אלעקסיי האט נישט אפירגעברענגט די פולע ציטאט צוליב איר לענג און האט בלויז ציטירט די טייל וואס איז רעלעוואנט צו זיין תגובה אבער אז דו פרעגסט וועל איך עס אראפברענגן און דארט וועסטו געפונען דעם ענטפער צו דיין פראגע
הכל הבל האט געשריבן:מארגן דאנערשטאג וועט די סענאט ענערגיע קאמיטע שטימען אויף די נאמינאציע פון טרעיסי סטאון-מענינג אנצופירן מיט די BLM
ניין, מען רעדט נישט פון די בלעק לייווס מעטער באוועגונג נאר פון די ביורא אוו לאנד מענעדזשמענט אינערהאלב די אינטעריאר דעפארטמענט
סטאון-מענינג איז א לאנגיעריגע ענווייראמענט עקספערט וועלכע טרייבט זארג ביי רעפובליקאנער און שטיצער צו פון ערלויבן פובליק לאנד באנוץ פאר פאר פריוואטע דעוועלאפמענט אז זי וועט זיי שטיין אין וועג
רעפובליקאנער אויפן קאמיטע זענען אבער אומרואיג מיט איר אויסוואל און האבן זיך פאראייניגט אקעגן איר און געפונען אן אוסרייד צו באקעמפן איר נאמינאציע שרייבנדיג צו פרעזידענט ביידען אז ער זאל צוריקציען פון די נאמינאציע ווייל זיי וועלן אלע שטימען אקעגן איר
די באשולדיגונג גייט צוריק צו 1989 למספרם ווען זי איז א געווען א 23 יעריגע סטודענט גראדואירט פון א קלאס איבער ענווייראמענט שטודיעס און עטליכע פון אירע באקאנטע זענען דאן געווארן אנגעקלאגט פארן אריינשיסן 500 פונט פון מעטאל און נעגל און ביימער און אן איידעהאו וואלד, א טאקטיק וועלכע מענטשן פלעגן טוהן אין יענע צייט אין א פארזוך צו פארהאקן די אפעטיט פון בוימער שניידער אפצוזעגן די בוימער און נוצן די האלץ פאר בוי ארבעט
די טאקטיק איז גענוצט געווארן דורך אקטיוויסטן וועלכע האבן געוואלט אז די בוימער זאלן פארבלייבן און מיטן אריינשיסן אייזערנע געגנשטאנדן דערין האט עס געפירט צו דעם אז די זעג וועלכע איז גענוצט געווארן שפעטער צו שניידן די בוימער האט זיך אנגעשטאלפערט אין די נעגל און זיך צובראכן און
עס איז געקומען צו א פונקט וואו די אינצידענטן פון די איינגעפלאנצטע בוימער מינעס זענען ארויס פון קאנטראל און טייערע מאשינאריע זענען געגאנגען א גאנג און אפילו געפירט צו פעלער וואס ארבעטער זענען שווער געשעדיגט געווארן דערפון און די רעגירונג האט פארבאטן די סארט נעגל בוימער אקטיוויטעט
צוריק צו סטאון-מענינג זענען אירע פריינט ווי געשריבן געווארן אנגעקלאגט אין פארלעצן די געזעץ און סטאון-מענינג האט איז נישט געווארן אנגעקלאגט נאך באקומען אימיוניטעט פון פראקורארן נאכן איינגיין אויפצוטרעטן אלץ עדות אין די פראצעס
זי האט נאכאנאנד געלייקנט אז זי זאל האבן געשפילט סיי וועלכע ראלע (אויסער איבערטייפן א בריוו וועלכע איר פריינט האט געהאט געשריבן צו די פארעסט סערוויס ווי ער בעהטן אז זיי זאלן אפשטעלן די בוימער שניידן פראיעקט און עס ארויסגעשיקט אויף יענעם'ס ביטע זאגנדיג שפעטער אז זי איז דאן געווארן געווארן פון זייערע אקציעס און געווען שאקירט) אבער רעפובליקאנער זאגן אז פרישע אינפארמאציע פון פארמישטע אין יענע אינצידענט צייגן אז האט פארפירט סענאטארן און אז זי איז געווען מער פארמישט ווי זי שטעלט פאר
לעצטע וואך האט א רעטייערטע פארעסט סערוויס אויספארשער געשיקט א בריוו צו געזעצגעבער שרייבנדיג אז זי איז דאן געווען א ספעשל אגענט אויף די קעיס און אז ארגינעל איז סטאון-מענינג געווען אומקאאפערירנד מיט די אויספארשונג און זי האט אין פאקט ערהאלטן א ווארענונג וועלכע האט אנגעדייטעט אז זי קען מעגליך ווערן אנגעקלאגט אין פארבינדונג מיטן קעיס און בלויז נאכך וואס איר אדוואקאט האט אויסגעהאמערט די אפמאך פאר אימיוניטעט אין אויסטויש פון איר עדות אויפטריט איז זי איינגעגאנגען מיטצוארבעטן מיט די אויספארשער
