מיט יעדן פארבייגייענדן טאג איז זיך די גרופע צווואקסן אויף די לענג און די ברייט, און נאך עטליכע טעג האט די גרופע באשטאנען פון עטליכע טויזענט משתתפים.. און למעשה האבן זיי טאקע באוויזן צו ברעכן דעם גרעניץ פון געוואנטומאלא, און שפעטער די גרעניץ פון מעקסיקאו. און ביים הויעך פונקט פארגאנגענע וואך האבן די צאל באטייליגטע אונעם מארטש געהאלטן ביי 14,000 מענטשן!
אונז וועלמער איבערלאזן די קאראוואנען ווי זיי האלטן, לאמיר זיך א אריבערכאפן קיין עיר הבירה וואשינגטאן אמעריקאנע, א בליק צוטאן און זעהן וויזוי אונזערע קארפן קעפ באהאנדלען די סיטואציע, און וויזוי זיי גרייטן זיך צום קבלת פנים פון אזאנע חשובע געסט.
פרעזידענט טראמפ, וואס איז ווי באקאנט גאר א שטרענגער ווען ס'קומט צו אימיגראציע, און בעיקר צו איליגעל בארדער קראסינג קען פארשטייצעך אזאנס נישט אראפשלינגען. ביז פארגאנגענעם אנפאנג וואך האט ער פראבירט צו גיידן די געוואנטומאלא און מעקסיקאו גאווערמענט וויזוי זיי זאלן זיך ספראווען מיט די אנשיקענישן, למעשה ווי געזאגט האבן זיי ווייט נישט מצליח געווען צוריקצוהאלטן די קאראוואנען, די ארטיגע מיליטער'ן און פאליציי אגענטורן האבן נישט מער ווי געקענט האלטן ארדענונג זעכער צו מאכן אז ס'ברעכט נישט אויס קיין ראיאטן אדער קאנפרעטאציעס צווישן ארטיגע איינוואוינער און די קאראוואן מיטגלידער.
סוף פארגאנגענע וואך האט טראמפ פארארענט די סעקרעטערי אוו דיפענס דזשעימס מעטיס ער זאל דיפלויען 800 סאלדאן ביים גרעניץ דארט ווי ס'איז ערווארטעט די קאראוואנען וועלן מעגליך אנקומען.
צום אנאליז, אפן גערעדט, הגם די לעצטערע טעג האבן די צאל מענטשן אונעם קאראווען צוליב עטליכע סיבות דראסטיש געפאלן. אבער לאמיר זיך פראבירן צו מצייר זיין אז איין שיינעם טאג געבן זיך א רוק אן מחנה פון 14,000 מענטשן, און געבן זיך ארייס אריין אין לאנד סיי נאר וויזוי... וואס וועט זיין דעמאלטס? ווי גייט מען זיך אנייצע געבן מיט זיי?....
קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז אמעריקא וועט דאן זיין אויף געהאקטע צרות און מ'מיז זאפארט זיך באהאלטן אין קעלער, ניין. 14 טויזענט מענטשן איז טאקע אסאך אויב האט א רבי אזויפיל חסידים ביים באגלייטן, אויב נעמסטע אבער אין באטראכט וויפיל מענטשן ס'שמוגלען זיך אריין אין אמעריקא אימליגאל "יעדעס יאר באזונדער" איז 14 טויזענט א יענס געלעכטער! ס'איז ממש גארנישט. ס'ווערט געשאצט אז יעדעס יאר קומען אריין א ארום "א האלבע מילאון אימיגראנטן דורך איליגעל בארדער קראסינגס אליין!"
און אפילו דורכאויס די לעצטע צוויי יאר האט איליגעל בארדער קראסינג דראסטיש געטראסקעט צו רעקארד נידריגע ציפערן, און דאס איז צו פארדאנקען פרעזידענט טראמפ'ס שטייפע צוגאנג ווען ס'קומט צו אימיגראציע, זיין זעראו טאלעראנץ פאליסי אפילו ס'האט נישט באשטאנען פון קיין חדושים נפלאים, און פאקט נישט קיין שום געטוישטע געזעץ פון וואס ס'איז געווען פארדעם, פארט האט אבער די "גרודער" וואס טראמפ האט אנגעמאכט ארום די אישו ווי ס'ווייזט אויס היבש אפגעשראקן די שמוגלער און זייערע שמויג[ל]ערס, און איליגעל בארדער קראסינג איז אונעם פאריעריגן למספ' יאר געטראסקעט צום נידריגסטן פונקט אין באלד 40 יאר!.. און אפילו אזוי איז איז א קאראוואן פון 14 טויזענט פליטים א היסטערישע געלעכטער און פארגלייך צו די ציפירן!
