א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג אפריל 04, 2021 11:59 pm

שכח אלעקסיי

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:44 am

הר גריזים האט געשריבן:שכח אלעקסיי

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 18421
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:52 am

יישר כח אלעקסיי דער דריטער
(כ'טרעט זעלטן אריין אין דעם אשכול, אבער יעצט האב איך מיך יא געוואלט שנעל אפדעיטן נאך יו"ט, און דיין ארבעט האט געמאכט דעם דזשאב!)
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4245
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:54 am

יש לו מנה האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:א גרויסע דאנק הכל הבל! עס איז הערליך באשריבען און געלייענט מיט הנאה.

די גוגל קעיס איז א לעבעדיגע קעיס, האלט אונז אינפארמירט.

יישר כח!

געווען אומזיכער צו עס וועט זיך שאפן כאטש איינער וועלכע וועט האבן געדולד עס צו ליינען

איך האב עס אויך דורכגעליינט, ס’איז היבש אינטערעסאנט

ש'כח הבל ג"א נהניתי מאוד מהגוגל קעיס.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4245
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:58 am

לכאורה האט געשריבן:יישר כח אלעקסיי דער דריטער
(כ'טרעט זעלטן אריין אין דעם אשכול, אבער יעצט האב איך מיך יא געוואלט שנעל אפדעיטן נאך יו"ט, און דיין ארבעט האט געמאכט דעם דזשאב!)

ש'כח אלעקסיי! נישט ווי כוירע..נאר אונז קומיר כסדר אריין דא טשעקן צו מע"כ אדער דער וואשינגטאן קריספי-דאנט האבן דעליווערט פרישע קאקאש.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אפריל 05, 2021 3:15 am

א דאנק אלעקסיי
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אפריל 05, 2021 5:02 am

טענקס אלעקסיי!!!

איך בין נישט אזוי אקטיוו אין די נייעס און כ'האב יעצט צום ערשטע מאל זיך אנגעשטויסן דערינען (איינער האט עס דערמאנט אנדערשוואו) און עס איז פיינע נייעס (תרתי משמע)! סובסקרייבט צום אשכול.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 05, 2021 10:27 am

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך ויקרא






*

ווען גוגעל האט געשאפן איר ענדראיד אפארעיטינג סיסטעם האט זי געשריבן איר אייגענע פראגראמינג שפראך באזירט אויף דזשאווא וועלכע באלאנגט פאר א די אורעקעל פירמע נוצנדיג די זעלבע נעמען, ארגאנאזאציע, און פונקציעס ווי דזשאווא'ס אפליקאציע פראגראמינג אינטערפעיסעס (APIׂׂ)

ארעקעל וועלכע איז די אייגנטומער פון דזשאווא האט געקלאגט אין געריכט פאר קאפירייט פארלעצונג אבער א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער האט געשריבן אז API'ס פאלן נישט אונטער קאפירייט געזעצן ווייל ערלויבן פריוואטע פירמעס צו באזיצן עקסקלוסיוו רעכטן אויף פראגראמינג שפראך וואלט פארקריפלט אינאוואציע און מיטארבעט אין קעגנזאץ פון די ציהלן פאר וועלכע די קאפירייט געזעצן זענען אוועקגעשטעלט געווארן

די אפעלאט געריכט פאר די פעדעראלע סירקוט (וועלכע איז באשטימט צו באהאנדלען קאפירייט פראגן) האט אנידערגעשטימט די דיסטריקט געריכט אורטייל שרייבנדיג אז API'ס זענען יא קוואליפיצירט פאר קאפירייט אין אלגעמיין אבער אפן געלאזט א טיהר פאר גוגעל צו מאכן ארגומענטן פארוואס זייערע שריט זאל נישט האבן פארלעצט די קאפי רעכטן

גוגעל האט אבער אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלע האט זיך אנטזאגט פון עס אקצעפטירן

נו, מיט ווייניג חשק אבער נאך ווייניגער אויסוואלן האט גוגעל געמוזט נאכפאלגען די ארדער פון די אפעלאט געריכט צוריקצוגיין צום נידריגן געריכט און דארט פרובירן צו איבערצייגן פארוואס אין זייער ספעציפישע קעיס האבן זיי נישט פארלעצט די קאפי רעכטן צוליב די ערלויבטע באנוץ דאקטרינע (א געזעץ וועלכע מאכט אויסנאמען אויף קאפירייט געזעצן צו צו באלאנסירן רעכטן פון אינציאטארן און פובליק אינטערעסע צו האבן ברייטערע צוטריט צו פראדוקטן און סערוויסעס ווי צום ביישפיל מידיא באריכטן און נאך און די פראגע איז אויב נוצן יענעם'ס קאמפיוטער שפראך מין ציהל אהערצושטעלן א נייע קאמפיוטער פראגראם פאלט אונטער אט די קאטעגאריע)

גענוי ווי זייער מזל האט זיי געשפילט אינעם ערשטן פאל איז די דיסטריקט געריכט געווען ווידעראמאל סימאפטיש מיט גוגעל און זיי געגעבן רעכט אז זיי האבן נישט פארלעצט די רעכטן און אורעקעל האט עס אפעלירט צום אפעלאט געריכט

נאכן באטראכטן די ארגומענטן פון גוגעל האט די אפעלאט געריכט ווידעראמאל איבערגעדרייט די דיסטריקט געריכט אורטייל שרייבנדיג אז גוגעל האט ווירקליך פארלעצט די קאפי רעכטן

אצינד האט גוגעל ווידעראמאל פרובירט צו נעמען זייער קעיס צום סופרים קאורט און דאסמאל איז שוין די געריכט געווען גרייט דערפאר און האט אקצעפטירט די קעיס און מען ווארט צו זעהן אויב און ווי אזוי די העכסטע געריכט וועט באהאנדלען די צוויי פראגן

