נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די "איזלינגטא"ן נאר"ט קאנסטיטשוענסי" -זשערעמי קארבין'ס זיץ - איז נארוואס (3:21 A.M.) דערקלערט געווארן, קארבין האט באוויזן אנצוהאלטן זיין זיץ (מיט א מעזשאריטי פון 26,000).

אין זיין רעדע האט קארבין זיך באדאנקט פאר זיין פאמיליע פאר'ן שטיין צו זיין זייט, ווי אויך האט ער ארונטערגעריסן די מידיע איבער די וועג וויאזוי זיי האבן באהאנדעלט איהם פערזענליך און זיין פארטיי בכלליות. ווי אויך האט ער אנערקענט אז די נאכט איז געווען א ביטערע דורכפאל פאר זיין פארטיי באשולדיגענדיג די ברעקזיט פראגע פאר די צוטיילטקייט אינעם לאנד. שטייפערהיט האט ער געזאגט אז ער וועט טאקע נישט פירן די פארטיי ביי די קומענדיגע וואלן, אבער ער וויל נאכנישט יעצט אפטרעטן פון די פירערשאפט, נאר פריער וועט מען איבערטראכטן די יעצטיגע צוגאנג און זעהן ווי מ'קען זיך פארבעסערן, ערשט דערנאך וועט ער אפטרעטן.

אין אנדערע נייעס, האט מען געקענט מיטהאלטן ווי קארבין שמועסט מיט איינער פון זיינע קעגנער - ר' יוסף חיים דוד...
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

באריס זשאנסאן איז נארוואס (3:41 A.M.) דערקלערט געווארן אלס די געווינער אין זיין זיץ "אוקסבריזש ענד רוסליפ סאוט".

אין זיין רעדע האט זשאנסאן געזאגט אז זיין פארטיי האט יעצט באקומען א קלארע מאנדאט פונעם פאלק אדורכצופירן ברעקזיט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אין אנדערע נייעס האט די פירער פון "ליבעראל דעמאקראט'ס" פארטיי - פרוי סווינסאן - פארלוירן איר זיץ מיט בלויז הונדערט-ניין-און-פערציג (149) שטימען, זי האט פארלוירן איר זיץ צו די "סקאטיש נעשאנעל פארטי".

דעי פארלוסט ווערט - דערווייל - באצייכענט אלס די גרעסטע אויפשאקלונג פונעם נאכט אז מ'האט ארונטערגעזעצט די פירער פון א נאציאנאלע פארטיי.
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

7E321F2D-CB21-4744-BB65-9623030D1804.jpeg
7E321F2D-CB21-4744-BB65-9623030D1804.jpeg (295.59 KiB) געזען 3159 מאל
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

די סקאטיש נעשאנעל פארטי איז א רעכטע אדער לינקע פארטיי?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הויעך האט געשריבן:די סקאטיש נעשאנעל פארטי איז א רעכטע אדער לינקע פארטיי?

זייער עיקר ציל איז סקאטישע אינדיפענדענ"ס (זעלבסטשטענדיגקייט). אויף אנדערע נושאים האבן זיי זיך געווארפן צווישן צענטער ביז צענטער-לינקס ווי אויך ארייננעמען רעכטע, היינט צוטאגס איז עס מער-ווייניגער א פארטיי מיט א לינקע אידעלאגיע - אויף געוויסע זאכן גאר לינק און אויף אנדערע זאכן נישט אזוי ווייט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אין אנדערע נייעס, זענען די קאנסערוואטיוו'ס יעצט - זעקס מינוט נאך פינף פארטאגס - דערקלערט געווארן אפיציעל די געווינער פון די היינטיגע עלעקשאן'ס...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

א מעכטיגער זיג פאר דזשאנסאן געווען היינט נאכט.

אין א לענדסלייד זיג האט דזשאנסאן און די קאנסערוועטיוון באקומען א גאר שטארקע רוב,

די פארלימענט (האוז אוו קאמאנס) פארמאגט 650 זיצן, און מ'דארף האבן 326 צו האבן א רוב, און די קאנסערוועטיווס האבן באקומען 359 צו די בלויז 201 פאר די לינקע לעיבאר פארטיי.
די קאנסערוועטיוון זענען יעצט מיט 68 בענקלעך מער ווי אלע אפאזיציע פארטייען צוזאמען.

