דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 3:42 pm

די גוטע נייעס דא פאר יענג איז אז די אנקעטע איז אנגעהויבן געווארן בעפאר זיינע עדס האבן אנגעהויבן צו לויפן, וואס מיינט אז ער האט געוואקסן 2% פון פאריגע מאל organically, אן קיין העפטיגע קאמפיינען.
אינטערעסאנט איז אויך אז נאר 28% זענען שוין פעסט באשטימט מיט זייערע אויסוואלן.

שלמה, שיינע אנאליז, אבער פיעט'ס שוואכקייט מיט מינאריטעטן שטאמט פון געהעריגע סיבות און פראבלעמען וואס זיי האבן מיט אים (גערעכט אדער נישט, איך האב נישט דורכגעטון די סקאנדאלן), גאר עפעס אנדערש ווי סאנדערס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 6:29 pm

Morning Consult

Biden 32
Sanders 20
Warren 19
Butt 8
Harris 5
Booker 3
Yang 3
Bloomberg 2
Klob 2

ווארען און גאבארד 1-, בוטידזשעדזש און בוקער 1+.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 6:45 pm

ווען פלאנט יענג צו קוויטן?

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 7:29 pm

כאפצעם האט געשריבן:ווען פלאנט יענג צו קוויטן?


נאך בלומבערג

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 7:41 pm

כאפצעם האט געשריבן:ווען פלאנט יענג צו קוויטן?



פון וועמען האלטסטו אויב איך מעג פרעגן.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 9:14 pm

בר דעת האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ווען פלאנט יענג צו קוויטן?


נאך בלומבערג

בלומבערג איז זייער פשוט, ער איז נישטא פאר קיין געימס, אויב זעהט ער סופער טוסדעי, מארטש, אפריל, אז ער געווינט נישט קיינע פארמעסטן וועט ער זיך פאקן פעק צוזאמען מיט די איבעריגע קינדערליך.

יענג ווידער איז דיפערענט, כקען נישט אפמאכן צו ער איז באמת איינגערעדט אז ער גייט געווינען, וויטש אין דעט קעיס וועט ער טאקע גיין צוזאמען מיט בלומבערג, אדער ער איז דא פאר די אטענשאן, פארשפרייטן די שיטה וכו' וואס דאן קען ער בלייבן ביזן סוף ענד ביהאנד...

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 9:26 pm

קיינער האט נישט געקענט אראפ ברענגען ביידענס קאמענטארען אויף ווארען ?

ביידען ברענגט ארויס אז פון ווי ער קומט (די פשוטע שטעט) האט קיינער נישט ליב געהאט צו הערן אז וואשינגטאן גייט מיר איינטיילען וואס צו טוהן און מען האט פיינט געהאט צו הערן פון וואשינגטאן אז עטס (פון די פשוטע שטעט) זענטס דאמיס און עטס קענטס נישט אליינס מאכען קיין סמארט דעסיזשען אשר על כן העל מיר אונז אין וואשינגטאן מאכען די דעסיזשען פאר ענק.

ער זאגט דאס לגבי די איידיע פון צווינגען צו טוישען אינשורענס פלענער, הגם פערזענליך האלט איך אז די סיסטעם קען נאר אנגיין טאמער מען צווינגט גאנץ אמעריקע צו זיין אין די זעלבע פול אבער די פוינט וואס ער ברענגט ארויס איז אייזען גוט און אמת אויך!!!

א מאמענט פון אמת מיט ביידען.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 8:52 am

כאפצעם האט געשריבן:ווען פלאנט יענג צו קוויטן?


