בלאט 14 פון 43

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: מיטוואך מארטש 17, 2021 10:32 am
דורך הכל הבל
די רעפובליקאנע קאנטראלירטע סענאט אין קענטאקי האט באשטעטיגט א ביל וועלכע וועט באצייכענען אלץ מיסדימינאר פאר ווועלכע מען קען באקומען ביז 90 טאג טורמע, דאס זיך רייצן און טשעפען מיט פאליציי אפיצירן אפילו בלויז מונדליך
זיי קאנטראלירן ביידע הייזער מיט סופער מאיאריטעטן אבער גאווערנאר ענדי באשאר איז א דעמאקראט
טייל רעפובליקאנער האבן געשטימט אקעגן די ביל זייענדיג באזארגט אז טיילן דערפון וועלן פארלעצן ערשטע אמענדמענט רעכטן אבער האבן אויסגעדרוקט האפענונג אז אן אמענדירטע ביל אינעם רעפרעזענטאטן הויז וועט פאררעכטן די פראבלעמען דערין

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: זונטאג מארטש 21, 2021 1:46 pm
דורך הכל הבל
פעדעראלע פראקורארן געזעצט גרענד דזשורי אריינצוקוקן אין מעגליכע שטייער און קאמפיין פינאנץ פארלעצונגען פון באלטימאר סיטי קאונסיל פרעזידענט ניק מאסבי ואשתו וועלכע איז די סטעיט אטוירני דזשענעראל אין די סטעיט

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2021 10:07 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
עלוואסטאן, אילינאוי, געווארן די ערשטע מינוציפאליטעט אין לאנד צו איינשטעלן א רעפארעישאנס פראגראם, אין די ווערד פון 10 מיליאן דאללער.
Screenshot 2021-03-23 020151.jpg
Screenshot 2021-03-23 020151.jpg (69.83 KiB) געזען 2713 מאל

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: מיטוואך מארטש 24, 2021 11:02 pm
דורך גיי פארשטיי
ממנו יראו וכן לא יעשו!

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 25, 2021 8:07 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
זשארזשיע גאווערנאר ברייען קעמפ האט היינט אונטערגעשריבן א גאר ברייטע וואל-רעפארם געזעץ.

צווישן אנדערע טוט די נייע געזעץ:
פארלאנגען אז קאונטיס זאלן מוזן צושטעלן אן אפציע פון שטימען פריער פון די וואל טאג.
שניידן די צייט אפשניט וואס וויילער קענען פארלאנגען עבסענטי בעללאטס.
ארויפשטעלן פרישע וואוטער איי.די. פארלאנגען ביים נוצן עבסענטי בעללאטס.
עס ערלויבט סטעיט באאמטע זאלן איבערנעמען קאנטראל פון לאקאלע עלעקשאן באורדס.
עס טוט צוימען די באנוץ פון דראפ באקסעס וואו מ'קען איבערלאזן די שטים צעטל.
עס שניידט די צייט אפשניט צווישן די נאוועמבער וואלן ביז די ראנאף וואלן - פון די יעצטיגע ניין וואכן ווערט עס געשניטן אויף פיר וואכן.
עס פארבאט דאס צוגיין צו וויילער וואס ווארטן אפצוגעבן זייער שטימע, אפילו אויב בלויז אויף צו טיילן עסן און טרינקען.
און עס טוט ערזעצן די פאר זיצער פון די סטעיט עלעקשאן באורד - ביז יעצט איז דאס געווען די ארטיגע סעקראטערי אוו סטעיט, די נייע געזעץ באשטימט פאר די פאזיציע איינער וועם די לעגיסלאטור טוט אויסקלויבן.

דאס איז די ערשטע באשטעטיגטע -רעפובליקאנע ווערסיע- וואל רעפארם געזעץ איבער'ן לאנד אין רעזולטאט/רעאקציע צו די פארלאפענע וואלן.

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: פרייטאג מארטש 26, 2021 12:32 pm
דורך צוקער וואסער
יישר כח פאר די באריכט.

