געוועזענער סי.איי.עי. אגענט ארעסטירט צוליב (מעגליך) שפיאנירען פאר כינע!

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

געוועזענער סי.איי.עי. אגענט ארעסטירט צוליב (מעגליך) שפיאנירען פאר כינע!

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:21 am

דשעי. עף. קעי. עירפארט, יאנואר 16 2018.

עף.בי.איי. אגענטען האבן אראפגעהאלטן און ארעסטירט "דשערי ט'שאן שין לי", 53 יאר אלט, געוועזענער סי.איי.עי. אגענט און געווארענער אמעריקאנער בירגער ביי זיין אנקומען אין דשעי עך קעי עירפארט אויף קלאגעס פון האבן אין באזיץ אומלעגאל נעשאנעל דעפענס אינפארמעישאן.

לי'ס ארעסט קומט נאך וואס די FBI און CIA האבן אנגעפירט א געמיינזאמע אינוועסטיגעשען זינט 2012, צו דערגיין אויב איינער אין די אגענטורען האט געארבייט פאר די כינעזע גאווערמענט.

די אינוועסטיגעשען האט זיך אנגעהויבן נאך וואס (לויט ווי די ניו יארק טיימס האט באריכטעט פאריאר) צווישען די יארן 2010 און 2012 האט כינע אימגעברענגט מער ווי א דאזן CIA סארסעס, און ארעסטירט 20 אנדערע.

מאנכע אין די אגענטור האבן פארדעכטיגט אז כינע האט באוויזען צי העקן די CIA'ס קאמיוניקעישאנס סערוויס. אדערע אבער האבן געהאלטן אז עס איז פארהאן א פאררעטער.

די פעדעמער פון די אינוועסטיגעשאן האט געצויגן די אויספארשער צו "דשערי ט'שאן שין לי", וועלכער האט איבערגעלאזט די CIA קורץ איידער די ליקס האבן זיך אנגעהויבן.

דשערי ט'שאן שין לי האט געדינט אין די אמעריקאנע ארמיי פון 1982 ביז 1986. און 1994 האט לי געדינט אין די CIA אויף פארשידענע פאזיציעס וועלכע האבן אים געגעבען צוטריט צו גאר געהיימע אינפארמאציע איידער ער האט איבערגעלאזט די אגענטור אין 2007 און זיך אריבערגעצויגן קיין האנג קאנג.

אין 2012 האט לי זיך צוריקגעקערט פאר א קורצע באזיך צו די פאראייניגטע שטאטען. די FBI האט דאן ערהאלטן א קאורט ארדער צו אינטערזיכן לי'ס באגאזשען און האטעל צימערן. זיי האבן אנדעקט צוויי ביכער פול מיט הנאט געשריבענע אינפארמאציע איבער די קלארע אדרעסען פון CIA'ס באהאלטענע שפיאנאזש איינריכטונגען און די אמת'ע נעמען פון באהאלטענע אגענטען, לויט די עפידעוויד וועלכע די FBI האט אריינגעגעבן אין געריכט.

לויט די אינטעלעדשענס געזעצן האט לי נישט געמעגט אנהאלטן צו די צוויי ביכער נאך זיין איבערלאזן די אגענטור.

לי'ס ארעסט קומט אין א צייט וואס אמעריקא ארבייט שווער זיך צו פארמעסטען און אפשטעלן בעידשינגס ארבייט צו פארשאפן קאונטער אינטעלעדשענס אינפארמאציע איבער אמעריקאנע סארסעס.

אין מארטש פון 2017 האט די FBI ארעסטירט א סטעיט דעפארטמענט אגענט אויף קלאגעס פון "נישט אינפארמירען די אגענטור איבער קאנטאקטען און מתנות וועלכע זי האט ערהאלטען פון כינעזע אגענטען" בשעת זי האט באזיצט טאפ סיקרעט קלערענס און געהאט עקסעס צו גאר געהיימע אינפארמאציע.

אין June 2017 האט די FBI ארעסטירט נאך א פארשוין אויף קלאגעס פון איבערגעבען טאפ סיקרעט אינפארמאציע פאר א אגענט פון כינעס אינטעלעדשענס אגעטור.

