נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
פון ווייסן הויז הערט מען אז זיי גיבן פון א וואך ביז 10 טאג פאר די אומפארטייישע פארהאנדלונגען איידער זיי ווענדן זיך אין ריכטונג פון רעקאנסיליאציע
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
איבער פאליציי רעפארם האט מען געהערט פון סענאטאר דורבין אז עס קוקט נישט אויס ווי עס וועט נאך פאסירן די וואך און אצינד הערט מען פון סענאטאר סקאט אז ער האט צוגעשיקט א רעאקציע צו די דעמאקראטישע פארשלאג און אז ער איז נאך אלץ אקעגן טוישונגען צו סעקשאן 242
ער זאגט אז די בעסטע אויסגאנג אויפן מאמענט וואלט געווען ווען די צוויי זייטן קענען זיך אראפבונדן צו די הויפט פרינציפן איבער וועלכע מען איז זיך דורכגעקומען און איבערלאזן דאס שרייבן די ביל מיט אירע דעטאלן אויף ווען די סענאט גייט אויף אורלויב

לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יוני 16, 2021 5:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
טראץ וואס סענאטאר מעקאנעל האט אוועקגעמאכט די נויט פאר קאנגרעסיאנאלע אויספארשונגען איבער די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט אויף געזעצגעבער זאגט סענאטאר טון אז מען דארף יא אריינקוקן אין טייל פון די באשולדיגונגען
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
דערווייל איז סענדערס א ניין אויף אן אומפארטייאישע ביל
מערקלי און מארקי טוען אנדייטן ווי סיי וואלטן געשטימט דערקעגן
בראון זאגט אז ער קוקט אויף יעדע ביל מיט רעפובליקאנע צוזאמענארבעט מיט סקעפטיציזם וואס מיטש מעקאנעל פארדינט ערליך
מערקלי און מארקי טוען אנדייטן ווי סיי וואלטן געשטימט דערקעגן
בראון זאגט אז ער קוקט אויף יעדע ביל מיט רעפובליקאנע צוזאמענארבעט מיט סקעפטיציזם וואס מיטש מעקאנעל פארדינט ערליך
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
היראונא שפיגלט אפ וואס אנדערע דעמאקראטן זאגן אז בלויז אין אויסטויש פאר א גאראנטי איבער שטיצע פאר די אמעריקאנע פאמיליע פלאן וואלט זי געקענט שטימען פאר אינפראסטרוקטור טייל 1
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
טון זאגט אז די אומפארטייאישע ביל נעמט אריין צופיל אויסגאבן איבער קלימאטן אישוס און שיקט נישט גענוג טראנספארטאציע געלט צו די מידוועסט
ער זאגט אז ער האט געגליכן וואס ער האט געהערט לעצטע וואך אבער ווערט מער אומזיכער ווי מער ער הערט דערוועגן
ער זאגט אז ער האט געגליכן וואס ער האט געהערט לעצטע וואך אבער ווערט מער אומזיכער ווי מער ער הערט דערוועגן
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
אפשטימונג אויף נאמינאציעס געסקעדזשועלט אויף היינט ווערן אפגעשטופט צוליב וואס סענאטארן בוקער און פיטערס זענען אפוועזנד צוליב מעדיקאל אישוס ביי זייערע פאמיליעס
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
דזשיליברענד נישט אנציקט מיט די אומפארטייאישע ביל
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הילכיגע אפלאדיסמענטן און קלאטשערייען ווערן ארויסגעהערט פון די דעמאקראטישע סענאט קאקוס מיטאג וועלכע נעמט איצט אויף צוגאסט טעקסאס סענאט דעמאקראטן וועלכע זענען געקומען אנעמען די באעהרונג און שטיצע אויף ווייטער אין זייער קאמף אפצושטעלן די רעפובליקאנע ווואל רעפארם פארזוכן
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
ווארען זאגט אז זי מוז צו ערשט זעהן די "פולע אפמאך" איידער זי קאמענטירט דערויף און אויב די אומפארטייאישע ביל איז בלויז אן ערשטע טייל פון א גרעסערע ביל וועלכע וועט דערנאך ווערן באשטעטיגט קען זי איינגיין דערויף
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
סענאטארשע סמיט איז די לעצטע זיך צוצושטעלן צום דעמאקראטישן כאר פארלאנגענדיג אן אינשורענס פאליסי אלץ באדינג זיך צוצושטעלן צום אומפארטייאישע אפמאך זאגנדיג אז די ביל מוז זיין צוגעטשעפעט מיט אן אומאויפברעכבארע שלאס צו א צווייטע טייל וועלכע וועט נאכפאלגן דורך רעקאנסיליאציע
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
שומער וועט מארגן זיך אראפזעצן מיט די 11 דעמאקראטן אויפן בודזשעט קאמיטע צו דיסקוסירן דאס עפענען די רעקאנסיליאציע פראצעדור
ער וויל זעהן די אומפארטייאישע טייל 1 און די רעקאנסיליאציע טייל 2 באשטעטיגט אין יולי למספרם

- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6480
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
סענאט "היימלאנד זיכערהייט און רעגירונגס אנגעלגענהייטן" קאמיטע וועט קומענדיגע וואך אפהאלטן א פארהער איבער די געדאנק פון שענקן סטעיט סטאטוס פאר וואשינגטאן די.סי.