1) אויב קאפירייט באשיצונג דעקט סאפטוועיר אינטערפעיס (אינטערפעיס איז די שפראך/קאוד וועלכע ווערן גענוצט אין קאמפיוטער פראגראמען קאמיוניקאציע)

2) אם תמצי לומר אז עס דעקט איז די פראגע אויב די באנוץ פון סאפטוועיר אינטערפעיס אין די קאנטעקסט פון שאפן א נייע קאמפיוטער פראגראם ווערט פאררעכנט אלץ פארלעצונג

אין אנדערע ווערטער האט גוגעל צוויי וועגן ווי אזוי ארויסצוגיין מיט גאנצע ביינער ווען איינס וואלט געווען צו איבערצייגן גענוג ריכטער אז סאפטוועיר אינטערפעיס איז בכלל נישט באשוצט דורך קאפירייט געזעצן אדער כאטש דורך גיבן רעכט פארן דיסטריקט געריכט וועלכע האט געפונען אז די ספעציפישע אקט פון נוצן סאפטוועיר אינטערפעיס אין די קאנטעקסט פון שאפן א נייע קאמפיוטער פראגראם איז אויסגעהאלטן אפילו לויט די קאפירייט געזעצן

די מונדליכע אגומענטן זענען געווארן גראד נאך וואס די געריכט האט אנגעהויבן אפהאלטן ארגומענטן ווירטואל און האט דעריבער געגעבן ווייניגער געלעגנהייט פאר אויסטוישן צווישן די ריכטער זינט עס לויפט מער אויף א סיסטעמאטישן פארנעם ווען ריכטער שטעלן פראגן איינע נאך די צווייטע באזירט אויף סיניאריטעט און דאס האט געפירט אז טייל ריכטער האבן בארירט בלויז די ערשטע פראגע און אנדערע בלויז די צווייטע מאכנדיג אוממעגליך צו אנאליזירן וואו איטליכע ריכטער שטייט אויף ביידע פראגן און דאס באדייט אז מען קען נישט קלאר שאצן ווי אזוי גוגעל וועט ארויסגיין פון דא

די ארגומענט האט זיך אנגעהויבן מיט די פרעזענטאציע פון טאם גאלדשטיין וועלכע האט רעפרעזענטירט גוגעל געזאגט אז קאפירייט באשוצט בלויז די וועג און אויסדרוק וועלכע אינציאטארן נוצן ביים ערצייגן זייערע פראדוקטן אבער לאזט פריי פאר אנדערע צו קאפירן די געדאנק דערונטער איינגעהילט אין א צווייטע שלייער
ער האט אנגעצייגט אויף די מערדזשער דאקטרינע וועלכע זאגט אז אין פאל וואס בלויז איין ספעציפישע גרופע פון ווערטער (צום ביישפיל א קאמפיוטער קאוד פראגראם) קען ברענגן די ערפינדער צום ציהל איז נישטא קיין קאפירייט געזעצן זינט מען קען נישט הייסן די קאנקורענטן אויפקומען מיט אנדערע וועגן אהערצושטעלן עפעס ענליך

ער האט ארויסגעברענגט אז גוגעל האט נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג ביים אהערשטעלן איר ענדראיד
ווי נוצן די קאוד וועלכע איז באקאנט פאר דזשאווא דעוועלאפער

ראבערטס האט נישט געגליכן וואס ער האט געהערט זאגנדיג פאר גאלדשטיין אז די אורזאך פארוואס זיי האבן בלויז געקענט נוצן די עקזיסטירנדע דזשאווא קאוד אויף וואס צו בויען זייער אייגענע (נאכגעמאכטע) איז צוליב וואס די אנדערע פירמע האט עס געמאכט אויף אן אויסנאם סוקסעספולע וועג

יענע פירמע האט געהאט מערערע אויסוואלן ביים אהערשטעלן איר קאוד און האט עס באוויזן צו ערצייגן אזוי געלונגען אז פראגראמירער האבן עס שטארק געגליכן און עס איז נישט קיין אויסרייד פארוואס זיי צו באשטראפן דערפאר

ראבערטס האט אויסגעפירט אז צוברעכן א פייער קאסע איז די איינציגסטע וועג ארויסצובאקומען די געלט אסבערא דאס באדייט נישט אז דו מעגסט עס טוהן און אויב דו האבט נישט קיין צווייטע וועג צו באקומען די קאוד דאן בלייבט דיין אפציע צו פרובירן באקומען א לייסענס דערפאר

טאמאס האט מיטגעטיילט די ראבערטס סקעפטיציזם און געפרעגט ווען גענוי גאלדשטיין וויל זעהן די מערדזשער דאקטרינע חל זיין אין אזא קעיס
איז עס גראד נאך וואס די אנדערע פירמע איז ארויסגעקומען דערמיט (וואס דאן איז עס נאכנישט געווען אזוי פאפולער און מעגליך אז עס וואלט נישט געהייסן די איינציגסטע וועג מיט וועלכע פראגראמירער וואלטן קאאפערירט) אדער ערשט ווען גוגעל באשליסט צו נצן די זעלבע קאוד?

