שיסערייען איבער אמעריקע

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג אפריל 25, 2021 12:03 am

רוסישע פרינץ האט געשריבן:א באריכט צייגט אז אין בלויז די ערשטע 24 שטונדן נאך די שולדיג אורטייל אין די זשארזש פלויד קעיס, זענען געווען אמווייניגסטענס זעקס פעלער ווען פאליציי האבן אומגעברענגט מענטשן.

1. פאליציי אין קלאמבוס אהייאו דערשאסן צום טויט א 16 יעריגע אפריקאנע אמעריקאנע מיידל מיטן נאמען מעקיהע ברייענט.

2. שעריף דעפיוטיס אין עליזאבעט סיטי, נארט קאראליינע, האבן געוואלט אויספירן אן ארעסט וואראנט - דער אומגעקומענער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ענדרו בראון בל"מ.

3. א מאן אין סאן אנטאניאו, טעקסאס, איז אומגעברענגט געווארן דורך טראנזיט פאליציי דורכאויס א געשלעג אויף א באס. ארטיגע באאמטע זאגן אז יענער האט פארמאגט א ביקס.

4. אין א צווייטע אינצידענט אין סאן אנטאניאו זענען פאליציי געווארן ארויסגערופן אז א מאן האט אומגעברענגט א צווייטן אין זיין בעקיארד - ווען פאליציי זענען אנגעקומען האט יענער געפענט פייער, אנברענגענדיג א פאטאלע רעאקציע פון די פאליציי.

5. פעט גוואנוואנג איז אומגעברענגט געווארן אין ווארסטער, מעססעטשוסעטס, נאכ'ן אריינרופן צו די פאליציי און מעלדן אז ער פארמאגט ביי זיך א באמבע.

6. א מאן אין עסקאנדידא, קאליפארניע, איז גע'הרג'ט געווארן נאך וואס פאליציי זענען ארויסגעקומען צוליב באריכטן אז ער פארמאגט א אייזענע שטאנג מיט וואס ער האקט אויף פארבייפארענדע קארס.

שכח פאר די באריכט.
ב"ה! די פאליציי טוט זייער ארבעט!
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אפריל 27, 2021 6:40 pm

רוסישע פרינץ האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:איך זעה באריכטעט נאך א געשאסענעם דורך א שעריף אפיציר אין נארט קעראליינע.
מיין פילטער לאזט נישט זעהן די פנים, אבער זעהט אויס צו זיין א שווארצער. אלע וואס שטייען דארט ביי די סצענע זענען אויך שווארץ.

געשיכטע פארגעקומען אין עליזאבעט סיטי, נארט קאראליינע, ווען שעריף דעפיוטיס האבן געוואלט אויספירן אן ארעסט וואראנט.

דער אומגעקומענער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ענדרו בראון בל"מ.

עף.בי.איי. געמאלדן אז זי וועט עפענען אן אויספארשונג איבער די אינצידענט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:50 pm

א שעריף דעפיוטי איז אומגעקומען פון א שיסעריי אין וואטוגע קאונטי, נארט קאראליינע.

די אינצידענט האט זיך אנגעהויבן היינט צופרי ווען שעריף אפיצירן זענען ארויסגעקומען צו א רוף, און אנקומענדיג אהין זענען זיי אנטפאנגען געווארן ב"קול חוצב להבות אש" - לעבעדיגע רונדעס קוילן. איין אפיציר איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער איז אומגעקומען פון די וואונדן, א צווייטע אפיציר געפניט זיך אינעווייניג אינעם שטוב און זיין צושטאנד איז נישט קלאר.

דער אומגעקומענע איז אידענטיפיצירט געווארן אלס סארזשענט קריס ווארד.

אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך קיטשי » מיטוואך אפריל 28, 2021 10:32 pm

די געזעצלאזיגקייט וואס הערשט זינט ביידען איז פרעזידענט איז א פחד.
מען זעט עס סיי מיט מאסן שיסערייען און מען זעט עס אויך מיט פארברעכער וועלכע נעמען די רעכט זיך צו קעגנשטעלן די פאליס, אפטמאל מיט טראגישע נאכפאלגן
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 12:50 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א שעריף דעפיוטי איז אומגעקומען פון א שיסעריי אין וואטוגע קאונטי, נארט קאראליינע.

די אינצידענט האט זיך אנגעהויבן היינט צופרי ווען שעריף אפיצירן זענען ארויסגעקומען צו א רוף, און אנקומענדיג אהין זענען זיי אנטפאנגען געווארן ב"קול חוצב להבות אש" - לעבעדיגע רונדעס קוילן. איין אפיציר איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער איז אומגעקומען פון די וואונדן, א צווייטע אפיציר געפניט זיך אינעווייניג אינעם שטוב און זיין צושטאנד איז נישט קלאר.

דער אומגעקומענע איז אידענטיפיצירט געווארן אלס סארזשענט קריס ווארד.

אפדעיט:

פינף אומגעקומענע - אריינגערעכענט די א.ד. סארזשענט ווארד, דעפיוטי לאוגען פאקס, דער שיסער זעלבסט, און נאך צוויי ציווילע.

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך שטומפיג » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:31 am

שכח @אלעקסיי פאר די רעפארטס. זאל מען הערן גוטע בשורות.
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג מאי 02, 2021 10:37 am

אמווייניגסטענס צוויי אומגעקומען און נאך עטליכע פארוואונדעט ביי א שיסעריי אין גרין בעי, ווסקאנסין.

ווי פאליציי גיבן איבער האט דער שיסער ווארשיינליך געצילט א געוויסע איינגעשטעלטע ביי די קאסינאו, אבער יענער איז נישט אנוועזענד געווען.

דער שיסער איז דערשאסן געווארן דורך פאליציי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, אזוי וויל איך, האמת הצפון, יאנקי, מה שמו, נטה, ער האט געלט???, שמייכל תמיד און 51 געסט