אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים
- תגובות: 73
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm
אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן
איז איראן טאקע גרייט צו גיין אין מלחמה ה"י ?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 564
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
איראן האט ווייטער אנגעהאלטן איר גאר שארפע רעטאריק און סטראשונקעס קעגן אמעריקע, אריינגערעכנט א טעקסט מעסעדזש פונעם גענעראל קאסאם סולימאני, וועלכער האט געשריבן צו טראמפ "מיר זענען גרייט", פאר א מיליטערישן קאנפליקט מיט אמעריקע. מען האט אבער געהערט פונעם אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס, אז אמעריקע האט נישט אנגענומען קיין פאליסי צו זוכן רעזשים צוזאמפאל אדער רעזשים טויש אין אמעריקע. ווי מעטיס זאגט, איז אמעריקע'ס ציל צו טאן וואס מען קען נאר, איינצוצוימען איראן'ס ווילדע שריט וועלכע טוט שטערן די סטאביליטעט אינעם מיטל מזרח.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
איך האב געליינט און איינע פון די היימישע צייטונגען וואס האט געשריבן אין אן אנאליז אז טראמפ האט פלוצלינג אהן קיין ווארענונג פון פאראויס ארויס געשיקט א טוויט צו טראשענען איראן אהן דעם וואס איראן זאל האבן געמאכט סיי וועלכע פראוואקאציע פון פארדעם אז ממש עס האט געהויבן די ברעמען אפי' פון זיינע נאנטע וואס פינקטליך דער מענטש וויל דא,
איי מין וועמענ'ס נער מיינען זיי איך בין?...
איי מין וועמענ'ס נער מיינען זיי איך בין?...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פעיק נוז האט געשריבן:איך האב געליינט און איינע פון די היימישע צייטונגען וואס האט געשריבן אין אן אנאליז אז טראמפ האט פלוצלינג אהן קיין ווארענונג פון פאראויס ארויס געשיקט א טוויט צו טראשענען איראן אהן דעם וואס איראן זאל האבן געמאכט סיי וועלכע פראוואקאציע פון פארדעם אז ממש עס האט געהויבן די ברעמען אפי' פון זיינע נאנטע וואס פינקטליך דער מענטש וויל דא,
איי מין וועמענ'ס נער מיינען זיי איך בין?...
איך האב אויך געהויבן ברעמען ליינעדיג די דאזיגע ווערטער, איבערהויפט ווען זיי געבן נאך אפשענס וואס דער פערזידענט קען מיינען מיט דעם טוויטער אויסברויך.
איינס. אז איינער האט אים אפשר געוויזן די ווערטער פון איראנער פרעזידענט און דאס האט אים אויפגערעגט, אבער איין מינוט ס'איז דאך גארנישט געווען זאגסטעך? אה ס'איז יא געווען עפעס א מעסידש.. און "איינער" האט אים עס אפשר געוויזן.
צוויי, אז דער פרעזידענט קלערט אפשר צו נוצן די זעלבע טאקטיק וואס ער האט גענוצט קעגן נארט קאריע, אבער דארט איז דאך נאך אויך נישט אויפגעוויזן געווארן אויף 100% אז עס ארבעט....
איך שטיי און קוק איין נייעס און באשרייבונג נאכן צווייטן, וואס פאר א פערד מיינט די אויסגאבע אז אירע ליינער זענען? יעדע קעפל איז אנטי טראמפ, אפילו די נייעס איז בכלל נישט שלעכט, פון פיינענץ ביז נארט קאריע, אי יו, אא"וו, ווי אויך ווערט צוגעלייגט א שלעכטע אויספיר אויב די נייעס איז שוין צו גוט געווען.