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 10:26 am
דורך הכל הבל
די פראמינענטע "60 מינוט" פראגראם פון סי בי עס קומט אונטער קריטיק פון רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך הויפטזעכטליך פון פלארידא נאכן ווידמען זייער וועכנטליכע פראגראם צו דעקן א גאר שארפע באשולדיגונג אקעגן גאווערנאר ראן דסאנטיס
די באשולדיגונג לויטעט אז עטליכע וואן בעפאר די סטעיט האט געשלאסן א דיסטריביוציע אפמאך מיט די גראסערי נעץ פובליקס האט דסאנטיס ערהאלטן ביישטייערונגען פון 100 טויזנט דאלער פאר זיין קאמפיין
עס איז געווארן ארויסגעברענגט אז אנדערע גרויסע פארמאסי נעצן האבן באקומען אזא יעל בעפאר פובליקס און פובליקס איז די גרעסטע עסן געשעפט נעת\ץ מיט 800 לאקאלן וועלכע נעמען אלע אריין א פארמאסי און עס איז דעריבער זיער אין פלאץ אז זיי זאלן פארשפרייטן די וואקסין
פובליקס האט אויך בייגעשטייערט פאר א גרויסע לינקע גרופע און פאר א רייע דעמאקראטישע סענאט קאנדידאטן
אויך האט סי בי עס אויפגעשפילט די רעאקציע פון דסאנטיס צו די באשולדיגונג וועלכע זאגט אז די געשיכטע איז פארפירעריש און סי בי עס צייגט אן אז דסאנטיס ווארפט איינפאך אפ די פאקן אן ערקלערן פארוואס זיי זענען פאלש
אין פאקט האט אבער דסאנטיס יא פארגעזעצט צו מאכן א רייע פונקטן אבער סי בי עס האט בלויז אויפגעשפילט די ערשטע 11 ווערטער זיינע און זיך פארהוילן פון די נאכפאלגענדע

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 12:36 pm
דורך תנא-קמא
Texas Gov. Greg Abbott (R) on Monday issued an executive order prohibiting so-called "vaccine passports," saying a system to track those who have been inoculated against COVID-19 infringes on citizens' rights

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: מאנטאג אפריל 12, 2021 10:30 am
דורך הכל הבל
אין וועסט ווירדזשיניע האט גאווערנאר דזשאסטין פארגעשלאגן א איינקופט שטייער שניט און די לעגיסלאטור האט עס אצינד אפגעווארפן מיט 0-100

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: מיטוואך אפריל 14, 2021 9:09 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
געזעצגעבער אין אלאבאמע שלאגן פאר א געזעץ צו נוצן די קאנפעדרעיט שטייער אויף צו ארויסהויבן די היסטאריע פון שווארצע.

אלאבאמע פארמאגט א שטייער -איינגעשטעלט אין די יארן נאך די ציווילע קריג- אנגעבליך אויף צו קענען צאלן א פענסיע פאר געוועזענע זעלנער אין די קאנפעדערעיט ארמיי. טראץ וואס די לעצטע זעלנער וואס האבן געקעמפט אין די קריג זענען שוין פון לאנג געשטארבן -אין יאר 1934- האלט נאך די שטייער ביז צום היינטיגן טאג, און די געלטער ווערן גענוצט אויף פארשיגענארטיגע צוועקן. אונטער די יעצטיגע געזץ ווערט יערליך געשאנקן איין פערצענט פון די איינקונפט פון די ספעציעלע שטייער ספעציפיש אויף צו אויסהאלטן די "קאנפעדערעיט מעמאריעל פארק" אוועקגעשטעלט אין 1964 אין עהרע פון די וואס האבן געקעמפט ביים בירגער קריג.

יעצט ווילן די געזעצגעבער -דעמאקראט באבי סינגעלטאן און רעפובליקאנע קלייד שעמבליס- פארשלאגן א געזעץ וואס וועט צווינגען די סטעיט צו אויסגעבן די זעלבע סומע אויף פלעצער וואס פראמאוטען די היסטאריע פון שווארצע איינוואוינער אין די סטעיט.

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 4:15 pm
דורך רוסישע פרינץ
אוקלעהאומע גאווערנאר קעווין סטיט אונטערגעשירבן א געזעץ וואס טוט באשיצן דרייווער וואס טוען אומוועלענדיג שעדיגן אדער אומברענגען ראיאטירער אין די צייט וואס זיי "אנטלויפן פון די סצענע וואו עס קומט פאר די ראיאט".

