נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט אפגעווארפן א ביטע אויסצוהערן א קעיס וועלכע האט זיך באקלאגט אז וואשינגטאן די סי פארמאגט נישט קיין רעפרעזענטאציע אין קאנגרעס
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א פרישע אנקעטע צייגט אז ארום א דריטל אמעריקאנע וואלטן באטראכט די געדאנק פון פארשליסן די סופרים קאורט אין פאל זי אורטיילט אנדערש ווי די שטעלונג אלגעמיינע באפעלקערונג.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די זעלבע אנקעטע צייגט אז 38% אויסגעפרעגטע וואלטן געשטיצט דאס צונעמען די מאכט פונעם געריכט צו קענען אנידערשטימען געזעצן ארויס פון קאנגרעס.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 11:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פעדעראלע 'צווייטע קרייז אפעלאט געריכט' ארויסגעווארפן א אנקלאגע אריינגעגעבן דורך ניו יארק, ניו זשערסי, מערילאנד און קאנעטיקוט קעגן די סאלט דעדוקשען קעפ ארויפגעשטעלט דורך קאנגרעס אין 2017.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס האט היינט בלאקירט די נייע אנטי רציחה געזעץ וואס די סטעיט האט איינגעשטעלט פאריגע מאנאט.



די קעיס איז שטארק אין די נייעס נאך וואס די סופרים קאורט האט לעצטנס זיך אנטזאגט פון עס זאפארט בלאקירן
דער דיסטריקט ריכטער וועלכע האט עס איצט בלאקירט איז ראבערט פיטאמן פון אוסטין וועלכע איז פירט אפציליעל א געמיינע לעבנסשטייגער און איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא
עקיבא ניימאן
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2021 2:24 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקיבא ניימאן »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פרישע אנקעטע צייגט אז ארום א דריטל אמעריקאנע וואלטן באטראכט די געדאנק פון פארשליסן די סופרים קאורט אין פאל זי אורטיילט אנדערש ווי די שטעלונג אלגעמיינע באפעלקערונג.

א שיינעם דאנק דיר אלעקסיי פאר די הערליכע שיינע באריכטן
ס'כדאי ארויסצוברענגן די היפאקריסי פון די פרעסע, די זעלביגע נייעס וואלט געקענט באריכטעט ווערן " פרישע אנקעטע צייגט אז ארום מער ווי צוויי א דריטל אמעריקאנע וואלטן נישט באטראכט די געדאנק פון פארשליסן די סופרים קאורט אין פאל זי אורטיילט אנדערש ווי די שטעלונג אלגעמיינע באפעלקערונג"
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

עקיבא ניימאן האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פרישע אנקעטע צייגט אז ארום א דריטל אמעריקאנע וואלטן באטראכט די געדאנק פון פארשליסן די סופרים קאורט אין פאל זי אורטיילט אנדערש ווי די שטעלונג אלגעמיינע באפעלקערונג.

א שיינעם דאנק דיר אלעקסיי פאר די הערליכע שיינע באריכטן
ס'כדאי ארויסצוברענגן די היפאקריסי פון די פרעסע, די זעלביגע נייעס וואלט געקענט באריכטעט ווערן " פרישע אנקעטע צייגט אז ארום מער ווי צוויי א דריטל אמעריקאנע וואלטן נישט באטראכט די געדאנק פון פארשליסן די סופרים קאורט אין פאל זי אורטיילט אנדערש ווי די שטעלונג אלגעמיינע באפעלקערונג"

פארוואס זאל דאס זיין נייעס?
ברעיקינג נייעס. מיליאנען מענטשן זענען נישט געשטארבן היינט...
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עקיבא ניימאן האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פרישע אנקעטע צייגט אז ארום א דריטל אמעריקאנע וואלטן באטראכט די געדאנק פון פארשליסן די סופרים קאורט אין פאל זי אורטיילט אנדערש ווי די שטעלונג אלגעמיינע באפעלקערונג.

א שיינעם דאנק דיר אלעקסיי פאר די הערליכע שיינע באריכטן
ס'כדאי ארויסצוברענגן די היפאקריסי פון די פרעסע, די זעלביגע נייעס וואלט געקענט באריכטעט ווערן " פרישע אנקעטע צייגט אז ארום מער ווי צוויי א דריטל אמעריקאנע וואלטן נישט באטראכט די געדאנק פון פארשליסן די סופרים קאורט אין פאל זי אורטיילט אנדערש ווי די שטעלונג אלגעמיינע באפעלקערונג"

די העדליין איז די חידוש...

אז א צוויי-דריטל ווילן נישט איז דאך ערווארטעט... און באמת וואלט געווען ערווארטעט מער!
דאס אז א דריטל נישט צייגט אויף א מורא'דיגע חידוש און איינזייטיגקייט פונעם ציבור
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס האט היינט בלאקירט די נייע אנטי רציחה געזעץ וואס די סטעיט האט איינגעשטעלט פאריגע מאנאט.



