RCCS דינער אין קרית יואל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

RCCS דינער אין קרית יואל

תגובהדורך משה11 » פרייטאג יוני 15, 2018 12:24 am

עס קומט א פרישע דינער אין קרית יואל!
ביטע מיטטיילן אלע אפדעיטס
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג יוני 15, 2018 10:33 am

ווען?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג יוני 15, 2018 11:26 am

ערגעץ נאך תשעה באב.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג יוני 15, 2018 11:31 am

ווען איך זעה נאר די ווערטער rccs קומט ארויף טשילס אין קאפ.... ה"י אויף אלע אידישע קינדער.

זיי זענען אן אויסטערלישע ארגאנאזאציע, זיי האבן נאכנישט געזאגט ניין פאר קיינעם, אפילו יעדע קעיס קאסט שווערע געלטער! ווען מען גיבט זיי געלט מאכט מען הצלת נפשות ממש.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג יוני 15, 2018 11:39 am

סידיראם האט געשריבן:ווען איך זעה נאר די ווערטער rccs קומט ארויף טשילס אין קאפ.... ה"י אויף אלע אידישע קינדער.

זיי זענען אן אויסטערלישע ארגאנאזאציע, זיי האבן נאכנישט געזאגט ניין פאר קיינעם, אפילו יעדע קעיס קאסט שווערע געלטער! ווען מען גיבט זיי געלט מאכט מען הצלת נפשות ממש.

אויב ס'מאכט אייך טשילס, זעהט נישט אריינצוקומען אפט אין דעם אשכול ... דא גייט מען מער רעדן איבער דעם דינער וואסערע חידושים פון א פראגראם (אינטערטעינמענט..) מ'גייט צושטעלן (פאר טאטעס..)
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג יוני 15, 2018 12:15 pm

דער גרויסטראטיגער דינער וועט פארקומען ג' ואתחנן, די עסקנים ארבעטן איבערמידליך צו אהערשטעלן א מעמד וואס קרית יואל האט נאכנישט געזען.

אויף דערווייל קומען פאר קלענערע מסיבות צווישן חברים און ידידים, אין בעפארברייטונג צום גרויסן דינער.

מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן.‎
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » פרייטאג יוני 15, 2018 12:50 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דער גרויסטראטיגער דינער וועט פארקומען ג' ואתחנן, די עסקנים ארבעטן איבערמידליך צו אהערשטעלן א מעמד וואס קרית יואל האט נאכנישט געזען.

אויף דערווייל קומען פאר קלענערע מסיבות צווישן חברים און ידידים, אין בעפארברייטונג צום גרויסן דינער.

מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן.‎

פארשטיי איך נישט פארוואס מ'קען נישט מאכן א געהעריגע שיינע דינער אזוי קרית יואל האט שוין געזען אין די פארגאנגענהייט, פארוואס מוז מען מאכן אזוינס וואס קרית יואל האט נאך נישט געזען? דאס מאכט עפעס מ'זאל ווערן מער אנגעווארעמט פאר'ן צוועק? רופא חולים גייט עפעס פארדינען דערפון?

אגב, נעכטן איז געווען א חתונה אין ק"י אין זאל פון קרן ויואל משה, אזוינס וואס קרית יואל האט נאך נישט געזען, עס איז נישט סערווירט געווארן קיין סעודת החתונה, נאר עס איז געווען צוגעשטעלט "האט פוד" פאר ווער עס האט געוואלט נעמען. (דער מחותן איז א ברסלב'ער און ער האט עס געמאכט כנוסח פון די לעצטערע ביליגע ברסלב'ע חתונות וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין וויליאמסבורג)
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג יוני 15, 2018 1:54 pm

פישל האט געשריבן:

אזא דיינער ווי זיי און בוני עולם מאכן אין די סיטי איז וואס קרית יואל האט נאך נישט געזען, אפי' זייערע פאריגע דינערס אין קרית יואל איז אויך געווען מוראדיג שיין און הארציג האט עס אבער דאך נישט געביט די סיטי סטייל דינערס.
קיין סקרינ"ס - אזוי ווי אין שטאט - וועט אבער זיכער נישט זיין, ווייל די קהלה לאזט דאס נישט צו.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » פרייטאג יוני 15, 2018 2:00 pm

ווער דארף עס? און וואס האט עס צו טון מיט דעם צוועק פון רופא חולים?

