שמועסן און געדאנקען צו פארבעסערן די פארקינג און טראפיק אין קר"י

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 2:11 pm

אבגדהוזחטי האט געשריבן:גראדע די פראבלעמען האבן זיי שוין באטאנט און שוין געשריבן זייער פלאן אין די נאנטע צוקונפט דו ווילסט זאכן זאלן געשעהן אין איין טאג אדער אינדזשויסטו קריטיק נא פראבלעם keep on


עס איז פארקערט ווי דו זאגסט, איך האב נישט געשריבען קיין איין ווארט קריטיק, זע מיינע תגובות, איך האב נאר מסביר געווען וואס אנדערע האבן געשריבען און ארויסגעברענגט די פאזיטיווע חלק.

איך בין אלל די וועי פאר די זאך, און ווי געשריבען עטליכע תגובת צירוק אז איך ענדשוי זייער צו זען די אלע נייעס'ן ווי שווער מער ארבייט אהער צושטעלן א לעזנוג צו די אישו.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

דער מח
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

תגובהדורך דער מח » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 2:15 pm

אבגדהוזחטי האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:
דער מח האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:צוריק צום ענין, פון שרייבן דא וועט מען קיין סאך נישט אויפטאן. אויב עמיצער האט סיי וועלכע גוטע פארשלאג, זאל ער דאס איינמעלדן פאר די באהערדע.

מיין גאס האט יארן געהאט א געוויסן פראבלעם וואס די איינוואוינער האבן זיך שטארק אפגערעדט. איין טאג האב איך באשלאסן נישט צו ווארטן אויף כבוד, נאר נעמען די זאך אין די האנט אריין, און איך בין איבעראשט געווארן צו הערן אז די באטרעפנדע אינסטאנצן האבן נאך קיינמאל געהערט ווי עמיצער זאל זיך אפרעדן דערויף. איבריג צו זאגן אז די זאך איז גאנץ שנעל געווארן מסודר עצהי"ט.

גא"מ, עס זעהט מיר אויס אז ווילידזש אפישלס האבן נישט קיין צייט אדער צוטריט צו דעם וועלטל און אז מ'וויל עפעס אויפטוהן דארף מען רעדן צום מענטש מיט וועם עס האט צוטוהן, דער ווילידזש האט א נאמבער און מען קען פון דארט אנקומען צו אלע דעפארטמענטס.
(דאונט געט מי ראונג... איך גלייך זייער דעם אשכול און די סאבדזשעקט, עס דארף באמס אדרעסירט ווערן, אבער 'הלכה למעשה' איז רעדן צום באטרעפנדן, דא איז היימישע קרעטשמע, אידישע און וועלטליכע נייעס...)


האב איך שטארק הנאה צו ליינען אז די גאנצע טראפיק פראבלעם פון מירון, געציל בערגער, ווען ביורען, דעעש אינטערסעקשן, סאטמער דרייוו, עיקערס, ועוד, איז נאר א צייטווייליגע פארזעעניש וויבאלד קיינער פון יענע גאסן האט נאך נישט אריינגעקאלט די ווילדזיש קאפלעינן דערוועגן, במילא זיי נישט דערפון און דערפאר איז עס אזוי, אבער ווי נאר איינער וועט זיי מודיע זיין דערפון איז ערווארטעט גיסטיגע רעזולטאטען.

ברוך השם אז זאכען ווערן מסודר און דער עולם איז צופרידען.

גראדע די פראבלעמען האבן זיי שוין באטאנט און שוין געשריבן זייער פלאן אין די נאנטע צוקונפט דו ווילסט זאכן זאלן געשעהן אין איין טאג אדער אינדזשויסטו קריטיק נא פראבלעם keep on

גא"מ, ווער געדענקט נאך אין וויליאמסבורג ווי לאנג עס האט גענומען ביז מען האט געלייגט דעם טראפיק לייט ביי קענט און ווילסאן, אפילו מען האט שוין געהאלטן נאך דעם שוידערליכן גלויבער פאמיליע עקסידענט, אזוי גייען זאכן מ'קען נישט מאכן אבי געזונט, נאכדערצו דא ווען מען רעדט פון א מייסטער פלאן פון ברייטער מאכן דעם גאנצן 'ח' ארום קרית יואל, בעיקערטאון, עיקערס און פארעסט. חוץ פון די אינטערסעקשן פון ישראל זופניק - בעיקערטאון - דינוב, וואס גייט אויסגעגראדט ווערן, און עיקערס - פארעסט - מאונטעין די זעלבע, ועוד, ממילא וואס?!!

חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

תגובהדורך חלות » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 2:22 pm

דער מח האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:ס'איז דא א מעשה, איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת אדער נאר א ווערטל, אבער ס'שטימט גוט ווער ס'קען די סיסטעם

דער בילדונג אינספעקטאר איז געקומען ??(א היימישער איד)?? פארן געבן די CO און ער ווייזט פארן בילדער, די פייפ איז שיף געלייגט, זאגט אים דער בילדער, אנטשולדיגט, אבער אזוי קומט עס...

איך וועל דיר זאגן אז דאס איז זיכער נישט אמת, א) עס קומט געווענטליך א גוי... ב) די בילדינג קאודס 'וואס איז דא' אינעם ווילידזש ווערט 'בעפאר דעם co' זייער שטרענג אינפארסירט (עיין ערך ווייניארד וואס טראץ וואס דער ווילידזש איז אין פרעשור פון צושטעלן נאך פראיעקטן צו לינדערן דעם דירות מאנגל האט מען אויפגעהאלטן דעם גאצן פראיעקט צוליב א דרעין פראבלעם...)
ממילא האק נישט אין טשייניק אבי געזונט.

איך זעה אז איר האט נישט קיין אנונג וואס עס טוט זיך אין construction ווייל ווער עס איז און construction פארשטייט זייער גוט און ווי אמת די מעשה קען זיין ואינו צריך ביאור
לגבי ווייניארד ווער עס ווייסט וואס די פראבלעם איז געווען פארשטייט אויך פארוואס מען האט עס געמוזט ענפארסען

חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

תגובהדורך חלות » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 2:26 pm

;l;p-
צהלה ושמחה האט געשריבן:
דער מח האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:צוריק צום ענין, פון שרייבן דא וועט מען קיין סאך נישט אויפטאן. אויב עמיצער האט סיי וועלכע גוטע פארשלאג, זאל ער דאס איינמעלדן פאר די באהערדע.

מיין גאס האט יארן געהאט א געוויסן פראבלעם וואס די איינוואוינער האבן זיך שטארק אפגערעדט. איין טאג האב איך באשלאסן נישט צו ווארטן אויף כבוד, נאר נעמען די זאך אין די האנט אריין, און איך בין איבעראשט געווארן צו הערן אז די באטרעפנדע אינסטאנצן האבן נאך קיינמאל געהערט ווי עמיצער זאל זיך אפרעדן דערויף. איבריג צו זאגן אז די זאך איז גאנץ שנעל געווארן מסודר עצהי"ט.

גא"מ, עס זעהט מיר אויס אז ווילידזש אפישלס האבן נישט קיין צייט אדער צוטריט צו דעם וועלטל און אז מ'וויל עפעס אויפטוהן דארף מען רעדן צום מענטש מיט וועם עס האט צוטוהן, דער ווילידזש האט א נאמבער און מען קען פון דארט אנקומען צו אלע דעפארטמענטס.
(דאונט געט מי ראונג... איך גלייך זייער דעם אשכול און די סאבדזשעקט, עס דארף באמס אדרעסירט ווערן, אבער 'הלכה למעשה' איז רעדן צום באטרעפנדן, דא איז היימישע קרעטשמע, אידישע און וועלטליכע נייעס...)


האב איך שטארק הנאה צו ליינען אז די גאנצע טראפיק פראבלעם פון מירון, געציל בערגער, ווען ביורען, דעעש אינטערסעקשן, סאטמער דרייוו, עיקערס, ועוד, איז נאר א צייטווייליגע פארזעעניש וויבאלד קיינער פון יענע גאסן האט נאך נישט אריינגעקאלט די ווילדזיש קאפלעינן דערוועגן, במילא זיי ווייסן נישט דערפון און דערפאר איז עס אזוי, אבער ווי נאר איינער וועט זיי מודיע זיין דערפון איז ערווארטעט גיסטיגע רעזולטאטען.

ברוך השם אז זאכען ווערן מסודר און דער עולם איז צופרידען.

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: שוין לאנג נישט געהערט אזא אמת ווארט

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 2:47 pm

די ציבור קען שרייען צו די באהערדע וויפיל מען וויל
שולדיג זענען די וואס לויפן אויף אלע פיר צו צאלען הויכע פרייזן צו וואוינען דוקא אין די אלטע גרעניצן, און טוען גארנישט צו פארלייכטערן די טרעפיק און אנגעלייגטע גאסן,
מופט ארויס צו נייע געגנטער וועט איר צוהעלפן די טרעפיק און אנגעלייגטע געגנטער זאלן אביסל אפאטעמען,

אויב די ציבור רעכנט זיך נישט דערמיט, דארפן די ראשים ומנהלים גארנישט מער זיך רעכענען דערפאר.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 2:48 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:די אמת איז אז די גאנצע אשכול איז דאמירן בעלמא, געמאלן וואסער.