די קעיס איז שטארק אין די נייעס נאך וואס די סופרים קאורט האט לעצטנס זיך אנטזאגט פון עס זאפארט בלאקירן
דער דיסטריקט ריכטער וועלכע האט עס איצט בלאקירט איז ראבערט פיטאמן פון אוסטין וועלכע איז פירט אפציליעל א געמיינע לעבנסשטייגער און איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא

אפעלאט געריכט בלאקירט די ארדער פונעם אונטערשטן געריכט, ערלויבענדיג די געזעץ צו בלייבן אין קראפט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט ריכטער קעווענאו וועט היינט זיין צוריק אנוועזנד אין סופרים קאורט נאך וואס לעצטע וואך האט ער מיטגעהאלטן בלויז ווירטואל צוליב א פאזיטיווע ווירוס טעסט
לעצטע וואך איז אויך געווען די ערשטע מאל וואס ריכטערין בערעט איז געווען פיזיש אנוועזנד ביי מונדליכע ארגומענטן און היינט וועט זיין דאס ערשטע מאל זינט אט די אלע ניין ריכטער זיצן אינאיינעם זינט די ווירוס אויסברוך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דעיוויד פעטשעקאו איז געווען צוויי יאר אלט צוריק אין 2006 למספרם ווען ער ער איז געזיצן אין א מיניווען וועלכע זיין מוטער האט געפירט אויף טערמאנט עוו. אין די בראנקס קורצליך נאך וואס וואס ראנעל גיליאם האט פארלוירן א גאסן געשלעג צום אלים דגבר

גיליאם האט זיך צוריקגעקערט צו די סצענע מיט א פריינט און אן קיין ווארענונג האט עימיצער געעפנט פייער מיט א 9 מילימעטער רעוואלווער און דער קליינער פעטשעקאו אין די מיניווען איז באטראפן געווארן פון די קוילן און דערמיט איז זיין יונגע לעבן פארשניטן געווארן

עדות האבן שפעטער געזאגט אז דער שיסער האט געטראגן א ליכטיג בלויע העמד אדער סוועטער און האבן אידענטיפיצירט ניקאלאס מאריס און ראנעל גיליאם אלץ באטייליגטע ביי די געשלעג

זיי האבן אויך באשולדיגט גיליאם אלץ מעגליכע שיסער און מאריס אלץ באקאנטע פריינט מיט גיליאם

ווען די אויטאריטעטן האבן אונטערזוכט די היים פון מאריס האבן זיי אנדעקט אמוניציע אריינגערעכנט וועלכע וואלט געקענט גענוצט ווערן אין די 9 מילימעטער רעוואלווער גענוצט אין די שיסעריי אין צוגאב צו א 357 קאליבער גאן און דריי עדות האבן געטייטלט אויף זיין בילד ווען זיי זענען געווארן פארגעשטעלט מיט מערערע געזיכטער פון מעגליכע שולדיגע

ניו יארק סטעיט האט אנגעקלאגט מאריס פארן באזיצן א רעוואלווער וועלכע איז פארדעכטיגט צו האבן געווארן גענוצט אין א מארד און עטליכע טאג דערויף האט זיך גיליאם איבערגעגעבן פאר די פאליציי און מודה געווען אז ער איז געווען פארמישט אבער קלארגעשטעלט אז מאריס איז געווען דער שיסער

נאך א שטיקל צייט האט גיליאם זיך פארשטענדיגט מיט מאריס און אים פארשפראכן צו פאררעכטן זיין ארגינעלע עדות (אז מאריס האט געשאסן) און אנדעקן די (אנגעבליכע) ווארהייט אז עס איז געווען דערעל העמפיל וועלכע האט פאקטיש געשאסן און האט אאקע געטוישט זיין געשיכטע רעדנדיג צו אויספארשער

די אויספארשער האבן אונטערזוכט העמפיל'ס היים און געפונען א ליכטיג בלויע סוועטער אבער די סטעיט האט פארגעזעצט מיט זייער אנקלאגע אקעגן מאריס אלץ הויפט שולדיגער און אים געשטעלט פאר פראצעס

ביים פראצעס האט מאריס פארגעשטעלט ערנסטע באווייזן אויפצואווייזן זיין אומשולד און ביידע זייטן זענען איינגעגאנגען אויף א מיסטרייעל

שפעטער האט די סטעיט ווידער אנגעקלאגט מאריס פארן באזיצן די 357 קאליבער גאן און מאריס האט זיך דערקלערט שולדיג אבער איז באפרייט געווארן נאך וואס די סטעיט האט אנערקענט אז ער איז שוין געזיצן גענוג לאנג אפצוקומען די פארלעצונג

זיבן יאר נאך פעטשעקאו'ס מארד און פינף יאר נאך די אומסוקסעספולע קלאגע אקעגן מאריס האט די סטעיט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן העמפיל און גענוצט גיליאם פאר אן עד

