נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט אורטיילט אין שטיצע פון אבאמאקעיר 2-7

ריכטער ברייער שרייבט אורטייל פארן מאיאריטעט אז די קלעגער מאנגלען סטענדינג

ריכטער אליטא שרייבט מינאריטעט אורטייל אין וועלכע גארסוטש איז אנגעשלאסן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג חיי שרה

א פרישע רעליגיעזע רעכטן / מתועבים קעיס האט געלאנדעט אויפן סופרים קאורט טישל און איז איינס וועלכע קען פארוואנדלט ווערן אין איינע פון די סאמע העכסטע פראפיל קעיסעס אינעם טערמין

די קעיס איז איבער א שטראף וועלכע פילאדעלפיע האט ארויפגעשטעלט אויף די קאטוילישע סאושעל סערוויסעס אגענטור צוליב זייער שטעלונג איבער נארישקייט געזעצן

ערציאונג היימען איבער די לאנד זענען ברייט פארשפרייט אבער די פארלאנג וואקסט פון טאג צו טאג פאר מענטשן וועלכע זענען גרייט צו ערציען קינדער וועלכע זענען עכטע אדער גאר לעבעדיגע יתומים אן קיין געהעריגע עלטערן זיי צו ערציען

איינע פון גרעסטע וואלונטיר קערפערשאפטן אין דעם געביט זענען די רעליגיעזע צענטערן וועלכע זענען אינסטרומענטאל ארויסצוהעלפן אזעלכע קינדער און זיי צוזאמשטעלן מיט פאסיגע קאנדידאטן וועלכע קענען צושטעלן פאר די קינדער די נויטיגע ערציאונג און זיי אדאפטירן ווי אייגענע קינדער

צוליב די נאטור פון די סיטואציע מאכט זיך אפט אז אויף אנשים מתועבים זענען וויליג צו אדאפטירן אזלעכע פארלאזטע קינדער און געווענליך וועלן זיי זיך ווענדן צו סעקולארע ארגאנאזאציעס וועלכע וועלן זיי צושטעלן אינפארמאציע און רעקאמענדירן פאסיגע יתומים

לויט די געזעץ דארף זיין אן אפיציעל רעגיסטרירטע קערפערשאפט וועלכע טוט אינדארסירן יעדע אדאפציע און מתועבים וועלן געווענליך אויסזוכן מער סעקולארע אגענטורן וועלכע טוען האבן נישט קיין פראבלעם צו אינדארסירן אן אדאפטירונג פון א קינד פאר א געמיינע פאמיליע

די ספעציפישע קאטוילישע סאושעל סערוויסעס אין פילאדעלפיע האט נאך זינט איר גרינדונג אין 1917 למספרם ביז היינט נישט געהאט קיין איינציגע פאל ווען מתועבים האבן זיך צו זיי געוואנדן פאר אדאפציע טראץ וואס די אגענטור איז אויטאריזירט צו אינדארסירן אדאפציעס אבער נאכן ליינען אין א צייטונג ארטיקל אז די אגענטור "וואלט" ווען נישט אונטערגעשריבן אן אינדארסירונג פאר א קינד צו ווערן אויפגעצויגן ביי מתועבים "אויב אזעלכע מענטשן וואלטן עס געבעטן" איז געווען מער ווי גענוג פאר פילאדעלפיע וועלכע האט באשטראפט די אגענטור מיטן אוועקנעמען איר רעכט צו קענען אינדארסירן אדאפציעס און קיינער קען מער נישט אדאפטירן קיין קינדער אויב עס גייט דורך זיי

די דריטע סירקוט געריכט האט געגעבן גערעכט פאר די סיטי און איצט האט די אגענטור גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט מיט די האפענונג אז די געריכט וועט איבערדרייען די אורטייל

די טענה פון די סיטי איז געווען אז זינט די סאושעל סערוויסעס איז א קאנטראקטער פאר די סיטי (וועלכע אויטאריזירט איר צו אינדארסירן אדאפציעס) דארף עס זיין די סיטי וועלכע באשטימט די פארשריפטן

ריכטער ראבערטס האט אנערקענט אז די קעיס איבער טרעפן די ריכטיגע באלאנס צווישן פרייהייט פון דיסקרימינאציע און רעליגיעזע פרייהייט אבער געפרעגט צו איז עס נישט די אנגעלעגנהייט פון די סיטי צו טרעפן די באלאנס און נישט פאר די סערוויסעס צו האבן א ווארט אין דעם זינט די צענטראלע פראגראם פון זיך באפאסן מיט יתומים איז אונטער די סיטי ?

קעיגען האט אויך אויסגעדרוקט איר שטעלונג אז די סיטי דארף האכן א גרעסערע ווארט ווען עס קומט צו פלאצירן יתומים וועלכע איז נאך אלעם אונטער די צענטראלע סיטי פראגראם אפילו אויב די אדאפציע ווערט אינדאריסרט דורך די סערוויסעס וועלכע איז א סיטי קאנטראקטער

קעיגען האט געשטעלט א היכי תימצי ווען עס סיטי/סטעיט גיבט ארויס א קאנטראקט פאר א פריוואטע פירמע צו פירן א טורמע און פארבאט די פירמע פון ערלויבן טורמע וועכטער צו נוצן דראגס

וועט אזא פירמע קענען אפווארפן די סיטי פארבאט אין פאל די טרומע איינגעשטעלטע פארלאנגען צו קענען נוצן א געוויסע סארט געווירץ וועלכע איז זייער רעליגיע נוצט ביי געוויסע רעליגיעזע צערעמאניעס?!

ריכטער טאמאס האט פרובירט אפצוטיילן די קאנטראקט טייל וועלכע די סערוויסעס האט מיט די סיטי (אין אנדערע געביטן אויסער דאס גיבן אינדארסירונגען) און די טייל פון אינדארסירן אדאפציעס שפעקולירנדיג אז די אדאפציע באשטעטיגונג טייל איז עפעס אין וועלכע די סיטי דארף האבן א קלענערע ווארט

די סערוויסעס אדוואקאט האט זיך צוגעכאפט דערצו און עס ברייטער אויסגעשמועסט זאגנדיג אז היסטאריש האבן אלץ רעליגיעזע ארגאנאזאציע פארפיגט אויף די אדאפציע לייסענס און די סערוויסעס זוכט נישט אריינצורעדן און די סיטי אנגעלעגנהייטן נאר פארקערט

אליטא און קעווענאו האבן ביידע ארויסגעברענגט אז די סערוויסעס האבן פאקטיש קיינמאל נאכנישט אפגעזאגט אן אדאפציע פארלאנג און פילע יתומים קענען האבן שוועריקייטן מיטן ווערן פלאצירט צוליב די סיטי באשלוס

קעווענאו האט געזאגט אז ער פארשטייט די זארג פון מתועבים מיט די סערוויסעס פאליסי אבער מען קען נישט פארמאכן אן אויג ווען עס קומט צו באשוצן רעליגיעזע רעכטן און ער איז באזארגט אז די עקסטרעמע צוגאנג פון די סיטי וועט פארלאנגען פון די געריכט אונז צוואונגען צו פארזיכערן אונזער צוזאג פאר רעספעקט פאר רעליגיעזע רעכטן

דערנאך האט מען באהאנדלט די פראגע צו די סיטי באשלוס איז באשוצט אונטער די 1990 למספרם סופרים קאורט אורטייל "סמיט" וועלכע באפרייט רעגירונג אגענטורן פון זיין אין פארלעצונג פון די קאנסטיטוציאנאל פרייהייט פון אויסדרוק רעכטן ווען אירע באגרעניצונגען זענען דרינגנד, מינימאל, און זענען מחייב אלע איינוואוינער צוגלייך

אבער אן אדוואקאט פון די פעדעראלע רעגירונג אין שטיצע פון די סערוויסעס האט אפגעווארפן אז דאס איז וואס די סיטי זוכט דא און ארויסגעברענגט אז בעת וואס די סיטי האט זיך געשטעלט אויף די לענג און די ברייט צו באגרעניצן רעליגיעזע פרייהייט ערלויבט זי אנדערע סארט דיסקרימינאציע אינערהאלב איר יתומים קעיר סיסטעם ווי דאס ערלויבן צו באטראכטן פאקטארן ווי ראסע, דיסעביליטי ביים פלאצירן יתומים און ערלויבט אויף אגענטורן צו קאנצעטרירן זייער ארבעט מיט פאמיליעס פון ספעציפישע עטנישע אפשטאמען

גארסוטש האט איבערגענומען דאס ווארט איבער אט די טענה און די סיטי אדוואקאטן האבן אים ערקלערט אז די סארט פאקטארן ווערן בלויז באטראכט ווען מען האלט שוין ביים פאקטיש פלאצירן די קינדער אבער ביים ערשטן שטאפל פון ערלויבן פאמיליעס זי איינצוגעבן פאר אדאפציע ערלויבן זיי נישט די מינדעסטע דיסקרימינאציע

אליטא איז צוריקגעקומען צו די סמיט אורטייל או ארויפגעברענגט די געדאנק אז די געריכט זאל גאר צוריקדרייען די סמיט פרעצעדענט זעלבסט

ער האט אנערקענט אז געווענליך וועט די געריכט נישט זוכן צו אדרעסירן קאנסטיטוציאנאלע פראגן ווען זי מוז נישט אבער פארפירט אז די קאמפליצירטע פראגן איבער מעליכע אויסנאמען פון די נאן דיסקרימאציע פאליסי און די פראגע אויב די סערוויסעס ווערן באטראכט לגבי אדפאציע ווי א קאנטראקטער טוט צוטרייסלען די סטאביליטעט פון די סמיט אורטייל און פאדערט מעגליך אז מען זאל איבערווארפן יענע אורטייל

אויב אליטא האט געמאכט די גרויסע טריט אויפן שאך ברעטל מיטן רעכענונג אז איצט מיט בערעט אויפן באנק איז די צייט רייף האט ער שנעל איינגעזעהן אז תפש מרובה און בערעט איז נאכנישט אין אזא געיעג צו פארכאפן טעריטאריע

בערעט האט נישט אפגעווארפן זיין באהויפטונג אז ווען א קעיס אקעגן סמיט ווערט געברענגט איז מעגליך אז מען דארף עס איבערדרייען אבער געפרעגט פון די סערוויסעס אדוואקאט (וועלכע האט געטיילט אליטא מיט זיין וואונטש) אז אויב איז ריכטיג אז די סערוויסעס קען באקומען אן אורטייל אקעגן די סיטי אן דארפן איבערדרייען סמיט פארוואס זאלן מיר עס איבערדרייען און מיט וואס גייען מיר עס ערזעצן ? (ווייל פאקטיש איז יענע געזעץ א נויט אין געוויסע פעלער און די פראגע דארף זיין וואו ברייט עס זאל גיין און מען קען ע נישט איינפאך ארויסווארפן אן ערזעצן מיט עפעס מער געציהלט און באגרעניצט)

די אנדערע ריכטער האבן אויך אויסגעדרוקט ווייניג אפעטיט איבערצודרייען סמיט גייענדיג מיט די בערעט ארגומענט און ליבערשט זיך קאנצעטרירט אויף מער פראקטישע זארגן ווי אויב א זיג פאר די סערוויסעס אין געריכט וועט ווערט אויסגענוצט אויף ערנסטע דיסקרימינאציע און די ערשטע פראגע איז געקומען פון בערעט וועלכע האט געוואלט וויסן אויב א זיג וועט ווערן אויסגעטיייטשט אלץ רעכט פאר ארגאנאזאציעס אפצוזאגן אדאפציע אפליקאציעס פון פארפעלקער וועלכע קומען פון קעגנזייטיגע ראסע אויף וועלכע די די סיטי אדוואקאט האט רובירט צו בארואיגן די זארג זאגנדיג אז די געריכט איז זייער קלאר אז עס איז די שטארקע אינטערעסע פון די רעגירונג צו אויסצוראטן ראסע דיסקרימינאציע

אבער ברייער און קעיגען זענען ביידע געווען פרוסטירירט אז מען טיילט אפ ראסע דיסקרימינאציע פון נארישקייט דיסקרימינאציע אבער די סיטי אדוואקאט האט זיך געהאלטן צו זיינס אז די געריכט האט שוין ספעציפיש אנגעדייטעט אז ראסע איז אייגנארטיג אין די לאנד'ס קאנסטיטוציאנאלע היסטאריע און דאס באקעמפן סיי וועלכע סארט ראסע דיסקרימינאציע איז אן אייגנארטיגע העכסטע פריאריטעט אינטערעסע פארן לאנד

