזידענט


*

פענסילוועניע קאנגרעסלייט רעשענטאלער און קעלי אינדארסירן שאן פארנעל צום סענאט


*

דזשארדזשיא ליוטענאנט גאווערנאר דאנקען וועלכע האט קריטקירט פרעזידענט טראמפ וועט נישט זוכן ווידערערוויילונג זאגנדיג אז ער וועט אנשטאט ארבעטן אפצוטיילן די פארטיי פון טראמפ איינפלוס
אין די זעלבע צייט האט די ארטיגע סעקרעטערי אוו סטעיט ראפנסבערגער געמאלדן אז ער וועט יא לויפן פאר נאך א טערמין טראץ וואס ער האט שוין אפיציעל א פריימערי קעגנער


*

טעקסאס 23 איז די איינציגסטע דיסטריקט אין לאנד וועלכע האט געשטימט פאר ראמני אין 2012 למספרם און פיר יאר שפעטער פאר פרוי קלינטאן און אין 2020 למספרם פאר טראמפ
דער רעפובליקאנער טאני גאנזאלעז פארטרעט די דיסטריקט און אצינד האט מארין וועטעראן דזשאן לירא געמאלדן אז ער לויפט אלץ דעמאקראט


*


ווי געמאלדן וועט אטלאנטא מעיאר קישא באטאמס נישט זוכן א צווייטע טערמין און סטעיט פאליטיקאנטן זענען געכאפט געווארן אין סורפרייז מיט די אומערווארטעטע מעלדונג וועלכע האט געעפנט א פאסטן פאר אמביציעזע פאליטיקאנטן וועלכע קענען נוצן אזא פאזיציע פארא פאליטישע שפרונג ברעט צו גיין העכער
באטאם'ס פארגייער איז געווען מעיאר קאסים ריעד וועלכע איז נישט געלאפן אין 2018 למספרם נאך וואס הויכראנגיקע געהילפן זיינע האבן זיך דערקלערט שולדיג אין נעמען כאבאר
אצינד האט ריעד ארויסגעשיקט אן איינלאדענונג צו זיין געבורטסטאג פארטי און געשירבן אז מען זאל רעזערווירן דעם דאטום פון יוני 10 למספרם וועלכע געצויגן אויפמערקזאמקייט פון אנאליסטן וועלכע שפעקולירן צו ער וועט מעלדן אז ער וועט זוכן נאכאמאל צוריצובאקומען זיין אלטע אפיס



*

מען הערט מער און מער אז אין די געשפרעכן איבער ווי אזוי צו דעקן כאטש טייל פון א מעגליכע אינפראסטרוקטור ביל זוכן דעמאקראטן צו אויסצונוצן צום מאקסימום א געלט קוואל וועלכע ווערט באטראכט אלץ די ווייניגסטע קאנטערווערסיאל רעלאטיוו צו מער פארטייאישע פלענער ווי צו ביישפיל העכערן שטייערן אדער אפילו ווי ארויפשטעלן א גאז שטייער וועלכע וועט באטרעפן אלגעמיינע מאטאריסטן

די דעמאקראטישע פלאן וועכע די ווייסע הויז שטופט שטארק און פרעזידענט ביידען האט עס פרובירט צו פארקויפן דורכאויס זיינע זיצונגען מיט רעפובליקאנע פירער איז דאס אויסשטאפירן די איי אר עס דורך אויסברייטערן פאנדינג צו קענען רעקרוטירן מער אודיטארס וועלכע זאלן נאכגיין און איינקאסירן שטייערן פון רייכטע לייט און אינוועסטירער וועלכע זוכן עס צו באהאלטן אדער דרייען זיך ארויס פון באצאלן

א דעבאטע פאר זיך איז וויפיל געלט עס איז די דיפרענץ צווישן די טאטאל וואס די אגענטור קען איינקאסירן און די ציפער וואס זיי טוען פאקטיש אריינננעמען און לויט שאצונגען האט עס געזאלט באטרעפן ארום 400 ביליאן דאלער יערליך

אבער נאך א קאמיטע פארהער אין וועלכע די קאמישאנער האט געשטעלט די ציפער ביי ארום א טריליאנע יערליך האט זיך די ווייסע הויז צוגעכאפט דערצו ווי צו א געבראטנס מאכנדיג די קעיס אז די אומאיינקאסירטע שטייערן איז די מערסטע פאסיג צו דעקן אינפראסטרוקטור און אנדערע פראיעקטן

רעפובליקאנער און אנדערע צווייפלען אין די שאצונג אבער האבן געמישטע געפילן בכלל איבער גיבן מער פאנדינג פאר אן אגענטור וועלכע איז געווארן פארהאסט ביי זיי אין די לעצטערע יארן טראץ וואס אין אלגעמיין טוען טייל פון זיי אויסדרוקן אפנקייט צו אזא פלאן