איז קודם כל קען יעדער זיין רואיג, ס'איז באמת נישט פארהאן קיין סיבה צו פאניקן, און נ'וואדי נישט מאכן קיין גרויסע גראסערי ארדער'ס און זיך איינקויפן בעטעריס פאר און פאל מ'וועט מיזן עוועקאירן צו די קעלערן. ס'איז נישטא פארוואס זיך צו זיין באזארגט. נעקסט.
פון די פאליטישע זייט אבער, אויב קומען א גרופע פון 14 טויזענט מענטשן וואס קומען מיטן בלויזן כוונה אדורך צו ברעכן דעם אמעריקאנעם גרעניץ און זיי באווייזן עס, וועט דאס זיין א מורא'דיגע קלאפ פאר די אמעריקאנע רעגירונג בכלל, און ווער רעדט פאר טראמפ.
ווייל ווילאנג די רעדע איז פון זיך "שמוגלען", ווי גרויס די ציפער זאל נאר נישט זיין איזעס "שמוגלען", 14 טויזענט מענטשן זאלן דורכרייסן דעם אמעריקאנע גרעניץ פארענט פון די אינטערנאצינאלע מידיע איז א ביטער פארשעמענדע דורכפאל וואס וועט שיקן שאק כוואליעס מסוף העולם ועד סופו, ס'וועט זיין א בחינה פון אשר קרך בדרך מיט אלע מפרשים, און דאס מיינט אז ס'איז צום ערווארטן א קייט ריאקציע פון נאך קאראווענען וואס וועלן נאכפאלגן און פראבירן נאכצוטאן די זעלבע.
און קורצן, די קאראוואנען זענען נישט די זעלבע סארט שמוגלען מיט וואס טראמפ שלאגט זיך, די טעגליכע שמוגלעראציע׳ס האלט ער קעמען נאר אפשטעלן מיט א וואנט, און דאס קען זיין אמת אויך, די שאלה איז נאר צו ער וועט דאס אין ענדע דורכפירן צו נישט, די גאנצע מעשה איז א שפיל פון 25 בילאון דאלער, און דערווייל האט ער נאר באקומען אינטער 10.
ס׳גאנצע ענין פונעם סטעטשו אוו ליבערטי איז א נערישע, קודם כל איז די סטעטשו אוו ליבערטי נישט די קאנסטעטוציע, אויך איזעס נישט די געזעץ. והשלישית, אויפן סטעטשו אוו ליבערטי שטייט נישט אז מ׳מיז עפענען די טירן פאר כל צרי וכל זב. ומצד טראמפ איז די טאלקינג פוינט וואס ער פארקויפט אז ס׳געפונען זיך צווישן זיי גענגסטערס איז נישט מער ווייל ער וויל זיין טאָף אויף די אישו, און אזוי אפשרעקן די וואס ווילן פארלעצן די גרעניץ געזעצן. סאו וויזוי דאס גייט זיך אויס שפילן וועט מען מיזן צי ווארטן מיט געדולד כאטש אויף נאך עטליכע טעג.
קיינער זאל נישט מיינען און ארויסנעמען פון דעם אז די ריפאבליקאנע זענען טאקע שילדוג אונעם יעצטיג׳ן צושיידעניש צווישן די אמעריקאנע בירגער, אונז אלע ווייסמער זייער גוט ווער ס׳שטייט אונטער די וויילענס דורכאויס די לעצטע צוויי יאר. כ׳גיי נישט אריינגיין אינעם גאנצן שמועס וואס יוסי געשטעטנער האט געהאט פאריגע וואך, ווי ער האט אראפגעריסן טראמפ אויף זיין צוגאנג צו די יעצטיגע פר׳, אז אין צייטן וואס זיינע שטיצער ווערן צוהאקט און בא׳מקלט הערט מען פון אים נישט גארנישט, און ווען פילע ריפאבליקאנע הויפקוואטירן אין לאנד זענען וואנדעלעזירט געווארן, ווען רייסין איז אפגעשיקט געווארן צו ריפאבליקאנע פיגורן אא״וו.