ס'נאך דא נאך 10 רעזאלטס וואס זענען נאך נישט אריינגעקומען, דאס מיינט אז ס'וועט נאך ווארשיינליך שטייגן אביסל.
אטעטשמענטס
Screenshot_20191213-010337~2.png
Screenshot_20191213-010337~2.png (120.31 KiB) געזען 3017 מאל
Screenshot_20191213-010355~2.png
Screenshot_20191213-010355~2.png (124.56 KiB) געזען 3017 מאל
Screenshot_20191213-010403~2.png
Screenshot_20191213-010403~2.png (107.01 KiB) געזען 3017 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

די פיינעל רעזולטאטן.

די קאנסערוועטיוון האבן אין א לענדסלייד באקומען א ריזיגע מעדזשאריטי, 365 בענקלעך, וואס דאס איז אן 80 זיצן אויבערהאנט אנטקעגן אלע אנדערע פארטייען צוזאמען!!!

די אנטיסעמיטישע לעיבאר פארטיי האט באקומען בלויז 203 זיצן, דאס איז 60 זיצן ווייניגער פון וויפיל זיי האבן באקומען ביי איין עלעקשען בעפאר.


די קאנסערוועטיוון האבן איבערגעפארבט צו בלוי גרויסע חלקים פון גרויס בריטאניע, צענדליגער טראדיציאנאלע לעיבאר זיצן זענען געפאלן פאר די קאנסערוועטיוון.

אין אנדערע ווערטער באדייט דאס אז דזשאנסאן וועי אדורכפירן די ברעקזיט דיעל אין די נעקסטע וואכן אזוי אײנס צוויי.
אטעטשמענטס
Screenshot_20191213-104241~2.png
Screenshot_20191213-104241~2.png (118.06 KiB) געזען 2924 מאל
Screenshot_20191213-104247~2.png
Screenshot_20191213-104247~2.png (123.28 KiB) געזען 2924 מאל
Screenshot_20191213-104313~2.png
Screenshot_20191213-104313~2.png (105.32 KiB) געזען 2928 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

מסתם צוריקבאקומען רוב זיצן וואס קארבין האט באקומען פאריגע מאל, אין א סורפרייז.

אינטערסאנט אבער, דער זשאנסאן האט לאק. ווייל לעצטע מאל (ווען מעי האט פאררופן) האט עס פונקט אזוי געקענט פאררעכנט ווערן ווי א רעפערענדום אויף ברעקזיט, און זיי (קאנסערוואטיווע פארטיי) האבן מיאוס פארלוירן, משא"כ דא.

-------
קומט אמאל אויס מ'זאל דארפן מאכן א קאאליציע דארט?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:מסתם צוריקבאקומען רוב זיצן וואס קארבין האט באקומען פאריגע מאל, אין א סורפרייז. ווייס איך נישט פון וואס איר רעדט, רוב פון די זיצן וואס זשאנסאן האט יעצט גענומען פון לעיבאר זענען אזעלכע וואס שטימען שוין פאר לעיבאר זינט - כאטשיג - די אכציגער יארן, און א שיין טייל פון זיי גייען פאר לעיבאר זינט זיי זענען ערפינדען געווארן, ד.ה. די לעצטע זיבעציג, אכציג, צו גאר הונדערט יאהר.

אינטערסאנט אבער, דער זשאנסאן האט לאק. ווייל לעצטע מאל (ווען מעי האט פאררופן) האט עס פונקט אזוי געקענט פאררעכנט ווערן ווי א רעפערענדום אויף ברעקזיט, און זיי (קאנסערוואטיווע פארטיי) האבן מיאוס פארלוירן, משא"כ דא. גראדע איז מעי געפרעגט געווארן די פראגע אין די נאכט פון די וואלן, אויף וואס זי האט נישט גע'ענטפערט געהעריג. אבער וואס זאל מען טון, מעי איז נישט געווען קיין גוטע קאמפיינער, אויסער וואס זי האט נישט די כאריזמע וואס זשאנסאן האט. בנוסף לזה, האבן מערערע קאנדידאטן וואס זענען געלאפן פאר לעיבאר דערציילט ווי מענטשן האבן זיי קלאר געזאגט - בשעת'ן ארום גיין קאמפיינען לאקאל ביי די היייזער - אז ווילאנג קארבין איז ביי די פירערשאפט קענען זיי נישט שטימען פאר לעיבאר (סיי צוליב די אנטי-סעמיטיזם וואס האט ארויסגעשפראצט זינט ער האט איבערגענומען די לייצעס, סיי צוליב זיינע אומקלארע ברעקזיט פלענער, סיי זיינע עקאנאמישע פאליסיס, סיי צוליב זיינע פארבינדונגען מיט טעראריסטן און אנדערע וואס האבן זיך געשלאגן מיט די בריטישע מלוכה)

