נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאטאר ווייטהאוז (ד) גייט ווערן פארזיצער פון די בודזשעט קאמיטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

באקסער בוים האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
דעמאקראטישע סענאטארן דזשאן פעטערמאן און פיטער וועלש גייען באקומען זיצן אויפן אגריקולטור קאמיטע
פעטערמאן אליינס דארף עטליכע זיצן…

שכח הבל פאר דיינע אלע קלארע באריכטן דא און איבעראל
ער גייט טאקע באקומען איינס אויך אויפן באנקינג, ענווייראמענט, עידזשינג (דעקט אישוס פאר עלטערע לייט ווי סאושעל סעקיוריטי און מעדיקעיר) און די פאראייניגטע עקאנאמישע קאמיטעען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשאן אסאף באקומט א זיץ אויפן שפיאנאזש קאמיטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עלאן מאסק איצט געפארטיגט א זיצונג מיט ספיקער מעקארטי

מעקארטי זאגט אז מאסק האט אים געוואלט באזוכן אין זיין געבורטסטאג
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון רעלעוואנטע נייעס
ואשינגטאן - קאנגרעס ספיקער קעווין מעקארטי האט זיך דינסטאג פארמאסטן קעגן א רעפארטער, איבער דעם באזייטיגן קאנגרעסמאן עדעם שיף און קאנגרעסמאן עריק סוואלוועל, ביידע פון קאליפארניע, פון דעם קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע.

א רעפארטער האט געפרעגט מעקארטי, אין באצוג צום נייעס איבער דעם באזייטיגן שיף און סוואלוועל פון דעם שפיאנאזש קאמיטע, וויאזוי ער קען פארענטפערן זיינע אקציעס אינדערצייט ווען ער ערלויבט דעם קאנטראווערסיאלן קאנגרעסמאן דזשאש סאנטאס צו דינען אלס מיטגליד אין אנדערע קאנגרעסיאנאלע קאמיטעען. "דו האסט געזאגט אז ליגנט זאגן פאר די אמעריקאנער בירגער באדייט אז דו דארפסט באזייטיגט ווערן פון דעם שפיאנאזש קאמיטע. אלזא פארוואס איז דאס נישט קיין פאקטאר ווען עס קומט צו סאנטאס?" האט דער רעפארטער געפרעגט.

נאך א שטיקל רייבעריי צווישן זיי האט מעקארטי געענטפערט, "איך וועל זיין זייער קלאר מיט דיר. די שפיאנאזש קאמיטע איז אנדערש פון אנדערע. וויבאלד וואס עס פאסירט אין די שפאנאזש קאמיטע ווייסטו נישט. עדעם שיף האט געניצט זיין מאכט אלס פארזיצער און ליגנט געזאגט פאר אמעריקאנער. אפילו דער אינספעקטאר גענעראל האט דאס געזאגט. ווען מיר האבן געהאט א 'לעפטאפ' האט ער געניצט זיין מאכט איידער די וואלן צו שפילן פאליטיק און זאגן אז די לעפטאפ איז פאלש און עס קומט פון די רוסן, אינדערצייט ווען ער האט געוואוסט דעם אמת, ווען ער האט געוואוסט די שפיאנאזש אינפארמאציע".

אנבאלאנגט עריק סוואלוועל האט מעקארטי געזאגט פאר רעפארטערס, "דו האסט נישט באקומען די 'בריעפינג' וואס איך האב", באציענדיג זיך צו א סקאנדאל אין וועלכן די עף. בי. איי. האט באריכטעט פאר דאן ספיקער פעלאוסי און מינאריטעט פירער מעקארטי, איבער סוואלוועל'ס פארבינדונגען צו א פארדעכטיגטן כינעזער שפיאן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאט דעמאקראטן און רעפובליקאנער צוגלייך האמערן נאכאנאנד אז הויז רעפובליקאנער דארפן מאכן די ערשטע טריט אויפן דאך העכערונג שאך ברעטל מיטן קלאר ספעציפירן די גענויע שניטן וועלכע זיי זוכן

דערווייל האט מען גארנישט געהערט פון רעפובליקאנער קאנגרעסלייט אבער אצינד הערט מען צום ערשטן מאהל פון קאנגרעסמאן בייראן דאנאלדס כאטש עפעס