די גרעסערע פראבלעם פאר דעמאקראטן איז נאך דערווייל נישט אזוי ווייט אין די העדליינס ווי ערנסטע אנגעצויגנקייט צווישן קאמיטע פירער און זייער שטאב וועלכע ארבעטן העפטיג צו אדרעסירן א פראבלעם וועלכע קען שטעלן די גאנצע פלאן פון זיך פארלאזן אויף די נייע שטייערן אין געפאר

די פראבלעם שטאמט פון א געזעץ וועלכע איז שוין צוויי צענדלינג יאר אלט וועלכע ערלויבט נישט זיך צו באנוצן מיט פלענער צו מאדיפיצירן און בעסער אויסנוצן עקזיסטירנדע פראגראמען אלץ רעכענונג פון וואנעט צו דעקן נייע פראגראמען

די געזעץ איז געווארן איינגעשטעלט צוליב זארג אז געזעצגעבער וועלכע איילן זיך צו באשטעטיגן קאסטבארע בילס וועלן אויסנוצן די סיסטעם און פארשפרעכן איינצושטעלן טוישונגען אין א רייע פראגראמען מיט די האפענונג אז מיט די יארן וועלן בארייכערן די קאסע גענגו צו קענען דיקן די פרישע בילס אבער אזעלכע האפענונגען קענען אפטמאל זיין איבריג אפטימיסטיש און מער האף ווי רעאליטעט און געטריבן פון נגיעות צו באשטעטיגן בילס און עווענטועל קען עס פירן צו דעם אז די ביל טרייבט אויף אומערווארטעטע דעפעציטן

צוליב דעם פארלאנגט די געזעץ אז צו דעקן נייע בילס מוזן פאליטיקאנטן אויפקומען מיט מער קאנקרעטע פלענער און קענען פארזיכערן אז עס וועט געדעקט מיט א קלארע געהעריגע פלאן

די דילעמא איז נישט קיין נייע און צוריק אין 2017 למספרם האבן רעפובליקאנער געלייגט אן אויג אויף אזלעכע האפענונגען פון צוקונפטיגע העכערע איינגאבן צו העלפן דעקן זייער שטייער רעפארם ביל

יענע צייט האבן רעפובליקאנער געזוכט צו רעכענען שאצונגען פון עקאנאמישע אויפבליה אין רעזולטאט פון די שטייער רעפארם און נוצן די ערווארטעטע העכערונג פון שטייערן וועלכע קומען מיט א בעסערע עקאנאמיע אז די שטייער רעפארם זאל זיך זעלבסט דעקן אבער זיי האבן זיך דאן אנגעשטויסן אין סענאט בודזשעט פראצעדורן וועלכע האבן זיי בלאקירט פון עס קענען נוצן

די איצטיגע וואנט וועלכע דעמאקראטן קאנפראטירן איז בודזשעט שאצונג רול נומער 14 וועלכע ווי געזאגט ערלויבט זיי נישט זיך צו פארלאזן אויף פארשפרעכונגען איבערצומאכן און רעדעזיגנירן עקזיסטירנדע פראגראמען צו שפארן געלט א שטייגער ווי פאלשע סאשעל סעקיוריטי דיסעביליטי בענעפיטן קלעימס

איינע פון די סיבות צו די געזעץ איז די פאקט אז אפילו מען שטעלט איין נייע רעגולאציעס אינערהאלב אגענטור פראגראמען לויפן זייערע בודזשעטן אויף א יאר צו יאר סיסטעם וואס מיינט אז א יאר דערויף קענען זיך זאכן צוריקטוישן און עס איז נישטא ווער עס קען פארזיכערן אז געזעצגעבער וועלן האלטן יענע אגענטור און פראגראמען פארנטווארטליך אנצוהאלטן די טוישונגען אויף גענוג לאנג צו שפארן גענוג געלט וויפיל עס פעלט זיך אויס צו דעקן די נייע ביל איבערהויפט ווען קאנגרעס שרייבט נישט ארויס ספעציפישע פארלאנגען וואס אין ווי אזוי מען דארף שפארן געלט און דאן נוצן די געלט און אפילו ווען עס קומט אריין מער געלט קענען עס אדמיניסטראטיווע פירער נוצן פאר אנדערע צוועקן ווי וואס קאנגרעס האט געהאפט ספעציעל אויב אדמיניסטראציעס טוישן זיך אינצווישן

דעמאקראטן האלטן אפ באראטונגען אונטער פארמאכטע טיהרן און סענאט פינאנץ קאמיטע פארזיצער ראן וויידען באשטעטיגט אז מען קוקט איצט אריין דערין