קעיגען און גארסוטש האבן זיך אויך צוגעשטעלט צו די ארגומענט זאגנדיג אז געוויס וואלט געווען א צווייטע צוגאנג אויפצוקומען מיט א קאוד וועלכע איז אייניג ווירקזאם ווי די ארגינעלע

גארסוטש האט אויך געפרעגט די "פארוואס קענסטו נישט זיין אזא מצוין ווי דיין אינגערע ברודער" פראגע אנצייגנדיג אז עפל און מיקראסאפט זענען פאקטיש אויפגעקומען מיט גוטע טעלעפאנען וועלכע ארבעט זייער גוט אן דארפן רויבן עימיצן אייגנטום

גאלדשטיין האט דערויף געענטפערט אז די צוויי פירמעס נוצן גאר א צווייטע סארט שפראך צוגלייכן גוגעל צו זיי איז ווי צו זאגן אז דו קענסט נישט קוואלאפיצירן פאר די מעדזשער דאקטרינע אויף די ענגלישע שפראך זינט א צווייטער האט באוויזן אויפצוקומען מיט עפעס פאסיג אויף די פראנצויזישע שפראך

יושע ראזנקראנץ האט פארטרעטן ארעקעל און ברייער האט אים געצימבלט מיט א ביישפיל פון די היינט באקאנטע קיבאורד וועלכע מען האט גענוצט אויף טייפרייטערס

אין די צייט וואס מען האט יענץ ערפונדן וואלסטו געקענט מאכן אן ארגומענט אז מען קען אויפקומען מיט 1000 אנדערע וועגן אהערצושטעלן אן ענליכע געדאנק אבער אויב וואלט מען היינט געגעבן פאר יענע ערפונדער קאפי רעכטן אדער פאר סוויטש באורד אויף די פארצייטישע טעלעפאן סיסטעמען וואלטן זיי קאנטראלירט אלע טייפרייטערס מאנאפולירט די אלטוועלטליכע טעלעפאן סיסטעם זינט אלע סיסטעמען ארום די וועלט האבן באקוועם געמאכט מיט יענע אויסשטעל און דאס איז נישט עפעס וואס מען קען גיבן קאפי רעכטן

קעיגען האט אויך געמאכט די זעלבע ענליכע ארגומענטן נוצנדיג א ביישפיל פון א קלייט וועלכע קומט אויף מיט א גאר סאפיסטיקירטע ארגאנאזירונג סיסטעם פון קאטעגאריזירן פרוכט, פלייש, ברויט און אזוי ווייטער און באזונדערע קאטעגאריעס און סוב קאטערגאריעס וועלכע טוען שטארק פארלייכטערן פאר אירע קונדן און קעיגען האט געפרעגט פון ראזנקראנץ אויב אירע קאנקורענטן וועלן נישט עס נישט מעגן נאכמאכן אויף זייער אייגענע וועג

קעיגען האט זיך דאן גענומען צו מאלקאלם סטוארט וועלכע האט פארטרעטן דעם סאליסיטאר דזשענעראל און געשטיצט די אנקלאגע אקעגן גוגעל און קאנצעטרירט אירע פראגן מער אויף די צווייטע הויפט אישו אין די קעיס דהיינו, אז אפילו אויב די קאודס זענען באשוצט אונטער קאפירייט צו קען גוגעל טענה'ן אז אין אזא פאל וואלט די קאפירייט געזעץ ערלויבט צו נוצן די קאודס זינט מען האט עס ארומגעטוישט די פאפיר אין וואס זי איז איינגעוויקלט

קעיגען האט געפרעגט אויב עימיצער זאל ערפונדן א נייע געלונגענע קיבאורד אויסשטעל אן א סעלפאון מאניופעקטשורער זאל עס נוצן פאר זייערע טעלעפאונס וועט עס זיין יושר'דיגע באנוץ?

סטוארט האט איינגעשטימט אז עס וואלט געווען אויסגעהאלטן און קעיגען האט געוואלט פארשטיין מיט וואס עס איז אנדערש ווי גוגעל'ס נוצן די דזשאווא אינטערפעיס קאוד אז פראגראמירער זאלן זיעך נישט מוזן לערנען א נייע סיסטעם פאר קאודינג פונקט ווי די סעלפאן פירמע האט גענוצט די נייעסטע סארט קיבאורד צו פארלייכטערן פאר מענטשן צו נוצן עפעס וואס זיי זענען געוואוניו און באקוועם

סאטאמאיאר האט געוואלט זאגן אז די ארגינעלע דזשאווא פראגראם איז געווען פאר היים קאמפיוטערס אין גוגעל'ס פראיעקט עס צו רעאינסטאלירן אין אירע ענדראיד'ס וועלכע איז א גאר צווייטע סארט אפאראט איז גענוג באדייטנדע טויש אבער סטוארט זיך נישט געלאזט זאגנדיג אז די קאוד טוט אפערירן אויף אקוראט די זעלבע וועג און פירט דורך די זעלבע פונקציעס אין ביידע

א באזונדערע דעבאטע האט זיך אנטוויקלט וועלכע איז אומשטאנד צו העלפן די ריכטער לויז ווערן פון די קעיס כאטש פאר נאך א שטיק צייט און דאס איז די געיעג אין וועלכע די פעדעראלע סירקוט קאורט האט ארויסגעטראסקעט די אורטייל פון די דיסטריקט קאורט אויף די צווייטע פראגע

די דיסטריקט קאורט האט געהאט געזעצט א דזשורי איבערצוקוקן באווייזן פון גוגלע וועלכע האבן לויט זיי געצייגט אז אפילו אונטער קאפי רעכט געזעצן זענען זייערע שריט געווען אויסגעהאלטן

ווי אויבנדערמאנט איז די דזשורי אינעם דיסטריקט געריכט געקומען צום אויספיר אז די באווייזן זענען גענוג שטארק אבער די סירקוט קאורט האט עס אפגעווארפן