ער וויל עלימיניארן ריינע ענערגיעגעלטער אריינגערוקט אין די אינפאלציע רעדוקציע אקט

ער וויל אויך אז מען זאל איבערקוקן די 1.9 טריליאן דאלער אמניבוס פעקל און ענדיגן די ווירוס עמורזשענסי אזמען זאל צוריקגיין צו די עפאכע פון בעפאר די אויסברוך ווען עס קומט צו ספענדינג
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון רעלעוואנטע נייעס
אנאליז - דורך: צבי העלפגאט
די אמפערייען ארום דעם חובות דאך

מקארטי׳ס ספיקערשאפט איז ענדליך שטאנדהאפטיג, נאך די פארלענגערטע אמפערייען צווישן די שטארק רעכטע און די מאדערעט רעפובליקאנער, און אט מיטשעט מען זיך שוין מיט די נאכווייען פון די פארהאנדלונגען.

וואס איז דאס חובות דאך?

בעסער געפרעגט, וואס מיינט דאס בארגן?

די טרעזשורי דעפארטמענט איז געשטעלט צו האבן אויפזיכן אויף אלע געלטער אריין און ארויס פון דער אמעריקאנע רעגירונג, אריינגערעכנט דאס נעמען די שטייער צאלונגען וועלכע פליסן אריין אינעם רעגירונג-קאסע, און דערמיט באצאלן אלע וואשינגטאן אויסגאבן: די פעיראלס, דעם יערליכע בודזשעט, און אזוי ווייטער.

אבער אן אלטע פראבלעם איז פארהאן, און דאס איז: די נומערן. דאס געלט וואס קומט אריין איז ווייט פון גענוג צו דעקן דאס געלט וואס גייט ארויס צוליב רעגירונג אויסגאב. שאפנדיג דערמיט א ריזין לאך אין דער קאסע.

אלזא, גיין פרינטן דאלארן אן א חשבון איז נישט קיין אויסוועג, אויב וויל מען האבן א סטאביליזירטע עקאנאמיע. דעריבער, בארגט מען... די דעפארטמענט געבט ארויס 'באנדס' אויף א צוואנציג יעריגער ראטע, מיט אינטרעסט-ראטעס באזירט אויף דעם פארלעסליכקייט שטאפל פון דער רעגירונג, וועלכע געפינט זיך יעצט, נאכ'ן אריבערגיין דעם דאך אין יאר 2011 ביי אן ענליכן קריזיס, פון א דאבל A אנשטאט טריפל A ווי ביז דאן. וואס איז, אגב, די העכסטע שטאפל אין פארלעסליכקייט וועלכע בלויז געציילטע פירמעס, ווי מיקראסאפט, פארמאגן. מיט דעם געבארגטן געלט, איז מען אונטערגעשטיצט מיט די נויטיגע געלטער כדי די רעגירונג זאל קענען אנגיין אומגעשטערט.

דער 'חובות-דאך' זעלבסט איז שוין אן איינפיר, גייענדיג צוריק צו דער נאך דער צווייטער וועלט מלחמה עפאכע. ווען ביז דאן, האט קאנגרעס געהאט די אויפגאבע צו באשטעטיגן יעדע בארגן-פעקל פון דער טרעזשורי דעפארטמענט. אבער מיט'ן ענדע פון דער מלחמה איז מען געקומען צום באשלוס אז די טרעזשורי דארף זיין מער זעלבסטשטענדיג, צו קענען בארגן ווען עס פעלט אויס. דעריבער האט מען אוועקגעשטעלט דעם 'חובות-דאך', וועלכע שטעלט אוועק א געוויסע סומע ביז וועלכער מען קען בארגן, און ווען מען גרייכט די סומע דארף זי קומען צו קאנגרעס און צו העכערן דעם דאך. אזוי גייט שוין אן דער פעריאד זינט דעמאלט: זיי בארגן, און קאנגרעס רוקט ארויף.

וואס האט יעצט פאסירט?

די קאוויד עפאכע האט ארויפגערוקט רעגירונג אויסגאבן מיט אסטראנאמישע ציפערן, זיך ריקנדיג נענטער און נענטער צום דאך, דורכ'ן אויסגעבן טריליאנען אויף קאוויד פארבינדעטע געזעצן.

היינט, דאנערשטאג האט מען דערגרייכט דעם דאך, מיט 31.5 טריליאן אין באנדס. דאס טוט לייגן דרוק אויף געזעץ-געבער צו העכערן דעם דאך וואס שנעלער. אויב נישט, וועט די רעגירונג אריינגיין אין 'דעפאלט', ברענגענדיג שווערע קאנסעקווענצן פאר דער עקאנאמיע און די סטאק מארקעט.