גיליאם וועלכע איז אויסגעשטאנען א מאקסימום פון 25 יאר האט אקצעפטירט א פלי אפמאך אין וועלכע ער וועט אפקומען מיט פינף יאר און עדות געזאגט אקעגן העמפיל און אויך געטוישט זיין ארגינעלע ווערסיע אז בלויז איין גאן איז געווען אויפן סצענע געווארן זאגנדיג אז עס זענען געווען צוויי און אז די 357 גאן האט מאריס בלויז געטראגן מיט זיך אבער די 9 מילימעטער גאן האט העמפיל גענוצט און אז העמפיל האט שפעטער פארניכטעט ביידע וואפנס און אלע איבריגע באווייזן מיטן אויסנאם פון די בלויע סוועטער אויף וועלכע בלוט פלעקן זענען געפונען געווארן און האבן געשטימט מיט העמפיל'ס די ען עי

ביים פראצעס האבן העמפיל'ס אדוואקאטן באטאנט אז אין די היים פון מאריס האט מען געפונען אמוניציע אריינגערעכנט וועלכע וואלט געקענט גענוצט ווערן אין די 9 מילימעטער רעוואלווער גענוצט אין די שיסעריי און די פראקורארן האבן אין רעאקציע געוואלט אפווארפן זייער באהויפטונג אז מאריס האט געהאלטן די 9 מילימעטער גאן מיטן ציייגן פאר די געריכט די פלי אפמאך אונטער וועלכע מאריס האט מודה געווען פארן געריכט אין זיין צוויייטע פראצעס אז ער האט געהאלטן די 357 גאן (לאפוקי פון די 9 מילימעטער)

געווענליך וואלט א געריכט נישט ערלויבט די פראקורארן פארצושטעלן אזא הודאה פרעזענטאציע פון מאריס צו מאכן זייער קעיס אקעגן העמפיל זינט לויט די זעקסטע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע מוזן אלע עדות קענען אויסשטיין א קרייץ פארהער פון די אנגעקלאגטע און דא האט מען געוואלט פארשטעלן בלויז א רעקארדירטע ווערסיע פון מאריס אן די מעגליכקייט פון העמפיל אים אויסצופרעגן

די זעקסטע אמענדמענט שטעלט קלאר אז פראקורארן קענען נישט צייגן אין געריכט ווערטער וואס עדות האבן געלאזט פאלן אינדרויסן פון געריכט
(א שטייגער ווי פאר פאליציי, אדער אין אנדערע פראצעסן סיידן מען קען זיי אראפרופן אין אויספרעגן אין געריכט)

אלע זייטן זענען איינשטימיג אז ווען נישט א ספעציעלע ניו יארק געזעץ גערופן די "געעפנטע טיהר" (איבער מיר וועל באלד שרייבן) געזעץ וואלטן פראקורארן נישט געקענט צייגן פאר די געריכט די מאריס סטעיטמענט

פאר לאנגע יארן האבן געריכטן אויסגעטייטשט די זעקסטע אמענדמענט אויף זייער א באגרעניצטע וועג און די סטאנדארד איז געווען אז אין פאל וואס די דרויסנדיגע שטיקל עדות קלונגט איבערצייגנד און וואר קענען געריכטן יא קוקן אויף די עדות טראץ וואס יענער קען פאר סיי וועלכע סיבה נישט ערשיינען פאר א פארהער אבער אין 2004 למספרם האט די סופרים קאורט צוגעלייגט עטליכע מער פלייש צו די אויסגעמאגערטע זעקסטע אמענדמענט ביין און קלארגעשטעלט אז די פראקורארן קענען עס בלויז נוצן אויב די אנגעקלאגטער האט געהאט בעפאר די מעגליכקייט יענעם אויסצופרעגן און ער האט פארציכטעט דערויף

אבער די ניו יארקער געזעץ שרייבט אז אז אין פאל וואס דער אנגעקלאגטער איז דער וועלכע האט פון זיך אליין אויפגעברענגט א טעמע אדער דערמאנט אן דריטע פארטיי אלץ טייל פון זיין קעיס זיך ריינצואוואשן), דאן קען דער קטיגור יא "רעאגירן" און פרעזענטירן יענעם'ס ווערסיע אן זיין אראפגעבונדן יענעם אראפצוברענגן פאר א קרייץ פארהער דורכ'ן אנגעקלאגטן

אין אנדערע ווערטער האט די סטעיט געזעץ באגרעניצט די זעקסטע אמענדמענט רעכט פון קרייץ פארהער פאר בלויז עדות וועם די קטיגור איז די ערשטע
אויפצוברענגן אבער איינמאל עס איז די סניגור וועלכע האט עס צו ערשט ערווענט און פרובירט צו נוצן יענעם פאר זייער קעיס דאן האבן זיי דערמיט "געעפנט די טיהר" פאר די קטיגור צו גיבן צו הערן פאר די געריכט וואס זיי האבן אין באזיץ פון יענעם אן פאקטיש יענעם אראפברענגן פאר אן אויספרעג

