נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אריין און ארויס
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: נייע קאורט האוז פאר טאון אף פאלם טרי

תגובהדורך אריין און ארויס » זונטאג יוני 13, 2021 12:52 pm

איש חמודות האט געשריבן:
שמאלציג האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וואספארא אקטיוויטי מ'קען ערווארטן ארום דעם נייעם קאורט האוז?
ווער גייט דארט קומען? אידען? גוים?
אויב גייען קומען גוים וואס באקומען פארקינג טיקעטס אויפ'ן סעווענטין מיינט דאס אז מ'קען ערווארטן א שיינע צאל גוים און גויטע'ס אין די סאמע סענטער פון דעם הייליג'ן רבינ'ס ריינעם אפגעהיטענעם שטעטל, און די וויסיניטי פון די צוויי גרעסטע שאפינג סענעטער און די צוויי גרעסטע תלמוד תורה'ס ?
(שווער צו גלייבן אזא זאך, ווייל אויב יא איז די גאנצע האראוואניע פון 40 יאר גארנישט ווערט)
ווי גייט מען פארקן? ביזנעס סענטער? תלמוד תורה? סוער פלענט?

אז ס'איז שווער צו גלייבן גלייב טאקע נישט, און ממילא איז דיין הארבע קשיא מעיקרא שוין נישט שווער.

איך מיין עס וועט זיין פונקט ווי די תפיסה וואס איז געבויעט געווארן ביי קרן ויואל משה עס וועט אויך ווערן א זאל

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

קרית יואל באחדות

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג יוני 13, 2021 12:58 pm

אין די חרדישע ברוקלין געגענטער, קומט פאר א מאסיווער קאמפיין, געפירט הויפטזעכנטליך דורך אזאנע 'עמך עסקנים', דאס הייסט די וואס זענען עסקנים, זיי טוען און טוען אויף, און אין די זעלבע צייט זענען זיי נאנט מיטן 'קליינעם מענטש',. דאס הייסט מען קען יענעם געבן א פריינטליכן קלאפ אין קאווע שטיבל, און ווען מען זאגט עפעס קעגן זיין עסקנישע מיינונג, זאגט ער אדרבה, לאמיר דאס דורכשמועסן, ביינאזאם.

דער 'קליינער מענטש' איז דער דע פאקטא שטימער און אנטשיידער אין וואלן, ווייל זיין שטימע ווערט אינדווידועל געציילט. יעדער פאר זיך קען באשלוסן וואס ס'איז אין די בעסטע אינטערעסן פאר זיין שטאט, און דאס וועט אפשפיגלען דער פאליטישער קלימאט פון אלבאני ביז גאושען, ביז וואשינגטאן און אלעס אינדערצווישן.

אלזא, 'קרית יואל באחדות', גייט ארויס שטימען, דער קריטיקירער, דער אנאליזירער, דער אלץווייסער, דער קאווע טרונקער, דער ביזנעסמאן, און דער יעניגער, אלעס גייט שטימען, אלעס שטימט, און יעדער איז אינוואלווד אין די פאליטישע פראסעס.

#קרית יואל באחדות.

אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך no way » זונטאג יוני 13, 2021 1:07 pm

א טישטעך גמח און קרית יואל ???
(נישט מרבה שמחה)
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך אונגארישער » זונטאג יוני 13, 2021 1:11 pm

no way האט געשריבן:א טישטעך גמח און קרית יואל ???
(נישט מרבה שמחה)


זילבערשטיין 5 לייפניק
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך no way » זונטאג יוני 13, 2021 1:13 pm

אונגארישער האט געשריבן:
no way האט געשריבן:א טישטעך גמח און קרית יואל ???
(נישט מרבה שמחה)


זילבערשטיין 5 לייפניק

נומבער ביטע?
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » זונטאג יוני 13, 2021 1:16 pm

איך ווייס נישט וואס די גאנצע העץ דא איז

עס האט זיך ס"ה אנגעהויבן ווען איינער האט גע'דמיונ'ט אז דער 17 איז א חלק פון ק"י

למעשה איז עס נישט אזוי

נעקסט
דריי זאכן ענדיגן זיך קיינמאל נישט:
- קאקאש קעיק מיט מילך
- די שטערצל מיט די טאפ
- א טובה פאר א בנש"ק

so now what
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך so now what » זונטאג יוני 13, 2021 1:29 pm

no way האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:
no way האט געשריבן:א טישטעך גמח און קרית יואל ???
(נישט מרבה שמחה)


זילבערשטיין 5 לייפניק

נומבער ביטע?

845-782-8952

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג יוני 13, 2021 1:31 pm

דראמאטישער בילד פון העכסטן שטאק פון דעם בנין הגדול וואס ווערט געבויעט אויף די חברון גאס, און וועט דינען אלץ צענטער לתורה ולתפלה פאר די הונדערטער תושבי השכונה.

