נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4331
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
אין מיין אפיניאן איז די קורצע אבער שטארקע אנהייב פרעזענטאציע פון די פרעזידענטס לויערס געווען אויסגעצייכנט גוט!!!
זיי האבן דאס געמאכט גאר קורץ און שארף, זייער גרינג פאר יעדן איינעם דאס מיטצוהאלטן, און זיי האבן קורצליך ארויסגעברענגט גאר אסאך פאקטן וואס שיף עם כת דיליה האבן ספעציעל אויסגעלאזט.
זיי האבן ווי אנגעפילט די שטיקלעך פאזל וואס פעלן פון די בילד, און מיט דעם איז ארויסגעקומען גאר אן אנדערע בילד!
קודם כל האבן זיי אנגעהויבן מיטן אנווייזן ווי דער פרעזידענט האט אויפגעברענגט די אישו פון בורדען שעירינג גלייך ביים אנהייב פון די פאון קאל, און וויאזוי אלע עדות האבן געזאגט אז דער פרעזידענט האט כסדר ערווענט בורדען שעירינג פון אנדערע לענדער לגבי אוקריינא עיד און לגבי אסאך אנדערע לענדער וואס באקומען אמעריקאנער הילף פעקלעך. זיי האבן אויך אנגעוויזן אז עטליכע עיד פעקלעך פון אנדערע לענדער זענען אויך געווארן געקענסלד אדער דילעיד אין באלייפיג די זעלבע צייט.
פרעזידענט טראמפ האט קלאר געזאגט פאר סענעטאר דזשאנסאן און פאר אמבאסאדאר סאנדלאנד אז זיין אישו מיט אוקריינא איז בורדען שעירינג און קאראפשען, און דער פרעזידענט האט שוין פארגעהאלטן די פריערדיגע אוקריינא פרעזידענט פראשענקאו - אין זייער ערשטע מיטינג צוזאמען - אז ער דארף טוהן מער איבער קאראפשען, און עס איז קלאר פאר יעדן אז קאראפשען ווערט נישט מיטאמאל פארשוואונדן די רגע א נייע פרעזידענט אדער פארלימענט ווערט ערוועלט.
זיי האבן אנגעוויזן אז טראמפ האט עטליכע מאל פערזענליך געאפפערט א מיטינג מיט זעלענסקי אין די ווייסע הויז אהן קיין שום תנאים, סיי אין די פאון קאלל גלייך נאך דעם וואס זעלענסקי איז געווארן ערוויילט, און סיי אין א בריוו אפאר וואכן שפעטער און בעיקר אין די יולי 25 קאלל. און זעלענסקי זעלבסט האט געזאגט אז אפשר קען מען מאכן די מיטינג אין פוילן וואו טראמפ האט געדארפט ערשיינען אין סעפטעמבער 1, אבער טראמפ האט געקענסלד זיין טריפ קיין פוילן צוליב די האריקעין אין אמעריקע, דאס מיינט אז זעלענסקי אליינס האט נישט אזוי שטארק געזוכט אז די מיטינג זאל זיין ממש אין די ווייסע הויז.
זיי האבן אנגעוויזן אז דער הויפט עדות אויף וועם די שיף גרופע האט זיך פארלאזט "גארדאן סאנדלאנד" האט צענדליגע מאל געזאגט און איבערגעזאגט אז די שייכות צווישן די עיד און די אינוועסטיגעישנס איז געווען זיין אייגענע פערזאמפשען, ספעקולעישען אדער אייגענע געס. זיי האבן אויפגעשפילט עטליכע דערפון.
זיי האבן גאר שטארק ארויסגעברענגט אז די ווייסע הויז האט געהאט א לעגאלע תירוץ פארוואס נישט צו ערלויבן קיין איינגעשטעלטע אויפצוטרעטן אין די בונקער הירינגס, און יעדע אזא תירוץ איז געווען באגלייט מיט אן אפיניאן פון די יוסטיץ דעפארטמענט לעגאל אפיניאן טיעם.
די הויפט טענה איז געווען אז די קאמיטע האט פשוט נישט די מאכט צו פארלאנגן אזעלכע עדות און דאקומענטן אהן דעם וואס די גאנצע קאנגרעס שטימט אין א געהעריגע וואוט צו ערלויבן און געבן די מאכט פון עפענען אן אימפיטשמענט אינוועסטיגעישן אין פרעזידענט טראמפ פאר שיפס קאמיטע. דאס איז נישט קיין לעגיסלאטיוו אווערסייט דאס איז אן אימפיטשמענט אווערסייט וואס דארף באקומען א קלארע רשות פון קאנגרעס און פעלאוסי קען דאס נישט באשליסן אויף איהר אייגענע האנט.
