א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך זיסע פיש » דינסטאג אפריל 27, 2021 7:12 pm

Kolel האט געשריבן:שכח הבל און א ספעציעלע דאנק פארן קלארן סופרים קאורט קעיס.

און עקסטער ברויך מען באדאנקן אלעקסיי וואס קומט דא אריין אסאך מאל במקום הבל..און צומאל מאכט ער זיכער אז אונז האמיר אויך קאווע מיט קאקאש פארן נאכט שיעור!
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אפריל 27, 2021 7:28 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מאנטאג אמור

אין די צייט וואס וויצע פרעזידענט פרוי העריס איז געווארן באויפטראגט צו אנפירן מיט די אדמיניסטראציעס רעאקציע צום צושטאנד ביי די דרום גרעניץ, אן אויפגאבע וואס זי פירט קענטליך אויס רעמאוטלי -אווי די שטייגער אין די יעצטיגע עפאכע- הערט מען אז א קינדער-בוך וואס זי האט געשריבן ווערט פארטיילט פאר די קינדער אימיגראנטן.

:oops: :oops: :oops:
שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט מער ווי פעיק ניוז (נדנ).

דער רעפארטער וואס האט ארויסגעשטעלט די געשיכטע האט רעזיגנירט היינט צופריה נאכ'ן באשולדיגן איר אויבערהארן אין לייגן שטארקע דרוק אז זי זאל ארויסקומען מיט די פאלשע געשיכטע.
פאר מער דעטאלן, ליינטס אן אויספירליכע באריכט דורך ידידנו ר' @כאפצעם

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך משה בן יעקב » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:23 am

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור




די ווייסע הויז זעהט פאר פרישע 700 ביליאן דאלער אין איינקופט דורך אויסשטאפירן די איי אר עס מיט מער אגענטן, טעכנאלאגיע, און מער געצייג נאכצוגיין רייכע וועלכע דרייען זיך ארויס פון צאהלן שטייער


*


פרעזידענט ביידען וועט היינט אונטערשרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער צו העכערן די מינימום געהאלט פון פעדעראלע קאנטראקטער פון $10.95 צו $15 א שטונדע אנגעהויבן אין 2022 למספרם


*


לויט קוועלער האט די ווייסע הויז צוריקגעשטעלט די פלענער צו העכערן די צאהל פלטים וועלכע זי וועט ארייננעמען אין לאנד צו ארום 62,500 אזוי ווי ארגינעל פארפראכן נאך דרוק פון אימיגראציע אקטיוויסטן


*


סענאטאר דורבין איבער ארבעטן מיט סענאטאר קארנין אויף אימיגראציע: איך בין מתפלל יעדן אינדערפרי פאר דזשאן קארנין


*


סענאטאר האולי גרייט זיך פארצושלאגן א פאלן אונטער וועלכע די טשיילד טעקס קרעדיט וועט נאטורליך צוריקפאלן צו די שטאפלען פון בעפאר די לעצטע ביידען אויסברייטערונג (וועלכע איז געווען בלויז פאר איין יאר נאר די פלאן איז געווען צו שטימען אויף א פרישע אויסברייטערונג אויף ביז 2025 למספרם) און צולייגן א פערמענאנטע שטייער ריפאנדעבל קרעדיט פאר אלע עלטערן פון קינדער פון 12 טויזנט דאלער צוגלייך אן קיין אונטערשיד וויפיל קינדער מען האט אזוי לאנג ווי מען האט כאטש איין קינד אונטער 13 און איינע פון די צוויי עלטערן ארבעטן


*


איבער די פלאן פון מענשין און קונס צו צוטיילן די אינפראסטרוקטור ביל אין צווייען זאגט דורבין: מיר האבן נישט צופיל צייט אויפן קאלענדאר און וואס פריער אלץ בעסער, מען דארף האלטן אלעס אין איין גרויסע פעקל און עס פאראויסרוקן אלץ א ביל וואס ארבעט


*

געוועזענע צפון קאראליינע גאווערנאר פעט מקרארי וועלכע פארמעסט זיך אצינד אין די ארטיגע סענאט פריימערי האט געזאגט אין א ראדיו אינטערוויו נאך די פרעזידענט וואלן איבער די טראמפ פרעשור קאמפיין אויף דזשארדזשיא וואל באאמטע אז עס ברענגט אויף מעגליכע לעגאלע אישוס און אז טראמפ און סטעיסי עיברעמס האבן אין דער ערד געלייגט דעמאקראטיע
ער שטעלט קלאר אז ער שטיצט כמעט אלע טראמפ פאליסיס און אז וואלט אים געשטיצט אין 2024 למספרם


*


רעדנדיג פון די צפון קאראליינע סענאט פארמעסט וואו מען האט נאכנישט געהערט פון טראמפ'ס שנור אויב זי וועט טאקע אריינשפרונגען אינעם פארמעסט האט זיך קאנגרעסמאן טעד באד געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ און דיסקוסירט זיין פלאן אליינס אריינצוטאנצן אינעם פארמעסט
באד האט נאכנישט געפאסט א באשלוס


*


ווייטער אין די סעריע פון פארמעסטן אין וועלכע די 2020 למספרם שמאלע פארלירער קענען מעגליך פרובירן נאכאמאל צו לויפן

סוזען וויילד איז צום ערשטן מאל געלאפן אין 2018 למספרם פאר אן אפענעם זיץ אין די דיסטריקט וועלכע איז ארגינעל געווען די פופצנטע קאנגרעס דיסטריקט אין פענסילוועניע און געהאלטן געווארן דורך די רעפובליקאנע טשארלי דענט
דענט איז געלאפן צו די זיץ וועלכע איז געווארן געטוישט צו די פיפטע קאנגרעס דיסטריקט און באזיגט דעם רעפובליקאנע מארטי נאוטשטיין אנציענדיג 53.4%
וויילד איז אינעם זעלבן טאג אויך געלאפן אקעגן נאוטשיין אין א ספעשל עלעקשאן ווייל דענט האט באשלאסן צו רעזיגנירן שוין אין נאוועמבער למספרם נאך איידער די נייע קאנגרעס קומט אריין און מען האט געמוזט ערוועלן עימיצן אויסצופילן די איבערגעבליבענע צוויי מאנאטן למספרם
אויך אין יענע פארמעסט האט וויילד געזיגט אבער היבש שמאלער ווי אין די געהעריגע פארמעסט צוליב וואס די ספעשל עלעקשאן וועלכע איז פארגעקומען אינעם זעלבן טאג איז געלאפן לענגאויס די גרעניץ פון די אלטע פופצנטע דיסטריקט וועלכע איז געווען מער רעכט געשטימט ווי די ניי געשניטענע פיפטע דיסטריקט און וויילד האט טאקע געוואונען יענע פארמעסט מיט אונטער 2 טויזנט שטימען
מיט צוויי יאר שפעטער איז לעיהי קאונטי קאמישאנער ליסא שעלער געלאפן אלץ רעפובליקאנע קאנדידאט אקעגן וויילד אבער וויילד איז איר איבערגעקומען אנציענדיג 51.9% אקעגן 48.1%
ווי געזאגט קלערט איצט שעלער נאכאמאל צו לויפן פאר דעם זיץ

*

טשערי באסטאס איז איז אויפגעוואקסן אין א פאמיליע מיט גוטע פאליטישע קאנטאקטן אין אילינאי און באסטאס איז אלץ מיידל געווען א בעביסיטער ביי די פאמיליע פון סענאטאר דיק דורבין
איר נאנטע פריינדשאפט מיטן מאכטפולן סענאטאר האט זיך איר אויסגעצאהלט אין 2012 למספרם ווען זי האט באשלאסן צו לויפן צום קאנגרעס און דורבין האט באאיינפלוסט עטליכע אנדערע דעמאקראטן זיך ארויסצוציען פון די פארמעסט און ערמעגליכט אז באסטאס זאל זיגן אין די פריימערי
מיט רעדיסטריקטינג און דורבין'ס זיכער מאכן אז די נויטיגע קאמיטעען דעזיגנירן די פארמעסט אלץ פריאריטעט אין געביט פון פאנדינג איז דאן געלונגען פאר באסטאס ארויסצושטויסן דעם אמירנדער רעפובליקאנער באבי שילינג מיט 47%-53%
שילינג האט עס נישט אראפגעלונגען אזוי לייכט און זיך ווידער פארמאסטן פארן זיץ צוויי יאר שפעטער בלויז צו פארזיכערן אז עס איז נישט געווען קיין איינמאליגע גרייז מצד די וויילער און טאקע געווארן צוריקגעוויזן נאך שטארקער ווי פריער ווען באסטאס האט געוואונען מיט 45%-55%
אין 2016 למספרם האבן שוין רעפובליקאנער באווייזן צו רעקרוטירן בלויז א שוואך באקאנטער קאנדידאט און באסטאס האט דאן געזיגט מיט 39%-60% זייענדיג די איינציגסטע דיסטריקט אין לאנד וועלכע טראמפ זאל געוואנען און א דעמאקראט זאל אנציען דארט מיט איבער 20% שטארקער פונעם רעפובליקאנער
אין 2018 למספרם האבן רעפובליקאנער נאמינירט נאך א קאנדידאט נאך פון שוואכערן סארט און עימיצער וועכלע גלויבט אז די רעגירונג איז געשטאנען אונטער די סעפטעמבער 11 למספרם און באסטאס האט געוואונען מיט אביסל מער ווי צוויי יאר בעפאר
אבער דאן איז געקומען 2020 למספרם און די רעפובליקאנע נאמיני איז געווען אסתר דזשאי קינג און דאן האט איר בסטאס באזיגט מיט בלויז 47.97%-52.02% וועלכע האט אריינגעשיינט פרישע האפענונג ביי די רעפובליקאנע פארטיי פירער אז מען זאל זיך נאך נישט מייאש זיין אויף דעם זיץ און מען העט איצט אז קינג קלערט פון לויפן נאכאמאל אקעגן באסטאס


*

די צווייטע אמענדמענט איז באקאנט צו גיבן רעכט פאר מענטשן צו באזיצן געווער און אין פארלויף פון די יארן האבן געריכטן ארויפגעשטעלט פארשידענע באגרעניצונגען איבער ווער עס איז בארעכטיגט און וועלכע סארט געווער עס שליסט איין

איין פראגע וועלכע ווערט נישט אדרעסירט אין די אמענדמענט אין די העכסטע געריכט האט נאכנישט באהאנדלט איז וואו מען מעג אלץ מיטנעמען די געווער

די באקאנטע העלער סופרים קאורט פרעצעדענט באשטעטיגט די צווייטע אמענדמענט רעכט צו באזיצן געווען אבער א שפעטערע אורטייל גיבט רעכט פאר די סטעיטס צו רעגולירן די באנוץ און דאס האט געעפנט א קאנע פון ווערים אין פארעם פון פארשידנארטיגע סטעיט רעגולאציעס לענגאויס אמעריקא און געריכטליכע קאמפן איבער וועלכע רעגולאציע עס איז אויסגעהאטלן און וועלכע נישט

צום ביישפיל איז דא א דעבאטע רעגולאציעס אויף יארגאנג אדער אויף ערלויבעניש פאר איינוואוינער פון אנדערע סטעיטס אריינצוברענגן געווער אין א סטעיט וואו זיי וואוינען נישט אבער די היינטיגע קעיס איז ווי געזאגט איבער די רעכט ארויסצוטראגן געווער ברשות הרבים

ניו יארק סטעיט פארבעט פון געווער באזיצער זיי מוציא צו זיין מרשות היחיד רשות הרבים מיטן אויסנאם פון אזלעכע וועלכע ווערן באשטעטיגט פאר לייסענס עס ארומצוטראגן מיט זיך

די לייסענס ווערט נישט געגעבן פאר אלגעמיינע ניו יארקער וועלכע זוכן עס צוליב זעלבסט פארטיידיגונג נאר פאר אזעלכע וועלן קענען איבערצייגן אז זיי האבן א ספעציעלע אורזאך צו זיין באזארגט פאר זייער זיכערהייט

די פראגע אויב מען קען פארבאטן מיטצונעמען מיט זיך געווער ביים פארלאזן די שטוב איז שוין באהאנדלט געווארן אין א רייע סירקוט קאורטס איבערן לאנד ווען די זיבעטע און די סי קרייז געריכטן האבן געשריבן אז די רעכט מיטצוטראגן געוער מיט זיך ברשות הרבים איז אייניג שטארק מיט די רעכט עס צו באזיצן אינדערהיים אבער די נייינטע און צענטע קרייז געריכטן האבן געשריבן אז די רעכט פאר געווער איז רעזערווירט בלויז פאר מענטשן אין זייערע היימען