די אמעריקאנע רעגירונג קען אנציען ביז די זומער, אין יוני, נישט צו דארפן אריינגיין אין דעפאלט, און ווייטער פאנדן די בודזשעטן, אבער וועט שוין יעצט אנהייבן שניידן קליינליכע אויסגאבן, כדי צו אויסציען די ביז'ן אנקום פון אזא קאטאסטראפע.

טרעזשורי סעקרעטאר, פרוי יעלען, האט געזאגט אז זי וועט נוצן "אויסנאמליכע מיטלען דאס צו פארמיידן".

די יעצטיגע קריגעריי

ביז היינט, איז, אין מערסטע פעלער, דאס חובות-דאך העכערן געווען אן אומפארטייאישע אישו, ווען ביידע פארטייען זענען געשטאנען אייניג דערויף, צוליב די וויכטיגקייט דערפון.

אבער אין דירעקטער רעזולטאט פון דער 'ספיקערשאפט' קריגעריי, האט מעקארטי נאכגעגעבן פאר דעם קאנסערוואטיוון קאוקוס נישט צו העכערן דעם דאך אן דירעקטע שניטן אין פארשידענע פראגראמען געשטיצט דורך די לינקע. פינקטליך פון וואו זיי ווילן שניידן ווייסט מען נאכנישט, טייל קלאנגען האבן קורסירט אז מעקארטי וועט פארלייגן צו שניידן פון די 'סאושעל-סעקיוריטי' און 'מעדיקער' פראגראמען. אבער אפילו דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט געהאלטן א שטעלונג דערקעגן, ווען ער האט געווארנט ריפובליקאנער נישט צו שטימען אויף סאושעל-סעקיוריטי שניטן.

אבער סענאטאר זשאו מענטשין האט פארזיכערט, נאך א שמועס מיט מעקארטי, אז אזא פלאן איז אראפ פון טיש. וואס דאן שטייען מיר ווידער ביים אנהויב, אן א רעפובליקאנער פלאן איבער וואס זיי ווילן.

דעמאקראטן: עקאנאמישער צוזאמבראך

די דעמאקראטן האבן אויפגעהויבן א וויי-געשריי, ארויסברענגנדיג די ביטערע נאכווייען וועלכע צוריקהאלטן דאס הייבן דעם חובות-דאך קענען פאראורזאכן.

פרעזידענט ביידען האט אראפגעשטעלט א ׳ניין׳ פאר פארהאנדלונגען צווישן די צוויי פארטייען, ווען ביידע שטייען פעסט אויף זייערע פארלאנגען. ״איך וועלן נישט צולאזן די רעפובליקאנעא חרוב מאכן די עקאנאמיע״, האט ביידען קלאר געמאכט.

דער סענאט פירער, טשאק שומער, פארלאנגט פון די רעפובליקאנער א פלאן, זאגנדיג אז די רעגירונג ליגט אלס א ׳משכון ביי די רעפובליקאנער׳.

געוויסע דעמאקראטן האבן גאר פארגעלייגט א פארשלאג וועלכער טוט אינגאנצן עלימינירן דעם חובות-דאך, און געבט פאר דער רעגירונג די מעגליכקייטן צו בארגן וויפיל זי וויל, אן קיין חשבון. אבער די אפציע איז נישט עפעס וואס איז אויפ'ן טיש, אפילו ביי פילע דעמאקראטן, וויבאלד דער דאלאר וועט דורכדעם פארלירן איר ווערט און אראפפירן די עקאנאמיע אין באד אריין.

די רעפובליקאנע אפהאלט

צוועלף יאר צוריק איז דער בארגן-דעפיציט געשטאנען ביי 14 טריליאן דאלער, שפרינגענדיג זינט דאן צו די 31 טריליאן ביי וועלכע מען שטייט יעצט, נאך אומנויטיגע הויכע שפענדונגען וועלכע האבן געברענגט ברענגענדיג דעם אינפלאציע קריזיס. ווי האט א רעפובליקאנער קאנגרעסמאן געזאגט, "אויב מאכט מען א שאטדאון איז עס זייער שולד, נישט ווילנדיג איינגיין אויף א פשרה". עפעס א חשבון דארפסטו דאך האבן ווען דו שטימסט ׳יא׳ אויף א ריזן טריליאן דאלערדיגן בודזשעט געזעץ, פול מיט אומנויטיגע פאראגראפן.

