נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:שומער פיילט קלאוטשער אויף פרישע 5 דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס

אפריקאנע אמעריקאנע פרוי קערען וויליאמס פאר ניו דזשערסי

פאראויסגערוקט מיט 40-58

קעפיטא, קאלינס, קארנין, גרעהעם, גרעסלי, קענעדי, מורקאוסקי און טיליס שטימען יא

פיינסטיין און ראונדס שטימען נישט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:שומער פיילט קלאוטשער אויף פרישע 5 דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס

אפריקאנע אמעריקאנע פרוי פאטריסיא גילעס פאר צפון ווירדזשיניע

פאראויסגערוקט מיט 29-69

סינעמא האט געזאגט פאר עימיצן אז זי ארבעט שווער זיך דורכצוקומען מיט די ווייסע הויז נאך אויף היינט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:וואס זאגט מענישן אויף די 10K און א אויף וואס די בענק גייען געבן פאר די IRS?

Now I have an answer

Sen Joe Manchin clarifies to Bloomberg News that he opposed bank reporting no matter the threshold. “No one should be in anyone's bank account."

ריכטיג
ער האט קלארגעשטעלט פאר ביידען אז עס קען אויף קיין פאל נישט פאסירן

אסאף אויך דערקעגן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מענשין און סענדערס אין א פריוואטע שמועס אינעם סענאט בעיסמענט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאט באשטעטיגט איינשטימיג דזשעף פעליק צו סערווירן אלץ אמבאסאדאר קיין טערקיי און טאם יודאל קיין ניו זילאנד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סינעמא באשטעטיגט אז זי שטיצט די קארפארעיט מינמימום שטייער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פראוויזיע וועט רעכענען א 15% שטייער אויף 200 גרויסע פירמעס וועלכע באריכטן איבער א ביליאן דאלער אין פראפיט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:סינעמא באשטעטיגט אז זי שטיצט די קארפארעיט מינמימום שטייער

ווארען וועלכע האט פארהאנדלט מיט סינעמא זאגט אז מענשין קוקט אויס אקעי דערמיט וואס באדייט אז די פראוויזיע האט די נויטיגע שטימען

לויט סענאטאר קינג וועט אט די פראוויזיע אריינברענגן צווישן דריי און פיר הונדערט ביליאן דאלער אין די קומענדיגע 10 יאר
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די ביליאנער טעקס איז ארום 400 ביליאן +די מינימום טעקס האלטן מיר ביי 800 מעקס. פון ווי קומט די איבעריגע..
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סינעמא באשטעטיגט אז זי שטיצט די קארפארעיט מינמימום שטייער

ווארען וועלכע האט פארהאנדלט מיט סינעמא זאגט אז מענשין קוקט אויס אקעי דערמיט וואס באדייט אז די פראוויזיע האט די נויטיגע שטימען

ער איז אקעי אין פרינציפ אבער דארף נאך זעהן די גענויע טעקסט
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

Democrats need Rachme Shumayim to get any deal. I don't think they'll get any deal soon
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

abeg האט געשריבן:בקיצר װי ס׳האלט יעצט קיקט אױס װי אין די ביל ליגט גארנישט עפעס זאכליך פאר די דורכשניטליכער אמעריקענער בירגער אבער נישט פארגעסען אז ס׳קאסט גארנישט

אויף דעם קען מען דאנקען מענשין.
פוצה פה ומצפצף
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די לעצטע טעג ווערן באריכטעט נאכאנאנאדע אפדעיטס דא אויפן וועלטל איבער אנטוויקלונגען און טוישונגען אין באצוג צו א רייע פראוויזיעס אינעם מאסיוון ספענדינג פעקל וועלכע דעמאקראטן האפן צו באשטעטיגן אונטער די בודזשעט רעקאנסיליאציע פראצעדור

די צומישעניש איז גרויס סיי ווען עס קומט צו די הוצאות ווען מען הערט צו יעדע צייט איבער פרישע שטרייטן צווישן די לינקע און מעסיגע לאגער איבער וועלכע פראגראמען איינצושטעלן און מיט וויפיל באגרעניצונגען און אזוי אויך אויפן פראנט פון די הכנסות ווען געזעצגעבער זענען אין געיעג אויפצוטרייבן די נויטיגע סומעס צו דעקן די געפלאנטע אויסגאבן און אויך דארט קומען פאר היציגע דעבאטעס וויפיל און וועלכע שטייערן צו העכערן

ווי שוין קלאר פאר יעדן זענען די צוויי הויפט מחותנים דערווייל נישט מעקאליף און ביידען אזוי לאנג ווי די ביל איז נישט באשטעטיגט נאר עס זענען עס סינאמענשין וועלכע זענען פאקטיש די שליסל שטימען און דעמאקראטן קענען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן קיינע פון זיי