ס׳קען זיין ער איז גערעכט, מיט די פוינט אז טראמפ שפילט נישט גוט פאליטיק אינגאצן. ס׳איז ריכטיגע טענה, אבער נישט אינגאנצן אמת׳דיג. זיין טענה איז בעיסיקלי אז ער שפילט נישט גוט ״פאלטש״ פאליטיק! אזא טענה איז קיין שטארקע טענה נישט!... כ׳וועל מסביר זיין.
פונקט ווי די פארשטייסט אז די יעצטיגע פאל איז א אויסנאם, און דאס איבערצייגט נישט אז די ריפאבליקאנער זענען מערדער און זענען ראדיקאלאזירט געווארן, די זעלבע איז ווען ס׳איז פארקערט די מעשה. ווען א ריפאבליקאנער באקומט א רייסין בריוו, אדער ווען טראמפ דזשוניער באקומט א שבת פעקל, דאס איבערצייגט פונקט אזוי נישט קיינעם אז די ליבעראלן זענען רידיקאלעזירט געווארן. יעדער פארשטייט אז מ׳האט דא צוטאן מיט א איינצעלנעם משוגענער, יבא יומו, מ׳וועט אים כאפן און פערטיג. מאכן א איבערקערעניש און אנדרייען אז מ׳לעבט און א צווילע קריג!? פארוואס ארויף!?.. ווער זיכט דאס?..
אפילו די ווייסט דעם אמת אז די ריבאבליקאנער זענען די וואס שטייען אויס סאך מער וויילענס אטאקע׳ס קעגן זיי, ווען דורכאויס די לעצטע צוויי יאר האבן זיי אויסגעשטאנען פילע וואנדאליזעם, מיט דעמאלעם איז נישט כדי צו פארפירן צופיל דערוועגן, ווייל די העדליין פון דעם איז בעסעקלי אז ס׳לאנד איז צוטיילט!
אבער שפילן פאלטשע פאליטיק!?.. פארפאלן, אבער די ריפאבליקאנער פארטיי האבן נישט אזא אפגעריסנס ווי מעיאר דעבלאזיא, און ס׳איז אייגענטליך בכלל נישט קיין חסרון! אזא מין עקלהאפטיגער פארשוין, וואס ווען א טעראריסט הרג׳עט 8 מענטשן מיט א קאר אין לויער מענהעטן וויל ער עס נישט אנרופן טעראר אטאקע, משא״כ ביים יעצטיגן פאל קומט ער ארויס שרייען ״עקט אוו טעראר״!... פארפאלן, אבער די ריפאבליקאנער האבן נישט אזא שמיציגס.. זיי האבן עס פשוט נישט!
פארפאלן, די ריפאבליקאנער האבן נישט אזא משוגנס ווי גאווענער קאומאו, וואס האט פרייטאג ארויסגעשיקט די נעשנאל גארדס זיך צו דרייען אויף די גאסן מיט שרעקעדיגע הונט אפצושרעקן די קעץ! האלט ער טאקע אז ס׳איז דא איינער וואס רעדצעך איין אז קאמאו איז באמת ״באזארגט״ אז ס׳איז פארהאן אויסגעשפרייטע באמבעס וואס האלטן ביים אויפרייסן?.. איז דען דא איינער וואס פארשטייט נישט אז די גאנצע אפשפארן גאנצערטע הייוועי׳ס ביים אוועק פירן די ״באמבעס״ מיט אנגעפנצערטע פאליציי טרעקלעך איז נישט מער ווי נערישע פאליטישע חשבונות!?
די ליבעראלע פאלאטישן׳ס, מעינסטרים מידיע זענען א גרויל און א עקל, די קאראוואנען זאלן נאר אנקומען קיין אמעריקא, נישט ווייל די סטעטשו אוו ליבערטי, נאר ווייל טראמפ! די באמבעס איז טאקע יענס געלעכטער, יעדער פארשטייט אז מ׳האנדלט מיט א איינצעלנעם משוגענער און אז די ״באמבעס״ האבן קיינעם אין קיין געפאר נישט געשטעלט, פארט אבער.. טראמפ! און ס׳איז נישט קיין שום פראבלעם אז פרעזידענט טראמפ און די ריפאבליקאנע פארטיי זענען צוריקגעשטאנען מיט אזאנע פאליטישע פאלטשקייטן, עז לאנג טראמפ פייט די שטראם פון מידיע ווען ״מ׳מיז טאקע״!!!