דאס קומט נאכדעם וואס פריער אין יאר האט קאנגרעס דורכגעפירט אזא געזעץ, און די ווייסע הויז האט אויך געמאלדן איר שטיצע פאר די געדאנק.

הנם ימים מבורכים
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
נאך וואס מעקאנעל האט נעכטן אויסגעדרוקט אומגרייטקייט צו באשטעטיגן א ביידען נאמינירטע סופרים קאורט קאנדידאט אויב זאלן רעפובליקאנער צוריקכאפן די סענאט און נאך וואס קאנגרעספרוי קארטעז איז ארויסגעקומען אפיציעל רופן פאר ברייער'ס רעטייערמענט גרייטן זיך 13 ליבעראלע גרופעס ארויסצוקומען מיט א באצאהלטע רעקלאמע אין פאליטיקא צו רופן פאר די רעטייערמענט פון ברייער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
האיער האט געזאגט פאר רעפארטער אז ער האפט נאכאלץ צו באשטעטיגן אלע אדער כאטש די מערהייט פון די אפראפיעישאן בילס נאך פאר אוגוסט למספרם אבער עס קוקט נישט אויס צו גיין אין יענע רכטונג און לויט אלע ווארשיינליכקייטן רוקט זיך קאנגרעס נענטער צו שטימען אויף א סי אר צו האלטן די רעגירונג אפן אויף די איצטיגע ספענדינג שטאפלען
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
שומער און פעלאסי האבן זיך ווי עס שיינט פארשטענדיגט איבער דאס אפשטעלן דאס טעראריזירן סענאטאר מענשין וועם זיי וועלן דארפן האבן אריבערצופירן סיי וועלכע אינפראסטרוקטור ביל
שומער האט געבעטן פון דרויסנדיגע גרופעס מער נישט צו קוועטשן אויף מענשין צוליב זיין שטעלונג אויף וואל רעפארם און פעלאסי האט אויך געבעטן אירע מעמבערס נישט צו קריטיקירן אינדיווידועלע סענאטארן
שומער האט געבעטן פון דרויסנדיגע גרופעס מער נישט צו קוועטשן אויף מענשין צוליב זיין שטעלונג אויף וואל רעפארם און פעלאסי האט אויך געבעטן אירע מעמבערס נישט צו קריטיקירן אינדיווידועלע סענאטארן
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:שומער און פעלאסי האבן זיך ווי עס שיינט פארשטענדיגט איבער דאס אפשטעלן דאס טעראריזירן סענאטאר מענשין וועם זיי וועלן דארפן האבן אריבערצופירן סיי וועלכע אינפראסטרוקטור ביל
שומער האט געבעטן פון דרויסנדיגע גרופעס מער נישט צו קוועטשן אויף מענשין צוליב זיין שטעלונג אויף וואל רעפארם און פעלאסי האט אויך געבעטן אירע מעמבערס נישט צו קריטיקירן אינדיווידועלע סענאטארן
שומער זאגט איצט אז די געדאנק אז מען קען אויסארבעטן עפעס אומפארטייאיש אויף די טעמע (וועלכע מענשין טענה'ט) צומישט אים
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעס גרייט זיך צו שטימען מארגן דאנערשטאג צוריקצודרייען די ברייטע קריגס מאכטן וואס זיי האבן געשאנקן פארן פרעזידענט ווען אמעריקא איז אריין קיין איראק אין 2022 למספרם
נעכטן מאנטאג איז די ווייסע הויס ארויסגעקומען פארמאל אין שטיצע פון די ביל
שומער איצט ארויסגעקומען צום ערשטן מאל מיט שטארקע עפנטליכע שטיצע פאר די ביל און פארשפראכן אז די סענאט וועט עס באטראכטן ערגעץ אינעם איצטיגן למספרם יאר
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יוני 16, 2021 11:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
דעמאקראטישע סענאטארן וועלן מארגן אפהאלטן א ספעציעלע קאקוס מיטינג איבער וואל רעפארם וועלכע איז דערווייל שטעקן געבליבן צוליב אפאזיציע פון מענשין
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