״שפענד וויפיל דו פארמאגסט, נישט וויפיל דו גייסט בארגן״. אויב יא, וועסטו מוזן נאכקומען אונזערע פארלאנגען.

אויסגעבן א טריליאן דאלער מער פון וויפיל די רעגירונג באקומט אריין פון שטייער-צאלער, ווי מען האט געטון אין די פארגאנגענע פיר יאר, איז עפעס וואס די רעפובליקאנער ווילן ענדיגן פאר יעדן פרייז.

זיי טענה׳ן אז דאס נישט באצאלן צוליב די אומגעהויערע חובות נומערן, קען אריינברענגען א שוואכקייט אין דעם אמעריקאנעם דאלער מיט אומצוטרוי אין דעם סיסטעם.

פילע האבן נאכגעברענגט די דאן-וויצע-ביידען'ס ווערטער אין 2011, ״א חובות-דאך איז א צוריקהאלט צוליב אן אורזאך , כדי מען זאל נישט אנקומען צו א 'דעפאלט'. דאס איז א רול און מען ברויך זיך דערצו צושטעלן״.

'די יעצטיגע 'צינזן' אויף וועלכע מען בארגט, וועלן שפעטער ארויפפאלן אויף אונזערע אייניקלעך. מען דארף דאס איינצוימען יעצט, בעסער פריער ווי איידער שפעטער'. זאגן רעפובליקאנער.

ווי עס שיינט, איז דער רעפובליקאנער קעגנערשאפט נישט בלויז כדי צו עררייכן זייערע אבליגאציעס, נאר אויך כדי צו לערנען די ביידען אדמיניסטראציע א לעקציע, אז דער חובות-דאך איז נישט עפעס וואס איז געמאכט געווארן אויטאמאטיש אריבערצוגיין אין קאנגרעס נאך יעדן שטיק צייט. נאר איז אן אקטועלע זאך, וועלכע מוז גענומען ווערן אין באטראכט ביים אונטערשרייבן גרויסע בילס אויפ'ן חשבון אז מען וועט שוין העכערן דעם דאך.

בלייבט נאר איבער צו זען מה הימים ידברו, איינס: וואס וועלן די רעפובליקאנער פארלאנגען כדי צו איינגיין צו שטימען צו העכערן דעם דאך.

צוויי: אויב ביידען וועט איינגיין זיך צו זעצן צום פארהאנדלונגס טישל צו אויסהאמערן אן אפמאך מיט די רעפובליקאנער.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

23 סענאט רעפובליקאנער שיקן א בריוו צו פרעזידענט ביידען צו דערקלערן אז זיי גייען נישט שטימען צו העכערן די חובות דאך סיידן מען שניידט ספענדינג די מיט די זעלבע ציפער מיט וויפיל מען וויל הייבן די דאך אדער נאכמער

באראסא און ערנסט וועלכע זענען פון די פירערשאפט ציילן זיך צווישן די אונטערשריפטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנגרעספרוי קארטעז גייט דערהויבן ווערן אין ראנג אויפן הויז איבערזיכט קאמיטע און געוויסע זאגן אז זי קען אפילו מעגליך ווערן די נומער 2 דעמאקראט אויפן קאמיטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די קאנגרעסיאנאלע אפריקאנע אמעריקאנע קאקוס פארלאנגט א זיצונג מיט פרעזידענט ביידען צו אדרעסירן פאליציי רעפארם
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

הכל הבל האט געשריבן:
די זיצונג וואס דער פרעזידענט וועט האבן מיט זפיקער מעקארטי וועט ווארשיינליך פאסירן נאך איידער די סטעיט אוו די יוניאן רעדע געסקעדזשועלט אויף פעברואר 7 למספרם
מיטינג באשטימט אויף דעם מיטוואך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אינדיאנא דיסטריקט געריכט ביידען נאמיני מעטיו ברוקמאן באקומט א בלויע סליפ (רעקאמענדירט) פון ביידע רעפובליקאנע סענאטארן טאד יאנג און מייק בראן

דאס איז שוין די צווייטע נאמיני אין א רויטע סטעיט צו באקומען שטיצע פון ביידע סענאטארן (אין צוגאב צו עטליכע אנדערע וואו איין סענאטאר איז אין שטיצע און די אנדערע נישט)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשים דזשארדען זאגט אז דערווייל האט ער נישט באקומען קיין אנטווארט פון די יוסטיץ דעפארטמענט איבער זיין פארלאנגט פאר אינפארמאציע איבער די קלאסיפיצירטע דאקומענטן אבער אויב זיי זעצן פאר צו איגנארירן וועט ער מעגליך שיקן א סובפינע