רעפובליקאנער באשולדיגן אז איר קאטערגארישע לייקענען אויף די פראגע אויב זי איז סיי ווען געווען די ציהל פון א קרימינאלע אויספארשונג איז געווען א ליגן
איינע פון די צוויי וועלכע זענען דאן געפונען געוארן שולדיג און באקומען טורמע נאך די עדות פון סטאון-מענינג אקעגן אים האט איר פארטיידיגט זאגנדיג אז זי איז נישט געווען טייל דערפון נאר געווען א מעסיגע שטימע צווישן אירע פריינט און אקעגן ווידע שטיק זאגנדיג אז טראץ די קעגנערשאפט צו שניידן ביימער דארף מען געדנעקן אז די שניידער האבן אויף פאמיליעס און מען קען נישט שטעלן זייערע לעבנס אין ריזיקע
דעמאקראטן און רעפובליקאנער האבן איטליכער 10 מיטגלידער אויפן קאמיטע און אויב די אפשטימונג וועט זיך טאקע שפאלטן אויף האלב וועט מאיאירטעט פירער שומער מוזן פארלאנגען אן אפשטימונג פונעם פולן סענאט אויף די פראגע צו מען זאל באפרייען די אפשטימונג פון די קאמיטע
מען האט נישט געוואסט ביז איצט וואו אזוי סענאטאר מענשין וועט שטימען אויף די נאמינאציע אבער נעכטן נאכמיטאג האט ער קלארגעשטעלט אז נאכן איבערקוקן די רעקארד און באשולדיגונג האט ער באשלאסן איר צו שטיצן וואס באדייט אז אפילו אויב אלע רעפובליקאנער זאלן שטימען אקעגן איר וועלן דעמאקראטן באווייזן איר צו באשטעטיגן מיט די הילף פון וויצע פרעזידענט העריס
דעמאקראטישע סענאטאר מארק ווארנער זאגט אז ארום 70 ביליאן דאללער אין אומבאנוצטע קאוויד הילפס געלטער וועלן ווערן אריבערגעפירט צו פינאנצירן די אומפארטייאישע אינפראסטרוקשור פעקל.
Washington, D.C. – House Republican Leader Kevin McCarthy (CA-23) released the following statement on the Select Committee on January 6th:
“Speaker Pelosi’s rejection of the Republican nominees to serve on the committee and self-appointment of members who share her pre-conceived narrative will not yield a serious investigation.
“The Speaker has structured this select committee to satisfy her political objectives. She had months to work with Republicans on a reasonable and fair approach to get answers on the events and security failures surrounding January 6.
“Instead, she has played politics. Lost in much of the news coverage is the fact that the Senate has already conducted bipartisan investigations that should serve as a roadmap for the House.
“Speaker Pelosi’s departure from this serious-minded approach has destroyed the select committee’s credibility. The U.S. Capitol and the men and women who protect it suffered a massive leadership failure. We must make sure that never happens again and that is what Republicans will be focused on.”
מיטגלידער פון די קאנסערוואטיווע 'האוז פרידאם קאוקוס' פארלאנגען פון מינאריטעט פירער מעקארטי ער זאל אויפברענגן אן אפשטימונג אין קאנגרעס צו אנידערזעצן ספיקער פעלאוס פון אמט.
די ווייסע הויז און דעמאקראטן האבן איבערנאכט צוגעשיקט א פרישע פארשלאג צו רעפובליקאנער ווי אזוי צו לעזן אלע פארבליבענע דיפערענצן אבער די לעצטע האבן עס אפגעווארפן זאגנדיג אז עס צושאקלט די קארטן און עפנט פון פריש אזעלכע אישוס וועלכע איז שוין געווען פארזיגלט נאך לענגערע פארהאנדלונגען צווישן די צווויי זייטן