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 24, 2021 7:33 pm
דורך רוסישע פרינץ
מאנטאנע רעפובליקאנער גאווערנאר גרעג זשיאנפארטי אונטערגעשריבן א געזעץ וואס פארבאט לאקאלע און סטעיט געזעץ פארסירער פון מיטארבעטן מיט פעדעראלע אגענטורן איבער גאן קאנטראל.

דאס קומט א קורצע צייט נאך וואס דער פרעזידענט האט געמאלדן פארשידענע עקזעקיוטיווע שריט דערוועגן, און אין די צייט וואס מאנכע פארפירן אז קאנגרעס זאל נעמען לעגיסלאטיווע שריט אין די זעלבע ריכטונג.

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 27, 2021 5:06 pm
דורך הכל הבל
אין איידעהאו האט זיך דער גאווערנאר ליטעל ארויסגעכאפט פון די סטעיט פאר א וויילע און לויטן געזעץ נעמט דער ליוטענאנט גאווערנאר איבער די רעגירונג פונקציעס
האבנדיג די לייצעס אין די האנט האט דער ליוטענאנט ארויסגעגעבן א פארבאט צו פארלאנגען פון מענטשן צו גיין מיט מאסקעס

שטעלט זיך ארויס אז ער האט נישט איינגעמאלדן דעם גאווערנאר אז ער האלט ביים נעמען אזעלכע שריט אויף די אייגענע האנט

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2021 8:09 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג שלח

א לעבעדיגע נאכט איז אריבער אויף טעקסאס ווען דעמאקראטן האבן אויף צייטווייליג פארשלעפט דאס באשטעטיגן א רעפובליקאנע וואל רעפארם געזעץ.

. . . .

דעמאקראטן אין די הויז האבן פרובירט אויסצונוצן יעדע מיטל צו זייער דעספאזיציע צו פארשלעפן די אפשטימונג, און זאכן זענען געווארן אינטערסאנט ווען דער רעפובליקאנער ספיקער האט זיך אראפגעזעצט פאר לענגערע פארהאנדלונגען מיט דעמאקראטן וועלכע איז געווען מערקווירדיג זינט עס איז אנגענומען אז רעפובליקאנער האבן די שטימען.

נאך עטליכע שטונדן איז געקומען די קלימאקס ווען דעמאקראטן האבן זיך איינפאך אויפגעהויבן און ארויסשפאצירט פון זאל, איבערלאזנדיג די רעפובליקאנער מיטן צונג אינדרויסן -צוליב וואס זיי האבן יעצט נישט פארמאגט די מינימום פארלאנגטע צאל געזעצגעבער אין די געביידע צו קענען דורכפירן לעגיסלאטיווע ארבעט- און איז געקומען נאך אינסטרוקציעס פון קריס טורנער, די הויז דעמאקראטישע פארזיצער, וועלכע האט פארארדנט זיינע קאלעגן צו נעמען זייערע שליסלען און זיך ארויסשליייכן פון די געביידע יעדער פאר זיך ביחידות און נישט פער גרעסערע גרופעס און נישט אדורכגיין די גאלערי צו פארמיידן ווי ווייט מעגליך פון שאפן א טומל.

מאנכע האבן זיך געוואונדערט אז עס איז זייער מסתבר אז דעמאקראטן האבן געווארנט דעם ספיקער אז זיי וועלן נעמען די ריכטונג דורכאויס זייער געשפרעך מיט אים און געפרעגט פארוואס דער ספיקער האט עס ערלויבט זינט עס איז אין זיין אויטאריטעט אריינצורופן לאו ענפארסמענט זיי נישט ארויסצולאזן בעפאר אן אפשטימונג.

רעפובליקאנער קענען נאכאלץ באשטעטיגן זייער ביל דורכ'ן פאררופן א ספעציעלע לעגיסלאטיווע סעסיע

גאווערנאר עבבאט זאגט אז אין רעאקציע וועט ער וועטאירן ארטיקל 10 פון די סטעיט בוזשעט.

