נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 4:22 pm

קאנגרעס האט באאויפטראגט די ענווייראמענטל פראטעקשאן אגענטור צו רעגולירן די דעזיין און אפעראציע פון מאסיווע וואסער שלעפער וועלכע טויזנטער אינדוסטריאלע פאבריקן נוצן

די מאשינען טוען ארויסשעפן שווערע גאלאנען פון טייכן און אקעאנען און ווערן גענוצט אפצוקילן די פלענטס און זיי האלטן אין די ריכטיגע טעמפעראטור

די פראבלעם איז אז די וואסער שלעפער טוען נישט דורכזופן דאס וואסער פון פיש און אנדערע וואסער באשעפענישן און טוען דאדורך שטעלן אין געפאר די אונטערוואסער באשעפעניש געמיינדע און דעריבער איז עס די אויפגאבע פון די אי פי עי צו פארזיכערן אז די אויסשטעל פון די סארט מאשינעריע איז אהערגעשטעלט אויף א וועג צו פארמיידן דאס מערסטע שאדן נאר מעגליך

אלץ טייל פון די ESA געזעץ וועלכע איז געציהלט צו באשוצן די פאפולאציע פון באשעפענישן דארפן פעדעראלע אגענטורן אפהאלטן פארמאלע באראטונגען מיט די אמעריקאנע פיש און וויילדלייף סערוויסעס און אויב די סערוויסעס באשליסן אז א טויש פארגעשלאגן דורך אן אגענטור טוט באדראען באשעפעניש פאופלאציע קענען זיי פארלאנגען צו מאדיפיצירן די געפלאנטע טויש אבער זיי מוזן צושטעלן אלטערנאטיווע געדאנקן ווי אזוי אויסצופירן די ציהלן פון די אגענטור אויף א פארזיכערטע וועג

אין 2013 למספרם האט די אי פי עי אונטערגענומען א פארמאלע פראצעדור פון געשפרעכן מיט די סערוויסעס איבער א פלאן צו טוישן די קולינג סיסטעם דעזיין און די סערוויסעס זענען געקומען צום אויספיר אז די ארגינעלע פלאן טויג נישט און האבן אפגעשריבן זייער שטעלונגע באגלייט מיט אלטערנאטיווע געדאנקן און צוגעשיקט בלויז "טייל" פון די דרעפט צו די אי פי עי

אין מערץ 2014 למספרם האט די אגענטור ארויסגעגעבן אן איבערגעמאכטע פארשלאג וועלכע האט אריינגענומען די רעקאמענדאציעס פון די סערוויסעס און נאך א וויילע פון הין און צוריק אויסטוישן וועלכע האט עווענטועל צופרידנגעשטעלט די סערוויסעס און זיי האבן באשטעטיגט די פלאן אום מאי 19 למספרם או בו ביום האט די אגענטור אריינגעשטעלט די טויש אין קראפט

די ענווייראמענטאלע גרופע סיערא קלאב האט אריינגעגעבן א פרייהייט פון אינפארמאציע פארלאנג וועלנדיג ליינען די קארעספענדאנץ צווישן די סערוויסעס און די אגענטור דורכאויס די פעריאד פון פארהאנדלונגען צווישן זיי

די סערוויסעס האבן צוגעשטעלט א טייל פון די דאקומענטן צוריקהאלטנדיג אנדערע מיט די אויסרייד אז פרייהייט פון אינפארמאציע פארלאנג געזעץ פארמאגט א אן אויסנאם גערופן "עקזעמפשאן 5" וועלכע באשוצט פעדעראלע אגענטורן פון דארפן פארעפנטליכן אינערליכע אגענטור (פון געשפרעכן אינעם אגענטור זעלבסט צווישן איינגעשטעלטע) אדער אינטרא אגענטור (פון געשפרעכן צווישן צוויי אדער מער אגענטורן) מעמאראנדומס אדער בריוו אויסטויש וועלכע איז נישט קיין ענדגילטיגע אפיציעלע באשלוס נאר דרעפט פארהאנדלונגען און דיסקוסיעס און עס דארף בלויז ווערן ארויסגעגעבן ווען צוויי אגענטורן האבן א שטרייט צווישן זיך אין איינע פון די אגענטורן פארלאנגט צוטריט דערצו

די אויסנאם איז געציהלט צו פארזיכערן די פרייע פולס פון אבזערוואציעס און געדאנקן ביים פארמירן פאליסי זיי צו קענען אויסדרוקן לויזערהיייט אן קיין זארג אז עס וועט שפעטער קענען פארלאנגט דורך יעדע שמויגער צו קענען ליינען יעדע הוה אמינא אדער ספק ספיקא פון אגענטור פערסאנעל דורכאויס אן אומפארענדיגטע פראצעדור

די פראגע וואס האט זיך אנטוויקלט איז וואס עס פאלט אלץ אונטער אט די אויסנאם

די ניינטע סירקוט קאורט האט געאורטיילט אז צו קלאסיפיצירן א דאקומענט אלץ באשוצט אונטער עקזעמפשאן 5 דארף אן אגענטור איבערצייגן אז די דאקומענט איז סיי "פראדעצואל" (א דרעפט געשריבן דורך א שטאב מיטגליד צו רעקאמענדירן די וועלכע זענען באפולמעכטיגט צו פאסן די באשלוסן) און סיי ,אין א "דיסקוסיע" שטאפל (אז עס טוט קלאר אנדייטן אז עס איז דערווייל בלויז די שטעלונג פונעם שטאב מיטגליד אבער נאכנישט אדאפטירט דורכ'ן פאליסי באשלוסער

פון די אנדערע זייט האבן ריכטער אויפן די סי סירקוט אנדערש אפגעלערנט די אויסנאם און אין אן אורטייל געשריבן דורך דאן סירקוט ריכטער קעווענאו קלארגעשטעלט אז אפילו אויב א דאקומענט רעפלעקטירט די מיינונג פון אגענטור באאמטע וועלכע קענען באשליסן אויף פאליסי איז עס אויך באשוצט אויב עס איז נאכנישט געשריבן אלץ ענדגילטיגע באשלוס נאר אלץ דרעפט דורכאויס די פראצעדור

די אורטייל פון די ניינטע קרייז געריכט איז געקומען אין אונזער קעיס ווען סיערא קלאב האט פארלאנגט די דאקומענטן און זיך געוואנדן צו א דיסטריקט געריכט אין קאליפארניע וועלכע האט געהייסן ארויסגעבן 11 פון די 16 דאקומענטן איבער וועלכע מען האט זיך געקריגט צוליב וואס זיי האבן אויסגעקוקט צו זיין "געפארבט" אין א וועג וועלכע זאל עס מאכן אויסקוקן ווי בלויז רויע דרעפטס און געלאזט פיר פון זיין פארזיגלט צוליב וואס זיי רעפלעקטירן קלאר אינערליכע דרעפטס

די סערוויסעס האבן אפעלירט די אורטייל צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע געלאזט אין פלאץ די דיסטריקט געריכט אורטייל אויף 9 פון די 11 דאקומענטן אבער יא פארזיגלט די איבריגע דריי (און געלאזט פארזיגלט די אנדערע פיר)

די אינהאלט פון די ניין דאקומענטן אין צענטער פון די קעיס איז געווען די ביאלאגישע געפינסן אהערגעשטעלט דורך די סערוויסעס און לויט סיערא קלאב זענען זיי געווען די פאקטישע הנחות וועלכע האט באוואויגן די סערוויסעס צו פארלאנגען פון די אי פי עי צו טוישן זייער פלאן און איז נישט געווען בלויזע דרעפטס און פארהאנדלונגען

די ארגומענט פון די סערוויסעס איז געווען אז וויבאלד זיי האבן עס געשריבן נאך בעפאר די אי פי עי האט געטוישט זייער פלאן און פארעפנטליכט די ענדגילטיגע טויש פאלן נאך די דאקומענטן אריין אין די דרעפט קאטעגאריע (טראץ וואס די סופרים קאורט האט שוין אין די פארגאנגנהייט געשריבן אז א ביאלאגישע באריכט קען ווערן פארררעכנט אלץ ענדגילטיגע מיינונג ווילן זיי זאגן אז אויב עס ווערט געשריבן נאך בעפאר די אי פי עי טוישט זייער פלאן איז די דין אנדערש)

די ניינטע קרייז געריכט האט ווי געזאגט געשריבן אז די 9 דאקומעטן דארפן ארויסגיין און געלאזט פארריגלט די איבריגע 3 וועלכע האבן פארגעשטעלט די אלטערנאטיווע געדאנקן וועלכע די סערוויסעס האבן פארגעשלאגן פאר די אי פי עי צוליב וואס יענץ איז ריכטיגע דרעפטס