ניו יארק אנערקענט אין די רעכט פון אנגעקלאגטע צו קענען פארלאנגען א קרייץ פארהער אבער שרייבט אז זיי מוזן אין אכט נעמען אז מיטן זעלבסט אויפברענגן א ווערסיע איבער עימיצער וועלכע קען פאטענציאל ווארפן א ליכט איבער דעם אנגעקלאגטן'ס שולד אדער אומשולד באדייט אז דער אנגעקלאגטער טוט פרייוויליג אויפגעבן אויף אט די רעכט און גיבן די גרינע ליכט פאר די פראקורארן צו צייגן ווי יענער זעלבסט מאכט סטעיטמענטס אין קאנפליקט צו די ווערסיע וועלכע דער אנגעקלאגטער האט געזאגט און דערנאך נוצן יענעם'ס סטעיטמענט צו העלפן באשולדיגן דעם אנגעקלאגטן אן די מעגליכקייט אז דער אנגעקלאגטער זאל יענעם אויספרעגן

די געריכט אין פאל פון העמפיל האט געאורטיילט אז מיט דעם וואס העמפיל האט ערווענט די נאמען פון מאריס און געזוכט אראפצואווארפן די שולד פון זיך און עס אנשמירן אויף מאריס האט עס געעפנט די טיהר פאר די פראקורארן אויפצושפילן אין געריכט די מאריס ווערסיע אן אראפברענגן מאריס פאר א פארהער

אצינד האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די קעיס פון העמפיל און באהאנדלט די פראגע אויב די סטעיט געזעץ פון "געעפנט טיהר" איז אויסגעהאלטן לויט די זעקסטע אמענדמענט און עס קען זיין אינטערסאנט צוצוגעבן אז די איינציגסטע צוויי ריכטער וועלכע זענען געזיצן אויפן באנק ווען די 2004 למספרם אורטייל צו פארשטארקן די זעקסטע אמענדמענט רול איז ארויס און לעבן נאך היינט זענען ריכטער טאמאס און ברייער וועלכע זענען ביידע געווען טייל פון יענע מאיאריטעט אורטייל געשריבן דורך ריכטער סקאליא
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Wow - א דאנק הבל, שטארק הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מטעמים האט געשריבן:Wow - א דאנק הבל, שטארק הנאה געהאט.

יישר!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אז מען רעדט שוין קען אמאל זיין אינטערסאנט צו הערן פון צייט צו צייט פונעם ברייטערן ליינער קרייז וועלכע לעזן די באריכטן אויף די געריכט קעיסעס צו הערן זייערע איינדרוקן און נייגונגען איבערהויפט ביי די קעיסעס וועלכע איז ווייניגער פארבונדן דירעקט אנגייענדע קאמפן צוויישן די צוויי פארטייען

סיי איבער די אינסטינקטן פון די ליינער וועלכע זייט זיי שפורן אז עס וואלט געווען ריכטיג צו נעמען און אין פעלער וואס מען שמועסט גרונטליך אויס די לעגאלע פראגע פארנט פונעם געריכט און די צוויי זייטן ווי אזוי אויסצוטייטשן שפראך אין א געזעץ איז באזונדער אינטערסאנט צו הערן ווי אזוי דער ציבור וואלט אויף אזאנס געאורטיילט

אזוי אז ווען די געריכט אורטייל וועט אראפקומען זאל מען כאטש וויסן וועם מען אנטוישט און וועם מען איז מהנה..
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הכל הבל האט געשריבן:אז מען רעדט שוין קען אמאל זיין אינטערסאנט צו הערן פון צייט צו צייט פונעם ברייטערן ליינער קרייז וועלכע לעזן די באריכטן אויף די געריכט קעיסעס צו הערן זייערע איינדרוקן און נייגונגען איבערהויפט ביי די קעיסעס וועלכע איז ווייניגער פארבונדן דירעקט אנגייענדע קאמפן צוויישן די צוויי פארטייען

סיי איבער די אינסטינקטן פון די ליינער וועלכע זייט זיי שפורן אז עס וואלט געווען ריכטיג צו נעמען און אין פעלער וואס מען שמועסט גרונטליך אויס די לעגאלע פראגע פארנט פונעם געריכט און די צוויי זייטן ווי אזוי אויסצוטייטשן שפראך אין א געזעץ איז באזונדער אינטערסאנט צו הערן ווי אזוי דער ציבור וואלט אויף אזאנס געאורטיילט

אזוי אז ווען די געריכט אורטייל וועט אראפקומען זאל מען כאטש וויסן וועם מען אנטוישט און וועם מען איז מהנה..