"ארטיקל 10 שטעלט צו געלטער פאר די לעגיסלאטיווע צווייג. נישטא קיינע געלטער פאר אזעלכע וואס לאזן איבער זייערע פליכטן".

אויך זאגט ער אז ער ערווארטערט די געזעצגעבער זאלן האבן אויסגעארבעט זייערע דיפרענצן נאך איידער זיי קומען צוריק פאר א ספעציעלע סעסיע.

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: זונטאג יוני 06, 2021 8:08 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
געוועזענע אלאבאמע גאווערנאר זשאן פעטטערסאן איז געשטארבן אין עלטער פון 99 יאר.

פעטטערסאן האט געדינט אלס אטוירני זשענעראל אין די סטעיט אין די יארן 1955-1959, נאך וואס זיין טאטע -וואס איז געלאפן פאר די פאזיציע- איז ערמארדעט געווארן דורכאויס די קאמפיין סעזאן.

אין 1959 איז פעטטערסאן געווארן ערוועלט אלס גאווערנאר אין די סטעט, א אט וואס ער האט אנגעהאלטן פאר פיר יאר ביז 1963, ווען ער האט נישט געקענט לויפן פאר ווידערערוויילונג צוליב טוירם לימיטס.

שפעטער אין 1984 איז ער געווארן געשטעלט אלס ריכטער אויף די "אלאבאמע קרימינאלע אפעלאט געריכט" וואו ער האט סערווירט ביז 1997. אין 2003 איז ער געווארן אויפגענומען אלס הויפט ריכטער פון א "ספעציעלע סופרים קאורט" וואס האט אויסגעהערט די קעיס פון טשיף זשוסטיס ראי מאור וואס האט אפעלירט דאס וואס ער איז געווארן איז געווארן ארויסגעווארפן פון אפיס פארן נישט אויספאלגן א אורטייל פון א פעדעראלע געריכט.

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: דאנערשטאג יוני 10, 2021 11:39 pm
דורך רוסישע פרינץ
טעקסאס גאווערנאר גרעג עבבאט געמאלדן אז די סטעיט וועט אונטערנעמען א פראיעקט צו בויען א וואנט ביי איר גרעניץ מיט מעקסיקאו.
Screenshot 2021-06-11 043902.jpg
Screenshot 2021-06-11 043902.jpg (53.86 KiB) געזען 1576 מאל

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג יוני 15, 2021 11:32 am
דורך הכל הבל
צוויי ארגאנאזאציעס האבן אריינגעטראגן א ציווילע אנקלאגע אקעגן אינדיאנא צוריקצוהאלטן גאווערנאר עריק האלאקאמב פון אפשטעלן די אויסגעברייטערטע ארבעטסלאזע בענעפיטן פראגראם
די גרופעס ארגומענטירן אז אונטער די סטעיט געזעץ מוז די סטעיט אקצעפטירן די פעדעראלע אינשורענס בענעפיטן פאר די בירגער

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג יוני 15, 2021 11:32 am
דורך הכל הבל
מען געדענקט די קאמף וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געפרט אקעגן דעמאקראטישע געפירטע סטעיטס וועלכע האבן זיך אנטזאגט צו אינפארסירן פעדעראלע אימיגראציע געזעצן
אצינד האבן רעפובליקאנער געפונען א וועג צו שפילן דעם זעלבן שפיל זייענדיג אויפן צווייטן זייט פונעם שאך ברעטל מיט א דעמאקראט אין ווייסן הויז
מיזורי גאווערנאר מייק פארסאן ווערט אצינד געקלאגט צוליב א געזעץ וועלכע די סטעיט זוכט איינצושטעלן וועלכע וועט פארבאטן פאר אויטאריטעטן צו אינפארסירן פעדעראלע אנטי גאן געזעצן

