א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

היינט צום גדלי' איז דעיס די בעסטע קאקאש!
טענק יוא!
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ישר כח הבל און אלעקסיי פאר די געשמאקע באריכטן.
א גמר חתימה פאר ענק עטס זאלטס האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ישר כח הבל און אלעקסיי פאר די געשמאקע באריכטן.
א גמר חתימה פאר ענק עטס זאלטס האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.
לעצט פארראכטן דורך נישטאמת אום דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 4:20 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נישטאמת האט געשריבן:מוצאי ראש השנה תשפ"ב
געוועזענע פרעזידענט טראמפ איז ערווארטערט מארגן צו אינדארסירן העריאט העגמען אין די פארמעסט צו ערזעצן קאנגרעספרוי ליז טשעיני. העגמען איז שוין בעפאר געלאפן פאר גאווערנאר אין ווייאמינג און פלעגט אין די פארגאנגנהייט זיין נאנט אליאירט מיט טשעיני.

קאנגרעספרוי טשעיני לויפט אויך פאר ווידערוויילונג, דארף שטיין ארויס צו שטויסן
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מוצאי יום הקדוש תשפ"ב

פראנצויזישע אויסערן מיניסטער לעדריאן באצייכענט די נייע אפמאך מיט אוסטראליע אלס א שטאך אין רוקן פאר פראנקרייך און איז 'א שריט וואס וואלט געווען פאסיג פאר מר. טראמפ'.

* * * *
פרעזידענט ביידען איז ערווארטערט צו איינלאדענען בריטישע פרעמיער מיניסטער באריס זשאנסאן פאר א זיצונג אין ווייסן הויז אין די צייט וואס זשאנסאן וועט זיך געפונען אין אמעריקא פאר די יו.ען. זשענעראל אסעמבלי.

* * * *
באזונדער וועט דער פרעזידענט אפהאלטן א ווייסע הויז זיצונג מיט די פירער פון אוסטראליע, אינדיע און יאפאן אום סעפטעמבער 24.

* * * *
פרעזידענט ביידען האט מיטוואך זיך געטראפן מיט סענאטארן מענשין און סינעמא צו הערן זייערע זארגן איבער די 3.5 טריליאן בודזשעלאציע.

* * * *
די סטעיט דעפארטמענט האט באשטעטיגט א 500 מיליאן דאללער אפמאך אין מיליטערישע שטיצע פאר סאודי אראביע.

* * * *
זשוסטיס דעפארטמענט פארלאנגט פון געריכט א זאפארטיגע עמערזשענסי סטעי צו בלאקירן טעקסאס שוין יעצט פון קענען אינפארסירן די אנטי-רציחה געזעץ.
ריכטער באשטימט פארהער דאטום אויף אקטאבער 1.

* * * *
פאריגע מאנאט -אוגוסט- זענען העכער 200,000 אפגעשטעלט געווארן ביים פרובירן זיך אדורכשמוגלען די אמעריקאנע-מעקסיקאנע גרעניץ.

* * * *
געוועזענע פרעזידענט אבאמא האט היינט אינדארסירט קאנאדישע פרעמיער מיניסטער טרודאו.

* * * *
אלס טייל פון די אויספארשונג דורך ספעציעלע אויספארשער זשאן דורהעם איבער די אנהויב פון די טראמפ-רוסלאנד קאלוזשען אויספארשונג, האט א גרענד זשורי היינט באשטעטיגט צו אנקלאגן מייקל סאסמאן -א אדוואקאט ביי די 'פערקינס קאוי' געזעץ פירמע- אויף ליגענט זאגן פאר עף.בי.איי. אגענטן אנהויב פון די טראמפ-רוסלאנד קאלוזשען אויספארשונג.

* * * *
מעסעטשוסעטס אטוירני זשענעראל פרוי הילי געמאלדן אז איר אפיס וועט אויספארשן די לעצטיגע העקעריי ביי טי.-מאביל וואס האט אפעקטירט העכער 50 מיליאן קאסטומער.

* * * *
א שעריף דעפיוטי אין לי קאונטי, פלארידא, איז געווארן אפגעזאגט פון אמט נאך וואס עס איז אפירגעקומען א רעקארדירונג ווי ער זאגט פאר אן ארעסטאנט אז יענער ענדעלט אין זשארזש פלאיד און ער פארלאנגט פונעם ארסעטאנט צו זאגן 'איך קען נישט אטעמען'.