טענה'ן טאמאס און גארסוטש און בעיקר איז עס אליטא וועלכע האט געהאמערט מיט דעם אז די קרייז געריכט האט פאקטיש נישט איבערגעקוקט די באווייזן וועלכע די דזשורי האט באהאנדלט און דאס איז אן אומגעווענליכע ערשיינונג

אליטא האט זיך געוואונדערט אויב איבערקוקן די באווייזן וועלכע די דזשורי האט געזעהן אין שטיצע פון גוגעל צו עס וואלט מעגליך געטוישט די שטעלונג פונעם סירקוט קאורט

גארסוטש האט עס ארויסגעזאגט מער אפן פרעגנדיג פארוואס די סירקוט קאורט האט נישט גענומען די סטאנדארט צוגאנג און הויך שפעקולירט צו מען זאל נישט איינפאך צוריקשיקן די קעיס צום סירקוט קאורט עס איבערצוקוקן ריכטיג

ראזנקראנץ האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז געריכטן זענען גוט אויסשטאפירט צו קענען זעלבסט אויסקלארן פאקטן און א קעיסעס איבער ווען עס איז ערלויבט צו קאפירן אונטער קאפי רעכט געזעצן מוז נישט אלץ ווערן דעצידירט דורך א דזשורי




נאכצוקומען א ביטע פון מטעמים האבן מיר היינט אן אפדעיט איבער די קעיס

די סופרים קאורט האט איצט אינדערפרי געאורטיילט אז גוגעל האט געמעגט נוצן די דאווא פראגראם אפילו אונטער די קאפי רייט געזעצן

די אורטייל איז אראפגעקומען 2-6 ווען ריכטער ברייער שרייבט די פאר די מאיאריטעט און טאמאס און אליטא זענען אין די מינאריטעט

ריכטערין בערעט איז האט נישט אנטייל גענומען אין די קעיס

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אפריל 05, 2021 10:42 am

יישר כח אלעקסיי פאר די פרישע קאקאש.
---

הרב הבל, האט די געריכט מסביר געווען פארוואס זיי האלטן אז גוגל האט עס געמעגט טוהן?

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך mmn » מאנטאג אפריל 05, 2021 1:46 pm

ישר כח אלעקסיי דער דריטער

אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך mmn » מאנטאג אפריל 05, 2021 1:46 pm

הכל הבל ישר כח

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:09 pm

הבל שכח פאר די דעטאלירטער באריכט אויף די גוגל / ארעקל קעיס.

די פראגן פון די ריכטער גיבט אסאך צו צי פארשטיין די דעטאלן פון אזא קעיס!
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:35 pm

א דאנק הרב הכל הבל!!!! גרעיטלי עפרישיעטאד.
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » מאנטאג אפריל 05, 2021 2:39 pm

מטעמים האט געשריבן:א דאנק הרב הכל הבל!!!! גרעיטלי עפרישיעטאד.