נו אפשר עפענען אן אשכול דערפאר!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בי דעם יעצטיגן געריכט ואלט איך געאורטיילט קעגן די רעגירונג, אפשר א קלארערע אנאליז שפעטער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

eller האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:א פעדעראלע ריכטער אין ניו יארק האט געאורטיילט אז ניו יארק מוז ערלויבן די העלט קעיר איינגעשטעלטע צו נוצן רעלידזשעס עקזעמפשענס זיך נישט צו דארפען וואקסינירן, און זיי מעגן נישט נעמען קיין שום שריט קעגן זיי.

אפשר אפשר קען איינער אריינקומען מיט א קורצע אבער קלארע ס"ה איבער די אלע פעדעראלע ריכטער וואס האבן געפסל'ט און געכשר'ט די וואקסין מאנדאט.. (אין ניו יארק)
ווי ס'האלט יעצט וואו און ווער קען האבן אן עקזעמפשאן פאר רעליגיע - אדער פאר געזונטהייט. ?

--
NEW YORK: A federal judge in Manhattan refused to block enforcement of NYC's vaccine mandate for public school employees, denying a request for a preliminary injunction from group of 10 teachers.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

קעיס נומבער?
משומר מאכט מיר קונצן צו קענען טרעפן געהעריג
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

א ריזיגן דאנק הבל פאר די דעטאלירטע באריכטן! איך ליין עס מיט דארשט.

סתם פאר נייגעריגקייט, איז די ניו יארקער "געעפענט טיהר" געזעץ געשריבן געווארן נאך די 2006 סופרים קאורט אורטייל?

איך האב נישט קיין ספעציעלן מיינונג אויף די קעיס, אבער אויף די מיטוואך'דיגע קעיס איז בלויז שייך צוצילייגן אז די אמעריקאנע לייעביליטי געזעצן מעגן נוצן א פעסטע אויפשאקלונג, די גאנצע אינדוסטרי איז איין גרויסע דזשאוק וואס קאסט אפ פאר אמעריקאנער ביליאנען אין אינשורענס.

עגעין, טענקס עי לאט!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פעדעראלע ריכטער אין מעין אורטיילט אז די סטעיט קען מאנדאטירן וואקסינאציע אויך פאר אזעלכע וואס ווילן זיך ארויסדרייען מיטן אויסרייד פון רעליגיע.

קלעגער געמאלדן אז זיי וועלן אפעלירן די אורטייל ביים 'ערשטן קרייז' געריכט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג לך

[spoil]זעין אל-אבידין מוכאמעד כוסעין, בעסער באקאנט אלץ אבו זובעידא, איז א פאלעסטינער ומקום מושבו איז גוואטאנאמא בעי זינט 2006 למספרם וואו ער האט זיך אריבערגעצויגן נאכן געכאפט ווערן אין פאקסיטאן צוריק אין 2002 למספרם און איז פארהאלטן אויף טעראר באשולדיגונגען

אין לויף פון די פיר יאר ביז ער האט זיך פערמענאנט איינגעגלידערט אין גוואטאנאמא בעי איז האט זובעידא ארומגעוואנדערט אין אויסלאנד ווי ער האט באזוכט מערערע אזויגערופענע געהיימע שווארצע סי איי עי געפירטע אויספארשונג צענטערן און אויסגעשטאנען פייניגונגס מיטלען אריינגערעכנט דורכגיין מער ווי 80 מאל וואטערבאורדינג

אין 2017 למספרם האט זיינס אן אדוואקאט זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט אין וואשינגטאן סטעיט מיט א פארלאנג צו באקומען צוטריט צו דאקומענטן און עדות אויפטריט איבער צוויי געוועזענע סי איי עי קאנטראקטער דזשעימס עלמער מיטשעל און דזשאן דזשעסען צוליב וואס ער וויל נוצן די אינפארמאציע פאר א קרימינאלע קעיס אין פוילן וואו די פייניגונגען זענען אנגעבליך פארגעקומען און די צוויי זענען געווען פארמישט דערין

די אמעריקאנע רעגירונג אונטער די פאמפעיא סטעיט דעפארטמענט האט אפגעשלאגן די פארלאנג אין געריכט אנגעבנדיג אז אזעלכע אינפארמאציע איז באשוצט אונטער די רעגירונגס געהיימניסן דאקטרינע וועלכע פארזיגלט אינפארמאציע וועמענס אויפדעקומנג קען שעדיגן נאציאנאלע זיכערהייט

ווען די ביידען אדמיניסטראציע איז אריינגעקומען האבן זיי איבערגענומען די פאזיציע פון זייערע פארגייער און סאליסיטאר דזשענעראל ברייען פלעכטער האט קלארגעשטעלט פאר די געריכט אז וואס זובעידא פארלאנגט איז אינפארמאציע וועלכע קען אויפדעקן די ווארהייט פון אן עקזיסטענץ פון געהיימע צווייפלהאפטיגע אקטיוויטעטן פון די סי איי עי אין צוזאמארבעט מיט פוילישע באאמטע צו קענען אנקלאגן איינגעשטעלטע אין די פוילישע רעגירונג