* * * *
לויט באריכטן, האט ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל פרוי זשעימס שוין אפגעהאלטן געשפרעכן מיט ראטגעבער און נאנטע שטיצער איבער א מעגליכע 2022 גאווערנאר פארמעסט.

* * * *
פאלעסטינער אקטיוויסטן אין מישיגען האלטן אפ - שוין זינט יאר 2003- יעדע שבת א וועכענטליכע פראטעסט קעגן מדנ"י אינדרויסן פון א לאקאלע שול. א גרופע פון די ארטיגע מעמבער'ס האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט אין א פראוו אפצושטעלן די פראטעסטן, מיט די באשולדיגונג אז די פראטעסטן שטערן די דאווענען און ברענגן אן גייסטישע קאשמארן פאר עטליכע מיטגלידער וואס זענען קריגס איבערלעבער.
מיטוואך האט די פעדעראלע 'זעקסטע קרייז אפעלאט געריכט' געאורטיילט אז די פאלעסטינער פראטעסטן קענען ווייטער אנגיין, צוליב וואס פראטעסטירן איז באשיצט אונטער די ערשטע אמענדמענט צו די פעדעראלע קאנסטיטוציע, און ווילאנג די מתפללים עקנען נישט אנצייגן אז די פראטעסטירער שטערן זיי פון אריינגיין אינעם שול קען מען זיי נישט צווינגען אוועקצוגיין פון דארט.

א גוט יו"ט און א גוט געבענטשט יאר, דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוט'ס!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מוצאי יום הקדוש תשפ"ב

א גוט יו"ט און א גוט געבענטשט יאר, דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוט'ס!

אמן!

ישר כח פאר ווארעמע קאווע מיט קאקאש אויצופאסטן
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

Rak Tov האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מוצאי יום הקדוש תשפ"ב

א גוט יו"ט און א גוט געבענטשט יאר, דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוט'ס!

אמן!

ישר כח פאר ווארעמע קאווע מיט קאקאש אויצופאסטן

פיינע אויספאסטן, א דאנק אלעקסיי פאר דיין אנשטרענגונג!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

קנאפער ידען האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מוצאי יום הקדוש תשפ"ב

א גוט יו"ט און א גוט געבענטשט יאר, דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוט'ס!

אמן!

ישר כח פאר ווארעמע קאווע מיט קאקאש אויצופאסטן

פיינע אויספאסטן, א דאנק אלעקסיי פאר דיין אנשטרענגונג!


אמן!
גא"מ
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מוצאי יו"ט סוכות תשפ"ב

פרעזידענט ביידען האט מאנטאג באקומען די דריטע א.ג. 'בוסטער שאט' וויירוס וואקסין.

* * * *
פרעזידענט ביידען האט אפגעלייגט א רייזע קיין שיקאגאו צוליב וואס ער האט געוואלט פארבלייבן אין וואשינגטאן אנצופירן מיט די געשפרעכן איבער די אינפראסטרוקשור פעקעזש, וואס איז ערווארטערט צו קומען פאר אן אפשטימונג אין קאנגרעס אין די נאנטע טעג, און די רעקאנסיליאציע בודזשעלוציע.

* * * *
היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט א פרישע פארשלאג פאר די 'דאקא' פראגראם, צו אדרעסירן פארשידענע לעכער אין די ביז יעצטיגע פראגראם וואס האט ערלויבט א פעדערלאע ריכטער צו אורטיילן קעגן די פראגראם.

* * * *
קומענדיגע מאנאט -נאוועמבער- וועלן אויסלענדישע רייזענדע וואס זענען פולקאם וואקסינירט קעגן די וויירוס ווערן אריינגעלאזט קיין אמעריקא.
די נייע רעגולאציעס וואלן נישט זיין גילטיג פאר אזעלכע וואס האבן גענומען די רוסישע 'ספוטניק ווי.' וואקסין.

* * * *
רעפובליקאנער אינעם סענאט האבן מאנטאג נאכט בלאקירט א פראוו פון דעמאקראטן צו פינאנצירן די פעדעראלע רעגירונג.

