בלאט 36 פון 57

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: מאנטאג אפריל 19, 2021 12:15 pm
דורך רוסישע פרינץ
פינף אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין לואיזיאנע נאכן ווערן פארוואונדעט דורכאויס א מאסן שיסעריי.

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: מאנטאג אפריל 19, 2021 12:16 pm
דורך רוסישע פרינץ
אין אנדערע שיסעריי נייעס.

דריי זענען אומגעקומען, און נאך צוויי פארוואונדעט, ביי אשיסעריי וואסיז פארגעקומען ביי א טרונק הויז אין קענאושע קאונטי, וויסקאנסין.

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: מאנטאג אפריל 19, 2021 2:19 pm
דורך שיינער חלום
קניינע הרע!!!

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: מאנטאג אפריל 19, 2021 2:19 pm
דורך שטומפיג
רוסישע פרינץ האט געשריבן:אין אנדערע שיסעריי נייעס.

דריי זענען אומגעקומען, און נאך צוויי פארוואונדעט, ביי אשיסעריי וואסיז פארגעקומען ביי א טרונק הויז אין קענאושע קאונטי, וויסקאנסין.

נעכטן

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: מאנטאג אפריל 19, 2021 2:46 pm
דורך רוסישע פרינץ
שטומפיג האט געשריבן:נעכטן

ריכטיג.

ס'נישט געווען באריכטעט דא און כ'האב עס ערשט היינט געזעהן .

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:15 pm
דורך סטאוו יא פיטא
שיסעריי אין לאנג איילענד ניו יארק:

1 טויט, 2 פארוואונדערטע אין א שיסעריי אין א סטאפ n שאפ גראסערי אין לאנג איילענד
דער שיסער, א 30 יעריגער שווארצע יוגענטליכער איז אויף דער לויז באוואפענטערהייט.

איינוואוינער אין געגענד פארבעטן צי נעמען שעלטער

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:40 pm
דורך farshlufen
סטאוו, ביסט דאך נישט קיין אויסשטעטישער, וואו אין לאנג איילענד?

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:43 pm
דורך סטאוו יא פיטא
אין וועסט העמפסטעד

גוגעל מעפס צייכנט אן דעם פינקטליכן פלאץ פינעם שיסעריי

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:49 pm
דורך נישטאמת
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שיסעריי אין לאנג איילענד ניו יארק:

1 טויט, 2 פארוואונדערטע אין א שיסעריי אין א סטאפ n שאפ גראסערי אין לאנג איילענד
דער שיסער, א 30 יעריגער שווארצע יוגענטליכער איז אויף דער לויז באוואפענטערהייט.

איינוואוינער אין געגענד פארבעטן צי נעמען שעלטער

מאטיוון פין די שיסער?

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:54 pm
דורך שטומפיג
פאליציי קאנפרענץ:
איין געשאסענער מאנס-פערזאן איז 49 יאר אלט און איז געווען אן ארבעטער אין די געשעפט.
א מעגליך פארדעכטיגטער איז א דרייסיג יעריגער Gabriel DeWitt Wilson, איך גיי נישט זאגן זיין קאליר ווייל איך וויל נישט זיין קיין ראסיסט.
מ'האט געזעהן דעם אויבערדערמאנטן אוועקגיין פון די סצענע מיט א האנט-גאן אין די הענט.
דער פארדעכטיגטער איז געווען אן ארבעטער אין די געשעפט אין א געוויסע פעריאד, אבער ס'איז נישט קלאר אויב ער איז יעצט איינגעשטעלט דארט.

צוויי אנדערע ארבעטער פונעם געשעפט זענען אויך פארוואונדעט אין שפיטאל און זענען אין א conscious צושטאנד.

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:54 pm
דורך בניהו
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שיסעריי אין לאנג איילענד ניו יארק:

1 טויט, 2 פארוואונדערטע אין א שיסעריי אין א סטאפ n שאפ גראסערי אין לאנג איילענד
דער שיסער, א 30 יעריגער שווארצע יוגענטליכער איז אויף דער לויז באוואפענטערהייט.

איינוואוינער אין געגענד פארבעטן צי נעמען שעלטער

ביידן איז שוין געבריעפט? שוין אויסגעדרוקט מיטלייד מיט די פאמיליעס?

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:56 pm
דורך שטומפיג
די שיסעריי איז פארגעקומען אין די אפיסעס אפטיילונג פונעם געשעפט מענעדזשמענט און קען מעגליך זיין א אינערליכע געראנגל מיט א יעצטיגע אדער געוועזענע ארבעטער. ס'איז אבער נישט קאנפירמד.

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 3:22 pm
דורך שטומפיג
Suspect in custody

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 4:13 pm
דורך איפכא מיסתבר
וואס איז געשען מיט אמעריקע זייט ביידן איז פרעזידענט?????

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 4:13 pm
דורך sheetrock
איפכא מיסתבר האט געשריבן:וואס איז געשען מיט אמעריקע זייט ביידן איז פרעזידענט?????

זעהסט נישט?

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 4:15 pm
דורך maybeeynot
sheetrock האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:וואס איז געשען מיט אמעריקע זייט ביידן איז פרעזידענט?????

זעהסט נישט?