אליטא האט אבער אויסגעקוקט ווייניגער באזארגט אז מען זעהט נארישקייט דיסקרימינאציע אלץ ווייניגער ערנסט ווי ראסע דיסקרימינאציע זאגנדיג אז אין די לענדמארק 2015 למספרם אורטייל צו אנערקענען נארישקייט האט די קענעדי מאיאריטעט אורטייל אונטערגעשטראכן אז עס איז דא ראציאנאלע אורזאכן פאר די וועלכע באקעמפן נארישקייט צו פירן זייער קאמף און דאס איז עפעס וועלכע די געריכט האט נישט געטוהן ביים אורטיילן אקעגן קעגנזייטיגע ראסע הייראטן

ברייער האט פרובירט אויפצוקומען מיט א פשרה אונטער וועלכע די סערוויסעס וועלן נישט דארפן אפיציעל באשטעטיגן א נארישקייט שטוב אלץ פאמיליע אבער באשטעטיגן אז די אומשטענדן אין אזעלכע היימען זענען גענוג צופרידנשטעלנד צו פלאצירן דארט יתומים (ווייל מאמענטאל איז די פאליסי אז זיי באשטעטיגן אדאפציס בלויז צו אן אפיציעלע אנערקענטע פאמיליע)

אבער די סערוויסעס אדוואקאט האט עס אפגעווארפן אז פראקטיש גערעדט איז אן אן אנערקענונג פאר אזא שטוב אז עס איז א געהעריגע פאמיליע

סאטאמאיאר איז שפעטער צוריקגעקומען צו די ברייער פארשלאג בעהטנדיג די סיטי אדוואקאט אויפצוקומען מיט עפעס א מיטלוועג און יענער האט אינדארסירט ברייער'ס פאטענט אלץ צופרידנשטעלנד

צום שלוס האט אויסגעקוקט אז די סערוויסעס האבן זיך פארזיכערט מיט כאטש פינף שטימען טראץ וואס די פונקטליכע לעגאלע באזיס וועלכע די ריכטער וועלן נוצן אין אזא אורטייל איז נאך נישט אינגאנצן קלאר

ריכטער ראבערטס האט איצט געשריבן די איינשטימיגע אורטייל אין שטיצע פוןם די קאטוילישע סערוויסעס אבער אויסגעמיטן א ברייטערע אויסטייטש אין שטיצע פון רעליגיעזע פרייהייט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:

ריכטער ראבערטס האט איצט געשריבן די איינשטימיגע אורטייל אין שטיצע פון די קאטוילישע סערוויסעס אבער אויסגעמיטן א ברייטערע אויסטייטש אין שטיצע פון רעליגיעזע פרייהייט

א ווארט מער:
ווי געשאצט אינעם אנאליז באזירט אויף די מונדליכע אגומענטן זענען בערעט און אירע קאנסערוואטיווע קאלעגן נישט גרייט געווען איבערצודרייען סמיט און אליטא יא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט אורטיילט אין שטיצע פון אבאמאקעיר 2-7

ריכטער ברייער שרייבט אורטייל פארן מאיאריטעט אז די קלעגער מאנגלען סטענדינג

ריכטער אליטא שרייבט מינאריטעט אורטייל אין וועלכע גארסוטש איז אנגעשלאסן

דעמאקראטן ווייזן אן ווי פאפולער אבאמאקעיר איז היינט איבערן לאנד אז מען הערט ניטאמאל אן ערנסטע וויי געשריי פון רעפובליקאנאר אקעגן די אורטייל און זייער הויפט רעאקציע איז בלויז אז דעמאקראטן וועלכע האבן געווארנט איבער ווי אזוי בערעט וועט שטימען דערויף האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומגערעכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בלק

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג נח

טייל ליינער האבן שוין מעגליך געליינט די בוך דאס קינד אין געריכט אבער היינט ברענגן מיר א קעיס פון עטליכע קינדער וועלכע זענען ערשינען אין געריכט און דאסמאל אויפן קלעגער באנק

די פאל האנדלט זיך פון א גרופע יוגנטליכע וועלכע זענען פארכאפט געווארן און געצוואונגען געווארן דורכצופירן אומבאצאלטע ארבעט פון פערצן שטונדן טעגליכע שיפטס אין קאווע בונדלעך פעלדער אין די אייווארי קאוסט (א לאנד אין מערב אפריקא)

די קינדער האבן געפיילט א לאוסוט אקעגן ריזן מאנופעקטשורער, קאסטומער, פראדוצירער און ריטעיל נעצן וועלכע פארקויפן די קאווע בונדלעך אריינגערעכנט נעסטל יו עס עי (די אמעריקאנע פליגל פון די ריזן שווייצע באזירטע עסן נעץ) און קארגיל (א ריזן אמעריקאנע באזירטע עסן נעץ)

די ביידע אויבדערמאנטע פירמעס טוען קאנטראלירן קאווע פראדוקציע אין די אייווארי קאוסט און טוען לויט די קלעגער אפערירן מיט די איינציגע ציהל פון פון טרעפן די ביליגסטע קוואל פון קאווע בונדלעך וועלכע רעזולטאטירט אין א סיסטעמאטישע אפאראט פון קינדער קנעכטשאפט אראפצוהאקן די ארבעט אויסגאבן

די קלעגער באשולדיגן אז די פירמעס זענען געווען באוואסטזיניג אז קינדער קנעכטשאפט איז אומלעגאל אין די אייווארי קאוסט און האבן טראץ דעם פארגעזעצט צוצושטעלן פינאנציעלע שטיצע און טעכנישע פארם הילף פאר די פארמער וועלכע האבן גענוצט די קינדער שקלאפן דורכצופירן די ארבעט אויפן פעלד

די קלאגע האבן די קינדער געברענגט פאר א דיסטריקט ריכטער אינעם צענטראלן דיסטריקט אין קאליפארניע מיט די נוצנדיג די אויסלענדישע פארברעכן סטעטשו (איר אקראנים איז ATS) וועלכע שענקט יוריסדיקציע פאר אמעריקאנע געריכטן אויסצוהערן קעיסעס געברענגט דורך אויסלענדישע אקעגן אזעלכע וועלכע זענען אנגעבליך באגאנגען אקטן אין אויסלאנד וועלכע איז פארבאטן דורך די אינטערנאציאנאלע געזעץ

די 1789 געזעץ איז זייער א רויע און טוט נישט ספעציפירן וועלכע סארט קלאגעס קען יא אדער נישט געברענגט ווערן נאר גיבט אויטאראזאציע פאר אמעריקאנע דיסטריקט געריכטן צו באהאנדלען קלאגעס דורך אויסלענדער איבער פארברעכנס אנערקענט דורך די אינטערנאציאנאלע געמיינדע אבער האט איבערגעלאזט היימארבעט פאר די געריכטן צו באשליסן וואו איין און וואו אויס

מערקווירדיג איז אז די געזעץ איז נישט ערנסט ארויפגעקומען אויפן אויבערפלאך ביז אזוי שפעט ווי אין 1980 למספרם ווען א בירגער פון פאראגוויי האט געקלאגט א צווייטער פון פאראגוויי אין אמעריקאנע געריכט אין די איינציגסטע פארבינדונג מיט אמעריקא איז געווען אז דער באשולדיגטער האט דאן געוואוינט אין אמעריקא

נישט צו שאפן איין איינדרוק אז אמעריקא קימערט זיך נישט מיט פייניגונג איז די קעיס געווארן אקצעפטירט פירנדיג דערנאך צו א פלייץ פון ATS אנקלאגעס וועלכע באשטייען פון ציווילע קלאגעס און דינען אלץ אלטערנאטיוו צו קרימינאלע אנקלאגעס וועלכע דארפן געברענגט ווערן אין אינטערנאציאנאלע מענטשן רעכט טריביונאלן

אויסלענדישע רעגירונגען זענען דערקעגן די געדאנק אז אמעריקאנע געריכטן קענען באהאנדלען אזעלכע קלאגעס אבער ציווילע רעכטן ארגאנאזאציעס שטיצן עס שטארק און די אמעריקאנע רעגירונג הענגט ערגעצוואו אינדערמיט ווען זי שטיצט די ATS אלץ געזעץ אבער וויל א באלאנסירטע אויסטייטש פונעם געזעץ און די סופרים קאורט טוט פון צייט צו צייט אריינרעדן און אויסקלארן איבער פארשידענע אומשטענדן ווען די געזעץ איז יא אדער נישט גילטיג

אין 2004 למספרם האט די סופרים קאורט געשריבן אז ריכטער קענען אויסהערן קלאגעס אונטער ATS אבער זאלן זיין פארזיכטיג עס צו אקצעפטירן בלויז אין פעלער ווען די אנגעבליכע פארברעך איז קלאר און דייטליך און אנערקענט אלץ פארברעך דורך ציוויליזירטע לענדער

אצינד צו אונזער געשיכטע מיט די קינדער קלעגער האט די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגע גייענדיג מיטן ארגומענט פון די פירמעס אז די געזעץ דעקט בלויז קלאגעס אקעגן מענטשן פערזענליך און נישט אקעגן קארפארעישאנס און אפילו אויב מען זאל אננעמען אז די ATS דעקט יא קארפארעישאנס האבן די קינדער פארפעלט צו איבערצייגן אז די פירמעס האבן געבראכן א געזעץ מיטן שטיצן שקלאפן האלטער

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט יא גענומען די זייט פון די קינדער און געשריבן אז קארפארעישאנס זענען געדעקט אונטער די ATS ווען עס קומט צו אזעלכע באשולדיגונגען ווייל לויט זיי קען אן אקט וועלכע איז יוניווערסאל און אבסאלוט יא דינען אלץ א באזיס פאר אן ATS אנקלאגע און די פארבאט אקעגן פארשקלאפונג איז יוניווערסאל (ברייט אנגענומען)

אין די דיסטריקט געריכט זענען געמאכט געווארן דריי ארגומענטן מצד די אנגעקלאגטע
1) זיי זענען מחולק אויף די באווייזן און הנחה אז זייערע שריט צו שטיצן די פארמער גיבט זיי גענוג א שטארקע כח המשלח אז די פארברעכן איז עפעס וואס פאלט אונטער די ATS
2ׂׂ) אז קארפארעישאנס פאלן נישט אונטער די ATS
3)וויבאלד אמעריקאנע געזעצן אין אלגעמיין זענען בלויז גילטיג אין די פאראייניגטע שטאטן אויסער אויב קאנגרעס שרייבט קלאר אנדערש דעריבער קען די ATS נישט אפעקטירן פארברעכן וועלכע זענען באגאנגען געווארן אין אויסלאנד סיידן פעלער אין וועלכע די אויסלענדישע קלאגן אן עימיצער פארן זיי שעדיגן אויף אמעריקאנע טעריטאריע קען מען דאן קלאגן אין אן אמעריקאנע געריכט
אויב אבער די פארברעך קומט פאר אין אויסלאנד און איז אן אינטערנאציאנאלע פארברעך אדער אפילו בלויז א לאקאלע פארברעך מוז מען זיך ווענדן צו די לאקאלע אדער אינטערנאציאנאלע געריכט סיסטעם

די ערשטע ארגומענט איז עפעס וועלכע די ניינטע קרייז געריכט האט דערווייל נישט באהאנדלט און עס געהאט צוריקגעשיקט צום נידריגן געריכט צו באהאנדלען

די צווייטע ארגומענט האט די קרייז געריכט ווי געזאגט באשלאסן און געאורטיילט אז קאראפארעישאנס פאלן יא אונטער די ATS

די דריטע ארגומענט האט איז בעצם א פראגע וועלכע די סופרים קאורט האט באהאנדלט אין 2012 למספרם ווען נאך יארן וואס די שטעלונג פון די רעגירונג איז געווען אז פארברעכן אין אויסלאנד ווערט נישט געדעקט אונטער ATS האט די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט איבערגעשמועסט די פאליסי מיט די סטעיט דעפארטמענט און באשלאסן צו טוישן שטעלונג און געזאגט פארן געריכט אז די עקזעקוטיוו פליגל נעמט מער נישט קיין אבסאלוטע שטעלונג אויף די פראגע נאר טוט רעקאמענדירן די געריכטן צו דן זיין אזעלכע פראגן אויף א קעיס ביי קעיס באזיס

ריכטער ראבערטס האט דאן געשריבן א באגרעניצטע 5-4 אורטייל אז די ATS דעקט בלויז פארברעכן דורכגעפירט אין אמעריקא אבער יא אפן געלאזט די טיהר פאר איינצלנע אויסנאמען אין וועלכע די פארברעכן "רירט אן/איז דירעקט פארבונדן קיין אמעריקא"