די דריטע און פערטע סירקוט האבן זיך אנטזאגט פון אדרעסירן די פראגע און די ערשטע און צווייטע געריכטן האבן געשריבן אז עס איז דא א רעכט מיטצונעמען געווער אינדרויסן פון שטוב אבער אז די רעכט איז א שוואכערע און מער באגרעניצט ווי די רעכט עס צו האלטן אין שטוב

די איצטיגע קעיס איז געווארן אריינגעטראגן דורך ראבערט נאש און ברענדאן קאטש וועלכע האבן זיך איינגעגעבן פאר א ניו יארקער לייסענס צו קענען ארויסטראגן די געווער פון שטוב אבער צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט דעמאנסטרירן אז זיי האבן אן אויסערגעווענליכע גרונד צו זיין באזארגט פאר זייער זיכערהייט האט די סטעיט לייסענס אפיציר אפגעווארפן די אפליקאציע

די דיסטריקט געריכט און שפעטער די צווייטע סירקוט האבן ווי פריער דערמאנט געשריבן אז די רעכט צו קענען נוצן געווען ברשות הרבים איז באגרעניצט פאר פעלער פון ספעציעלע געברויך

נאש און קאטש אינאיינעם מיט די ניו יארק סטעיט רייפל און פיסטאל אסאסיאציע האבן גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט און פארלאפענע מאנטאג האט די העכסטע געריכט אקצעפטירט די קעיס


*


גואם איז אן אמעריקאנע קאנטראלירטע אינזל פון וועלכע מען הערט בלויז אין די נאכט פון די פרעזידענט וואלן ווען פאר נייעס אויסגעהונגערטע אבזערווירער האלטן אן אויג אויף פריע רעזולטאטן אדער מזמן לזמן ווען דער צפון קארעא פירער שיקט ארויס א סטראשע

היינט אבער וועט די אינזל וועלכע באווייזט געווענליך אויסצומיידן די נייעס ראדארן יא ווערן געדעקט אויף די אייוועלט שפאלטנס און דאסמאל איבער א קעיס וועלכע איז אנגעקומען ביזן אמעריקאנע סופרים קאורט

גואם איז א טעריטאריע וועלכע אמעריקא האט פארכאפט פון שפאניע צוריק אין 1898 למספרם דורכאויס א קריג צווישן די צוויי לענדער
נאך וואס די קריג איז געקומען צו אן ענדע האט אונטער אן אפמאך אונטערגעשריבן אין פאריז די שפאנישע רעגירונג אויפגעגעבן די אינזל פאר די אמעריקאנער און פון די פריע 19'ער ביז 1950 למספרם האט די אמעריקאנע מיליטער געפירט די ארטיגע ווירטשאפט ביז ווען זי האט איבערגעגעבן די פירערשאפט פאר א ניי פארמירטע ציווילע פירערשאפט און היינט איז דארט פארבליבן די ענדערסאן עיר פארס באזע

אין די 1940'ער יארן למספרם האט די נעיווי אפערירט דארט אין ארדאט גואם א גרויסע דאמפ שטח וואו זי האט אפגעלאדנט מוניציפאלע און מיליטערישע אפפאל און לויט באשולדיגונגען ארייגערעכנט שעדליכע מוניציע און כעמיקאלן פון וועלכע זיי האבן געהאט בשפע אין די יארן פון די וויענטנאמע און קארעא מלחמות

די אפעראציעס האבן נישט אריינגענומען די מינימום ענווייראמענטאל זיכערהייט באווארענונגען און אלץ רעזולטאט זענען שעדליכע מאטריאלן אנגעקומען אינעם לאנפיט טייך וועלכע פליסט אריין אינעם פאציפישן אקעאן

אין 1983 למספרם האט די ענווייראמענטאל באשיצונג אגענטור צוגעלייגט די ארדאט דאמפ יארד וועלכע איז שוין דאן געווען אויסגעשפרייט אויף פערציג אקער לאנד צו איר נאציאנאלע פריאריטעטן ליסטע און מיט 5 יאר שפעטער דעזיגנירט די נעיווי אלץ מעגליך פאראנטווארטליך דערויף אבער וויבאלד די נעיווי האט אויפגעגעבן בעלות אויף די אינזל האט זיך די ציווילע פירערשאפט געטראפן אלץ אייגנטומער וועלכע אפערירט די דאמפ און רעגלמעסיג ערהאלטן פארארדענונגען פון די אי פי עי אויפצוקומען מיט פלענער צו עלימינירן די שעדליכע מאטריאל אנגעזאמלט אין לויף פון די יארן

אין 2002 למספרם האט די אי פי עי געקלאגט גואם דורכ'ן געריכט וועלכע זאל זיי צוואונגען זיך צוצושטעלן און אריינשיקן פלענער צוצודעקן די דאמפ און נאך פארהאנדלונגען זענען די צוויי זייטן זיך דורכגעקומען אין 2004 למספרם אויף א פלאן אונטער וועלכע גואם ווועט צודעקן די מיסט און שליסן די דאמפ און באצאהלן א ציווילע שטראף

אינעם אפמאך אויסגעהאמערט האט גואם אכט געגעבן זיך נישט צו דערקלערן אלץ שולדיג אדער פאראנטווארטליך אויף די פארפעסטיגונג פונעם שטח

עטליכע יאר זענען פארביי און גואם האט זיך נישט צוגעשטעלט צום אפמאך וועלכע וואלט אפגעקאסט אסטראנאמישע ציפערן וועלכע זיי האבן אנגעבליך נישט געקענט דעקן און די אגענטור האט זיך געוואנדן צום געריכט און א דיסטריקט ריכטער האט אויסגעארבעט מיט א קאנטראקטער אנצוהויבן מיטן פראיעקט אויף גואם'ס חשבון וועלכע איז געווען געשאצט אריינצוציען ביז אזויפיל ווי 16 מיילאן דאלער און די ארבעט איז פארטיג געווארן אום 2011 למספרם

נישט בלייבנדיג מיט צופיל אויסוואלן האט גואם געזוכט צו דעקן דעם לאך און אין אין 2017 למספרם האבן זיי אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן אמעריקא באשולדיגנדיג די נעיווי אז זייערע אקטיוויטעטן האבן פארפעסטעוועט די ארדאט דאמפ יארד און אז זיי מוזן דעקן די קאסטן פון צושפארן די דאמפ יארד

צו פארשטיין די לעגאלע געראנגל צווישן גואם אין די אמעריקאנע רעגירונג מוז מען ערווענען די "קאמפראהענסיוו ענווייראמענטאל רעאקציע קאמפאנסעישאן און לייעביליי אקט" מיט איר אקראנים CERCLA וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט אין 1980 למספרם

יענע געזעץ האט געזוכט צו רייניגן מיסט אנגעלייגטע שטחים און סעקשאן 107 פון די געזעץ האט מחייב געווען איצטיגע און געוועזענע אייגנטומער פון אזעלכע דאמפסטערס וועלכע האבן אפערירט דאס אהינברענגן די אפפאל צו דעקן אלע קאסטן פון עס אויסרייניגן טראץ וואס די רעגירונג קען נישט איבערצייגן סיי וועלכע שולד פון די איינגטומער און גייט אויך אויף צוריק צו שטחים אנגעלייגט בעפאר די געזעץ איז אריין אין קראפט

אין 1986 למספרם האט קאנגרעס פרובירט אביסל צו פארצוקערן די שטרענגע פארלאנגען און אמענדירט די געזעץ מיט סעקשאן 113 וועלכע וועט ערלויבן אייגנטומער וועלכע גלויבן אז זיי האבן ארויסגעצאהלט מער וויפיל זיי וואלטן געמוזט צאהלן אונטער א לייעביליטי דערקלערטע אפמאך מיט די רעגירונג אריינצוטראגן קאנטריביושאן פארלאנגען אקעגן אזעלכע וועלכע דארפן אויך צושטייער געבן פאר די קאסטן צוליב זייער ראלע אין אנהויפענען די אפפאל

גואם האט טאקע געבעטן די געריכט אז די מיליטער זאל מוזן דעקן טייל פון די קאסטן אונטער סעקשאן 107 אלץ דירעקטער פאראנטווארטליכער און געוועזענע אייגנטומער אדער אונטער סעקשאן 113 צוליב די אפמאך וועלכע גואם האט אויסגעארבעט מיט די רעגירונג וואס זאל זיי איצט ערלויבן איינצוקאסירן א טייל פון די קאסטן פון די מיליטער

אינעם די סי קרייז געריכט האט אפגעווארט א דורכפאל פאר גואם ווען די געריכט האט געאורטיילט אז סעקשאן 107 קען נישט גיין צוזאמען מיט סעקשאן 113 און ערקלערט אז 107 איז די פארלאנג אויף די אייגנטומער צו דעקן די קאסטן און איינמאל די אייגנטומער דערקלערט א פארפליכטיגונג צו דעקן די קאסטן פאלט אוועק די מעגליכקייט פון די רעגירונג צו קענען מחייב זיין עמיצן אונטער 107 (ווייל איינער האט זיך דאך שוין פארפליכטעט עס צו טוהן) און פון יענע מינוט אן איז גייט אריין אין קראפט סעקשאן 113 אונטער וועלכע דער פארפליכטעטער אייגנטומער האט די רעכט צו קענען אריינשלעפן אנדערע פארמישטע צו דעקן טייל פון די קאסטן אבער מען קען מער נישט קלאגן יענע פארמישטע צו באצאהלן אלץ סעקשאן 107

דאס באדייט אז די איינציגסטע סעקשאן אונטער וועלכע גואם וואלט געקענט קלאגן די רעגירונג איז 113 אבער יענע סעקשאן האט א סטעטשו אוו לימיטעישאנס פון דריי יאר און לויט די געריכט באדייט עס אז פון די מאמענט וואס גואם האט זיך דערקלערט אלץ פארפליכטעט צו באצאהלן (אין 2004 למספרם) האט אנגעהויבן לויפן די דריי יאר פעריאד וואס זיי וואלטן געקענט קלאגן אנדערע פארמישטע און זייער ווארטן ביז 2017 למספרם באדייט אז זיי האבן פארפאטשקעט די צייט

די געריכט האט אנערקענענט אז גואם איז מעגליך געווארן ב'עוול'ט זיך טרעפנדיג צווישן האמער און נאגעל מוזנדיג באצאהלן פאר די רעגירונג די קאסטן וועלכע די רעגירונג האט זיי אנווירטשאפט אבער צוליב ווואס זיי האבן געווארט לענגער ווי די דריי יאר צייט פאראויסצוקומען מיט א פארלאנג האט זיי טעכניש אנגעזעצט זייער מעגליכקייט ארויסצובאקומען עפעס פון די רעגירונג

גואם האט אפעלירט זייער קעיס צום סופרים קאורט און זייער ארגומענט איז באזירט אויפן פאקט אז די אנקלאגע וועלכע די אי פי עי האט גענוצט זיי צו צוואונגען צו צאהלן איז צופעליג נישט געווען אונטער די פריער ערקלערטע CERCLA געזעץ נאר זיי האבן געקלאגט די אינזל אונטער די "ריינע וואסער אקט" וועלכע איז א באזונדערע געזעץ פאר זיך און וויבאלד די אנקלאגע אקעגן זיי האט נישט געשטאמט פון סעקשאן 7 פון CERCLA האט יענע אויסגעהאמערטע אפמאך נישט אנגעדרייט די דריי יעריגע צייט זייגער פון סעקשאן 113 פון CERCLA צו לויפן און דעריבער קענען זיי עס נאך נוצן

די רעגירונג טענה'ט אז קאנגרעס האט אינזין געהאט ביים באשטעטיגן די CERCLA געזעץ צו לויפן סינאנים מיט אנדערע ענווייראמענטאל געזעצן ווי צום ביישפיל די ריינע וואסער אקט אונטער וועלכע מען האט געקלאגט גואם און אז אן אנקלאגע אונטער יענע געזעץ וועלכע פאלגט נאך מיט א געלט פארפליכטיגונג איז פונקט ווי ווען מען וואלט זיי געקלאגט אונטער סעקשאן 107 פון CERCLA און דרייט יא אן די דריי יאר רעכט פונעם פארפליכטיגטן צו קענען נוצן סעקשאן 113

גואם האט אויך גע'טענה'ט אפילו ווען מען באטראכט ווען די אנקלאגע ווי כאילו עס וואלט געווען אונטער סעקשאן 107 פון CERCLA האט די אפמאך פארט נישט אריינגעשטעלט סעקשאן 113 אין דרייוו וויבאלד זיי האבן זיך באווארנט זיך נישט צו דערקלערן שולדיג אין די אפמאך און די שפראך אין CERCLA לויטעט אז איינמאל אן אפמאך ווערט דערגרייכט אונטער וועלכע די אנגעקלאגטער נעמט אויף זיך די "לייעביליטי קאסטן" קען ער אנהויבן געניסן פון סעקשאן 113