די סערוויסעס האבן אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט און אנגעוויזן אז די אורטייל איז אין קעגנזאץ צום די סי קאורט אורטייל און גייט אויך אקעגן אן אורטייל פון די צווייטע סירקוט קאורט וועלכע האט אין א באזונדערע קעיס (אויך צווישן די סערוויס און די סיערא קלאב) איינגעשטימט אז די זעלבע דאקומענטן קענען בלייבן פארזיגלט (הגם די אישו מיט די צווייטע סירקוט איז נישט עכט אזוי קלאר אז זיי נעמען די זייט פונעם די סי קאורט איבער די ניינטע סירקוט ווייל אנדערש ווי אין די ניינטע קרייז געריכט ווען מען האט איינפאך פארלאנגט די דאקומענטן איז עס געפאלן אויף די סערוויסעס צו איבערצייגן פארוואס מען זאל עס נישט ארויסגעבן, אנדערש אבער איז אין די צווייטע סירקוט ווי דארט האט סיערא קלאב געקלאגט די אי פי עי אז די ענדגילטיגע איבערגעמאכטע פלאן איז נישט אויסגעהאלטן אין אלץ טייל פון די פראצעדור האבן זיי פארלאנגט צוטריט צו די דאקומענטן און אין אזא פאל האט די צווייטע סירקוט געשריבן אז די סטאנדארט איז צו ווארפן די יאך אויף סיערא קלאב צו איבערצייגן פארוואס מען זאל יא ארויסגעבן די דאקומענטן)

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די קעיס און היינט האט ריכטערין בערעט געשריבן איר ערשטע אורטייל ארויסווארפנדיג די אורטייל פונעם ניינטן קרייז געריכגאט

די אורטייל איז געווען 7-2 ווען ריכטערין קעיגען האט זיך אנגעשלאסן מיט די קאנסערוואטיווע בלאק

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 4:24 pm

WOW!!

דער @הבל קומט אריין אזוי מין קלאר!

משה בן יעקב
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך משה בן יעקב » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 4:33 pm

הכל הבל האט געשריבן:א מאן מיטן נאמען קלעמענטא אוואלינאו פערעידע האט עמיגרירט פון מעקסיקא און זיך אריינגעשווערצט קיין אמעריקא אומלעגאל מיט 25 יאר צוריק און א דעפארטאציע ארדער איז געווארן ארויפגעשטעלט אויף אים נאכן ווערן געפונען שולדיג דורך די סטעיט נעבראסקע אויף א געוויסע פארברעך

פערעידע האט אנערקענט אז אלץ אומלעגאלע אימיגראנט קען ער אויסשטיין דעפארטאציע צו יעדע צייט אבער פארלאנגט אז מען זאל אפרופן די ארדער צוליב די שוועריגקייטן וואס עס וועט שאפן פאר זיין קינד וועלכע איז שוין געבוירן אין די פאראייניגטע שטאטן

די פראגע איז קאנצעטרירט ארום א פאראגראף אין די אימיגראציע און נאציאנאליטעט אקט וועלכע שרייבט אז פארברעכנס אין א געוויסע קאטעגאריעס זאלן אוועקנעמען די רעכט צו קענען פארלאנגען אפצורופן דעפארטאציע ארדערס

אונטער די געזעץ מוז א א שולד אורטייל אויף א סטעיט פארברעך נאכקומען אלע עלעמענטן אויסגערעכנט און די אקט און די שולד אורטייל מוז זיין גענוג הארבע קאטעגאריע אז אונטער די פעדעראלע געזעץ וואלט עס געווען א פעלאני און נישט א בלויז מיסדימינאר

די עכטע אונטערלאגע פראגע איז אויב פערעידע'ס שולד אורטייל וואלט נאגעקומען די סטאנדארט אוועקגעשטעלט אין די אימיגראציע און נאציאנאליטעט אקט אלץ א פארברעך וועלכע נעמט אוועק רעכט צו בעטן אפצורופן א דעפארטאציע ארדער אבער די פראגע איז נישט געווארן דערווייל געלעזט ווען אנשטאט זיך אמפערן איבער די ספעציפישע פראגע איז די געפעכט געווען צו פערעדעי איז דער וועלכע מוז איבערצייגן אז די פארברעך איז גענוג קליין נישט אריינצופאלן אין די קאטעגאריע אדער איז עס די רעגירונג וועלכע מוז איבערצייגן אז די פארברעך קומט יא נאך די סטאנדארט

זעהט אויס אז די כלל פון המוצא מחבירו עליו הראי' איז בלויז ווען עימיצער איז מוציא "מ"חבירו אוועקנעמענדיג עפעס פון יענעם אבער ווען מען איז מוציא "חבירו" זעלבסט און מען וויל אים ארויסטראגן פון לאנד איז נישט קלאר על מי להביא ראי'

די ערשטע, צווייטע, דריטע און ניינטע סירקוט קאורט האבן אלע גענומען די שטעלונג אז די לאסט ליגט אויף די רעגירונג צו איבערצייגן אז א שולד אורטייל אויף א סטעיט פארברעך איז געונג הארב נאכצוקומען די סטאנדארט אויסגערעכנט אין די אימיגראציע און נאציאנאליטעט אקט אבער די פערטע, זעקסטע, אכטע און צעהנטע קרייז געריכטן האבן געאורטיילט פארקערט

די סופרים קאורט איז האט אויסגעהערט די קעיס און היינט איז געקומען די אורטייל פון ריכטער גארסוטש אין שטיצע פון די רעגירונג

די אורטייל איז געווען 5-3 ווען ריכטערין בערעט האט נישט אנטייל גענומען זינט די ארגומענטן זענען געמאכט געווארן נאך בעפאר זי איז געזיצן אויפן באנק


איך האב נישט געזעהן די טענות אבער סקען זיין אז די שאלה איז געווען וועים טיט מען ווייא טאן? דער טאטע אדער דער קינד? אויב סאיז דער טאטע דעמאלס דארף ער אויפווייזען ווייל ער איז לכל נישט לעגאל אין לאנד ממילא איז ער המוציא מחבירו מיט דעם וואס ער בעט יעצט מזאל עהם לאזען זיין אין ווערען א בירגער
טאמער איז דאס קינד וואס ווערט בעוולעט דעמאלס ער איז דאך זיכער דא לעגאל אין מען וויל פין איהם אוועק נעמען זיין טאטע דארף די רעגיראנג אויפווייזען...

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 5:12 pm

גג על גג על גג!!
מאסיוו!!

יישר כח הבל!
דורשטיג? טרינקט ווארימע סעלצער אין א האט קאפ, פארטאגס! בדוק ומנוסה.

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 10:27 pm

דער הבל איז א אויסנאם קנאקעדיגע שרייבער.
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 10:34 pm

ארחיקה נדד האט געשריבן:מאסיוו!! יישר כח הבל!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

lazy
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך lazy » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 11:51 pm

מטעמים האט געשריבן:דער הבל איז א אויסנאם קנאקעדיגע שרייבער.

אויסנאם!
אפילו א נייעס וואס פאראינטערסירט מיר נישט שטארק, קען איך מיך נישט איינהאלטן פון לייענען, סאיז אויסטערליש פליסיג און געשמאק צום לייענען!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג מארטש 05, 2021 1:07 am

הכל הבל האט געשריבן:א מאן מיטן נאמען קלעמענטא אוואלינאו פערעידע האט עמיגרירט פון מעקסיקא און זיך אריינגעשווערצט קיין אמעריקא אומלעגאל מיט 25 יאר צוריק און א דעפארטאציע ארדער איז געווארן ארויפגעשטעלט אויף אים נאכן ווערן געפונען שולדיג דורך די סטעיט נעבראסקע אויף א געוויסע פארברעך

פערעידע האט אנערקענט אז אלץ אומלעגאלע אימיגראנט קען ער אויסשטיין דעפארטאציע צו יעדע צייט אבער פארלאנגט אז מען זאל אפרופן די ארדער צוליב די שוועריגקייטן וואס עס וועט שאפן פאר זיין קינד וועלכע איז שוין געבוירן אין די פאראייניגטע שטאטן

די פראגע איז קאנצעטרירט ארום א פאראגראף אין די אימיגראציע און נאציאנאליטעט אקט וועלכע שרייבט אז פארברעכנס אין א געוויסע קאטעגאריעס זאלן אוועקנעמען די רעכט צו קענען פארלאנגען אפצורופן דעפארטאציע ארדערס

אונטער די געזעץ מוז א א שולד אורטייל אויף א סטעיט פארברעך נאכקומען אלע עלעמענטן אויסגערעכנט און די אקט און די שולד אורטייל מוז זיין גענוג הארבע קאטעגאריע אז אונטער די פעדעראלע געזעץ וואלט עס געווען א פעלאני און נישט א בלויז מיסדימינאר

די עכטע אונטערלאגע פראגע איז אויב פערעידע'ס שולד אורטייל וואלט נאגעקומען די סטאנדארט אוועקגעשטעלט אין די אימיגראציע און נאציאנאליטעט אקט אלץ א פארברעך וועלכע נעמט אוועק רעכט צו בעטן אפצורופן א דעפארטאציע ארדער אבער די פראגע איז נישט געווארן דערווייל געלעזט ווען אנשטאט זיך אמפערן איבער די ספעציפישע פראגע איז די געפעכט געווען צו פערעדעי איז דער וועלכע מוז איבערצייגן אז די פארברעך איז גענוג קליין נישט אריינצופאלן אין די קאטעגאריע אדער איז עס די רעגירונג וועלכע מוז איבערצייגן אז די פארברעך קומט יא נאך די סטאנדארט

זעהט אויס אז די כלל פון המוצא מחבירו עליו הראי' איז בלויז ווען עימיצער איז מוציא "מ"חבירו אוועקנעמענדיג עפעס פון יענעם אבער ווען מען איז מוציא "חבירו" זעלבסט און מען וויל אים ארויסטראגן פון לאנד איז נישט קלאר על מי להביא ראי'

די ערשטע, צווייטע, דריטע און ניינטע סירקוט קאורט האבן אלע גענומען די שטעלונג אז די לאסט ליגט אויף די רעגירונג צו איבערצייגן אז א שולד אורטייל אויף א סטעיט פארברעך איז געונג הארב נאכצוקומען די סטאנדארט אויסגערעכנט אין די אימיגראציע און נאציאנאליטעט אקט אבער די פערטע, זעקסטע, אכטע און צעהנטע קרייז געריכטן האבן געאורטיילט פארקערט

די סופרים קאורט איז האט אויסגעהערט די קעיס און היינט איז געקומען די אורטייל פון ריכטער גארסוטש אין שטיצע פון די רעגירונג

די אורטייל איז געווען 5-3 ווען ריכטערין בערעט האט נישט אנטייל גענומען זינט די ארגומענטן זענען געמאכט געווארן נאך בעפאר זי איז געזיצן אויפן באנק

משוגע צו ווערן פון דיינע געשמאקע רעפארטאזשן.