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: מיטוואך יוני 16, 2021 3:50 pm
דורך הכל הבל
א מאן אין אטלאנטא האט אריינשפאצירט אין א סופערמארקעט און פארוויקלט געוואןר אין א געפעכט מיטן קאשיר איבער טראגן א מאסקע
נאך א היציגע אויסטויש האט ער ארויסשפאצירט אן איינקויפן סיי וואס אבער זייענדיג ביים טיהר אויפן וועג ארויס האט ער זיך צוריקגעדרייט און אוריסגעצויגן א האנט ביקס און פאטאל דערשאסן דעם פארקויפער פירנדיג צו א שיסעריי אויסטויש מיט א סעקיויריטי באאמטע וועלכע איז געשטאנען ביים טיהר
דער שיסער און א צוויייטער איינגעשטעלטע זענען געווארן פארוואונדעט און ביידע זענען אין א סטאבילע צושטאנד

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: מיטוואך יוני 23, 2021 11:22 am
דורך הכל הבל
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג שלח

א לעבעדיגע נאכט איז אריבער אויף טעקסאס ווען דעמאקראטן האבן אויף צייטווייליג פארשלעפט דאס באשטעטיגן א רעפובליקאנע וואל רעפארם געזעץ.

. . . .

דעמאקראטן אין די הויז האבן פרובירט אויסצונוצן יעדע מיטל צו זייער דעספאזיציע צו פארשלעפן די אפשטימונג, און זאכן זענען געווארן אינטערסאנט ווען דער רעפובליקאנער ספיקער האט זיך אראפגעזעצט פאר לענגערע פארהאנדלונגען מיט דעמאקראטן וועלכע איז געווען מערקווירדיג זינט עס איז אנגענומען אז רעפובליקאנער האבן די שטימען.

נאך עטליכע שטונדן איז געקומען די קלימאקס ווען דעמאקראטן האבן זיך איינפאך אויפגעהויבן און ארויסשפאצירט פון זאל, איבערלאזנדיג די רעפובליקאנער מיטן צונג אינדרויסן -צוליב וואס זיי האבן יעצט נישט פארמאגט די מינימום פארלאנגטע צאל געזעצגעבער אין די געביידע צו קענען דורכפירן לעגיסלאטיווע ארבעט- און איז געקומען נאך אינסטרוקציעס פון קריס טורנער, די הויז דעמאקראטישע פארזיצער, וועלכע האט פארארדנט זיינע קאלעגן צו נעמען זייערע שליסלען און זיך ארויסשליייכן פון די געביידע יעדער פאר זיך ביחידות און נישט פער גרעסערע גרופעס און נישט אדורכגיין די גאלערי צו פארמיידן ווי ווייט מעגליך פון שאפן א טומל.

מאנכע האבן זיך געוואונדערט אז עס איז זייער מסתבר אז דעמאקראטן האבן געווארנט דעם ספיקער אז זיי וועלן נעמען די ריכטונג דורכאויס זייער געשפרעך מיט אים און געפרעגט פארוואס דער ספיקער האט עס ערלויבט זינט עס איז אין זיין אויטאריטעט אריינצורופן לאו ענפארסמענט זיי נישט ארויסצולאזן בעפאר אן אפשטימונג.

רעפובליקאנער קענען נאכאלץ באשטעטיגן זייער ביל דורכ'ן פאררופן א ספעציעלע לעגיסלאטיווע סעסיע

גאווערנאר עבבאט זאגט אז אין רעאקציע וועט ער וועטאירן ארטיקל 10 פון די סטעיט בוזשעט.

"ארטיקל 10 שטעלט צו געלטער פאר די לעגיסלאטיווע צווייג. נישטא קיינע געלטער פאר אזעלכע וואס לאזן איבער זייערע פליכטן".

אויך זאגט ער אז ער ערווארטערט די געזעצגעבער זאלן האבן אויסגעארבעט זייערע דיפרענצן נאך איידער זיי קומען צוריק פאר א ספעציעלע סעסיע.

אבאט מעלדט אז די לעגיסלאטור וועט זיין צוריק אין סעסיע אום יולי 8 למספרם

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: זונטאג יולי 04, 2021 3:44 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
פאליציי אין מעסעטשוסעטס האבן סוקסעספול ארעסטירט עלף מענטשן וואס האבן געפירט צו א הייוועי פארשליסונג.

די ארעסט איז געקומען נאך וואס די גרופע איז אנטדעקט געווארן -דורך אן איינצעלנע סטעיט טרופער- פארקירט ביי די זייט פונעם "אינטערסטעיט 95" שאסיי, אין די טיפע נאכט שטונדן, פארמגענדיג אן ארסענאל פון וואפן און געווער ביי זיך אין קאר.