1.png
1.png (74.03 KiB) געזעהן 864 מאל

2.png
2.png (30.02 KiB) געזעהן 864 מאל


אין א ווארט, ער האט נישט קיין סיבה ארויסצוגיין און אלע סיבות צו בלייבן. ער וועט קוויטן נאך צוויי טערמינען אין אפיס :smile:


מטעמים, האט ביידען אויך ארויסגעברענגט אז די זעלבע איז מיט אלע פראגראמען, ווי די רעגירונג מאכט עס כאילו זיי ווייסן בעסער ווי דער באקומער וואס איז גוט פאר אים? אדער ער נוצט דעם ארגומענט נאר ווען עס קומט צו פרישע זאכן ווי מ4א?
ווייל איך ווייס פון א קאנדידאט וואס האט עס געמאכט פאר א יסוד, און עס געזאגט ברבים ביי די דעבאטעס, אז דער פשוטער מענטש ווייסט וואס איז גוט פאר אים און צו וואס ער קען נוצן געלט בעסער ווי אלע פאליטישענס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:14 am

Hawkeye Poll, Iowa, October 28 to November 10

ווארען 23.1
סאנדערס 18.1
בוטידזשעזש 15.5
ביידען 15.3
יענג 3.4
גאבבארד 3.1
סטייער 2.7
העריס 2.4
קלאבוטשער 1.3
קאסטרא 1.2

אבער אויב רעכנט מען נאר די וואס זענען זיכער אז זיי גייען בכלל שטימען, ווערט עס אינטערעסאנטער
ווארען 31.6
בוטידזשעזש 16.7
סאנדערס 15.5
ביידען 11.7
יענג 5.6
סטייער 2.4
העריס 2.3
קלאבוטשער 1.9
גאבבארד 1.8

און אויב רעכנט מען נאר די וואס זענען שטארק קאמיטעד צו זייער אויסוואל, ווערט עס נאך אינטערעסאנטער...
ווארען 22.4
סאנדערס 21.6
ביידען 19.7
יענג 10.9
בוטידזשעזש 10.2
גאבבארד 7.8
העריס 3.1
סטייער 1.9
קלאבוטשער 1.1

נו, ווען פלאנט בוטידזשעזש צו קוויטן? :P

יענג איז דער איינציגסטער וואס האט זערא אומזיכערע שטיצער. זיי זענען אלע זיכער אז זיי גייען שטימען און זיי זענען אלע זיכער אז פאר אים.
בוטידזשעזש'ס שטיצער זענען מער זיכער ווי נישט אז זיי גייען שטימען, אבער מער אומזיכער ווי יא אז פאר אים.
פארקערט איז מיט גאבבארד. רוב זענען קאמיטעד, אבער רוב זענען נישט זיכער אז זיי גייען שטימען. (אפשר ווייל זיי זענען אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם?)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:37 am

געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט טים רייען אינדארסירט ביידן.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:50 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
דריי וואכן צוריק
אוטש!

נאציאנאל, עקאנאמיסט-יוגאוו (טויש פון פארגאנגענע וואך):

Biden 24% (-1
Warren 21 (-7
Sanders 15 (+2
Buttigieg 8 (+2
Harris 5 (0
Yang 3 (+1
Gabbard 3 (+1
O'Rourke 2 (0
Booker 2 (0.

צוויי וואכן צוריק
נאציאנאל, עקאנאמיסט/יוגאוו;

ביידען 27 (3+ פון לעצטע וואך)
ווארען 23 (2+)
סאנדערס 14 (1-)
בוטידזשעדזש 8 (0+)
העריס 4 (1-)
אראורק 4 (2+)
יענג 3 (0+)
קלאבוטשער 2 (1+)
גאבארד 2 (1-).

לעצטע וואך
האט ווארען ענדליך אפגעשטעלט איר בלוטיגונג אין די אנקעטעס?


נאציאנאל, עקאנאמיסט-יוגאוו, נאוועמבער 3-5;

ביידען 26 (1- פון אקטאבער 27-29)
ווארען 25 (2+)
סאנדערס 14 (0+)
בוטידזשעדזש 8 (1+)
העריס 6 (2+)
קאסטרא 3 (2+)
גאבארד 3 (1+).