איינע פון די געדאנקן איז איינפאך איבערצודרייען יענע געזעץ ווי עס רופט סענאטאר שעלדאן ווייטהאוז אבער עס הערט זיך לייכטער ווי עס קען פאקטיש זיין אויסצופירן צוליב וואס עס דארף ווערן קאארדאנירט מיט די קאנגרעסיאנאלע בודזשעט אפיס וועלכע קען מאכן פראבלעמען צוליב זארג אז עס קען צושאקלען די סטאביליטעט פון אנדערע פראגראמען

דעמאקראטן קענען עס פרובירן עס צו טוהן אין די סענאט אלץ טייל פון זייער רעקאנסיליאציע ביל אבער דאן וועט עס מוזן אדורכגיין די סענאט פארלאמאנטעריען און עס איז דערווייל נישט קלאר אויב זי וועט עס ערלויבן

א דריטע אפציע קען זיין צו לאזן די געזעץ אין פלאץ נאר איינפאך דערקלערן אז צוליב די די פאראויסגעזעענע שטייער איינקופטן איז די קאסט פון זייער אינפראסטרוקטור ביל בעצם קלענער ווי די אפיציעלע שאצונגען

די לעצטע אפציע איז וואס רעפובליקאנער האבן אייגנטליך פרובירט אין 2017 למספרם ווען דאן סענאטאר באב קארקער האט עס געוזכט צו נוצן אבער ווי פריער געזאגט עס נישט באוויזן אדורכצושטופן אויף אזא וועג



א לעכטיגן שבת!

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 12:57 pm

טענקס הבל.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:07 pm

זייער אינפארמאטיווע באריכט.

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך זיסע פיש » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:23 pm

שכח הבל, מיר האבן זייער הנאה.
וידגו לרב בקרב הארץ.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 20, 2021 1:40 pm

יישר אלע!

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג מאי 20, 2021 6:52 pm

זיסע פיש האט געשריבן:שכח הבל, מיר האבן זייער הנאה.

גא''מ
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

Joel
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Joel » דאנארשטאג מאי 20, 2021 7:08 pm

ישר כח עס איז געוואלדיג דיין באריכט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 24, 2021 10:17 am

מאנטאג בהעלותך



ווי שוין באריכטעט דא מיט א צייט טוט טרעזשורי סעקטארשע דזשענט יעלען שטופן פאר א מינימום שטייער ראטע צווישן די 20 מערסט אנטוויקלטע לענדער צו פארזיכערן אז קיינע פון זיי שלעפן נישט אראפ די ראטע גענוג נידריג אנצורייצן ביזנעסער זיך אריבערצוציען אהין
די פארזוך קומט צו אדרעסירן די פלענער פון די אדמיניסטראציע צו העכערן שטייערן און וויל מקדים זיין רפואה למכה אז עס זאל נישט טרייבן ביזנעסער זיך אריבערצוציען זייערע הויפטקווארטירן ערגעץ אנדערש
די פלענער האט אסאך לעכער אבער אצינד האט פרוי יעלען געמאלדן אז די מינימום ראטע וועלכע זי וועט זוכן וועט זיין 15% און איז געווען היבש איבערראשנד צוליב וואס מען האט ערווארטעט עפעס העכער פון דעם און עס האט אויפגעברענגט פראגן צו 15% וועט זיין גענוג הויך צו אנטמוטיגן ביזנעסער פון זיך זוכן בעסערע גליקן אין אנדערע לענדער
אלנפאלס הערט מען שוין פון דייטשלאנד און פראנקרייך אז זיי שטיצן די 15% ראטע

*

די ווייסע הויז גיבט איבער אז זיי וועלן נישט לאזן "זיצן איינגעלייגט" זיין די ענדגילטיגע ענטפער אויף אינפראסטרוקטור און אויב עס ווערט קלאר אז אן אומפארטייאישע לעזונג איז אוממעגליך וועלן זיי טוישן ריכטונג

*

סטעיט סענאטאר מעט דאלען קלערט ערנסט פון אריינשפרונגען אין די אהייא סענאט פארמעסט און האט שוין געעפנט אן עקספלאריטארי קאמיטע און טרייבט אויף געלט

*

דער עלטסטער דעמאקראטישע סענאטאר איז פעטריק לעיהי פון ווערמאנט און לויט קוועלער גרייט ער זיך צו לויפן פאר א ניינטע טערמין און אויב זאל ער געוואונען קען ער ווערן דער לענגס דינענדער סענאטאר אין היסטאריע

*

די אריזאנא דעמאקראטישע פארטיי האט באשטעטיגט א רעזאלוציע וועלכע רופט אויף סענאטארן קעלי און סינעמא ארויסצוקומען אפיציעל אין שטיצע פון עלימינירן די סענאט פיליבאסטער

*

די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע פירט דורך א שטיקל שטאב אויפשאקלונג און וואס מנן ווייסט דערווייל איז אז האט ערזעצט איר פאליטישע דירעקטאר דזשאסטין ריטשארדס מיט מייק טאם

