בלאט 4 פון 48

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2017 10:54 am
דורך ggg
יין המשומר האט געשריבן:און נאך איינס.

עס זאל זיך ציען א ראוד פון די 105 קארנער סטעיט פאליס (נינינגער ראוד) ביז אינמיטן דעעש ביים דריי.

דארט וועט זיין ווי געהעריגע אינטערסעקשאן מיט א בלינקעדיגע רויטע לייט, קארס פון אלע 3 ריכטונגען וועלן זיך מוזן דארט אפשטעלן.
דערמיט לינדערט מען אויך די יעצטיגע פראבלעמען וואס קומען מיטן שארפן דריי אינמיטן גאס.


געהערט פון איינעם און ווילידש מהאט ערעסט געטראכט דערפון אבער מהאט באשלאסן אז דעס וועט ווערן א מעין רד אפי' נישט פאר תשבי ק"י און אפי' שבת, און די ראדס און סעקשן איינס וועט ווערן זייער א מסכון'דיגע געגענט

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 1:03 pm
דורך שואלכענין
איך האב שוין געשריבן אין א פריערדיגע תגובה, אז מען זאל עפענען גארפיעלד צום קאמיוטער פארקינג לאט פארנט פון ביהמ"ד הגדול, אז מען זאל קענען ארויספארן (וואן וועי) ביי די לעין ארויס פונעם פארקינג לאט אביסל רעכטס פון קרן ויואל משה בילדינג.

אצינד לייג איך צו, אז מעגליך קען מען מאכן דעם גאנצן ראוד נאר אהין, און די גאנצע חלק גארפיעלד ראוד וואס איז פארנט פונעם כולל בנין זאל זיין איין גרויסע פארקינג לאט.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 1:04 pm
דורך ניס קראכער
שואלכענין האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן אין א פריערדיגע תגובה, אז מען זאל עפענען גארפיעלד צום קאמיוטער פארקינג לאט פארנט פון ביהמ"ד הגדול, אז מען זאל קענען ארויספארן (וואן וועי) ביי די לעין ארויס פונעם פארקינג לאט אביסל רעכטס פון קרן ויואל משה בילדינג.

אצינד לייג איך צו, אז מעגליך קען מען מאכן דעם גאנצן ראוד נאר אהין, און די גאנצע חלק גארפיעלד ראוד וואס איז פארנט פונעם כולל בנין זאל זיין איין גרויסע פארקינג לאט.

אין אזוי ארום וועט לכאורה גאנץ פארעסט אויך ווערן איין גרויסע פארקינג לאט
ניין ?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 1:29 pm
דורך שואלכענין
אויף פארעסט איז דא לייטס, מען קען עס לייכט אויסשטעלן, אז ווען דארט איז רויט, ווערט דא גרין.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 1:00 pm
דורך מיללער
ggg האט געשריבן:
יין המשומר האט געשריבן:און נאך איינס.

עס זאל זיך ציען א ראוד פון די 105 קארנער סטעיט פאליס (נינינגער ראוד) ביז אינמיטן דעעש ביים דריי.

דארט וועט זיין ווי געהעריגע אינטערסעקשאן מיט א בלינקעדיגע רויטע לייט, קארס פון אלע 3 ריכטונגען וועלן זיך מוזן דארט אפשטעלן.
דערמיט לינדערט מען אויך די יעצטיגע פראבלעמען וואס קומען מיטן שארפן דריי אינמיטן גאס.