דער בנין זעלבסט איז א הויעכשטאקיגער, און ווערט געבויעט אויף א הויכן בארג, אזוי אז ס'שאפט זיך דער פאנאראמישער בילד.
צוגעלייגטע
Kxwrp6_wide_m.jpg
Kxwrp6_wide_m.jpg (195.67 KiB) געזעהן 1432 מאל

yesyes
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 1:57 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך yesyes » זונטאג יוני 13, 2021 2:25 pm

אהער און אהין האט געשריבן:דראמאטישער בילד פון העכסטן שטאק פון דעם בנין הגדול וואס ווערט געבויעט אויף די חברון גאס, און וועט דינען אלץ צענטער לתורה ולתפלה פאר די הונדערטער תושבי השכונה.

דער בנין זעלבסט איז א הויעכשטאקיגער, און ווערט געבויעט אויף א הויכן בארג, אזוי אז ס'שאפט זיך דער פאנאראמישער בילד.

It's a nice view

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג יוני 13, 2021 4:05 pm

אלכסנדר ראפאפארט זאגט היינט אויף קול מבשר, אז ס'איז פובליק אינפארמאציע איבער יעדער אינדווידועל, צו ער האט געשטימט אדער נישט.

ווי פארשטענדליך איז פאר וועם מען האט געשטימט א געהיימניס, אין א דעמאקראטישע מדינה. מען קען בלויז זעהן צו ראובן אהראנאוויטש האט טיילגענומען אין דעם פאליטישן פראסעס.

#קרית יואל באחדות

אוועטאר
Borrower
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך Borrower » זונטאג יוני 13, 2021 4:16 pm

אהער און אהין האט געשריבן:דראמאטישער בילד פון העכסטן שטאק פון דעם בנין הגדול וואס ווערט געבויעט אויף די חברון גאס, און וועט דינען אלץ צענטער לתורה ולתפלה פאר די הונדערטער תושבי השכונה.

דער בנין זעלבסט איז א הויעכשטאקיגער, און ווערט געבויעט אויף א הויכן בארג, אזוי אז ס'שאפט זיך דער פאנאראמישער בילד.

זייער שיין - וועט מען צולאזן א מנין אויפן דאך מיינסטע ?

אוועטאר
פופציגער
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך פופציגער » זונטאג יוני 13, 2021 4:17 pm

Borrower האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:דראמאטישער בילד פון העכסטן שטאק פון דעם בנין הגדול וואס ווערט געבויעט אויף די חברון גאס, און וועט דינען אלץ צענטער לתורה ולתפלה פאר די הונדערטער תושבי השכונה.

דער בנין זעלבסט איז א הויעכשטאקיגער, און ווערט געבויעט אויף א הויכן בארג, אזוי אז ס'שאפט זיך דער פאנאראמישער בילד.

זייער שיין - וועט מען צולאזן א מנין אויפן דאך מיינסטע ?

ווענציך אויב דער פארקינג לאט וועט זיין ליידיג
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג יוני 13, 2021 4:27 pm

Borrower האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:דראמאטישער בילד פון העכסטן שטאק פון דעם בנין הגדול וואס ווערט געבויעט אויף די חברון גאס, און וועט דינען אלץ צענטער לתורה ולתפלה פאר די הונדערטער תושבי השכונה.

דער בנין זעלבסט איז א הויעכשטאקיגער, און ווערט געבויעט אויף א הויכן בארג, אזוי אז ס'שאפט זיך דער פאנאראמישער בילד.

זייער שיין - וועט מען צולאזן א מנין אויפן דאך מיינסטע ?

וואלט כדאי געווען צו אויפארבעטן דעם דאך, קאן זיין א געאייגנט פלאץ פאר פילאנטראפישע באנקעטן, אין בענעפיט פון די קהלה קדושה ומוסדות הקדושים.

וואס אמאל זיכער, אז דער בנין וועט ווירבלען אלץ צענטער פאר תורה ותפלה, פאר די אומגעגנט.

פרישע קוגל
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך פרישע קוגל » זונטאג יוני 13, 2021 4:28 pm

אהער און אהין האט געשריבן:וואלט כדאי געווען צו אויפארבעטן דעם דאך, קאן זיין א געאייגנט פלאץ פאר פילאנטראפישע באנקעטן, אין בענעפיט פון די קהלה קדושה ומוסדות הקדושים.

וואס אמאל זיכער, אז דער בנין וועט ווירבלען אלץ צענטער פאר תורה ותפלה, פאר די אומגעגנט.

גייטעך זיין די ישיבה אויף די העכערע שטאקן
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט גילו, איך שעם מיך נאר מיט מיין ניק נאמען.

אוועטאר
Borrower
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך Borrower » זונטאג יוני 13, 2021 4:32 pm

פופציגער האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:דראמאטישער בילד פון העכסטן שטאק פון דעם בנין הגדול וואס ווערט געבויעט אויף די חברון גאס, און וועט דינען אלץ צענטער לתורה ולתפלה פאר די הונדערטער תושבי השכונה.

דער בנין זעלבסט איז א הויעכשטאקיגער, און ווערט געבויעט אויף א הויכן בארג, אזוי אז ס'שאפט זיך דער פאנאראמישער בילד.

זייער שיין - וועט מען צולאזן א מנין אויפן דאך מיינסטע ?