*

נאכן באריכטן אין מערץ למספרם אז פאול רייען וועט אנפירן מיט א פאנדרעיזער פאר קאנגרעספרוי ליז טשעיני קומט איצט די נייעס אז ער וועט אויך אפהאלטן א פאנדרעיזער פאר קאנגרעסמאן עדעם קיזינגער

*

קאנגרעסמאן וואלץ פון פלארידא זאגט אז ער האט ארויפגעקלעבט ריזיגע "איך שטיי מיט איזראעל" פלאקאטן אין א קארידאר ווי קאנגרעספרוי קארטעז מוז אדורכשפרייזן יעדע מאן בעפאר זי גייט אפגעבן א שטימע
ער זאגט אז ער טוט באצייכענען די ליבעראלע סקוואד אלץ די כאמאס קאקוס

*

רעפובליקאנע קאנגרעסמאן פון פענסילוועניע ברייען פיצפעטריק איז געווען פון די הויפט ציהל אויפן דעמאקראטישן ראדאר ביי די פארלאפענע צוויי וואל סעזאנען און טראץ וואס ער האט באווייזן אנצוהאלטן זיין זיץ גרייטן זיך דעמאקראטן ווידעראמאל צו מאכן זיין זיץ אלץ פריאריטעט אין 2022 למספרם
פיצפעטריק האט געוואונען אין זיין סובארבען פילאדעלפיע דיסטריקט וועלכע האט אין די זעלבע צייט געועלט פאר פרעזידענט ביידען איבער טראמפ
טראץ האפענונג פון דעמאקראטן אז די דריטע שאס וועט געלונגען אין ציהל זוכן זיי נאך א געלונגענע ציהל שיסער אאון מוטשען זיך מיטן רעקרוטירן עימיצן מיט גענוג א באקאנטע נאמען צו שטעלן אן ערנסטע קאנקורענץ צו א קאנגרעסמאן וועלכע זיצט רעפרעזענטירט שוין די דיסטריקט פאר א שיין שפאר יארן איבערהויפט אז מען ווייסט נאכנישט ווי אזוי די גרעניצן פון די דיסטריקט וועלן ווערן אויסגעשניטן
רעדיסטריקטינג קוקט אויס צו ווערן פארשלעפט לענגער ווי געראכטן און רעפובליקאנער זענען ערווארטעט צו שניידן דיסטריקטן צו זייער געשמאק
איען אזלעכע סטעיטס ווי פלארידא, דזשארדזשיא און טעקסאס און טראץ וואס דעמאקראטן וועלן גאנץ זיכער אריינטראגן אנקלאגעס דערקעגן לויפן זיי אקעגן דעם זייגער און די קעיסעס וועלן זייער מעגליך נאך זיין שטעקן אין די געריכטן ווען די מידטוירמס וועלן פארקומען
צום ביישפיל קען זיין אז אין דזשארדזשיא וועלן רעפובליקאנער פרובירן אראפצוקלאפן די לעצטיגע דעמאקראטישע אויפשטייג ארום די אטלאנטא ראיאן מיטן צוזאמצושמעלצן די דיסטריקטן פון קאנגרעספרויען קעראליין בארדעאוקס און לוסי מעקבעט
אין א סובארבען דאלאס באזירטע דיסטריקט אין טעקסאס וואו פרעזידענט ביידען און רעפובליקאנע קאנגרעספרוי בעט ווען דואוויין האבן שמאל געוואונען האפן דעמאקראטן ארויסצושטויסן די קאנגרעספרוי אבער די רעפובליקאנע קאנטראלירטע ליגיסלאטור קען צופיצן די מאפע ארויסצוהעלפן זייער קאנגרעספרוי
אין פענסילוועניע זענען זאכן אביסל אנדערש און אויב די רעפובליקאנע לעגיסלאטור און די דעמאקראטישע גאווערנאר קענען זיך נישט אדורכקומען דאן וועט די סטעיט סופרים קאורט אינטערווענירן אזוי ווי זיי האבן געטוהן אין 2018 למספרם אבער אזא קאמף קען זיך נאך לאנג פארציען גיבנדיג א קריטישע אויבערהאנט פאר קאנגרעסמאן פיצפעטריק ווייל ווען די מאפעס וועלן ווערן באשטעטיגט קען שוין זיין צי שפעט פאר דעמאקראטן צו נאמינירן א קאנדידאט וועלכע זאל שטעלן א גענוג שטארקע פארמעסט אקעגן פיצפעטריק

*

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג בהר בחוקותי


א מעקסיקאנע פליט מיטן נאמען פאלאמאר סאנטיאגא האט באקומען פערמענאנטע רעזידענץ אין אמעריקא צוריק אין 1990 למספרם אבער געפונען געווארן שולדיג אין דרייוון אונטער די איינפלוס

