שיסערייען איבער אמעריקע

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג אפריל 25, 2021 12:03 am

רוסישע פרינץ האט געשריבן:א באריכט צייגט אז אין בלויז די ערשטע 24 שטונדן נאך די שולדיג אורטייל אין די זשארזש פלויד קעיס, זענען געווען אמווייניגסטענס זעקס פעלער ווען פאליציי האבן אומגעברענגט מענטשן.

1. פאליציי אין קלאמבוס אהייאו דערשאסן צום טויט א 16 יעריגע אפריקאנע אמעריקאנע מיידל מיטן נאמען מעקיהע ברייענט.

2. שעריף דעפיוטיס אין עליזאבעט סיטי, נארט קאראליינע, האבן געוואלט אויספירן אן ארעסט וואראנט - דער אומגעקומענער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ענדרו בראון בל"מ.

3. א מאן אין סאן אנטאניאו, טעקסאס, איז אומגעברענגט געווארן דורך טראנזיט פאליציי דורכאויס א געשלעג אויף א באס. ארטיגע באאמטע זאגן אז יענער האט פארמאגט א ביקס.

4. אין א צווייטע אינצידענט אין סאן אנטאניאו זענען פאליציי געווארן ארויסגערופן אז א מאן האט אומגעברענגט א צווייטן אין זיין בעקיארד - ווען פאליציי זענען אנגעקומען האט יענער געפענט פייער, אנברענגענדיג א פאטאלע רעאקציע פון די פאליציי.

5. פעט גוואנוואנג איז אומגעברענגט געווארן אין ווארסטער, מעססעטשוסעטס, נאכ'ן אריינרופן צו די פאליציי און מעלדן אז ער פארמאגט ביי זיך א באמבע.

6. א מאן אין עסקאנדידא, קאליפארניע, איז גע'הרג'ט געווארן נאך וואס פאליציי זענען ארויסגעקומען צוליב באריכטן אז ער פארמאגט א אייזענע שטאנג מיט וואס ער האקט אויף פארבייפארענדע קארס.

שכח פאר די באריכט.
ב"ה! די פאליציי טוט זייער ארבעט!
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אפריל 27, 2021 6:40 pm

רוסישע פרינץ האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:איך זעה באריכטעט נאך א געשאסענעם דורך א שעריף אפיציר אין נארט קעראליינע.
מיין פילטער לאזט נישט זעהן די פנים, אבער זעהט אויס צו זיין א שווארצער. אלע וואס שטייען דארט ביי די סצענע זענען אויך שווארץ.

געשיכטע פארגעקומען אין עליזאבעט סיטי, נארט קאראליינע, ווען שעריף דעפיוטיס האבן געוואלט אויספירן אן ארעסט וואראנט.

דער אומגעקומענער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ענדרו בראון בל"מ.

עף.בי.איי. געמאלדן אז זי וועט עפענען אן אויספארשונג איבער די אינצידענט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:50 pm

א שעריף דעפיוטי איז אומגעקומען פון א שיסעריי אין וואטוגע קאונטי, נארט קאראליינע.

די אינצידענט האט זיך אנגעהויבן היינט צופרי ווען שעריף אפיצירן זענען ארויסגעקומען צו א רוף, און אנקומענדיג אהין זענען זיי אנטפאנגען געווארן ב"קול חוצב להבות אש" - לעבעדיגע רונדעס קוילן. איין אפיציר איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער איז אומגעקומען פון די וואונדן, א צווייטע אפיציר געפניט זיך אינעווייניג אינעם שטוב און זיין צושטאנד איז נישט קלאר.

דער אומגעקומענע איז אידענטיפיצירט געווארן אלס סארזשענט קריס ווארד.

אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך קיטשי » מיטוואך אפריל 28, 2021 10:32 pm

די געזעצלאזיגקייט וואס הערשט זינט ביידען איז פרעזידענט איז א פחד.
מען זעט עס סיי מיט מאסן שיסערייען און מען זעט עס אויך מיט פארברעכער וועלכע נעמען די רעכט זיך צו קעגנשטעלן די פאליס, אפטמאל מיט טראגישע נאכפאלגן
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 12:50 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א שעריף דעפיוטי איז אומגעקומען פון א שיסעריי אין וואטוגע קאונטי, נארט קאראליינע.