לויט פלעכטער וואלט אזא שריט געבראכן די צוטרוי פון וועלכע אמעריקא געניסט ביי אויסלענדישע און שטעלט אין געפאר ווייטערדיגע צוזאמעארבעט אויפן פראנט פון נאציאנאלע זיכערהייט

פארלאפענע וואך האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די ארגומענטן אין די קעיס און ריכטער טאמאס האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי עס וואלט געשעדיגט נאציאנאלע זיכערהייט נעמענדיג אין באטראכט אז די אינפארמאציע איז שוין איצט פובליק און דזשאן דזשעסען האט שוין אין די פארגאנגנהייט עדות געזאגט איבער די באהאנדלונג פון די אנדערע פארהאלטענע בעפאר

פלעכטער האט געענטפערט אז יענע אינפארמאציע איז געווען איבער די באהאנדלונג פון די פארהאלטענע וועלכע זענען שוין טאקע מער נישט קלאסיפיצירט אין קאנטראסט צו די איצטיגע פארלאנג אויפצודעקן אויסלענדיגע מיטארבעטער און איז פונדאמענטאל אנדערש ווי די אינפארמאציע וועלכע איז שוין פובליק

קעיגען האט געפרעגט פון פלעכטער צו די פאקט אז יעדער ווייסט גענוי וואס מען זוכט אין די דאקומענטן/עדות צו דאס מאכט עס נישט אויס געהיימעניס

און אויב די גאנצע רעכט פון עס האלטן קלאסיפיצירט איז בלויז ווייל עס איז א "רעגירונג געהיימעניס" וואס איז די דין אויב עס איז מער נישט אזוי געהיים? מעגליך דארף מען טוישן די געזעץ צו דעקן אפילו אזעלכע אינפארמאציע וועלכע זענען לאו דוקא אומבאקאנט אבער עס ארויסגעבן אפיציעל קען שעדיגן די אינטערעסן פון לאנד?

הויפט ריכטער ראבערטס האט אויפגעברענגט א נייע איינפאל וועלכע האט אביסל צומישט די קארטן פון ביידע זייטן פארשלאגנדיג א פלאן אונטער וועלכע די צוויי קאנטראקטער וועלן ערלויבט ווערן אויפצוטרעטן און איבעראגעבן אינפארמאציע אבער נישט אידענטיפיצירן דאס לאנד וואו עס האט פאסירט און אזוי ארום וועט נישט זיין לעגאל באשטעטיגט אז די ספעציפישע אקטיוויטעטן האבן זיך אפגעשפילט אין פוילן

אבער פלעכטער האט גיך אפגעווארפן די הצעה זאגנדיג אז די גאנצע צוועק פאר וועלכע זובעידא דארף זייער עדות'שאפט איז ארויסצוהעלפן אין די קרימינאלע אנקלאגע אקעגן פוילישע באאמטע און אויב גייט מען נישט קענען באשטעטיגן אז עס האט פאסירט אין פוילן איז דאך זייער אויפטריט אומרעלעוואנט

ריכטערין בערעט האטאבער שפעטער אויפגעברענגט די ראבערטס געדאנק פרעגנדיג וואס וואלט געווען אויב די געריכט גיבט די גרינע ליכט פאר זייער אויפטריט אבער ערלויבט די רעגירונג צו באגרעניצן זייער עדות'שאפט מיטן פארזיכערן אז זיי דעקן נישט אויף די לאקאציע וואו עס האט פאסירט

פלעכטער האט ווידעראמאל צוריקגעשטופט דערקעגן זאגנדיג אז זי האט שוין אויסגעשמועסט פארוואס אזאנס האט נישט קיין פשט ווען ראבערטס האט עס צום ערשטן מאל אויפגעברענגט

דערנאך האט אויפגעטרעטן דוד קליין אין שטיצע פון זובעידא זאגנדיג אז ער פלאנט נישט אויסצופרעגן מיטשעל און דזשעסען אין שטיצע פון זיין קליענט זובעידא איבער די לאקאציע זינט דאס איז שוין אינפארמאציע וועלכע פוילישע פראקורארן זיצן שוין אויף און דאס גאנצע וואס זיי ווילן הערן איז וואס עס האט פאסירט אין די צעל פון זובעידא אין די יארן צווישן 2002 און 2006 למספרם און די טאקטיקן גענוצט וואס אזעלכע סארט אינפארמאציע איז שוין פובליק און מער נישט קלאסיפיצירט זינט דזשעסען האט שוין עדות געזאגט איבער אזעלכע סארט פראגן

בערעט האט אים אבער געצימבלט אז אויב די אינפארמאציע איז שוין פובליק , טא פארוואס דארפן עס די פוילישע פראקורארן הערן פון די קאנטראקטער?
אלא מאי זוכן זיי פשוט צו האבן די אפציציעלע באשטעטיגונג פון די וועלכע האבן געארבעט פאר די אמעריקאנע רעגירונג און זיי זענען אנגעוויזן דערויף, וואס אויב אזוי איז עס דאך שוין איינמאל און אמעריקאנע געהיימעניס (דאס באשטעטיגן וואס מען ווייסט אבער איז נאכנישט באשטעטיגט)