ער איז אפגעזיצן 7 יאר אין טורמע און נאכן ענדיגן זיין טערמין האבן אימיגראציע באאמטע אים דעפארטירט צוריק קיין מעקסיקא
אונטער די אימיגראציע און נאציאנאליטעט אקט איז דאן באטראכט געווארן דרייווןן אונטער די איינפלוס אלץ ווילדע פארברעכן פאר וועלכע מען קען ווערן דעפארטירט

אין 2001 למספרם האט די ניינטע סירקוט קאורט רעקלאסאפיצירט דרייוון אונטער די איינפלוס אלץ עס איז נישט א ווילדע סארט פארברעכן און געשריבן אז די וועג ווי אזוי זיי טייטשן אויס די געזעץ זאל חל זיין אויך אויף למפרע און די אורטייל איז באשטעטיגט געווארן דורך די סופרים קאורט אין 2004 למספרם

אין 2017 למספרם איז סאנטיאגא ווידער נתגלה געווארן אין אמעריקא און דאסמאל איז ער אריינגעקומען נישט אויפן גראדן וועג
סאנטיאגא איז געווארן אנגעקלאגט פארן אריינקומען אומלעגאל אין לאנד נאך א דעפארטאציע און די קעיס איז געווארן באהאנדלט אין די דיסטריקט געריכט וועלכע האט אויף די פארלאנג פון סאנטיאגא דיסמיסד די קעיס צוליב וואס זיין דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן

די רעגירונג האט עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט ווידערהאלט די אורטייל פון די אונטערשטע געריכט אן אן מאריך זיין געשריבן אז זיי פארלאזן זיך אויף זייער פריערדיגע פרעצעדענט אז די דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן

די רעגירונג האט גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט מיט די ארגומענט אז קאנגרעס האט געשטעלט דריי פארלאנגען פאר אימיגראנטן וועלכע זוכן איבערצודרייען זייערע דעפארטאציע ארדערס
1) איבערצייגן אז מען האט דער אימיגראנט האט שוין פרובירט אויסצונוצן אלע אדמיניסטראטיווע מעגליכקייטן צו טוישן די דעפארטאציע ארדער
2) מען איז געווארן צוריקגעוויזן די מעגליכקייט פאר א יורידישע איבערזיכט
3) די דעפארטאציע ארדער איז געווען פונדאמענטאל אומבארעכטיגט

די ניינטע קרייז געריכט האט גענומען די מהלך אז איינמאל מען ווייסט אז די דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן פאלן אויטאמאטיש אוועק פארלאנג 1 און 2 ווייל זינט אין די צייט פון וואס מען האט אים דעפארטירט האט ער דאך נאכנישט געואוסט אז עס גייט שפעטער קומען אן ארדער פון געריכט צו פארבאטן דעפארטאציע באזירט אויף דרייוון אונטער די איינפלוס און אז עס וועט גיין למפרע

אויב וואלט ער שוין דאן געהאט די אינפארמאציע אין זיין באזיץ וואלט ער עס געוויס אויסגענוצט אויפן אדמיניסטראטיוון שטאפל און צו בעהטן פאר א יורידישע איבערזיכט אויף זיין דעפארטאציע ארדער און קאנגרעס האט שוין געשריבן אז מען איז פטור פון פארלאנג 1 אדער 2 אויב איז דער אימיגראנט געווען אומוויסנד אז ער קען זיי אויסנוצן

אין אנדערע ווערטער טענה'ט די ניינטע קרייז געריכט אז זייער 2001 למספרם אורטייל וועלכע די סופרים קאורט האט שפעטער באשטעטיגט באפרייט אויטאמאטיש אימיגראנטן פון נאכקומען פארלאנג 1 און 2 ארויפגעשטעלט דורך קאנגרעס און זיי קענען גראד קומען מיט די טענה פון פארלאנג 3 אז די דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן

די רעגירונג פון זייער זייט טענה'ט אז די 2001 למספרם אורטייל איז נישט בכח אוועקצונעמען די פארלאנג פון קאנגרעס אז מען דארף נאכקומען אלע 3 פראצעדורעאלע פארלאנגען איידער ווען מען וויל באקעמפן א קלאגע פון צוריקקומען אומלעגאל נאך דעפארטאציע ווייל ווען קאנגרעס האט געשריבן די דריטע פארלאנג האבן זיי טאקע גערעדט פון אימיגראנטן וועלכע זאלן דארפן איבערצייגן אז זייער דעפארטאציע איז געווען אומאויסגעהאלטן און מיט דעם אלעם האבן זיי אויך געשטעלט די ערשטע צוויי פארלאנגען