די ניינטע קרייז געריכט האט אבער נישט אדרעסירט די טייל און צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט קאורט -וועלכע איז שוין איצט געווען געבונדן צו די הנחה פון די סירקוט קאורט אז אויך אז קארפארעישאנס קענען ווערן געקלאגט אונטער די ATS- צו באהאנדלען די דריטע ארגומענט

נו, מיט איין טיהר פארהאקט האט די דיסטריקט געריכט זיך געמוזט באנוצן מיט די איינציגסטע עמורדזשענסי עקזיט פון וואו צו באפרייען די פירמעס בויענדיג אויפן דריטן ארגומענט וועלכע די סירקוט קאורט האט דערווייל נאכנישט אדרעסירט און דאס איז די טענה אז די ATS דעקט בלויז פארברעכן באגאנגען אויף אמעריקאנע באדן און זיך אנגעהאנגן אין די 2012 למספרם סופרים קאורט אורטייל

די קינדער האבן נישט אויפגעגעבן און צוריקגעלאפן צום ניינטן סירקוט וועלכע האט אויסגעהערט די ארגומענט און געדארפט זוכן ווי אזוי זיך ארויסצודרייען פון די סופרים קאורט אורטייל בנוגע פארברעכן דורכגעפירט אין אויסלאנד

אינצווישן איז געשעהן א פאנטשער ווען אין 2018 למספרם ,אין א באזונדערע קעיס איבער אויסלענדיש באזירטע קארפארעישאנס האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז יענע קארפארעישאנס קענען נישט ווערן געקלאגט אונטער די ATS

די אורטייל איז אויך געווען 5-4 מיט ריכטער קענעדי שרייבנדיג פארן מאיאריטעט

איצט איז שוין די ניינטע קרייז געריכט געווען א פאזיציע פון מוזן אויפקומען מיט ערקלערונגען איבער ארגומענט דריי, פארוואס אין אונזער קעיס איז נישט גילטיג די סופרים קאורט אורטיילן סיי פון 2012 למספרם (איבער נוצן די ATS אויף פארברעכן אין אויסלאנד) און סיי איבער ארגומענט צוויי מיט די סופרים קאורט אורטייל פון 2018 למספרם (אז מען קען נישט קלאגן קארפארעישנאס אונטער די ATS)

די ניינטע קרייז געריכט האט זיך אנייצע געגעבן מיט ביידע שטרויכלונגען און ערקלערט אז אין אונזער פאל איז נישט גילטיג
די אישו מיט די 2012 סופרים קאורט אורטייל אז ATS איז נישט גילטיג פאר פארברעכן דורכגעפירט אין אויסלאנד

ווי פריער דערמאנט האט ריכטער ראבערטס אין יענע אורטייל אפן געלאזט די טיהר פאר איינצלנע אויסנאמען אין וועלכע די פארברעכן "רירט אן/איז דירעקט פארבונדן קיין אמעריקא" און די סירקוט קאורט טענה'ט אז מען קען נישט בלויז קוקן אויף די פאקטישע לעצטע טייל פונעם פארברעך וואס איז איז אין אונזער פאל פארשקלאפונג וועלכע איז טאקע פארגעקומען אין אויסלאנד נאר מען מוז אויך קוקן אויף די פריערדיגע טייל וועלכע איז דאס מוטיגן, אויספלאנירן און פינאנצירן די אקציעס און דאס איז לויט די אנקלאגע יא פארגעקומען אין די הויפטקווארטירן פון די פירמעס אין אמעריקא (לויט די באשולדיגונג האבן די פירמעס געצאהלט עקסטער געלט אינדרויסן פון די אפיציעלע קאנטראקט מיט די פארמער, א שטייגער ווי קיקבעקס, אז די פארמער זאלן נוצן יונגע שקלאפן צו פארזיכערן ביליגערע פרייזן אין פירמע רעפרעזענטאטן זענען רעגלמעסיג געפלויגן פון אמעריקא צום קאוסט צו אונטערזוכן און באאבאכטן אפעראציעס)

די צווייטע פראבלעם פארן ניינטן קרייז געריכט וועלכע איז געווען די 2018 למספרם סופרים קאורט אורטייל אז קארפארעישאנס פאלן נישט אונטער די ATS האט די ניינטע קרייז מחלק געווען אז יענע סופרים קאורט קעיס האט זיך געהאנדלט איבער אן אויסלענדיש באזירטע קארפארעישאן אבער אמעריקאנע באזירטע קארפארעישאנס פאלן נאך ווייטער אונטער די ATS

די געריכט האט דעריבער צוריקגעשיקט די קעיס צום נידריגן געריכט זאגנדיג אז זי האט שוין געאורטיילט אויף ארגומענט צוויי און דריי און ערקלערט אז זי האט דערווייל נישט געוואלט באהאנדלען ארגומענט איינס ווייל עס וואלט געווען פריצייטיג

זי האבן ערקלערט אז מיט די 2018 למספרם סופרים קאורט אורטייל אז (לשיטתם אויסלענדישע) קארפארעישאנס קענען נישט ווערן געקלאגט קומט אויס אז די קלעגער מוזן סיי וויי מאדיפיצירן זייער קלאגע ליסטע וועלכע האט אריינגענומען אויך א רייע אויסלענדישע קארפארעישאנס און דעריבער מוזן זיי צו ערשט ארויסשניידן די אויסלענדישע פירמעס און ווען די ליסטע פון אנגעקלאגטע וועלן זיין איבערגעמאכט צו בלויז אמעריקאנע באזירטע קארפארעישנאס וועט די דיסטריקט קאורט קענען געהעריג באהאנדלען די ערשטע ארגומענט

די דריי ריכטער פאנעל אויפן ניינטן קרייז געריכט איז באשטאנען פון ריכטערין נעלסאן נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער
ריכטערין קריסטען נאמינירט דרוך פרעזידענט אבאמא און דיסטריקט ריכטער שיע נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף דעצעמבער דעם ערשטן למספרם

פארלאפענע דאנערשטאג האט די סופרים קאורט אריוסגעלייגט א גאר צופראסקעטע אורטייל ווען מיט 1-8 האבן זיי ארויסגעווארפן די קלאגע פון די קינדער אורטיילנדיג אויף ארגומענט 3 שרייבנדיג אז אונטער די ATS קען מען נישט קלאגן איבער פארברעכנס וועלכע זענען געווארן דורכגעפירט אין אויסלאנד צוליב וואס די אמעריקאנע געזעץ איז נישט מחייב די פירמעס אינדרויסן פון די אמעריקאנע גרעניצן

אבער טראץ וואס די אורטייל איז געווען א זיג פאר די צוויי פירמעס איז עס נישט געגאנגען אזוי ווייט און ברייט ווי די ביזנעס געמיינדע האט זיך געוואונטשן און אפן געלאזט די טיהר פאר צוקונפטיגע שטרייטן איבער ארגומענט צוויי מיטן אויסמיידן צו אורטיילן אויף פראגע צוויי און דאס איז צו אמעריקאנע באזירטע קארפארעישאנס קענען ווערן געקלאגט אונטער די ATS

די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער טאמאס און דערין אנגעשלאסן אלע אנדערע ריכטער מיטן אויסנאם פון אליטא

די מאיאריטעט אנערקענט אז אין די 2012 לספרם 4-5 אורטייל האט ראבערטס אפן געלאזט א טיהר פאר פאר איינצלנע אויסנאמען אין וועלכע די פארברעכן "רירט אן/איז דירעקט פארבונדן קיין אמעריקא" אבער ווארפט אפ די געפינסן פון די ניינטע קרייז געריכט אז אין אונזער פאל איז עס דירעקט פארבונדן מיט אקטיוויטען דורכגעפירט אויף אמעריקאנע באדן

וואס גענוי וואלט באדייט דירעקט פארבונדן מיט אקטיוויטען דורכגעפירט אויף אמעריקאנע באדן איז עפעס וואס די רעכטע און לינקע ריכטער האבן אנדערש אויסגעטייטש אבער אפילו לויטן לינקן פירוש זענען די ביסל אקטיוויטעטן ואס די פירמעס האבן דורכגעפירט אויף אמעריקאנע באדן בשייכות מיטן פארברעך אין אונזער קעיס גענוג צו קענען קלאגן אונטער די ATS

אין א באזונדערע זייטן אורטייל פון טאמאס אין וועלכע עס זענען אנגעשלאסן בלויז גארסוטש און קעווענאו שרייבן זיי אז די קלאגע וואלט סייווי נישט געקענט פאראויסגיין זינט לויט זיי קען מען נישט קלאגן אונטער די ATS בלויז אין פעלער פון אויסנאמליכע ערנסטע אינטערנאציאנאל אנערקענטע פארברעכנס א שטייגער ווי ים רויבעריי, אטאקירן אמבאסאדארן און שטערן די פלוס פון פרייע שיף באוועגונג אבער יעדע אנדערע פראגע דארף קאנגרעס קלאר ארויסשרייבן אויב זיי ווילן עס דעקן אונטער די ATS

ריכטערין סאטאמאיאר האט געשריבן א זייטן אורטייל קריטיקירנדיג די אויבנדערמאנטע טאמאס שטעלונג און זיי רייסט עס ארונטער אלץ א פרואוו צו גאר שטארק באגרעניצן ATS קלאגעס

א באזונדערע זייטן אבזערוואציע איז געקומען פון ריכטער אליטא, קעווענאו און גארסוטש וועלכע שרייבן אז די געריכט איז ארגינעל איינגעגאנגען צו אורטיילן אויך אויף פראגע צוויי (טראץ וואס עווענטועל האאט זי דערווייל נישט געאורטיילט דערויף און גארסוטש שרייבט אז עס איז גוטע זאך ווייל לויט אים איז נישטא אין די פשוט'ע טעקסט פונעם ATS געזעץ עפעס וואס באשוצט קארפארעישאנס פון ווערן געקלאגט

ריכטער אליטא האט געשריבן די אפאזיציע אורטייל אנערקענענדיג אז טאמאס האט געמאכט א שטארקע ארגומענט פארוואס די געריכטן זאלן נישט אויסהערן קיין קלאגעס אינדרויסן פון די אויבנדערמאנטע קאטעגאריעס אבער ארויסגעברענגט אז די פונקט איז נישט געווען איינע פון די דריי ארגומענטן אויפגעברענגט דורך די פירמעס און די געריכט דארף עס דעריבער נישט באהאנדלען איצט

אליטא וואלט אפגעווארפן די ארגומענט פון די פירמעס אז זיי קענען נישט ווערן געקלאגט צוליב ארגומענט 2 און וואלט פונקט ווי גארסוטש געהאלטן אז אויב א ספעציפישע קלאגע קען געברענגט ווערן אקעגן אן אמעריקאנע בירגער קען עס פונקט אזוי געברענגט ווערן אקעגן אן אמעריקאנע באזירטע קארפארעישאן און צוליב דעם שרייבט ער אז די קעיס זאל צוריקגיין צום דיסטריקט געריכט פאר ווייטערדיגע פראצעדורן

איי וועסטו פרעגן אז אליטא איז דאך געווען איינע פון די 5 ריכטער צו ארוטיילן אין 2018 למספרם אז קארפארעישאנס קענען נישט ווערן געקלאגט?