טענה'ט גואם אז זיי האבן קלאר אויסגעמיטן צו דערקלערן אז לייעבל (שולדיג) און די גרייטקייט צו דעקן די קאסטן איז דעריבער נישט קיין לייעביליטי דערקלערטע חוב און דעריבער האט זיך נאכנישט אנגעהויבן די דריי יאר פון סעקשאן 113

די ענטפער פון די רעגירונג דערויף איז אז עס שטייט נישט און די געזעץ א באדינג אז דער באשולדיגטער דארף זיך דערקלערן שולדיג נאר יענעם'ס פארפליכטיגונג צו באצאהלן איז שוין אויטאמאטיש ווי א שולד דעקלעראציע און דעריבער איז די טערמין "לייעבל" נישט גענוג סובסטאנצפול און עפעס וואס זאל מעכב זיין סעקשאן 113 פון אריינגיין אין קראפט


די סופרים קאורט האט נעכטן אויסגעהערט די קעיס



שכויך הבל
ביי די מעשה פין גואם איז באמת אינטערסאנט וואס דער סופרים קארט וועט זאגען לגבי איבער נעמען א חוב אבער אויסדריקליך ערקלערען אז מען נעמט נישט איבער דאס שילד (לכאורה ליגט אין געזעץ פארלאנגט נישט זיך דערקלערען שילדיג בכלל נאר נעמען אויף זיך די ״לייביעלטי באצאלינגען״...)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:47 pm

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור

סענאטאר האולי גרייט זיך פארצושלאגן א פאלן אונטער וועלכע די טשיילד טעקס קרעדיט וועט נאטורליך צוריקפאלן צו די שטאפלען פון בעפאר די לעצטע ביידען אויסברייטערונג (וועלכע איז געווען בלויז פאר איין יאר נאר די פלאן איז געווען צו שטימען אויף א פרישע אויסברייטערונג אויף ביז 2025 למספרם) און צולייגן א פערמענאנטע שטייער ריפאנדעבל קרעדיט פאר אלע עלטערן פון קינדער פון 12 טויזנט דאלער צוגלייך אן קיין אונטערשיד וויפיל קינדער מען האט אזוי לאנג ווי מען האט כאטש איין קינד אונטער 13 און איינע פון די צוויי עלטערן ארבעטן




רוביא און לי שלאגן פאר 3500 פער קינד און 4500 פער קינד אזוי לאנג ווי עלטערן ארבעטן

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:39 pm

מיטוואך אמור

אדמיניסטראציע איז ערווארטערט צו מעלדן א גענצליכע פארבאט אויף די פארקויף פון מענטאהל ציגארעטלעך - א שריט געשטיצט דורך סיוויל רייטס און שווארצע אקטיוויסטן וואס טענה'ן אז די אפריקאנער-אמעריקאנער באפעלקערונג ווערט שטערקער באטראפן דערפון.
* * * *
ווייסע הויז ווארטזאגער פרוי סאקי זאגט אז דער פרעזידענט וועט קומענדיגע וואך איינלאדענען געזעצגעבער פון ביידע פארטייען פאר א זיצונג אין ווייסן הויז, צו דיסקוסירן מעגליכע צוזאמענארבעט אויף א אינפראסטרוקטשור פעקעזש.
* * * *
א פרישע באריכט געט אן אז די ביידען אדמיניסטראציע איז וויליג נאכצוגעבן פאר איראן כמעט סיי וואס -אין באצוג צו אנולירן סאנקציעס- מיטן ציל אז איראן זאל זיך ווידעראמאל אנשליסן אין די א.ג. נוקלעארע אפמאך.
די איינציגסטע סאנקציעס וואס די אדמיניסטראציע איז -דערווייל- נישט גרייט נאכצוגעבן, זענען די דירעקט פארבינדן מיט איר נוקלעארע פראגראם.
* * * *
סענאטארן האבן געשטימט צו אנולירן א רעגולאציע איינגעשטעלט אין די לעצטע טעג פון די טראמפ אדמיניסטראציע וואס וואלט שווערער געמאכט פאר פעדעראלע אגענטורן צו רעגולירן די אויל און געז אינדוסטריס.
די סענאט האט גענוצט א ספעציעלע פראצעדור אוועקגעשטעלט אונטער די "קאנגרעשאנעל ריוויאו עקט" וואס ערלויבט סענאטארן צו אנולירן אגענטור רעגולאציעס ביז זעכציג ארבעטס טעג נאך זיי זענען געווארן ארויסגעגעבן - אונטער די פראצעדור קען א אפשטימונג נישט ווערן בלאקירט דורע'ן פיליבאסטער.
* * * *
די סענאט האט היינט געשטימט צו באשטעטיגן פרוי פאוערס אלס אנפירער פון די יו.עס. עיד אגענטור, די אפשטימונג איז אדורך 68-26. פאוערס האט פריער געדינט אין די אבאמא אדמיניסטראציע אלס יו.ען. אמבאסאדאר.
* * * *
סענאטאר ריטשארד דורבין האט נעכטן אויסגעדרוקט זיין שטוינונג איבער דעם וואס אמעריקא נעמט נישט קיין שריט צו איינצוימען די מאכט און איינפלוס פון ביג-טעק פירמעס, אין די צייט וואס אנדערע וועלט'ס לענדער גייען שוין פעסט אין דעי ריכטונג.
* * * *
קאנגרעס מאיאריטעט פירער סטעני האיער אינאיינעם מיט קאנגרעסמאן האקים זשעפעריס האבן אפגעשיקט א ביטע פאר די האוז אפראפריעישאנס קאמיטע -וואס געט זיך אפ מיט'ן אויסטיילן געלטער- זיי זאלן העכערן די געהאלט פאר קאנגרעסיאנאלע געהילפן מיט 20 פערצענט.
* * * *
סעקיוריטיס ענד עקסטשעינזש קאמישאן פארזיצער גערי גענסלער איז ערווארטערט אום מאי 6 פאר א פארהער אין די סענאט פינאנציעלע סערוויסעס קאמיטע איבער די געים-סטאפ סומאטוכע פארלאפענע יאנואר.
פלארידא גאווערנאר ראן דעסאנטיס האט פארלענגערט די סטעיט אוו עמערזשענסי פאר נאך זעכציג טאג.
* * * *
"נעשאנעל לעיבאר רילעישאנס באורד" זאגט אז באווייזן אריינגעגעבן דורך א יוניאן אין אלאבאמע -אין פארבינדונג מיט א אפשטימונג אפגעהאלטן אין א לאקאלע עמעזאן וועירהאוז- קענען מעגליך זיין גענוג איבערצייגענד אויף צו איבערדרייען די רעזולטאטן פון די וואלן.
די אגענטור וועט אפהאלטן א פארהער דערוועגן אום מאי 7.
* * * *
ברענדאן האנט, א ניו יארקע מאן וואס האט -אין די טעג נאך די יאנואר קעפיטאל אומרוען- גערופן פאר די טויט פון קאנגרעסלייט, איז געפינען געווארן שולדיג דורך א פעדעראלע זשורי אויף קלאגעס סטראשענען צו אומברענגען רעגירונגס באאמטע.
* * * *
געוועזענע ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל עריק שניידערמאן איז געווארן פון פראקטיצירן געזעץ דורכאויס די קומענדיגע יאר. שניידערמאן האט רעזיגנירט אין 2018 נאכ'ן באטראפן ווערן פון פערזענליכע סקאנדאלן.
* * * *
ניו יארק סטעיט גאווערנאר קאומו זאגט אז די סטעיט קוקט אריין אין ווייטערדיגע לעגאלע שריט איבער מעגליך ווייטער אנהאלטן איר 27'טע קאנגרעס זיץ - די סטעיט איז אריינגעקומען מיט בלויז 89 איינוואוינער אפגערוקט פון עס אנהאלטן.
עס ווערט אנגעוויזן אז ניו יארק, און אזוי אויך אנדערע סטעיטס, האבן שוין גענומען אזוינע שריט אין די פארגאגענהייט, אבער די געריכטן האבן אלס צורקגעוויזן די פראוון.
* * * *
א געוועזענע ארבעטער פאר סקאט סטרינגער -וואס לויפט יעצט פאר ד נ.י. סיטי מעיאר אמט- איז ארויסגעקומען מיט גאר שארפע באשולדיגונגען קעגן איהם. סטרינגער פון זיין זייט לייקענט די געשיכטע.
* * * *
ניו יארק סיטי וועט אונטערנעמען א 15 מיליאן דאללער קאמפיין צו אויפקלערן וויילער איבער די פרישע סיסטעם ביי די היי יעריגע פריימערי וואלן - די רענקד טשויס סיסטעם.
* * * *
ריכטער זשעף פאסטער פון נארט קאראליינע זאגט אז טראץ וואס עס איז דא שטארקע פובליק אינטרעסע גרינדן ארויסצוגעבן די ווידעאו פאוטעזש פון די פאליציי שיסעריי וואס האט אומגעברענגט ענדרו בראון, דאך קען ער נישט ערלויבן אז דאס זאל ווערן ארויסגעגעבן "צוליב וואס עס קען שאפן א געפאר פאר יושר און די אדמיניסטראציע פון יוסטיץ".
* * * *
רעפובליקאנע קאנגרעסמאן טעד באד געמאלדן זיין קאנדידאטור אין די פארמעסט צו ערזעצן סענאטאר ריטשארד בור פון נארט קאראליינע. באד זאגט אז טראץ וואס זיין סטיל איז אנדער ווי דיפון דער געוועזענע פרעזידענט, איז ער אבער איינשטימיג מיט די אמעריקא ערשט אזשענדא.
קלוב פאר וואוקס האט אפיציעל אינדארסירט באד אין די פארמעסט.
* * * *
געוועזענע רעפובליקאנער סענאטאר פרוי לאפלער פון זשארזשיע האט אפגעשיקט א פארלאנג פאר די ארטיגע אטוירני זשענעראל זאל עפענען אן אויספארשונג קעגן סעקראטערי אוו סטעיט ברעד ראפסענבערגער איבער זיין צוגאנג צו די פארלאפענע וואלן.
* * * *
שטאטישע פירער אין קאלאמבוס, אהייאו, -וואו די מארד אויף די טונקל-הויטיגע מעקהייע ברייענט איז פארגעקומען- האבן אריינגעשיקט א ביטע פאר זשוסטיס דעפארטמענט זאל עפענען אן אויספארשונג אויף די ארטיגע פאליציי דעפארטמענט. דאס קומט נאך וואס אטוירני זשענעראל מעריק גארלאנג האט געמאלדן ענליכע אויספארשונגען אין מיניאפאליס און אין לואיוויל.
* * * *
דריי מענטשן זענען געווארן אנגעקלאגט מיט פעדעראלע האס פארברעכן'ס אין די מארשד פון אכמעד ארבערי - ארבערי, א 25 יעריגער טונקל הויטיגע, איז דערשאסן געווארן אין פעברואר פאריאר.
* * * *
א פרישע שטודיע טוט -אנגעבליך- צייגן אז שווארצע, היספאנישע, און אזיאנע זענען מער אויסגעשטעלט צו לופט פאלושען - דאס איז אפגעזעהן פון זייער געאגראפשע לאקאציע, פינאנציעלע סטאטוס און אנדערע פאקטארן.
* * * *
ווייערלעס ריז "ווערייזאן" טוט אריינקוקן אין די געדאנק פון פארקויפן איר "יאהו" און "עי.או.על." אפטיילונגען, א שריט וואס קען אריינברענגן אזויפיל ווי 4 ביליאן דאללער פאר די פירמע. דאס קומט נאכ'ן נישט גרייכן די פינאנציעלע צילן וואס די פירמע האט געהאט אוועקגעשטעלט פאר די ספעציפישע אפטיילונגען.
* * * *
מייקעל קאולינס איז געשטארבן אין עלטער פון 90 יאר.
קאולינס איז געווען אויף די ערשטע אפאָלא מיסיע וואס האט געפירט מענטשן צו די לבנה, און אין די צייט וואס זיינע מיטרייזענדע האבן ארויסגעטרעטן אויף די לבנה-פלאך -און אויסגעדרוקט די באקאנטע "גרויסע שריט פאראויס פאר די מענטשהייט"- איז ער געלבליבן איינער אליין ארומקרייזענדיג די לבנה.
* * * *
נ.י. סיטי קאמפטראלער סקאט סטרינגער האט היינט ארויסגעגעבן א באריכט וואס דעטאלירט וויאזוי די טאט האט ארויסגעגאסן צוויי מיליאן אנהויב פון די וויירוס עפאכע.
די סיטי האט דאן געשלאסן קאנטראקט מיט א פירמע "גלאבעל מעדיקעל סופליי" וואס זאל איר צושטעלן 130 ווענטילעיטאר מאשינען פאר א פרייז פון 8.2 מיליאן דאללער, די סיטי האט ניאמאל געזעהן קיין איין מאשין אין רעזולטאט פונעם אפמאך. די שטאט האט עווענטועל געדארפט גיין אין געריכט אין א פארזוך צוריק צו באקומען כאטש טייל פון די געלטער.
נאכמער, די פירמע "גלאבעל מעדיקעל סופלייס" איז אינגאנצן באשאפן געווארן מיט קארגע צוויי וואכן איידער זי האט געשלאסן קאנטראקט מיט די שטאט, טאקע עטליכע טעג נאך וואס מעיאר דעבלאזיו האט געזאגט אז די שטאט ברויך האבן אזויפיל ווי 15,000 מאשינען. ארגינעל האט די פירמע געהאט פארגעשלאגן א מקח פון 20,000 אזוינע מאשינען פאר א פרייז פון 1.2 ביליאן, אבער איז עווענטועל געשניטן געווארן צו בלויז 130 - וואס ניטאמאל איינס האט די שטאט באקומען.