* * * *
די סענאט פארליאמענטאריען האט אפגעווארפן א צווייטע פראוו פון דעמאקראטן אריינצושטעלן אימיגראציע רעפארם אינערהאלב די רעקאנסיליאציע פעקעזש.

* * * *
סענאטאר שומער זאגט היינט אז דעמאקראטן וועלן נישט, און קענען נישט, העכערן די חובות דאך אויף די אייגענע האנט דורך די רעקאנסיליאציע פראצעדור, נאר זיי מוזן צוקומען צו רעפובליקאנע שטיצע דערפאר.

* * * *
א פרישע בייפארטיזען געזעץ פארשלאג אינעם סענאט, וועט צווינגען די 'ביורא אוו פריזאנס' (בי.או.פי.) צו אדרעסירן פארשידענע פראבלעמען מיט זיכערהייט קעמערעס אינערהאלב פעדעראלע טורמעס איבער'ן לאנד.

* * * *
סענאטאר זשאו מענשין (דעמ.) האט היינט געלאזט פאלן קאמענטארן אז ער וועט מעגליך יא שטיצן א דעמאקראטין דורכגעפירטע רעקאנסיליאציע ביל נאך דאס יאר, טראץ וואס ער קריטיקירט נאכאלץ די פרייז פון 3.5 טריליאן דאללער.

* * * *
סענאטאר ווארען (דעמ.-מעסעטשוסעטס) זאגט אז זי וועט בלאקירן א ווידער-נאמינאציע פון זשעראום פאועל אלס פארזיצער פון די פעדעראלע רעזערוו באנק סיסטעם.
פאועל'ס טערמין אלס פארזיצער פן די צענטאראלע באנק לויפט אויס אין פעברואר.

* * * *
גענעראל מארק מיילי -פארזיצער פון די זשוינט טשיפס אוו סטעף- האט נעכטן געזאגט פאר געזעצגעבער אז ער האט צוגעשטימט צו די רעקאמענדאציע פון גענערלא מיללער אז אמעריקא זאל איבערלאזן ארום 2,500 טרופן אין אפגאניסטאן - ער האט אבער נישט געוואלט זאגן וואס ער האט טאקע געראטן פאר'ן פרעזידענט.

* * * *
גענעראל מעקינזי -הויפט קאמאנדיר פון די אמעריקאנע 'סענטראל קאמענד' קרעפטן- באשטעטיגט די באריכטן אז די טאליבאן האט, דורכאויס געשפרעכן אין דאהא, פארגעשלאגן א פלאן אז אמעריקא זאל פארבלייבן מיט קאנטראל פון קאבול. ווי ער ערקלערט האט ער נישט באטראכט די געשפרעכן אלס די אפיציעלע פאזיציע פון די גרופע און דעריבער האט ער גארנישט געטוען איבער זייער פלאן פאר קאבול.

* * * *
פרישע סטאטיסטיקס פארעפענטליכט דורך די עף.בי.איי. ציגן אז אין 2020 זענען מערדערייען געווען מיט ארום 30% מער ווי אין 2019.

** * *
מעט דאוד (Matthew Dowd) -א הויפט סטראטעגיסט פאר דער געווזענע פרעזידענט בוש 43 דורכאויס זיין ווידערערוויילונג קאמפיין- האט געמאלדן א קאמפיין פאר טעקסאס ליוטענאנט גאווערנאר. ער וועט לויפן אויף די דעמאקראטישע פארטיי ליניע, אין א פארמעסט קעגן דער אמטירענדע רעפובליקאנע דען פעטריק.

* * * *
עריק ראזענגרען (Eric Rosengren) -פרעזידענט פון די פעדעראל רעזערוו באנק אין באסטאן- האט געמאלדן אז ער וועט רעטייערן פון אמט צוליב געזונטהייט אנגעלעגענהייטן. דאס קומט עטליכע וואכן נאך וואס ס'איז אנשטאנען א קאנטראווערסיע איבער פארשידענע סטאק טרעידס וואס ער האט דורכגעפירט.

* * * *
אין אנדערע נייעס, האט ראבערט קאפלאן (Robert Kaplan) -פרעזידענט פון די פעד באנק אין דאלעס- געמאלדן אז ער וועט רעטייערן פון אמט צוליב די קאנטראווערסיעס ארום זיינע סטאק האנדלונגען.

