נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 20, 2021 4:46 pm

פריער ביי די דעמאקראטישע סענאט מיטאג האט מענשין דעבאטירט שומער איבער דאס אפשטופן די אפשטימונג מיט א טאג אדער צוויי

די צוויי האבן דערנאך פארגעזעצט מיט א פריוואטע געשפרעך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 20, 2021 4:48 pm

טעסטער: מיר האבן שוין אויפגעוויקלט די פלאן פאר א מאנאט צוריק און מיר זענען נאכאלץ פארנומען פארהאנדלען

וואס איז מיט ענק חברה?

אלע פארמישט זענען שוין דא גענוג לאנג צו פארשטיין אז גארנישט פאסירט נישט אן דרוק וואס ווערט געלייגט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 20, 2021 5:50 pm

ווערט באקאנט אז שומער האט בעפאר זיין מעלדן אז ער וועט פיילן קלאוטשער און סקעדזשועלן די אפשטימונג אויף מארגן מיטוואך געהאט א מיטינג מיט מענשין, סינעמא, טעסטער, ווארנער און שאהין צו הערן זייער ראט און די גרופע האט איינגעשטימט מיט שומער'ס צוגאנג אז דרוק איז די איינציגסטע געצייג וועלכע קען ארבעטן איצט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 11:03 am

די ערשטע אפשטימונג איבער די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל איז ערווארטעט פארצוקומען היינט ארום 2:30 נאכמיטאג און דערווייל הייסט עס ווייטער אז רעפובליקאנער וועלן עס בלאקירן צוליב וואס זיי ווילן מער צייט צו קענען ענדיגן אויסארבעטן און אראפשרייבן דעם אפמאך
דורבין האט שוין געזאגט אז אויב די היינטיגע אפשטימונג פאלט אדורך וועט שומער עס אויפברענגן פונדאסניי אין די קומענדיגע טעג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 11:03 am

די נעכטיגע זיצונג פון די אומפארטייאישע גרופע פארהאנדלער האט זיך געענידגט אן קיין ענדגילטיגע אפמאך אבער האפענונג פארבלייבט אז א דורכברוך קען קומען אין די נאנטע טעג
סינעמא און פארטמאן זענען געווען די לעצטע צוויי צו פארלאזן די זיצונג נעכטן נאכט ארום 11 אזייגער און קעסידי האט געזאגט בעפאר אז טראנזיט פאנדינג איז איינע פון די פראגן איבער וועלכע מען איז זיך נאכניטש אדורכגעקומען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 11:03 am

טראץ וואס די ווייסע הויז האט אויסגעדרוקט ערווארטונג אז די סענאט וועט באשטעטיגן צו העכערן די אמעריקאנע חובות/בארגן דאך אויף אן אומפארטיאיישע פארנעם אזוי ווי זיי האבן געטוהן עטליכע מאל אונטער טראמפ זאגט מעקאנעל אז אין די איצטיגע ענווייארמענט אין וואשינגטאן מיט די דעמאקראטישע ספענדעריי ווי די קומענדיגע בודזשעט רעזאלוציע קען ער נישט טראכטן פון אפילו איין איינציגע רעפובליקאנער וועלכע זאל שטימען צו הייבן די דאך און זאגט אז דעמאקראטן וועלן דארפן צוטשעפען א פראוויזיע איבער הייבן די די דאך צו די רעקאנסיליאציע פעקל
אבער דורבין האט געווארנט אז מעקאנעל שפילט זיך מיט די אמעריקאנע עקאנאמיע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 11:04 am

קאנגרעסמאן בעני טאמפסאן וועלכע איז באשטימט געווארן דורך ספיקער פעלאסי אלץ פארזיצער פון די קעפיטאל איבערפאל סעלעקט קאמיטע ציהט ארויס זיין אנקלאגע אקעגן טראמפ, דזשוליאני און אנדערע זאגנדיג אז ער גלויבט שטארק אין די קעיס אבער טרעט אפ צוליב וואס עס קען אויסקוקן ווי א קאנפליקט אוו אינטרעס איינמאל ער פירט די קאמיטע איבער די קעפיטאל איבערפאל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 11:04 am