גא"מ
זייער אינטרעסאנט

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:01 pm

מיטוואך שמיני

פרעזידענט ביידען האט ענדע פארלאפענע וואך אנולירט די סאנקציעס קעגן די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט. די סאנקציעס זענען ארויפגעשטעלט געווארן דורך די טראמפ אדמיניסטראציע אין רעאקציע צו אן אויספארשונג וואס די געריכט האט אונטערגענומען קעגן מדנ"י - די שריט צו אנולירן די שטראפן איז געווארן געמאלדן פאר מדנ"י באאמטע פון פאראויס.
* * * *
פרעזידענט ביידען איז ערווארטערט מארגן צו אונטערשרייבן זעקס עקזעקיוטיווע ארדערס אין באצוג צו די לעצטיגע מאסן שיסערייען איבערן לאנד.
* * * *
דער פרעזידענט איז ערווארטערט צו נאמינירן דעיוויד טשיפמאן אלס דירעקטאר פון די פעדעראלע "ביורא אוו אלקאהאל, טאבאקאו, ענד פייערארמס" -עי.טי.עף. - טשיפמאן ווערט געזעהן אלס א פראמינענטע פרא גאן-קאנטראל אקטיוויסט.
* * * *
היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר מעיארקעס זאגט היינט אז טראץ וואס דער פרעזידענט האט אנולירט זיין פארגייערס עמערזשענסי דעקלעראציע פאר'ן דרום גרעניץ, איז אבער נאך פארהאן פלאץ אויף צו קענען רענאווירן געוויסע טיילן פון די גרעניץ וואנט אדער פארשטאפן טייל לעכער.
* * * *
אין רעאקציע צו די א.ד. ווערטער פון די היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר, זאגט קאנגרעספרוי אומאר "עס איז שאנדפול און אנעקסעפטעבע"ל פארן פרעזידענט צו אנהאלטן די בוי ארבעט ביי טראמפ'ס ראסיסטישע וואנט".
* * * *
פארטיידיגונג סעקרעטאר לויד אוסטין איז ערווארטערט קומענדיגע וואך צו אפרייזן קיין מדנ"י וואו ער וועט זיך טרעפן מיט די ארטיגע פרעמיער מיניסטער, פארטיידיגונג מיניסטער, און אויסערן מיניסטער.
* * * *
אמעריקאנער מיליטער געמאלדן אז איין אפטיילונג פון די באקאנטע גואנטאנאמאו בעי טורמע איז געווארן פארשלאסן צוליב נאכגעלאזטקייט פון די געביידע. ארעסטאנטן פון "קעמפ 7" זענען אריבערגעפירט צו "קעמפ 5".
* * * *
די עיר פארס האט פריער אין וואך געוואלט אויספרובירן א ניי ערצייגטע הייפערסאניק מיסיל, אבער די טעסט איז דורכגעפאלן ווען די מיסיל האט פארפעלט זיך צו לאזן ווערן ארויסגעשאסן פונעם פליגער.
* * * *
א קאאליציע פון אקטיוויסטן גרופעס האבן אפגעשיקט א בריוו צום פרעזידענט ווי זיי רופן אז דער פרעזידענט זאל זיך האלטן צו די מאי 1 טויט-ליניע אוועקגעשטעלט דורך זיין פארגייער אז אמעריקאנער זעלנער זאלן זיך געפינען אינדרויסן פון אפגאניסטאן.
* * * *
מיטגלידער ביי די נעכטיגע זיצונגען אין וויען -איבער דאס צוריקקער פון איראן און אמעריקא צום נוקלעארע אפמאך- האבן באצייכענט די ערשטע געשפרעכן אלס קאנסטרוקטיוו און א מעגליכע שפרינג ברעט אויף וואס מ'קען ווייטער בויען.
* * * *
די עס.בי.עי. אגענטור -וואס פארפיגכט אויף די פי.פי.פי. הלוואות- ווארענט אז די געלטער וועלן שוין זיין פארנוצט נאך די מאנאט, טראץ וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט א פארלענגערונג צו זיין בארעכטיגט דערפאר אויף ביז מאי 31.
* * * *
געוועזענע וויצע פרעזידענט מיק פענס היינט אוועקגעשטעלט די נייע "פאראויס שטופן אמעריקאנע פרייהייטן" ארגאניזאציע. די ציל איז צו "פאראויסשטופן טראדציאנאלע קאנסערוואטיווע ווירדן, פאראויסשטופן די סוקסעפולע פאליסיס פון די טראמפ אדמיניסטראציע, און זיך קעגן שטעלן דאס אויסברייטערן די רעגירונג אונטער די ביידען אדמיניסטראציע"
* * * *
אין אנדערע נייעס האט פענס געשלאסן א אפמאך אויף צוויי ביכער וואס וועלן ערשיינען אין די קומענדיגע יארן - די ערשטע וועט זיין א באשרייבונג איבער זיינע פיר יאר אונטער טראמפ, די צווייטע וועט זיין געווידמעט מער איבער זיין פערזענליכע לעבן.
* * * *
די "קאנסיומער פיינענשען פראטעקשאן ביורא" -סי.עף.פי.בי.- באטראכט א רעגולאציע וואס וועט פארבאטן פארקלאוזשערס אויף פריימערי רעזידענשאל הייזער ביז נאך ענדע למספרם יאר.
* * * *
די אינטערנאציאנאלע מאנעטערי פאנד -איי.עם.עף.- שאצט אזי די אפעקטן פון די סטימולעס ביל דורכגעפירט פאריגע מאנאט וועט טרייבן אמעריקא צו איר גרעסטע יערליכע עקאנאמישע וואוקס זינט 1984.
* * * *
ניו מעקסיקא גאווערנאר פרוי גרישהעם האט אונטערגעשריבן א געזעץ צו עלימינירן די טרויעריג באקאנטע "קוואליפייד אימיוניטי" וואס טוט מער-ווייניגער באשוצן רעגירונג איינגעשטעלטע פון לאוסוטס איבער ציווילע רעכטן פארלעצונגען.
ניו מעקסיקאו איז מיט דעם געווארן די דריטע סטעיט צו נעמען די ליניע, נאכפאלגענדיג קאלאראדאו און קאנעטיקוט.
* * * *
א נעיווי מאטראז האט געשאסן און פארוואנדעט צוויי קאלעגע מאטראזן אין מערילענד, ער איז שפעטער דערשאסן געווארן דורך פאליציי נאכ'ן צופארן צום פארט דעטריק מיליטערישע באזע אין די געגענט.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מוצ"ש אפריל 10, 2021 9:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 14611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:20 pm

טענקיו טענקיו!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6549
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:26 pm

א גרויסן דאנק הרב אלעקסיי!!
זיך באלעקט (מ'פירט זיך צו עסן מילכיג היינט, סאו נישט געווען א פראבלעם מיטן קאווע...).

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 11:10 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:טענקיו טענקיו!
וואס טוט זיך האט געשריבן:א גרויסן דאנק הרב אלעקסיי!!
זיך באלעקט (מ'פירט זיך צו עסן מילכיג היינט, סאו נישט געווען א פראבלעם מיטן קאווע...).

יישר כח פאר די פידבעק! יעדעס ביסל מאכט אויס.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 11:14 pm