די ענטפער איז אז לויט אים זענען בלויז אויסלענדיש באזירטע קארפארעישאנס באשוצט און אזוי ווי די ניינטע קרייז געריכט האט טאקע געשריבן מאכט עס אליטא גאנץ קלאר אין יענע אורטייל אז די ציהל פון די ATS געזעץ איז געווען צו ערלויבן בלויז אזעלכע קלאגעס וועלכע וועלן נישט אונטערמינעווען אמעריקא'ס אויסערן פאליסי און זייערע באציאונגען מיט אנדערע לענדער און דעריבער זענען (בלויז) אויסלענדיש באזירטע קארפארעישאנס באשוצט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ניינטע קרייז געריכט האט ארויפגעשטעלט א סטעי אויף אן אורטייל פון א קאליפארניע בוש נאמינירטע דיסטריקט ריכטער וועלכע האט ארויסגעוואפרן א יארן לאנגע פארבאט אויף געוויסע סארט געווער
זיי האבן עס באזירט אויף די פאקט אז זיי זעלבסט ווארטן אויסצוהערן צוויי פעננדינג קעיסעס און די אורטייל אויף זיי קען אפעקטירן די דאזיגע קעיס
איינע פון זיי גייט ווערן אויסגעהערט היינט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער טאמאס ווערט היינט 73 יאר אלט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג ויקרא

פעני מעי און רעדי מעק זענען נעמען פון צוויי רעגירונג געספאנסערטע פירמעס וועלכע קויפן מארגעדזשעס, קויפן און פארקויפן מארגעדזש געשטיצטע סעקיוריטיס און טוען פארזיכערן א ריזן צאל מארגעדזשעס אין די פאראייניגטע שטאטן

אין 2005, 2006 למספרם ווען די האוזינג מארקעט האט דערגרייכט א הויכפונקט האבן די צוויי ריזן זיך געטראפן אין א קאנקורענץ געיעג מיט אנדערע גרויסע אינוועסטירונג בענק און מארגעדזש פארלייער און אין רעזולטאט אינוועסטירט אין צווייפלהאפטיגע מארגעדזשעס וועלכע איז געווען ווייט פון זיכער אז די וועלכע לייען עס וועלן האבן די מעגליכקייט עס צו באצאלן

נאכפאלגנדיג די 2008 למספרם האוזינג קראך האבן די צוויי ריזן געמוזט צוקומען צו ריזיגע בעילאוטס פון די פעדעראלע רעגירונג און קאנגרעס האט צו יענע צייט געשאפן די פעדעראלע האוזינג פינאנץ אגענטור אלץ א זעלבסשטענדיגע אגענטור צו האבן איבערזיכט אויף פעני און פרעדי און אוועקגעשטעלט די אגענטור מיט אן איינצלנע דירעקטאר אין שפיץ וועלכע קען אויפגעזאגט ווערן דורכ'ן פרעזידענט בלויז פאר א גוטע אורזאך

נאך איר שאפונג האט די נייע אגענטור צו וועלכע מיר וועלן זיך פון איצט אין ווייטער באציעהן צו איר אקראנים אלץ FHFA זיך באקרוינט אלץ פארמיטלער צווישן די צוויי ריזן און די טרעזשורי דעפארטמענט וועלכע האט זיי ארויסגעבעילט

די אגענטור האט אויסגעהאמערט אן אפמאך צווישן די צוויי זייטן אז די טרעזשורי וועט אריינגיסן אין די פירמעס ביליאנען דאלארן און פארלאנגט אין אויסטויש אז די פירמע וועט מוזן באגרעניצן די דיווידענס וואס אירע סטאק האולדער וועלן באקומען אין לויף פון די נאכפאלגענדע עטליכע יאר אז שעיר האולדערס פון די פירמע זאלן קענען ארויסנעמען בלויז א פיקסד דיווידענס וואס באדייט אז די רווחים פון סטאקהאולדער ווערט פון פאראויס באשטימט און פארזיגלט צו א געוויסע מאקסימום אפילו אין פאל וואס די ווערד פון די פירמעס שטייגן גאר שטארק

אזא שריט האט פארשטייט זיך שלעכט אפגערופן אויף אינוועסטירער און די שעירס פון די פירמע און אלץ רעזולטאט איז נאכמער איינגעצויגן געווארן זייער פינאנציעלע שטאנד צוואונגענדיג די טרעזשורי אריינצופאמפן דארט נאכמער געלט און עווענטועל מאדיפיצירט די באגרעניצונג אויף סטאק אינוועסטירער צולייגנדיג צום אפמאך עפעס וואס זי האט גערופן "די דריטע אמענדמענט" ערלויבנדיג די פירמעס זיך אונטערצונעמען צו צאהלן פאר אינוועסטירער באזירט אויף איינקופט פונעם ספעציפישן יאר פערטל מינוס א געוויסע קאפיטאל וועלכע ווערט אראפגערעכנט און באשטימט פאר די פירמעס רעזערוון

עימיצער מיטן נאמען קאלינס אינאיינעם מיט נאך עטליכע שעיר האולדערס פון פעני און פרעדי האבן אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט אקעגן די FHFA און גע'טענה'ט אז די אגענטור'ס באנוץ פון די סארט מאכט גייט אריבער די גרעניץ פון איר אויטאריטעט און האט געשעדיגט די ווערד פון די אייגנטומער'ס אינטערעסן אין צוויי באזונדערע פעלער

באזונדער האבן די קלעגער פארפירט אז די עקזיסטענץ פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל זינט עס ווערט געפירט דורך אן איינצלנע דירעקטאר וועלכע קען נישט ווערן ארויסגעווארפן אן קיין געהעריגע ערקלערונג פארן אים אויפזאגן

די טענה איז שוין געווארן ברייט באהאנדלט אין א פריערדיגע סופרים קאורט סעסיע ווען אן ענליכע קלאגע האט געצימבלט די קאנסטיטוציאנאליטעט פון די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא און אויך דארט איז געווען די ארגומענט אז דער דירעקטאר געניסט פון איבערזיכט פרייע מאכט זינט עס איז אן עקזעקוטיוו פאזיציע אן אויפזיכט פון קאנגרעס און אן דעם וואס דער פרעזידענט זאל יענעם קענען אויפזאגן אן דארפן ערקלערן פארוואס מען זאגט יענעם אויף

אין יענע פאל האט די סופרים קאורט ביים ענדע פונעם טערמין געאורטיילט אז דער פרעזידענט מוז טאקע יא זיין באפולמעכטיגט יענעם צו פארשיקן צו יעדע צייט אבער געשריבן אז די ביורא קען שטיין בלייבן נאר דארף איינשטעלן אט די טויש אז דער דירעקטאר קען פליען סיי ווען דער פרעזידענט באשליסט אזוי צו צו טוהן

אין אונזער פאל ווען עס האנדלט זיך איבער די FHFA האט א דיסטריקט ריכטער ארויסגעטראסקעט ביידע קלאגעס און געקומען צום אויספיר אז די אגענטור האט נישט פארלעצט איר אויטאריטעט און אז איר סטרוקטור איז קאנסטיטוציאנאל

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום פיפטן קרייז געריכט און צוגעטיילט געווארן צו א דריי ריכטער פאנעל וועלכע איז באשטאנען פון הויפט ריכטער סטוארט נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן, ריכטער ווילעט נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און ריכטערין העינעס נאמינירט דורך פרעזידענט בוש

ריכטער סטאורט האט גענומען די זייט פון די אגענטור בעת וואס ריכטער ווילעט האט רעכט געגעבן פאר די קלעגער

ריכטערין העינעס האט מכריע געווען אז די אגענטור האט נישט מיסבאנוצט זייער מאכט ווי עס האבן געוואלט זאגן די קלעגער אבער זיך אנגעשלאסן מיט ריכטער ווילעט איבער די מער פונדאמענטאלע פראגע און געאורטיילט אז די סטרוקטור פון די אגענטור האבנדיג איין הויפט דירעקטאר וועם מען קען נישט לייכט אויפזאגן איז אומקאנסטיטוציאנאל

דאן האט די פולע באנק איבערגעהערט די קעיס און בעיקר קאנצעטרירט זייערע פראגן איבער די ערשטע טענה און נישט אזוי ווייט איבער די קאנסטיטוציאליטעט פראגע זינט די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט אין נאמען פון די טרעזשורי דעפארטמענט און אזוי אויך די האוזינג אגענטור אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע האבן ביידע איינגעשטימט מיט די ארגומענט פון די קלעגער אז די איצטיגע סטרוקטור איז אומקאנסטיטוציאנאל נאר גע'טענה'ט אז די קלעגער אין די קעיס מאנגלען סטענדינג

עווענטועל איז די פולע באנק אין א גאר צוטיילטע אורטייל געקומען צום אויספיר אז אין איינע פון די צוויי פעלער האט די אגענטור יא פארלעצט איר מאכט און איבער די צווייטע פראגע איינגעשטימט מיטן דריי ריכטער פאנעל אז די סטרוקטור איז אומקאנסטיטוציאנאל אבער געשריבן אז די לעזונג איז נישט אינגאנצן אויפצולעזן די FHFA נאר ליבערשט זאל מען טוישן די טייל וועלכע ערלויבט נישט דעם פרעזידענט אויפצוזאגן דעם דירעקטאר סיי ווען עס שמעקט אים

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט איינגעשטימט עס אויסצוהערן

אום אוגוסט 17 למספרם האט די געריכט איינגעלאדנט פראפעסאר אהרן ניעלסאן אלץ א ,"פריינט פון געריכט" צו מאכן די קעיס אין שטיצע פון די אגענטור זינט די רעגירונג איז מער נישט געווען ביים טיש צו פארטיידיגן איר זעלבסט געשאפענע אגענטור

די געריכט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און א פראגע האט זיך אנטוויקלט צו די ריכטער דארפן בכלל באהאנדלען די קאנסטיטוציאנאלע פראגע זינט ווען די אפמאך איז געווארן אויסגעהאמערט אין 2012 למספרם איז דער דירעקטאר בלויז געווען אן עקטינג דירעקטאר וועם דער פרעזידענט וואלט יא געקענט אויפזאגן און בלויז מיט אים האבן זיך די שעיר האולדער ארומגעקריגט ווארום דער שפעטערדיגער אפיציעל באשטעטיגטער דירעקטאר האט נישט אונטערגענומען קיין פרישע אייגענע שריט אקעגן די אינטערעסן פון די אינוועסטירער

בערעט און ראבערטס האבן זיך געוואונדערט אויב עס וואלט זיך אנטוויקלט א שטרייט צווישן די באשטעטיגטע דירעקטאר און די שעיר האולדערס צו דאס וואלט יא באדראעט דעם דירעקטאר'ס קאנסטיטוציאנאליטעט

סיי די רעגירונגס רעפרעזענטאט און סיי ניעלסאן האבן ביידע איינגעשטימט דערצו נאר ארויסגעברענגט אז דערווייל האט עס נישט פאסירט און דעריבער זאל מען עס נישט באהאנדלען

אבער די אדוואקאט פאר די שעיר האולדערס האט געענטפערט אויף די זעלבע פראגע פון טאמאס אז דאס וואס דער שפעטערדיגער באשטעטיגטער דירעקטאר האט ווייטער אנגעהאלטן די אויפזיכט איבער די אפמאך פון וועלכע טיילן זענען נאך געבליבן אין קראפט און איז דעריבער פונקט ווי ער וואלט עס ווען אריינגעשטעלט אין פלאץ און דאס עפנט א וועג צו באהאנדלען זיין קאנסטיטוציאנאליטעט

ווען עס קומט צו די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע גופא, האבו די ליבעראלן געדארפט באשליסן אויב זיי וועלן זיך האלטן צו זייער מינאריטעט פאזיציע וועלכע זיי האבן גענומען ביי די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא קעיס אז אז עס נישט קיין פראבלעם דאס נישט קענען אויפזאגן דעם דירעקטאר אדער יא מוזן דאסמאל שטימען אז עס איז א פראבלעם זינט די פריערדיגע אורטייל האט געשאפן א פרעצעדענט צו וואס זיי מוזן זיך האלטן

א דריטע אויסוועג איז צו פרובירן צו טרעפן א דיפערענץ צווישן די צוויי קעיסעס און דאס איז וואס סאטאמאיאר האט פרובירט צו טוהן ביים ארויסברענגן אז די FHFA איז ווייניגער אן עקזעקוטיווע מאכט ווי די CFPB זינט עס איז בעיקר געציהלט צו פארזיכערן די סטאביליטעט פון רעגירונג געשטיצטע פירמעס און אפעקטירט נישט אזויפיל פירמעס ווי די CFPB

ברייער האט אויסגעקוקט זייער צומישט אויף די פראגע פרעגנדיג פון ניעלסאן צו ער זאל אריינווארפן די האנטוך (דאס הייבט צו ער זאל אויפברענגן די פאקט אז ער האט פריערדיגע מאל געשטימט אויף די פראגדע אין די מינאריטעט)
זאל איך מיך האלטן צו מיין פריערדיגע שטעלונג?
זאל איך זאגן אז דאסמאל איז אנדערש?
וואס זאל איך טוהן?