טייל פון די פראבלעם איז אז די צוויי זענען נישט אלעמאל אליאירטע דיסידענטן מיט די זעלבע קאפריזן נאר את מה שזה מתיר זו אוסרת וכן להיפך און דעריבער דארף מען מיט ביידע פארהאנדלען באזונדער און פארציכטן אויף מער טעריטאריע

צוליב מערערע פארלאנגען קלארצושטעלן א סך הכל איבער די אלע פלענער און פארשלאגן וועלכע זענען אויף,אדער אראפ פון טיש וועלן מיר ווידמען עטליכע פאראגראפן דורכצולויפן טייל פון זיי און דאסמאל וועט מען זיך קאנצעטרירן בלויז אויף די הכנות טייל וועלכע באשטייט פון א רייע שטייער העכערונג פארשלאגן

קארפארעיט מאקסימום שטייער ראטע

די טראמפ שטייער רעפארם ביל האט גענידערט די מאקסימום קארפארעיט שטייער ראטע פון 35% צו 21% און דעמאקראטן האבן גערעכנט צו העכערן די ראטע צו 28% אבער ביזנעס גרופעס האבן עס אפאזירט און מענשין איז אויך געווען באקוועם מיט א העכערונג ביז 25% און קאנגרעס דעמאקראטן האבן באשטעטיגט א פשרה ראטע פון 26 מיט א האלבע%

אומקלאר מיט וויפיל איז אבער געווען גאנץ קלאר אז די ראטע וועט ווערן געהעכערט אבער די פאלן איז צופאלן ווען עס איז קלאר געווארן אז סינעמא איז קאטעגאריש אקעגן סיי וועלכע העכערונג וואס באדייט אז די טראמפ ראטע בלייבט אומגעטוישט

קארפארעיט מינימום שטייער ראטע

טראץ איר קעגנערשאפט צו העכערן די מאקסימום שטייער ראטע איז אבער סינעמא גרייט צו שטיצן דאס איינשטעלן א מינימום קארפארעיט שטייער ראטע וועלכע וועט זיין פופצן פראצענט און באדייט דאס פארשטאפן א רייע לעגאלע לעכער וועלכע האבן ערלויבט ביזנעסער נישט צו דארפן צאהלן קארפארעיט שטייערן און נאך וואס סינאמענשין האבן ביידע נארוואס צוגעווארפן זייער שטיצע איז עס געווען די ערשטע ערנסטע דורכברוך אויפן פראנט פון הכנסות צום רעזאלוציע און א שטארקע דערגרייכונג
די דעטאלן פונעם ביל זענען ערשינען איצט ביינאכט און שטעלט קלאר אז א רייע קרעדיטס וועלן פארבלייבן א שטייגער ווי שטייער קרעדיטס פאר ריינע ענערגיע מיטלען און נאך

אינקאם שטייער ראטע

די טראמפ שטייער רעפארם ביל האט גענידערט די מאקסימום אינדיווידועלע ראטע פאר די וועלכע פארדינען 400 טויזנט דאלער א יאר פון 39% אראפ צו 37% און די ביידען פלאן האט געלויטעט עס צוריקצושטעלן און מענשין איז געווען גרייט דערויף אבער אויך דא איז באקראנט געווארן די סינעמא פאזיציע אז די ראטעס מוזן פארבלייבן ווי זיי זענען און דערמיט איז די פאלן ארפא פון טיש

סטעפד אפ בעסיס

איינע פון די פארשלאגן צו העלפן פינאנצירן די דעמאקראטישע ספענדינג פלאן איז געווען צו עלימינירן די סטעפד אפ בעסיס פאר קעפיטאל געינס פארדינסטן פון העכער א מיליאן דאלער

די סטעפד אפ בעסיס ווערט באצייכנט דורך דעמאקראטן אלץ א טראסט פאנד לופהאל וועלכע העלפט יורשים זיך ארויסדרייען פון צאהלן שטייער אויף טייל פון זייער פארמעגנס און שאצט אפ פארדינסטן באזירט אויף די ווערד ווען זיי באקומען עס

אבער אין די צייט וואס פאר טייל ליינער זענען די טערמינען פון סטעפד אפ בעסיס און אפילו קעפיטאל געינס גאר באקאנט זענען זיי ווילד פרעמד פאר אנדערע און קען נוצן אביסעלע ערקלערונג מיט א קורצע קלארשטעלונג נישט צו נעמען פון דא סיי וועלכע פינאנציעלע אדער לעגאלע ראט נאר אין פערזענליכע פעלער זיך אדורכשמועסן מיט עקספערטן

ווען ראובן איז דער באזיצער פון סיי וועלכע אייגנטום ווי סטאקסת באנדס, פראפערטי און ער זיצט מיט זיי דארף ער נישט צאהלן קיין העכערע שטייער ראטע אויף די ווערד וועלכע די נכסים שטייגן אזוי לאנג ווי ער האלט עס אין זיין באזיץ

וואס פאסירט ווען ער פארקופיט זיי צו שמעון?