איי, ער האט דאך נישט געדארפט וויסן פון פאראויס אז זיין דרייוון איז נישט קיין סיבה אים צו דעפארטירן? טענה'ט די רעגירונג אז ער וואלט אבער געקענט נוצן אנדערע טענות צוליב וואס מען זאל בלאקירן זיין דעפארטאציע און די פאקט אז ער האט נישט אויסגענוצט באדייט אז ער קען נישט נאכקומען פארלאנג 1 און 2

זיי אנערקענען אז גאר ווייניג אימיגראנטן באווייזן ערגעץ אנצוקומען מיטן אויסנוצן אדמיניסטראטיווע און אנדערע שטראזן אבער ברענגן ארויס אז טאקע דאס איז געווען די ציהל פון קאנגרעס שטייף צו אדרעסירן אומלעגאלע אימיגראציע

די ריכטער האבן אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און געשטעלט הארבע פראגן פון ביידע זייטן און פארשווערט צו אנאליזירן וווי אזוי זיי וועלן אורטיילן איבערהויפט אז ריכטער גארסוטש און קעווענאו האבן נישט געפרעגט קיין שום פראגן פון קיינע פון די זייטן



איצט אינדערפרי האט די סופרים קאורט געאורטיילט אקעגן סאנטיאגא ווען ריכטערין סאטאמאיאר שרייבט די אורטייל פאר אן איינשטימיגע געריכט

*


הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור



גואם איז אן אמעריקאנע קאנטראלירטע אינזל פון וועלכע מען הערט בלויז אין די נאכט פון די פרעזידענט וואלן ווען פאר נייעס אויסגעהונגערטע אבזערווירער האלטן אן אויג אויף פריע רעזולטאטן אדער מזמן לזמן ווען דער צפון קארעא פירער שיקט ארויס א סטראשע

היינט אבער וועט די אינזל וועלכע באווייזט געווענליך אויסצומיידן די נייעס ראדארן יא ווערן געדעקט אויף די אייוועלט שפאלטנס און דאסמאל איבער א קעיס וועלכע איז אנגעקומען ביזן אמעריקאנע סופרים קאורט

גואם איז א טעריטאריע וועלכע אמעריקא האט פארכאפט פון שפאניע צוריק אין 1898 למספרם דורכאויס א קריג צווישן די צוויי לענדער
נאך וואס די קריג איז געקומען צו אן ענדע האט אונטער אן אפמאך אונטערגעשריבן אין פאריז די שפאנישע רעגירונג אויפגעגעבן די אינזל פאר די אמעריקאנער און פון די פריע 19'ער ביז 1950 למספרם האט די אמעריקאנע מיליטער געפירט די ארטיגע ווירטשאפט ביז ווען זי האט איבערגעגעבן די פירערשאפט פאר א ניי פארמירטע ציווילע פירערשאפט און היינט איז דארט פארבליבן די ענדערסאן עיר פארס באזע

אין די 1940'ער יארן למספרם האט די נעיווי אפערירט דארט אין ארדאט גואם א גרויסע דאמפ שטח וואו זי האט אפגעלאדנט מוניציפאלע און מיליטערישע אפפאל און לויט באשולדיגונגען ארייגערעכנט שעדליכע מוניציע און כעמיקאלן פון וועלכע זיי האבן געהאט בשפע אין די יארן פון די וויענטנאמע און קארעא מלחמות

די אפעראציעס האבן נישט אריינגענומען די מינימום ענווייראמענטאל זיכערהייט באווארענונגען און אלץ רעזולטאט זענען שעדליכע מאטריאלן אנגעקומען אינעם לאנפיט טייך וועלכע פליסט אריין אינעם פאציפישן אקעאן

אין 1983 למספרם האט די ענווייראמענטאל באשיצונג אגענטור צוגעלייגט די ארדאט דאמפ יארד וועלכע איז שוין דאן געווען אויסגעשפרייט אויף פערציג אקער לאנד צו איר נאציאנאלע פריאריטעטן ליסטע און מיט 5 יאר שפעטער דעזיגנירט די נעיווי אלץ מעגליך פאראנטווארטליך דערויף אבער וויבאלד די נעיווי האט אויפגעגעבן בעלות אויף די אינזל האט זיך די ציווילע פירערשאפט געטראפן אלץ אייגנטומער וועלכע אפערירט די דאמפ און רעגלמעסיג ערהאלטן פארארדענונגען פון די אי פי עי אויפצוקומען מיט פלענער צו עלימינירן די שעדליכע מאטריאל אנגעזאמלט אין לויף פון די יארן

אין 2002 למספרם האט די אי פי עי געקלאגט גואם דורכ'ן געריכט וועלכע זאל זיי צוואונגען זיך צוצושטעלן און אריינשיקן פלענער צוצודעקן די דאמפ און נאך פארהאנדלונגען זענען די צוויי זייטן זיך דורכגעקומען אין 2004 למספרם אויף א פלאן אונטער וועלכע גואם ווועט צודעקן די מיסט און שליסן די דאמפ און באצאהלן א ציווילע שטראף