האט מען שוין למייסע מןציא געווען דעם חבירו אליין?....
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 10:10 am

צוריק אין 2016 למספרם איז א סטודענט פון דזשארדזשיא גווינעט קאלעדזש מיטן נאמען יוזאגבונעם געווארנט געווארן דורך א קעמפוס אפיציר נישט צו רעדן צו אנדערע איבער זיין קריסטליכע גלויבן אינעהאלב די שולע קאמפלעקס נאך וואס דער לעצטער האט פארשפרייט רעליגיעזע ליטעראטור אין אן אפענע פלאזא אינערהאלב די קעמפוס

טראץ וואס עס איז א פובליק אינסטיטוציע וועלכע איז אונטערגעווארפן אונטער די ערשטע אמענדמענט איז אבער די פאליסי געווען צו פארבאטן סיי וועלכע אויסדרוק וועלכע שטערט די רואיגקייט און פרידן פון מענטשן און ערלויבט נישט דאס פארטיילן סיי וועלכע ליטעראטור (נישט בלויז רעליגיעזע) און באגרעניצט פרייהייט פון אויסדרוק צו צוויי פיצינקע ספעציעל דעזיגנירטע "פרייהייט פון אויסדרוק זאנעס" וואו בלויז דארט איז יוזאגבונעם ערלויבט געווארן צו פארקויפן זיינע רעליגיע אנשויאונגען און אויך יענע ערטער דארף מען רעזערווירן פון פאראויס פאר באנוץ

א צייט שפעטער האט יוזאגבונעם רעזערווירט די ספעציעלע זאנע און נאכן באקומען ערלויבעניש עס צו נוצן האט ער דארט געגעבן א רעדע איבער רעליגיע

אויך דא האט ער זיך אנגעשטויסן אן א קעמפוס פאליצי אפיציר וועלכע האט אים ערקלערט אז די רעזערוואציע ערלויבט בלויז אקטיוויטעטן פון א באגרעניצטן סארט און נישט עפנטליכע רעדעס וועלכע איז אין פארלעצונג פון די פאליסי נישט צו שטערן עפנטליכע ארדענונג זינט עס איז אריינגעקומען א רייע באקלאגענישן אקעגן זיינע רעדעס

זעענדיג דאס האט א צווייטער סטודענט מיטן נאמען יוסף ברעדפארד וועלכע האט אויך פרובירט צו פארשפרייטן רעליגיע אויך אויפגעהערט מיט זיינע אונטערנעמונגען אנערקענענדיג אז די שולע וועט עס נישט ערלויבן

ווען יוזאגבונעם און ברעדפארד האט אריינגעטראגן א קלאגע אין א פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין דזשארדזשיא האט די קאלעדזש אין איילעניש געטוישט איר פאליסי אין א פארזוך אויסצומיידן א לעגאלע קאמף

די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן די קעיס באזירט אויף די פאליסי טויש וועלכע האט ארויסגעצויגן די קארפעט פון הונטער די קלאגע און דערנאך האט די עלפטע קרייז געריכט באשטעטיגט די באשלוס פונעם דיסטריקט געריכט צו לאזן די קעיס לויפן זינט זי איז שוין מער נישט רעלעוואנט
די דריי ריכטער פאנעל איז באשטאנען פון:

ריכטער סטענלי מארקוס נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען צום דיסטריקט געריכט און שפעטער דורך פרעזידענט קלינטאן צום קרייז געריכט
ריכטערין סוזען בלעק נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער צום דיסטריקט געריכט און שפעטער דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער צום סירקוט קאורט
און ריכטערין דזשעין רעסטאני נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען צום אמעריקאנע אינטערנאציאנאלע האנדל געריכט און געלאדנט געווארן דורכ'ן עלפטן סירקוט צו זיצן אויף דעם פאנעל

די געריכטן האבן געשריבן אז יוזאגבונעם קען שוין מער נישט קלאגן די קאלעדזש אז זיי פארלעצן זיינע ערשטע אמענדמענט רעכטן זינט ער האט שוין סייווי גראדואירט און ברעדפארד וועלכע איז נאך יא א סטודענט קען זיך אויך נישט באקלאגן ווייל די פאליסי איז שוין געטוישט

אויסער די קאנסטיטוציאנאלע קלאגעס (וועלכע האט איינפאך געזוכט צו צוואונגען די קאלעדזש צו טוישן פאליסי) וועלכע זענען אראפ פון טיש מיט די פרייוויליגע פאליסי טויש (און די צוויי קלעגער האבן איינגעשטימט דערצו) האבן די קלעגער ארגינעל פארלאנגט נאמינאלע שאדנס

ווען עימיצען'ס רעכטן ווערן פארלעצט קען זיך עס אין פולע פעלער אפרופן אין ערנסטע פינאנציעלע /פערזענליכע/ פיזישע שאדנס וואס אין אזא פאל וועט דער באטראפענער פארלאנגען קאמפענצאסיע וועלכע קען באטרעפן אין ערנסטע ציפערן

אנדערש איז אבער ווען יענער ווערט נישט עכט געשעדיגט נאר די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן ווערן פארלעצט וועט מען געווענליך נישט פארלאנגען קאמפענצאסיע נאר נאמינאלע שאדנס וואס באדייט מער א סימבאלישע אנערקענונג מצד די געריכט אז די רעכטן זענען פארלעצט געווארן און די געריכט וועט באשטימען עפעס א נישטיגע סומע (אפט מאל א דאלער אדער צוויי) וועלכע די פארלעצער דארף באצאלן לאות ולמזכרת פארן באטראפענעם

אונזער פאל איז א פאסיגע ביישפיל ווען די צוויי סטודענטן האבן נישט געליטן קיין פערזענליכע שאדנס צוליב די קאלעדזש פאליסי אבער האבן דאך פארלאנגט נאמינאלע פארגיטיגונג

די פראבלעם איז געווארן מיט דעם וואס די הויפט טייל פונעם קעיס איז געגאנגען שלאפן איינמאל די קאלעדזש האט געטוישט פאליסי

ווען קלעגער פארלאנגען קאמפענצאסיע איז עס גענוג אן ערנסטע זאך אז אפילו די עצם קעיס (צום ביישפיל, צו צוואונגען יענעם צו טוישן פאליסי) איז מער נישט רעלעוואנט בלייבט די קאמפענצאסיע טייל פונעם קעיס אפן ווייל די קלעגער דארפן דאך באקומען א שאנס צו ווערן פארגיטיגט צוליב אן אומאויסגעהאלטענע פאליסי טראץ וואס די פאליסי איז שפעטער געווארן געטוישט

אנדערש איבער אבער ווען עס האנדלט זיך בלויז איבער נאמינאלע פארגיטיגונג וועלכע איז מער ווייניגער בלויז א סימבאלישע זאך צו קנס'ען פאר געוועזענע פארלעצונגען איז געווען די שטעלונג פון די דיסטריקט געריכט און אזוי אויך די עלפטע סירקוט פאנעל (באזירט אויף פריערדיגע פרעצעדענט פון די פולע עלפטע קרייז געריכט זעלבסט אין א צווייטע קעיס) אז אויב די עצם קעיס צופאלט (צוליב פרייוויליגע פאליסי טויש) דאן פאלט אויך אוועק די פארלאנג פאר נאמינאלע פארגיטיגונג

די קלעגער האבן פרובירט צו אמענדן זייער פארלאנג צו זעהן אויב זיי קענען עס נאך מאדיפיצירן צו א קאמפענצאסיע פארלאנג און זיך ארומשלאגן אויב זיי קענען גאר פארלאנגען קאמפענצאסיע אבער די געריכט האט עס אפגעווארפן (און אויב זיי ווילן קאמפענצאסיע דארפן זיי אנהויבן א נייע קעיס פונדאסניי)