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:55 pm

ישר כח אלעקסיי!!!


אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מיטוואך אמור

אדמיניסטראציע איז ערווארטערט צו מעלדן א גענצליכע פארבאט אויף די פארקויף פון מענטאהל ציגארעטלעך - א שריט געשטיצט דורך סיוויל רייטס און שווארצע אקטיוויסטן וואס טענה'ן אז די אפריקאנער-אמעריקאנער באפעלקערונג ווערט שטערקער באטראפן דערפון.
* * * *

דעיס זענען די זעלבע אקטיוויסטן וואס שטיצן דאס ליגאלעזירן די ריכטיגע סחורה?

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 12:29 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:נ.י. סיטי קאמפטראלער סקאט סטרינגער האט היינט ארויסגעגעבן א באריכט וואס דעטאלירט וויאזוי די טאט האט ארויסגעגאסן צוויי מיליאן אנהויב פון די וויירוס עפאכע.
די סיטי האט דאן געשלאסן קאנטראקט מיט א פירמע "גלאבעל מעדיקעל סופליי" וואס זאל איר צושטעלן 130 ווענטילעיטאר מאשינען פאר א פרייז פון 8.2 מיליאן דאללער, די סיטי האט ניאמאל געזעהן קיין איין מאשין אין רעזולטאט פונעם אפמאך. די שטאט האט עווענטועל געדארפט גיין אין געריכט אין א פארזוך צוריק צו באקומען כאטש טייל פון די געלטער.
נאכמער, די פירמע "גלאבעל מעדיקעל סופלייס" איז אינגאנצן באשאפן געווארן מיט קארגע צוויי וואכן איידער זי האט געשלאסן קאנטראקט מיט די שטאט, טאקע עטליכע טעג נאך וואס מעיאר דעבלאזיו האט געזאגט אז די שטאט ברויך האבן אזויפיל ווי 15,000 מאשינען. ארגינעל האט די פירמע געהאט פארגעשלאגן א מקח פון 20,000 אזוינע מאשינען פאר א פרייז פון 1.2 ביליאן, אבער איז עווענטועל געשניטן געווארן צו בלויז 130 - וואס ניטאמאל איינס האט די שטאט באקומען.

איך אלס buyer אין א ביזנעס, וואלט שוין לאנג געפלויגן פארן שליסן אזא קאנטארקט. אבער ווער זאל דא פליען? פון וואו זאל ער פליען? ווער זאל אים ווארפן?
אבער אלעס איז טראמפ שולדיג ווייל ער האט נישט געוואלט צושטעלן גענוג ווענטילעטארס פאר קאומא
אסדר: ווילאנג ביידן איז פרעזידענט וועט זיין וואס צו שרייבן, און ווילאנג ער טיילט סטימיולעס און אנעמפלוימענט וועל איך האבן צייט...

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך משה בן יעקב » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 1:05 am

ווערעצקי האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:נ.י. סיטי קאמפטראלער סקאט סטרינגער האט היינט ארויסגעגעבן א באריכט וואס דעטאלירט וויאזוי די טאט האט ארויסגעגאסן צוויי מיליאן אנהויב פון די וויירוס עפאכע.
די סיטי האט דאן געשלאסן קאנטראקט מיט א פירמע "גלאבעל מעדיקעל סופליי" וואס זאל איר צושטעלן 130 ווענטילעיטאר מאשינען פאר א פרייז פון 8.2 מיליאן דאללער, די סיטי האט ניאמאל געזעהן קיין איין מאשין אין רעזולטאט פונעם אפמאך. די שטאט האט עווענטועל געדארפט גיין אין געריכט אין א פארזוך צוריק צו באקומען כאטש טייל פון די געלטער.
נאכמער, די פירמע "גלאבעל מעדיקעל סופלייס" איז אינגאנצן באשאפן געווארן מיט קארגע צוויי וואכן איידער זי האט געשלאסן קאנטראקט מיט די שטאט, טאקע עטליכע טעג נאך וואס מעיאר דעבלאזיו האט געזאגט אז די שטאט ברויך האבן אזויפיל ווי 15,000 מאשינען. ארגינעל האט די פירמע געהאט פארגעשלאגן א מקח פון 20,000 אזוינע מאשינען פאר א פרייז פון 1.2 ביליאן, אבער איז עווענטועל געשניטן געווארן צו בלויז 130 - וואס ניטאמאל איינס האט די שטאט באקומען.

איך אלס buyer אין א ביזנעס, וואלט שוין לאנג געפלויגן פארן שליסן אזא קאנטארקט. אבער ווער זאל דא פליען? פון וואו זאל ער פליען? ווער זאל אים ווארפן?
אבער אלעס איז טראמפ שולדיג ווייל ער האט נישט געוואלט צושטעלן גענוג ווענטילעטארס פאר קאומא
:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 11:57 am

ישר כח אלעקסיי
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מיטוואך אמור

געוועזענע ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל עריק שניידערמאן איז געווארן פון פראקטיצירן געזעץ דורכאויס די קומענדיגע יאר. שניידערמאן האט רעזיגנירט אין 2018 נאכ'ן באטראפן ווערן פון פערזענליכע סקאנדאלן.

???

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 12:20 pm

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כח אלעקסיי
יישר!
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מיטוואך אמור

געוועזענע ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל עריק שניידערמאן איז געווארן פארבאטן/סוספענדירט פון פראקטיצירן געזעץ דורכאויס די קומענדיגע יאר. שניידערמאן האט רעזיגנירט אין 2018 נאכ'ן באטראפן ווערן פון פערזענליכע סקאנדאלן.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 12:31 pm

ישר.

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 12:55 pm

ש’כח הער אלעקסיי.
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 03, 2021 10:01 am

מאנטאג בהר בחוקותי







די ערשטע פיר פאמיליעס וועלכע זענען צוטיילט געווארן ביים גרעניץ אונטער די טראמפ אדמינסטראציע וועלן די וואך פאראייניגט ווערן


*

הויז דעמאקראטן וועלן היינט נאכמיטאג אפהאלטן א זיצונג מיט סוזען רייס און ברייען דיעס ו דיסקוסירן די אמעריקאנע פאמיליעס פלאן


*

ריק גרענעל האלט זיך נאך צוריק פון זאגן אויב ער וואלט אריינגעשפרונגען אין די קאליפארניע גאווערנאר ריקאל פארמעסט
גרענעל איז געפרעגט געווארן וואס ער זאגט צו די פליסטערייען אינערהאלב דעמאקראטישע רייען אז אין פאל וואס גאווענאר ניוסאם גייט אריין מיט שוואכע ראטעס צו די ריקאל זאל מען אים איבערצייגן אויפצוגעבן זיין בענקל אין די לעצטע מינוט און פארזיכערן אז זיין ליוטענענט ערזעצט אים און אזוי ארום וועט די וואלן ווערן אפגערופן
די געדאנק איז געווען ערווענט אין א פובליק אינטערוויו דורך קריסטינא פעלאסי וועלכע איז א טאכטער פון ספיקער פעלאסי ווי זי האט געאייסערט ארויסגעברענגט אז ניוסאם קען אנציען שטארק אבער אין פאל וואס סעפטעמבער למספרם קומט און זאכן קוקן נישט אויס גוט זאל מען נוצן אזא צוגאנג
גרענעל האט רעאגירט אז ער איז באקאנט מיט די און מערערע רומארס טראץ וואס ער קען זיי נישט באשטעטיגן דערמאנענדיג די לעצטע קלאנג וועלכע לויטעט אז ווען די אויבנדערמאנטע ניוסאם רעזיגנאציע איז צום ערשטן מאל ארויס אין גאס איז עס דאן געווען ווען ניוסאם'ס מענטשן האבן ארויסגעלאזט אז סענאטארשע פיינסטיין זאל/וועט מעגליך רעטייערן און ניוסאם וועט אנפולן איר סענאט זיץ מיטן זיך זעלבסט דערקעלערן אלץ סענאטאר און דאן וועט ער קענען איבערגעבן די גובערנאטאר שטוהל בדרך כבוד פאר זיין ליוטענענט


*

סענאטאר מיט ראמני איז פארשריגן געווארן ביי א סטעיט רעפובליקאנע פארטיי קאנפרענץ אין יוטא און שמאל איבערגעלעבט א פארדאמונג רעזאלוציע מיט 711 צו 798


*

סענאטארשע קאלינס האט אויסגעדרוקט אומצופרידנהייט מיט ווי אזוי מען האט אויפגענומען סענאטאר ראמני ביים סטעיט קאנווענשאן זאגנדיג אז
מיר זענען נישט א פארטיי וועלכע ווערט געפירט דורך בלויז איין מענטש


*

סענאטארשע קאלינס האט זיך אנטזאגט צו זאגן פאר וועם זי האט געשטימט אין 2020 למספרם פאר פרעזידענט


*

שאן פארנעל וועלכע האט שוין פרובירט צו לויפן פאר א קאנגרעס זיץ אין פענסילוועניע האט זיך געטראפן מיט א רייע סענאטארן און פארזיצער פון די רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע זיך גרייטנדיג מעגליך אריינצושפרונגען אין די סענאט פריימערי פארמעסט


*

פענסילוועניע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן קאנאר לעמב קלערט אריינצושפרונגען אין די דעמאקראטישע סענאט פריימערי פארמעסט


*

מען הערט קלארער אז טשארלי קריסט גרייט זיך צו לויפן פאר גאווערנאר אין פלארידא


*

היינט קומט פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די באנקראט קעיס פון די ען אר עי


*

רופן ווערן געמאכט אז לאמאר קאונטי טעקסאס דעמאקראטישע פארטיי פירער גערי אקאנאר זאל רעזיגנירן נאכן באצייכענען סענאטאר טים סקאט אלץ א (טונקעל ברוינע) סענדוויטש קוקי


*


די געזעץ ערלויבט פאר אימיגראנטן וועלכע האלטן זיך אויף אין לאנד פאר א 10 יאר אפשניט זיך איינצוגעבן ביים אטוירני דזשענעראל פאר א נאן רימאוועל ארדער וועלכע שטעלט עס אין די יוריסדיקציע פונעם אטוירני דזשענעראל צו באשליסן אויב ער זאל בלאקירן דעפארטאציע פונעם באטרעפנדן אימיגראנט

(וועלכע אימיגראנטן? איז נאך אן קריגעריי צווישן די קרייז געריכטן ווען אימיגראנטן פון א מערהייט דיסטריקטן גיבן די רעכט בלויז פאר אימיגראנטן וועלכע זענען אריינגעקומען לעגאל, א שטייגער ווי מיט א גרין קארד אבער די וועלכע געפונען זיך אינערהאלב די פיפטע אדער ניינטע דיסטריקטן גייען לקולא זינט יענע גערכיטן האבן אויסגעטייטש די געזעץ פאר אימגראנטן פון סיי ווועלכע סטאטוס)

די געזעץ האט אבער צוגעטשעפעט א באגרעניצונג גערופן די סטאפ טיים רול וועלכע באדייט אז אימיגראציע אויטאריטעטן קענען זיך באנוצן מיט א טאקטיק צו פארלויפן דעם וועג פון אימיגראנטן און שטערן די שלימות פון 10 יאר און פארמיידן די מעגליכקייט עס צו קענען נוצן פאר א נאן רימאוול ארדער

אין 1996 למספרם האט קאנגרעס איבערגעארבעט די סטאפ טיים רול און אירע פארשריפטן וועלכע רעכנט אריין אימיגראנטן וועלכע זענען באגאנגען פארברעכנס אדער בלוי פארן באקומען א "נאטיץ צו ערשיינען"