די איינציגסטע זאך וואס מען קען יעצט עכט טיען צו לינדערן טראפיק אין קר"י איז אז די ווילדיזש זאל אויפהערן אזויפיל צו פלאנירען וואס צו טיען פאר'ן ציבור, נאר זיי זאלן אנהייבן צו אינוואלוון דעם ציבור אינעם פראבלעם, זיי זאלן מאכען א קאמיסיע פון עכטע מענשן תושבי קרית יואל, מאכען פובליק מיטונגען און נעמען איידיעס, מיטיילען די פארשלאגען מיטען ציבור און באקימען פיעדבעק, און אינאיינעם סאלווען די פראבלעם.

די חילוק צווישן א מאנארכיע און א רעגירנוג איז פשוט, אין א פלאטץ ווי עס איז דא קענגליכע הערשאפט באקימען די פובליק וועכענטליך ליפטלען ווי סאך די מאנארכיע טוט פאר'ן ציבור, אבער אין פאקט ווערט גארנישט געטיען ווייל א ווירטשאפט וואס ווערט געפירט אנעם פאלק דעליווערט נישט, זיי האבן נישט קיין שום סיבה אדער די מעגליכקייט יא עפעס צו טיען, און וואס עס ווערט יא געטיען דארף מען שפעטער עטליכע מאל פארעכטען.

משא"כ אין א רעגירנוג וואס ארבייט פאר'ן ציבור - אינאיינעם מיטען ציבור, דארט זעט מען נישט אזוי סאך ליפלטען וואס זיי טיען אלץ, אבער אין פאקט ווערן זאכען געטיען, ווייל דארט ווי די פובליק איז אינוואלווד איז די רעגירונג אנדערש.

אויב וויל מען אז עפעס זאל זיך טוישן אין די נושא דאן דארף מען אינוואלווען דען ציבור, מען דארף הערן פונעם ציבור, מען דארף געבן פאר'ן ציבור די מעגליכקייט צו זאגען זייערע מיינוגען, מען דארף אויפשטעלן א קאמיטי מיט עקספערטן און תשובים פונעם שטעטעל און איינעם אויפקומען צו סאלווען די פראבלעם.

צו פארשטיין וואס איך שרייב קען מען נעמען א דוגמא פון דעעדש ראוד, דעעדש ראוד איז געמאכט געווארען מיט עכט א גיטע ציל, עס איז געמאכט א ציל צו לינדערן די טראפיק אין קר"י, אבער וויבאלד עס איז געמאכט געווארען דורוך מענטשן מיט גיטע אינטערסן אבער אן דעם וואס די ציבור איז געווען אינוואלווד דערין צו געבן זייער אימפאט, זעט מען וואס פארא חרבון דאס איז, עס האט טעגליכע עקסידענטן און דאס איז איינע פון די מערסטע סכנה'דיגע ראוד אין די קאנטי, אין די אינטערסעקשן איז די ערגסטע מן הסתם פון גאנץ נ"י.

"מענטשן מיט גיטע אינטערסן" ריפלעסט נישט די וויכטיקייט פון אינוואלוון דעם ציבור און הערן וואס די ענד יוזערס האבן צו זאגען.


100% גערעכט
מ'דארף נאר אויפקימען מיט א קלוגע צוגעפאסטע אופן ווי אזוי צו זאמלען און פראצעסירן דעם עולם'ס פידבעק אויף א וועג אז ס'זאל זיין שוה לכל און גרינג גענוג פארן עולם צו זיין א חלק, אן דעם וואס ס'זאל זיין מוראדיג קאסטבאר, ווייל לאמיר זאגן די ווילעדש באאמטע זענען גרייט דערצו איז וויאזוי זאמעלט מען די פידבעק?