די קלעגער האבן דאן פארלאנגט אז די פולע עלפטע סירקוט באנק זאל איבערהערן די ארגומענט אז אפילו נאמינאלע פארגיטיגונג זאל אויך נישט אוועקפאלן אויב די עצם קעיס צופאלט אבער איז געווארן אפגעזאגט

דערנאך האבן זיי אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט זאגנדיג אז אויב מען וועט צולאזן אזא אורטייל צו בלייבן שטיין וועט עס פירן צו הפקירות ביי קאלעדזשעס און אפילו סטעיט און לאקאלע רעגירונגען וועלכע וועלן שלאפן רואיגער ביים טרעטן אויף קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פון מענטשן אן קיין זארג איבער לעגאלע קאמפן ווייל ווי נאר אזאנא קלאגעס ווערן אריינגעטראגן קענען זיי איינפאך טוישן פאליסי און דערמיט אוועקקלאפן פארלאנגען פאר נאמינאלע פארגיטיגונג
די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס

בעפאר די אורטייל האבן געוויסע אנגעמערקט אז קען זיין אינטערסאנט צוצוברענגן אז מיט א יאר בעפאר האט די סופרים קאורט באהאנדלט א גאן קאנטראל געזעץ אין ניו יארק סיטי און ווען די סיטי האט געטוישט די געזעץ האט די געריכט געשיקט די קעיס פייפן

אין יענע פאל האבן ריכטער אליטא, טאמאס און גארסוטש געשטימט אין די מינאריטעט שרייבנדיג אז לאזן די קעיס גיין וועט ערלויבן אנדערע צו זיך צו צופירן די הענט אן און פאל פון לעגאלע פראבלעמען איינשטעלן טוישונגען צו ליייגן די קעיס שלאפן
אליטא האט דאן ספעציפיש געשריבן אז "עס איז ברייט אנגענומען אז א פארלאנג פאר נאמינאלע דעמעדזש האלט אפ א קעיס פון גיין שלאפן"
און מען האט ארויסגעקוקט צון זעהן ווי אזוי די שטעלונגען אין יענע קעיס קען זיך אפרופן אויף די איצטיגע קעיס

איצט אינדערפרי האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז מען קען יא האלטן אפן א קעיס בלויז צוליב די פארלאנג פון נאמינאלע פארגיטיגונג טראץ וואס די קלאגע איבער פארלעצן קאנסטיטוציאנאלע רעכטן זעלבסט איז אוועקגעפאלן צוליב פאליסי טויש

די אורטייל איז געשריבן געווארן דוך ריכטער טאמאס און געווען 1-8 מיט הויפט ריכטער ראבערטס אין די מינאריטעט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג מארטש 08, 2021 11:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:19 am

"הבל עז יוזשעל!
אזוי קלאר אראפצולייגן די קעיס און די צדדים. WOW!!!
- - - - -
נאר בכדי שלא להשאיר הנייר חלק, ווי אויך אז @הבל זאל וויסן אז ס'ווערט טאקע געליינט, מוז איך אנמערקן א קליינע טעות...
הכל הבל האט געשריבן:ווען יוזאגבונעם און ברעדפארד האט אריינגעטראגן א קלאגע אין א פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין קאליפארניע זשארזשיע האט די קאלעדזש אין איילעניש געטוישט איר פאליסי אין א פארזוך אויסצומיידן א לעגאלע קאמף.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:28 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:"הבל עז יוזשעל!
אזוי קלאר אראפצולייגן די קעיס און די צדדים. WOW!!!
- - - - -
נאר בכדי שלא להשאיר הנייר חלק, ווי אויך אז @הבל זאל וויסן אז ס'ווערט טאקע געליינט, מוז איך אנמערקן א קליינע טעות...
הכל הבל האט געשריבן:ווען יוזאגבונעם און ברעדפארד האט אריינגעטראגן א קלאגע אין א פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין קאליפארניע זשארזשיע האט די קאלעדזש אין איילעניש געטוישט איר פאליסי אין א פארזוך אויסצומיידן א לעגאלע קאמף.

יישר כח פאר די פידבעק!

עס מאטיווירט אנצוגיין ווייטער

אוועטאר
בשבילי נברא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:10 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:"הבל עז יוזשעל!
אזוי קלאר אראפצולייגן די קעיס און די צדדים. WOW!!!
- - - - -
נאר בכדי שלא להשאיר הנייר חלק, ווי אויך אז @הבל זאל וויסן אז ס'ווערט טאקע געליינט, מוז איך אנמערקן א קליינע טעות...


גא"מ!

איך מוז אבער יא משאיר זיין הנייר חלק.. צוליב וואס ס'איז באמת נישט דא קיין ווערטער אים צו באדאנקן פארן צושטעלן אזעלכע געשמאקע רעפארטאזשן כסדר מדי יום ביומו ושעה בשעתו.
---

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג מארטש 08, 2021 11:41 pm

אנבעליועבעל געשמאק צו ליינען א קעיס באשריבן דורך @הבל, יישר כח
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 10:16 am

די פערטע אמענדמענט באגרעניצט פאליציי ארעסטן און באווייז זאמלעריי צו פעלער אין וועלכע זיי האבן ווארשיינליכע פארדאכטן (גערופן פראבעבל קאוס) אז א קרימינאליטעט קומט פאר/איז פארגעקומען

עס זענען דא געוויסע אויסנאמען צו די סטאנדארט ווי צום ביישפיל די סטאפ און פריסק פראגראם און נאך וואס אזלעכע פעלער קומען בלויז נאך א שוואכערע סטאנדארט גערופן פארשטענדליכע פארדאכט אבער אין אלגעמיין איז די ערשטע באצייכענונג דאס וואס פאליציי דארף נאכקומען און אויב זאמלט מען באווייזן נאכן פארלעצן די באגרעניצונג קען מען עס נישט נוצן אין געריכט

אין צוגאב צו די פליכט פון אויטאריטעטן צו פארמיידן און פארשן קרימינאליטעטן איז פארהאן נאך א פליכט וועלכע די געריכט האט באשטעטיגט אז פאליציי זאלן זיך אפגעבן דערמיט און דאס איז זיך אפגעבן מיט די געמיינדע און אירע פראבעלעמען וואס באדייט אז פאליציי וועלן פרובירן צו פארמיידן ווייטאג פון באטרעפן מענטשן טראץ וואס עס מוז נישט קומען פון א קרימינאלן ווינקל

ווען א פאליציי מאן וועט זיך אפגעבן מיט א פארוואונדעטן אדער גייסטיש צורודערטן ביז ערשטע הילף קומט וועט עס נישט בלויז זיין וואלאנטורישע העראאיזם וואס ציווילע בירגער קענען אויך טוהן נאר עס איז אויך טייל פון זיין ארבעט און די זעלבע איז ווען פאליציי וועט ארבעטן צו עלימינירן א געפאר וועלכע לויערט אויפן פובליק טראץ וואס די געפאר קען קומען פון א נאטורליכע ערשיינונג און נישט פון עימיצן מיט קרימינאלע מאטיוון

איין אזא פאל איז געווען ווען אן אויטמאמאביל איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט און פאליציי האבן געפונען א דרייווער וועלכע איז שוין נישט געווען געהעריג ביי זיך און דער אפיציר האט גיך אנדעקט אז דער דרייווער איז גאר זעלבסט א פאליציי מאן

דער אפיציר האט גערופן פאר הילף אוועקצושלעפן די קאר אבער בעפאר מען האט עס אוועקגעשלעפט האט ער זיך געכאפט אז דער דרייווער מוז דאך האבן אין זיין באזיץ א רעוואלווער אלץ טייל פון זיין פאליציי ארבעט

נאך אן אונטערזוכונג אויף יענעם האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער טראגט עס נישט אויף זיך האט זיך דער אפיציר א לאז געטוהן צום אויטא נישט פארשטייענדיג אז דער אוצר געפונט זיך אינווייניג און נישט געוואלט אז די אויטא וועלכע גייט ווערן אוועקגעפירט צו א פריוואטע גאראדזש זאל ליגן האלטן אין זיך א רעוואלווער נישט וואוסנדיג אין וועמענס האנט עס קען אנקומען

אז מען נישטערט טרעפט מען און זוכנדיג אין די קאר האט ער געפונען באווייזן אז דער פאליציי/דרייווער איז געווען פארמישט אין א מארד מיט א צייט פריער
די געריכט האט געליינט די באווייזן און באטראכט צו מען קען עס נוצן זינט עס איז נישט געווען קייין קרימינאלע פארדאכטן וועלכע האבן ערלויבט דעם אפיציר אונטערצוזוכן די אויטא

די געריכט איז אבער געקומען צום אויספיר אז דער אפיציר האט געטוהן זיין פליכט מיטן באצושן די געמיינדע האבנדיג רעכט צו טראכטן אז א רעוואלווער איז אינווייניג און קען אנקומען צו אומגעוואונטשענע הענט און צוליב דעם קען מען נוצן די באווייזן אנדעקט און עס איז אין איינקלאנג מיט די פערטע אמענדמענט