די אלע איינצעלנע פעלער שטעלט אהער א בילד - וואס איז שוין לאנג באקאנט און אנערקענט ביי די שפיאנאזש וועלט - אז כינע איז גאר שטארק אינוואלווד און זייער כיטרע ווען עס קומט צו אויסערליכע שפיאנאזש זאמלונג. און די סארט געשיכטעס שטעלן א אנגעצויגענעם טאן צווישן די פאראייניגטע שטאטען און כינע אין די זעלבע צייט וואס די צוויי לענדער פראבירען צו ארבייטען צוזאמען אנטקעגען נארט קאריע און איבער טרעיד דיעלס.

- ריפארטינג, @שמאטע @בצל כוואפאפעכו נייעס טישל פילינג אין פאר @צייטליך
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:23 am

שכח שמאטע!
keep it up!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:30 am

איך פאר נאמאר קיין טשיינע..!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:33 am

קודאס פאר טשיינע!
ממנו ילמדו וכן יעשו !

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3892
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:36 am

שמאטע האט געשריבן:אין 2012 האט לי זיך צוריקגעקערט פאר א קורצע באזיך צו די פאראייניגטע שטאטען. די FBI האט דאן ערהאלטן א קאורט ארדער צו אינטערזיכן לי'ס באגאזשען און האטעל צימערן. זיי האבן אנדעקט צוויי ביכער פול מיט הנאט געשריבענע אינפארמאציע איבער די קלארע אדרעסען פון CIA'ס באהאלטענע שפיאנאזש איינריכטונגען און די אמת'ע נעמען פון באהאלטענע אגענטען, לויט די עפידעוויד וועלכע די FBI האט אריינגעגעבן אין געריכט.

לויט די אינטעלעדשענס געזעצן האט לי נישט געמעגט אנהאלטן צו די צוויי ביכער נאך זיין איבערלאזן די אגענטור.



פארוואס האט מען אים נישט דאן ארעסטירט און אראפגענומען פון מאפע?

#אמעריקאנע ביוראקראטיע

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:47 am

שמואל בארג האט געשריבן:פארוואס האט מען אים נישט דאן ארעסטירט און אראפגענומען פון מאפע?

#אמעריקאנע ביוראקראטיע

זיי האבן - לכאורה - נאכנישט געהאט קיין קלארע באווייז אז ער האט טאקע איבערגעגעבען אינפארמאציע.
אדער האבן זיי געוואלט זעהן אויב ער וועט זיי קענען פירן צו נאך פארעטערס, אדער אפשר גאר צו זיינע כינעזע קאנטאקטען. אפשר האט ער כינעזע קאנטאקטען אין אמעריקא גופא.

מען ארעסטירט קיינמאל נישט א שפיאן "גלייך". מען פראבירט קודם צו שטילערהייט אים נאכגיין צו פראבירען ארויסבאקומען מער אינפארמאציע.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:50 am

שיינע קלארע באריכט!

הנאה געהאט!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:56 am

שכח שמאטע!

הערט זיך ווי א געשיכטע ארויס פון די קאלטע קריג יארן...

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:02 pm

טעינקס ראביי שמאטע פאר די באריכט
יש ברירה האט געשריבן:הערט זיך ווי א געשיכטע ארויס פון די קאלטע קריג יארן...

כ'ווייס נישט איבער די קאלטע יארן אבער אין קאלטע טעג איזעס זיכער.
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:08 pm

יש ברירה האט געשריבן:שכח שמאטע!

הערט זיך ווי א געשיכטע ארויס פון די קאלטע קריג יארן...

אין אמת'ן, זינט טשיינע האט זיך געהויבן די קאפ - וועלכע זיי האבן באוויזען צו טון אינטער די ראדארן פון די אלטגעזעסענע גרויסמאכטען - איז טשיינע גאר מאכטפול אין די פעלד פון שפיאנאזש! און אויף אסאך מער א כיטרע אופן ווי די סאוויעטס אין די קאלטע קריג יארן.

די כינעזער גוטשי בערי טרינקער האבן זאגאר באוויזען צו אינטערמינעווען די רוסישע שפיאנאזש אין די קאלטע קריג יארן עז וועל...

ס'נישט קיין נייע זאך אז זיי זענען שטערקער. נאר אמעריקא - עכ"פ די בירגער - האבן נישט געלייגט צופיל אכט דערויף.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1731
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:46 pm

Git

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:58 pm

טענקס שמאטע.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:07 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:טענקס שמאטע.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:09 pm

ייש"כ שמאטע פאר די באריכט!
זוכט איר דוי?