ווען מערערע אפיצירן זענען אנגעקומען אויפן סצענע האט די גרופע זיך אנטזאגט צו ווייזן זייער וואפן בארעכטיגונגס דאקומענט, פירענדיג צו דעם אז פאליציי זאל פארשליסן די הייוועי און ארויסגעבן א "בלייב-אין-פלאץ" פארארדענונג פאר לאקאלע איינוואוינער.

נאך עטליכע שטונדן פארהאנדלונגען, האבן די פאליציי באוויזן צו ארעסטירן די גרופע, און די טרעפ]יק איז ווידעראמאל ערלויבט צו פארן אויפן שאסיי.

ווי פאליציי גיבן איבער, זענען זיי מיטגלידער אין די "אויפשטאנד פון די מאורס" גרופע - א גרופע וואס גיבט זיך אן אלס זעלבסטשטענדיג פון די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען, און נישט פארפליכטעט צו סיי וועלכע פון זייערע געזעצן.

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: מיטוואך יולי 07, 2021 9:17 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זשארזשיע גאווערנאר ברייען קעמפ האט היינט אונטערגעשריבן א גאר ברייטע וואל-רעפארם געזעץ.

צווישן אנדערע טוט די נייע געזעץ:
    פארלאנגען אז קאונטיס זאלן מוזן צושטעלן אן אפציע פון שטימען פריער פון די וואל טאג.
    שניידן די צייט אפשניט וואס וויילער קענען פארלאנגען עבסענטי בעללאטס.
    ארויפשטעלן פרישע וואוטער איי.די. פארלאנגען ביים נוצן עבסענטי בעללאטס.
    עס ערלויבט סטעיט באאמטע זאלן איבערנעמען קאנטראל פון לאקאלע עלעקשאן באורדס.
    עס טוט צוימען די באנוץ פון דראפ באקסעס וואו מ'קען איבערלאזן די שטים צעטל.
    עס שניידט די צייט אפשניט צווישן די נאוועמבער וואלן ביז די ראנאף וואלן - פון די יעצטיגע ניין וואכן ווערט עס געשניטן אויף פיר וואכן.
    עס פארבאט דאס צוגיין צו וויילער וואס ווארטן אפצוגעבן זייער שטימע, אפילו אויב בלויז אויף צו טיילן עסן און טרינקען.
    און עס טוט ערזעצן די פאר זיצער פון די סטעיט עלעקשאן באורד - ביז יעצט איז דאס געווען די ארטיגע סעקראטערי אוו סטעיט, די נייע געזעץ באשטימט פאר די פאזיציע איינער וועם די לעגיסלאטור טוט אויסקלויבן.

א ליבעראלע גרופע 'קא-אליציע פאר גוטע רעגירונג' האט אריינגעטראגן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט, מיט די טענה אז די נייע געזעץ טוט פארלעצן די רעכטן פון ארטיגע וויילער.
די גרופע האט פארלאנגט אז די געריכט זאל ארויסגעבן א זאפארטיגע אינזשאנקשען קעגן דאס אינפארסירן די געזעץ ביי די יעצטיגע ראנאף וואלן וואס ווערן אפגעהאלטן אין די סטעיט קומענדיגע וואך.

היינט האט די ריכטער אפגעווארפן זייער פארלאנג, אנווייזענדיג אז דאס ארויסשטעלן אן אינזשאנקשען אינמיטן די וואל סעזאן איז נישט אויסגעהאלטן - ווי אויך האט די ריכטער אנגעוויזן אז די קלעגער האבן שוין געוואוסט פון די געזעץ מיט דריי מאנאטן צוריק, און דאך האבן זיי געווארט ביז פאריגע מאנאט אריינצוגעבן א קלאגע אין געריכט.

- - - - -
דאס איז בלויז די ערשטע אזא קלאגע קעגן די ניי באשטעטיגטע וואל רעפארם געזעץ אין די סטעיט.

אויסער דעם, שטייט די געזעץ אויס א באזונדערע קלאגע פון די פעדעראלע רעגירונג.