נייע עקאנאמיסט-יוגאוו אנקעטע

ווארען 26 (1+)
ביידען 23 (3-)
סאנדערס 17 (3+)
בוטידזשעדזש 9 (1+)
העריס 5 (1-)
יענג 4 (1+)
קאסטרא 2 (1-).
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:59 am

Yang2020 האט געשריבן:
יענג איז דער איינציגסטער וואס האט זערא אומזיכערע שטיצער. זיי זענען אלע זיכער אז זיי גייען שטימען און זיי זענען אלע זיכער אז פאר אים

קיינער האט נישט אוועקגעמאכט זיינע שטיצער און אז זיי זענען פולי קאמיטטעט, די פראבלעם איז די סייז פון די קאמיטעט.. איך האב אויך %100 קאמיטטעט שטיצער, ס'איז אבער בלויז גענוג צו געווינען אן עלעקשאן אין מיין הויז...

יענגס פייערדיגע שטיצע איז אימפרעסיוו, ס'איז אבער נאר %3..

אויף דיין פראגע ווען בוטיזשאדזש פלאנט צו קוויטן. דערווייל איז עס דאך בכלל נישט רעלעוואנט, ער איז פון די פראנטראננערס אינעם פארמעסט, סאו וואס איז בכלל די שאלה? אויף למעשה גלייב איך אז אויב וועט דורכגיין אפאר פארמעסטן און ער וועט נישט ערענסט געווינען וועט ער גלייך אהיימגיין.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 10:14 am

קוקט אויס ווי דו האסט נישט געכאפט די פוינט. יענג האט מער קאמיטעד שטיצער אין אייאווע ווי בוטידזשעזש האט. אויב האבן טויזנט מענטשן אין אייאווע באשלאסן פאר וועמען זיי שטימען, איז עס ביי 109 (11 פראצענט) פון זיי פאר יענג, 102 (10 פראצענט) פון זיי פאר בוטידזשעזש.

פארשטייט זיך אז איך האב געמיינט אביסל וויצלדיג, און איך מיין נישט אז יענג'ס שאנסן צו געווינען אייאווע זענען בעסער ווי בוטידזשעזש'ס, אבער א שטיקל פוינט איז עס. יענג'ס שאנסן יעצט זענען בערך וויפיל בוטידזשעזש'ס זענען געווען נישט לאנג צוריק.

פרעגן יעצט ווען יענג וועט קוויטן איז היבש פריצייטיג. בעסער פרעג ווען העריס, בוקער, קאסטרא, אא"וו וועלן. ווי איך האב אויבן געברענגט א ליסטע פון ניין קאנדידאטן וואס 538 שאצט קענען זיך בקרוב ארויסציען, און פארשטייט זיך אז יענג איז נישט צווישן זיי.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 10:51 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נייע עקאנאמיסט-יוגאוו אנקעטע

ווארען 26 (1+)
ביידען 23 (3-)
סאנדערס 17 (3+)
בוטידזשעדזש 9 (1+)
העריס 5 (1-)
יענג 4 (1+)
קאסטרא 2 (1-).

די אנקעטע קוואליפיצירט צו ווערן גערעכנט כדי אנצוקומען צו די דעצעמבער דעבאטע?
אויב יא האט יענג באקומען נאך א קוואליפייט אנקעטע לטובתו.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:01 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נייע עקאנאמיסט-יוגאוו אנקעטע

ווארען 26 (1+)
ביידען 23 (3-)
סאנדערס 17 (3+)
בוטידזשעדזש 9 (1+)
העריס 5 (1-)
יענג 4 (1+)
קאסטרא 2 (1-).

די אנקעטע קוואליפיצירט צו ווערן גערעכנט כדי אנצוקומען צו די דעצעמבער דעבאטע?