קליין האט געענטפערט אז מען זוכט נישט די אפיציעל אנערקענונג פון די אמעריקאנע רעגירונג נאר זיי זוכן צו הערן איבער טייל פון די פייניגונגס מיטלען איבער וועלכע זיי וויסן אז עס האט פאסירט און געוואר ווערן אויב עס האט פאסירט אין די צייט וועלכע זיי ווייסן אז זובעידא איז געווען אין פוילן

אבער ראבערט איז געליבן סקעפטיש זגנדיג אז קליין אנערקענט אז יעדער וויסט דערפון אבער עס איז די רעגירונגס אנערקענונג וועלכע איז די סוד וועלכע די רעגירונג וויל האלטן אין איר בוזעם און זיי שטערן דערפון קען שעדיגן אמעריקא'ס אינטערעסן

אליטא האט אויך געלאזט פאלן ענליכע וועטרטער זאגנדיג פאר קליין: דו לייגסט עס אראפ ווי די האסט אלעס וואס דו דארפסט אבער דו דארפסט דוקא האבן אט די אינפארמאציע
עס קוקט מיר אויס אז אלץ וואס דו זוכסט איז מער אן אפיציעלע אנערקענונג פון רעגירונג קאנטראקטאר צו באשטעטיגן אז דאס וואס דו זאגסט האט פאסירט אין פוילן און נישט ערגעץ אנדערש איז וואר, אנדערש פארשטיי איך נישט פארוואס דו דארפסט די אינפארמאציע

ריכטערין סאטאמאיאר האט אויסגעזעהן סקעפטיש מיט קליין פאר א צווייטע אורזאך זאגנדיג פאר קליין אז פוילן האט שוין אמאל פרובירט צו באקומען די אינפארמאציע פון אמעריקא אונטער אן אפמאך אבער וואשינגטאן האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן זאגנדיג אז עס איז א רעגירונגס געהיימעניס און דעריבער איז זובעידא'ס איצטיגע פרואוו בלויז א מיטל אויסצוקרויזן דאס וואס די רעגירונג האט קלאר געזאגט אז זיי ווילן נישט ארויסגעבן

(עס איז מיר נישט געווען אינגאנצן קלאר וואס סאטאמאיאר האט דא געוואלט ווייל די רעגירונג זאגט דאך איצט אין געריכט אויך אז עס איז א געהיימעניס אבער זובעידא שלאגט דאך עס אפ און אויב אזוי פארוואס טראגט א פריערדיגע דעקלעראציע פון די רעגירונג אז עס איז געהיים מער געוויכט ווי זייער איצטיגע באהויפטונג אין געריכט?! אתמהה)

קליין האט אבער געענטפערט אז זיין קליענט פרובירט נישט ארויסצוקוועטשן עפעס פאר די פולישע רעגירונג וועלכע אמעריקא האט זיי שוין געזאגט אז זיי ווילן נישט גיבן נאר ער פארלאנגט די דיסקאווערי אינפארמאציע אלץ פריוואטע אינדיווידועל[/spoil]
דאן איז פלעכטער צוריקגעקומען צום שטענדער און גארסוטש וועלכע איז ביז אצינד געווען פארהעלטנמעסיג שטיל האט ארויסגעלאזט א באמבע אין צימער פרעגנדיג פון פלעכטער פארוואס מען קען נישט ערלויבן כאטש זובעידא זעלבסט אויפצוטרעטן אין די פוילישע קעיס אז ער זאל גאר שילדערן וואס ער איז אריבער

פלעכטער וועלכע איז נישט געווען געראכטן אויף אזא פראגע איז געכאפט געווארן אין סורפרייז און רעאגירט אז זובעדא און זיינע אדוואקאטן האבן קיינמאל נישט געבעטן אזא זאך און די רעגירונג האט נאך אויך נישט באטראכט אזא געדאנק

אן אויפגעברויזטער גארסוטש האט געשטורעמט די צימער זאגנדיג: די קעיס ווערט שוין אויסגעקעמפט פאר יארן די לאנגע וועג ארויף ביזן העכסטן געריכט און ענק האבן קיינמאל נישט אריינגעקוקט אין אזא פלאן וואס וואלט געווען א וועג ארויס פון די סומאטוכע און א וועג פאר די רעגירונג צו קענען נאכגעבן זייער געברויך אן דארפן דורכגיין די גאנצע געראנגל?!