די געזעץ שרייבט אז אויב די רעגירונג שיקט פאר אן אימיגראנט א נאטיץ צו ערשיינען פאר אן אימיגראציע פארהער און דארט ווערט קלאר דעטאלירט די צייט און פלאץ וואו די פארהער וועט פארקומען באדייט עס אז יענער איז שוין מער נישט געווען 10 יאר אין לאנד אן זיך אנקערן מיט אימיגראציע אויטאריטעטן ווייל ער איז דאך יא געלאנדט געווארן צו א פארהער

אימיגראציע באאמטע האבן אויסגעשטעלט די ערשטע הזמנה לדין אן ארויסשרייבן די צייט און פלאץ און דאס האט שוין געפירט צו א פריערדיגע סופרים קאורט קעיס אין וועלכע די געריכט האט געאורטיילט 1-8 אז אזא איינלאדענונג איז פעלערהאפטיג און קען נישט אפשטעלן די 10 יאר רעכענונג

א פראגע וועלכע די געריכט האט נישט אדרעסירט צו יענע צייט איז געווען וואס איז אין פאל די רעגירונג שיקט נאך א צוויייטע נאטיץ אין וועלכע זי שטעלט שוין יא קלאר אלע פארלאנגטע דעטאלן צו דאס קען שוין יא אפשטעלן די 1 יאר רעכענונג

געוויס איז קלאר אז אפילו אויב עס שטעלט אפ די רעכענונג איז עס בלויז אויב די די צווייטע נאטיץ ערשיינט בעפאר די 1 יא אפשניט אבער די פראגע איז אויב די פאקט אז די נאטיץ איז געווארן צוטיילט אין צווייען און די עצם הזמנה איז געשיקט געווארן צו ערשט און די איבריגע דעטאלן האבן נאכגעפאלגט איז א פראבלעמאטיש ווייל אלע אינפארמאציע מוז קומען אין איין דאקומענט און נישט צוטיילט

נאך א פארארדענונג פון די רעגירונג צו דעפארטירן אגאסטא ניז שאוועז אין פארעם פון א בריוו געשיקט צו אים שרייבנדיג די באשולדיגונגען איבער וועלכע זיי זוכן אים צו פארשיקן האט שאוועז געווארט פולע צוויי מאנאטן איידער די אינסטאנצן האבן אים נאכגעשיקט א בריוו מיט אינפארמאציע איבער וואו און ווען די דעפארטאציע פארהער וועט פארקומען

דוד זימער האט פארטרעטן שאוועז און ארויסגעברענגט אז קאנגרעס האט גענוצט די אויסדרוק "א" נאטיץ צו ערשיינען וואס איז א לשון יחיד און קלארע אנדייטונג אז אלעס דארף ווערן איינגעשלאסן אין די איינע נאטיץ

די ווארט "א" קען גענוצט ווערן אויף א טוץ פון עטליכע דאקומענטן צום ביישפיל אין פאל וואס מען רעדט פון "א" "מאנוסקריפט" אבער ווען מען באציהט זיך צו א "נאטיץ" נאך די ווארט "א" קען מען בלויז רעדן פון אן איינצלנע נאטיץ

די רעגירונג אבער ארגומענטירט אז עס איז די איינפיר פון אימיגראציע אגענטורן צו שיקן נאכפאלגענדע דאקומענטן צוליב וואס אין די צייט וואס א באשלוס ווערט געמאכט צו קלאגן אימיגראנטן איז נאכנישט דא קיין עוועילעבל דאטום פאר א געריכט פארהער און אפילו ווען יא קען עס נאך געטוישט ווערן און דעריבער זוכן זיי צו ערשט צו לאזן וויסן פארן אימיגראנט אז ער שטייט אויס א פארהער און ערשט ווען זיי האבן א קלארע דאטום און געריכט לאקאל שיקן זיי די אגרות שניות

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און צווישן אנדערן האט ריכטער ראבערטס געפרעגט פון זימער אויב צוויי בריוון וועלכע קומען ערשיינען אינעם זעלבן טאג אין באזונדערע קאנווערטן וואלט געווען גענוג פאר די סטאפ טיים רול אויף וועלכע זימער האט געענטפערט אז נישט ווייל עס איז שוין נאטיצן ווי איידער נאטיץ

ראבערטס האט דאן נאך מער פארשמעלערט די היכי תימצי אויסוואל צו א פאל וואס זיי שיקן צוויי איין בריוו מיט א מעלדונג איבער א פארהער און א צווייטע מיט די איבריגע דעטאלן אבער ביידע אינעם זעלבן קאנווערט וואס אויף דעם האט שוין זימער אנערקענט אז עס קען מעגליך באטראכט ווערן ווי איין נאטיץ

ריכטער טאמאס האט געפרעגט פון געהילף סאליסיטאר דזשענעראל ענטאני יענג אויב די רעגירונג קען שיקן א סעריע פון 7-8 דאקומענטן אויף וועלכע יענג האט געזאגט אז ער זעהט נישט אז עס זאל נישט פירן צו די סטאפ טיים רול אבער צוגעלייגט אז עס איז נישט אין די רעגירונג אינטערעסע ווייל עס וואלט געשאפן צופיל צומישעניש

ריכטערין קעיגען האט אויפגעברענגט א פארשלאג אז ווי איידער די רעגירונג זאלן מוזן שרייבן א לופטיגע דאטן אויפן ערשטן בריוו (וואוסנדיג אז עס דא אן ערנסטע שאנס אז די דאטום וועט ווערן אפגעשטופט, און ריכטערין בערעט האט גאר באצייכנט א דאטום אויפן ערשטן בריוו אלץ א דאמי דאטום) זאלן זיי קענען ווייטער שיקן בלויז א מעלדוג איבער א פארהער און שפעטער איבערשיקן א בריוו וועלכע דערמאנט נאכאמאל אז מען ווערט גערופן צו א פארהער אבער דאן זאל שוין שטיין די דאטום און פלאץ (ווי איידער בלויז די דאטום און פלאץ)

ריכטער ראבערטס און בערעט האט ביי די ארגומענטן אויסגעדרוקט סימפאטיע מיט אזא צוגאנג

זימער האט אנערקענט אז אזא אפציע קען מעליך ארבעטן פראקטיש טראץ וואס עס איז נישט ממש וואס קאנגרעס האט געוואלט (אז עס זאל זיין איין איינציגע דאקומענט ותו לא)

פארגאנגענע וואך האט די סופרים קאורט געאורטיילט 3-6 אז שאוועז האט רעכט און אן איינצלנע דאקומענט מוז געשיקט ווערן

די אויסשטעל איז געווען היבש א זעלטענע ווען צו די ליבעראלן האבן זיך צוגעשטעלט די מער ליבערטעריען גענויגטע ריכטער פון אינערהאלב די קאנסערוואטיווע קאקוס מיט ריכטער גארסוטש גאר שרייבנדיג די אורטייל פארן מאיאריטעט און דערין אנגעשלאסן טאמאס און בערעט

עס אז נישט די ערשטע מאל וואס גארסוטש נעמט די זייט פון די אימיגראנטן ווי איידער די רעגירונג און אין דעם פאל אז ער געווען גאר בייז אז די געריכט האט אפילו אויסגעהערט די קעיס פון די רעגירונג און פארפירט אז די פריערידגע 1-8 אורטייל אז די דאטום און אלע אינפארמאציע מוז קלאר שטיין אויפן הזמנה וואלט געדארפט פון זיך אליין פארשטאנען ווערן אז עס מען רעדט פון איין נאטיץ

פון טאמאס איז עס אויך נישט געווען א ברעכנדע איבערראשונג צו נעמען די זייט פונען קליינעם מענטש אויפ חשבון פון די רעגירונג איבערהויפט ווען די שווארץ אויף ווייסע שפראך אינעם געזעץ שטימט גאנץ קלאר מיט די שאוועז פאזיציע

די גרעסערע נייעס איז געקומען פון בערעט'ס ריכטונג זינט איר היסטאריע איבער וועלכע זייט זי נעמט צווישן די רעגירונג און בירגער (אדער נישט בירגער) איז גאנץ רוי און צומישט און ביי די ארגומענטן איז אויך געווען אומקלאר אויף וועלכע זייט זי שטייט

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג מאי 03, 2021 10:11 am

ש’כח @הכל.
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג מאי 03, 2021 2:20 pm

יש לו מנה האט געשריבן:ש’כח @הכל.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג מאי 04, 2021 9:47 am

ר' זעקל האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:ש’כח @הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 04, 2021 9:53 am

דינסטאג בהר בחוקותי





רעפובליקאנע סענאטארשע שעלי מור קעפיטא וועט זיך קומענדיגע וואך טרעפן מיט פרעזידענט ביידען צו דיסקוסירן די אינפראסטרוקוטר ביל

*

ווי די רעפובליקאנע 2024 למספרם פרעזידענט פריימערי אין טעקסאס זאל ווען פארקומען די וואך יאגן זיך אהין א רייע פאטענציאלע קאנדידאטן
מייק פאפעיא, קריס קריסטי, טאם קאטאן, ראן דסאנטיס, מארקא רוביא, טים סקאט, און ריק סקאט וועלן אלע באזוכן די וואך אין טעקסאס


*


מיט די רעטייערמענט פון אילינאי דעמאקראטישע קאנגרעספרוי טשערי באסטאס ביים ענדע פונעם איצטיגן טערמין ווארט מען צו זעהן איבער די שיקזאל פון די דיסטריקט ביים איבערשרייבן די דיסטריקטס אבער איין מעגליכע נאמען אויף וועם צו האלטן אן אויג איז פעאריא סיטי קאונסילפרוי בעט דזשענסען וועלכע קלערט אריינצושפרונגען אינעם פארמעסט
מען דארף אויסווארטן צו זעהן די איבערגעשריבענע מאפע אבער די דיסטריקט אויף די איצטיגע מאפע דעקט פעאריא, ראקפארד און נאך


*

א צווייטע קאנדידאט וועלכע ערשיינט אויפן ראדאר איז טערי שילינג
שילינג איז עקזעקוטיוו דירעקטאר פון א גרופע וועלכע קעמפט אקעגן בריות משונות און א זוהן פון באבי שילינג וועלכע פלעגט האלטן די זיץ בעפאר באסטאס האט אים באזיגט


*

אריזאנא דעמאקראטישע סענאטאר מארק קעלי האט באקומען א רעפובליקאנע קעגנער ווען ביזנעסמאן דזשים עלמאן איז אפיציעל אריינגעשפרונגען אין די פארמעסט


*

אין נעבראסקא קומט פאר א פארמעסט צו ערזעצן ארויסגייענדע גאווערנאר פיט ריקעטס וועלכע קען נישט לויפן נאכאמאל צוליב טוירם לימיטס
א רייע קאנדידאטן האבן שוין אפיציעל געמאלדן אבער ליוטענענט גאווערנאר מייק פאולי האט נאכנישט געפאסט קיין באשלוס
טשארלס הערבסטער איז א רעפובליקאנע ביישטייערער און ווערט דערווייל באטראכט אלץ דער מערסט טראמפיסטישער קאנדידאט און האט טאקע רעקרוטירט קארי לואנדאוסקי און קעליען קאנוועי צו זיין קאמפיין
גאווערנאר ריקעטס פרובירט אבער פאר אלע געלטער צו פארזיכערן אז הערבסטער קומט נישט ארויס ביים שפיץ
געוועזענע גאווערנאר קעי אר האט אינדארסירט דזשים פילען וועלכע איז א מעמבער אויף די סטעיט באורד אוו רידזשענטס


*

נאכן נעכטן באריכטן אז טשארלי קריסט גרייט זיך ערנסט אריינצוטאנצן אין די פלארידא גאווערנאר פארמעסט קען מען איצט באריכטן אז קריסט האט נארוואס אפיציעל געמאלדן זיין קאנדידאטור


*


שעלי סילווער איז באפרייט פון טורמע צוליב זיין געזונט צושטאנד
די אנטוויקלונג איז צו פארדאנקן אן אמענדמענט צוגעטשעפעט צו די קעירס אקט


*

קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי וועלכע האט זיך ביז היינט אפגעהאלטן פון עפנטליך קריטיקירן קאנגרעספרוי ליז טשעיני האט היינט צום ערשטן מאל יא קריטיקירט טשעיני זאגנדיג אז עס איז נישט אזוי ווייט די אימפיטשמענט אפשטימונג וועלכע איז א באשלוס וועלכע איז שוין געמאכט געווארן נאר זארג וואס ער הערט פון אינערהאלב די קאקוס אז עס קען שטערן פארזוכן צו געואונען א מאיאריטעט אין די הויז
עס איז וויכטיג צו געדענקן אז עס איז געווען מעקארטי וועלכע האט אומאפיציעל געמוטיגט מעמבערס צו שטימען אין שטיצע פון טשעיני ביי די לעצטיגע אפשטימונג און אויב ער טוישט שטעלונג קען עס באדראען איר קאריערע