אפענע פאבליק הירינג'ס אינעם ווילעדש וועט לכאורה נישט ארבייטן ווייל:
א) רוב ק"י וועט נישט האבן די צייט און מעגליכקייט זיך צו באטייליגן
ב) ס'קען ווערן אראפגעשלעפט און אויפגעהאלטן ביי יחידים מיט שטותים

מער שייך איז ארומצושיקן אין די פאסט פראגע-ליפלעטן מיט א postage paid return envelope ווי מדארף נאר אויסוועלן איינס פון עטליכע אפשענס אויף יעדע פראגע (מיט הערות) און אויב ס'אנטוויקלט זיך א דיסקאשן ווי ס'פעלט אויס נאך א רונדע פארבעסערטע אפשענס אויף די פריערדיגע פראגע'ס

אבער ס'וועט נאך דארפן אסאך פרסום אין די וועכענטליכע אויסגאבעס (און אפילו שול צעטלעך) וואס רופט דעם עולם צו נעמען א חלק און לאזן וויסן זייער באגער דורך צוריק שיקן

איך בין נייגעריג צו וויסן וויפיל האבן בכלל נישט גענטפערט אויף די תקנת העיר צעטלעך, ווייל אין א וועג קען עס ביי דעם זיין נאך מער וואס וועלן נישט ענטפערן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 2:57 pm

איך זאג נישט אז מען דארף עס טיען, עס קען טאקע זיין אז עס איז ווי דו זאגסט אז דער עולם איז נישט קלוג אריינצורעדן אין די נושא ווי אזוי די שטאט זאל זיך פירען, אבער דיינע סיבות וואס דו געסט עס נישט צו מאכען איז נישט ריכטיג, ווייל "פובליק קאמענט" האט א סיסטעם ווי אזוי עס ארבייט, און עס ארבייט איבעראל בדרך כלל גוט.
לעצט פאראכטן דורך צהלה ושמחה אום דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 3:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6478
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 4:31 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אפאר רויט לייטס איז אימערזשענסי ווי ביי דעעש - פראג - מירון - אוהל פיגא. און אזוי אויך ביי ביזנעס סענטער און אודאי ביי לעמבערג (אזוי קליג ווי די סיטי איז נאך א טעראר אטאקע לייגט מען פאוילס דארף מען כאטש זיין..) און זאוי אויך ביי קעוויקוועי רימענעוו...
די אלע איז א מאסט.

אפשר אפשפארן גאנץ קרית יואל אז מען זאל קענען א גאנצען צייט קראסן?
געניג וויפיל רויט לייטס עס איז שוין יעצט דא ווילסטו נאך צולייגן בשום אין אופן.

וואס פארשטייסטו נישט איך האב אויסגערעכנט דא 4 פלעצער וואס ווען כ'פאר דארט דורך געשענט שיעור און א שיינע פאר טאקע עקסידענטס..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 4:44 pm

סגיט זיך אויסצוליפטרן דא, אבער קיינער זאל נישט נעמען ערענסט די זאך, ווייל די בהערדע זיכן בכלל נישט קיין לעזונג, קודם ווייל סאיז נישט אזוי געפערליך די מצב ווי מ'לייגט עס דא אראפ, און אפי' דארט ווי סמאכט זיך אמאל שווערע טרעפיק, איז עס אויך נאר צייטווייליג, אדער נאר פאר א יו"ט, אדער סיי וועליכע סיבה, זיי אפראווען אונגרויסן מעכטיגע בילדינג'ס ווי א שטייגער די נייע בילדינג אויף ליזענסק (אפי' סאיז א דעד-ענד) און סיי קארנער מרדכי שעהער (אפי' סאיז א קארנער און א פארנימענע גאס) און טברי' ( אפי' סאיז א דעד-ענק און הייזער גראד ביים רד.) און קוויק וועי (אפי' סאיז ביי א שארפע דריי און סאיז שוין אנגעלייגט פון די נעקסטע בילדינג) און אויף גארפולד אונעוויינינג אפי' סאיז א דעד-ענק מיט נאך נייע הייזער ארום) און אזוי ווייטער, סאיז נישט געפעליך יא סאיז אנגעלייגט פון צייט צו צייט אבער נישט אזוי ווי מלייגט עס דא אראפ.... אידן נעמט נישט אזוי ערענסט די גערעדעכטץ דא און די אשכול סגיט פאר אויסצאליפטרן אביסל ...

אוועטאר
יין המשומר
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

תגובהדורך יין המשומר » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 7:06 pm

אויב שוין אויסלופטערן, נאט אייך עטליכע מאפעס מיט צוגעלייגטע גאסן פון מיין דמיון אז דאס קען בעסער מאכן די טרעפיק.
(נישט נעמען ערנסט ביטע... הגם געוויסע קוקן אויס אביסל רעאליסטיש).

מאפע 1.

מען האט גערעדט פון מאכן א ראוד פון ברך משה דירעקט צו עיקערס, שפעטער האט זיך עס געטוישט אז מען וועט מאכן בלויז פון ברך משה צום 105. (אדער גייט די מעשה פארקערט)

האב איך מיר אויסגעפארעמט א מאפע כזה:
די ראוד וועט לויפן פון רוט 105 קעגנאיבער בני יואל, א שיפע ליניע ביז עיקערס ביי עיס פארם, אינדערמיט וועט עס זיין מחבר צו דינוב ביים ווינקל וואו מען דרייט זיך איין צו פעפערמינט.