ניעלסאן האט אים רעקאמענדירט צו נעמען די ליניע פון סאטאמאיאר און אפטיילן די ראלע פון די אגענטור אלץ מער ווי א פארהאנדלער ווי איידער אן עקזעקוטיווע באפולמעכטיגטער

אליטא האט פארגעהאלטן ניעלסאן און אפגעווארפן זיין באהויפטונג און געזאגט אז די וועג ווי אזוי די אגענטור פירט אויס אירע פליכטן האבן קלאר א שטארקע אפעקט אויף די האוזינג מארקעט און באטרעפט דאדורך אומצאליגע געווענליכע מענטשן

קעיגען האט אויף די פראגע אויסגעקוקט צו נעמען די זייט פון אליטא אנערקענעדיג אז די אגענטור האט יא א רייע מאכטן און טוט באווירקן מערערע מענטשן און פירמעס

פון די אנדערע זייט זענען ריכטער געווען באזארגט אויב אורטיילן אז מען מוז קענען אויפזאגן א דירעקטאר וועט באדייטן אז די גאנצע אגענטור אויסשטעל מוז פאלן און אליטא און קעיגען האבן ביידע געוואלט הערן אויב לויט די שעיר האולדער וועט מען דערנאך קענען זיך נעמען די צו די סאושעל סעקיוריטי אגענטור אויסשטעל און צימבלען באשלוסן געמאכט דורך איר דירעקטאר

גארסוטש האט געזאגט אז די פארלנג פון די קלעגער ארויסצוטראסקענען די 2012 למספרם אפמאך איז זייער א שווערע און געדעכט אראפצושלונגען און געוואלט וויסן אויב א שפעטערדיגע באשטעטיגטע דירעקטאר (וועלכע איז אריינגעשטעלט נאך א טויש אז מען קען אים אויפזאגן) קען קומען און אויסבעסערן אן אפמאך וועלכע א פריערדיגע דירעקטאר (וועלכע מען האט נאכנישט געקענט אפזאגן און איז אומקאנסטיטוצינאל דארט געווען) האט אויסגעהאמערט

נאך א פראגע איז געווען אויב די שעיר האולדערס קענען ברענגן קלאגעס לטובת די פירמע (ווי די איצטיגע קלאגע אז די אגענטור האט אומבארעכטיגט איינגעצוימט די פירמעס און איר רעכט אויסצוטיילן דיווידענס) זינט א פראוויזע אין די רעקאווערי אקט האט געשטעלט די אגענטור אלץ די איינציגסטע וועלכע קען פארטרעטן די פירמעס אין געריכט קלאגעס אבער אויף די פראגע האבן ריכטער ווי ראבערטס, בערעט און אפילו ברייער אויסגעקוקט מער גענויגט לטובת די שעיר האולדערס

די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט
1) אז די שעירהאולדערס זענען נישט באפולמעכטיגט צו קלאגן איבער די אפמאך וועלכע די אגענטור האט אויסגעהאמערט אין 2012 למספרם מיט פעני און פרעדי
2) די סטרוקטור פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל און צוריקגעשקיט צום נידריגן געריכט צו באהאנדלען די פראגע אויב איינמאל די סטרוקטור אחז געפונען געווארן אומקאנסטיטוציאנאל צו עס אפעקטירט אויטאמאטיש די 2012 למספרם למפרע

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך בהר בחוקותי

*
א סטודענט אין א פובליק הויך שולע אין פענסילוועניע איז געווען גאר אנטוישט נאכן ווערן איינגעמאלדן אז זי וועט נישט זיין האבן אקטיווע ראלע אין א גרופע וועלכע איז טייל פון א ספארט אקטיוויטעט טראץ וואס זי איז ארגינעל געווען אויף יענע גרופע

אויסצוגעבן איר אויפברויז האט זי גענומען א בילד פון זיך אין די צייט וואס זי איז נישט געווען אין שולע און ארויפגעשטעלט אויף סאציאלע מידיא באגלייט מיט גאר געמיינע אויסדרוקן אויף די חשבון פון די שפיל און פון די שולע

בעפאר די אינהאלט איז געווארן פארמעקט איז א סקרין שאט דערפון געווארן אראפגענומען און אנגעקומען צו די אויגן פון דער שפיל אנפירער וועלכע האט איר באשטראפט מיטן אראפרוקן פאר יאר צייט פון די גרופע

די סטודענט האט גענומען די קעיס אין געריכט זיך באקלאגנדיג אז מען האט פארלעצט אירע ערשטע אמענדמענט רעכטן פון פרייהייט פון אויסדרוק און די קעיס איז עווענטועל אנגעקומען אין סופרים קאורט

א 1969 למספרם אורטייל ערלויבט שוין פאר פובליק שולע באאמטע צו רעגולירן אויסדרוקן וועלכע קענען ערנסט שטערן די שולע אקטיוויטעט אבער די היינטיגע פראגע איז אויב יענע אורטייל דעקט אויך קאמענטארן געמאכט אין די צייט וואס מען געפונט זיך נישט אין שולע

ליסא בלאט האט רעפרעזענטירט די סקול סיסטעם און ארויסגעברענגט אז אין די היינטיגע אינטערנעט עפאכע איז צייט און געאגראפיע (וואו די קאמענטארן ווערן געזאגט) באדייטלאז ווייל לופטערן וואולגארישע אויסדרוקן אויף סאציאלע מידיא אין די שטונדן נאך שולע קען פונקט אזוי שווער ווירקן אויף די סטודענטן ווי בזמן הלימוד

ריכטער אליטא האט א באזארגטער געבעטן בלאט קלארצושטעלן וואס עס גייט אלץ אריין אין כלל פון אויסדרוקן וועלכע זענען דירעקטירט אין ריכטונג פון די שולע

בלאט האט אנערקענט אז פאליטישע און רעליגיעזע באמערקונגען איז נישט קיין פראבלעם אבער אליטא האט גע'טענה'ט אז די פארבאט אויף ווערטער וועלכע שטערט די שולע איז צו א ברייטע און קען אויסגענוצט ווערן דורך די שולע אריינצוטייטשן וואס זיי געפעלט און אויב וויל מען אויסברייטערן די פרעצעדענט פארבאט צו זיין פעליג אפילו אינדרויסן פון שולע מוז מען שמעלער מאכן די פארבאט און בעסער ספעציפירן וואס עס נעמט אלץ אריין

ריכטער ראבערטס האט געפרעגט פון מאלקאלם סטוארט וועלכע איז די געהילף סאליסיטאר דזשענעראל און פארטראטן די פעדעראלע רעגירונג אין שטיצע פון די סקול דיסטריקט אויב יעדע סאציאלע מידיא מעסעדזש וואס יוגנטליכע שיקן פאר זייערע פריינט ווערט באצייכנט אלץ דירעקטירט צו די שולע זינט אין מייסטנס פעלער זענען פריינט די זעלבע ווי סטודענטן פון די זעלבע שולע און לויט דעם איז יעדע מעסעדזש פאר אזלעכע פריינט א מעסעדזש צו די {סטודענטן פון די} שולע

אבער אויך דעיוויד קאול פון די ACLU וועלכע האט רעפרעזענטירט די סטודענט איז אויסגעשטאנען שווערע פראגן פון די ריכטער וועלכע האבן אים געזאגט אז טראץ זייערע זארגן מיט די ברייטע בלאנקעט פארבאט וועלכע שולעס נוצן קען עס פראקטיש זיין שווער פאר די געריכט אנצוצייכענען קלארע ליניעס צווישן אויסדרוקן געמאכט אין שולע אדער אינדרויסן פון שולע

קאול האט געמאכט זיין ארגומענט אז שולעס קענען נישט קאנטראלירן וואס סטודענטן זאגן/שרייבן אינדרויסן פון שולע אבער ראבערטס און טאמאס האבן ביידע געדרוקט אויב דאס איז ממש אן קיין גרעניץ

טאמאס האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי א סטודענט קען שרייבן אן אימעיל -וועלכע וואלט געווען א פראבלעם צו שרייבן אינערהאלב די שולע קאמפלעקס- אין לויף פון א וויקענד און עס ווערט ערשט געליינט א מאנטאג דערויף אין שולע דורך די סטודענטן
איז די סטודענט באפרייט פון סיי וועלכע דיסציפלין בלויז וויבאלד ער האט איבערגעקלוגט די סיסטעם און זיך געהיטן עס צו שרייבן אין א באשוצטע זאנע?!

קעיגען האט זיך אויך געוואונדערט פארוואס א שולע זאל נישט קענען רעגולירן אויסדרוק אינדרויסן פון שולע אויב זיי שטערן די שולע ארדענונג

ריכטערין קעיגען און סאטאמאיאר האבן ביידע ארויסגעברענגט אז אויב שולעס זענען געבונדן פון קענען דיסציפלינירן סטודענטן וועלכע צושרייבן זיך אמאל קען עס שווער ווירקן אויף זייער קאמף אקעגן סייבער בוליאינג און ענליכע פראבלעמען פון סטודענטן וועלכע סעקירן אנדערע סטונדעטן אנליין

קאול האט זיך פארענטפערט אז די שולעס האבן אלטערנאטיוון צו באקעמפן אזעלכע ערשיינונגען און קענען זיך באנוצן מיט אויפפירונג קאודס און גיין אזוי ווייט ווי אריינמישן סטעיט און פעדעראלע אויטאריטעטן אבער קעיגען האט אנגעוויזן אז אין פילע פעלער וועלכע איז פון איין זייט גענוג ערנסט אז עס מוז אדרעסירט ווערן אבער פון די אנדערע זייט נישט אויף א שטאפל אריינצומישן רעגירונג אגענטורן צו אינטערווענירן און באשטראפן יוגנטליכע צולאזטע סטודענטן נאר עס איז מער פאסיג פאר א שולע סיסטעם צו דיסציפלינירן די סטודענטן אויספירנדיג אז מיר גייען נישט לייגן סטודענטן אין טורמע פאר אזעלכע זאכן

ריכטערין בערעט האט ארויסגעברענגט אז אפילו אויב וועט מען איינשליסן נאך שולע שטונדן אינעם שולע פארבאט בלייבט אפן די פראגע וואס אלץ עס גייט אריין אין פארבאט רעכט וואס די שולע האט

בערעט האט אדרעסירט די שטראף צוגעטיילט פארן סטודענט אינעם קעיס און געזאגט פאר בלאט אז גארנישט אין די ערשטע אמענדמענט פארבאט "ווייכע דיסציפלין" און אז אנשטאט ארויסווארפן די סטודענט פון די גרופע וואלט מען איר געקענט שיקן א ווארענונג

ריכטער ברייער האט אנערקענט אז די מעסעדזש פונעם סטודענט איז געווער זייער אומפאסיג אבער געזאגט אז ער איז נישט קלאר אז עס פאלט אונטער די 1969 למספרם פרעצעדענט פון "שטערן די שולע" און אויב באשטראפט מען אויף אזאנס דאן קענען אלע שולעס אין לאנד זיך אפגעבן בלויז מיט אויסטיילן שטראפן נאכאנאנד

סאטאמאיאר האט ארויסגעברענגט אז דער שפיל אנפירער זעלבסט האט פאר עטליכע מינוט געשמועסט מיט סטונדענטן איבער די מעסעדזש און דאס קוקט נישט אויס ווי עפעס וואס שטערט א שולע איבערהויפט אז זי האט עס ארויפגעשטעלט אויף א עפפ וועלכע מען האט געוואוסט פון פאראויס אז ביז שפעטסטנס 24 שטונדן דערויף וועט עס ווערן פארמעקט

אליטא האט קלארגעשטעלט אז אויב די געריכט זוכט צו אדרעסירן די ברייטערע פראגע פון רעכט פון שולעס צו רעגולירן אינדרויסן פון שולע קאמענטארן דאן מוז די געריכט אנצייכענען קלארע פארשריפטן וואס עס נעמט אלץ אריין און פארזיכערן ערשטע אמענדמענט פריייהייט פון אויסדרוק אבער צוגעלייגט אז די געריכט האט די אפציע פון דערווייל איגנארירן יענע פראגע און ליבערשט נאכאמאל באשטעטיגן די 1969 למספרם אורטייל אין באצוג צו די אין שולע אויסדרוק און איבערהיפן די פראגע פון נאך שולע און וויבאלד די קלעגער אין געריכט איז די סטודענט וועלכע וויל דאך וויסן איר גורל קען די געריכט זאגן אז אפגעזעהן די פראגע פון שפראך רעגולאציע אינדרויסן פון שולע איז די איצטיגע אינצידענט סייווי נישט אונטער פראגע צייכן ווייל טראץ וואס יענע אויסדרוק איז קאלירפולע שפראך קומט עס סך הכל אראפ צו גראבע אויסדרוקן פון אומצופרידנהייט מיט די שפיל גרופע און די שולע און מען קען נישט דיסציפלינירן א סטודענט פארן אויסדרוקן אומצופרידנהייט מיט די שולע

ריכטער קעווענאו האט מיטגעטיילט די שטעלונג פון די איבריגע ריכטער ווען עס קומט צו די ספעצעפישע שטראף זאגנדיג אז עס איז געווען אביסל אן איבערגעטריבענע רעאקציע

איבער די ברייטע פראגע פון שולע רעכט צו רעגולירן אינדרויסן פון שולע אויסדרוק איז קעווענאו אויפגעקומען מיט א צוויייטע מעגליכע וועג ארויס פארן געריכט אז געריכט זאל אפווארפן די באהויפטונג פון די דריטע סירקוט (פון וואו די קעיס שטאמט ארויס) וועלכע האט געשריבן אז שולעס קענען נישט איינטיילן פאר סטודענטן וואס צו שרייבן אינדרויסן פון שולע