אריינקומנדער הויז איבערזיכט פארזיצער דזשים קאמער זאגט אז אויספארשונגען דורך זיין קאמיטע וועלן זיך מעגליך נישט אנהויבן איידער ענדע יונואר אדער גאר פעברואר למספרם צוליב וואס די אומקלארע ספיקער פארמעסט האלט צוריק דאס באשטימען ווער עס זיצט אויפן קאמיטע און פארשלעפט די פראצעדור
פארהער איבער ווירוס הילף באשטימט אויף פעברואר 1 למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אום פעברואר 15 למספרם וועט די פולע סענאט באקומען א קלאסיפיצירטע רעפעראט איבער כינע
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

ווי עס קוקט יעצט אויס פון די דעמאקראטישע פירער ביידען שומער און דזשעפריס זענען די דעמאקראטן הארטע שטיינער און בכלל נישט דא צי פארהאנדלען איבער דעם חובות העכערונג.

זיי גייען אלע שטארק אויף אפענס, מיט גרויס שטארקייט קעגן די ריפאבליקאנע פלענער.

ווען מעקארטי געווינט ווען ברייט וואלט ביידען געווען אין א שוואכערע פאזיציע, אבער מיט אזא שוואכער מיטערום און אזא שמאלער אויסגעקוועטשטער געווינס נאך 15 מאל ציילן איז ביידען גאנץ שטארק, און לייגט אראפ א שטארקן פיס זיך נישט צי בייגן, נאר אויסדרייען די גאנצע זאך קעגן די ריפאבליקאנע.
האסט הנאה? געב א לייק
פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

mosha g האט געשריבן:
ווי עס קוקט יעצט אויס פון די דעמאקראטישע פירער ביידען שומער און דזשעפריס זענען די דעמאקראטן הארטע שטיינער און בכלל נישט דא צי פארהאנדלען איבער דעם חובות העכערונג.

זיי גייען אלע שטארק אויף אפענס, מיט גרויס שטארקייט קעגן די ריפאבליקאנע פלענער.

ווען מעקארטי געווינט ווען ברייט וואלט ביידען געווען אין א שוואכערע פאזיציע, אבער מיט אזא שוואכער מיטערום און אזא שמאלער אויסגעקוועטשטער געווינס נאך 15 מאל ציילן איז ביידען גאנץ שטארק, און לייגט אראפ א שטארקן פיס זיך נישט צי בייגן, נאר אויסדרייען די גאנצע זאך קעגן די ריפאבליקאנע.
לאמיר דיר מסביר זיין 3 זאכן:
1)די יעצטיגע מיטירם געווינסן פאר די רעפאבליקאנער אין קאנגרעס איז די זעלבע ווי די דעמאקראטישע אין 2020.
2)טאקע ווייל מעקארטי האט ערשט געווינען די ספיקערשאפט ביים 15'טע מאל העט ער יעצט זיין שטייפער אויפ'ן חובות דאך פראגע ווי ווען ער וואלט שטארק געוואונען. וואס דעמאלטס וואלט ער זיך כמעט זיכער געבראכן פאר די דעמאקראטן (כנוסח הלאזערישע רעפאבליקאנער).
3)די דעמאקראטן האבן אייביג "אראפגעלייגט א שטארקן פיס זיך נישט צי בייגן, און אויסגעדרייעט די גאנצע זאך קעגן די ריפאבליקאנע". און פארשטייט זיך אז די רעפאבליקאנער אנשטאטס צוריק צו ווארפן די דאשיק צו די דעמאקראטן זענען זיי געפאלן פאר די דעמאקראטישע פראפעגאנדע און מיט די הילף פון מעקאנעלל פשוט ארויסגע'טשיקן'ט. ס'האט גארנישט מיט די ספיקער וואוטס!

(פארקערט גאר, דאס האט צוגעברענגט אז 20 רעפאבליקאנע קאנגרעסלייט זאלן "אראפשטעלן א פיס" אז גענדיגט מיטן פאלן איבער יעדע אישו פאר די דעמאקראטן און פארלאנגט א שטייפע פירער וואס וועט העלפן פאראויס שטיפן די רעפאבליקאנע אגענדע ווי איידער העלפן די דעמאקראטן מיט זייערס.)
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
ווי עס קוקט יעצט אויס פון די דעמאקראטישע פירער ביידען שומער און דזשעפריס זענען די דעמאקראטן הארטע שטיינער און בכלל נישט דא צי פארהאנדלען איבער דעם חובות העכערונג.