אין 1973 למספרם האט די אמעריקאנע סופרים קאורט באשטעטיגט די אורטייל און זינט דאן האבן פארשידענע געריכטן באזירט זייערע שטעלונגען באזירט אויף דעם אין פארשינדארטיגע קאנטעקסטן ווי ווען פאליציי גיבן זיך אפ מיט קראנקע מאטאריסטן, זוכן פארלוירענע קינדער, און ווארענען דעם פובליק איבער מעגליכע געפארן און ענליכע פעלער קענען זיי נוצן באווייזן געפונען אונטער אזעלכע אומשטענדן

בלייבט איבער זיך צו וואונדערן פארוואס מען ברענגט אויף א קעיס פון אזויפיל יארן צוריק

די ענטפער איז צוליב א פרישע געשיכטע וועלכע איז זיך לעצטנס פארלאפן ווען די פרוי פון א מאן מיטן נאמען עדווארד קאניגליע
האט אריינגעקלונגען צו די פאליציי ווארענען אז איר מאן איז אין געפאר פון באגיין זעלבסטמארד

פאליציי זענען ערשינען און אריין אין די אפארטמענט און עס אונטערזוכט און געפונען געווער וועלכע זיי האבן אוועקגעפירט פון דארט

די פאליציי האט אנגעגעבן אז זיי האבן געמוזט אבלאווירן די וואוינונג צוליב זארג אז קינגיליע קען זיין געפארפול פאר זיך און פאר אנדערע און זיך פארלאזט אויף די "העלפן די געמיינדע" אויסנאם און איז דעריבער נישט קיין פארלעצונג צו די פערטע אמענדמענט

קאניגליע האט געקלאגט די פאליציי אויפן פארלעצן זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן אבער די דיסטריקט געריכט האט אנגענומען די "העלפן די געמיינדע" אין שטיצע פון די פאליציי

קאניגליע האט עס אפעלירט צום ערשטן קרייז געריכט וועלכע האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט אבער אנדערע סירקוט קאורטס האבן געשריבן אז די "העלפן די געמיינדע" אויסנאם פרעצעדענט איז באגרעניצט צו בלויז באווייזן געפונען אין אויטאמאבילן אזוי ווי אין די פאל פון די 1973 למספרם סופרים קאורט אורטייל אבער ערליובט נישט צו אבלאווירן היימען פון מענטשן אן ערנסטע פארדאכטן איבער קרימינאליטעטן

קאניגליע האט אפעלירט זיין קעיס צום סופרים קאורט וועלכע וועט עס אויסהערן אום מערץ 24 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מארטש 21, 2021 1:59 pm

מערסטנס סופרים קאורט ריכטער האבן זיך פיזיש באטייליגט ביי די פרייטאג קאנפרענץ צו באהאנדלען קעיסעס נאך מאנאטן פון ווירטואלע קאנפרענצן

דאס קומט נאך וואס אלע ריכטער זענען שוין פולשטענדיג וואקסינירט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מארטש 21, 2021 2:05 pm

ארקענסאו גאווערנאר האטשינסאן אנערקענט אז די אנטי רציחה געזעץ דורכגעפירט אין איר סטעיט איז אומקאנסטיטוציאנאל לויט פרעצענדענט פון סופרים קאורט אורטיילן אבער זאגט אז די צוועק דערפון איז טאקע אז די סופרים קאורט (מיט בערעט) דערויף זאל טאקע מוזן איבערקוקן וואו זיי שטייען אויף די פראגע

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך רוסישע פרינץ » מאנטאג מארטש 22, 2021 2:30 pm

העכסטע געריכט נאכגעגעבן א ביטע פון די יוסטיץ דעפארטמענט צו איבערקוקן די קעיס פון זשאוקער צארנאייעוו, אויך באקאנט אלס די "באסטאן באמבארדירער".

פאריאר האט די אפיעלס געריכט ארויסגעווארפן די טויט אורטייל קעגן צארנאייעוו, זאגענדיג אז די ריכטער ביים פראצעס האט נישט געהעריג אויסגעפרעגט זשוראר'ס איבער מעגליכע פון-פריער-באשטימטע מיינונגען איבער די קעיס.
די זשוסטיס דעפארטמענט, נאך אונטער פרעזידענט טראמפ, האט געהאט געבעטן די סופרים קאורט זאל ארויסווארפן די אורטייל פונעם אפיעלס געריכט, היינט האט די קאורט געמאלדן אז זיי נעמען אן די קעיס.

דאס איז די ערשטע טויט שטראף קעיס וואס די נייע ביידען אדמיניסטראציע, און זיין אטוירני-זשענעראל גארלאנד, וועלן דארפן פארטיידיגן.

אוועטאר
אייגנארטיג
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אייגנארטיג » מאנטאג מארטש 22, 2021 2:35 pm

רוסישע פרינץ האט געשריבן:
דאס איז די ערשטע טויט שטראף קעיס וואס די נייע ביידען אדמיניסטראציע, און זיין אטוירני-זשענעראל גארלאנד, וועלן דארפן פארטיידיגן.


נו קען אויב אזוי גארלאנד אליין גיין דאס פארטיידיגן און ענדליך אנקומען צום סופרים קארט!!!
נו, כאטש אויף די אנדערע זייט פון'ם טיש

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 25, 2021 10:06 am

א מאנטאנא איינוואוינער מיטן נאמען מארקאיא דזשיען גולעט איז געזיצן ביים רעדל פון א פארד עקספלארער אויף א מאנטאנא שאסיי ווען פלוצלינג האבן איינע פון די רעדער באשלאסן צו מאכן שבת פאר זיך און אין רעזולטאט האט גולעט פארלוירן קאנטראל און אריינגעגליטשט אין א זומפ און גענומען גראד פון דארט דעם עקזיט וועלכע פירט ארויס פון אונזער וועלטל

אין א באזונדערע אינצידענט איז א מינעסאוטע מאן מיטן נאמען באנדעמער אויך געזיצן אין א פארד אויטאמאביל אינעם פאסאזשיר זיץ ווען די אויטא איז געווארן פארוויקלט אין אן אינצידענט און די עירבעג האט פארפעלט זיך צו עפענען און דער באנדעמער האט געליטן מח שאדן

די פארשטארבענע פרוי גולעט און אירע נאנטע זענען געווארן פארטרעטן דורך אן אדוואקאט און האבן אריינגעטראגן קלאגעס אקעגן פארד אין א א סטעיט געריכט אין מאנטאנא אין די זעלבע צייט וואס באנדעמער האט געטוהן די זעלביגע אין מינעסאטע

לויט די געזעץ דארף א געריכט האבן אדער אן אלגעמיינע פערזענליכע יוריסדיקציע איבער א קעיס אדער א ספעציפישע פערזענליכע יוריסדיקציע צו קענען אריינרעדן אין די קעיס

אלגעמיינע פערזענליכע יוריסדיקציע קומט ווען די אנגעקלאגטע פארמאגט אירע הויפטקווארטירן אדער האבן געעפנט זייער לעגאלע קארפאראציע אין די גרעניצן פון די סטעיט

ספעציפישע פערזענליכע יוריסדיקציע באדייט אז די אנקלאגע שטאמט ארויס פון און איז באזירט אויף אקטיוויטעטן דורכגעפירט אינערהאלב די סטעיט

די פארד הויפטקווארטירן זענען סטאנציאנירט אין מישיגען און איר קארפאראציע איז געפיילט געווארן אין דעלעוועיר און די אויטא'ס אין די צוויי קעיסעס זענען ביידע נישט פראדוצירט געווארן אין מאנטאנא אדער מינעסאטע

(אין די מאנטאנא קעיס האט פארד צוזאמגעשטעלט די קאר אין קענטאקי און עס פארקויפט צו א דיעלערשיפ אין וואשינגטאן סטעיט און די דיעלערשיפ האט עס ווייטער פארקויפט צו אן איינוואוינער אין ארעגאן וועלכע האט עס שפעטער פארקויפט צו עימיצער וועלכע האט עס אריינגעברענגט קיין מאנטאנא

פארד האט געזוכט צו נוצן די געזעץ זיך אפצושאקלען פון די קלאגעס מיטן אנצייגן אז די געריכטן אין די באטרעפנדע סטעיטס פארמאגן נישט קיין יוריסדיקציע איבער זיי אבער די געריכטן אין ביידע פעלער האבן געשריבן אז דאס אז פארד לאזט לויפן רעקלאמעס אין די סטעיטס, פארקויפן אויטא טיילן, שטעלן צו מאקעניק סערוויסעס און נעמען צוזאם דאטא איבער רע דעזיגנאציע פאר צוקונפטיגע פראדוקציע פון קאנסומער אין די סטעיט איז גענוג א דירעקטע ביזנעס פארבינדונג מיט די סטעיט אז די סטעיט געריכטן זאלן האבן א ספעציפישע פערזענליכע יוריסדיקציע איבער זיי

פארד האט עס אפעלירט צו די סטעיט סופרים קאורטס אבער האבן פארלוירן דארט אין ביידע פעלער אפעלירנדיג די אורטיילן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן וועלכע האט צוזאמגעשטעלט ביידע קעיסעס און וועט אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן און אקטאבער 7 למספרם