געהערט פון איינעם און ווילידש מהאט ערעסט געטראכט דערפון אבער מהאט באשלאסן אז דעס וועט ווערן א מעין רד אפי' נישט פאר תשבי ק"י און אפי' שבת, און די ראדס און סעקשן איינס וועט ווערן זייער א מסכון'דיגע געגענט

לפי ידיעתי איז דאס "וועט לענד" און טראגט די זעלבע פראבלעם ווי דעעש ראוד, וואס איז נאר צושטאנד געקומען ווייל עס שוין פון פריער געווען א וועג צום וואסער פאמפ כידוע

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 1:26 pm
דורך מיללער
איינער האט דא געשריבען א לאנגע תגובה איבער די 'מאנארכיע' ווערסוס 'פאבליק' און האט חוזק געמאכט פון ליפלעטן וואס ווערן ארומגעשיקט

אן אריינצוגיין אין א טענה, איבערהויפט אז דער אשכול איז דאך נישט בכלליות אויף די הנהלת הקריה/ווילעדזש פירערשאפט, נאר אויף די טראפיק אישוס אין קרית יואל, האט עס מיך דערמאנט אז דייקא אין דעם נושא איז נישט לאנג צוריק פארגעקומען אן עפנטליכע סימפאזיום אין קרן ויואל משה, וואו עקספערטן זענען אראפגעקומען הערן פארשלאגן בנוגע אימפראוון די טראפיק אין קרית יואל, עס זענען געווען בילדער בשעתו (אין די ליפלעטן) פון א שטארקע באטייליגונג איבערהויפט פון דרייווערס וועלכע זענען אסאך אויף די ראודס ווי באס דרייווערס און טעקסי דרייווערס, נאך איינער געדענקט אזא איווענט?

והשנית, איך האב נישט באמערקט אבער אפשר האט מען עס שוין דא דערמאנט, די ליפלעטן מאנארכיע ארבייט שוין אריבער צעהן יאר אויף א מאסיווער פראיעקט אויסצוברייטערן די מעין ראודס אין קר"י ווי עיקרס, פארעסט, בעיקרטאון ועוד וואו עס וועלן צוקומען 'טורן-לעינס' און אנדערע טראפיק אימפראוומענטס, עס שלעפט זיך ווייל אנשטאט צו העכערן די שטייער-ביללס וויל די מאנראכיע אז די געלטער זאלן קומען פון פארשידענע רעגירונגס פראגראמען, וואס כידוע נעמט דאס אסאך לענגער ווי מ'מיינט, איך האב נישט לעצטענס געזעהן אין די ליפלעטן קיין אפדעיט דערוועגן אבער דאכציך אז מ'האלט שוין נענטער ווי ווייטער דערוועגן

והשלישית, וויפיל מיין זכרון דינט מיר האט די מאנארכיע - אויסער ארויסשיקן ליפלעטן - אין די לעצטע 20 יאר כסדר פארבעסערט די טראפיק איינריכטונגען, טייל וואס קומט מיר יעצט ארויף ואין מוקדם ומאוחר;
1. בראש וראשון די דערמאנטע דעעש ראוד וואס האט געשניטן פופציג פראצענט פון די טראפיק אויף די פארנומענע עיקרס, בעיקרטאון און פארעסט גאסן
2. מאסיווע סיידוואלק איבערבוי
3. וואלק-וועי אויף מאונטען ראוד (מיט עגמת נפש כידוע)
4. אויסברייטערן וויכטיגע גאסן ווי גארפיעלד ראוד, מיט צוגעלייגטע טורן-לעינס
5. מרדכי שעהר גאס עפענונג צו סקאנעמאנק, מרדכי שעהר גאס איבערבוי
6. פארקינג העכער שאפינג סענטער/קעגן קרן ויו"א אויף מרדכי שעהר
7. מאסיווער אביערבוי ביים אריינגאנג צו קר"י בעיקרטאון ראוד (ווער געדענקט נאך דאס אריינפאלן אין שטעטל)
8. עפענונג פון חברון/ראוונע ראוד צו קאונטי רוט 44
9. סטאפ סיינס/בלינקענדע לעקטערס ביי פארשידענע וויכטיגע אינטערסעקשאנס
10. קאמיוטער פארקינג לאט פארעסט/גארפיעלד
11. פארק-נ-רייד פארקינג בעיקרטאון
12. באס שעלטערס בעיקרטאון
13.ראוד איבער וועט לענד בשכונת עצי תמרים ביי מעזיבוזש/קראקא/ניקלשבורג