אין אן אודיא רעקארדירונג הערט מען סענאטאר מענשין מוטיגן ביליאנערן ביישטייערער צו לאביאירן סענאטאר בלאנט צצו שטיצן די דורכגעפאלענע ביל צו עפענען א 9/11 למספרם סטיל קאמיסיע אויסצופארשן די קעפיטאל איבערפאל
ער דרוקט דארט אויך אויס אפנקייט צו רעפארמירן די פיליבאסטער
ער דרוקט דארט אויך אויס אפנקייט צו רעפארמירן די פיליבאסטער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
מענשין קאלודט מיט רעפובליקאנער איבער מעגליכע שטיצע פאר זיין פארטיי'ס פארהאנקערטע וואל רעפארם ביל
ער שלאגט זיי פאר ארויסצושניידן טיילן דערפון אבער נאכגעבן געוויסע זאכן אלץ קאמפאראמיס
ער האט נעכטן צוזאמגעברענגט סיוויל רייטס פירער מיט עטליכע רעפובליקאנע סענאטארן און אויסגעשמועסט וועלכע טיילן דערפון ער קען זיך זעהן שטיצן
ער שטיצט מאכן עלעקשאן דעי אלץ פעדעראלע האלידעי, א פעדעראלע פארבאט אויף פארטייאישע גערימענדערינג אבער איז אקעגן מיינסטנס אנדערע פראוויזיעס
ער פארלאנגט אבער פון דעמאקראטן נייע וואוטער אידענטיפיקאציע פארלאנגען אין אויסטויש
ער שלאגט זיי פאר ארויסצושניידן טיילן דערפון אבער נאכגעבן געוויסע זאכן אלץ קאמפאראמיס
ער האט נעכטן צוזאמגעברענגט סיוויל רייטס פירער מיט עטליכע רעפובליקאנע סענאטארן און אויסגעשמועסט וועלכע טיילן דערפון ער קען זיך זעהן שטיצן
ער שטיצט מאכן עלעקשאן דעי אלץ פעדעראלע האלידעי, א פעדעראלע פארבאט אויף פארטייאישע גערימענדערינג אבער איז אקעגן מיינסטנס אנדערע פראוויזיעס
ער פארלאנגט אבער פון דעמאקראטן נייע וואוטער אידענטיפיקאציע פארלאנגען אין אויסטויש
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:סענאט מאיאריטעט פירער שומער פיילט קלאוטשער פאר די נאמינאציע פון לידיא גריגסבי צום דיסטריקט געריכט אין מערילענד
נאמינאציע פאראויסגערוקט מיט 41-57
- פאטעיטא טשיפס
- שר האלף
- תגובות: 1552
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
- לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
"ער שטיצט מאכן עלעקשאן דעי אלץ פעדעראלע האלידעי"
איך זעה נישט פארוואס רעפובליקאנער שטיצן עס נישט

אין עוד מלבדו
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:"ער שטיצט מאכן עלעקשאן דעי אלץ פעדעראלע האלידעי"
איך זעה נישט פארוואס רעפובליקאנער שטיצן עס נישט
ווייל דאס מאכט גרינגער וואוטן
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:מענשין קאלודט מיט רעפובליקאנער איבער מעגליכע שטיצע פאר זיין פארטיי'ס פארהאנקערטע וואל רעפארם ביל
ער שלאגט זיי פאר ארויסצושניידן טיילן דערפון אבער נאכגעבן געוויסע זאכן אלץ קאמפאראמיס
ער האט נעכטן צוזאמגעברענגט סיוויל רייטס פירער מיט עטליכע רעפובליקאנע סענאטארן און אויסגעשמועסט וועלכע טיילן דערפון ער קען זיך זעהן שטיצן
ער שטיצט מאכן עלעקשאן דעי אלץ פעדעראלע האלידעי, א פעדעראלע פארבאט אויף פארטייאישע גערימענדערינג אבער איז אקעגן מיינסטנס אנדערע פראוויזיעס
ער פארלאנגט אבער פון דעמאקראטן נייע וואוטער אידענטיפיקאציע פארלאנגען אין אויסטויש
ווארנארק דרוקט אויס גרייטקייט פאר טוישונגען און אנערקענט אז עס געוויסע זאכן וועלן אריינגיין און געוויסע ארויסגיין
אין שטיצע פון מענשין'ס פארשלאג פאר וויילער אידענטיפיקאציע?
ווארנאק: איך האלט אז עס איז וויכטיג צו פארזיכערן די ערליכקייט פון די שטימען