די אינצידענט האט זיך אנגעהויבן היינט צופרי ווען שעריף אפיצירן זענען ארויסגעקומען צו א רוף, און אנקומענדיג אהין זענען זיי אנטפאנגען געווארן ב"קול חוצב להבות אש" - לעבעדיגע רונדעס קוילן. איין אפיציר איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער איז אומגעקומען פון די וואונדן, א צווייטע אפיציר געפניט זיך אינעווייניג אינעם שטוב און זיין צושטאנד איז נישט קלאר.

דער אומגעקומענע איז אידענטיפיצירט געווארן אלס סארזשענט קריס ווארד.

אפדעיט:

פינף אומגעקומענע - אריינגערעכענט די א.ד. סארזשענט ווארד, דעפיוטי לאוגען פאקס, דער שיסער זעלבסט, און נאך צוויי ציווילע.

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך שטומפיג » פרייטאג אפריל 30, 2021 12:31 am

שכח @אלעקסיי פאר די רעפארטס. זאל מען הערן גוטע בשורות.
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג מאי 02, 2021 10:37 am

אמווייניגסטענס צוויי אומגעקומען און נאך עטליכע פארוואונדעט ביי א שיסעריי אין גרין בעי, ווסקאנסין.

ווי פאליציי גיבן איבער האט דער שיסער ווארשיינליך געצילט א געוויסע איינגעשטעלטע ביי די קאסינאו, אבער יענער איז נישט אנוועזענד געווען.

דער שיסער איז דערשאסן געווארן דורך פאליציי.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מאי 10, 2021 4:46 pm

א וויקענד מיט מאסן "מאסן-שיסערייען"!!!

סי.ען.ען. באריכטעט אז דורכאויס די פארלאפענע וויקענד זענען פארגעקומען אמווייניגסטענס נ י י ן (9)!!! מאסן שיסערייען איבערן לאנד, איבערלאזענדיג פופצן אומגעקומענע און נאך איבער דרייסיג פארוואונדעט.

די באדייט פון א "מאסן שיסעריי" -לויט CNN- איז ווען אמווייניגסטענס פיר מענטשן ווערן באטראפן -אומגעברענגט אדער פארוואונדעט- פון א שיסעריי. לויט אנדערע ווערט עס באצייכענט אלס מאסן שיסעריי שוין ביי דריי באטראפענע.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג מאי 10, 2021 5:19 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מאי 10, 2021 4:50 pm

פאעניקס, אריזאונע:

א שיסעריי ביי א האטעל אין פאעניקס, אריזאונע, האט איבערגעלאזט איין אומגעקומענע און נאך זיבן פארוואונדעט.

די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט ווען א גרופע געסט אין די האטעל האבן זיך צואמפערט.

אלע באטראפענע זענען אין די עלטער פון 18 ביז 22.

210509111051-screengrab-phoenix-arizona-shooting-0509-exlarge-169.jpg
210509111051-screengrab-phoenix-arizona-shooting-0509-exlarge-169.jpg (40.25 KiB) געזעהן 431 מאל
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג מאי 10, 2021 5:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מאי 10, 2021 4:53 pm

וואודלאון, מערילאנד:

דריי זענען אומגעקומען -און נאך איינער פארוואונדעט- ביי א שיסעריי אינצידענט אין וואודלאון, מערילאנד.

לאקאלע באאמטע פארציילן אז דער פארברעכער האט פריער אונטערגעצינדן זיין היים, און איז דערנאך אריין צו זיינע שכנים אין שטוב וואו ער האט זיי געשאסן און פארוואונדעט. דערנאך ךהאט ער געשאסן אויף נאך צוויי שכנים וואס זענען ארויסגעקומען זעהן וואס עס גייט פאר.

דער שיסער זעלבסט איז שפעטער אומגעקומען אין שפיטאל נאכן ווערן דערשאסן דורך אפיצירן.

#פאליציי_ברוטאליטעט
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג מאי 10, 2021 5:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מאי 10, 2021 4:58 pm

אין קאליפארניע - לאס אנזשעלעס, סיטרוס הייטס, קאמפטאן:

אמווייניגסטענס דריי זענען אומגעקומען -און נאך ניין זענען פארוואונדעט- נאך א סעריע אינצידענטן לענגאויס די סטעיט.