דאנערשטאג שמיני

ערשטמאליגע קלעימס פאר אנעמפלוימענט בענעפיטן איז פאריגע וואך אריינגעקומען ביי 744,000 - ארויף פון די 684,000 א וואך פריער.
* * * *
דורכאויס א רעדע איבער פרישע גאן קאנטראל שריט אונטערגענומען דורך דער פרעזידענט, האט ער באצייכענט די סיטואציע אין אמעריקא אלס אן "עפידעמיע און אינטערנאציאנאלע שאנדע". אויך זאגט דער פרעידענט אז קיין איינע פון זיינע ארדערס טוען אוועקנעמען די צווייעט אמענדמענט רעכטן פון אמעריקאנע.
* * * *
פרעזידענט ביידען היינט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיטן קעניג אבדוללאה דער צווייטער פון ירדן, אנטראגענדיג "פולקאמע אמעריקאנע שטיצע פאר ירדן".
* * * *
די ביידען אדמיניסטראציע איז ערווארטערט מארגן צו אינפארמירן קאנגרעס איבער זייער בודזשעט פארשלאג פאר די קומענדיגע פיסקעל יאר.
* * * *
אין זיין ערשטע טאג אין אפיס האט דער פרעזידענט אונטערגעשריבן א באפעל צו פאראייניגן קינדער וואס זענען געווארן אפגעטיילט פון זייערע עלטערן דורכאויס די טראמפ יארן.
היינט זאגט די זשוסטיס דעפארטמענט אז 445 עלטערן זענען נאכנישט געווארן געפינען. אויך זאגט א היימלאנד זיכערהייט באאמטע אז די דעפארטמענט האט געפונען פרישע 5,600 פיילס איבער קינדער וואס זענען מעגליך געווארן אפגעטיילט.
* * * *
אדמיניסטראציע ערווארטערט מארגן צו מעלדן א באשלוס איבער די דאקאוטע עקסעס פייפליין, נאך וואס א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אין יאנואר אז די רעגירונג האט נישט גענוג אין באטראכט גענומען ענווייראמענטאלע זארגן ביים ארויסגעבן די פערמיט דערפאר מיט עטליכע יאר צוריק.
* * * *
פארטידיגונג סעקרעטאר לויד אוסטין וועט קומענדיגע וואך באזוכ אין מדנ"י, דייטשלאנד, בעלגיע (נאטא הויפטקווארטיר), און ענגלאנד.
* * * *
פענטאגאן באאמטע באטראכטן די מעגליכקייט פון שיקן פרישע שיפן און זעלנער צום שווארצן ים וואס גרעניצט זיך מיט אוקריינא, אין א צייכן פון שטיצע פאר אוקריינא אין די צייט וואס רוסלאנד פירט אן מיט העפטיגע אקטיוויטעטן אינעם רוסישע-אוקריינא גרעניץ ראיאן.
* * * *
קאממערס דעפארטמענט געמאלדן סאנקציעס קעגן זיבן כינעזער סופער-קאמפיוטער גרופעס, און זיי באצייכענט אלס נעגליכע נאציאנאלע זיכערהייט געפאר.
* * * *
סי.די.סי. דערקלערט ראסיזם אלס א "ערנסטע פובליק געזונטהייט געפאר", זאגענדי אז די הונדערטער יארן פון ראסיזם אין אמעריקא האט געהאט א גאר שווערע און נעגאטיווע ווירקונג אויף מינארטיעטן געמיינדעס.
* * * *
סענאטארן גערי פיטערס (געמ.-מישיגען) און ראב פארטמאן (רעפ.-אהייאו) זאגן אז א באריכט פון די עי.פי. נייעס אגענטור, איבער די סאולערווידס העקינג אטאקע, ברענגט אויף די מעגליכקייט אז טייל פעדעראלע אגענטורן האבן נישט פולשטענדיג אינפארמירט קאנגרעס איבער ווי ווייט זיי זענען באטראפן געווארן דערפון.
* * * *
זינט אנהויב פון די יעצטיגע קאלענדאר יאר האט די "קאסטומס און גרעניץ פאטראל" אגענטור פארכאפט העכער 20 מיליאן פאלשע מאסקעס ביים פרובירן אריינקומען אין לאנד.
* * * *
אין אן ארטיקל פארעפענטליכט אין די וואשינגטאן פאסוט, שרייבט סענאטאר זשאו מענשין -וואס ווערט באטראכט אלס די וויכטיגסטע שטימע אינעם סענאט- אז אונטער סיי וועלכע אומשטענדן וועט ער נישט איינגיין צו עלימינירן אדער אפשוואכן די פיליבאסטער פראצעדור.
* * * *
פרישע ציפערן צייגן אז די אדמיניסטראציע גיבט אויס אמווייניגסטענס זעכציג מיליאן דאללער יעדע וואך אויף זיך צו באפאסן מיט די ארום זעכצן טויזענט מידעריעריגע וואס געפינען זיך אונטער פעדעראלע אויפזיכט נאכ'ן אריבערקומען די גרעניץ אנע עלטערן.
* * * *
קאנגרעס ספיקער פעלאוסי שאצט פאר אז די אינפראסטרוקשור פעקעזש וועט ווארשיינליך ווערן צוטיילט אויף צוויי, און אז זי קוקט נאך ארויס אויף בייפארטיזען שטיצע פאר די פיזישע אינפראסטרוקשור טייל דערפון.
* * * *
טראץ וואס פריער אין יאר האט די סופרים קאורט ארויסגעווארפן עטליכע קלאגעס איבער די וואלן און טוישונגען איינגעשטעלט דורך סטעיט באאמטע, טוען אבער אנאליסטן צייגן אן אז די קאנסערוואטיווע ריכטער אויפן געריכט בעטן זיך -כמעט אפן און גראב- פאר א פרישע געלעגענהייט צו קענען אורטיילן אויף די פראגן.
זיי צייגן אן אויף קאמענטארן דורך ריכטער טאמאס, אליטא, און גארסוטש וואס האבן ארומגערעדט איבער טוישונגען איינגעשטעלט דורך סטעיט באאמטע, מעגליכע ערשטע אמענדמענט פארלעצונגען דורך טוויטער, און פראגן ארום די סעקשאן 230.
* * * *
אן אנאליז דורך בלומבערג שאצט פאר אז די רייכסטע ניו יארקער איינוואוינער וועלן זיך טרעפן מיט א מארזשינעל שטייער ראטע פון 51.8 פערצענט, נאכפאלגענדיג די לעצטערע שטייער העכערונג אין די סטעיט בודזשעט.
* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרייטאג מארטש 26, 2021 12:44 am
די קאר פראדוצירער "פארד מאטאר" האט געמאלדן אז זי וועט אפשטעלן פראדוקציע אויף די גאר פאפולער און גוט-גייענדע עף.-150 פיקאפ טראק ביי איר פלענט אין מישיגען צוליב א גלאבאלע מאנגל אין די וויכטיגע סעמי-קאנדוקטאר טשיפס.