זאגט קעווענאו אז די געריכט קען שרייבן אז שולעס האבן יא עפעס א ווארט דערין נאר לאזן אפן די פראגע ווי ווייט עס אל גיין און צוריקשיקן די קעיס צום דריטן סירקוט צו באשליסן וואו ווייט זייער אויסער די שולע מאכט גייט (און אזוי קויפט די סופרים קאורט צייט לאזנדיג די סירקוט קאורט זיך צו ערשט באפאסן מיט קלארע ליניעס פאר די שולעס און ערשט שפעטער וועט די סופרים קאורט דארפן גיבן די שטעמפל אדער עס אפווארפן)

די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט אז שולעס קענען רעגולירן געוויסע אויסדרוקן אבער אין די פאל איז די שולע געגאנגען צי ווייט
ריכטער ברייער האט געשריבן די 1-8 אורטייל מיט ריכטער טאמאס אין די מינאריטעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג ויקרא

די קאליפארניע אגריקולטור לעיבאר רילעישאנס באורד האט איינגעשטעלט א רעגולאציע וועלכע פארלאנגט אז אז מען זאל מוזן געבן צוטריט פאר יוניאן ארגאנאזירער זיך צו קענען טרעפן מיט אגריקולטור ארבעטער אין זייערע ארבעטס פלעצער

דאס באדייט אז אייגנטומער מוזן ערלויבן די יוניאן מענטשן איינטריט צו זייערע פעלדער און אנדערע איינריכטונגען אונטער געוויסע ספעציפישע אומשטענדן אבער עס איז באגלייט מיט א רייע באגרעניצונגען אריינגערעכנט ווילאנג זיי מעגן זיך דארט אויפהאלטן און עס קומט אויס דריי שטונדן פער טאג (120 טעג א יאר) די יוניאן מענטשן דארפן אויך אריינשיקן א געשריבענע מעלדונג בעפאר זיי ערשיינען

סידער פוינט איז אן ארעגאן באזירטע פלאנצונג קארפארעישאן אפערירט א פעלד אין דאריס קאליפארניע וואו עס וואקסן יאגדעס מיט 10 פול טיים ארבעטער און נאך 400 סעזאן ארבעטער ביי יענע לאקאל

אין אקטאבער 29 2015 למספרם האבן זיך א גרופע יוניאן ארגאנאזירער אנגערוקט אויפן פעלד אומגעראכטן אן קיין פריערדיגע מעלדונג און ארומגערודערט מיט הויכהילכער און אנגעבליך געפירט צו דעם אז טייל ארבעטער האבן איבערגעלאזט זייערע סטאנציעס זיך אנצושליסן אינעם פראטעסט בעת וואס א מערהייט זענען פארבליבן אויף זייערע פאזיציעס און פארגעזעצט מיט די ארבעט

סידער פוינט האט נאך א געראנגל מיט די יוניאן ביים באורד באשלאסן זיך צו ווענדן צום געריכט מיט די טענה אז די רעגולאציע צו מוזן אריינלאזן די יוניאן אויף זייער באדן באדייט אז זיי קענען ווערן אינוואדירט אן קיין מעגליכקייט פאר קאמפענצאסיע פאר די שאדנס און גייט אקעגן די פיפטע אמענדמענט און דאס ערלויבעניש פאר די יוניאן צו קענען איבערטרעטן פריוואטע אייגנטום איז אין קעגנזאץ צו די פערטע אמענדמענט

די דיסטריקט געריכט און שפעטער די ניינטע קרייז געריכטן זענען געקומען צום אויספיר אז א באגרעניצטע ערלויבעניש פאר צוטריט אזוי ווי די באורד האט ערלויבט פארלעצט נישט קיינע פון די צוויי אמענדמענטס

סידער פוינט האט גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט שרייבנדיג אז עס איז גאר וויכטיג פארן געריכט אויסצוהערן די שטרייט קומענדיג פון א סטעיט ווי קאליפארניע וועלכע איז די גרעסטע אין פראדוצירן אגריקולטור און גיבט ארויס די מערסטע פון א רייע ניס ווי אלמאנדס, פיסטעטשוס און וואלנאטס און קען מעגליך האבן א ווירקונג אויף אנדערע פריוואטע פראפערטי רעכטן אין א צייט וואס די רעגירונג קריגט זיך ארום מיט פריוואטע לאנד באזיצער איבער צוטריט צו ביעטשעס און אנדערע פלעצער

די צוויי זייטן זענען אויך אומאיינשטימיג אויב די אורטייל פון די ניינטע קרייז געריכט איז אין קאנפליקט מיט אן אורטייל אין א צווייטע קעיס פון אן אנדערע סירקוט קאורט

די סטעיט טענה'ט אויך אז די יוניאן אינוואזיע האט אין פאקט נישט געברענגט קיין עקאנאמישע שאדנס צו סידער פוינט

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין מערץ 22 למספרם

די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט אז די קאליפארניע געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן
ריכטער ראבערטס האט געשריבן די 3-6 אורטייל אין דערין אנגעשלאסן אלע קאנסערוואטיוון אויפן באנק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג ויקרא

פעני מעי און רעדי מעק זענען נעמען פון צוויי רעגירונג געספאנסערטע פירמעס וועלכע קויפן מארגעדזשעס, קויפן און פארקויפן מארגעדזש געשטיצטע סעקיוריטיס און טוען פארזיכערן א ריזן צאל מארגעדזשעס אין די פאראייניגטע שטאטן

אין 2005, 2006 למספרם ווען די האוזינג מארקעט האט דערגרייכט א הויכפונקט האבן די צוויי ריזן זיך געטראפן אין א קאנקורענץ געיעג מיט אנדערע גרויסע אינוועסטירונג בענק און מארגעדזש פארלייער און אין רעזולטאט אינוועסטירט אין צווייפלהאפטיגע מארגעדזשעס וועלכע איז געווען ווייט פון זיכער אז די וועלכע לייען עס וועלן האבן די מעגליכקייט עס צו באצאלן

נאכפאלגנדיג די 2008 למספרם האוזינג קראך האבן די צוויי ריזן געמוזט צוקומען צו ריזיגע בעילאוטס פון די פעדעראלע רעגירונג און קאנגרעס האט צו יענע צייט געשאפן די פעדעראלע האוזינג פינאנץ אגענטור אלץ א זעלבסשטענדיגע אגענטור צו האבן איבערזיכט אויף פעני און פרעדי און אוועקגעשטעלט די אגענטור מיט אן איינצלנע דירעקטאר אין שפיץ וועלכע קען אויפגעזאגט ווערן דורכ'ן פרעזידענט בלויז פאר א גוטע אורזאך

נאך איר שאפונג האט די נייע אגענטור צו וועלכע מיר וועלן זיך פון איצט אין ווייטער באציעהן צו איר אקראנים אלץ FHFA זיך באקרוינט אלץ פארמיטלער צווישן די צוויי ריזן און די טרעזשורי דעפארטמענט וועלכע האט זיי ארויסגעבעילט

די אגענטור האט אויסגעהאמערט אן אפמאך צווישן די צוויי זייטן אז די טרעזשורי וועט אריינגיסן אין די פירמעס ביליאנען דאלארן און פארלאנגט אין אויסטויש אז די פירמע וועט מוזן באגרעניצן די דיווידענס וואס אירע סטאק האולדער וועלן באקומען אין לויף פון די נאכפאלגענדע עטליכע יאר אז שעיר האולדערס פון די פירמע זאלן קענען ארויסנעמען בלויז א פיקסד דיווידענס וואס באדייט אז די רווחים פון סטאקהאולדער ווערט פון פאראויס באשטימט און פארזיגלט צו א געוויסע מאקסימום אפילו אין פאל וואס די ווערד פון די פירמעס שטייגן גאר שטארק

אזא שריט האט פארשטייט זיך שלעכט אפגערופן אויף אינוועסטירער און די שעירס פון די פירמע און אלץ רעזולטאט איז נאכמער איינגעצויגן געווארן זייער פינאנציעלע שטאנד צוואונגענדיג די טרעזשורי אריינצופאמפן דארט נאכמער געלט און עווענטועל מאדיפיצירט די באגרעניצונג אויף סטאק אינוועסטירער צולייגנדיג צום אפמאך עפעס וואס זי האט גערופן "די דריטע אמענדמענט" ערלויבנדיג די פירמעס זיך אונטערצונעמען צו צאהלן פאר אינוועסטירער באזירט אויף איינקופט פונעם ספעציפישן יאר פערטל מינוס א געוויסע קאפיטאל וועלכע ווערט אראפגערעכנט און באשטימט פאר די פירמעס רעזערוון

עימיצער מיטן נאמען קאלינס אינאיינעם מיט נאך עטליכע שעיר האולדערס פון פעני און פרעדי האבן אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט אקעגן די FHFA און גע'טענה'ט אז די אגענטור'ס באנוץ פון די סארט מאכט גייט אריבער די גרעניץ פון איר אויטאריטעט און האט געשעדיגט די ווערד פון די אייגנטומער'ס אינטערעסן אין צוויי באזונדערע פעלער

באזונדער האבן די קלעגער פארפירט אז די עקזיסטענץ פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל זינט עס ווערט געפירט דורך אן איינצלנע דירעקטאר וועלכע קען נישט ווערן ארויסגעווארפן אן קיין געהעריגע ערקלערונג פארן אים אויפזאגן

די טענה איז שוין געווארן ברייט באהאנדלט אין א פריערדיגע סופרים קאורט סעסיע ווען אן ענליכע קלאגע האט געצימבלט די קאנסטיטוציאנאליטעט פון די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא און אויך דארט איז געווען די ארגומענט אז דער דירעקטאר געניסט פון איבערזיכט פרייע מאכט זינט עס איז אן עקזעקוטיוו פאזיציע אן אויפזיכט פון קאנגרעס און אן דעם וואס דער פרעזידענט זאל יענעם קענען אויפזאגן אן דארפן ערקלערן פארוואס מען זאגט יענעם אויף

אין יענע פאל האט די סופרים קאורט ביים ענדע פונעם טערמין געאורטיילט אז דער פרעזידענט מוז טאקע יא זיין באפולמעכטיגט יענעם צו פארשיקן צו יעדע צייט אבער געשריבן אז די ביורא קען שטיין בלייבן נאר דארף איינשטעלן אט די טויש אז דער דירעקטאר קען פליען סיי ווען דער פרעזידענט באשליסט אזוי צו צו טוהן

אין אונזער פאל ווען עס האנדלט זיך איבער די FHFA האט א דיסטריקט ריכטער ארויסגעטראסקעט ביידע קלאגעס און געקומען צום אויספיר אז די אגענטור האט נישט פארלעצט איר אויטאריטעט און אז איר סטרוקטור איז קאנסטיטוציאנאל

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום פיפטן קרייז געריכט און צוגעטיילט געווארן צו א דריי ריכטער פאנעל וועלכע איז באשטאנען פון הויפט ריכטער סטוארט נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן, ריכטער ווילעט נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און ריכטערין העינעס נאמינירט דורך פרעזידענט בוש

ריכטער סטאורט האט גענומען די זייט פון די אגענטור בעת וואס ריכטער ווילעט האט רעכט געגעבן פאר די קלעגער

ריכטערין העינעס האט מכריע געווען אז די אגענטור האט נישט מיסבאנוצט זייער מאכט ווי עס האבן געוואלט זאגן די קלעגער אבער זיך אנגעשלאסן מיט ריכטער ווילעט איבער די מער פונדאמענטאלע פראגע און געאורטיילט אז די סטרוקטור פון די אגענטור האבנדיג איין הויפט דירעקטאר וועם מען קען נישט לייכט אויפזאגן איז אומקאנסטיטוציאנאל

דאן האט די פולע באנק איבערגעהערט די קעיס און בעיקר קאנצעטרירט זייערע פראגן איבער די ערשטע טענה און נישט אזוי ווייט איבער די קאנסטיטוציאליטעט פראגע זינט די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט אין נאמען פון די טרעזשורי דעפארטמענט און אזוי אויך די האוזינג אגענטור אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע האבן ביידע איינגעשטימט מיט די ארגומענט פון די קלעגער אז די איצטיגע סטרוקטור איז אומקאנסטיטוציאנאל נאר גע'טענה'ט אז די קלעגער אין די קעיס מאנגלען סטענדינג

עווענטועל איז די פולע באנק אין א גאר צוטיילטע אורטייל געקומען צום אויספיר אז אין איינע פון די צוויי פעלער האט די אגענטור יא פארלעצט איר מאכט און איבער די צווייטע פראגע איינגעשטימט מיטן דריי ריכטער פאנעל אז די סטרוקטור איז אומקאנסטיטוציאנאל אבער געשריבן אז די לעזונג איז נישט אינגאנצן אויפצולעזן די FHFA נאר ליבערשט זאל מען טוישן די טייל וועלכע ערלויבט נישט דעם פרעזידענט אויפצוזאגן דעם דירעקטאר סיי ווען עס שמעקט אים

