shalsheles האט געשריבן:אריבער געפארן פרייטאג די געוועזענע מחנה קיץ אויפן 17B געזען א פארקער דארטן נאכן זיין א שיינע פאר יאר פוסט, וואס האט זיך געפענט דארט?
אגב, געזען פרייטאג אויף עטליכע פלעצער בחורים פרובירן צו היטשען אויף פארנומענע ראודס ווי למשל רט 55, ממש סכנת נפשות, וויאזוי קען זיך א קאר אפשטעלן אויף א ראוד ווי מען פארט שנעל און מען קען כמעט נישט זעהן פאראויס? מילא מען שטעלט זיך ערגעץ ווי מען קען זיך אריינרוקן אין די זייט, אבער געזען היבש בחורים שטיין אויף פלעצער ווי אויב שטעלט מען זיך אפ איז מען מסכן זיך מיטן דרייווער מיט די קארס וואס קומען פון אונטן, (בנוסף צו די חילול השם וואס דאס מאכט אן).
בנוגע דיין צווייטע פאראגראף:
עס'ז אסאך מאל זייער סכנה'דיג און אומ'אחריות'דיג.. א שטייגער ווי ביי די "פאר-קארנערס", נאכן ענדליך ווערן גרין ברויך זיך די ערשטע קאר אפשטעלן האלב אומגעדרייט ווייל ער נעמט אויף א היטשער.. מיט דעם אויסער וואס מען שטעלט אין א סכנה איעדעם, טוט מען אנמאכן א זאוורוכע ווען אלעס וואס רוקט זיך שוין סייווי ווי א טשערפאכע קומט ווייטער צו אן אפשטעל.. ס'יז נישט קיין יושר.