-------
קומט אמאל אויס מ'זאל דארפן מאכן א קאאליציע דארט? מאכט זיך נישט אזוי אפט ווי אין אנדערע לענדער, די לעצטע מאל איז געווען אין די יארן פון תש"ע - תשע"ה וואס ס'איז געווען א קאאליציע פון די קאנסערוואטיוו'ס אינאיינעם מיט די "ליב-דעמ'ס", אבער די איינמאל פריער איז געווען אין די יארן פונעם צווייטן וועלט'ס קריג (וואס בעיסיקלי דורכאויס ביידע וועלט מלחמות איז געווען א קאאליציע, ווי אויך ביי די "גרעיט דעפרעשאן" איז געווען א "נעשאנעל יוניטי גאווערנמענט" צאמגעשטעלט פון אלע גרויסע פארטייען, אבער זינט 1946 איז געווען בלויז איין קאאליציע אין 2010-2015).
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

אינטערעסאנט אז אין ענגלאנד זענען די קאנסערוואטיוון בלוי און ליבעראלן רויט, פארקערט ווי אין אמעריקע.
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

חלהדעקל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז אין ענגלאנד זענען די קאנסערוואטיוון בלוי און ליבעראלן רויט, פארקערט ווי אין אמעריקע.


אין רוב וועלט זענען קאנעסרוואטיוון בלוי און ליבעראלן רויט, רויט איז אויך די סימבאל פון די עקסטרעם לינקע קאמיוניזעם
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

די קאמוניסטישע רוסלאנד און כינע נוצן אויך רויט פאר זייער פאן. אמעריקע פלעגט אויך זיין ווי די גאנצע וועלט ביז אין 1984.
טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ויפה »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
-------

קומט אמאל אויס מ'זאל דארפן מאכן א קאאליציע דארט? מאכט זיך נישט אזוי אפט ווי אין אנדערע לענדער, די לעצטע מאל איז געווען אין די יארן פון תש"ע - תשע"ה וואס ס'איז געווען א קאאליציע פון די קאנסערוואטיוו'ס אינאיינעם מיט די "ליב-דעמ'ס", אבער די איינמאל פריער איז געווען אין די יארן פונעם צווייטן וועלט'ס קריג (וואס בעיסיקלי דורכאויס ביידע וועלט מלחמות איז געווען א קאאליציע, ווי אויך ביי די "גרעיט דעפרעשאן" איז געווען א "נעשאנעל יוניטי גאווערנמענט" צאמגעשטעלט פון אלע גרויסע פארטייען, אבער זינט 1946 איז געווען בלויז איין קאאליציע אין 2010-2015).


אין די לעצטע וואלן 2017 האבן די קאנסערווארטיווע געהאט א קאאליציע מיט די DUP
מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

נישט געווען א קאליציע, בלויז א"קאנפידענס-ענד-סופליי" אפמאך.

בקיצור, א "קאאליציע" באדייט אז מ'גייט אינאיינעם פירן די רעגירונג, ביידע באקומען פאזיציעס אינעם קאבינעט, ביידע זענען פאראנטווארטליך פאר די שריט פונעם גאווערנמענט א.א.וו. א "קאנפידענס-ענד-סופליי" אפמאך באדייט אז ס'איז נישט א רעגירונג צוזאמגעשטעלט פון ביידע פארטייען - בלויז די קאנסערוואטיוו'ס האבן געפירט די רעגירונג, נאר בלויז ווען ס'קומט צו די גאר קריטישע אישוס דארט וועלן זיי סופארטן די רעגירונג, אבער אלע אנדערע זאכן קענען זיי וואוטן וויזוי זי ווילן.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

Lawmakers in the British Parliament voted overwhelmingly to approve Boris Johnson's Brexit Plan, the UK will leave the EU on January 31
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

די ענגלישע פארלימענט האט היינט מיט א שטארקע מערהייט פון 330-231 באשטעטיגט די ברעקזיט אגרימענט פארגעשלאגן דורך דזשאנסאן.