ווענציך אויב דער פארקינג לאט וועט זיין ליידיג

פארקינג איז די פלאנירונג בכלל ?

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג יוני 13, 2021 4:33 pm

quote="פרישע קוגל"]
אהער און אהין האט געשריבן:וואלט כדאי געווען צו אויפארבעטן דעם דאך, קאן זיין א געאייגנט פלאץ פאר פילאנטראפישע באנקעטן, אין בענעפיט פון די קהלה קדושה ומוסדות הקדושים.

וואס אמאל זיכער, אז דער בנין וועט ווירבלען אלץ צענטער פאר תורה ותפלה, פאר די אומגעגנט.

גייטעך זיין די ישיבה אויף די העכערע שטאקן[/quote]
קיין פראבלעם, די פילאנטראפן וועלן דורכגיין ס'ישיבה, און זיך אומקוקן אויף די לימודים.

דאן וועלן זיי ארויפשפאצירן צום דאך, וואס וועט זיין הערליך דעקארירט מיט און מאדערנע לייטונג, בלומען און ליכט, די לופט וועט זיין א אנגענעמע, און דער פאנאראמישער אויסקוק וועט פארכאפן דעם הארץ, דער מוח וועט בלויז אוועקבלאזן אלע דאגות און סטרעס.

אין אזא זמן, בשעת ווען פאררייכערטע בעל בעתישע שטיקער בשר ווערן פארניכטעט צונאזאם מיט קאלטע נארוואס אויסגעקוועטשע מאראנצן סערווירט דורך אזיאנער שיין שניפסלדיגע פלאסטיק שמייכל סערווירער, אין אזא געהויבענע מינוט שרייבט זיך געמיטליכער ארויס א טשעק, און דוקא פון די גרעסערע נומערן...
:wink:

פרישע קוגל
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך פרישע קוגל » זונטאג יוני 13, 2021 4:34 pm

הייבצעך אן
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט גילו, איך שעם מיך נאר מיט מיין ניק נאמען.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג יוני 13, 2021 4:38 pm

אהער און אהין האט געשריבן:quote="פרישע קוגל"]
אהער און אהין האט געשריבן:וואלט כדאי געווען צו אויפארבעטן דעם דאך, קאן זיין א געאייגנט פלאץ פאר פילאנטראפישע באנקעטן, אין בענעפיט פון די קהלה קדושה ומוסדות הקדושים.

וואס אמאל זיכער, אז דער בנין וועט ווירבלען אלץ צענטער פאר תורה ותפלה, פאר די אומגעגנט.

גייטעך זיין די ישיבה אויף די העכערע שטאקן

קיין פראבלעם, די פילאנטראפן וועלן דורכגיין ס'ישיבה, און זיך אומקוקן אויף די לימודים.

דאן וועלן זיי ארויפשפאצירן צום דאך, וואס וועט זיין הערליך דעקארירט מיט און מאדערנע לייטונג, בלומען און ליכט, די לופט וועט זיין א אנגענעמע, און דער פאנאראמישער אויסקוק וועט פארכאפן דעם הארץ, דער מוח וועט בלויז אוועקבלאזן אלע דאגות און סטרעס.

אין אזא זמן, בשעת ווען פאררייכערטע בעל בעתישע שטיקער בשר ווערן פארניכטעט צונאזאם מיט קאלטע נארוואס אויסגעקוועטשע מאראנצן סערווירט דורך אזיאנער שיין שניפסלדיגע פלאסטיק שמייכל סערווירער, אין אזא געהויבענע מינוט שרייבט זיך געמיטליכער ארויס א טשעק, און דוקא פון די גרעסערע נומערן...
:wink:[/quote]
די אויסגערוטע פאנדרעיזער גייען ארום קראצן רוקנ'ס, זיי קענען זייער פאך.
זיי דארפן בלויז שמייכלען, בלויז פאזיטיוו, אלעס איז אזוי גוט און שיין און זיס, און דערנאך ווען מען זיצט שוין אינעם אדאסי קען מען אויסלופטערן די געדאנקען וואס מ'האט חלילה נישט געקענט ארויסזאגן בשעתן לעקן.
ווען ס'איז בין השמשות אויף דעם עולם השפל, און אייז קאלטע לימאנאדע גיסט זיך צוזאמען מיט די טענער פון דעם סטאר-קומזיצער אין אונזערע טעג, ווען רעדנער נאך רעדנער פרובירן צו דערגרייכן א פרישן שטאפל אין פאלשקייט, אזא צייט איז א זמן מתוקן אונטערצושרייבן שטרות, און דער באדאם ליין איז?

יא, אזוי בויעט מען בנינים פאר מוסדות התורה.

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

תגובהדורך קרעטשמער » זונטאג יוני 13, 2021 5:19 pm

מודעה

אזוי ווי איינער פון די אחראים וואס שטייט געווענליך על המשמר אין דעם אשכול, פארט יעצט אין קאנטרי אריין, זענען מיר געצווינגען אפצושליסן דעם אשכול אויף דערווייל

מיט אנטשולדיגונג


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, זילבערווערק, שתקן און 12 געסט