איין געשיכטע האט פאסירט אין לאס אנזשעלעס וואו איינער איז אומגעקומען און פינף זענען פארוואונדעט.

אין סיטרוס הייטס זענען פיר מענטשן פארוואונדעט געווארן ווען א געשלעג האט אויסגעבראכן אינדרויסן פון א פארוויילונג צענטער.

אין קאָמפּטאָןהאבן פאליציי געהערט שיסערייען, און ביים אנקומען אויפן סצענע האבן זיי בלויז געטראפן צוויי אומגעקומענע.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מאי 10, 2021 5:06 pm

קאלאראדאו ספרינגס, קאלאראדאו:

א שיסעריי אין קאלאראדאו ספרינגס האט איבערגעלאזט זעקס אומגעקומענע.

די שיסעריי איז פארגעקומען ביי א געבורטס-טאג פייערונג, וואו דער שיסער האט אריינגעשטורעמט און דערשאסן זעקס מענטשן.

דער שיסער זעלבסט איז שפעטער אומגעקומען אין שפיטאל פון וואונדן געשאפן ביים זיך אליינס שיסן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מאי 10, 2021 5:09 pm

נוארק, ניו זשערסי:

לאקאלע פאליציי באריכטן אז פיר מענטשן זענען באטראפן געווארן פון א שיסעריי.

ווער עס האט סיי וועלכע אינפארמאציע, ווערט געבעטן צו רופן 877-695-8477.
Screenshot 2021-05-10 221828.jpg
Screenshot 2021-05-10 221828.jpg (138.44 KiB) געזעהן 295 מאל
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג מאי 10, 2021 5:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מאי 10, 2021 5:16 pm

סט. לואיס, מיזורי:

צווי זענען אומגעקומען -און נאך דריי פארוואונדעט- ביי א שיסעריי אין מיזורי.

די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט פרייטאג-צו-נאכטס ביי א לאקאלע פארק וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א צערמאניע פאר איינוואוינער אין די געגענט, ווען א טראק איז אנגעקומען אהין און זיך גענומען שיסן מיט הייס געווער לעבעדיגע קוילן.

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג מאי 10, 2021 8:14 pm

שכח @אלעקס פאר די באריכטן.
קיין איינס אין נ"י סיטי?
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מאי 10, 2021 8:26 pm

:grin: :grin: :grin:

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג מאי 11, 2021 6:38 pm

א שיסעריי אין קאליפארניע האט איבערגעלאזט איין פאליציי אפיציר טויט און א צווייטע פארוואונדעט.

די אינצידענט האט פאסירט אין "סאן לואיס-אוביספאו" -א שטעטל פון ארום 45,000 איינוואוינער, בערך מיטל-וועג צווישן לאס אנזשעלעס און סאן פראנציסקאו- ווען לאקאלע פאליצי זענען אראפגעקומען צו דער שטוב פון עדווארד זאמאורא גיראן, מיט'ן ציל פון אויספירן אן אבלאווע.

ביים אריינקומען אין שטוב, האט גיראן געעפענט פייער פון וואס צוויי אפיצירן זענען באטראפן געווארן - אפיציר לוסא בינעדעטי איז אומגעקומען דורכאויס די פייער אויסטויש, אין די צייט וואס זיין קאלעגע, אפיציר סטיוו אראזקא, איז אפגעפירט געווארן אין שפיאל און איז ערווארטערט זיך צו ערהוילן.

דער שיסער זעלבסט איז שפעטער געפונען געווארן מיט קוילן וואונדן אן קיין צייכן פון לעבן, א ווארשיינליכע אנדייטונג אז ער האט זיך גענומען דאס לעבן אין די הענט אריין.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4668
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: שיסערייען איבער אמעריקע

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג מאי 11, 2021 6:48 pm

שטומפיג האט געשריבן:שכח @אלעקס פאר די באריכטן.
קיין איינס אין נ"י סיטי?

די פינגער וועט אים וויי טוהן, בעסער זאל ער נישט אנהייבן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”