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:09 pm

ייש"כ שמאטע פאר די באריכט!
זוכט איר דוי?

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3348
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:09 pm

וויאזוי זאגט נאר דירעקטער פייערסטאון "מיר האבן א ליק"

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:23 pm

יש ברירה האט געשריבן:שכח שמאטע!

הערט זיך ווי א געשיכטע ארויס פון די קאלטע קריג יארן...

לכאורה מיינסטו צוזאגען ווייל מען האט געכאפט א פיזישע שפיאן וואס עס איז אלטמאדישע זאך ווייל היינט גייט שוין אלעס מיט העקען
אבער בעצם שפינירען אויף א צווייטע לאנד האט זיך קיינמאל נישט אויפגעהערט אזוי מיין איך



שכח שמאטע זייער שיין און אגב ווער איז דאס @צייטליך די מיינסט דעם ניק אדער עס איז נאך א אפטיילונג און @בצל כוואפאפעכו פעיק נייעס טישל?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:25 pm

שכוח כאפצעם פאר די כווא'פאפע באריכט!

אויף די שאלה פארוואס מ'האט איהם נישט ארעסטירט אין 2012 איז די תירוץ לכאורה ווייל עס איז געווען אינמיטן די ריעלעקשענס פון כוסעין אבאמא... :mrgreen:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:41 pm

דונש האט געשריבן:ייש"כ שמאטע פאר די באריכט!
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך ינואר 17, 2018 2:28 pm

שמאטע האט געשריבן:
אין 2012 האט לי זיך צוריקגעקערט פאר א קורצע באזיך צו די פאראייניגטע שטאטען. די FBI האט דאן ערהאלטן א קאורט ארדער צו אינטערזיכן לי'ס באגאזשען און האטעל צימערן. זיי האבן אנדעקט צוויי ביכער פול מיט הנאט געשריבענע אינפארמאציע איבער די קלארע אדרעסען פון CIA'ס באהאלטענע שפיאנאזש איינריכטונגען און די אמת'ע נעמען פון באהאלטענע אגענטען, לויט די עפידעוויד וועלכע די FBI האט אריינגעגעבן אין געריכט.


- ריפארטינג, @שמאטע @בצל כוואפאפעכו נייעס טישל פילינג אין פאר @צייטליך

ער האט געוויסט דערפון אדער זיי האבן עס געטוען ווען ער איז נישט געווען אין די האטעל ?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » מיטוואך ינואר 17, 2018 2:49 pm

דונש האט געשריבן:ייש"כ שמאטע פאר די באריכט!
הק׳ טעקעלע

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך ינואר 17, 2018 3:25 pm

maybeeynot האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
אין 2012 האט לי זיך צוריקגעקערט פאר א קורצע באזיך צו די פאראייניגטע שטאטען. די FBI האט דאן ערהאלטן א קאורט ארדער צו אינטערזיכן לי'ס באגאזשען און האטעל צימערן. זיי האבן אנדעקט צוויי ביכער פול מיט הנאט געשריבענע אינפארמאציע איבער די קלארע אדרעסען פון CIA'ס באהאלטענע שפיאנאזש איינריכטונגען און די אמת'ע נעמען פון באהאלטענע אגענטען, לויט די עפידעוויד וועלכע די FBI האט אריינגעגעבן אין געריכט.


- ריפארטינג, @שמאטע @בצל כוואפאפעכו נייעס טישל פילינג אין פאר @צייטליך

ער האט געוויסט דערפון אדער זיי האבן עס געטוען ווען ער איז נישט געווען אין די האטעל ?

ווייסעך נישט.
אבער לויט די ריפארטס האט ער געהאט 5 אינטערוויאס מיט די עף.בי.איי. די לעצטע פאר יאר. סאו עפעס האט ער געקענט שמעקן אז די חברה זענען אינטער זיין רוקן...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך ינואר 17, 2018 3:57 pm

יישר כח שמאטע
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך ינואר 17, 2018 9:05 pm

טענקס שמאטע פארן באריכט!

#רוסלאנד איז די גרעסטע נאציאנאלע סעקיוריטי סכנה...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג ינואר 19, 2018 1:10 pm

שמאטע עז יושיועל, טענקס.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, יוסף פריעדמאן און 21 געסט