איך פארשטיי אז עס זענען פאראן יונגעלייט וואס האבן ליב אינטערטעימענט, אבער צוליב וועלכע צוועק דארף א צדקה קאסע אויסגעבן געלט זיי אונטערצוהאלטן? זענען די דינערס פון רופא חולים אין קרית יואל ביז יעצט געווען א דורכפאל? און אויב יא, וועט דאס זיך אויפרייסן נאך מער ברענגען די הצלחה?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג יוני 15, 2018 2:03 pm

מ'רעדט פון מאסיווע מוזיק פראגראמען, וואס דארף צו הייסן אז ס'וועט איבערשטייגן די גמ"ח הצלה דינער דעם ווינטער...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג יוני 15, 2018 2:04 pm

פישל האט געשריבן:ווער דארף עס? און וואס האט עס צו טון מיט דעם צוועק פון רופא חולים?

איך פארשטיי אז עס זענען פאראן יונגעלייט וואס האבן ליב אינטערטעימענט, אבער צוליב וועלכע צוועק דארף א צדקה קאסע אויסגעבן געלט זיי אונטערצוהאלטן? זענען די דינערס פון רופא חולים אין קרית יואל ביז יעצט געווען א דורכפאל? און אויב יא, וועט דאס זיך אויפרייסן נאך מער ברענגען די הצלחה?

פארפאלן, נאר אזוי קומען מענטשן, און אז מ'האט הנאה גיבט מען גרעסערע סומעס. נישט יעדער איז אזוי אויסגעארבעט ווי אונזער פישל!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג יוני 15, 2018 2:12 pm

[quote="פישל"]ווער דארף עס? און וואס האט עס צו טון מיט דעם צוועק פון רופא חולים?

איך פארשטיי אז עס זענען פאראן יונגעלייט וואס האבן ליב אינטערטעימענט, אבער צוליב וועלכע צוועק דארף א צדקה קאסע אויסגעבן געלט זיי אונטערצוהאלטן? זענען די דינערס פון רופא חולים אין קרית יואל ביז יעצט געווען א דורכפאל? און אויב יא, וועט דאס זיך אויפרייסן נאך מער ברענגען די הצלחה?[/quoקענסט פרעגן די זעלבע פראגע אין שטאט, עס איז יעצט נישט קיין חידוש
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » פרייטאג יוני 15, 2018 2:45 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מ'רעדט פון מאסיווע מוזיק פראגראמען, וואס דארף צו הייסן אז ס'וועט איבערשטייגן די גמ"ח הצלה דינער דעם ווינטער...

ווי גייט עס פארקומען ?
זענען די גלילות אידן אויך געלאנדעט ?
בלומינגבורג איז אין די גלילות אדער נאר ביז נאך טשעסטער ???
..

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » פרייטאג יוני 15, 2018 4:37 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מ'רעדט פון מאסיווע מוזיק פראגראמען, וואס דארף צו הייסן אז ס'וועט איבערשטייגן די גמ"ח הצלה דינער דעם ווינטער...

אויף זייער 12 זייטיגן בוקלעט שטייט נישט קיין איין ווארט בכלל פונעם פראגראם, ס'איז נאר דא, דרשת המגיד הרב אברהם מרדכי מלאך און א בילד פון אים פונעם RCCS דינער אין ב"פ.
ס'מיינט אז ער גייט נישט רעדן ביים דינער אין ק"י?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » פרייטאג יוני 15, 2018 4:50 pm

שטייגען האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מ'רעדט פון מאסיווע מוזיק פראגראמען, וואס דארף צו הייסן אז ס'וועט איבערשטייגן די גמ"ח הצלה דינער דעם ווינטער...

ווי גייט עס פארקומען ?
זענען די גלילות אידן אויך געלאנדעט ?
בלומינגבורג איז אין די גלילות אדער נאר ביז נאך טשעסטער ???