זיי האבן אויך פארגעהאלטן פארוואס די הויז דעמאקרעטס האבן נישט געגעבן פארן פרעזידענט דו פראסעס און איהם נישט ערלויבט צו קראסס עקזעמן די עדות, נישט ערלויבט א ווייסע הויז קאונסיל צו מיטהאלטן די הירינגס, און נישט גערופן די עדות וואס די ווייסע הויז האט געבעטן.
זיי האבן אויפגעליינט ווערטער וואס נאדלער אליינס האט געזאגט עטליכע מאל אריינגערעכנט ביי קלינטאנס אימפיטשמענט אז דער פרעזידענט מוז באקומען דו פראסעס אין די הויז אינוועסטיגעישן.
קלינטאנס לויערס האבן געקענט רופן עדות, אויספרעגן די עדות, אוו קען סטאר איז געווארן קראס עקזעמט אין די הויז, אבער עדעם שיף האט נאר געשיקט זיין סטעף צו די דזשודישיערי קאמיטע הירינג אבער ער אליינס איז נישט ערשינען.
זיי האבן אוועקגעמאכט די לעכערליכע טענה פון נאדלער אז מ'האט יא געגעבן א טשאנס פארן פרעזידענט צו שיקן זיין קאונסיל, זיי האבן אנגעוויזן אז ביי די ערשטע צוויי חלקים פון די אינוועסטיגעישנס וואו עס איז פארגעקומען די אויסגערופענע פאקטן עדות'שאפטן סיי אין די הויז בונקער-בעיסמענט און סיי ביי די נאכפאלגענדע פובליק הירינגס אין די אינטעלידזענס קאמיטע האבן זיי נישט ערלויבט פארן פרעזידענט צו אנטיילנעמען, נאר ביי די הירינג ווי פראפעסארן איבער געזעץ האבן אויפגעטרעטן נאר דארטן האט די ווייסע הויז באקומען אן אינוויטאציע, און די ווייסע הויז האט צוריקגעשיקט א בריוו אז זיי ווילן וויסן אביסל מער וואס די הירינג גייט זיין און וויפיל פראפעסארן וועלן אנטיילנעמען, און צו די ווייסע הויז קאונסיל וועט קענען קראסס עקזעמן אדער רופן עדות אבער די בריוו איז איגנארירט געווארן דורך נאדלער.
א טאג נאך די ערשטע הירינג אין די דזשודישיערי קאמיטע האט פעלאוסי געמאלדן אז זי פארארדענט פאר די טשעירמענס צו פאראויסגיין און דרעפטן די ארטיקלען אוו אימפיטשמענט, דערנאך האט נאדלער אפגעהאלטן נאך איין הירינג ווי מ'האט געהערט פון די סטעף מעמבערס פון די דזשודישיערי קאמיטע, און דעמאלטס נאך דעם וואס מ'האט שוין אפגעמאכט פאר זיכער אז מ'גייט פאראויסגיין מיט די ארטיקלען אוו אימפיטשמענט האט מען נאכאמאל איינלאדענט די ווייסע הויז קאונסיל... וואט עי דזשוק!
נאכדעם האבן זיי ארויסגעברענגט דאס אז די שיף גרופ האט ביזן היינטיגן טאג נאך נישט ארויסגעגעבן די טרענסקריפטס פון עטליכע הירינגס וואס זענען פארגעקומען אין שיפס בונקער, אריינגערעכנט די הירינג מיט די אינספעקטאר דזשענעראל פון די סטעיט דעפארטמענט װאס האט באהאנדלט די וויסל-בלויער'ס קאמפלעינט, די אינספעקטאר דזשענעראל האט געזאגט אין פובליק אז די וויסל-בלויער האט געהאט א בייעס אבער אונז ווייס מיר נישט מער זינט מיר האבן נישט די רעקארד פון די הירינג....
אזוי האבן זיי צונישט געמאכט איין באשולדיגונג נאכן צווייטן פון די הויז דעמאקרעטס און צעווארפן זייער גאנצע קעיס וואס איז בלויז געבויט אויף הערסעי פערזאמפשענס, און מוח ליינען...
דאס איז אלעס נאר אויפן שפיץ גאפל פון וואס די חברה האבן אלץ ארויסגעפאקט און אויפגעשפילט אין די קארגע צוויי שעה שבת פארמיטאג. וויאזוי זאגט דזשארדען אין בלויז צוויי שעה האבן די חברה צוגרינד געלייגט די גאנצע קעיס וואס שיף און זיין כת האבן פארגעשטעלט און איבערגעחזרט איבער א משך פון 3 טעג און באלד 24 שעה!