זיי גייען אלע שטארק אויף אפענס, מיט גרויס שטארקייט קעגן די ריפאבליקאנע פלענער.

ווען מעקארטי געווינט ווען ברייט וואלט ביידען געווען אין א שוואכערע פאזיציע, אבער מיט אזא שוואכער מיטערום און אזא שמאלער אויסגעקוועטשטער געווינס נאך 15 מאל ציילן איז ביידען גאנץ שטארק, און לייגט אראפ א שטארקן פיס זיך נישט צי בייגן, נאר אויסדרייען די גאנצע זאך קעגן די ריפאבליקאנע.
לאמיר דיר מסביר זיין 3 זאכן:
1)די יעצטיגע מיטירם געווינסן פאר די רעפאבליקאנער אין קאנגרעס איז די זעלבע ווי די דעמאקראטישע אין 2020.
2)טאקע ווייל מעקארטי האט ערשט געווינען די ספיקערשאפט ביים 15'טע מאל העט ער יעצט זיין שטייפער אויפ'ן חובות דאך פראגע ווי ווען ער וואלט שטארק געוואונען. וואס דעמאלטס וואלט ער זיך כמעט זיכער געבראכן פאר די דעמאקראטן (כנוסח הלאזערישע רעפאבליקאנער).
3)די דעמאקראטן האבן אייביג "אראפגעלייגט א שטארקן פיס זיך נישט צי בייגן, און אויסגעדרייעט די גאנצע זאך קעגן די ריפאבליקאנע". און פארשטייט זיך אז די רעפאבליקאנער אנשטאטס צוריק צו ווארפן די דאשיק צו די דעמאקראטן זענען זיי געפאלן פאר די דעמאקראטישע פראפעגאנדע און מיט די הילף פון מעקאנעלל פשוט ארויסגע'טשיקן'ט. ס'האט גארנישט מיט די ספיקער וואוטס!

(פארקערט גאר, דאס האט צוגעברענגט אז 20 רעפאבליקאנע קאנגרעסלייט זאלן "אראפשטעלן א פיס" אז גענדיגט מיטן פאלן איבער יעדע אישו פאר די דעמאקראטן און פארלאנגט א שטייפע פירער וואס וועט העלפן פאראויס שטיפן די רעפאבליקאנע אגענדע ווי איידער העלפן די דעמאקראטן מיט זייערס.)
;l;p-
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
דזשים דזשארדען זאגט אז דערווייל האט ער נישט באקומען קיין אנטווארט פון די יוסטיץ דעפארטמענט איבער זיין פארלאנגט פאר אינפארמאציע איבער די קלאסיפיצירטע דאקומענטן אבער אויב זיי זעצן פאר צו איגנארירן וועט ער מעגליך שיקן א סובפינע
דעפארטמענט רעאגירט אין א בריוו צו דזשארדען שרייבנדיג אז זיי האלטן זיך צו זייער פאליסי פון נישט דיסקוסירן דעטאלן אין אנגייענדע אויספארשונגען טראץ וואס זיי פארשטייען די לעגיטימע זארגן און אינטערעסען פון קאנגרעס צו הערן מער דערוועגן
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
ווי עס קוקט יעצט אויס פון די דעמאקראטישע פירער ביידען שומער און דזשעפריס זענען די דעמאקראטן הארטע שטיינער און בכלל נישט דא צי פארהאנדלען איבער דעם חובות העכערונג.

זיי גייען אלע שטארק אויף אפענס, מיט גרויס שטארקייט קעגן די ריפאבליקאנע פלענער.