אין א צייט וואס דעמאקראטישע געזעצגעבער נעמען קרעדיט און הייבן ארויס די אויסגעברייטערטע קינדער שטייער קרעדיטס וועלכע פליסן אריין אין די באנק אקאונטס פון אמעריקאנע פאמיליעס אויף א מאנאטליכע פארנעם הערט מען א צומישטע מעסעדזש אויף די טעמע פון רעפובליקאנער וועלכע זענען נישט פאראייניגט ווי אזוי דאס צו אדרעסירן
א שיין ביסל רעפובליקאנע סענאטארן זענען אין שטיצע פון א פראגראם וועלכע איז אמאל געווען זייערס אן אינציאטיוו טראץ וואס דאסמאל איז די אויסברייטערונג פיל מער און לויזער מיט ווייניגער באגרעניצונגען צו פארזיכערן אז עס גייט נישט פאר מענטשן וועלכע שטרענגן זיך נישט אן צו טרעפן ארבעט וואוסנדיג אז מען קען רעכענען דערויף
סענאטאר ראמני זאגט אז די פראגראם וואלט געדארפט ווערן באשטעטיגט אויף פערמענאנט (עפעס וואס דעמאקראטן זוכן דורכצופירן) בעת וואס סענאטאר רוביא באצייכנט עס אלץ וועלפעיר פאר די ארימע וועלכע ווערט פארקויפט אונטערן שלייער פון שטייער קרעדיטס פאר די ארבעטער קלאס
סענאטאר סקאט זאגט אז עס וואלט געדארפט ווערן בעסער אויסגעארבעט צו גיין בעיקר צו די ארימע וועלכע נויטיגן זיך עכט דערין
איין רעפובליקאנער סענאטאר האט געזאגט אז ער האט נישט איצט קיין שטעלונג דערויף

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 11:09 am

מארגן דאנערשטאג וועט די סענאט ענערגיע קאמיטע שטימען אויף די נאמינאציע פון טרעיסי סטאון-מענינג אנצופירן מיט די BLM

ניין, מען רעדט נישט פון די בלעק לייווס מעטער באוועגונג נאר פון די ביורא אוו לאנד מענעדזשמענט אינרהאלד די אינטעריאר דעפארטמענט

סטאון-מענינג איז א לאנגיעריגע ענווייראמענט עקספערט וועלכע טרייבט זארג ביי רעפובליקאנער און שטיצער צו פון ערלויבן פובליק לאנד באנוץ פאר פאר פריוואטע דעוועלאפמענט אז זי וועט זיי שטיין אין וועג

סטאון-מענינג האט געארבעט אלץ געהילף פאר מאנטאנא סענאטאר דזשאן טעסטער און געווען די שטאב הויפט פארן געוועזענער גאווערנאר סטיוו בולאק און אויך אנגעפירט מיט די סטעיט'ס ענווייראמענט אגענטור וואו זי האט זיך ערווארבן א רעפוטאציע פון צוזאמברענגן ענוייראמענטאליסטן מיט רענטשערס און פאסיל פיועל אינטערעסן

רעפובליקאנער אויפן קאמיטע זענען אבער אומרואיג מיט איר אויסוואל און האבן זיך פאראייניגט אקעגן איר און געפונען אן אוסרייד צו באקעמפן איר נאמינאציע שרייבנדיג צו פרעזידענט ביידען אז ער זאל צוריקציען פון די נאמינאציע ווייל זיי וועלן אלע שטימען אקעגן איר

די באשולדיגונג גייט צוריק צו 1989 למספרם ווען זי איז א געווען א 23 יעריגע סטודענט גראדואירט פון א קלאס איבער ענווייראמענט שטודיעס און עטליכע פון אירע באקאנטע זענען דאן געווארן אנגעקלאגט פארן אריינשיסן 500 פונט פון מעטאל און נעגל און ביימער און אן איידעהאו וואלד, א טאקטיק וועלכע מענטשן פלעגן טוהן אין יענע צייט אין א פארזוך צו פארהאקן די אפעטיט פון בוימער שניידער אפצוזעגן די בוימער און נוצן די האלץ פאר בוי ארבעט

די טאקטיק איז גענוצט געווארן דורך אקטיוויסטן וועלכע האבן געוואלט אז די בוימער זאלן פארבלייבן און מיטן אריינשיסן אייזערנע געגנשטאנדן דערין האט עס געפירט צו דעם אז די זעג וועלכע איז גענוצט געווארן שפעטער צו שניידן די בוימער האט זיך אנגעשטאלפערט אין די נעגל און זיך צובראכן און

עס איז געקומען צו א פונקט וואו די אינצידענטן פון די איינגעפלאנצטע בוימער מינעס זענען ארויס פון קאנטראל און טייערע מאשינאריע זענען געגאנגען א גאנג און אפילו געפירט צו פעלער וואס ארבעטער זענען שווער געשעדיגט געווארן דערפון און די רעגירונג האט פארבאטן די סארט נעגל בוימער אקטיוויטעט

צוריק צו סטאון-מענינג זענען אירע פריינט ווי געשריבן געווארן אנגעקלאגט אין פארלעצן די געזעץ און סטאון-מענינג האט איז נישט געווארן אנגעקלאגט נאך באקומען אימיוניטעט פון פראקורארן נאכן איינגיין אויפצוטרעטן אלץ עדות אין די פראצעס