אינעם אפמאך אויסגעהאמערט האט גואם אכט געגעבן זיך נישט צו דערקלערן אלץ שולדיג אדער פאראנטווארטליך אויף די פארפעסטיגונג פונעם שטח

עטליכע יאר זענען פארביי און גואם האט זיך נישט צוגעשטעלט צום אפמאך וועלכע וואלט אפגעקאסט אסטראנאמישע ציפערן וועלכע זיי האבן אנגעבליך נישט געקענט דעקן און די אגענטור האט זיך געוואנדן צום געריכט און א דיסטריקט ריכטער האט אויסגעארבעט מיט א קאנטראקטער אנצוהויבן מיטן פראיעקט אויף גואם'ס חשבון וועלכע איז געווען געשאצט אריינצוציען ביז אזויפיל ווי 16 מיילאן דאלער און די ארבעט איז פארטיג געווארן אום 2011 למספרם

נישט בלייבנדיג מיט צופיל אויסוואלן האט גואם געזוכט צו דעקן דעם לאך און אין אין 2017 למספרם האבן זיי אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן אמעריקא באשולדיגנדיג די נעיווי אז זייערע אקטיוויטעטן האבן פארפעסטעוועט די ארדאט דאמפ יארד און אז זיי מוזן דעקן די קאסטן פון צושפארן די דאמפ יארד

צו פארשטיין די לעגאלע געראנגל צווישן גואם אין די אמעריקאנע רעגירונג מוז מען ערווענען די "קאמפראהענסיוו ענווייראמענטאל רעאקציע קאמפאנסעישאן און לייעביליי אקט" מיט איר אקראנים CERCLA וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט אין 1980 למספרם

יענע געזעץ האט געזוכט צו רייניגן מיסט אנגעלייגטע שטחים און סעקשאן 107 פון די געזעץ האט מחייב געווען איצטיגע און געוועזענע אייגנטומער פון אזעלכע דאמפסטערס וועלכע האבן אפערירט דאס אהינברענגן די אפפאל צו דעקן אלע קאסטן פון עס אויסרייניגן טראץ וואס די רעגירונג קען נישט איבערצייגן סיי וועלכע שולד פון די איינגטומער און גייט אויך אויף צוריק צו שטחים אנגעלייגט בעפאר די געזעץ איז אריין אין קראפט

אין 1986 למספרם האט קאנגרעס פרובירט אביסל צו פארצוקערן די שטרענגע פארלאנגען און אמענדירט די געזעץ מיט סעקשאן 113 וועלכע וועט ערלויבן אייגנטומער וועלכע גלויבן אז זיי האבן ארויסגעצאהלט מער וויפיל זיי וואלטן געמוזט צאהלן אונטער א לייעביליטי דערקלערטע אפמאך מיט די רעגירונג אריינצוטראגן קאנטריביושאן פארלאנגען אקעגן אזעלכע וועלכע דארפן אויך צושטייער געבן פאר די קאסטן צוליב זייער ראלע אין אנהויפענען די אפפאל

גואם האט טאקע געבעטן די געריכט אז די מיליטער זאל מוזן דעקן טייל פון די קאסטן אונטער סעקשאן 107 אלץ דירעקטער פאראנטווארטליכער און געוועזענע אייגנטומער אדער אונטער סעקשאן 113 צוליב די אפמאך וועלכע גואם האט אויסגעארבעט מיט די רעגירונג וואס זאל זיי איצט ערלויבן איינצוקאסירן א טייל פון די קאסטן פון די מיליטער

אינעם די סי קרייז געריכט האט אפגעווארט א דורכפאל פאר גואם ווען די געריכט האט געאורטיילט אז סעקשאן 107 קען נישט גיין צוזאמען מיט סעקשאן 113 און ערקלערט אז 107 איז די פארלאנג אויף די אייגנטומער צו דעקן די קאסטן און איינמאל די אייגנטומער דערקלערט א פארפליכטיגונג צו דעקן די קאסטן פאלט אוועק די מעגליכקייט פון די רעגירונג צו קענען מחייב זיין עמיצן אונטער 107 (ווייל איינער האט זיך דאך שוין פארפליכטעט עס צו טוהן) און פון יענע מינוט אן איז גייט אריין אין קראפט סעקשאן 113 אונטער וועלכע דער פארפליכטעטער אייגנטומער האט די רעכט צו קענען אריינשלעפן אנדערע פארמישטע צו דעקן טייל פון די קאסטן אבער מען קען מער נישט קלאגן יענע פארמישטע צו באצאהלן אלץ סעקשאן 107