אינמיטן פאריגע חודש איז עס איז עס אדורך צום ערשטן מאל אין די הויז אוו קאמאנס וואס יענע אפשטימונג האט אפראווד די רולס וויאזוי מ'זאל אויפברענגן און דעבאטירן די ברעקזיט ביל.
יעצט איז עס אדורך די לעצטע פראצעדור אין די "האוז אוו קאמאנס" און עס איז געווארן באשטעטיקט.

נעקסט גייט עס צו די העכערע הויז אין די פארלימענט די "הויז אוו לארדס" ווי זיי קענען אמענדן די ביל און עס צוריקשיקן צו די האוז אוו קאמאנס דאס צו דעבאטירן, אבער זיי קענען נישט צוריקהאלטן און אנידער שטימען עני געזעץ וואס גייט אדורך אין די הויז אוו קאמאנס, זיי קענען בלויז זאגן א מיינונג...

אין אנדערע ווערטער, עס איז שוין כמעט זיכער אז ענגלאנד וועט זיך האלטן צו די יאנואר 31 דעדליין ארויסצוגיין פון די אי-יו.

כ'פארשטיי נישט פונקטליך וויאזוי ס'ארבעט אבער וויפיל כ'האב יא פארשטאנען איז די הויז אוו לארדס מער א טיטל אהן א מיטל, די לארדס ווערן נישט ערוועלט אין קיין עלעקשען נאר ווערן אפוינטעט פאר לעבנסלענגליכע טערמינען דורך די קעניגרייך אויף די גוטהייסונג פון די פריים מיניסטער, און זײ דינען ווי א טשעק און בעלענס אוו די הויז אוו קאמאנס, אבער ווי געזאגט קענען זיי נישט טוישן אדער צוריקהאלטן קיין שום ביל פון אדורכגיין.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

וואס מיך איז אינטערסאנט איז אז עס איז נאר געווען 330 בעד
לכאורה דזשאנסאן האט איבער 360 אין זיין פארטיי ד.מ. אז ער האט אין זיין פארטיי וואס זענען אקעגען דער ברעקזיט!
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
כ'פארשטיי נישט פונקטליך וויאזוי ס'ארבעט אבער וויפיל כ'האב יא פארשטאנען איז די הויז אוו לארדס מער א טיטל אהן א מיטל, די לארדס ווערן נישט ערוועלט אין קיין עלעקשען נאר ווערן אפוינטעט פאר לעבנסלענגליכע טערמינען דורך די קעניגרייך אויף די גוטהייסונג פון די פריים מיניסטער, און זײ דינען ווי א טשעק און בעלענס אוו די הויז אוו קאמאנס, אבער ווי געזאגט קענען זיי נישט טוישן אדער צוריקהאלטן קיין שום ביל פון אדורכגיין.


צו פארשטייען די house of lords דארף מען פארשטיין אז ענגלאנד איז נישט געבוירען געווארען א דעמעקראטיע, ס'איז געבוירען געווארען א קעניגרייך, ווי די קעניג האט געקענט טוהן וואס ער האט געוואלט. צוביסליך האט זיך ענגלאנד געריקט מער און מער צו דעמעקראטיע, אזוי אז היינט איז די קעניגען נישט מער ווי א פיגורהעד, אנפאנג האט די ענגלישע קעניג געהאט יועצים, זיינע נאנטע, ווי די קעניג'ס כח איז שוואכער געווארען האבן די יועצים באקומען א שטערקער כח, די יועצים זענען געווארען די house of lords, פון צייט צו צייט פלעגט די קעניג אויך רופן פארשטייער פון די פשוט'ער המון עם, צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן, נאר צו הערן זייער מיינונג, נישט צו געבן א כח, די פארשטייער זענען געווארען די house of commons. מיט די צייט האט די קאממענס, וועלעכע ווערען ערוויילט, באקומען מער און מער כח, און די לארדס, וועלעכע באשטייט פון גלחים, משפחה מיטגלידער פון די קעניג, און סתם יועצים פון די קעניג באקומען ווייניגער כח , אזוי אז היינט צו טאגס איז פונקט פארקערט, די קאממענס האט די גאנצע כח, און די לארדס קענען נישט מער ווי זאגן דעות.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יהלום האט געשריבן:וואס מיך איז אינטערסאנט איז אז עס איז נאר געווען 330 בעד
לכאורה דזשאנסאן האט איבער 360 אין זיין פארטיי ד.מ. אז ער האט אין זיין פארטיי וואס זענען אקעגען דער ברעקזיט!