איי וועלט זעט עס אבער נישט די מידיא

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 4:34 pm
דורך KMW
ניו יארק סיטי האט פאריגע וואך ווייטער געזען א שטארקע העכערונג אין שיסערייען, מיט 250 פראצענט העכער ווי פאריגע יאר
ב' אח"ק פ״א
קוקענדיג אויף די גאנצע יאר ביז יעצט זענען די צאל שיסערייען העכער מיט 64 פראצענט און די צאל געשאסענע מיט כמעט 60 פראצענט.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/37769

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 4:37 pm
דורך קאנטרי מאוד
KMW האט געשריבן:ניו יארק סיטי האט פאריגע וואך ווייטער געזען א שטארקע העכערונג אין שיסערייען, מיט 250 פראצענט העכער ווי פאריגע יאר
ב' אח"ק פ״א
קוקענדיג אויף די גאנצע יאר ביז יעצט זענען די צאל שיסערייען העכער מיט 64 פראצענט און די צאל געשאסענע מיט כמעט 60 פראצענט.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/37769



פשוט ווייל פאריאר זענען די מערדער געווען קווארעטנטירט...

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 20, 2021 7:34 pm
דורך נפשי חמדה
איפכא מיסתבר האט געשריבן:וואס איז געשען מיט אמעריקע זייט ביידן איז פרעזידענט?????

יאפ.

אונטער טראמפ איז יעדע שיסעריי געגאנגען אויף זיין פיקל... גיי פארשטיי..

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: מיטוואך אפריל 21, 2021 11:23 pm
דורך רוסישע פרינץ
שטומפיג האט געשריבן:איך זעה באריכטעט נאך א געשאסענעם דורך א שעריף אפיציר אין נארט קעראליינע.
מיין פילטער לאזט נישט זעהן די פנים, אבער זעהט אויס צו זיין א שווארצער. אלע וואס שטייען דארט ביי די סצענע זענען אויך שווארץ.

געשיכטע פארגעקומען אין עליזאבעט סיטי, נארט קאראליינע, ווען שעריף דעפיוטיס האבן געוואלט אויספירן אן ארעסט וואראנט.

דעיר אומגעקומענער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ענדרו בראון בל"מ.

פראטעסטן פאררופן אויף היינט נאכט אין די לאקאלע געגענט אין אנדענק פונעם פרישן קרבן אויפן מזבח פון אמעריקאנע ראסיזם און פאליציי ברוטאליטעט.

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 12:21 am
דורך נפשי חמדה
וואס איז געווען די מעשה?

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 9:05 pm
דורך רוסישע פרינץ
איינער אומגעקומען, און א צווייטע פארוואונדעט, נאך א שיסעריי נעכטן נאכט אין סאקרמענטאו, קאליפארניע.

ארטיגע באאמטע זאגן אז ווארשיינליך איז פארגעקומען א געשלעג איידער די שיסעריי האט פאסירט, און דערווייל איז נישטא קיין אינפארמאציע איבער פארדעכטיגטע אינעם אינצידענט.

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 9:56 pm
דורך שיינער חלום
וואס איז געווארן מיטן לאנג איילענד שיסער?

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 11:31 pm
דורך שטומפיג
שיינער חלום האט געשריבן:וואס איז געווארן מיטן לאנג איילענד שיסער?

שטומפיג האט געשריבן:Suspect in custody

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 24, 2021 7:23 pm
דורך רוסישע פרינץ
א באריכט צייגט אז אין בלויז די ערשטע 24 שטונדן נאך די שולדיג אורטייל אין די זשארזש פלויד קעיס, זענען געווען אמווייניגסטענס זעקס פעלער ווען פאליציי האבן אומגעברענגט מענטשן.

1. פאליציי אין קלאמבוס אהייאו דערשאסן צום טויט א 16 יעריגע אפריקאנע אמעריקאנע מיידל מיטן נאמען מעקיהע ברייענט.

2. שעריף דעפיוטיס אין עליזאבעט סיטי, נארט קאראליינע, האבן געוואלט אויספירן אן ארעסט וואראנט - דער אומגעקומענער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ענדרו בראון בל"מ.

3. א מאן אין סאן אנטאניאו, טעקסאס, איז אומגעברענגט געווארן דורך טראנזיט פאליציי דורכאויס א געשלעג אויף א באס. ארטיגע באאמטע זאגן אז יענער האט פארמאגט א ביקס.

4. אין א צווייטע אינצידענט אין סאן אנטאניאו זענען פאליציי געווארן ארויסגערופן אז א מאן האט אומגעברענגט א צווייטן אין זיין בעקיארד - ווען פאליציי זענען אנגעקומען האט יענער געפענט פייער, אנברענגענדיג א פאטאלע רעאקציע פון די פאליציי.

5. פעט גוואנוואנג איז אומגעברענגט געווארן אין ווארסטער, מעססעטשוסעטס, נאכ'ן אריינרופן צו די פאליציי און מעלדן אז ער פארמאגט ביי זיך א באמבע.

6. א מאן אין עסקאנדידא, קאליפארניע, איז גע'הרג'ט געווארן נאך וואס פאליציי זענען ארויסגעקומען צוליב באריכטן אז ער פארמאגט א אייזענע שטאנג מיט וואס ער האקט אויף פארבייפארענדע קארס.