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט איינגעשטימט עס אויסצוהערן

אום אוגוסט 17 למספרם האט די געריכט איינגעלאדנט פראפעסאר אהרן ניעלסאן אלץ א ,"פריינט פון געריכט" צו מאכן די קעיס אין שטיצע פון די אגענטור זינט די רעגירונג איז מער נישט געווען ביים טיש צו פארטיידיגן איר זעלבסט געשאפענע אגענטור

די געריכט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און א פראגע האט זיך אנטוויקלט צו די ריכטער דארפן בכלל באהאנדלען די קאנסטיטוציאנאלע פראגע זינט ווען די אפמאך איז געווארן אויסגעהאמערט אין 2012 למספרם איז דער דירעקטאר בלויז געווען אן עקטינג דירעקטאר וועם דער פרעזידענט וואלט יא געקענט אויפזאגן און בלויז מיט אים האבן זיך די שעיר האולדער ארומגעקריגט ווארום דער שפעטערדיגער אפיציעל באשטעטיגטער דירעקטאר האט נישט אונטערגענומען קיין פרישע אייגענע שריט אקעגן די אינטערעסן פון די אינוועסטירער

בערעט און ראבערטס האבן זיך געוואונדערט אויב עס וואלט זיך אנטוויקלט א שטרייט צווישן די באשטעטיגטע דירעקטאר און די שעיר האולדערס צו דאס וואלט יא באדראעט דעם דירעקטאר'ס קאנסטיטוציאנאליטעט

סיי די רעגירונגס רעפרעזענטאט און סיי ניעלסאן האבן ביידע איינגעשטימט דערצו נאר ארויסגעברענגט אז דערווייל האט עס נישט פאסירט און דעריבער זאל מען עס נישט באהאנדלען

אבער די אדוואקאט פאר די שעיר האולדערס האט געענטפערט אויף די זעלבע פראגע פון טאמאס אז דאס וואס דער שפעטערדיגער באשטעטיגטער דירעקטאר האט ווייטער אנגעהאלטן די אויפזיכט איבער די אפמאך פון וועלכע טיילן זענען נאך געבליבן אין קראפט און איז דעריבער פונקט ווי ער וואלט עס ווען אריינגעשטעלט אין פלאץ און דאס עפנט א וועג צו באהאנדלען זיין קאנסטיטוציאנאליטעט

ווען עס קומט צו די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע גופא, האבו די ליבעראלן געדארפט באשליסן אויב זיי וועלן זיך האלטן צו זייער מינאריטעט פאזיציע וועלכע זיי האבן גענומען ביי די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא קעיס אז אז עס נישט קיין פראבלעם דאס נישט קענען אויפזאגן דעם דירעקטאר אדער יא מוזן דאסמאל שטימען אז עס איז א פראבלעם זינט די פריערדיגע אורטייל האט געשאפן א פרעצעדענט צו וואס זיי מוזן זיך האלטן

א דריטע אויסוועג איז צו פרובירן צו טרעפן א דיפערענץ צווישן די צוויי קעיסעס און דאס איז וואס סאטאמאיאר האט פרובירט צו טוהן ביים ארויסברענגן אז די FHFA איז ווייניגער אן עקזעקוטיווע מאכט ווי די CFPB זינט עס איז בעיקר געציהלט צו פארזיכערן די סטאביליטעט פון רעגירונג געשטיצטע פירמעס און אפעקטירט נישט אזויפיל פירמעס ווי די CFPB

ברייער האט אויסגעקוקט זייער צומישט אויף די פראגע פרעגנדיג פון ניעלסאן צו ער זאל אריינווארפן די האנטוך (דאס הייבט צו ער זאל אויפברענגן די פאקט אז ער האט פריערדיגע מאל געשטימט אויף די פראגדע אין די מינאריטעט)
זאל איך מיך האלטן צו מיין פריערדיגע שטעלונג?
זאל איך זאגן אז דאסמאל איז אנדערש?
וואס זאל איך טוהן?

ניעלסאן האט אים רעקאמענדירט צו נעמען די ליניע פון סאטאמאיאר און אפטיילן די ראלע פון די אגענטור אלץ מער ווי א פארהאנדלער ווי איידער אן עקזעקוטיווע באפולמעכטיגטער

אליטא האט פארגעהאלטן ניעלסאן און אפגעווארפן זיין באהויפטונג און געזאגט אז די וועג ווי אזוי די אגענטור פירט אויס אירע פליכטן האבן קלאר א שטארקע אפעקט אויף די האוזינג מארקעט און באטרעפט דאדורך אומצאליגע געווענליכע מענטשן

קעיגען האט אויף די פראגע אויסגעקוקט צו נעמען די זייט פון אליטא אנערקענעדיג אז די אגענטור האט יא א רייע מאכטן און טוט באווירקן מערערע מענטשן און פירמעס

פון די אנדערע זייט זענען ריכטער געווען באזארגט אויב אורטיילן אז מען מוז קענען אויפזאגן א דירעקטאר וועט באדייטן אז די גאנצע אגענטור אויסשטעל מוז פאלן און אליטא און קעיגען האבן ביידע געוואלט הערן אויב לויט די שעיר האולדער וועט מען דערנאך קענען זיך נעמען די צו די סאושעל סעקיוריטי אגענטור אויסשטעל און צימבלען באשלוסן געמאכט דורך איר דירעקטאר

גארסוטש האט געזאגט אז די פארלנג פון די קלעגער ארויסצוטראסקענען די 2012 למספרם אפמאך איז זייער א שווערע און געדעכט אראפצושלונגען און געוואלט וויסן אויב א שפעטערדיגע באשטעטיגטע דירעקטאר (וועלכע איז אריינגעשטעלט נאך א טויש אז מען קען אים אויפזאגן) קען קומען און אויסבעסערן אן אפמאך וועלכע א פריערדיגע דירעקטאר (וועלכע מען האט נאכנישט געקענט אפזאגן און איז אומקאנסטיטוצינאל דארט געווען) האט אויסגעהאמערט

נאך א פראגע איז געווען אויב די שעיר האולדערס קענען ברענגן קלאגעס לטובת די פירמע (ווי די איצטיגע קלאגע אז די אגענטור האט אומבארעכטיגט איינגעצוימט די פירמעס און איר רעכט אויסצוטיילן דיווידענס) זינט א פראוויזע אין די רעקאווערי אקט האט געשטעלט די אגענטור אלץ די איינציגסטע וועלכע קען פארטרעטן די פירמעס אין געריכט קלאגעס אבער אויף די פראגע האבן ריכטער ווי ראבערטס, בערעט און אפילו ברייער אויסגעקוקט מער גענויגט לטובת די שעיר האולדערס

די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט
1) אז די שעירהאולדערס זענען נישט באפולמעכטיגט צו קלאגן איבער די אפמאך וועלכע די אגענטור האט אויסגעהאמערט אין 2012 למספרם מיט פעני און פרעדי
2) די סטרוקטור פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל און צוריקגעשקיט צום נידריגן געריכט צו באהאנדלען די פראגע אויב איינמאל די סטרוקטור אחז געפונען געווארן אומקאנסטיטוציאנאל צו עס אפעקטירט אויטאמאטיש די 2012 למספרם למפרע

ביידען אדמיניסטראציע קאפיטאליזירט אויפן אורטייל און מעלדט אז דער פרעזידענט וועט אויפזאגן דעם איצטיגן דירעקטאר געדטעלט דורך זיין פארגייער און אים ערזעצן מיט עימיצן מער פריינטליך צו די אדמיניסטראציע'ס אויסקוק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:אין 2005 און אין 2007 למספרם האט קאנגרעס אמענדירט די ריינע לופט אקט מיטן פארארדענען די אי פי עי צו פארלאנגען אז געזאלין פארקויפט אין די פאראייניגטע שטאטן מוזן אנטהאלטן א גרעסערע קוואנטום פון רענועבל ברענשטאף מטן ציהל צו רעדוצירן אמעריקא'ס אנגעוויזנקייט אויף אויסלענדיש אימפארטירטע אויל און אראפברענגן גרינהאוז גאז עמישאנס

אנערקענענדיג אז די נייע סטאנדאטן קענען שווער באטרעפן קלענערע רעפיינעריס האט קאנגרעס איינגעשלאסן אן אויסנאם פאר אזעלכע פירמעס וועלכע האבן יערליכע פראדוקציע פון אונטער 75000 פעסלעך

די ארגינעלע עקזעמפשאן איז געלאפן אויף ביז 2012 למספרם אבער דאן קומען צו צוויי אפציעס

איינס איז צו בעהטן פאר א צוויי יעריגע פארלענגערונג פונעם פטור ביי די ענערגיע דעפארטמענט און נאך צוויי יאר קען מען אפליקירן פאר נאך צוויי יאר און אזוי ווייטער

די צווייטע איז צו בעטן פאר א פארלענגערונג ביי די אי פי עי וועלכע זאל איבערקוקן און מאכן א באשלוס אויב די באטרעפנדע פראדוצירער גייט אדורך ספעציעלע עקאנאמישע שוועריגקייטן און די געזעץ שרייבט אז מען קען עס בעטן צו יעדע צייט

די דריי פירמעס אין אונזער קעיס זענען אזעלכע וועלכע ווערן באצייכנט אלץ קלענערע וועלכע זענען בארעכטיגט פארן אויסנאם און איינע פון זיי האבן אין אנהויב באקומען די ארגינעלע פטור אבער נאך 2012 למספרם נישט איינגעגעבן פאר אן עקסטענשאן, א צווייטע האט יא איינגעגעבן אבער געווארן אפגעזאגט דורך די ענערגיע דעפארטמענט, און א דריטע האט קיינמאל נישט פרובירט ביז היינט צו נוצן די אויסנאם

אלע דריי האבן זיך לעצטנס איינגעגעבן פאר א פטור צו די אי פי עי און געבעטן א פטור באזירט אויף ספעציעלע עקאנאמישע שוועריגקייטן און די אגענטור האט זיי אלע נאכגעגעבן צוליב סטרוקטואלע אומשטענדן ביי זייערע רעפיינעריס וועלכע שאפן פינאנציעלע שוועריגקייטן

האסטו מעגליך געקלערט אז אויב די האסט שוין נושא חן געווען ביי די רעגירונג ביוראקראטן קענסטו זיך זעצן אויפן פאטעל?

אויב יא האסטו פארזעהן אז פון ציווילע אינדוסטריאקראטן מיט פינאנציעלע אינטערעסן דארף מען זיך פונקט אזוי אויסהיטן און דאס האט פאסירט אין דעם פאל ווען די רענועבל ברענשטאף אסאסיאציע האט אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די אי פי עי פארן גיבן די פטור פאר די דריי פירמעס

די צענטע קרייז געריכט האט איינגעשטימט אז די אסאסיאציע פארמאגט סטענדינג אין די קעיס זינט זיי ווערן אפעקטירט פון די באשלוס דורך דעם וואס די דריי פירמעס ווען מער נישט מוזן איינקויפן אזויפיל רענועבלס

עווענטועל האט די געריכט נאכגעגעבן צוויי מעריט ארגומענטן פון די אסאסיאציע און דאס איז אז די אגענטור איז בלויז בארעכטיגט ארויסצוגעבן וואס קאנגרעס רופט "עקסטענשאנס" אבער נישט קיין ערשט מאליגע און אפילו נישט קיין באנייטע פטור פאר אזעלכע וועלכע האבן נישט געהאט פאר א שטיק צייט קיין פטור

די צווייטע טענה ואס זיי האבן אנגענומען איז געווען אז די אגענטור קען פארלענגערן א פטור בלויז צוליב ספעציעלע עקאנאמישע שוועריגקייטן וועלכע שטאמען פון זיך צושטעלן די צו רענועבל סטאנדארטן אבער נישט פאר אזלעכע וועלכע פלאגן זיך מיט אומפארבונדעטע סטרוקטורואלע פראבלעמען

מיטן טויש אין אדמיניסטראציע האט די ביידען ווייסע הויז אי פי עי איינגעמאלדן די געריכט אז פון איצט און ווייטער שטיצט זי די אפטייטש פון די צענטע קרייז געריכט

די רעפיינערי'ס טענה'ן אבער אז די רעכט וואס די געזעץ ערלויבט עס צו בעטן "צו יעדע צייט" קומט מפרש זיין אז מען זאל טאקע נישט אפלערנען די ווארט עקסטענשאן גלאט אלץ אן המשכה פארצוזעצן עפעס וואס איז שוין דא בעפאר נאר אפילו פאר אזעלכע וועלכע האבן נישט די פטור ביים בעטן די פארלענגערונג