ווען מעקארטי געווינט ווען ברייט וואלט ביידען געווען אין א שוואכערע פאזיציע, אבער מיט אזא שוואכער מיטערום און אזא שמאלער אויסגעקוועטשטער געווינס נאך 15 מאל ציילן איז ביידען גאנץ שטארק, און לייגט אראפ א שטארקן פיס זיך נישט צי בייגן, נאר אויסדרייען די גאנצע זאך קעגן די ריפאבליקאנע.
לאמיר דיר מסביר זיין 3 זאכן:
1)די יעצטיגע מיטירם געווינסן פאר די רעפאבליקאנער אין קאנגרעס איז די זעלבע ווי די דעמאקראטישע אין 2020.
2)טאקע ווייל מעקארטי האט ערשט געווינען די ספיקערשאפט ביים 15'טע מאל העט ער יעצט זיין שטייפער אויפ'ן חובות דאך פראגע ווי ווען ער וואלט שטארק געוואונען. וואס דעמאלטס וואלט ער זיך כמעט זיכער געבראכן פאר די דעמאקראטן (כנוסח הלאזערישע רעפאבליקאנער).
3)די דעמאקראטן האבן אייביג "אראפגעלייגט א שטארקן פיס זיך נישט צי בייגן, און אויסגעדרייעט די גאנצע זאך קעגן די ריפאבליקאנע". און פארשטייט זיך אז די רעפאבליקאנער אנשטאטס צוריק צו ווארפן די דאשיק צו די דעמאקראטן זענען זיי געפאלן פאר די דעמאקראטישע פראפעגאנדע און מיט די הילף פון מעקאנעלל פשוט ארויסגע'טשיקן'ט. ס'האט גארנישט מיט די ספיקער וואוטס!

(פארקערט גאר, דאס האט צוגעברענגט אז 20 רעפאבליקאנע קאנגרעסלייט זאלן "אראפשטעלן א פיס" אז גענדיגט מיטן פאלן איבער יעדע אישו פאר די דעמאקראטן און פארלאנגט א שטייפע פירער וואס וועט העלפן פאראויס שטיפן די רעפאבליקאנע אגענדע ווי איידער העלפן די דעמאקראטן מיט זייערס.)
1) געמיינט צי זאגן עס איז נישט גלייך צי 2011 ווען די אבאמא-ביידען אדמיניסטראציע האט פארהאנדלט מיט די ריפאבליקאנע נאכן שטארק פארלירן די מידטורמס.

2) די ספיקער וואוטס האט זיכער שוואך געמאכט מעקארטיס ספיקערשאפט, און געהויבן די שטעלונג פון די עקסטרעם רעכטע אלס פארטיי פירער, און זיי פירן עס טאקע ביי די נאז.

3) עס איז נישט געווען אזא שטארקע ווידערשטאנד, וויבאלד עס איז נישט געווען אזא מצב.
די 20 ריפאבליקאנע מיט מעקארטי פארן נישט צוזאמען, זיי זענען באמת עקסטרעם און מעקארטי נישט, די גאנצע סעילס טעקס, סאשיל סעקיורעטי, דיפענס קאטס מאכט ביידענס פאזיציע שטערקער.
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

World Champion האט געשריבן:
פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
ווי עס קוקט יעצט אויס פון די דעמאקראטישע פירער ביידען שומער און דזשעפריס זענען די דעמאקראטן הארטע שטיינער און בכלל נישט דא צי פארהאנדלען איבער דעם חובות העכערונג.

זיי גייען אלע שטארק אויף אפענס, מיט גרויס שטארקייט קעגן די ריפאבליקאנע פלענער.

ווען מעקארטי געווינט ווען ברייט וואלט ביידען געווען אין א שוואכערע פאזיציע, אבער מיט אזא שוואכער מיטערום און אזא שמאלער אויסגעקוועטשטער געווינס נאך 15 מאל ציילן איז ביידען גאנץ שטארק, און לייגט אראפ א שטארקן פיס זיך נישט צי בייגן, נאר אויסדרייען די גאנצע זאך קעגן די ריפאבליקאנע.
לאמיר דיר מסביר זיין 3 זאכן:
1)די יעצטיגע מיטירם געווינסן פאר די רעפאבליקאנער אין קאנגרעס איז די זעלבע ווי די דעמאקראטישע אין 2020.
2)טאקע ווייל מעקארטי האט ערשט געווינען די ספיקערשאפט ביים 15'טע מאל העט ער יעצט זיין שטייפער אויפ'ן חובות דאך פראגע ווי ווען ער וואלט שטארק געוואונען. וואס דעמאלטס וואלט ער זיך כמעט זיכער געבראכן פאר די דעמאקראטן (כנוסח הלאזערישע רעפאבליקאנער).
3)די דעמאקראטן האבן אייביג "אראפגעלייגט א שטארקן פיס זיך נישט צי בייגן, און אויסגעדרייעט די גאנצע זאך קעגן די ריפאבליקאנע". און פארשטייט זיך אז די רעפאבליקאנער אנשטאטס צוריק צו ווארפן די דאשיק צו די דעמאקראטן זענען זיי געפאלן פאר די דעמאקראטישע פראפעגאנדע און מיט די הילף פון מעקאנעלל פשוט ארויסגע'טשיקן'ט. ס'האט גארנישט מיט די ספיקער וואוטס!