והרביעית, פלענער פון די מאנאריכע אויסער די דערמאנטע ראוד פארברייטערונגען וואס קומט מיר יעצט אויף; עמערזשענסי עקסעס ראוד בשכונת בר"מ ארויס צו 105 (ווער עס ווייסט איז דאס שוין פלאן C צוליב פארשידענע קאמפליקאציעס מבית ומבחוץ ואכמ"ל), א מעין ראוד פון פארעסט נאך עטרת זקנים ביז מעזיבוזש/שכונת עצי תמרים (אויך פארלאנגזאמט צוליב די אנטי-מאנארכיע אקטיוויסטען און פארשלעפטע אנעקסעישאן פראצעדור), פארבעסערטער אינטערסעקשאן ביים טרייענגעל פון קאונטי רוט 44/מאנטעין ראוד (כנ"ל אפגעהאלטן צוליב אנעקסעישאן) ועוד ידם נטויה

-

עס איז מן הסתם דא זאכן וואס מ'קען נאך פארבעסערן, אבער אמאל פעלט אויס צו לייגן זאכן אין פערספעקטיוו, אויסער זיך אפרעדן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 4:19 pm
דורך שואלכענין
הרב מיללער, איר זענט כשר גערעכט.

איין הערה: לגבי דאס אז מען פרעגט דעם עולם געדאנקען. איך - און מסתמא נאך אסאך אנדערע מענטשן - גלייב נישט עכט אז עמיצער הערט אויס מיין מיינונג. אין מיינע אויגן איז עס מער אזא סארט שפיל, אדער ווייל צוליב די ביוראקראטישע פראצעדורן פעלט זיך אויס אזא "רעפערענדום", אבער נאכדעם לייגט מען אלע ענטפערס ביים ציון...
איך האב די זעלבע מיינונג אויך לגבי דעם פראגע בויגן וואס מען האט לעצטנס ארומגעשיקט וויאזוי מען זאל לאזן בויען הייזער אינעם נייעם געגנט, וויפיל ספעיס עס זאל זיין צווישן די הייזער א.א.וו. דאס איז סתם צו מאכן פיהלן עטליכע תמימי לבב אז מען רעכנט זיך מיט זייער מיינונג... עס איז אפילו א שאד די שפייעכץ צו פארקלעבן דעם ענוועלאפ.
כן נראה לעניית דעתי, ויבואו ה"מאמינים" ויצווחו ככרוכיא...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 4:32 pm
דורך יונה
יישר כח מילר פארן מעלדן אז מ'ארבעט אונטער די קוליסן, וואס איז פשט אז קרית יואל לאכט זיך אויס פון די אפען מיטונג געזעצן?

ס'איז געווען פארשידענע סברות אין דעם אשכול לכאן ולכאן - אן אריינגיין אויב דאס איז גערעכט [לדעתי איז עס נישט] - אבער אזוי ווי לאנג מען מאכט נישט א אייגענע סטעיט איז די ווילידש אונטערגעווארפן אונטער די געזעצן פון די סטעיט אוו ניו יארק, וואס פארלאנגט אז די אלע זאכן זאלן געטון ווערן אין פאבליק.

שוין געווען עטליכע מאל אין די פרעסע באריכטן פון ריפארטערס וואס האבן פרובירט מיטצוהאלטן די פארלאנגע רעגלמעסיגע פאבליק מיטונגן פון די ווילידש אוו קרית יואל, אבער אן ערפאלג, יעדע מאל האט מען זיי ארומגעפירט מיט אנדערע לעכערליכע אויסריידן...

איינס אזא באריכט:
http://www.recordonline.com/news/201703 ... ing-to-say

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 4:47 pm
דורך אבגדהוזחטי
שואלכענין האט געשריבן:הרב מיללער, איר זענט כשר גערעכט.