זי האט נאכאנאנד געלייקנט אז זי זאל האבן געשפילט סיי וועלכע ראלע (אויסער איבערטייפן א בריוו וועלכע איר פריינט האט געהאט געשריבן צו די פארעסט סערוויס ווי ער בעהטן אז זיי זאלן אפשטעלן די בוימער שניידן פראיעקט און עס ארויסגעשיקט אויף יענעם'ס ביטע זאגנדיג שפעטער אז זי איז דאן געווארן געווארן פון זייערע אקציעס און געווען שאקירט) אבער רעפובליקאנער זאגן אז פרישע אינפארמאציע פון פארמישטע אין יענע אינצידענט צייגן אז האט פארפירט סענאטארן און אז זי איז געווען מער פארמישט ווי זי שטעלט פאר

לעצטע וואך האט א רעטייערטע פארעסט סערוויס אויספארשער געשיקט א בריוו צו געזעצגעבער שרייבנדיג אז זי איז דאן געווען א ספעשל אגענט אויף די קעיס און אז ארגינעל איז סטאון-מענינג געווען אומקאאפערירנד מיט די אויספארשונג און זי האט אין פאקט ערהאלטן א ווארענונג וועלכע האט אנגעדייטעט אז זי קען מעגליך ווערן אנגעקלאגט אין פארבינדונג מיטן קעיס און בלויז נאכך וואס איר אדוואקאט האט אויסגעהאמערט די אפמאך פאר אימיוניטעט אין אויסטויש פון איר עדות אויפטריט איז זי איינגעגאנגען מיטצוארבעטן מיט די אויספארשער


רעפובליקאנער באשולדיגן אז איר קאטערגארישע לייקענען אויף די פראגע אויב זי איז סיי ווען געווען די ציהל פון א קרימינאלע אויספארשונג איז געווען א ליגן

איינע פון די צוויי וועלכע זענען דאן געפונען געוארן שולדיג און באקומען טורמע נאך די עדות פון סטאון-מענינג אקעגן אים האט איר פארטיידיגט זאגנדיג אז זי איז נישט געווען טייל דערפון נאר געווען א מעסיגע שטימע צווישן אירע פריינט און אקעגן ווידע שטיק זאגנדיג אז טראץ די קעגנערשאפט צו שניידן ביימער דארף מען געדנעקן אז די שניידער האבן אויף פאמיליעס און מען קען נישט שטעלן זייערע לעבנס אין ריזיקע

דעמאקראטן און רעפובליקאנער האבן איטליכער 10 מיטגלידער אויפן קאמיטע און אויב די אפשטימונג וועט זיך טאקע שפאלטן אויף האלב וועט מאיאירטעט פירער שומער מוזן פארלאנגען אן אפשטימונג פונעם פולן סענאט אויף די פראגע צו מען זאל באפרייען די אפשטימונג פון די קאמיטע

מען האט נישט געוואסט ביז איצט וואו אזוי סענאטאר מענשין וועט שטימען אויף די נאמינאציע אבער נעכטן נאכמיטאג האט ער קלארגעשטעלט אז נאכן איבערקוקן די רעקארד און באשולדיגונג האט ער באשלאסן איר צו שטיצן וואס באדייט אז אפילו אויב אלע רעפובליקאנער זאלן שטימען אקעגן איר וועלן דעמאקראטן באווייזן איר צו באשטעטיגן מיט די הילף פון וויצע פרעזידענט העריס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 12:32 pm

מורען זאגט אז ער זיצט ווייטער אויף די אומפאר אינפרא גרופע אבער זיין נאמען ערשיינט נישט אויפן בריוו וועלכע 11 רעפובליקאנער שרייבן צו שומער זיך צו פארפליכטן אלץ יא אויף מאנטאג זאגנדיג אז עס האט נישט קיין זין זיך אראפצובונדן צו א דעדליין בעפאר מען גריייכט א דיעל
ער זאגט אז אויב היינט איז נישט פאסיג ווייל מען איז נאכנישט דארט קען מען נאך איצט פונקט אזוי נישט פארזיגלען מאנטאג אלץ א גאראנטירטע דאטום און גארנישט פאסירט נישט עס פאסירט נישט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יולי 21, 2021 12:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 12:33 pm

טון שטעלט קלאר אז זיין קאוקס וועט נישט זיין באפרידיגט מיט א מונדליכע אמאך נאר וועט פארלאנגען עס זאל זיין אראפגעשריבן אויף פאפיר איידער זיי קענען זיך צושטעלן צו אפגעבן זייער ערשטע שטימע דערויף

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 12:35 pm

ספיקער פעלאסי ווארפט אפ די רעקאמענדאציע פון מעקארטי צו שטעלן דזשארדען און בענקס צום סעלעקט קאמיטע

abeg
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך abeg » מיטוואך יולי 21, 2021 1:01 pm