*

די פוירסט סטעפ אקט איז א גאר באקאנטע ביל פאר מיינסטנס ליינער דא טראץ איר פארהעלטנמעסיג יונגע עלטער און איז באקאנט אלץ די אומפארטייאישע קרימינאל יוסטיץ רעפארם ביל אונטערגעשריבן דורך פרעזידענט טראמפ

היינט דינסטאג וועט די סופרים קאורט אריינקוקן אין א פראוויזיע פון די ביל וועלכע קען אפעקטירן טויזנטער ארעסטאנטן וועלכע זיצן פאר דראג פארברעכנס

זייענדיג אין זיינע פריע צוואנציגער איז טאראריק טערי ארעסטירט געווארן צוריק אין 2008 למספרם פאר האבן אין באזיץ ווינציגער פון 4 גראם קאקעין וועלכע ער האט געפלאנט צו פארקויפן

וויפיל איז פיר גראם?
אה, דאס קומט אויס בערך די וואג פאר 4 פאפיר קליפס

צוליב זיין פארברעכן רעקארד אין די פארגאנגנהייט האט אים דער ריכטער פארשיקט אין טורמע אויף א טערמין פון צוועלף ביז פופצן יאר און ער איז געסקעדזשועלט ארויסצוקומען קומענדיגן סעפטעמבער למספרם

די אורטייל איז געקומען אין רעזולטאט פון גיידליינס אין די 1986 למספרם אנטי דראג געזעץ וועלכע שרייבט צו אייניגע אורטיילן פאר באזיצער פון אזא קליינע קוואנטום צו עימיצער וועלכע באזיצט 100 גראם פון די ווארע

יענע גיידליינס האבן געשטעלט די מינימום יארן וואס א ריכטער דארף צוטיילן פאר אזא איינעם ווי טערי צו פינף


אין 2010 למספרם האט קאנגרעס באשטעטיגט די יושר'דיגע פאראורטיילונג אקט וועלכע האט אדרעסירט די לאנגע סענטענסינג גיידליינס וועלכע די געזעץ האט פארלאנגט פאר דראג פארברעכנס

די געזעץ ביז דאן האט איינגעטיילט די קוואנטומען וועלכע די באשולדיגטע האב געהאט אין באזיץ אין דריי שטאפלען
A פאר אזעלכע מיט 50 גראם ביז 100 מיט גאר הויכע שטראפן
B פאר אזעלכע מיט 5 גראם ביז 50 גראם מיט מעסיגערע שטראפן
C פאר אזעלכע מיט העכער 0 ביז 5 גראם מיט שוואכערע (לויט די אמאליגע באגריפן)

טערי צום ביישפיל, וועלכע מען האט געפאקט מיט 4 גראם איז געפאלן אונטער קאטעגאריע C

די יושר'דיגע פאראורטיילונג אקט האט מאדיפיצירט אלע קאטעגאריעס און געטוישט קאטעגאריע
A פאר אזעלכע מיט 50 ביז 280 גראם און העכער מיט גאר הויכע שטראפן
B פאר אזעלכע מיט 28 גראם ביז 50 גראם מיט מעסיגערע שטראפן
C... אפפס, דא איז די פאנטשער, קאטעגאריע C האט מען איינפאך נישט געטוישט

לאמיר זעהן צו די קענסט צוטרעפן פארוואס, איך וועל דיר גיבן צוויי מינוט...

אקעי האסט עס נישט אדער נישט צוגעטראפן אבער די אורזאך איז צוליב דעם וואס איינמאלעס איז קלאר אז פון 50 און העכער איז מען אין A און פון 28 און העכער איז מען אין B קומט דאך אויטאמאטיש אויס אז פון 28 און אראפ איז מען אין C

למעשה קומט אויס אז אלע דריי קאטעגאריעס זענען אין טעכנישן זין געווארן מאדיפיצירט צו אקאמאדירן א גרעסערע מאהל מענטשן אבער אנדערש ווי A און B וואו קאנגרעס האט באמת געטוישט די שפראך און קלארגעשטעלט צום ביישפיל אז A הויבט זיך אן ביי 50 און B ביי 28 איז די טויש אין קאטעגאריע C נישט געווארן דורכגעפירט דורך א פאקטישע טיש אין שפראך נאר קאנגרעס האט עס געלאזט פארשטאנען ווערן פון דעם וואס מען האט געטוישט B אז עס הויבט זיך ערשט אן ביי 28 אויטאמאטיש פאלן אלע פון 5 ביז 28 גראם אריין אין C צוזאמען מיט די פון 0 ביז 5 גראם


למאי נפקא מינה?


די טעקסט פונעם געזעץ איז טאקע נישט געווען קיין פראבלעם ביז 2018 למספרם אבער דאן האט זיך עס ארויסגעשיילט אלץ ערנסטע אישו פאר טערי און נאך טויזנטער אין זיין מצב ווען קאנגרעס האט באשטעטיגט די פוירסט סטעפ אקט וועלכע האט געשריבן אז אלע אנגעקלאגטע פון בעפאר די 2010 למספרם אקט זאלן קענען געניסן אויף למפרע און אצינד פארלאנגען א פרישע סענטענסינג באזירט אויף די נייע גיידליינס

די געזעץ האט אבער געשריבן אז דאס איז גילטיג פאר אלע סארט פארברעכן וועלכע די 2010 למספרם געזעץ האט געדעקט און מאדיפיצירט און אין דעם איז געווען אריינגערעכנט דראג פארברעכן אין קאטעגאריע A און B אבער דייקא די וועלכע זענען געכאפט געווארן מיט קלענערע קוואנטומען ווי 5 גראם האבן זיך געטראפן שטעקן אין אן אומקלארקייט צו זיי קענען אויך געניסן דערפון

נאך וואס די פוירסט סטעפ אקט איז אריבער האט טערי זיך איינגעגעבן פאר א פרישע סענטענס אבער פארלוירן די קעיס צו ערשט אינעם דיסטריקט געריכט און שפעטער אין די עלפטע סירקוט וועלכע האט געשריבן אז צוליב וואס טעכניש האט די 2010 למספרם נישט געטוישט גארנישט פון אזעלכע וועלכע וואס באזיצן אונטער 5 גראם ווייל ווי געשריבן האט מען נישט בפועל מאדיפיצירט קאטעגאריע C נאר א פרישע קלאס מענטשן זענען אויטאמאטיש אהין אריינגעפאלן איז עס נישט געדעקט אונטער די 2018 למספרם וועלכע דעקט בלויז פארברעכנס וואס די ערשטע געזעץ האט "געטוישט"

טערי האט גע'טענה'ט אז וויבאלד די גאנצע קלאסיפיקאציע פון קאטעגאריע C איז געווארן אויסגעברייטערט באדייט עס אז אלעס אונטער C איז געווארן איבערגעארבעט און געדעקט אונטער די 2010 למספרם געזעץ און אז די ציהל פון יענע געזעץ איז קלאר געווען איבערצוארבעטן אלע דראג פארברעכן שטאפלען

אפילו טעכניש איז די גיידליינס פון אונטע גראם נישט רעדוצירט געווארן האט אויך פאר זיי אויסגעמאכט דאס אז א גרעסערע קלאס פון דראג פארברעכן קומט זיך אנשליסן אין זייער קאטעגאריע ווייל אפילו אינערהאלב איטליכע קאטעגאריע באזונדער קענען ריכטער נעמען אין באטראכט אויב די אנגעקלאגטע זיצן אונטן פון די קאטעגאריע אדער זענען אויפן אויבנאן

צום ביישפיל אויב ביזטו געפאקט געווארן מיט 4 גראם ביזטו געווען פון די הארבסטע אונטער קאטעגאריע C בי 2010 למספרם אבער איינמאל די געזעץ איז אריין אין קראפט איז 4 גראם געווען א שוואכע פארברעכן אינערהאלב קאטעגאריע C וועלכע גייט שוין היינט אזוי הויך ווי 28 גראם
די אלע טענות האט נישט באוואויגן די ריכטער אויפן עלפטן סירקוט וועלכע האט געשריבן אז זיי גייען מיט די רעגירונג שטעלונג

די עלפטע סירקוט איז נישט געווען די איינציגסטע צו באהאנדלען אזא קעיס און די דריטע, זעקסטע, און צעהנטע קרייז גערכיטן האבן אלע ארויסגעגעבן ענליכע אורטיילן

פון די אנדערע זייט האבן די ערשטע, פערטע און זיבעטע סירקוטס אויך אנגענומען קעיסעס מיט די זעלבע פראגע און יא געגעבן רעכט פאר די באשולדיגטע צו קריגן נייע סענטענסינג פארהערן

באוואפנט מיט א ברייט צושפאלטענע סירקוט פליגל האט טערי אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט און דעפיוטי אטוירני דזשענעראל דזשעפרי וואל האט אין פארלאפענע דעצעמבער למספרם געשריבן צום געריכט אז זיי זאלן נישט אקצעפטירן די קעיס אבער די ריכטער האבן באשלאסן אנדערש און געמאלדן אז זיי נעמען עס אן

אום מערץ 12 למספרם האט די געריכט באשטימט אז זיי וועלן אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אום אפריל 20 למספרם אבער אין די זעלבע צייט האבן קרימינאלע יוסטיץ רעפארם אקטיוויסטן וועלכע ווייסן וויפיל ארעסטאנטן קענען ווערן אפעקטירט פון די אויסגאנג אין אזא קעיס לאביאירט די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט צו טוישן זייטן אין די קעיס

די לאביאינג קאמפיין האט נישט באוויזן אזוי שנעל צו רירן די באאמטע און ערשט מערץ 15 וועלכע איז געווען די דעדליין ווען די רעגירונג האט געמוזט פיילן איר רעאקציע האט זי ענדליך געמאלדן אז די נייע אדמינסטראציע האט איבערגעקוקט די קעיס און זיי שטימען איין מיט די טערי פאזיציע און רעקאמענדירט פארן געריכט צו שטעלן א דרויסנדיגע פראקוראר וועלכע זאל איבערנעמען און ארגומענטירן די פאזיציע געהאלטן דורך די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט און אורטייל פון די עלפטע סירקוט

אונטער געווענליכע אומשטענדן וואלט אזא טויש גענומען צייט צו טרעפן א פאסיגע קאנדידאט און פאר יענעם צו דורכטוהן די קעיס געהעריג און די געריכט וואלט רעסקעדזשועלט די מונדליכע ארגומענטן אויף קומענדיגע אקטאבר למספרם ביי די נייע געריכט סעסיע

דא איז אבער אריינגעקומען די פאקט אז די אלץ איז בלויז צוליב די שלאבערישע לעצט מינוטיגע טויש מצד די רעגירונג און נאכמער וואלט עס געשטעלט אונטער פראגע צייכן די גאנצע קעיס זינט טערי איז געסקעדזשועלט סייווי באפרייט צו ווערן קומענדיגן סעפטעמבער למספרם און די קעיס קען נאך צוליב דעם ווערן מוט טראץ וואס טויזנטער ארעסטאנטן טיילן מיט די זעלבע פראגע און זייער טערמין איז נאכנישט געענדיגט

צוליב דעם האט די געריכט גענומען שנעלע שריט און ריכטערין בערעט האט געשטעלט עדעם מארטארא וועלכע איז א געוועזענע קלוירק פון ריכטער טאמאס צו פארטרעטן די עלפטע סירקוט און באשטימט מונדליכע ארגומענטן אויף מארגן דינסטאג מאי 4 למספרם

צו באשטימען ארגומענטן אויף מאי למספרם איז גאר א זעלטענע ערשיינונג זינט די ריכטער ווערן מער פארנומען צו שרייבן אורטיילן אויף א גרעסערע צאהל קעיסעס גרייכדיג יוני למספרם וועלכע ענדיגט די איצטיגע געריכט סעסיע אבער ווי געזאגט האט די געריכט איינגעזעהן גענוג א שטארקע נויט דערין

פיר סענאטארן וועלכע האבן געשריבן די דרעפט פון די 2018 למספרם געזעץ און פארזעהן צו טוישן די שפראך אין קאטעגאריע 3 האבן געשריבן צום געריכט אין שטיצע פון טערי אנצייגנדיג אז די פוירסט סטעפ אקט דרייט נישט צוריק די סענטענסינג פון פארברעכנס "אמענדירט" דורך 2010 למספרם געזעץ נאר פאר פארברעכנס "מאדיפיצירט" דורך דעם
זיי טיילן אפ די אפטייטש פון די צוויי אז אמענדירט וואלט באדייט דירעקט טוישן די שפראך אבער מאדיפיצירט איז א שוואכערע מדריגה און נעמט אריין אפילו א פאראגראף וועלכע ווערט נישט געטוישט מיט טינט אבער ווערט קלאר אפעקטירט דורך א בושטעבליכע טויש אין די אנדערע צוויי קאטגאריעס

סענאטארן גרעסלי, דורבין, לי און בוקער האבן געשריבן אקעגן די שטעלונג פון די עלפטע סירקוט און ווי געזאגט וועט די געריכט היינט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מאי 04, 2021 11:52 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג מאי 04, 2021 11:16 am

ש’כח ש’כח @הכל.