די סופרים קאורט האט נארוואס איינשטימיג געאורטיילט (בערעט האט נישט אנטייל גענומען) אז די סטעיט געריכטן האבן יא יוריסדיקציע איבער די קעיסעס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 25, 2021 10:20 am

עס איז געווען א טונקעלע פארטאג אין יולי 15 2014 למספרם ווען צוויי ניו מעקסיקא פאליציי אפיצירן זענען אנגעקומען צו אן אפארטמענט קאמפלעקס אין אלבאקווערקווא צו ארעסטירן א פרוי פארמישט אין אן ארגאנאזירטע קרימינאלע רינג

די אפיצירן האבן געפונען צוויי פארשוינען שטיין פארנט פון יענעם'ס היים הארט נעבן א פארקירטע טאיטא קרוזער וועלכע איז געשטאנען פארלאשן צווישן קארס פון ביידע זייטן

די אפיצירן זענען געווען געקליידעט אין זייערע אפיציעלע מונדירן און האבן באשלאסן צו אויספרעגן די צוויי חברה און זעהן אויב זיי זענען פארבונדן צו די פרוי וועם זיי זוכן צו ארעסטירן

ווען די צוויי האבן באמערקט כי כלתה אליהם הרעה איז איינער אריינגעלאפן אין די הויז פונעם פרוי און די צווייטע איז געווען א פרוי מיטן נאמען ראקסאנע טארעס וועלכע האט זיך געשווינד אריינגעזעצט אינעם קרוזער און זיך באקוועם געמאכט ביים רעדל און אנגעצונדן די מאטאר

אפיציר ריטשארד וויליאמסאן איז צוגעגאנגען צו די פענסטער אויפן דרייווער'ס זייט און זיך געבעטן עטליכע מאל אז טארעס זאל ווייזן איר האנט (אז זי איז אומבאוואפנט) און לויט אים האט טארעס געמאכט אגרעסיווע האנט באוועגונגען וועלכע ער האט נישט געקענט געהעריג זעהן צוליב די טונקעלע פענסטער

די צווייטע אפיציר איז געווען דזשעניס מאדריד וועלכע האט זיך געשטעלט פארנט פון די רעדל וועלכע איז פארנט פונעם דריייווער'ס זיץ און האט אויך געקענט זעהן די האנט באוועגונגען פון טארעס

לויט פרוי טארעס האט זי ניטאמאל געוואוסט אז די צוויי זענען אפיצירן און האט נישט געהערט קיין איין ווארט אדער באפעל געמאכט דורך די צוויי אבער ווען זי האט געהערט ווי זיי פרובירן צו עפענען די טיהר האט זי געהאלטן אז דאס זענען צוויי באנדיטן וועלכע פרובירן איר צו קארדזשעקן האט זי אריינגעשטעלט די קאר אין דרייוו

אין יענע מאמענט האט אפיציר וויליאמסאן אנגעציהלט זיין ביקס און גלייך דערנאך האט מאדריד געטוהן די זעלבע

טארעס האט רעאגירט מיטן דרוקן עטוואס אויף די גאז און נאך וואס די קאר האט זיך גערוקט אן אינטש אדער צוויי זענען קוילן געקומען צו פליען אין ריכטונג פון טארעס

מאדריד האט געזאגט אז זי האט זיך געפארכט אז טארעס גייט איר איבערפארן און האט דעריבער אריינגעציהלט אינעם פאדערשטן שויב און וויליאמסאן האט אויך געזאגט אז ער האט געוואלט באשוצן מאדריד און זיין אייגענע לעבן צוגלייך שטייענדיג שטעקן צווישן די אויטא פון טארעס און די פארקירטע קאר דערנעבן

צוויי קוילן האבן באטראפן טארעס וועלכע האט פארגעזעצט איר רייזע זיך ארויסגליטשנדיג פון דארט מיט אן אימפעט און נאך באוויזן זיך לייכט אנצושטויסן אין א צווייטן אויטא אבער עווענטועל צוגעפארן צו א צווייטע פארקינג לאט ווי זי איז ארויסגעקומען פון די קרוזער און זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד זיך אונטערצוגעבן פאר די צוויי "קארדזשעקערס" פון וועם זי האט געציטערט אז זיי פאלגן איר נאך ביז אהין

נאך א וויילע איז זי באמערקט געווארן דורך א פארבייגייער און האט יענעם געבעטן צו רופן פאליציי

אנגעבליך האט זי געהאט א באזנדערע ארעסט ווארענט שוין פון א צייט פריער און צוליב דעם האט זי באשלאסן נישט צו ווארטן ביז פאליציי קומט און אידענטיפיצירט איר

איר אויג איז געפאלן אויף א צווייטע אנגעצונדענע אויטא וועמענ'ס אייגנטומער האט געהאלטן אינמיטן אנפולן די טראנק מיט פעקלעך

טארעס האט זיך אריינגעגליטשט דערין אין אפגעצויגן פון דארט לאזנדיג דעם נעבעכדיגן קאר אייגנטומער שטיין מיט די פעקלעך אין די הענט און מיטן צונג אינדרויסן

פון דארט איז זי צוגעפארן צו א שפיטאל צו באהאנדלען אירע וואונדען און אנגעגעבן א פאלשע נאמען אבער די שפיטאל באאמטע האבן שפעטער איר אידענטפיצירט און זי איז דעם קומענדיגן טאג געווארן ארעסטירט

א פראצעס אקעגן טארעס איז אריין אין שוואונג און אין די צייט וואס זי האט געארבעט אפצוקעמפן די קלאגעס האט זי אין אקטאבער 2016 למספרם באשלאסן צו גיין אויפן אפענסיווע און אריינגעטראגן א ציווילע רעכט באשולדיגונג אז די צוויי אפיצירן האבן פארלעצט אירע פערטע אמענדמענט רעכטן מיטן נוצן אומבארעכטיגטע קראפט איר צו פארהאלטן

די אמענדמענט טוט פארבאטן צו נוצן איבערגעטריבענע מאכט און בכלל צו פארהאלטן/ארעסטירן מענטשן אן קיין געהעריגע אורזאך

די פאליציי אפיצירן האבן געמאכט אן אינטערסאנטן ארגומענט זאגנדיג אז די פארבאט איז נישט געווארן פארלעצט זינט טארעס האט באוויזן זיך ארויסצוגליטשן נאך איידער זי איז געווארן פארהאלטן און האט אונטער די האגל פון קוילן באוויזן צו דרוקן אויפן גאז און אנטרינען ווערן און איז קיינמאל פאקטיש נישט געווארן פארהאלטן

ווי עס שיינט קלאגט נישט טארעס אויף די עצם שיסעריי און וואונדן ווייל די פאליציי קען טענה'ן אז זיי האבן זיך געשפירט באדראעט ווען זי האט אנגעהויבן פארן אבער זי טענה'ט יא אז די פלאן איז לכתחלה געווען איר צו פארהאלטן און צו שיסן און פאל זי פרובירט צו אנטלויפן און זי האט פון די פענסטער געקענט זעהן זייערע אויג צו אויג קאמיוניקאציע צו נוצן געווער

די אפיצירן זאגן אבער אז אפילו ווען פאליציי פרובירט אפצושטעלן עימיצן אומבארעכטיגט און שיסט אויף יענעם ווען ער אנטלויפט הייסט עס נישט "פארהאלטן" ווייל יענער איז דאך איז פאקט נישט געווארן פארהאלטן און אזוי לאנג ווי די קוילן אדער אנדערע מאכט מיטלען האלטן נישט אפ דעם פארדעכטיגטן פון מאכן פליטה איז עס נישט אין פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט

די צענטע סירקוט קאורט אף אפעילס האט ארויסגעווארפן די באשולדיגונג פון טארעס און גענומען די זייט פון די פאליציי

די אכטע, ניינטע, און עלפטע סירקוט קאורטס און צוגאב צו די סופרים קאורט אין ניו מעקסיקא האבן אלע געאורטיילט אז אן אומסוסקסעספולע אומבארעכטיגטע פארכאפונג פרואוו פארלעצט די פערטע אמענדמענט אבער די צענטע סירקוט און אויך די סירקוט קאורט אין די סי האט אויסגעטייטשט די פערטע אמענדמענט נאר אויף פעלער ווען די פארהאלטונג/ארעסט איז סוקסעספול

די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס זענען ארגינעל געווען געסקעדזשועלט אויף פארלאפענע מערץ 30 למספרם אבער אין ליכט פון די ווירוס אויסברוך געווארן אפגעשיבט איז עס פארגעקומען אום אקטאבער 14 למספרם

איצט אינדערפרי האט די סופרים קאורט געאורטיילט 3-5 אז די פרואוו צו פארכאפן טארעס ווערט יא פאררעכנט אלץ א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט

ראבעירטס האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל אין וועלכע ברייער, סאטאמאיאר, קעיגען און קעווענאו זענען געווען אנגעשלאסן

ריכטער גארסוטש האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל אין וועלכע טאמאס און אליטא זענען געווען אנגעשלאסן

בערעט האט נישט אנטייל גענומען אין די קעיס

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג מארטש 25, 2021 8:37 pm

א ברודער פון דער געוועזענע "נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער" גענעראל מייקעל פלין האט אריינגעגעבן א 75 מיליאן דאללער אנקלאגע אין פעדעראלע געריכט קעגן סי.ען.ען.