(פארקערט גאר, דאס האט צוגעברענגט אז 20 רעפאבליקאנע קאנגרעסלייט זאלן "אראפשטעלן א פיס" אז גענדיגט מיטן פאלן איבער יעדע אישו פאר די דעמאקראטן און פארלאנגט א שטייפע פירער וואס וועט העלפן פאראויס שטיפן די רעפאבליקאנע אגענדע ווי איידער העלפן די דעמאקראטן מיט זייערס.)
;l;p-
ווישפול טינקינג אין גרויסן. די דעמס גייען געווינען די פייט פיין און זאפטיג. פונקט ווי זיי געווינען "אייביג" ווען די רעפובליקאנער זאגן איין ווארט וועגן "טשעפענען" מעדיקעיר אדער סאשעל סעקיוריטי. זייט לכה"פ די קלינטאן צייטן, אייביג ווען די רעפס האבן געזאגט א תיבה אחת פון דעם ענין, האט מען זיי מיאוס פארשריגן - מיט גוטן, בייזן, אמת, און שקר, אלעס ביינעזאם - און עס האט געארבייט 101 פראצענט יעדע, איינציגע, מאל.

יעצט גייען זייען קאפ אויף קאפ, פוס-אין-מויל אויף פוס-אין-מויל, און בנוסף צו דעם, רעדן זיי וועגן א נעשאנעל סעילס טעקס. וויפיל אקסן פוס האבן פלאץ ביי זיי אין די פוסקעס נעבעך?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די מעשה דאס מאל איז אבער אז די רעפאבליקאנער רעבעלס האבן א ריזיגע ווארט איבער מעקארטי און זיי קענען אים צווינגען נישט נאכצוגעבן, די רעפאבליקאנער קומען אסאך שטערקער דאס מאל ווי סיי ווען, פשוט ווייל דאס מאל האבן די עקסטרעמעחברה מעקארטי אינטערן טיש, מעקארטי ווייסט אז אויב ער געבט נאך פאר די דעמאקראטן ברענגן די עקסטרעמע ארויף א וואוט אים אראפצוווארפן פון ספיקער'שאפט.
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

ר' זעקל האט געשריבן:
די מעשה דאס מאל איז אבער אז די רעפאבליקאנער רעבעלס האבן א ריזיגע ווארט איבער מעקארטי און זיי קענען אים צווינגען נישט נאכצוגעבן, די רעפאבליקאנער קומען אסאך שטערקער דאס מאל ווי סיי ווען, פשוט ווייל דאס מאל האבן די עקסטרעמעחברה מעקארטי אינטערן טיש, מעקארטי ווייסט אז אויב ער געבט נאך פאר די דעמאקראטן ברענגן די עקסטרעמע ארויף א וואוט אים אראפצוווארפן פון ספיקער'שאפט.
די עקסטרעמע חברה האבן מעקארטי אויפן טיש גארנישט אינטערן טיש און דאס טוען די דעמאקראטן כסדר אויסניצן קעגן די ריפאבליקאנע און מעקארטי, דער ספיקער וועט זיך אויף א געוויסע וועג דארפן ארויסזען פון דעם גאנצן חובות שלאכט, די עקסטרעמע ווילן אלעס און גארנישט חוץ פארפירן און ווייזן פאוער.

ביזדערווייל האבן די ריפאבליקאנע גארנישט געברענגט צום טיש חוץ פארפירן, סעילס טעקס סאשיל סעקיורעטי און דיפענס קאטס שפילט בלויז גאר גיט אריין פאר ביידען און דעמאקראטן.
האסט הנאה? געב א לייק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שומער ערווארט אז ביז ענדע וואך וועלן אלע קאמיטעען זיין באזעצט

דעמאקאטן זענען שוין גראדע פארטיג אבער ביי די רעפובליקאנער שלעפט זיך עס נאך
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אן אפשטימונג איז געסקעדזשועלט אויף 5:30 אין סענאט אבער דערווייל ווייסט מען נישט אויב עס וועט זיין אויף א ביל אדער א נאמינאציע
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”