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: מאנטאג יולי 12, 2021 10:36 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
ר' זעקל האט געשריבן:אפאר אינטערסאנטע נייעסלעך איבער די ריקאל און קאליפארניע אויף גאווערנער געווין ניוסאם.

גאווערנער געווין ניוסאם האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן זיין אייגענע געשטעלטע סעקראטערי אוו סטעיט, פארן אינפארסן א געזעץ וואס די גאווערנער האט אליין אינטערגעשריבן צוויי יאר צוריק.

דער געזעץ אין קאליפארניע פלעגט זיין אז ווען איינער ווערט ריקאלט קען ער נישט ארויפלייגן אויף די בעלאט נעבן זיין נאמען די פארטי אויף וואס ער לויפט, ווי למשל נויסאם וואלט נישט געמעגט שרייבן אז ער לויפט אלס דעמאקראט, און 2019 האט די קאליפארניע געזעץ געבער אדורך געפירט געזעץ נומבער 151 אז מען זאל יא מעגן לייגן די פארטי נאמען אויף די בעלאט, מיט די טענה אז עס איז נישט יושר אז די וואס לויפן קעגן די ריקאלט גאווערנער זאלן יא מעגן לייגן פון וועלכע פארטי זיי זענען און די גאווערנער זאל נישט מעגן, די געזעץ איז דורך אין אסעמבלי 77-0, אין די סטעיט סענאט 38-0, די געזעץ איז געווארן אינטערגעשריבן דורך געווערנער ניוסאם.

די געזעץ האט אבער געלייגט איינצוימונגען אויף די צייט ווי לאנג דער גאווערנער קען אריינגעבן די פעפער ווארק עס ארויפצולייגן אויף די בעלאט, וואס לויט די געזעץ וואלט ניוסאם שוין עס געדארפט טוהן פאראיאר פעברואר, ווען עס איז די ערשטע מאל אריינגעקומען די פארלאנג פאר א ריקאל, וואס דאס איז געווען נאך פאר קאוויד ווען די שאנסן אז עס זאל זיין א ריקאל איז געווען נענטער צו נול, למעשה ווען ער האט געסיינט די פעפער ווארק דאן צו זיין בכלל אויף די בעלאט אויב וועט אויספעלן א ריקאל, האט ער בטעות נישט ארויפגעלייגט אז עס זאל שטיין דערנעבן אז ער לויפט אלס דעמאקראט, און וועט ער האט פארלאנגט א שטיק צייט צוריק פון די סעקראטערי אוו סטעיט עס ארויפצושטעלן אויף די בעלאטס, האט זי אפגעזאגט צוליב די אויבן דערמאנטע געזעץ, ניוסאם האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן די באשלוס פון די סעקראטערי אוו סטעיט.

ריכטער היינט ארויסגעווארפן די קלאגע, און זיך אנטזאגט נאכצוגעבן ניוסאמס ביטע צו קענען ערשיינען אלס 'דעמאקראט' אויפן בעלאט.

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג יולי 13, 2021 10:52 am
דורך הכל הבל
טעקסאס דעמאקראטישע לעגיסלאטורן וועלכע זענען נאכטן אנטלאפן פון די סטעיט צו סאבאטאזשירן די וואל רעפארם אפשטימונג וועלן זיך היינט טרעפן מיט געזעצגעבער אויף קעפיטאל היל און שטופן פעדעראלע וואל רעפארם געזעצן
די גרופע זוכט זיך צו טרעפן צווישן אנדערן מיט סענאטארן מענשין און סינעמא אבער ווען מען האט געפרעגט סינעמא צו זי גייט זיך טרעפן מיט זיי האט זי זיך בלויז געענטפערט אז זי האט היינט א פארנומענע סקעדזשועל זינט זי האט אן אוידיענץ ביים דאקטאר וועלכע דארך אונטערזוכן איר פוס נאך א קלאפ עטליכע וואכן צוריק

Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

געשריבן: דינסטאג יולי 13, 2021 10:52 am
דורך הכל הבל
סענאט מאיאריטעט פירער שומער געמאלדן אז ער וועט זיך טרעפן מיט די גרופע