אויב ראובן האט באצאהלט פאר די נכסים הונדערט דאלער און עס ווען ער וויל עס פארקויפן פאר שמעון איז עס ווערד טויזנט דאלער ווערט די הנדערט דאלער וועלכע ראובן האט אינוועסטירט אנגערופן די באזיס (יסוד) און די איבריגע ניין הונדערט דאלער וועט הייסן די קעפיטאל געין (די פארדינסטן און ראובן וועט דארפן באצאהלן קעפיטאל געינס שטייערן אויף די ניין הונדערט דאלער וועלכע ער האט פארדינט אבער די בעסיס (באזיס) פון הונדערט דאלער איז שטייער פריי ווייל דאס האט אים געקאסט ביים איינהאנדלען די פארמעגן

ווידעראום שמעון האט זיך איינגעהאנדלט פראפערטי וועלכע איז ווערד טויזנט דאלער און דאס איז זיין בעסיס א ווען ער וועט עס פארקויפן צו לוי פאר צעהן טויזנט וועט די ערשטע טויזנט זיין שטייער פריי און זיין קעפיטאל געינס איז בלויז ניין טויזנט

במה דברים אמורים ווען ראובן איז דער מוכר און שמעון איז דער לוקח אדער אפילו מקבל מתנה
ווי איז אבער אויב עס איז אב ובנו שראו את הירוש?

אויב ראובן שטארבט און לאזט איבער די הויז פאר וועלכע ער האט באצאהלט הונדערט דאלער און איז היינט ווערד טויזנט, דאן זאגט די געזעץ אז מען סטעפד אפ די בעסיס

דהיינו, אז אנשטאט די בעסיס פון שמעון'ס גע'ירש'נטע הויז זאל זיין הונדערט דאלער און די קעפיטאל געינס ניין הונדערט דאלער, וועט מען ארויפרוקן (אפסטעפן) די בעסיס און זאגן אז מען רעכנט די בעסיס ווערד לויט די מארקעט פרייז אין די צייט ווען שמעון ירש'נט די אייגנטום וואס איז אין אונזער ביישפיל טויזנט דאלער און אויב וועט שמעון איצט פארקויפן די הויז פאר לוי וועט ער (אנדערש ווי אינע אינעם פריערדיגן ביישפיל ווען ער איז געווען א לוקח און געדארפט באצאהלן קעפיטאל געינס שטייער אויף די ניין הונדערט דאלער) דאסמאל נישט דארפן צאהלן קיין רויטן צענט אין קעפיטאל געינס שטייער

דעמאקראטן האבן עס געזוכט צו טוישן אבער רעפובליקאנער האבן אנגעוויזן אז די נכסים זענען סייווי נישט שטייער פריי צוליב וואס עס איז דא א באזונדערע עסטעיט שטייער וועלכע רעכנט שטייער אויף ירושה נכסים און באזונדער אנגעצייגט אז טשעפען מיט די סטעפד אפ בעסיס וועט נישט בלויז בארירן רייכע לייט נאר צושאקלען די פאמיליע בינעס סיסטעם פון פארמער און קלענערע ביזנעסער

צוליב וואס 13 דעמאקראטן פון רורעל סטעיטס האבן געשיקט א בריוו צו ספיקער פעלאסי אויסדרוקנדיג זארג ווי אזוי אזא טויש קען שווער אפעקטירן זייערע וויילער פון וועלכע פילע זענען פאמיליע פארם אייגנטומער און סענאטאר דזשן טעסטער האט קלארגעשטעלט אז אזא פלאן קומט נישט אין באטראכט איז די געדאנק נישט אריין אין די הויז ביל

איי אר עס באנק באריכטן

נאכן מאריך זיין ביי די פריערדיגע פארשלאג וועט מען מקצר זיין דאסמאל צוליב וואס די פארשלאג איז שוין געווארן ברייטער דיסקוסירט און איז מער באקאנט אלץ א נייע סיסטעם אונטער וועלכע בענק זאלן באריכטן די סך הכל סומעס וואס איז נכנס ויוצא פון באנק קאנטעס פון זעקס הונדערט דאלער און העכער