היינט האט זשי.עם. געמאלדן אז זי וועט אפשטעלן פראדוקציע ביי טייל פון אירע פאבריקן צוליב א גלאבאלע מאנגל אין וויכטיגע טשיפס.
* * * *
אויספארשער ביי די אפיס פון מאנהעטן די.עי. סיירוס וועינס האבן היינט פארכאפט, און אוועקגעפירט, הויפענס דאקומענטן פון פרוי ווייסעלבערג - ווייסעלבערג איז א געוועזענע שנור פון די "טשיף פיינענשעל אפיסער" ביי די טראמפ ארגענייזעישאן אללען ווייסעלבערג, און זי האט זיך אין די פארגאנגעהייט געגרויסט אז זי פארמאגט דאקומענטן איבער אינערליכע פינאציעלע אינפארמאציע פון די טראמפ ארגאניזאציע.
* * * *
פראטעסטירער האבן זיך היינט אריינגעבראכן אין די אייאווע סטעיט קעפיטאל געביידע צו ציגן זייער קעגנערשאפט צו א פארגעשלאגענע געזעץ וואס וועט צושטעלן מער לעגאלע שוץ פאר געזעץ אינפארסירונג באאמטע. איינער איז געווארן ארעסטירט דורך לאקאלע סטעיט פאליציי.
* * * *
אין רעאקציע צו עקזעקיוטיווע שריט גענומען דורכ'ן פרעזידענט צו אדרעסירן די ביקסן איבערן לאנד, האט טענעסי גאווערנאר ביל לי אונטערגעשריבן א געזעץ וואס ערלויבט קאנסטיטושאנע"ל קער"י -ד.ה. זיך דרייען אין עפענטליכע פלעצער מיט א ביקס אויך אן א ספעציעלע לייסענס- אין די סטעיט.
* * * *
פלארידא געמאלדן א לאוסוט קעגן די פעדעראלע רעגירונג איבער די פארבאט פאר קרוז שיפן צו קענען אפערירן.
* * * *
אין די פארמעסט פאר ניו יארק סיטי מעיאר, האט קאונסיל ספיקער קארי זשאנסאן באקומען די אינדארסירונג פון די "32 בי.זשעי." יוניאן - די יוניאן נעמט אריין ארום 85,000 מעינטענענס ארבעטער, טיר-מענטשן, זשעניטארס וכדו', און ווערט באטראכט אלס א שטארק געזוכטע שטעמפל אין די סיטי.
* * * *
פענסילוועניע באאמטע זענען איינגעגאנגען צו איבערקוקן וויילער רעקארדס און זיי פארגלייכן מיט די סאשעל סעקיוריטי דעטה אינדעקס -וואס האלט חשבון אויף סאשעל סעקיוריטי נומערן וואס זייערע אייגענטומער זענען באריכטעט געווארן אלס טויט- נאך וואס א גרופע באשולדיגט אז זי האט געפינען העכער צוואנציג טויזענט טויטע וואס זענען נאך רעגיסטרירט.

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 11:59 pm

ישר כח אלעקסיי א געשמאק צו ליינען

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4245
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » פרייטאג אפריל 09, 2021 1:26 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:טענקיו טענקיו!
וואס טוט זיך האט געשריבן:א גרויסן דאנק הרב אלעקסיי!!
זיך באלעקט (מ'פירט זיך צו עסן מילכיג היינט, סאו נישט געווען א פראבלעם מיטן קאווע...).

יישר כח פאר די פידבעק! יעדעס ביסל מאכט אויס.

קורץ און שארף! באלעקט די פינגערס!
אמר"ש, דיע מאנגל אין טשיפס קומט וועגן מ'ניצט יעצט אלע טשיפס פאר די וואקסינס? :wink:
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » פרייטאג אפריל 09, 2021 1:29 am

Kollel האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:טענקיו טענקיו!
וואס טוט זיך האט געשריבן:א גרויסן דאנק הרב אלעקסיי!!
זיך באלעקט (מ'פירט זיך צו עסן מילכיג היינט, סאו נישט געווען א פראבלעם מיטן קאווע...).

יישר כח פאר די פידבעק! יעדעס ביסל מאכט אויס.

קורץ און שארף! באלעקט די פינגערס!
אמר"ש, דיע מאנגל אין טשיפס קומט וועגן מ'ניצט יעצט אלע טשיפס פאר די וואקסינס? :wink:



די דריטע אלעקסיי איז סומטינג ספעישל
שטעל דיר פאר ער איז א בעל עגלה אוי וואלט עס גוט געווען זיינע רייזעס


די טשיפס האט מען אריינגעלייגט ווען מהאט געמאכט דיינע פילינגס ביים דענטיסט

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:06 am

אלעקסיי, איך בין זיך מחי׳ מיט דיינע תגובות, איך האב הנאה דערפון.