-
- שר חמישים
- תגובות: 73
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm
אמר רבי יצחק שנה שמלך המשיח נגלה בו כל מלכי האומות העולם מתגרים זה בזה, מלך פרס מתגרה במלך ערביא, והולך מלך ערביא לאדום ליטול עצה מהם והחזיר מלך פרס והחריב את כל העולם כולו, וכל אומות העולם מתרעשים ומתבהלים ונופלים על פניהם ויאחוז אותם צירים כצירי יולדה, וישראל מתרעשים ומתבהלים ואומרים להיכן נלך ולהיכן נבוא, ואומר להם בניי אל תתייראו כל מה שעשיתי לא עשיתי אלא בשבילכם, מפני מה אתם מתייראים אל תיראו הגיע ימי גאולתכם, ולא כגאולה ראשונה כך גאולה אחרונה, כי גאולה ראשונה היה לכם צער ושיעבוד מלכיות אחרים, אבל גאולה אחרונה אין לכם צער ושיעבוד מלכיות אחרים
-
- שר חמישים
- תגובות: 73
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm
דממה דקה האט געשריבן:אמר רבי יצחק שנה שמלך המשיח נגלה בו כל מלכי האומות העולם מתגרים זה בזה, מלך פרס מתגרה במלך ערביא, והולך מלך ערביא לאדום ליטול עצה מהם והחזיר מלך פרס והחריב את כל העולם כולו, וכל אומות העולם מתרעשים ומתבהלים ונופלים על פניהם ויאחוז אותם צירים כצירי יולדה, וישראל מתרעשים ומתבהלים ואומרים להיכן נלך ולהיכן נבוא, ואומר להם בניי אל תתייראו כל מה שעשיתי לא עשיתי אלא בשבילכם, מפני מה אתם מתייראים אל תיראו הגיע ימי גאולתכם, ולא כגאולה ראשונה כך גאולה אחרונה, כי גאולה ראשונה היה לכם צער ושיעבוד מלכיות אחרים, אבל גאולה אחרונה אין לכם צער ושיעבוד מלכיות אחרים
פרס איז איראן ווער זענען די רומים?
-
- שר חמישים
- תגובות: 73
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm
איך פארשטיי נישט וואס די רעדע דא איז בכלל. די גאנצע פרשה האט זיך אנגעהויבן ווען דער איראנער פרעזידענט האט עטליכע טעג צוריק געסטראשע אמעריקע אז "א מלחמה מיט איראן, ווען זיין די מאמע פון אלע מלחמות" און געסטראשעט טראמפ "שפיל נישט מיט'ן לייב'ס וויידל".
ווער האט אנגעהויבן?
נו האט ער געזאגט אז איראן "זאל זיך נישט דערוואגן אנצוהייבן מיט אמעריקע"
ווער האט אנגעהויבן?
נו האט ער געזאגט אז איראן "זאל זיך נישט דערוואגן אנצוהייבן מיט אמעריקע"
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
אמעריקאנער אויטאריטעטן זאגן, אז פרעזידענט טראמפ ארבעט שטילערהייט מיט עטליכע אראבישע גרויסמאכטן, מיט'ן ציל צו גרינדן א פולשטענדיגע אראבישע מיליטערישע אליאנץ, וואס וועט אוועקשטעלן א פראנט קעגן איראן און אירע אגרעסיעס אינעם מיטל מזרח.
לויט די וואס זענען באקאנט מיט די פלענער וויל טראמפ, אז די אראבישע לענדער זאלן גרינדן א פאראייניגטע מיליטערישע קערפערשאפט, אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי עס עקזיסטירט "נאטא" אין אייראפע. די "אראבישע נאטא" וועט ארייננעמען געמיינזאמע טרענירונג, קאאפעראציע איבער מיסיל שוץ און קאנטער-טעראריזם.
די געשפרעכן וואס ווערט געפירט אוועקצושטעלן די "אראבישע נאטא", ווערט געפירט צווישן אמעריקע און זעקס אראבישע גאלף לענדער, אריינגערעכנט סאודי אראביע, יונייטעד אראב עמירעיטס, באכרעין און קואוועיטס. עגיפטן און ירדן וועלן אויך שפילן דערין א פאטענציעלע ראלע.
לויט די וואס זענען באקאנט מיט די פלענער וויל טראמפ, אז די אראבישע לענדער זאלן גרינדן א פאראייניגטע מיליטערישע קערפערשאפט, אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי עס עקזיסטירט "נאטא" אין אייראפע. די "אראבישע נאטא" וועט ארייננעמען געמיינזאמע טרענירונג, קאאפעראציע איבער מיסיל שוץ און קאנטער-טעראריזם.