ווי כ'האב פארשטאנען האבן אלע קאנסערוואטיוון געשטימט פאר די ביל, די איבעריגע 35 מיטגלידער זענען לכאורה נישט געווען אין פארלימענט, אזוי אויך געווענליך וועלן די פריים מיניסטער און קאבינעט מיניסטארן נישט שטימען.

די פארלימענט באשטייט פון 650 זיצן, בלויז 561 האבן געשטימט.
נאך מער די אלע אנדערע אפאזיציע פארטייען צוזאמען האבן 285 זיצן, בלויז 231 האבן געשטימט דערקעגן...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

די אויבערשטע הויז אין די בריטישע פארלאמענט, גערופן די הויז אוו לארדס, געשטימט און באשטעטיגט באריס דזשאנסאן'ס ברעקזיט דיעל, אבער נישט בעפאר זיי האבן צוגעטשעפעט דערצו 5 אמענדמענטס וואס די רעגירונג האט געהאט אפגעווארפן בעפאר.

די ביל איז צוריק צו די אונטערשטע הויז, די הויז אוו קאמאנס ווי די קאנסערוועטיוון האבן היינט אינדערפרי אנידערגעשטימט אלע 5 אמענדמענטס מיט א ריזיגע מערהייט, אוו צוריקגעשיקט די ביל צו די לארדס.

די לארדס זענען געווען זייער באליידיגט אז מ'האט זיך נישט גערעכנט מיט זייער שטימע, אבער אין די ענדע האבן זיי אויפגעגעבן און באשטעטיגט די ביל אהן קיין שום אמענדמענטס.

די ברעקזיט ביל ווארט יעצט נאר פאר די צערעמאניאלע אונטערשריפט פון די ענגלישע קעניגין.


----
די ליבעראלן האבן א מערהייט אין די אויבערשטע הויז, אבער ווי געשמועסט ווערן די לארדס/פּיערס נישט ערוויילט אין קיין עלעקשען נאר ווערן אפוינטעט פאר לעבנסלענגליכע טערמינען דורך די קעניגרייך אויף די גוטהייסונג פון די פריים מיניסטער, און זײ דינען ווי א טשעק און בעלענס אוו די הויז אוו קאמאנס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

א דאנק פאר די באריכט.

פאראינטערסירט האט געשריבן:די לארדס זענען געווען זייער באליידיגט אז מ'האט זיך נישט גערעכנט מיט זייער שטימע, אבער אין די ענדע האבן זיי אויפגעגעבן און באשטעטיגט די ביל אהן קיין שום אמענדמענטס.

וואס איז טאקע פשט, זיי האבן נישט געקענט טרעפן עפעס א קליינע טויש אז עס זאל הייסן נאכגעגעבן?
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

רואיג! האט געשריבן:א דאנק פאר די באריכט.

פאראינטערסירט האט געשריבן:די לארדס זענען געווען זייער באליידיגט אז מ'האט זיך נישט גערעכנט מיט זייער שטימע, אבער אין די ענדע האבן זיי אויפגעגעבן און באשטעטיגט די ביל אהן קיין שום אמענדמענטס.

וואס איז טאקע פשט, זיי האבן נישט געקענט טרעפן עפעס א קליינע טויש אז עס זאל הייסן נאכגעגעבן?

ווי געזאגט כ'קען מיך נישט גוט אויס מיט די בריטישע גאווערמענט סיסטעם, אבער ווי כ'פארשטיי איז עס וויבאלד די לארדס/פּיערס זענען דאך נישט קיין פאלק ערוויילטע רעפרעזענטעטיווס, משא"כ די מעמבערס אוו פארלימענט/קאמאנס זענען יא, און אז זיי האבן מיט א מערהייט פון כמעט 90 שטימען באשלאסן נישט נאכצוגעבן גארנישט פאר די פּיערס, האבן די פּיערס נישט געהאט קיין ברירה זיי האבן נישט געקענט אזוי אפן ארויסקומען אנטקעגן די ווילן פון די פאלק.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”