Smooth Read!!!
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אפריל 11, 2021 11:38 pm

זונטאג תז"מ

פרעזידענט ביידען האט פרייטאג ארויסגעשטעלט א 1.5 טריליאן דאללער בוזשעט פארלאג פאר 2022.
צווישן אנדערע טוט די פארשלאג צושטעלן א 1.2 ביליאן דאללער פארמערונג אין געלטער פאר די איי.אר.עס.
* * * *
דער ווייסע הויז דרום גרעניץ קאארדינעיטאר, פרוי זשעיקאבסאן, וועט איבערלאזן איר פאזיציע ענדע מאנאט.
* * * *
פרעזידענט ביידען וועט זיך מארגן טרעפן מיט געזעצגעבער פון ביידע פארטייען צו דיסקוסירן זיין מולטי-טריליאן דאללער אינפראסטרושור פלאן.
* * * *
ווייסע הויז צוריקגעשטעלט די "פריזאנער אוו וואר" פלעג העכער די ווייסע הויז רעזידענץ אפטיילונג.
* * * *
רעפובליקאנע סענאטארן ריש און מעקאול האבן אונטערגעומען א פארזוך צו בלאקירן 75 מיליאן דאללער אין עקאנאמישע הילף וואס די אדמיניסטראציע פלאנט צו שיקן פאר די פאלעסטינער.
* * * *
סענאטארן דרוקן אויס קריטיק קעגן עפפל פארן נישט וועלןא נטייל נעמען ביי א קאמיטע פארהער -שפעטער אין מאנאט- איבער פארשידענע אישוס ארום די עפפ סטאר.
* * * *
רעפובליקאנע קאנגרעסמאן דען קרענשאו פון טעקסאס געמאלדן אז ער וועט דורכגיין אן עמערזשענסי פראצעדור אויף איינע פון זיינע אויגן.
קרענשאו איז א וועטעראן פון אפגאניסטאן וועלכע האט פארלוירן די ראי' אין איין אויג און געווארן שווער פארוואונדעט אויף די צווייטע, און וועט יעצט דורכגיין אן אפעראציע צו ראטעווען די ראי'.
* * * *
א פארזוך פון עמעזאן ארבעטער צו פארמירן א יוניאן איז דורכגעפאלן ווען א מערהייט פון די וויילער האבן געשטימט דערקעגן.
די יוניאן וואס האט אנגעפירט די פארזוך פארשפרעכט ווייטער צו קעמפן - ווייסע הויז ווארטזאגער פרוי סאקי זאגט אז דער פרעזידענט וועט ווארטן פאר די ען.על.אר.בי. צו מעלדן אפיציעלע רעזולטאטן איידער ער גיט ארויס א סטעיטמענט דערוועגן.
* * * *
אמווייניגסטענס איינער איז אומגעקומען פון א וועטער סיסטעם וואס האט זיך אראפגעלאזט אויף די דרום שטאטן.
טויזענטער אין פלארידא, מיסיסיפי, ארקענסאו, טעקסאס, און לואיזיאנע זענען געבליבן אן קיין עלעקטריק קראפט.
* * * *
פאליציי אין קאליפארניע האבן דערקלערט א "ווייט לייווס מעטטער" ראלי אלס אן אומלעגאלער צוזאמקום, נאך וואס די געמיטער זענען געווארן אנגעצויגן ווען קאנטער-פראטעסטירער האבן געשריגן "נאציס גייטס אהיים".
לאקאלע פאליציי האבן ארעסטירט דריי קאנטער פראטעסטירער.
* * * *
א באריכט איבער שטעט וואס האבן אויפעגבליעט דורכאויס, אדער גאר אין רעזולטאט פון, די קאראנע עפאכע, צייגט אז די פינף שטערקסטע זשאב-מארקעט שטעט זענען: סאלט לעיק סיטי (יוטא), אוסטין, דענווער, אינדיאנאפאליס, וואשינגטאן די.סי.
די חשבון נעמט אריין אנעמפלוימענט ראטעס, געהאלט העכערונגען, און די ארבעטסקראפט.
* * * *
ווירזזשיניע גאווערנאר פארארדענט די סטעיט פאליציי צו עפענען אן אויספארשונג איבער אן אינצידענט אין וואספאליציי אפיצירן האבן גענוצט פעפפער ספרעי און ארויסגעצויגן זייערע ביקסן ביי א טראפיק אפשטעל אויף א שווארצע היספאנישע ארמיי אפיציר.
ליוטענאנט נאזאריאו האט פריער געמאלדן אז ער געט אריין א פעדעראלע לאוסוט קעגן די צוויי פאליציי אפיצירן פארמישט אין די אינצידענט. ער באשולדיגט אז זיי האבן פארלעצט זיינע פערדע אממענדמענט רעכטן, און פארלאנגט א מיליאן דאללער אין פארגיטיגונג געלטער.
* * * *
געזעצגעבער אין מערילענד האבן באשטעטיגט א פאליציי רעפארם געזעץ וואס טוט צוריקדרייען די "פאליס ביל אוו רייטס" - דאס איז געקומען נאך וואס געזעצגעבער האבן סוקסעספול באוויזן צו איבערדרייען די וועטאו פונעם גאווערנאר.
* * * *
געוועזענע אטוירני זשענעראל רעמזעי קלארק איז געשטארבן ענדע וואך אין עלטער פון 93 יאר.
קלארק האט סערווירט אלס אטוירני זשענעראל אין די יאר 1967-1969 אונטער פרעזידעט לינדאן זשאנסאן. נאכ'ן פארלאזן זיין רעגירונגס אמט איז ער געווארן אן אויסגעשפראכענע סיוויל רייטס אקטיוויסט, און געעפענט זיין אייגענע אדוואקאטן פירמע וואו ער האט צווישן אנדער פארטרען: געוועזענע נאצי וועכטער און מערדער, מענטשן רעכט פארלעצער און מאסן מערדער [א שטייגער ווי סאדאם חוסעין, עליזאפאן טאקירוטמאנא/, טשארלס טעילאר, ראדאוואן קארדזיש].
אויך איז ער געווארן א גאר אויסגעשפראכענע אקטיוויסט קעגן אמעריקא'ס אויסערן פאליסי און איר מיליטערישע באנוץ סיי וואו איבער די וועלט.

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4245
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » זונטאג אפריל 11, 2021 11:55 pm

אההההה, טענקס!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 2 געסט