שטארק הנאה געהאט.
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג מאי 04, 2021 11:50 am

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בהר בחוקותי


ישר כח פאר די געשמאקע באריכט היינט

הכל הבל האט געשריבן:נאכן נעכטן באריכטן אז טשארלי קריסט גרייט זיך ערנסט אריינצוטאנצן אין די פלארידא גאווערנאר פארמעסט קען מען איצט באריכטן אז קריסט האט נארוואס אפיציעל געמאלדן זיין קאנדידאטור

לויף טשארלי לויף, אזוי וועסטו קענען מיאוס פארלירען נאכאמאל, כן יאבדו כל אויביך...

*

הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי וועלכע האט זיך ביז הייטנ אפגעהאלטן פון עפנטליך קריטיקירן קאנגרעספרוי ליז טשעיני האט היינט צום ערשטן מאל יא קריטיקירט טשעיני זאגנדיג אז עס איז נישט אזוי ווייט די אימפיטשמענט אפשטימונג וועלכע איז א באשלוס וועלכע איז שוין געמאכט געווארן נאר זארג וואס ער הערט פון אינערהאלב די קאקוס אז מיאריטעט אין די הויז
עס איז וויכטיג צו געדענקן אז עס איז געווען מעקארטי וועלכע האט אומאפיציעל געמוטיגט מעמבערס צו שטימען אין שטיצע ופן טשעיני ביי די לעצטיגע אפשטימונג און אויב ער טוישט שטעלונג קען עס באדראען איר קאריערע


עס זעהט אויס עס פעלט ווערטער פון דא.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 04, 2021 11:52 am

ר' זעקל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בהר בחוקותי


ישר כח פאר די געשמאקע באריכט היינט

הכל הבל האט געשריבן:נאכן נעכטן באריכטן אז טשארלי קריסט גרייט זיך ערנסט אריינצוטאנצן אין די פלארידא גאווערנאר פארמעסט קען מען איצט באריכטן אז קריסט האט נארוואס אפיציעל געמאלדן זיין קאנדידאטור

לויף טשארלי לויף, אזוי וועסטו קענען מיאוס פארלירען נאכאמאל, כן יאבדו כל אויביך...

*

הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי וועלכע האט זיך ביז הייטנ אפגעהאלטן פון עפנטליך קריטיקירן קאנגרעספרוי ליז טשעיני האט היינט צום ערשטן מאל יא קריטיקירט טשעיני זאגנדיג אז עס איז נישט אזוי ווייט די אימפיטשמענט אפשטימונג וועלכע איז א באשלוס וועלכע איז שוין געמאכט געווארן נאר זארג וואס ער הערט פון אינערהאלב די קאקוס אז מיאריטעט אין די הויז
עס איז וויכטיג צו געדענקן אז עס איז געווען מעקארטי וועלכע האט אומאפיציעל געמוטיגט מעמבערס צו שטימען אין שטיצע ופן טשעיני ביי די לעצטיגע אפשטימונג און אויב ער טוישט שטעלונג קען עס באדראען איר קאריערע


עס זעהט אויס עס פעלט ווערטער פון דא.

יישר כח! שוין פארראכטן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 04, 2021 5:33 pm

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהר בחוקותי


רופן ווערן געמאכט אז לאמאר קאונטי טעקסאס דעמאקראטישע פארטיי פירער גערי אקאנאר זאל רעזיגנירן נאכן באצייכענען סענאטאר טים סקאט אלץ א (טונקעל ברוינע) סענדוויטש קוקי


*

רעזיגנירט

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מאי 04, 2021 6:18 pm

ייש"כ הבל!!!

הכל הבל האט געשריבן:
נאכן נעכטן באריכטן אז טשארלי קריסט גרייט זיך ערנסט אריינצוטאנצן אין די פלארידא גאווערנאר פארמעסט קען מען איצט באריכטן אז קריסט האט נארוואס אפיציעל געמאלדן זיין קאנדידאטור


און פארשטייט זיך אז עס איז ערווארטערט אז אלע אינדעפנדענט פאליטישע אנאליזירער וועלן יעצט אראריקען פלארידע'ס סטאטוס צו א טאס-אפ. ס'טייטש קריסט האט דאך נאר פארלוירן 2 סטעטווייד עלעקשאנס אין פלארידע!


הכל הבל האט געשריבן:
שעלי סילווער איז באפרייט פון טורמע צוליב זיין געזונט צושטאנד
די אנטוויקלונג איז צו פארדאנקן אן אמענדמענט צוגעטשעפעט צו די קעירס אקט


איז שייך צו פארשטיין פארוואס עס האט געדוירט אזוי לאנג, עכ"כ אז טראמפ האט שוין גערעדט פון באגענאדיגן וואס איז געווען די פראבלעם פון די ערשטע מינוט?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 05, 2021 10:03 am

מיטוואך בהר בחוקותי







מייק פענס וועט זיין די קינאוט רעדנער ביי די הילסבאראו קאונטי רעפובליקאנע לינקאלן רעיגען דינער אין ניו העמפשיר אום יוני למספרם

*

סענאטאר גרעסלי זאגט אז ער גלויבט אז סענאטאר מענשין וועט זיך האלטן פעסט אקעגן שטיצן די דעמאקראטישע עטיקס און וואוטינג רייטס ביל
גרעסלי: מיר גלויבן אז מיר האבן אים אראפגענאגלט

*

קאנגרעסמאן סטיוו סקאליס איז דער צווייטע העכסט ראנגיקער רעפובליקאנער אין קאנגרעס און איז ארויסגעקומען מיט שטיצע פאר קאנגרעספרוי עליסא סטעפאניק צו ערזעצן קאנגרעספרוי ליז טשעיני אין איר פירערשאפט פאזיציע אויב די קאקוס זאל איר ארויסשטימען פון דארט
קאנגרעס מינאריטעט פירער מעקארטי האט שוין אויך געהאט געזאגט אז סטעפאניק וואלט זיכער געווען א שטארקע קאנדידאט פאר די פאזיציע
אצינד רעדט מען פון א מעגליכע אנטי טשעני אפשטימונג אויף מאי 12 למספרם

*

אצינד בעת מיר שרייבן די שורות קומט די נייעס אז אויך פרעזידענט טראמפ האט זיך געשטעלט אונטער סטעפאניק אז זי זאל איבערנעמען טשעיני


*

א ווארטזאגער פאר קאנגרעספרוי טשעיני האט זיך גיבט איבער אז טשעיני וועט האבן מער צו זאגן אין די קומענדיגע טעג און אז די איצטיגע מאמענט איז איבער עפעס וואס איז פיל מער ווי א הויז פירערשאפט קריגעריי


*

די עדיטאריעל באורד פון די וואל סטריט דזשורנאל איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון טשעיני שרייבנדיג אז אונטערדרוקן טשעיני צוליב איר אויפריכטיגקייט וועט פארניכטן די פארטיי
זיי רייסן ארונטער טראמפ פארן זיין פארנומען מיט א טיילונג אינערהאלב די פארטיי אין די צייט וואס פרעזידענט ביידען פארקויפט די גרעסטע אויסברייטערונג פון רעגירונג אין צענדליגער יארן

*

פראקורארן בעטן פונעם געריכט צו שטעלן א ספעציעלע מייסטער וועלכע זאל איבערזיפן דאטא פון מעגליכע אטוירני קליענט פריווילעגיע וועלכע קענען זיך געפונען אויף די לעפטאפס קאנפיסקירט פון רודי דזשוליאני
עס איז אן אפנויג פון זייער שטעלונג ביים וועלן איבערקוקן אלע דאטא וואס זי האבן געהאט ביים אויספארשן מייקל קאהען

*

רעטייערטע ארמיי קאלאנעל און געוועזענע קאקא קאלע עקזעקוטיוו דזשאן פיליפס שפרונגט אריין אין די פארמעסט פאר קאנגרעס אין די זעקסטע דיסטריקט אין דזשארדזשיא
די אמטירנדע קאנגרעספרוי איז דעמאקראט לוסי מעקבעט וועלכע האט ארויסגעשטויסן קערען הענדל אין 2018 למספרם און איר נאכאמאל באזיגט אין 2020 למספרם

*

די קאמפיין פון סענאט מאיאיריטעט פירער טשאק שומער נעמט נישט קיינע שאנסן און גרייט זיך פאר די מעגליכקייט פון א דעמאקראטישע פריימערי קעגנער און לופטערט שוין איצט רעקלאמעס אין ניו יארק ווא זיי באצייכענען דעם סענאטאר אלץ אמעריקא'ס נייעסטע פראגרעסיווע סענאט מאיאריטעט פירער

*

די עלעקשאן דאטום אנצופילן די זיץ פונעם פארשטארבענעם פלארידא קאנגרעספרוי עלסי העסטינג איז געווארן באשטימט
נאוועמבער 2 למספרם וועט פארקומען די פריימערי און די אלגעמיינע ספשעל עלעקשאן וועט ערשט פארקומען יונואר 11 2022 למספרם


*


ביזנעסמאן דזשאן קאקס איז שוין געלאפן און פארלוירן אקעגן קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם און פארמעסט זיך אצינד אים אקעגן אים אין די אנגייענדע ריקאול קאמפיין
זיין קאמפיין האט אויפגענומען א באקאנטע רעפובליקאנע פי אר עקספערט וועלכע צייכנט זיך און אין אהערשטעלן קוריאזע און מאדנע מעסעדזשעס צו כאפן די אויג פון די וויילער און פארוואנדלען פארמעסטן אין צירקוסן
דאסמאל האט מען אהערגעשטעלט די קאמפיין צו באצייכענען ניוסאם אלץ בלויז א זיסער יונגל וועמענס אזויגערופענע כאריזמא איז די איינציגסטע סיבה פארוואס ער האט געוואונען זיין בענקל און אז אין א צייט וואס פאר קאליפארניער איז שוין גארנישט אזוי זיס איז העכסט צייט אים איינצוטוישן די הבל היופי מיט דייקא מיט עימיצער ווייניגער בא'טעמ'ט אבער א פירער וואס איז קעמפעריש ווי א חי'
נו, ווי אזוי ברענגט מען ארויס די קאנטראסט די קלארסטע וואס נאר מעגליך?
מען ברענגט אראפ א פיר פיסיגע באשעפעניש פארצושטעלן פאר די וויילער וואס זיי קענען ערווארטן אין א קאקס אדמיניסטראציע
די וויילער וועלכע האבן אפגעווארט דעם קאנדידאט האבן אויסגעווארט אויף עימיצער וועלכע זאל ארויפקומען צום פאדיום און איינלייטן די אוונט און באגריסן קאקס און א לעבעדיגע פיר פיסיגע בער איז מיטאמאל ערשינען און קאקס נאך אים
דער בער איז מיט יראת הכבוד געשטאנען אונטער דעם קאנדידאט דורכאויס די רעדע אין וועלכע קאקס האט נאכאנאנד באצייכנט ניוסאם אלץ בא'חנ'טער יונגל און געזאגט אז עס איז צייט אויסצואוועלן צווישן חן און חי'