לעצט פארראכטן דורך פאראינטערסירט אום זונטאג יאנואר 26, 2020 1:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4331
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
הויעך האט געשריבן:פאראינטערסירט האט געשריבן:!עקבי הצאן האט געשריבן:מצב כללי האט געשריבן:שיינע סך הכל
יישר כח
יישר.
הויעך האט געשריבן:וויפיל שעה האבן די דעמאקראטן גענוצט פון זייער 24?
ערגעץ צווישן 21 און 23 שעה. נישט אריינגערעכענט די ברעיקס פאר לאנטש און דינער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
ישר כח פאראינטערסירט זייער שיין אראפגעלייגט
וואס מיין שאלה איז, אמת די סענאט וועט אים טאקע ריינוואשן און ער בלייבט פרעזידענט, אבער לאמיר נישט פארגעסען די קומענדיגע וואלן וועט דער דעת הקהל קובע זיין צו ער איז פרעזידענט, נישט דער סענאט, איז מיין שאלה צו דער עולם האט מיטגעהאלטן די אלע דרשות פון די טראמפ לויערס צו נישט, ווייל סוף כל סוף איז עס געווען און די וויקענד ווי ווייניגער מענטשן האלטן מיט די נייעס, נישט ווי ווען שיף האט גערעדט וואס איז געווען אינמיטן וואך, סוי סאיז שווער צו זאגן וויפיל דאס וועט דאס טוישן די דעת הקהל, די פעק נויס מידיע וועלען נישט אויפשפילן אזוי גוט די פארטיידיגונג פון די טראמפ לויערס, אויב בכלל!! מילד גערדעט!! טא ווער וועט זיי פארציילן אז טראמפ איז אומשולדיג?
דאס אז די סענאט וועט אים ריינוואשן וועט מען זאגן אז עס געווען פארטייאיש און וועלן זיך נאך זיכן נוקם צו זיין ביי די וואלן.
היינט זעה איך א פאקס פאלל אז האלב אמעריקא שטיצט צו רימאווען פון אפיס, איז וואס וועט טוישן די מיינונג פינעם אמריקאנער פאלק?
לעניית דעתי איז טאקע געווען א שטות פון מעקאנעל אפצוהאלטן די פארטיידיגונגס און די וויקענד טאקע צוליב די סיבה.

- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9082
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
גערי נאדלער, טשעירמאן פונעם קאנגרעס דזשודישערי קאמיטעי, און איינס פון די קאנגרעסינאלע מענעדזשערס צום סענאט טרייעל האט געמאלדן אז ער וועט מיזן פארפאסן קומענדע סעסיעס פון די אנגייענדע פראצעס, זיין רעבעצין איז ל״ע דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה. ער וועט פארבלייבן אין ניו יארק ווי זי ווערט באהאנדלט.
רשעות קאלטע סעלצער
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7240
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5625
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גערי נאדלער, טשעירמאן פונעם קאנגרעס דזשודישערי קאמיטעי, און איינס פון די קאנגרעסינאלע מענעדזשערס צום סענאט טרייעל האט געמאלדן אז ער וועט מיזן פארפאסן קומענדע סעסיעס פון די אנגייענדע פראצעס, זיין רעבעצין איז ל״ע דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה. ער וועט פארבלייבן אין ניו יארק ווי זי ווערט באהאנדלט.
Yosefa bas basya
- אטעטשמענטס
-
- EPQHqL2WsAAMReD.jpg (9.12 KiB) געזען 881 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
- שפיגליצקי
- שר האלף
- תגובות: 1298
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
- לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט
לתשובה שלימה ולרפואה שלימה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4331
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גערי נאדלער, טשעירמאן פונעם קאנגרעס דזשודישערי קאמיטעי, און איינס פון די קאנגרעסינאלע מענעדזשערס צום סענאט טרייעל האט געמאלדן אז ער וועט מיזן פארפאסן קומענדע סעסיעס פון די אנגייענדע פראצעס, זיין רעבעצין איז ל״ע דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה. ער וועט פארבלייבן אין ניו יארק ווי זי ווערט באהאנדלט.
יעצט פארשטייט מען שוין טראמפס מעסעדזש אז שיף האט נאכנישט באצאלט א פרייז פאר זיינע שטיק...
- אטעטשמענטס
-
- 956fb89a1ee14007baade3f9e8adb3ee.jpg (87.81 KiB) געזען 767 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7240
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
אום 11:35 איז געסקעדזשועלט פארצוקומען א פרעסע קאנפרענץ דורך א רייע סענאטארן אריינגערעכנט גרעהעם, לי בעראסאו, לענקפארד און בראון
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יאנואר 27, 2020 9:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.