און בית רחל פאראדייס
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » פרייטאג יוני 15, 2018 5:22 pm

די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות זענען די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק?
על פי רוב די וואס פארפירן קעגן גרויסע שיינע דינערס האלטן סייווי ביים נישט געבן געלט. די מציאות איז אז א יאר וואס זיי מאכן יא א דינער מאכן זיי מער געלט ווי ביי די לאקאלע בתי מדרשים קמפיין. (זיי מאכן נאר יעדע צווייטע יאר א דינער)

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מוצ"ש יוני 16, 2018 10:58 pm

פארוואס טאקע מאכן זיי נאר יעדע צוויטע יאר?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 17, 2018 5:13 pm

ידעתי האט געשריבן:די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות זענען די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק?
על פי רוב די וואס פארפירן קעגן גרויסע שיינע דינערס האלטן סייווי ביים נישט געבן געלט. די מציאות איז אז א יאר וואס זיי מאכן יא א דינער מאכן זיי מער געלט ווי ביי די לאקאלע בתי מדרשים קמפיין. (זיי מאכן נאר יעדע צווייטע יאר א דינער)

איך האלט זיי זאלן נעמען א וואוט ביים ציבור, ביי מיר למשל מאכט נישט קיין כי הוא זה די אלע פראגראמע, איך וועל מן הסתם ניטאמאל גיין אהין, וויפיל כ'האב געגעבן פאר זיי א שיינע נתינה איז עס געווען ווען מ'איז געווארן אנגעווארעמט ביי א פריוואטע מסיבה ביי איינעם, אדער אפילו סתם אזוי פאר די חשיבות פונעם צוועק
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » זונטאג יוני 17, 2018 5:42 pm

ידעתי האט געשריבן:די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות זענען די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק?
על פי רוב די וואס פארפירן קעגן גרויסע שיינע דינערס האלטן סייווי ביים נישט געבן געלט. די מציאות איז אז א יאר וואס זיי מאכן יא א דינער מאכן זיי מער געלט ווי ביי די לאקאלע בתי מדרשים קמפיין. (זיי מאכן נאר יעדע צווייטע יאר א דינער)

גראדע איז די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות ממש כמעט אויפן זעלבן שטייגער ווי פאר צוואנציג יאר צוריק!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » זונטאג יוני 17, 2018 5:44 pm

מי יודע האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות זענען די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק?
על פי רוב די וואס פארפירן קעגן גרויסע שיינע דינערס האלטן סייווי ביים נישט געבן געלט. די מציאות איז אז א יאר וואס זיי מאכן יא א דינער מאכן זיי מער געלט ווי ביי די לאקאלע בתי מדרשים קמפיין. (זיי מאכן נאר יעדע צווייטע יאר א דינער)

איך האלט זיי זאלן נעמען א וואוט ביים ציבור, ביי מיר למשל מאכט נישט קיין כי הוא זה די אלע פראגראמע, איך וועל מן הסתם ניטאמאל גיין אהין, וויפיל כ'האב געגעבן פאר זיי א שיינע נתינה איז עס געווען ווען מ'איז געווארן אנגעווארעמט ביי א פריוואטע מסיבה ביי איינעם, אדער אפילו סתם אזוי פאר די חשיבות פונעם צוועק

פארוואס זאלן זיי נעמען א וואוט? די מציאות איז אז א יאר מיט א דינער מאכט מען מער געלט, און היבש מער.
איז קלערסטו אז אן די אלע פראגראמען גייען זיי האבן די זעלבע ציבור? הלוואי. אבער איך מיין דו ווייסט די ענטפער.

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » זונטאג יוני 17, 2018 6:20 pm

משה ישר האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות זענען די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק?
על פי רוב די וואס פארפירן קעגן גרויסע שיינע דינערס האלטן סייווי ביים נישט געבן געלט. די מציאות איז אז א יאר וואס זיי מאכן יא א דינער מאכן זיי מער געלט ווי ביי די לאקאלע בתי מדרשים קמפיין. (זיי מאכן נאר יעדע צווייטע יאר א דינער)

גראדע איז די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות ממש כמעט אויפן זעלבן שטייגער ווי פאר צוואנציג יאר צוריק!

ממש די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק נאך אין די חתונה זאל אונטערן בית המדרש
SOS_6113-1024x683.jpg
SOS_6113-1024x683.jpg (173.9 KiB) געזעהן 3229 מאל

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » זונטאג יוני 17, 2018 6:30 pm

למען הפונקטליכקייט ווערט די זאל אין 1 חודש ארום, 22 יאר אלט!
לעצט פאראכטן דורך משה ישר אום זונטאג יוני 17, 2018 6:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » זונטאג יוני 17, 2018 6:34 pm

ידעתי האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות זענען די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק?
על פי רוב די וואס פארפירן קעגן גרויסע שיינע דינערס האלטן סייווי ביים נישט געבן געלט. די מציאות איז אז א יאר וואס זיי מאכן יא א דינער מאכן זיי מער געלט ווי ביי די לאקאלע בתי מדרשים קמפיין. (זיי מאכן נאר יעדע צווייטע יאר א דינער)

גראדע איז די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות ממש כמעט אויפן זעלבן שטייגער ווי פאר צוואנציג יאר צוריק!