די געריכט האט אקצעפטירט די קעיס טראץ וואס עס איז דערווייל נישטא קיין סירקוט ספליט דערויף נאך וואס די רעפיינעריס האבן געמאכט זייער קעיס אז פאר די רעפיינערי אונטער די יוריסדיקציע פון די צענטע דיסטריקט קען די געריכט אפטייטש באדייטן אזעכע פינאנציעלע פראבלעמען וועלכע קען זיי ארויספירן אין א קורצע צייט פון ביזנעס

די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט אין שטיצע פון די רעפיינעריס
די אורטייל האט געשריבן ריכטער גארסוטש און דערין אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, טאמאס, ברייער קעווענאו און אליטא
די מינאריטעט אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטערין בערעט און דערין אנגעשלאסן סאטאמאיאר (ווערט היינט 67 יאר אלט) און קעיגען
אין אנדערע ווערטער איז נישט געווען קיין תערובות ביי די קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יוסטיץ דעפארטמענט וועט אריינטראגן אנקלאגע אין געריכט אקעגן די נייע דזשארדזשיא וואל רעפארם געעץ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דיסטריקט ריכטער בלאקירט נייע פלארידא געזעץ וועלכע באשטראפט סאשועל מידיא פירמעס וועלכע טוען איינזייטיג צענזורירן אידעאלאגיעס

דער ריכטער איז ראבערט הינקלי נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:אריזאנא האט דורכגעפירט א רייע וואל געזעצן און צווישן אנדערן פארארדנט וואל באאמטע צו אקצעפטירן אין פערסאן בעלאטס בלויז ווען וויילער ברענגן זיי צו שטים בודקעס אינערהאלב זייער דעזיגנירטע דיסטריקט אין וועלכע זיי וואוינען

א צווייטע באגרעניצונג איז געווען א פארבאט אויף זאמלען מערערע בעלאטס פון וויילער און עס דערנאך איבערלאזן ביי א וואל לאקאל

די געזעץ ערלויבט פאמיליע מיטגלידער אדער פערזענליכע געהילפן פון עלטערע מענטשן צו דינען אלץ שלית איבערצוגעבן בעלאטס אבער ערלויבט נישט פאר אנדערע דריטע פארטייען ווי בעלאט זאמלער צוצושטעלן אזא סערוויס

די סטעיט איז געווארן געקלאגט פארן פארלעצן סעקשאן 2 פון די וואוטינג רייטס אקט וועלכע פארבאט צו דיסקרימינירן אקעגן סיי וועלכע ראסע/מינאריטעט ווען עס קומט צו די רעכט פון שטימען און לויט די קלעגער זענען אפריק'אנע אמעריקאנע מער אויסגעשטעלט זיך צו באנוצן מיט בעלאט זאמלער און צו שטימען אינדרויסן פון זייער דיסטריקט

די דיסטריקט געריכט האט געגעבן רעכט פאר די סטעיט און די קלעגער האבן עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וואו די דריי ריכטער פאנעל האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט נאכן עס אפעלירן צום פולן באנק האט די סירקוט קאורט ארויסגעווארפן די פריערדיגע אורטייל און געקומען צום אויספיר אז די סטעיט געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן

פיר ריכטער אויפן סירקוט קאורט זענען געווען אין די מינאריטעט

די סטעיט האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט און די טראמפ אדמינסטראציע האט געהאט געמוטיגט די געריכט צו נעמען די זייט פו די סטעיט

די פראגע פארנט פון די ריכטער איז געווען אויב די בעלאט זאמלער פארבאט איז געווען בלויז א פארטייאישע פארזוך פון די לעגסילאטור טראץ וואס זיי האבן נישט געהאט קיין ערנסטע באווייזן אויף וואל שווינדלערייען דורך אזא מעטאד קען באצייכנט ווערן אלץ דיסקרימינאציע אזוי ווי די ניינטע קרייז געריכט וויל זאגן (אז די ציהל איז געווען דיסקרימינאציע) אדער זאל מען עס באטראכטן ווי בלויז עפעס מיט פארטייאישע אינטערסען אבער נישט מיט קיין דיסקרימינאציע מאטיוון

באזונדער קוקן די ריכטער אריין אין די ברייטערע פראגע אויב סעקשאן 2 פארלאנגט בלויז אז מען זאל צושטעלן די זעלבע וואל סערוויסעס פאר אלע ראסן צוגלייך אדער מיינט עס אז אויב איז דא סיי וועלכע סארט וואל מעטאד וועלכע עס וועט זיך ארויסשטעלן צו ווערן ווייניגער באנוצט דורך א געוויסע מינאריטעט דאן מוז שוין די סטעיט ערלויבן לייכטערע מאסנאמען צו פארזיכערן אז די געזעץ איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז אלע טוען אייניג אנטיילנעמען (ווי צום ביישפיל די שטימען אינעם דיסטריקט געזעץ וועלכע אפריקאנער אמעריקאנע האבן די "מעגליכקייט" צו שטימען אין זייער דיסטריקט אבער אין פאקט שטעלט זיך ארויס אז עס איז זיי שווערע ווי פאר אנדערע צו טוהן)

די סופרים קאורט האט היינט דינסטאג אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און אין אלגעמיין אויסגעקוקט צו נעמען די זייט פון די סטעיט ווען אלע 6 קאנסערוואטיווע ריכטער האבן אויסגעקוקט צו גיין אין יענעם ריכטונג

די געריכט האט אקארשט געאורטיילט ווי פאראויסגעשאצט 3-6 באזירט אויף פארטיי ליניעס אין שטיצע פון אריזאנא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארבליבן בלויז איין קעיס אומאנטשידן און די אורטייל גייט לאנדען אין עטליכע מינוט!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג אמור

היינט מאנטאג וועט די סופרים קאורט אויסהערן א קעיס געברענגט דורך א מישיגען באזירטע געזעץ צענטער און די מער באקאנטע אמעריקאנער פאר שפע פאנדעישאן ווירדזשיניע באזירטע נאן פראפיט אקעגן קאליפארניע

די קעיס איז איבער א סטעיט געזעץ וועלכע צוואונגט נאן פראפיט ארגאנאזאציעס מיטצוטיילן מיט די סטעיט א ליסטע פון זייערע גרעסערע ביישטייערער אנגעהויבן פון אזעלכע וועלע גיבן פון 5 טויזנט דאלער און העכער

די סטעיט פארלאנגט אז די אינפארמאציע וועלכע ווערט מיטגעטיילט מיט די איי אר עס זאל אויך ווערן צוגעשטעלט פאר זיי אבער די קלעגער זאגן אז אז גייט אקעגן די ערשטע אמעדמענט רעכטן פון די ביישטייערער וועלכע ווילן אז זייער אינפארמאציע זאל בלייבן פריוואט און אז די סטעיט האט א רעקארד פון ארויסליעקן קלאסיפיצירטע ביישטייערער ליסטעס

צום ביישפיל האט א טעקסאס באזירטע נאן פראפיט וועלכע ארבעט צו פארשפרייטן די וויכטיגקייט פון רעליגיעזע פרייהייט אין כינע אריינגעשיקט צום געריכט א בריעף אין וועלכע זיי ווארענען אז כינע האט א קנאפע פראבלעם צו אריינדדרינגען אין די קאליפארניע סטעיט קאמפיוטער סיסטעם און זוכן נקמה צו נעמען אין זייערע ביישטייערער

קאליפארניע'ס אטוירני דזשענעראל האט אנערקענט אז עס זענען געוען געוויסע פראבלעמען וועלכע האבן געפלאגט די סיסטעם אבער פארשפראכן אז די לעכער זענען געווארן אדרעסירט און פארראכטן

די קלעגער ווייזן אן אז די סטעיט האט נישט קיין עכטע געברויך צו האבן די אידענטיטעטן פון די ביישטייערער ווייל זיי טוען זייער זעלטן איבערקוקן די ליסטעס פאר איבערזיכט און די איינציגסטע פאל אין וועלכע זיי קענען דארפן צוקומען דערצו איז אין פאל פון פארדעכטיגטע אקטיוויטען וועלכע זיי מוזן אויספארשן און אין אזא פאל קענען זיי אלעמאל פארלאנגן פון די נאן פראפיט'ס צושטעלן די ספעציפישע אינפארמאציע און עס איז גענצליך איבריג צו פארלאנגען יערליכע ליסטעס פון אלע ביישטייערער

די סטעיט טענה'ט אז זיי טוען יא רוטין איבערגיין די ליסטעס צו פארזיכערן אז אלעס איז גראד און אויסגעהאלטן

די קלעגער האבן געהאט סוקסעס אינעם דיסטריקט געריכט אבער שפעטער פארלוירן אינעם ניינטן קרייז געריכט און גייען היינט פרובירן צו איבערצייגן די סופרים קאורט צו נעמען זייער זייט

פופצן דעמאקראטישע סענאטארן האבן געשיקט א א בריוו צום געריכט אין שטימע פון קאליפארניע און צוויי פון זיי זענען סענאטארן ווייטהאוז און בלומענטאהל וועלכע האבן געשיקט א באזונדערע בריוו צו סופרים קאורט ריכטערין עימי קאני בערעט בעהטנדיג אז זי זאל זיך רעקיוזן פון די קעיס צוליב וואס די אמעריקאנער פאר שפע פאנדעישאן וועלכע איז פון די קלעגער אין די קעיס איז א שוועסטער ארגאנאזאציע פאר די אמעריקאנער פאר שפע וועלכע האט פינאצירט א רעקלאמע קאמפיין צו שטופן פאר די בערעט נאמינאציע פארלאפענע הערבסט

*

געריכט איצט געאורטיילט לויט פארטייאישע ליניעס 3-6 אקעגן קאליפארניע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיט דעם קומט צו א שלוס די איצטיגע געריכט סעסיע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:דיסטריקט ריכטער בלאקירט נייע פלארידא געזעץ וועלכע באשטראפט סאשועל מידיא פירמעס וועלכע טוען איינזייטיג צענזורירן אידעאלאגיעס

דער ריכטער איז ראבערט הינקלי נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן

דעסאנטיס זאגט אז די סטעיט וועט דאס אפעלירן צום קרייז געריכט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט ריכטער סטיווען ברייער גייט רעטייערן

????

דערווייל האט ער נאכנישט געמאלדן אבער עס ווערט געגלויבט אז אויב יא וועט ער עס מעלדן אין די קומענדיגע שטונדן אדער טעג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט אנטזאגט זיך אויסצוהערן אן אפיעל אויף אן אורטייל פון א וואשינגטאן סטעיט סופרים קאורט אז עס איז דיסקרימינאציע פאר א בלומען מאכער נישט צו סערווירן זיינע סערוויסעס פאר אן אומווירדיגע צערעמאניע

טאמאס, אליטא, און גארסוטש וואלטן יא אקצעפטירט די קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער ברייער האט אויפגענומען א פולע שטאב פון פיר קלוירקס

עס איז נישט קיין גאראנטי אבער געוויס אן אנדייטונג אז אויף דערווייל איז ער דא
אוועטאר
covfefe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:39 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך covfefe »

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער ברייער האט אויפגענומען א פולע שטאב פון פיר קלוירקס

עס איז נישט קיין גאראנטי אבער געוויס אן אנדייטונג אז אויף דערווייל איז ער דא

נישט געווען קיין געריכטן די לעצטע וואך? @הכל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

covfefe האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ריכטער ברייער האט אויפגענומען א פולע שטאב פון פיר קלוירקס

עס איז נישט קיין גאראנטי אבער געוויס אן אנדייטונג אז אויף דערווייל איז ער דא

נישט געווען קיין געריכטן די לעצטע וואך? @הכל

די געריכט איז נישט אין סעסיע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א געזעץ אין טענעסי האט פארלאנגט אז פריוואטע צימערן וועלכע ווערן ערלויבט דורך ביזנעסער צו באנוצן דורך בריות משונות אין קעגנזאץ צו די כללים פון די חוקי הבריאה זאלן מוזן ווערן אנגעצייכנט אז אזעלכע פארשוינען באנוצן זיך דערמיט אבער דיסטריקט ריכטערין טראוגער נאמננירט דורך פרעזידענט קלינטאן האט אצינד בלאקירט די געזעץ אויף ווילאנג זי באהאנדלט די קעיס שרייבנדיג אז עס פארלעט די ערשטע אמענדמענט רעכט פון אזעלכע ביזנעסער וועלכע שפורן אז אזעלכע טאוולען זענען אפענסיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”