סאטאמיאר וועלכע זיצט גלייך נעהן גארסוטש און איז געווענליך אויף די אנדערע זייט פונעם ארגומענט ווי אים האט זיך דאסמאל צוגעשטעלט צום צירקוס וועלכע האט דראמאטיש געטוישט די מונדליכע אגומענטן סעסיע איידער איר ענדע

סאטאמאיאר האט געבעטן פון פלעכטער א קלארע ענטפער פון די פעדעראלע רעגירונג אויב זיי וועלן ערלויבן זובעידא אויפצוטרעטן און פארציילן וואס עס איז אויף אים אריבער אין יענע דאטומען אן אויפדעקן רעגירונג געהיימעניסן.
יא אדער ניין?
דאס איז אלעס וואס מיר זוכן האט סאטאמאיאר אויסגעפירט

פלעכטער האט געענטפערט אז די רעגירונג וועט גערן לאזן וויסן איר שטעלונג איבער דעם פארן געריכט נאכן עס באטראכטן

פלעכטער איינגעמאלדן פאר'ן געריכט אז די רעגירונג איז וויליג צו ערלויבן זובעידא זאל אויפטרעטן פאר די פוילישע אוטאריטעטן (כאטש וואס די רעגירונג רעזערווירט זיך די רעכט צו רעדאגירן טייל פון זיין עדות).
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

וואס איז די נייעס?

https://www.wsj.com/articles/supreme-co ... 1634577388

איך האב נישט קיין עקסעס צו דעם, נאר צום קעפל.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

פארדינט האט געשריבן:וואס איז די נייעס?

https://www.wsj.com/articles/supreme-co ... 1634577388

איך האב נישט קיין עקסעס צו דעם, נאר צום קעפל.



די סופרים קאורט האט ארויסגעווארפן צוויי באזונדערע קלאגעס וואס זענען אריינגעגעבן געווארן קעגן פאליציאנטן וועלכע האבן זיך באנוצט מיט מאכט קעגן פארברעכער, זאגנדיג אז די קוואליפיצירטע אימוניטעט געזעץ וועלכע באשיצט אפיצירן ווען זיי זענען אויף זייער דזשאב טוט זיי באשיצן פון קענען ווערן געקלאגט. - קול העולם
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א רעליגיעזע פרייהייט גרופע עטאבלירט דורך מייק פענס מוטיגט די סופרים קאורט אויסצוהערן א קעיס איבער א וואשינגטאן סטעיט ספארט לערער וועלכע איז געווארן אויפגעזאגט צוליב ער האט געזאגט א געבעט אויפן שפיל פעלד נאך א שפיל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט געלאזט אין פלאץ א פעדעראלע פארבאט אויף הינער שלאכטן (א ספארט ווי צוויי הינער ווערן אנגערייצט זיך ארומצוריגן ביז טויט) אין די ווירדזשיו איילאנדס און אין פארטא ריקא


הינער שלאכטן איז שוין פארבאטן דורך קאנגרעס זינט 1976 למספרם אבער קאנגרעס האט צוגעטשעפעט אן אויסנאם עס צו ערלויבן דארט ואו לאקאלע געזעצן שרייבן קלאר אז זיי ערלויבן עס

די פארטא ריקא קאנסטיטוציע שרייבט אז די איינפיר איז א קולטוראלע רעכט פאר אלע פארטא ריקאנער און צוליב דעם זענען זיי אלעמאל געווען אויסגעשלאסן פון די נאציאנאלע פארבאט

צוריק אין 2018 למספרם האט קאנגרעס געטוישט די געזעץ וועלכע פלעגט ערלויבן די איינפיר און עס פארבאטן איבעראל אן קיין אויסנאם אבער ארגאנאזאציעס פארמישט אין די סארט אקטיוויטעטן האבן געקלאגט אין געריכט אז קאנגרעס האט איבערגעטראטן איר מאכט מיטן שרייבן אז די געזעץ איז חל אויף פארטא ריקא וואו די איינפיר איז טיף איינגעווארצלט אין די אינזל'ס היסטאריע, טראדיציע און קולטור

זיי ווייזן אן אז די איינפיר איז טייל פון די אינזל'ס אידענטיטעט און אז עס זענען אויסגעשפרייט איבער 70 אזעלכע צענטערן וואו די ספראטס קומען פאר און באצייכענען עס אלץ זייער נאציאנאלע ספארט

די הינער שלאכט פארמעסטן ווערן געשאצט אריינצוברענגן 65 מיליאן דאלער אין די אינזל'ס עקאנאמיע אויף א יערליכע פארנעם און צוצושטעלן מער פון 11 טויזנט דזשאבס אבער די ערשטע קרייז געריכט געריכט האט גענומען די זייט פון די רעגירונג שרייבנדיג אז עס איז אין די רעכט פון קאנגרעס צו רעגולירן האנדל וועלכע האט אן אינטערסטעיט אפעקט

די קלעגער האבן אנגעוויזן אז די פעדעראלע רעגירונג האט זיך קיינמאל נישט אריינגעמישט אין סטעיט באשעפעניש ספארטן ווי פערד לויף פארמעסטן און נאך און אויף גע'טענה'ט אז די ספארט אפעטירט נישט אינטערסטעיט האנדל אבער די סופרים קאורט האט נישט געוואלט אקצעפטירן די קעיס
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”