* * * *
יו.טוב האט געמאלדן אז זי וועט סוספענדירן אקאונטס וואס פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע איבער וואקסינען, אריינגעכענט אזעלכע וואס געבן אן אז וואקסינען פירן צו פארשידענע געזונטהייט פראבלעמען.

* * * *
זשאן הינקלי (John W. Hinckley) -וואס האט פרובירט צו אומברענגען פרעזידענט רעיגען אין 1981- איז געווארן ענדגילטיג באפרייט פון טורמע, נאך וואס ער איז געווארן באפרייט פאר עטליכע יאר צוריק אונטער 'סופערווייזד ריליעס'.

* * * *
אמעריקא האט באשטעטיגט די באפרייאונג פון וואווועי סי.עף.או. פרוי וואנזשאו, נאכ'ן ווערן פארהאלטן אין קאנאדע באלד דריי יאר צוליב א אויסליפערונג פארלאנג פון אמעריקא (אריינגעגעבן ארגינעל דורך די טראמפ אדמיניסטראציע).
אין די זעלבע צייט קומט די נייעס, אז צוויי קאנאדישע בירגער וואס זענען אין די לעצטערע יארן געווארן ארעסטירט אין כינע, זענען באפרייט געווארן (טראץ וואס כינע האט געזאגט אז די ארעסטן זענען גענצליך נישט אנגעבינגן און זענען נישט קיין נקמה אקציע....).

* * * *
א מאן אין אילינאוי איז אומגעקומען נאכ'ן ווערן געביסן פון א .... פלעדערמויז וואס האט שפעטער גע'טעסט פאזיטיוו פאר די .... רעיביס קרענק.

* * * *
ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל פרוי זשעימס האט היינט ווידעראמאל אראפגעריסן דער געוועזענע גאווערנאר קאומו איבער זיינע באשולדיגונגען אז איר אויספארשונג קעגן איהןם איז געווען געטריבן דורך פאליטישע מאטיוון.
ווי זי זאגט, איז דער געוועזענע גאווערנאר א מענטש וואס וועט קיינמאל נישט נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף זיינע מעשים.

* * * *
זשארעד ראמאס האט אין 2018 אומגעברענגט פינף שטאב מיטגלידער ביי די קעפיטאל גאזעט, א מערילאנד באזירטע צייטונג. ער איז נעכטן פאראורטיילט געווארן צו פינף לעבנסלענגליכע טורמע טערמינען, אין צוגאב צו א טורמע טערמין פון 345 יאר.

מייערן צימעס איז א גוטע מאכל און ר' מרדכי'לע נעשכיזער איז געווען א גוטע איד.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

שכוח!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פון אמעריקע האט געשריבן:שכוח!
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

מחי' קורץ און שארף, גרויסן שכח!
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

טענקס!
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

;l;p-
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח אלעקסיי!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליך! ש'כח
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

;l;p-
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ש'כח
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ישר כח אלעקסיי
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרייטאג בראשית

פרעזידענט נעכטן נאכט אונטערגעשריבן די סי.אר. געזעץ צו פינאנצירן די פעדעראלע רעגירונג אויף ביז דעצעמבער 3, דאס קומט נאכדעם וואס די קאנגרעס האט עס שוין באשטעטיגט פריער אין טאג.

* * * *
טרעזשורי סעקרעטאר פרוי יעללען פארלאנגט פון קאנגרעס צו גענצליך אנולירן די חובות דאך אויף די פעדעראלע רעגירונג.

* * * *
סענאטאר קינג (אינד.) זאגט אז א ברייטע וואל רעפארם געזעץ קען מעגליך אויפגעברענגט אין די סענאט שוין קומענדיגע וואך.

* * * *
זשאו מענשין זאגט אז סיי וועלכע מעדיקעיד אויסברייטערונג, וואס דעמאקראן ווילן אריינלייגן אין די רעקאנסיליאציע בודזשעלוציע, וועט מוזן ארייננעמען די 'הייד אמענדמענט' (Hyde Amendment) וואס פארבאט די באנוץ פון פעדעראלע געלטער פאר רציחה סערוויסעס.

* * * *
קאליפארניע סענאטאר פרוי פיינסטיין (דעמ.) שלאגט פאר א געזעץ צו פארלאנגען פון דאמעסטישע רייזענדע זאלן זיין פולקאם וואקסינירט קעגן די וויירוס, אדער צייגן א נעגטיווע טעסט.