ער באשולדיגט די מידיע אגענטור אין פארשמירן זיין נאמען ווען זיי האבן אים באצייכענט אלס קיו-ענאן גלויביגער.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 05, 2021 10:30 am

ווען גוגעל האט געשאפן איר ענדראיד אפארעיטינג סיסטעם האט זי געשריבן איר אייגענע פראגראמינג שפראך באזירט אויף דזשאווא וועלכע באלאנגט פאר א די אורעקעל פירמע נוצנדיג די זעלבע נעמען, ארגאנאזאציע, און פונקציעס ווי דזשאווא'ס אפליקאציע פראגראמינג אינטערפעיסעס (APIׂׂ)

ארעקעל וועלכע איז די אייגנטומער פון דזשאווא האט געקלאגט אין געריכט פאר קאפירייט פארלעצונג אבער א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער האט געשריבן אז API'ס פאלן נישט אונטער קאפירייט געזעצן ווייל ערלויבן פריוואטע פירמעס צו באזיצן עקסקלוסיוו רעכטן אויף פראגראמינג שפראך וואלט פארקריפלט אינאוואציע און מיטארבעט אין קעגנזאץ פון די ציהלן פאר וועלכע די קאפירייט געזעצן זענען אוועקגעשטעלט געווארן

די אפעלאט געריכט פאר די פעדעראלע סירקוט (וועלכע איז באשטימט צו באהאנדלען קאפירייט פראגן) האט אנידערגעשטימט די דיסטריקט געריכט אורטייל שרייבנדיג אז API'ס זענען יא קוואליפיצירט פאר קאפירייט אין אלגעמיין אבער אפן געלאזט א טיהר פאר גוגעל צו מאכן ארגומענטן פארוואס זייערע שריט זאל נישט האבן פארלעצט די קאפי רעכטן

גוגעל האט אבער אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלע האט זיך אנטזאגט פון עס אקצעפטירן

נו, מיט ווייניג חשק אבער נאך ווייניגער אויסוואלן האט גוגעל געמוזט נאכפאלגען די ארדער פון די אפעלאט געריכט צוריקצוגיין צום נידריגן געריכט און דארט פרובירן צו איבערצייגן פארוואס אין זייער ספעציפישע קעיס האבן זיי נישט פארלעצט די קאפי רעכטן צוליב די ערלויבטע באנוץ דאקטרינע (א געזעץ וועלכע מאכט אויסנאמען אויף קאפירייט געזעצן צו צו באלאנסירן רעכטן פון אינציאטארן און פובליק אינטערעסע צו האבן ברייטערע צוטריט צו פראדוקטן און סערוויסעס ווי צום ביישפיל מידיא באריכטן און נאך און די פראגע איז אויב נוצן יענעם'ס קאמפיוטער שפראך מין ציהל אהערצושטעלן א נייע קאמפיוטער פראגראם פאלט אונטער אט די קאטעגאריע)

גענוי ווי זייער מזל האט זיי געשפילט אינעם ערשטן פאל איז די דיסטריקט געריכט געווען ווידעראמאל סימאפטיש מיט גוגעל און זיי געגעבן רעכט אז זיי האבן נישט פארלעצט די רעכטן און אורעקעל האט עס אפעלירט צום אפעלאט געריכט

נאכן באטראכטן די ארגומענטן פון גוגעל האט די אפעלאט געריכט ווידעראמאל איבערגעדרייט די דיסטריקט געריכט אורטייל שרייבנדיג אז גוגעל האט ווירקליך פארלעצט די קאפי רעכטן

אצינד האט גוגעל ווידעראמאל פרובירט צו נעמען זייער קעיס צום סופרים קאורט און דאסמאל איז שוין די געריכט געווען גרייט דערפאר און האט אקצעפטירט די קעיס און מען ווארט צו זעהן אויב און ווי אזוי די העכסטע געריכט וועט באהאנדלען די צוויי פראגן

1) אויב קאפירייט באשיצונג דעקט סאפטוועיר אינטערפעיס (אינטערפעיס איז די שפראך/קאוד וועלכע ווערן גענוצט אין קאמפיוטער פראגראמען קאמיוניקאציע)

2) אם תמצי לומר אז עס דעקט איז די פראגע אויב די באנוץ פון סאפטוועיר אינטערפעיס אין די קאנטעקסט פון שאפן א נייע קאמפיוטער פראגראם ווערט פאררעכנט אלץ פארלעצונג

אין אנדערע ווערטער האט גוגעל צוויי וועגן ווי אזוי ארויסצוגיין מיט גאנצע ביינער ווען איינס וואלט געווען צו איבערצייגן גענוג ריכטער אז סאפטוועיר אינטערפעיס איז בכלל נישט באשוצט דורך קאפירייט געזעצן אדער כאטש דורך גיבן רעכט פארן דיסטריקט געריכט וועלכע האט געפונען אז די ספעציפישע אקט פון נוצן סאפטוועיר אינטערפעיס אין די קאנטעקסט פון שאפן א נייע קאמפיוטער פראגראם איז אויסגעהאלטן אפילו לויט די קאפירייט געזעצן

די מונדליכע אגומענטן זענען געווארן גראד נאך וואס די געריכט האט אנגעהויבן אפהאלטן ארגומענטן ווירטואל און האט דעריבער געגעבן ווייניגער געלעגנהייט פאר אויסטוישן צווישן די ריכטער זינט עס לויפט מער אויף א סיסטעמאטישן פארנעם ווען ריכטער שטעלן פראגן איינע נאך די צווייטע באזירט אויף סיניאריטעט און דאס האט געפירט אז טייל ריכטער האבן בארירט בלויז די ערשטע פראגע און אנדערע בלויז די צווייטע מאכנדיג אוממעגליך צו אנאליזירן וואו איטליכע ריכטער שטייט אויף ביידע פראגן און דאס באדייט אז מען קען נישט קלאר שאצן ווי אזוי גוגעל וועט ארויסגיין פון דא

די ארגומענט האט זיך אנגעהויבן מיט די פרעזענטאציע פון טאם גאלדשטיין וועלכע האט רעפרעזענטירט גוגעל געזאגט אז קאפירייט באשוצט בלויז די וועג און אויסדרוק וועלכע אינציאטארן נוצן ביים ערצייגן זייערע פראדוקטן אבער לאזט פריי פאר אנדערע צו קאפירן די געדאנק דערונטער איינגעהילט אין א צווייטע שלייער
ער האט אנגעצייגט אויף די מערדזשער דאקטרינע וועלכע זאגט אז אין פאל וואס בלויז איין ספעציפישע גרופע פון ווערטער (צום ביישפיל א קאמפיוטער קאוד פראגראם) קען ברענגן די ערפינדער צום ציהל איז נישטא קיין קאפירייט געזעצן זינט מען קען נישט הייסן די קאנקורענטן אויפקומען מיט אנדערע וועגן אהערצושטעלן עפעס ענליך

ער האט ארויסגעברענגט אז גוגעל האט נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג ביים אהערשטעלן איר ענדראיד
ווי נוצן די קאוד וועלכע איז באקאנט פאר דזשאווא דעוועלאפער

ראבערטס האט נישט געגליכן וואס ער האט געהערט זאגנדיג פאר גאלדשטיין אז די אורזאך פארוואס זיי האבן בלויז געקענט נוצן די עקזיסטירנדע דזשאווא קאוד אויף וואס צו בויען זייער אייגענע (נאכגעמאכטע) איז צוליב וואס די אנדערע פירמע האט עס געמאכט אויף אן אויסנאם סוקסעספולע וועג

יענע פירמע האט געהאט מערערע אויסוואלן ביים אהערשטעלן איר קאוד און האט עס באוויזן צו ערצייגן אזוי געלונגען אז פראגראמירער האבן עס שטארק געגליכן און עס איז נישט קיין אויסרייד פארוואס זיי צו באשטראפן דערפאר

ראבערטס האט אויסגעפירט אז צוברעכן א פייער קאסע איז די איינציגסטע וועג ארויסצובאקומען די געלט אסבערא דאס באדייט נישט אז דו מעגסט עס טוהן און אויב דו האבט נישט קיין צווייטע וועג צו באקומען די קאוד דאן בלייבט דיין אפציע צו פרובירן באקומען א לייסענס דערפאר

טאמאס האט מיטגעטיילט די ראבערטס סקעפטיציזם און געפרעגט ווען גענוי גאלדשטיין וויל זעהן די מערדזשער דאקטרינע חל זיין אין אזא קעיס
איז עס גראד נאך וואס די אנדערע פירמע איז ארויסגעקומען דערמיט (וואס דאן איז עס נאכנישט געווען אזוי פאפולער און מעגליך אז עס וואלט נישט געהייסן די איינציגסטע וועג מיט וועלכע פראגראמירער וואלטן קאאפערירט) אדער ערשט ווען גוגעל באשליסט צו נצן די זעלבע קאוד?