איין הערה: לגבי דאס אז מען פרעגט דעם עולם געדאנקען. איך - און מסתמא נאך אסאך אנדערע מענטשן - גלייב נישט עכט אז עמיצער הערט אויס מיין מיינונג. אין מיינע אויגן איז עס מער אזא סארט שפיל, אדער ווייל צוליב די ביוראקראטישע פראצעדורן פעלט זיך אויס אזא "רעפערענדום", אבער נאכדעם לייגט מען אלע ענטפערס ביים ציון...
איך האב די זעלבע מיינונג אויך לגבי דעם פראגע בויגן וואס מען האט לעצטנס ארומגעשיקט וויאזוי מען זאל לאזן בויען הייזער אינעם נייעם געגנט, וויפיל ספעיס עס זאל זיין צווישן די הייזער א.א.וו. דאס איז סתם צו מאכן פיהלן עטליכע תמימי לבב אז מען רעכנט זיך מיט זייער מיינונג... עס איז אפילו א שאד די שפייעכץ צו פארקלעבן דעם ענוועלאפ.
כן נראה לעניית דעתי, ויבואו ה"מאמינים" ויצווחו ככרוכיא...

סאו דו זאגסט אז דו גלייבסט נישט אקעי סאו וואס קען מען אייך העלפן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 5:00 pm
דורך יונה
מיר איז אויסגעקומען מיטצוהאלטן עטליכע מאנאטליכע מיטונגן אין א אנדערע שטעטל. ביים ערשטן מאל האט איינע פון די איינוואוינער איידל אויפגעמערקט אז עס איז דא א גריבל אויף איינע פון די הויפט גאסן. דער מאיאר האט אנטווארטעט אז ער האט עס אינזינן און וועט קעיר נעמען דערפון בקרוב.

א חודש גייט פארביי, די קומענדיגע אסיפה איז שוין דא און דער לאך איז געהעריג דארט... דער זעלבער האט נאכאמאל אויפגעברענגט די נושא, דער מאיאר האט זיך גאר שטארק אנטשולדיגט און פארשפראכן אז ער גייט עס שוין מארגן פארעכטן.

גייט אדורך דריי וואכן מיט 6 טעג און דער לאך איז נאך אלץ נישט פאראכטן, אפאר שעה בעפאר די אסיפה קומט אן א טראק און באדעקט דעם לאך מיט אספאלט! מען קומט צו די אסיפה און דער זעלבער האט דאסמאל באדאנקט דעם מאיאר פארן אנפילן דעם לאך לכבוד דעם היינטיגן אסיפה...

פוינט איז, עס האט גענומען כמעט 2 חדשים, יעדער פארשטייט אז זאכן פארשלעפן זיך אמאל, ספעציעל ווען ס'קומט צו גאווערמענט'ס.. באט דאס איז איין ממשל וואס איך האב זעלבסט מיטגעהאלטן ווי דייקא דאס אז די אפישלס דארפן זיך טרעפן פנים אל פנים מיט זייערע קאנסטוטס אויף א רעגלמעסיגע פארנעם, טוט גיבן א געוויסע פרעשור נאכצוקומען פארלאנגן פונעם ציבור.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 5:03 pm
דורך אבגדהוזחטי
יונה האט געשריבן:מיר איז אויסגעקומען מיטצוהאלטן עטליכע מאנאטליכע מיטונגן אין א אנדערע שטעטל. ביים ערשטן מאל האט איינע פון די איינוואוינער איידל אויפגעמערקט אז עס איז דא א גריבל אויף איינע פון די הויפט גאסן. דער מאיאר האט אנטווארטעט אז ער האט עס אינזינן און וועט קעיר נעמען דערפון בקרוב.

א חודש גייט פארביי, די קומענדיגע אסיפה איז שוין דא און דער לאך איז געהעריג דארט... דער זעלבער האט נאכאמאל אויפגעברענגט די נושא, דער מאיאר האט זיך גאר שטארק אנטשולדיגט און פארשפראכן אז ער גייט עס שוין מארגן פארעכטן.