דאס באדייט אז די איינציגסטע סעקשאן אונטער וועלכע גואם וואלט געקענט קלאגן די רעגירונג איז 113 אבער יענע סעקשאן האט א סטעטשו אוו לימיטעישאנס פון דריי יאר און לויט די געריכט באדייט עס אז פון די מאמענט וואס גואם האט זיך דערקלערט אלץ פארפליכטעט צו באצאהלן (אין 2004 למספרם) האט אנגעהויבן לויפן די דריי יאר פעריאד וואס זיי וואלטן געקענט קלאגן אנדערע פארמישטע און זייער ווארטן ביז 2017 למספרם באדייט אז זיי האבן פארפאטשקעט די צייט

די געריכט האט אנערקענענט אז גואם איז מעגליך געווארן ב'עוול'ט זיך טרעפנדיג צווישן האמער און נאגעל מוזנדיג באצאהלן פאר די רעגירונג די קאסטן וועלכע די רעגירונג האט זיי אנווירטשאפט אבער צוליב ווואס זיי האבן געווארט לענגער ווי די דריי יאר צייט פאראויסצוקומען מיט א פארלאנג האט זיי טעכניש אנגעזעצט זייער מעגליכקייט ארויסצובאקומען עפעס פון די רעגירונג

גואם האט אפעלירט זייער קעיס צום סופרים קאורט און זייער ארגומענט איז באזירט אויפן פאקט אז די אנקלאגע וועלכע די אי פי עי האט גענוצט זיי צו צוואונגען צו צאהלן איז צופעליג נישט געווען אונטער די פריער ערקלערטע CERCLA געזעץ נאר זיי האבן געקלאגט די אינזל אונטער די "ריינע וואסער אקט" וועלכע איז א באזונדערע געזעץ פאר זיך און וויבאלד די אנקלאגע אקעגן זיי האט נישט געשטאמט פון סעקשאן 7 פון CERCLA האט יענע אויסגעהאמערטע אפמאך נישט אנגעדרייט די דריי יעריגע צייט זייגער פון סעקשאן 113 פון CERCLA צו לויפן און דעריבער קענען זיי עס נאך נוצן

די רעגירונג טענה'ט אז קאנגרעס האט אינזין געהאט ביים באשטעטיגן די CERCLA געזעץ צו לויפן סינאנים מיט אנדערע ענווייראמענטאל געזעצן ווי צום ביישפיל די ריינע וואסער אקט אונטער וועלכע מען האט געקלאגט גואם און אז אן אנקלאגע אונטער יענע געזעץ וועלכע פאלגט נאך מיט א געלט פארפליכטיגונג איז פונקט ווי ווען מען וואלט זיי געקלאגט אונטער סעקשאן 107 פון CERCLA און דרייט יא אן די דריי יאר רעכט פונעם פארפליכטיגטן צו קענען נוצן סעקשאן 113

גואם האט אויך גע'טענה'ט אפילו ווען מען באטראכט ווען די אנקלאגע ווי כאילו עס וואלט געווען אונטער סעקשאן 107 פון CERCLA האט די אפמאך פארט נישט אריינגעשטעלט סעקשאן 113 אין דרייוו וויבאלד זיי האבן זיך באווארנט זיך נישט צו דערקלערן שולדיג אין די אפמאך און די שפראך אין CERCLA לויטעט אז איינמאל אן אפמאך ווערט דערגרייכט אונטער וועלכע די אנגעקלאגטער נעמט אויף זיך די "לייעביליטי קאסטן" קען ער אנהויבן געניסן פון סעקשאן 113

טענה'ט גואם אז זיי האבן קלאר אויסגעמיטן צו דערקלערן אז לייעבל (שולדיג) און די גרייטקייט צו דעקן די קאסטן איז דעריבער נישט קיין לייעביליטי דערקלערטע חוב און דעריבער האט זיך נאכנישט אנגעהויבן די דריי יאר פון סעקשאן 113

די ענטפער פון די רעגירונג דערויף איז אז עס שטייט נישט און די געזעץ א באדינג אז דער באשולדיגטער דארף זיך דערקלערן שולדיג נאר יענעם'ס פארפליכטיגונג צו באצאהלן איז שוין אויטאמאטיש ווי א שולד דעקלעראציע און דעריבער איז די טערמין "לייעבל" נישט גענוג סובסטאנצפול און עפעס וואס זאל מעכב זיין סעקשאן 113 פון אריינגיין אין קראפט


די סופרים קאורט האט נעכטן אויסגעהערט די קעיס


איצט אינדערפרי האט די סופרים קאורט געאורטיילט אין שטיצע פון גואם אין אן אורטייל געשריבן דורך ריכטער טאמאס פאר אן איינשטימיגע געריכט

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך mmn » מאנטאג מאי 24, 2021 10:45 am

A REEEEZIGEN YASHER KOACH SEI FOR DI BARICHTEN AND SIE FOR DI SUPREME COURT CASES


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט