נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ברעיקינג: עס ווערט היינט געמאלדן אז פרעמיער זשאנסאן איז זיך אדורכגעקומען מיט די אייראפע'אישע פירער אויף אן אפמאך איבער ברעקזיט. די אפמאך האט באקומען די צושטימונג פון איירלאנד און אויך אלע אנדערע לענדער, יעצט בלייבט איבער פאר די פארליאמענט - סיי אין ענגלאנד, סיי אין די "אייראפעאישע פארליאמענט" - צו באשטעטיגן (ראטיפיצרן) די אפמאך פאר עס קען אריינגיין אין קראפט.

אין די בריטישע פארליאמענט איז ערוואטערט אז פרעמיער באריס זשאנסאן וועט זיך מוטשען מיט גאר שטארקע קעגנערשאפט, ווען די נארט-איירישע די.יו.פי. פארטיי - וואס האט א סופליי-און-קאנפידענס אפמאך מיט די קאנסערוואטיווען - האט געמאלדן אפן און גראב אז זיי וועלן שטימען קעגן די אפמאך. ווי אויך הערט מען פון געוויסע לעיבאר פאליטיקאנטן וואס זעענען ארויסגעקומען גאר שארף קעגן די יעצטיגע אפמאך, עס פארשרייענדיג אלס ערגער פון פרוי מעי'ס אפמאך, וואס איז אנידערגעשטימט געווארן אין דריי באזונדערע פעלער.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אין אנדערע נייעס, האט זשאו מאוהעם, א באקאנטער אנטי-ברעקזיט קאמפיינער, אריינגעגעבן א קלאגע אין סקאטישן געריכט אקעגן זשאנסאן'ס אפמאך מיט די אי.יו. מאוהעם טענה'ט אז די גאנצע אפמאך דארף ווערן דערקלערט אלס אומלעגאל, צוליב וואס אונטער די אפמאך וועלן צוקומען קאסטומס אונטערזוכונגען צווישן נארטערן-איירלענד און די איבעריגע טייל פון די יו.קעי., א זאך וואס איז אויסדרוקליך פארבאטן געווארן דורכן פארליאמענט אין די "טעקסעישאן אקט" (סעקשאן 55).
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

וואס איז די ראשי פרקים פון די נייע אפמאך?
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אלעקסיי יישר כוח פאר דיינע שטענדיגע קלארע אפדעיטס.

פארגאנגענעם שבת איז געווען אן היסטאריש פארלימענט סעסיע (די לעצטע מאל ס'געווען א סעסיע אום שבת איז געווען 36 יאר צוריק...!) נאכדעם וואס דזשאנסאן האט ארויסגעלייגט די נייע דיעל פאר אן אפשטימונג.
אבער ער איז אדורכגעפאלן אינעם פארלימענט נאכדעם וואס די פארלימענט האט קודם שמאלערהייט אפראווד אן אמענדמענט וואס פארלאנגט אז די דיעל זאל קודם דארפן אדורכגיין אלע לעגיסלאציע שטאפלן בעפאר ברעקזיט, אזאך וואס איז כמעט אוממעגליך צו געשעהן בעפאר די דעדליין פון אקטאבער 31,

אלץ רעזולטאט איז דזשאנסאן געווען געצווינגן צו שיקן א בריוו צו די אייראפעאישע פאראיין און בעטן פאר פארלענגערונג.
און ער האט עס טאקע געטוהן, ער האט געשיקט א קאפי פון די בריוו וואס די פארלימענט האט געשריבן, אבער ער האט עס נישט אונטערגעשריבן... ווי אויך האט ער געשיקט צוזאמען מיט דעם א צווייטער בריוו אין וואס ער איז מסביר אז ער האט געדארפט שיקן דעם ערשטן בריוו צוליב די געזעץ, אבער ער בעט די אייראפעאישע לענדער אז מ'זאל נישט פארלענגערן די דעדליין, נאר אנשטאט זאלן זיי פרעשורן די פארלימענט מעמבער'ס צו אימפלימענטירן די ביל בעפארן יעצטיגן דעדליין.
ער זאגט אז מ'דארף זעהן אז ברעקזיט זאל שוין ענדליך געשעהן, און אזוי וועט מען קענען אנהייבן צו פאוקעסן אויף אנדערע גאר וויכטיגע אישוס פאר די וואוילזיין פון די איינוואוינער אין די לענדער.


היינט האט דזשאנסאן צום ערשטן מאל ארויפגעברענגט אינעם האוז אוו קאמאנס זיין איבערגעמאכטע דיעל פאר א וואויט נאכדעם וואס מ'האט עס נישט אויפגעברענגט שבת צוליב אן אומגינסטיגער אמענדמענט וואס איז געווען צוגעטשעפעט דערצו.
די דיעל איז אדורך אינעם פארלימענט פארן צווייטן ריעדינג, אבער די פארלימענט האט אפגעווארפן די פארלאנג פון די גאווערמענט צו לימיטען די דיבעיט צייט אויפן ביל צו בלויז 3 טעג.


יעצט ווארט מען צו הערן וואס די אייראפעער האבן באשלאסן איבער פארלענגערן די דעדליין.


דאס איז מער ווייניגער אלעס אויבערפלעכליך, און מיר וועלן ווארטן אויף אלעקסיי אויף מער א דעטאלירטע און קלארערע באריכט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

דזשאנסאן וויל פארופן פרישע וואלן אויף דעצעמבער 12.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

NEW: Labour will REJECT the PM's offer of an early election. Jeremy Corbyn will announce tonight. Comes following an emergency meeting of his Shadow Cabinet.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

די אי-יו פארשטייער האבן זיך היינט אינדערפרי געטראפן איבערצושמועסן אויב זיי זאלן געבן אן עקסטענשאן און דילעיען די ברעקזיט דעדליין.


די אי-יו לענדער ווילן שוין זעהן ענגלאנד אינדעראויסן פונעם פאראיין, אבער קיינער וויל נישט זיין דער וואס מ'זאל קענען בלעימען אין א נאו דיעל ברעקזיט.
זיי האבן אלע צוזאמען באשלאסן צו געבן א פארלענגערונג, אבער זיי זענען געבליבן צוטיילט מיט די פראגע אויף ווי לאנג די עקסטענשאן זאל זיין,
יעדער האט מסכים געווען אויף א דריי חדשים פארלענגערונג מיט אן אפשען פאר ענגלאנד ארויסצוגיין פריער אויב זיי אפראוון די דיעל, א חוץ פראנקרייך וואס וויל נישט געבן אזא לאנגע עקסטענשאן נאר וויל ליבערשט געבן א פארלענגערונג פון בלויז עטליכע וואכן צו א מאקסימום פון א חודש.

אויף צו אנציען די נערווען און לערנען די ענגלענדער טאנצן... האבן זיי באשלאסן זיך צוזאמען צוקומען קומענדיגע דינסטאג צוויי טעג בעפאר די דעדליין און דעמאלטס קומען צו אן החלטה..
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

די אי.יו. גייט שוין נישט פארלירן פון דעם, די איינציגסטע וואס גייען פארלירן זענען די ענגלענדער וואס גייען דארפן ווארטן אין די אייראפעאישע לופטפעלדער סאאאך לענדער וכדומה.. ווי אויך אז זיי האבן נישט קיין געהעריגע גאווערמענט פירערשאפט..
אחוץ אז זיי האבן דאס געטוען מיטן חשבון אז מ'גייט צוריק אנפאנגען צו געבן טויט שטראף...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

צוויי בריטישע אפאזיציע פארטייען האבן נעכטן געזאגט, אז מען זאל דורכפירן די פרישע נאציאנאלע וואלן נאך פריער ווי פרעמיער מיניסטער דזשאנסאן האט געוואלט, וויבאלד זיי ווילן זיכער מאכן אז ענגלאנד פארלאזט נישט דעם אייראפעאישן יוניאן אנדעם וואס עס זאל זיין א ברעקזיט אפמאך אין אפעקט. די "סקאטיש נאציאנאל פארטיי" און די "ליבעראלע דעמאקראטן" זאגן אז די וואלן זאלן פארקומען דעצעמבער 9, דריי טעג פריער ווי דזשאנסאן האט פארגעשלאגן, און זיי ווילן מ'זאל אפשיבן דעם ברעקזיט דאטום צו יאנואר 31, אזוי אז ס'זאל זיין צייט נאך די וואלן צו באשטעטיגן א ברעקזיט אפמאך.

איך דעלי
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אין א שטארקע קלאפ פאר דזשאנסאן זענען די אי-יו מיטגלידער איינגעגאנגען אויף אן עקסטענשאן אויף ביז יאנואר 31, מיט אן אפשען פאר ענגלאנד ארויסצוגיין פריער אויב זיי אפראוון די גירושין דיעל.

אין אנדערע ווערטער, דזשאנסאן'ס סיגנעטור פאליסי פון ארויסגיין אקטאבער 31 due or die, איז דורכגעפאלן.



אין אנדערע נייעס קומט פאר היינט אן אפשטימונג אינעם ענגלישע פארלימענט איבער פארשלאג פון דזשאנסאן אז מ'וועט פאררופן פרישע גענעראלע וואלן אויף דעצעמבער 12 מיטן תנאי אז די פארלימענט מעמבער'ס זענען מסכים צו געצוימטע עטליכע טעג צו דעבאטירן זיין דיעל וואס איז שוין אפראווד געווארן אינעם פארלימענט פארן ערשטן רידינג.
ער האפט אז יעצט וועט עס אדורכגיין וויבאלד די עיקר טענה אנטקעגן א פרישע עלעקשען איז געווען אז קודם זאל מען זיין פארזיכערט אנטקעגן א נאו דיעל ברעקזיט, אבער יעצט מיט די עקסטענשאן וועלן זיי יא מסכים זיין.

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:.

אלעסקיי, וואו ביסטו? פארוואס ווילן די צוויי אפאזיציע פארטייען פריערדיגע וואלן?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ס'קומט אלגעמיינע וואלן דעצעמבער 12. קארבין האט איינגעשטימט פאר וואלן נאך די אי.יו. האט איינגעשטימט צו פארלאנגען די ברעקזיט פהאנדלונגען ביז מיטן יאנואר.

BREAKING: Britain set for December poll as Corbyn lifts Labour's opposition to early election bill - live news https://t.co/z2uLbnEwdY
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ווי די פאולס זאגן יעצט,שטייט די "קאנסערוואטיוו'ס" פארטיי ביי ארום 38%, מיט ארום 28% פאר די "לעיבאר" פארטיי, נאך 15-20% פאר די "ליבעראל-דעמאקראט'ס", מיט די איבעריגע צוטיילט צווישן אנדערע קלענערע פארטייען.

אין נומערן פון זיצן אין די קומענדיגע פארליאמענט, ווערט געשאצט - דורך "עלעקטאראל קאלקולוס" - ווי פאלגענד: 350 זיצן פאר די "קאנסערוואטיוו'ס", 213 פאר "לעיבאר" בערך 20 פאר די "ליב-דעמ'ס", און די איבעריגע צוטיילט צווישן די קלענרע און/אדער ראיאנאלע פארטייען (ווי למשל, די "סקאטיש נעשאנאל פארטי" וואס זיי באקומען 45 זיצן, אבער זיי לויפן בלויז אין סקאטלאנד).
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

לאנדאן – די בריטישע מידיא שטורעמט מיט א באריכט וועלכע איז ארויסגערינען פונעם פארלאמענט, וואס צייגט אז רוסישע שריט און איינפלוס האט מעגליך אפעקטירט דעם ברעקזיט רעפערענדום וואס איז דורכגעפירט געווארן אין יאר 16', אבער דער גענויער אימפאקט פון רוסלאנד'ס שריט זענען נישט קלאר. די ארטיגע מידיא שטעלט פראגעס איבער פארוואס דער פארלאמענט האלט דעם באריכט אין געהיים, און אנדערע ברענגען אויף זארג אז רוסלאנד וועט זיך ענליך מישן אין די בריטישע וואלן אין דעצעמבער.
איד דעילי

זעה איך אז די נייע סטייל איז ווען די פאלק וועלט נישט דאס וואס די אזויגערופענע עליטיסט ווילן באשילדיגט מען רוסלאנד אנשטאט איינזען אז נישט אלעמאל איז רוסלאנד שילדוג נאר אז זיי האבן נישט די עולם אין טאש
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

עציץ נקוב האט געשריבן:לאנדאן – די בריטישע מידיא שטורעמט מיט א באריכט וועלכע איז ארויסגערינען פונעם פארלאמענט, וואס צייגט אז רוסישע שריט און איינפלוס האט מעגליך אפעקטירט דעם ברעקזיט רעפערענדום וואס איז דורכגעפירט געווארן אין יאר 16', אבער דער גענויער אימפאקט פון רוסלאנד'ס שריט זענען נישט קלאר. די ארטיגע מידיא שטעלט פראגעס איבער פארוואס דער פארלאמענט האלט דעם באריכט אין געהיים, און אנדערע ברענגען אויף זארג אז רוסלאנד וועט זיך ענליך מישן אין די בריטישע וואלן אין דעצעמבער.
איד דעילי

זעה איך אז די נייע סטייל איז ווען די פאלק וועלט נישט דאס וואס די אזויגערופענע עליטיסט ווילן באשילדיגט מען רוסלאנד אנשטאט איינזען אז נישט אלעמאל איז רוסלאנד שילדוג נאר אז זיי האבן נישט די עולם אין טאש

נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'געט נישט ארויס באריכטן פאר די וואלן. אין 1997 איז געווען אן אויספארשונג אויף געוויסע מיגלידער פונעם פארליאמענט, און מ'האט דעמאלט פאררופן וואלן אויף נישט צו דארפן ארויסגעבן די באריכט...

אבער דיין צווייטע פאראגראף איז דאך אזוי ריכטיג, אויך אין אמעריקא.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאלט אייך נישט ביי אז פוטין מישט פשוט אין וואלן, הן דא והן דארט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

גראדע, ס'פאלט מיר יא ביי, פונקט ווי ס'איז בייגעפאלן פאר טראמפ אז אוקריינא ווייסט פון עפעס א סערווער
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין נומערן פון זיצן אין די קומענדיגע פארליאמענט, ווערט געשאצט - דורך "עלעקטאראל קאלקולוס" - ווי פאלגענד: 350 זיצן פאר די "קאנסערוואטיוו'ס", 213 פאר "לעיבאר" בערך 20 פאר די "ליב-דעמ'ס", און די איבעריגע צוטיילט צווישן די קלענרע און/אדער ראיאנאלע פארטייען (ווי למשל, די "סקאטיש נעשאנאל פארטי" וואס זיי באקומען 45 זיצן, אבער זיי לויפן בלויז אין סקאטלאנד).

היינט, מאנטאג, שאצן זיי פאר ווי פאלגענד:
דריי-הונדערט-איין-און-זעכציג (361) זיצן פאר די "קאנסוואטיוו" פארטיי
צוויי-הונדערט-און-איין (201) זיצן פאר די "לעיבאר" פארטיי
זעקס-און-פערציג (46) זיצן פאר די סקאטישע "סקאטישע נאציאנאלע פארטיי" (עס.ען.פי.)
ניינצן (19) פאר די פרא אי.יו. "ליבעראל-דעמאקראט'ס" פארטיי
די איבעריגע צוואנציג זיצן צוטיילט צווישן אנדערע קלענערע ראיאנאלע פארטייען פון וועילס און/אדער צפון-איירלאנד.
אווער נייט קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אווער נייט קוגעל »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין נומערן פון זיצן אין די קומענדיגע פארליאמענט, ווערט געשאצט - דורך "עלעקטאראל קאלקולוס" - ווי פאלגענד: 350 זיצן פאר די "קאנסערוואטיוו'ס", 213 פאר "לעיבאר" בערך 20 פאר די "ליב-דעמ'ס", און די איבעריגע צוטיילט צווישן די קלענרע און/אדער ראיאנאלע פארטייען (ווי למשל, די "סקאטיש נעשאנאל פארטי" וואס זיי באקומען 45 זיצן, אבער זיי לויפן בלויז אין סקאטלאנד).

היינט, מאנטאג, שאצן זיי פאר ווי פאלגענד:
דריי-הונדערט-איין-און-זעכציג (361) זיצן פאר די "קאנסוואטיוו" פארטיי
צוויי-הונדערט-און-איין (201) זיצן פאר די "לעיבאר" פארטיי
זעקס-און-פערציג (46) זיצן פאר די סקאטישע "סקאטישע נאציאנאלע פארטיי" (עס.ען.פי.)
ניינצן (19) פאר די פרא אי.יו. "ליבעראל-דעמאקראט'ס" פארטיי
די איבעריגע צוואנציג זיצן צוטיילט צווישן אנדערע קלענערע ראיאנאלע פארטייען פון וועילס און/אדער צפון-איירלאנד.


?What are the numbers in the current parliament
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אווער נייט קוגעל האט געשריבן:?What are the numbers in the current parliament

יעצט אויפן מינוט איז נישט דא קיין פארליאמענט, ס'ווערט גענצליך אויפגעלעזט פאר די וואלן.

אבער אין די לעצטע פארליאמענט, איז געווען דריי-הונדערט-אכצן (318) פאר די קאנסערוואטיוון, וואס ארום צעהן (10) זענען געווארן ארויסגעווארפן פון די פארטיי און נאך עטליכע האבן דעפעקטירט צו אנדערע פארטייען. די "לעיבאר" פארטיי האט געהאט ארום צוויי-הונדערט-זעכציג (260) זיצן, אויך געוויסע וואס האבן דעפקטירט פון זיי. די "ליבעראל-דעמאקראט'ס" האבן געהאט בלויז צוועלף (12) זיצן. די סקאטישע "עס.ען.פי." האט געהאט פינף-און-דרייסיג (35) זיצן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער פירער פון די לעיבאר פארטיי אין ענגלאנד, דזשערעמי קארבין, איז ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג אז די יעצטיגע קאנסערוואטיווע רעגירונג פירט שוין א לענגערע צייט געהיימע געשפרעכן מיט אמעריקע, אויסצוארבעטן וויאזוי האנדל צווישן אמעריקע און ענגלאנד וועט ארבעטן נאכדעם וואס דער ברעקזיט גייט אריין אין אפעקט.

קארבין זאגט אז צווישן די דעטאלן פון א פאטענציעלע דיעל, איז דאס אז ענגלאנד וועט ערלויבן אמעריקאנער פארמאסוטיקל פירמעס מער קאנטראל און אנוועזנהייט אין די בריטישע העלט קעיר מארקעטס.

איד דעילי

---------------------

איך קען מיך נישט צו גוט אויס אין די ענגלישע פאליטיק, אבער מיר קוקט אויס פאני צו קריטיקירן עפעס וואס גייט ברענגען נוצן פאר'ן לאנד.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אין ווייניגער ווי א שעה ארום שפארן זיך די שטים בודקעס אין ענגלאנד.

ס'איז ערווארטעט אז די קאנסערוועטיוון וועלן אנהאלטן און גאר פארגרעסערן די קאנטראל פון די האוז אוו קאמאנס, אבער אין די לעצטע צוויי דריי וואכן האט זיך זייער אויבערהאנט פארשמעלערט אין די אנקעטעס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

פארמאכט די שטום בודקעס. exit polls ווייזען אז jhonson געווינט מיט 86 זיץ מערהייט. אפילו די polls זענען נישט ריכטיג געווינט נאך אלץ דזשאונסען.

דרך אגב די וואלען האבן נישט קיין באזונדערע אשכול?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הויעך האט געשריבן:עקזיט פאוילס ווייזען אז
באריס דזשאנסאן'ס קאנסערוועטיווע פארטיי געווינט 368 (+51)
קארבינ'ס לעיבאר פארטיי 191 (-71)

שוין איבערגעמאכט די פראזשעקשאנ'ס ווי פאלגענד:
קאנסערוואטיוו'ס - 357
לעיבאר - 201
עס.ען.פי. - 55
ליבראל דעמאקראט'ס - 13
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”