די געשפרעכן וואס ווערט געפירט אוועקצושטעלן די "אראבישע נאטא", ווערט געפירט צווישן אמעריקע און זעקס אראבישע גאלף לענדער, אריינגערעכנט סאודי אראביע, יונייטעד אראב עמירעיטס, באכרעין און קואוועיטס. עגיפטן און ירדן וועלן אויך שפילן דערין א פאטענציעלע ראלע.
-
- שר חמישים
- תגובות: 73
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm
-
- שר חמישים
- תגובות: 73
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm
אויף RT פאריגע וואך האב איך געזעהן באריכטן אז אין די צייט פונם יו ען גענעראל אסעמבלי האט טראמפ 8 מאל געבעטן א מיטינג מיט די איראנער פרעזידענט רוחאני, וואס האט דאס יעדעס מאל אפגעווארפן.
https://www.google.com/amp/s/www.rt.com ... ected/amp/
https://www.google.com/amp/s/www.rt.com ... ected/amp/
דער ניו יארק טיימס האט נעכטן באריכטעט א גאר מערקווירדיגע זאך, אז אין איראן זעלבסט דרייען זיך שמועות, אז געשפרעכן צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און די איראנער רעגירונג פון פרעזידענט כאסאן רוכאני האבן זיך שוין ווירקליך אנגעהויבן.
די שמועות זענען באזירט אויפן פאקט וואס דער אויסערן מיניסטער פון די קליינע אראבישע לאנד אמאן, מיניסטער יוזעף בין אלאווי בין אבדולא, האט באזוכט אין וואשינגטאן די-סי פאריגע וואך, און די וואך פרייטאג איז ער ערווארטעט אויף א באזוך אין טעהראן.
אמאן איז באקאנט אלס א לאנד וואס ווערט גענוצט פאר געשפרעכן צווישן אמעריקע און איראן, און ווען די אבאמא אדמיניסטראציע האט אנגעהויבן די געשפרעכן פאר'ן נוקלעארן דיעל, האט זי אויך גענוצט אמאנער דיפלאמאטן פאר דעם צוועק.
דער זעלבער ניו יארק טיימס באריכט ברענגט נאך אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, און דאס איז אז טראץ וואס די איראנער רעזשים לאכט אפ פון טראמפ'ס פארשלאג פאר א זיצונג מיט רוכאני, וויל אבער דאס איראנער פאלק אז ס'זאל פאסירן, ווייל גוטע באציאונגען מיט אמעריקע, וועט זיי בענעפיטירן.

אין א שריט וואס ווערט מעגליך געזען ווי א דראאונג צו אמעריקע האבן די איראנער מיליטער און רעוואלוציאנערע גווארדיע געעפנט היינט א מאסיווע מיליטערישע מאנעווערע אינעם פערסישן גאלף, ביים הארמאז קאנאל, א גאר סטראטעגישע פונקט פאר אינטערנאציאנאלע האנדל, און רוב גלאבאלע אויל עקספארטן פארן דארט אריבער.
א ווארטזאגער פאר׳ן פענטאגאן האט געזאגט אז אמעריקע פאלגט נאך פון די נאנט די איראנער אקטיוויטעטן און וועט נעמען נויטיגע שריט אויב די מאנעווערעס וועלן שטערן די פרייע באוועגונג פון אינטערנאציאנאלע שיפן און סחורות.
איראן האט עטליכע מאל געווארנט אז אויב אמעריקע וועט נעמען מיליטערישע שריט קעגן איר וועט זי בלאקירן דעם שמאלן הארמאז קאנאל, א זאך וואס קען ברענגען אן אינטערנאציאנאלע ענערגיע מאנגל און שאפן אינטערנאציאנאלע כאאס. און ווי עס שיינט איז די יעצטיגע פראבע געצילט צו סימולירן אזא סיטואציע.
דער פארטיידיגונגס מיניסטער דזשעימס מעטיס האט אויך געלאזט הערן א שארפע ווארנונג פאר איראן אז אויב זיי וועלן שטערן די אדורכגאנג פאר שיפן דורכאויס די פראבעס וועט אמעריקע זיך נישט צוריקהאלטן פון נעמען מיליטערישע שריט.