גייט אדורך דריי וואכן מיט 6 טעג און דער לאך איז נאך אלץ נישט פאראכטן, אפאר שעה בעפאר די אסיפה קומט אן א טראק און באדעקט דעם לאך מיט אספאלט! מען קומט צו די אסיפה און דער זעלבער האט דאסמאל באדאנקט דעם מאיאר פארן אנפילן דעם לאך לכבוד דעם היינטיגן אסיפה...

פוינט איז, עס האט גענומען כמעט 2 חדשים, יעדער פארשטייט אז זאכן פארשלעפן זיך אמאל, ספעציעל ווען ס'קומט צו גאווערמענט'ס.. באט דאס איז איין ממשל וואס איך האב זעלבסט מיטגעהאלטן ווי דייקא דאס אז די אפישלס דארפן זיך טרעפן פנים אל פנים מיט זייערע קאנסטוטס אויף א רעגלמעסיגע פארנעם, טוט גיבן א געוויסע פרעשור נאכצוקומען פארלאנגן פונעם ציבור.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 5:18 pm
דורך מיללער
יונה האט געשריבן:יישר כח מילר פארן מעלדן אז מ'ארבעט אונטער די קוליסן, וואס איז פשט אז קרית יואל לאכט זיך אויס פון די אפען מיטונג געזעצן?

ס'איז געווען פארשידענע סברות אין דעם אשכול לכאן ולכאן - אן אריינגיין אויב דאס איז גערעכט [לדעתי איז עס נישט] - אבער אזוי ווי לאנג מען מאכט נישט א אייגענע סטעיט איז די ווילידש אונטערגעווארפן אונטער די געזעצן פון די סטעיט אוו ניו יארק, וואס פארלאנגט אז די אלע זאכן זאלן געטון ווערן אין פאבליק.

שוין געווען עטליכע מאל אין די פרעסע באריכטן פון ריפארטערס וואס האבן פרובירט מיטצוהאלטן די פארלאנגע רעגלמעסיגע פאבליק מיטונגן פון די ווילידש אוו קרית יואל, אבער אן ערפאלג, יעדע מאל האט מען זיי ארומגעפירט מיט אנדערע לעכערליכע אויסריידן...

איינס אזא באריכט:
http://www.recordonline.com/news/201703 ... ing-to-say

דאס האט מיט טראפיק פארשלאגען?

אפשר מאכסטו א באזונדערן אשכול איבער קרית יואל און וויאזוי די ווילעדזש פירט זיך? מאך אויך אן אשכול אעבער כתר ווילעדזש און ווילעדזש אוו ניו סקווער

דער אשכול איז מיוחד פאר טראפיק און פארקינג אנגעלעגנהייטן

מנהלים ביטע מסדר זיין

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 5:41 pm
דורך יונה
יא, זיכער האט עס שייכות.

איינס ווייל עס גייט ארויף אויף היפש אפאר תגובות וואס איז געזאגט געווארן אין דעם אשכול [אריינגערעכנט דיין תגובה, איר קענט חוזק מאכן פון שרייען מאנארכיע, אבער דאס געזעץ פארלאנגט עס נאך אלץ].

צווייטענס עס איז מיין מיינוג אז מען קען בעסער אויפקומען מיט איידיעס און לעזן די פראבלעם'ן דורכן פאלגן די פאבליק מיטונג געזעצן. ווי דער פסוק זאגט ותשועה ברוב יועץ.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 6:14 pm
דורך מיללער
שואלכענין האט געשריבן:הרב מיללער, איר זענט כשר גערעכט.