נאופ

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 2:56 pm

Deval Patrick tells allies he's running for president

@jeffzeleny reports
https://t.co/RtN9WMyi1d
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
Mister
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 3:30 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Deval Patrick tells allies he's running for president

@jeffzeleny reports
https://t.co/RtN9WMyi1d


נאך פון דעם רעפארטער:
Screenshot.png
Screenshot.png (8.61 KiB) געזעהן 651 מאל

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 3:56 pm

קאליפארניע, קעפיטאל וויקלי, נאוועמבער 1-13;

ווארען 27
סאנדערס 21
ביידען 18
בוטידזשעדזש 14
העריס 6
יענג 4
קלאבוטשער 3
גאבארד 3.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 6:17 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Deval Patrick tells allies he's running for president

@jeffzeleny reports
https://t.co/RtN9WMyi1d

ס'איז א גוטע זאך אז ער לויפט ס'גיט צו נאך א קאלער תרתי משמע איך מיין אז ער איז אן אבאמא סטייל דעמאקראט וואס איז ליבעראל אבער נישט ראדיקאל וואס דאס קען פאראייניגען די לינקע מיט די מעסיגע
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 7:07 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קאליפארניע, קעפיטאל וויקלי, נאוועמבער 1-13;

ווארען 27
סאנדערס 21
ביידען 18
בוטידזשעדזש 14
העריס 6
יענג 4
קלאבוטשער 3
גאבארד 3.

העריס... בד"ה.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7771
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:53 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Deval Patrick tells allies he's running for president

@jeffzeleny reports
https://t.co/RtN9WMyi1d

האט אפיציעל אנאנסירט.

נישטאמת
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:41 am

יש ברירה האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Deval Patrick tells allies he's running for president

@jeffzeleny reports
https://t.co/RtN9WMyi1d

האט אפיציעל אנאנסירט.


מי הו זה? וואס זענען זיינע מעגליכקייטן? ווי איז ער געווען ביז יעצט? וואס האט אים יעצט געמאכט אריין צו גיין?

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7771
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:54 am

איך קאן אים נישט...

לויט די היינטיגע באריכטן איז ער צענטער לינק. מער לינק ווי ביידען אבער עטוואס צורעכטס פון ווארען (ער איז דערקעגן מעדיקעיר פאר אלל אבער אין די זעלבע צייט איז ער נישט דערקעגן א וועלטה טעקס)

ער איז א צוויי טערמיניגע גאווערנער פון מאסאטשוסעטס, און ער האפט אז דאס וועט אים העלפן אין די דערנעבענדע ניו העמפשער.

ער האט ווארשיינליך געווארט צו זעהן אויב ווארען'ס מאמענטעם וועט זיך עטוואס אויסקילן, און ביידען וועט בלייבן א שוואכע פראנט ראנער.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:04 am

יש ברירה האט געשריבן:לויט די היינטיגע באריכטן איז ער צענטער לינק. מער לינק ווי ביידען אבער עטוואס צורעכטס פון ווארען (ער איז דערקעגן מעדיקעיר פאר אלל אבער אין די זעלבע צייט איז ער נישט דערקעגן א וועלטה טעקס)

ער איז א צוויי טערמיניגע גאווערנער פון מאסאטשוסעטס, און ער האפט אז דאס וועט אים העלפן אין די דערנעבענדע ניו העמפשער.


אינטערעסאנט, איך וואלט געמיינט אז דער רייכטום שטייער איז מער לינק אידעאלאגיש ווי מעדיקעיר פאר אלע. (אויב מעג איך חושד זיין, וויבאלד מעדיקעיר פאר אלע בארירט מער מענטשן ווי דער רייכטום שטייער קומט אים פשוט אויס בעסער אזוי פאליטיש)

ווארען איז דאך אויך פון מאסאטשוסעטס. ווער פון זיי הייסט שטערקער דארט?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:05 am

יש ברירה האט געשריבן:ער איז דערקעגן מעדיקעיר פאר אלל אבער אין די זעלבע צייט איז ער נישט דערקעגן א וועלטה טעקס.

סאו ער גייט נעמען געלט פון די רייכע, און נישט געבן אינשורענס פאר די עולם? וואס האבעך דערפון?

יענג האקט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גיזוגט, פרעגער, שדה ורוד און 38 געסט