ובחרת בחי

*


די ציפער עלעקטראנישע דעווייסעס פון רייזנדע וועלכע די קאסטומס און גרעניץ פאטראל אפיצירן קוקן אדורך שטייגט דראמאטיש פון יאר צו יאר און א גרופע באטראפענע
די גרופע טענה'ט אז אגענטן קוקן אדורך זייערע טעלעפאנען און לעפטאפס אן קיין געהעריג קיין געריכט ווארענט באזירט אויף בארעכטיגטע פארדאכטן און טוען עס אפטמאל קאנפיסקירן פאר לאנגע וואכן און מאנאטן און באשלאסן צו מאכן א לעגאלע ענדע דערצו אין געקלאגט די רעגירונג אין א דיסטריקט געריכט אין מאסאטשוסעטס וועלכע האט באשטעטיגט אז די פראקטיצירונג איז פארבאטן סיידן אין פעלער פון שכל'דיגע פארדאכטן אז עס אנהאלט דיגיטאלע שמוגלערייען
די קעיס איז געווארן אפעלירט צו די ערשטע סירקוט קאורט וואו א דריי ריכטער פאנעל האט צוריקגעדרייט די פארבאט און איצט האט די גרופע אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט און מען ווארט צו זעהן אויב זיי וועלן עס אקצעפטירן
איינע פון די טענות וואס די רעגירונג נוצט צו אנטמוטיגן די געריכט אריינצוקוקן דערין איז אז אין די צייט וואס די פעטיציע איז געווארן געפיילט איז נישט געווען קיין שפאלט צווישן די סירקוט געריכטן אויף די פראגע אבער די קלעגער צייגן אן אז זינט דאן האט שוין מער געריכטן אדרעסירט די פראגע ווען די עלפטע געריכט האט גענומען די זייט פון די רעגירונג און די פערטע און ניינטע געריכטן האבן יא ארויפגעשטעלט באגרעניצונגען (די פערטע קרייז געריכט האט זיך דערווייל צוריקגעהאלטן פון צופיל איינצוימען און אויף דערווייל פארלאנגט כאטש עפעס פארשטענדליכע פארדאכטן) און די גרופע פארפירט עס פערטע אמענדמענט רעכטן זענען פעליג איבעראל און עס קען נישט קיין דיפרענערץ פון רייזנדע אינערהאלב די פערטע דיסטריקט און עלפטע דיסטריקן


*


א סטודענט אין א פובליק הויך שולע אין פענסילוועניע איז געווען גאר אנטוישט נאכן ווערן איינגעמאלדן אז זי וועט נישט זיין האבן אקטיווע ראלע אין א גרופע וועלכע איז טייל פון א ספארט אקטיוויטעט טראץ וואס זי איז ארגינעל געווען אויף יענע גרופע

אויסצוגעבן איר אויפברויז האט זי גענומען א בילד פון זיך אין די צייט וואס זי איז נישט געווען אין שולע און ארויפגעשטעלט אויף סאציאלע מידיא באגלייט מיט גאר געמיינע אויסדרוקן אויף די חשבון פון די שפיל און פון די שולע

בעפאר די אינהאלט איז געווארן פארמעקט איז א סקרין שאט דערפון געווארן אראפגענומען און אנגעקומען צו די אויגן פון דער שפיל אנפירער וועלכע האט איר באשטראפט מיטן אראפרוקן פאר יאר צייט פון די גרופע

די סטודענט האט גענומען די קעיס אין געריכט זיך באקלאגנדיג אז מען האט פארלעצט אירע ערשטע אמענדמענט רעכטן פון פרייהייט פון אויסדרוק און די קעיס איז עווענטועל אנגעקומען אין סופרים קאורט

א 1969 למספרם אורטייל ערלויבט שוין פאר פובליק שולע באאמטע צו רעגולירן אויסדרוקן וועלכע קענען ערנסט שטערן די שולע אקטיוויטעט אבער די היינטיגע פראגע איז אויב יענע אורטייל דעקט אויך קאמענטארן געמאכט אין די צייט וואס מען געפונט זיך נישט אין שולע

ליסא בלאט האט רעפרעזענטירט די סקול סיסטעם און ארויסגעברענגט אז אין די היינטיגע אינטערנעט עפאכע איז צייט און געאגראפיע (וואו די קאמענטארן ווערן געזאגט) באדייטלאז ווייל לופטערן וואולגארישע אויסדרוקן אויף סאציאלע מידיא אין די שטונדן נאך שולע קען פונקט אזוי שווער ווירקן אויף די סטודענטן ווי בזמן הלימוד

ריכטער אליטא האט א באזארגטער געבעטן בלאט קלארצושטעלן וואס עס גייט אלץ אריין אין כלל פון אויסדרוקן וועלכע זענען דירעקטירט אין ריכטונג פון די שולע
בלאט האט אנערקענט אז פאליטישע און רעליגיעזע באמערקונגען איז נישט קיין פראבלעם אבער אליטא האט גע'טענה'ט אז די די פארבאט אויף ווערטער וועלכע שטערט די שולע איז צו א ברייטע און קען אויסגענוצט ווערן דורך די שולע אריינצוטייטשן וואס זיי געפעלט און אויב וויל מען אויסברייטערן די פרעצעדענט פארבאט צו זיין פעליג אפילו אינדרויסן פון שולע מוז מען שמעלער מאכן די פארבאט און בעסער ספעציפירן וואס עס נעמט אלץ אריין

ריכטער ראבערטס האט געפרעגט פון מאלקאלם סטוארט וועלכע איז די געהילף סאליסיטאר דזשענעראל און פארטראטן די פעדעראלע רעגירונג אין שטיצע פון די סקול דיסטריקט אויב יעדע סאציאלע מידיא מעסעדזש וואס יוגנטליכע שיקן פאר זייערע פריינט ווערט באצייכנט אלץ דירעקטיקט צו די שולע זינט אין מייסטנס פעלער זענען פריינט די זעלבע ווי סטודענטן פון די זעלבע שולע און לויט דעם איז יעדע מעסעדזש פאר אזלעכע פריינט א מעסעדזש צו די {סטודענטן פון די} שולע

אבער אויך דעיוויד קאול פון די ACLU וועלכע האט רעפרעזענטירט די סטודענט איז אויסגעשטאנען שווערע פראגן פון די ריכטער וועלכע האבן אים געזאגט אז טראץ זייערע זארגן מיט די ברייטע בלענקעט פארבאט וועלכע שולעס נוצן קען עס פראקטיש זיין שווער פאר די געריכט אנצוצייכענען קלארע ליניעס צווישן אויסדרוקן געמאכט אין שולע אדער אינדרויסן פון שולע

קאול האט געמאכט זיין ארגומענט אז שולעס קענען נישט קאנטראלירן וואס סטודענטן זאגן/שרייבן אינדרויסן פון שולע אבער ראבערטס און טאמאס האבן ביידע געדרוקט אויב דאס איז ממש אן קיין גרעניץ

טאמאס האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי א סטודענט קען שרייבן אן אימעיל -וועלכע וואלט געווען א פראבלעם צו שרייבן אינערהאלב די שולע קאמפלעקס- אין לויף פון א וויקענד און עס ווערט ערשט געליינט א מאנטאג דערויף אין שולע דורך די סטודענטן
איז די סטודענט באפרייט פון סיי וועלכע דיסציפלין בלויז וויבאלד ער האט איבערגעקלוגט די סיסטעם און זיך געהיטן עס צו שרייבן אין א באשוצטע זאנע?!

קעיגען האט זיך אויך געוואנדערט פארוואס א שולע זאל נישט קענען רעגולירן אויסדרוק אינדרויסן פון שולע אויב זיי שטערן די שולע ארדענונג

ריכטערין קעיגען און סאטאמאיאר האבן ביידע ארויסגעברענגט אז אויב שולעס זענען געבונדן פון קענען דיסציפלינירן סטודענטן וועלכע צושרייבן זיך אמאל קען עס שווער ווירקן אויף זייער קאמף אקעגן סייבער בוליאינג און ענליכע פראבלעמען פון סטודענטן וועלכע סעקירן אנדערע סטונדעטן אנליין

קאול האט זיך פארענטפערט אז די שולעס האבן אלטערנאטיוון צו באקעמפן אזעלכע ערשיינונגען און קענען זיך באנוצן מיט אויפפירונג קאודס און גיין אזוי ווייט ווי אריינמישן סטעיט און פעדעראלע אויטאריטעטן אבער קעיגען האט אנגעוויזן אז אין פילע פעלער וועלכע איז פון איין זייט גענוג ערנסט אז עס מוז אדרעסירט ווערן אבער פון די אנדערע זייט נישט אויף א שטאפל אריינצומישן רעגירונג אגענטורן צו אינטערווענירן און באשטראפן יוגנטליכע צולאזטע סטודענטן נאר עס איז מער פאסיג פאר א שולע סיסטעם צו דיסציפלינירן די סטודענטן אויספירנדיג אז מיר גייען נישט לייגן סטודענטן אין טורמע פאר אזעלכע זאכן

ריכטערין בערעט האט ארויסגעברענגט אז אפילו אויב וועט מען איינשליסן נאך שולע שטונדן אינעם שולע פארבאט בלייבט אפן די פראגע וואס אלץ עס גייט אריין אין פארבאט רעכט וואס די שולע האט
בערעט האט אדרעסירט די שטראף צוגעטיילט פארן סטודענט אינעם קעיס און געזאגט פאר בלאט אז גארנישט אין די ערשטע אמענדמענט פארבאט "ווייכע דיסציפלין" און אז אנשטאט ארויסווארפן די סטודענט פון די גרופע וואלט מען איר געקענט שיקן א ווארענונג

ריכטער ברייער האט אנערקענט אז די מעסעדזש פונעם סטודענט איז געווער זייער אומפאסיג אבער געזאגט אז ער איז נישט קלאר אז עס פאלט אונטער די 1969 למספרם פרעצעדענט פון "שטערן די שולע" און אויב באשטראפט מען אויף אזאנס דאן קענען אלע שולעס אין לאנד זיך אפגעבן בלויז מיט אויסטיילן שטראפן נאכאנאנד

סאטאמאיאר האט ארויסגעברענגט אז דער שפיל אנפירער זעלבסט האט פאר עטליכע מינוט געשמועסט מיט סטונדענטן איבער די מעסעדזש און דאס קוקט נישט אויס ווי עפעס וואס שטערט א שולע איבערהויפט אז זי האט עס ארויפגעשטעלט אויף א עפפ וועלכע מען האט געוואוסט פון פאראויס אז ביז שפעטסטנס 24 שטונדן דערויף וועט עס ווערן פארמעקט

אליטא האט קלארגעשטעלט אז אויב די געריכט זוכט צו אדרעסירן די ברייטערע פראגע פון רעכט פון שולעס צו רעגולירן אינדרויסן פון שולע קאמענטארן דאן מוז די געריכט אנצייכענען קלארע פארשריפטן וואס עס נעמט אלץ אריין און פארזיכערן ערשטע אמענדמענט פריייהייט פון אויסדרוק אבער צוגעלייגט אז די געריכט האט די אפציע פון דערווייל איגנארירן יענע פראגע און ליבערשט נאכאמאל באשטעטיגן די 1969 למספרם אורטייל אין באצוג צו די אין שולע אויסדרוק און איבערהיפן די פראגע פון נאך שולע און וויבאלד די קלעגער אין געריכט איז די סטודענט וועלכע וויל דאך וויסן איר גורל קען די געריכט זאגן אז אפגעזעהן די פראגע פון שפראך רעגולאציע אינדרויסן פון שולע איז די איצטיגע אינצידענט סייווי נישט אונטער פראגע צייכן ווייל טראץ וואס יענע אויסדרוק איז קאלירפולע שפראך קומט עס סך הכל אראפ צו גראבע אויסדרוקן פון אומצופרידנהייט מיט די שפיל גרופע און די שולע און מען קען נישט דיסציפלינירן א סטודענט פארן אויסדרוקן אומצופרידנהייט מיט די שולע

ריכטער קעווענאו האט מיטגעטיילט די שטעלונג פון די איבריגע ריכטער ווען עס קומט צו די ספעצעפישע שטראף זאגנדיג אז עס איז געווען אביסל אן איבערגעטריבענע רעאקציע

איבער די ברייטע פראגע פון שולע רעכט צו רעגולירן אינדרויסן פון שולע אויסדרוק איז קעווענאו אויפגעקומען מיט א צוויייטע מעגליכע וועג ארויס פארן געריכט אז געריכט זאל אפווארפן די באהויפטונג פון די דריטע סירקוט (פון וואו די קעיס שטאמט ארויס) וועלכע האט געשירבן אז שולעס קענען נישט איינטיילן פאר סטודענטן וואס צו שרייבן אינדרויסן פון שולע
זאגט קעווענאו אז די געריכט קען שרייבן אז שולעס האבן יא עפעס א ווארט דערין נאר לאזן אפן די פראגע ווי ווייט עס אל גיין און צוריקשיקן די קעיס צום דריטן סירקוט צו באשליסן וואו ווייט זייער אויסער די שולע מאכט גייט (און אזוי קויפט די סופרים קאורט צייט לאזנדיג די סירקוט קאורט זיך צו ערשט באפאסן מיט קלארע ליניעס פאר די שולעס און ערשט שפעטער וועט די סופרים קאורט דארפן גיבן די שטעמפל אדער עס אפווארפן)

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך מאי 05, 2021 3:33 pm

זייער ציענדיג!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 05, 2021 3:48 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:זייער ציענדיג!

יישר כח!

איך בין דאנקבאר פאר די פידבעק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”