נאך אויסנאמליכע קריטיק פון מערערע ריכטונגען איז די ציפער געהעכערט געווארן צו 10 טויזנט אבער קריטיק פון רעפובליקאנער און די ביזנעס געמיינדע האט נישט נאכגעלאזט און דאן האט מענשין געשאנקן די טויט קלאפ פארן פלאן פארציילנדיג אז ער האט קלארגעשטלעט פארן פרעזידענט אז עס איז א רייע משוגעת און קומט נישט אין באטראכט און אז דער פרעזידענט האט עס פארשטאנען

איי אר עס אינפארסירונג

די פארשלאג לויטעט צו גיבן פאר די אגענטור אכציג מיליאן דאלער צו קענען אונטערנעמען מער ערנסטע שריט צו ציהלן אזעלכע וועלכע דרייען זיך ארויס פון שטייערן און לויט דעמאקראטן קען אזא אינוועסטירונג אויפטרייבן אזויפיל ווי זיבן הונדערט מיליאן דאלער איבער 10 יאר

רעפובליקאנער מאכן אוועק די ציפער אלץ פאנאטאזיע און קריטיקירן דאס צוטיילן נאך געלט פאר אן אגענטור וועלכע איז נישט איבריג אויסגעצייכנט לויט זיי מיט אומפארטייאישקייט און היטן אויף קאנפידענשל רעקארדס פון ארויסרינען

עס בלייבט צו זעהן אויב די טייל וועט מאכן איר ועוג אינעם גרויסן רעזאלוציע

קעפיטאל געינס ראטע

די אדמיניסטראציע האט געהאט פארגעשלאגן צו כמעט דאפלען די קעפיטאל געינס שטייער ראטע פאר פארדינער פון העכער א 400 טויזנט דאלער פון 20% צו איבער 39%

סענאט דעמאקראטן אויף די וועיס און מיענס קאמיטע האבן אבער דערטאפט דעם דופק און אנערקענט אז די ציפער איז איבערגעטריבן און אראפגערוקט די העכערונג צו גיין בלויז ביז 28% וועלכע איז מער ווייניגער די ציפער וועלכע מענשין האט אויסגעדרוקט גרייטקייט צו שטיצן

אבער פונקט ווי די אנדערע שטייער ראטע העכערונגען איז אויסגעשטאנען סינעמא אפאזיציע טרעפט זיך די פארשלאג מיטן זעלבן פראבלעם און עס שיינט נישט צו מאכן איר וועג אריין אינעם ביל

ביליאנער שטייער

די פלאן איז בעיקר געקומען צום לעבן נאך וואס עס איז קלאר געווארן די סינעמא אפאזיציע צו אנדערע שטייער ראטעס און האט ארויסגעשפראצט אלץ מעגליכע אלטערנאטיווע אונטער וועלכע די רעגירונג וועט יא העכערן קעפיטאל געינס שטייערן אבער צו באפרידיגן סינעמא וועט עס נישט דעקן מיינסטנס אמעריקאנער און בלויז ציהלן ארום זיבן הונדערט אמעריקאנער מיט די העכסטע פארדינסטן

די פלאן ווערט בעיקר געשטופט דורך סענאטאר ראן וויידען און וועט העכערן די קעפיטאל געינס שטייערן פאר אזעלכע וועלכע פארמאגן נכסים אין די ווערד פון א ביליאן דאלער אדער אזעלכע וועלכע פארדינען הונדערט מיליאן פאר דריי יאר נאכאנאנד אבער לויט קוועלער וועט עס בלויז העכערן די ראטע אויף אזלעכע נכסים ווי סטאקס און דאס גלייכן

מענשין וויל נישט קאמענטירן דערויף בעפאר ער זעהט די קלארע דעטאלן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אקטאבער 27, 2021 9:34 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6534
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ייש"כ @הבל פאר די גאר קלאהרע באריכט!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

גיי פארשטיי האט געשריבן:ייש"כ @הבל פאר די גאר קלאהרע באריכט!
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

גאר געשמאקע באריכט הבל, יישר כח!
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

יישר כח @הבל
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

קיטשי האט געשריבן:גאר געשמאקע באריכט הבל, יישר כח!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א מעכטיגע ארבעט @הכל! א דאנק!
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א מעכטיגע ארבעט @הכל! א דאנק!
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

Wow a1 האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א מעכטיגע ארבעט @הכל! א דאנק!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

סאו בעיסיקלי די צוויי זענען נאר זיך אויסגעקומען אויף איין זאך די ״קארפארעיט מינימום שטייער ראטע״

לחיים.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:שומער פיילט קלאוטשער אויף פרישע 5 דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס
אפריקאנע אמעריקאנע פרוי פאטריסיא גילעס פאר צפון ווירדזשיניע

פאראויסגערוקט מיט 29-69

באשטעטיגט מיט 27-68
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”