איין הערה: לגבי דאס אז מען פרעגט דעם עולם געדאנקען. איך - און מסתמא נאך אסאך אנדערע מענטשן - גלייב נישט עכט אז עמיצער הערט אויס מיין מיינונג. אין מיינע אויגן איז עס מער אזא סארט שפיל, אדער ווייל צוליב די ביוראקראטישע פראצעדורן פעלט זיך אויס אזא "רעפערענדום", אבער נאכדעם לייגט מען אלע ענטפערס ביים ציון...
איך האב די זעלבע מיינונג אויך לגבי דעם פראגע בויגן וואס מען האט לעצטנס ארומגעשיקט וויאזוי מען זאל לאזן בויען הייזער אינעם נייעם געגנט, וויפיל ספעיס עס זאל זיין צווישן די הייזער א.א.וו. דאס איז סתם צו מאכן פיהלן עטליכע תמימי לבב אז מען רעכנט זיך מיט זייער מיינונג... עס איז אפילו א שאד די שפייעכץ צו פארקלעבן דעם ענוועלאפ.
כן נראה לעניית דעתי, ויבואו ה"מאמינים" ויצווחו ככרוכיא...

עס איז נישט פון די דרייצן אני מאמינ'ס און איר האט אלע רעכטן נישט צו גלייבן

מיין פונקט איז געווען בעיקר אויף דאס וואס מ'האט 'יא' געטאן צו פארבעסערן די טראפיק און סעיפטי אין קרית יואל, וואס אויף דעם זאגט מען אויף אנגליש סיאינ"ג אי"ז ביליווינ"ג

בד"וו דאס איז פון יענעם דערמאנטן הירינג, עס שיינט אז ר' שמעון ליבערמאן און ר' חיים םריינד טראץ דעם וואס זיי דאווענען נישט אין גרויסן ביהמ"ד זענען זיי יא פון די 'מאמינים' אז עס איז דא אן אוזן קשבת, אנדערש וואלטן זיי נישט פארברענגט זייער צייט

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 6:19 pm
דורך צהלה ושמחה
שכוח מיללער פאר דיין תגובה, עס איז זייער שיין געשריבען, ולית מאן דפליג אז זאכען ווערן געטיען.

און היות האסט זיך דערמיט באצויגען צו מיין תגובה און עס אראפגעלייגט כאילו איך האב איינעם באשולדיגט מיט זיין א מאנרכיע דערפאר וויל איך מיר קלאר מאכען אז דאס איז נישט ריכטיג,

איך האב בסך הכול געוואלט ארויסברינגן אז אפילו אין קר״י קען מען מער הנאה האבן ווען דער ציבור איז אינוואלוואד אין די פראבלעמען - און אין די סעלושן פאר די פראבלעמען, מען וואלט אסאך מער געקענט אויפטאן און געקענט גיין אסאך ווייטער מיט קאנטראווערשל מהלכים אלמלא מען האט ווען דעם ציבור מיט זיך דעם גאנצן וועג,

כולי עלמא מודה אז אין קר״י פעלט זיך אויס א יסודות׳דיגע טויש איבער פארקינג, מען דארף צונעמען געוויסע פרייהייטען צו וואס דער עולם האט זיך צוגעוויינט אז עס איז נארמאל, און עס עקזעקסטירט נישט אין אנדערע פלעצער, למשל פארקן אין אינטערסעקשנס אדער דערנעבן, פארקן ביי געדרייטע פלעצער, ועוד, און דערויף האב איך געשריבען אז דער עולם זאלן זיין אינוואלווד וועט מען קענענן מער אויפטאן.

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2020 10:12 am
דורך farshlufen
פון הקרי-ה

Re: שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2020 10:52 am
דורך מארגן
לאמער האפן אז עס זאל טאקע געשען

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2021 6:19 pm
דורך Borrower
מי שברך האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:
צהלתו בפניו האט געשריבן:לויט ווי א הצלה מעמבער זאגט מיר, איז עס נישט עפעס ערנסט.

ב"ה

ברייטע גאסן (ראודס) זענען א געוואלדיגע סכנה.

וואס הייסט? זיי מסבר פארוואס.

קינדער און אפילו ערוואקסענע טוען זייער אונטערשאצן די צייט וואס עס געדויערט אַריבער צו גיין די ברייטערע גאסן.

און פשוט. ברייטערע גאסן מיינט אז עס נעמט לענגער צו קראסן - סאו די שעת סכנה איז לענגער.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2021 6:22 pm
דורך פאטעיטא טשיפס
ווער יאגט זיי? האבן זיי נישט קיין רעכט דערכצוגיין די גאנצע

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2021 6:41 pm
דורך געוואלטיג
צהלתו בפניו האט געשריבן:לויט ווי א הצלה מעמבער זאגט מיר, איז עס נישט עפעס ערנסט.

ב"ה פאר די נסים אבער סנישט דאס ערשטע עקסידענט דארט מדארף עפעס א תיקון

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2021 9:20 pm
דורך בענאק
געוואלטיג האט געשריבן:
צהלתו בפניו האט געשריבן:לויט ווי א הצלה מעמבער זאגט מיר, איז עס נישט עפעס ערנסט.

ב"ה פאר די נסים אבער סנישט דאס ערשטע עקסידענט דארט מדארף עפעס א תיקון

דער תיקון וועט זיין ווען דרייווער וועלן אויפהערן דאס צו טון, און בכלל אויפהערן פייפן אויף סיי ווער עס דרייווט מענטשליך.
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:נעכטן האב איך מיך אפגעשטעלט ביי א קארס וואלק אריבערצולאזן א באבע און פלוצלינג האט דער קאר אין בעק פון מיך מיך געפעסט ניטאנאל טראכטנדיג פאר א סעקונדע פארוואס איך האב מיך אפגעשטעלט און וואס עס קען גורם זיין זיין מיך פעסן
עס איז געווען גרויסע ניסים

איך דרייוו אסאך אין קרית יואל, ס'איז פחד פחדים ווי דרייווער פירן זיך אויף ממש סכנות נפשות וויאזוי מען רעכנט זיך נישט מיט די פיסגייער קיין מינדעסטע, און נאכדעם קומט מען נאך די אויף אייוועלט און מען קאמפלעינט אויף "קלאציגע דרייווער"

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2021 9:22 pm
דורך קאקאש קעיק מיט מילך
מורי ורבותי דאס קינד וואס איז היינט אראפגעקלאפט געווארן איז ב"ה אין א סטאבילע צושטאנד
אבער די מצב אויף די ראודס אין ק"י איז זקוק לחמי שמים מרובים!!!!
די מעשה האט פאסירט ביי א רויטע פלעשינג לייט מיט א קראס וואלק א פלאץ וואו עס איז הונדערט פראצענט סעיפטי צו קראסן
און מען קען דארט קראסן ווי לאנג מען וויל אפגעזען ווי ברייט דער ראוד איז ווייל דער דרייווער דארף ווארטן ביז מען ענדיגט קראסן
די פחד איז אז דער דרייווער האט ניטאמאל באמערקט דאס קינד!!
דאס דארף א תיקון גדול

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2021 9:25 pm
דורך איש חמודות
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:דער דרייווער האט ניטאמאל באמערקט דאס קינד!!

אזא איינער טאר נישט זיצן ביים רעדל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2021 9:42 pm
דורך שנאפס
איש חמודות האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:דער דרייווער האט ניטאמאל באמערקט דאס קינד!!

אזא איינער טאר נישט זיצן ביים רעדל

איז מעגליך אז דאס קינד איז ארויסגעטאנצן די לעצטע סקונדע? הוי דן..

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2021 9:45 pm
דורך איש חמודות
שנאפס האט געשריבן:איז מעגליך אז דאס קינד איז ארויסגעטאנצן די לעצטע סקונדע? הוי דן..

קענטיג אז דו ביסט א וויליאמסבורגער און דו קענסט נישט דאס פלאץ דארט.