* * * *
א פרישע אנקעטע צייגט אז ארום א דריטל דעמאקראטן אין אריזאנע האבן אן אומגינסטיגע בליק אויף סענאטאר סינעמא. די זעלבע אנקעטע צייגט אן אפראוועל רעיטינג פון באלד 80% פאר סענאטאר מארק קעלי.

* * * *
קאנגרעס ספיקער פעלאסי פארלענגערט די 'פראקסי וואוטינג', וואס ערלויבט געזעצגעבער צו שטימען רעמאוטלי, אויף ביז נאוועמבער 15.

* * * *
רעפובליקאנע קאנגרעסמאן דאן קרענשאו איז געווארן די לעצטיגסטע אין א רייע צו ווערן באשטראפט מיט א 5,000 דאללער קנס פארן זיך נישט צושטעלן צו די זיכערהייט מאסנאמען איינגעשטעלט נאך די יאנואר 6 אומרוען.

* * * *
פענטאגאן באשטעטיגט אז הויכראנגיגע דעפארטמענט באמטע האבן אפגעהאלטן געהיימע געשפרעכן מיט כינעזע באאמטע, אין א צייט פון אנגעשטרענגטע באציאונגען צווישן די צוויי גרויסע מאכטפולע לענדער.

* * * *
א פרישע באריכטן ציגט אז זעלבסטמארד פעלער ביי אמעריקאנע זעלנער איז געשטיגן מיט ארום 15% דורכאויס די יאר 2020 פון א יאר פריער. פארטיידיגונג סעקרעטאר אוסטין זאגט אז די ציפערן זענען 'שטארק באזארגענד'.

* * * *
געוועזענע וויצע פרעזידענט מייק פענס זאגט אז ער האט שוין גערעדט מערערע מאל מיט טראמפ זינט די צווי האבן פארלאזט וואשינגטאן.

* * * *
געוועזענע דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאט פרוי קלינטאן זאגט אז זי וואלט געשטיצט דאס עלימינירן די פיליבאסטער פראצעדור אינעם סענאט.

* * * *
צוויי מישיגען איינוואוינער זענען ארעסטירט געווארן אויף פעדעראלע קרימינאלע קלאגעס נאכ'ן אנגעבליך פארקויפן פאלשע וואקסין קארטלעך.

* * * *
די הויפקווארטיר פון די דעמאקראטישע פארטיי אין טרעוויס קאונטי, טעקסאס, איז געווארן אטאקירט ווען א פארשוין האט אונטערגעשטעלט א פלאש באמבע ביי די געביידע. פייערלעשער זענען אנגעקומען צו די סצענע נאך איידער עס האט פאסירט אן אויפרייס.

* * * *
ניו יארק סיטי מעיאר דעבלאזיו האט פארשפראכן א 'זאפארטיגע אויספארשונג' נאך וואס ארויסגערינענע דאקומענטן צייגן, אנגעבליך, אז אמווייניגסטענס צוויי סיטי פאליציי אפיצירן האבן נאנטע פארבינדונגען מיט די רעכטע 'אוט-קיפערס' (Oath Keepers) מיליטאנטישע גרופע.

* * * *
א גרופע טיטשערס אין ניו יארק סיטי האבן אריינגעגעבן א עמערזשענסי פארלאנג ביי די סופרים קאורט אז די געריכט זאל בלאקירן די וואקסין מאנדאט וואס די שטאט האט ארויפגעשטעלט אויף שולע איינגעשטעלטע. די מאנדאט איז ערווארטערט היינט אריינצוגיין אין קראפט.

* * * *
א קלאגע איז געווארן אריינגעגעבן אין פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין קאלאראדאו קעגן די וואקסין מאנדאט וואס די פענטאגאן האט ארויסגעשטעלט פאר אקטיווע מיליטערלייט. אין די קלאגע זוכן די קלעגער צו צווינגען די פענטאגאן זאל געבן אן עקזעמפשאן פאר אזעלכע וואס האבן זיך שוין ערהוילט פון די וויירוס.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

יישר כח גדול! הערליך
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

יישר כח אלעקסיי!
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

עירוב תבשילין האט געשריבן:יישר כח גדול! הערליך
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”