ממש די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק נאך אין די חתונה זאל אונטערן בית המדרש
SOS_6113-1024x683.jpg

און איך האב טאקע געשריבן די ווארט "כמעט". ווייל עס איז טאקע דא 1 טויש אז א אנשטאטס די לאנגע סיין אונטערן אויבן אן, איז דא אביסל פירהענג!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג יוני 17, 2018 6:52 pm

משה ישר האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות זענען די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק?
על פי רוב די וואס פארפירן קעגן גרויסע שיינע דינערס האלטן סייווי ביים נישט געבן געלט. די מציאות איז אז א יאר וואס זיי מאכן יא א דינער מאכן זיי מער געלט ווי ביי די לאקאלע בתי מדרשים קמפיין. (זיי מאכן נאר יעדע צווייטע יאר א דינער)

גראדע איז די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות ממש כמעט אויפן זעלבן שטייגער ווי פאר צוואנציג יאר צוריק!

ממש די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק נאך אין די חתונה זאל אונטערן בית המדרש
SOS_6113-1024x683.jpg

און איך האב טאקע געשריבן די ווארט "כמעט". ווייל עס איז טאקע דא 1 טויש אז א אנשטאטס די לאנגע סיין אונטערן אויבן אן, איז דא אביסל פירהענג!

איהר חלום'ט!

די קאפעליע איז די זעלבע? די לאנגע וואכן פי אר איז די זעלבע? מ'שווענדט סאאאך מער געלט!

גראדע האלט איך יא אז היינט דארף מען ספענדן מער ווי אמאל, דעטס די וועי, מ'דארף נאר וויסן ווי איין ווי אויס, איך מיין די גאנצע נושא קען מען ווייטער ממשיך זיין אין איינע פון די אלטע אויסגעדראשענע אשכולות דא אויפן וועלטל, דא האט איהר איינס http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22899

שוין.. צוריק צו אר סי סי עס..

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 17, 2018 7:47 pm

ידעתי האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות זענען די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק?
על פי רוב די וואס פארפירן קעגן גרויסע שיינע דינערס האלטן סייווי ביים נישט געבן געלט. די מציאות איז אז א יאר וואס זיי מאכן יא א דינער מאכן זיי מער געלט ווי ביי די לאקאלע בתי מדרשים קמפיין. (זיי מאכן נאר יעדע צווייטע יאר א דינער)

גראדע איז די דינער פאר די קרית יואל'ע מוסדות ממש כמעט אויפן זעלבן שטייגער ווי פאר צוואנציג יאר צוריק!

ממש די זעלבע ווי פאר צוואנציג יאר צוריק נאך אין די חתונה זאל אונטערן בית המדרש
SOS_6113-1024x683.jpg

לויט וויפיל איך געדענק איז די דינער פאר די מוסדות אין קרית יואל קיינמאל נישט געווען אין חתונה זאל אונטערן ביהמ"ד, ס'פלעגט אלע יארן זיין אין ביהמ"ד הגדול אויף א קליינע פארנעם ביז תשנ"ו, תשנ"ו איז געווען גאר א גרויסע ווייל ס'איז געווען קאמבאנירט מיט א סעודת הודאה פארן ברך משה נאך די ערעפלאן קראך, תשנ"ז נ"ח נ"ט איז עס שוין געווען אין בית רחל פאראדייס, תש"ס האט מען עפעס נאכאמאל פרובירט אין ביהמ"ד הגדול, און דערנאך פון דארט און ווייטער איז עס געווען אין בית רחל פאראדייס, די טשיז קעיק מיט אלע מילכיגע פראדוקטן לכבוד סעודתא דדוד מלכא משיחא איז די זעלבע יעדע יאר, די מתנה וואס מ'טיילט ווערט געספאנסערט דורך אחד מחברי ההנהלה, מיט די קאפעליע שפילט מען זיך אביסל ארום, אבער זהו וואס מ'ספענדט אין די עצם דינער נאכט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, rogers, גוט זאגער, טעאריע וואס לעבט, נקדימון, פארטראכטער און 38 געסט