@GOPLeader
will pull all Republican members from the Jan. 6 committee in response to
@SpeakerPelosi
vetoing the appointment of
@RepJimBanks
and
@Jim_Jordan

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 21, 2021 1:32 pm

מעקארטי ציט צוריק רעפובליאקאנע באטייליגונג אויף די סעלעקט קאמיטע.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 21, 2021 1:36 pm

קעווין מעקארטי: "סיידן אויב ספיקער פעלאוסי דרייט צוריק און וועט זעצן אלע פינף רעפובליקאנע, וועלן רעפובליקאנע נישט זיין טייל פון די פאלשע פראצעדור און וועלן אנשטאט דעם דורכפירן אן אייגענע אויספארשונג".
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 21, 2021 1:49 pm

.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 3:25 pm

מען גייט איצט אפהאלטן די ערשטע אפשטימונג אויפן פולן סענאט פלאר איבער די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל

עס דארף האבן 60 שטימען און גייט אדורכפאלן אבער איז געפלאנט צו ווערן ווידער אויפגעברענגט קומענדיגע וואך מיט די האפענונג אז א דיעל וועט זיי קאמפלעט און אז א מינימום פון 10 רעפובליקאנער זאלן עס דאן שטיצן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 3:27 pm

קאנגרעסיאנאלע בודזשעט אפיס שאצט אז די פעדעראלע רעגירונג קען אויסלויפן פון געלט אקטאבער אדער נאוועמבער למספרם אויב הייבן זיי נישט די חובות דאך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 3:28 pm

דעמאקראטן שטייען נאכנישט נאנט צו א דיעל איבער די בודזשעט רעזאלוציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 3:33 pm

הכל הבל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אימיגרעישאן רעפארם, העלטקעיר רעפארם, קליימעט ביל, אינםערסטוקטור פעקעדזש, פרא (יוניען) אקט, טעקס רעפארעם, דראג פרייזן רעפארעם, טשיילט קרעדיט רעפארעם, וכו' אלעס אין איין ביל...

ווי איך פארשטיי דערווייל איז די פרא יוניאן אקט בלויז אריין טיילווייז אבער עס איז נאכנישט באקאנט וועלכע טיילן זענען אריין און וועלכע פארבליבן אינדרויסן

קעלי איז פון די עטליכע דעמאקראטישע סענאטארן וואס מען האט נישט געוואוסט וואו ער שטייט איבער דעם

ער זאגט איצט אז ער איז אפן צו שטיצן אז טיילן פון די פרא אקט זאלן אריינפאלן אין די רעקאנסיליאציע פעקל

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך יולי 21, 2021 3:36 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:קעווין מעקארטי: "סיידן אויב ספיקער פעלאוסי דרייט צוריק און וועט זעצן אלע פינף רעפובליקאנע, וועלן רעפובליקאנע נישט זיין טייל פון די פאלשע פראצעדור און וועלן אנשטאט דעם דורכפירן אן אייגענע אויספארשונג".

קעווין מעקארטי
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך קוואל וואסער » מיטוואך יולי 21, 2021 3:38 pm

אדערווייל שמעקט אז די רעפובליקאנער קענען די לעגיסלאטיווע שאך געים אין וואשינגטאן אסאך בעסער ווי די דעמאקראטן, וואס איז שאקינג, ווייל ביידען קומט דאך פון דארט.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך

קוק אויף דיך אליינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יולי 21, 2021 4:14 pm

IMG_20210721_161400.jpg
IMG_20210721_161400.jpg (448.5 KiB) געזעהן 175 מאל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 4:16 pm

הכל הבל האט געשריבן:מען גייט איצט אפהאלטן די ערשטע אפשטימונג אויפן פולן סענאט פלאר איבער די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל

עס דארף האבן 60 שטימען און גייט אדורכפאלן אבער איז געפלאנט צו ווערן ווידער אויפגעברענגט קומענדיגע וואך מיט די האפענונג אז א דיעל וועט זיי קאמפלעט און אז א מינימום פון 10 רעפובליקאנער זאלן עס דאן שטיצן

51-49
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יולי 21, 2021 4:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 4:17 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מען גייט איצט אפהאלטן די ערשטע אפשטימונג אויפן פולן סענאט פלאר איבער די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל

עס דארף האבן 60 שטימען און גייט אדורכפאלן אבער איז געפלאנט צו ווערן ווידער אויפגעברענגט קומענדיגע וואך מיט די האפענונג אז א דיעל וועט זיי קאמפלעט און אז א מינימום פון 10 רעפובליקאנער זאלן עס דאן שטיצן

51-49

ווי ערווארטעט האט שומער געטוישט זיין שטימע אויף ניין צו קענען שפעטער נאכמאל פיילן פאר נאך אן אפשטימונג


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Google [Bot], PetalBot, מלכיאל חיים, נישקשה און 20 געסט