קעיגען און גארסוטש האבן זיך אויך צוגעשטעלט צו די ארגומענט זאגנדיג אז געוויס וואלט געווען א צווייטע צוגאנג אויפצוקומען מיט א קאוד וועלכע איז אייניג ווירקזאם ווי די ארגינעלע

גארסוטש האט אויך געפרעגט די "פארוואס קענסטו נישט זיין אזא מצוין ווי דיין אינגערע ברודער" פראגע אנצייגנדיג אז עפל און מיקראסאפט זענען פאקטיש אויפגעקומען מיט גוטע טעלעפאנען וועלכע ארבעט זייער גוט אן דארפן רויבן עימיצן אייגנטום

גאלדשטיין האט דערויף געענטפערט אז די צוויי פירמעס נוצן גאר א צווייטע סארט שפראך צוגלייכן גוגעל צו זיי איז ווי צו זאגן אז דו קענסט נישט קוואלאפיצירן פאר די מעדזשער דאקטרינע אויף די ענגלישע שפראך זינט א צווייטער האט באוויזן אויפצוקומען מיט עפעס פאסיג אויף די פראנצויזישע שפראך

יושע ראזנקראנץ האט פארטרעטן ארעקעל און ברייער האט אים געצימבלט מיט א ביישפיל פון די היינט באקאנטע קיבאורד וועלכע מען האט גענוצט אויף טייפרייטערס

אין די צייט וואס מען האט יענץ ערפונדן וואלסטו געקענט מאכן אן ארגומענט אז מען קען אויפקומען מיט 1000 אנדערע וועגן אהערצושטעלן אן ענליכע געדאנק אבער אויב וואלט מען היינט געגעבן פאר יענע ערפונדער קאפי רעכטן אדער פאר סוויטש באורד אויף די פארצייטישע טעלעפאן סיסטעמען וואלטן זיי קאנטראלירט אלע טייפרייטערס מאנאפולירט די אלטוועלטליכע טעלעפאן סיסטעם זינט אלע סיסטעמען ארום די וועלט האבן באקוועם געמאכט מיט יענע אויסשטעל און דאס איז נישט עפעס וואס מען קען גיבן קאפי רעכטן

קעיגען האט אויך געמאכט די זעלבע ענליכע ארגומענטן נוצנדיג א ביישפיל פון א קלייט וועלכע קומט אויף מיט א גאר סאפיסטיקירטע ארגאנאזירונג סיסטעם פון קאטעגאריזירן פרוכט, פלייש, ברויט און אזוי ווייטער און באזונדערע קאטעגאריעס און סוב קאטערגאריעס וועלכע טוען שטארק פארלייכטערן פאר אירע קונדן און קעיגען האט געפרעגט פון ראזנקראנץ אויב אירע קאנקורענטן וועלן נישט עס נישט מעגן נאכמאכן אויף זייער אייגענע וועג

קעיגען האט זיך דאן גענומען צו מאלקאלם סטוארט וועלכע האט פארטרעטן דעם סאליסיטאר דזשענעראל און געשטיצט די אנקלאגע אקעגן גוגעל און קאנצעטרירט אירע פראגן מער אויף די צווייטע הויפט אישו אין די קעיס דהיינו, אז אפילו אויב די קאודס זענען באשוצט אונטער קאפירייט צו קען גוגעל טענה'ן אז אין אזא פאל וואלט די קאפירייט געזעץ ערלויבט צו נוצן די קאודס זינט מען האט עס ארומגעטוישט די פאפיר אין וואס זי איז איינגעוויקלט

קעיגען האט געפרעגט אויב עימיצער זאל ערפונדן א נייע געלונגענע קיבאורד אויסשטעל אן א סעלפאון מאניופעקטשורער זאל עס נוצן פאר זייערע טעלעפאונס וועט עס זיין יושר'דיגע באנוץ?

סטוארט האט איינגעשטימט אז עס וואלט געווען אויסגעהאלטן און קעיגען האט געוואלט פארשטיין מיט וואס עס איז אנדערש ווי גוגעל'ס נוצן די דזשאווא אינטערפעיס קאוד אז פראגראמירער זאלן זיעך נישט מוזן לערנען א נייע סיסטעם פאר קאודינג פונקט ווי די סעלפאן פירמע האט גענוצט די נייעסטע סארט קיבאורד צו פארלייכטערן פאר מענטשן צו נוצן עפעס וואס זיי זענען געוואוניו און באקוועם

סאטאמאיאר האט געוואלט זאגן אז די ארגינעלע דזשאווא פראגראם איז געווען פאר היים קאמפיוטערס אין גוגעל'ס פראיעקט עס צו רעאינסטאלירן אין אירע ענדראיד'ס וועלכע איז א גאר צווייטע סארט אפאראט איז גענוג באדייטנדע טויש אבער סטוארט זיך נישט געלאזט זאגנדיג אז די קאוד טוט אפערירן אויף אקוראט די זעלבע וועג און פירט דורך די זעלבע פונקציעס אין ביידע

א באזונדערע דעבאטע האט זיך אנטוויקלט וועלכע איז אומשטאנד צו העלפן די ריכטער לויז ווערן פון די קעיס כאטש פאר נאך א שטיק צייט און דאס איז די געיעג אין וועלכע די פעדעראלע סירקוט קאורט האט ארויסגעטראסקעט די אורטייל פון די דיסטריקט קאורט אויף די צווייטע פראגע

די דיסטריקט קאורט האט געהאט געזעצט א דזשורי איבערצוקוקן באווייזן פון גוגלע וועלכע האבן לויט זיי געצייגט אז אפילו אונטער קאפי רעכט געזעצן זענען זייערע שריט געווען אויסגעהאלטן

ווי אויבנדערמאנט איז די דזשורי אינעם דיסטריקט געריכט געקומען צום אויספיר אז די באווייזן זענען גענוג שטארק אבער די סירקוט קאורט האט עס אפגעווארפן

טענה'ן טאמאס און גארסוטש און בעיקר איז עס אליטא וועלכע האט געהאמערט מיט דעם אז די קרייז געריכט האט פאקטיש נישט איבערגעקוקט די באווייזן וועלכע די דזשורי האט באהאנדלט און דאס איז אן אומגעווענליכע ערשיינונג

אליטא האט זיך געוואונדערט אויב איבערקוקן די באווייזן וועלכע די דזשורי האט געזעהן אין שטיצע פון גוגעל צו עס וואלט מעגליך געטוישט די שטעלונג פונעם סירקוט קאורט

גארסוטש האט עס ארויסגעזאגט מער אפן פרעגנדיג פארוואס די סירקוט קאורט האט נישט גענומען די סטאנדארט צוגאנג און הויך שפעקולירט צו מען זאל נישט איינפאך צוריקשיקן די קעיס צום סירקוט קאורט עס איבערצוקוקן ריכטיג

ראזנקראנץ האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז געריכטן זענען גוט אויסשטאפירט צו קענען זעלבסט אויסקלארן פאקטן און א קעיסעס איבער ווען עס איז ערלויבט צו קאפירן אונטער קאפי רעכט געזעצן מוז נישט אלץ ווערן דעצידירט דורך א דזשורי





נאכצוקומען א ביטע פון מטעמים האבן מיר היינט אן אפדעיט איבער די קעיס

די סופרים קאורט האט איצט אינדערפרי געאורטיילט אז גוגעל האט געמעגט נוצן די דאווא פראגראם אפילו אונטער די קאפי רייט געזעצן

די אורטייל איז אראפגעקומען 2-6 ווען ריכטער ברייער שרייבט די פאר די מאיאריטעט און טאמאס און אליטא זענען אין די מינאריטעט

ריכטערין בערעט איז האט נישט אנטייל גענומען אין די קעיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 05, 2021 10:36 am

די סופרים קאורט האט ארויסגעווארפן אן אורטייל פון די צווייטע סירקוט וועלכע האט געפונען אז פרעזידענט טראמפ האט פארלעצט די ערשטע אמענדמענט רעכטן ווען ער האט אלץ פרעזידענט בלאקירט מענטשן פון זיין טוויטער אקאונט
די סופרים קאורט האט אצינד אינסטרוקטירט די צווייטע קרייז געריכט צו דיסמיסן די קעיס צוליב די טויש אין אדמינסטראציע וועלכע מאכט די קלאגע מוט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 05, 2021 10:42 am

עטוואס איבערראשנד איז געווען ווען די סופרים קאורט האט זיך נישט געאיילט נאכצוגעבן די פארלאנג פון די ביידען אדמיניסטראציע פארלאנג צוריקצושיקן צו די נידריגע געריכטן די קעיס איבער דאס צוריקדרייען די שטרענגערע ארבעטס פארלאנגען פאר מעדיקעיד געניסער איינגעשטעלט דורך די פריערדיגע אדמיניסטראציע שרייבט די סופרים קאורט בלויז אז די קעיסעס וועלן ווייטער זיצן און אויסווארטן א צוקונפטיגע סופרים קאורט ארדער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:27 am

סופרים קאורט ריכטער ברייער אין א רעדע אין הארווארד: באצייכן נישט די סופרים קאורט אלץ קאנסערוואטיוו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], rogers, בבקשה, בןישיבה, בר חכים, געשמאקע קוקיס, וואס עפעס?, כ'וויל, מתכון, שדה ורוד און 101 געסט