(כדאי צו באמערקן אז די ווייסע ליניע אויפ'ן בילד וואס זעט אויס ווי עס גייט טאקע א גאס פון דינוב צו עיקערס, דאס איז גוגל'ס שולד... ס'איז נישטא אזא גאס, בלויז א שארטקאט פאר פוסגייער)
צוגעלייגטע
kj 01.jpg
kj 01.jpg (348.62 KiB) געזעהן 2660 מאל
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.

אוועטאר
יין המשומר
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

תגובהדורך יין המשומר » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 7:11 pm

מאפע 2.

אקעי, איך פארשטיי אז דאס איז שוין נישט רעאליסטיש, אבער מיר רעדן דאך דא בלויז פאנטאזיעס, יא?

פילמאר דעד ענד אראפווארפן א געביידע (גייט נישט פאסירן...) אויסגראדן דעם שטח נאך פון היבש פריער אז די שטאק אראפ קיין מירון זאל נישט זיין אזוי טיף, און עפענען דעם גאס אלס דורכגאנג קיין מירון.

מען וועט אבער דארפן פארברייטערן מירון פאר טרעפיק (עפעס וואס דארף סיי געטון ווערן עז ווי ספיק...) ווי אויך העיס ביים אינטערסעקשאן מיט טעילאר (אויך עפעס וואס איז וויכטיג שוין יעצט...) זינט עס גייט דארט ווערן א הויפט דורכגאנג.

מערק ווי פילמאר לויפט גראדע אייניג מיט די שיפקייט פון די צווייטע טייל מירון.
צוגעלייגטע
kj 02.jpg
kj 02.jpg (451.02 KiB) געזעהן 2660 מאל
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.

אוועטאר
יין המשומר
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

תגובהדורך יין המשומר » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 7:16 pm

מאפע 3.

דא גלייב איך אז אפשר א טייל פונעם חלום קען פארווירקליכט ווערן, זינט א גרויס טייל פון שטח (בראך'ס לאט) איז נאך ליידיג און גייט סייווי ווערן געבויעט מיט נייע גאסן, זאל עס עכ"פ העלפן די ביז יעצטיגע טרעפיק און נישט שווערער מאכן.

א שנעלערע וועג צו פארן פון סעקשאן 1 קיין עצי תמרים/בראך לאט, אדער דורך ליזענסק, אדער דורך פארעסט. ווי אויך האב איך צוגעלייגט (א זאך וואס גייט זיכער נישט פאסירן) א וועג דירעקט פון קראלי (נאכן פארברייטערן קראלי...), זאל דורכשניידן ווייטער פון סאטמאר ביז פארעסט, דארט וועט זיין נאך א רויט לייט אדער סטאפ סיין און א וועג דירקט קיין עצי תמרים, ריזשין אדער מעזבוזש.

ווי אויך וועט זיין א וועג אריין פון מאונטעין קעגנאיבער סאסוב.

(אלעס מיינע חלומות, ווערט נישט פרייליך אדער צעטראגן)
צוגעלייגטע
kj 03.jpg
kj 03.jpg (396.73 KiB) געזעהן 2656 מאל
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.

אוועטאר
יין המשומר
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

תגובהדורך יין המשומר » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 7:27 pm

דאס איז א זאך וואס וואלט גרינגער געמאכט פאר אסאך רייזנדע, ווען מען פארט פון העיס קיין אוהעל האט מען צוויי ברירות, אדער פארט מען אויף פארעסט דורך אלע טרעפיק לייטס און דאן דרייט מען זיך לינקס ווען ביורען, נאך א לינקס אויף גארפילד און צוריק. אדער אויב וויל מען שפארן די אומוועג קען מען נעמען די ריזיקע פון פארן דורך גארפילד אבער זינט עס טוישט זיך אינמיטן צו א וואן וועי מוז מען זיך איינדרייען ביים ביהמ"ד פארקינג לאט און דאן ווערן סטאק אונטער די קארס וואס האלטן אינמיטן ארויסבעקן/אריינפארקן.

איך פארשטיי אז ס'איז א שטיקל פראבלעם צו מאכן גאנץ גארפילד פאר א 2 וועי, אבער לדעתי כאפט די עיקר פראבלעם ביי די אריינגענג/ארויסגענג צו די פארקינג לאט, וואס איז אביסל שמאל (היות מען פארקט דארט אויך...)

טא קלער איך אז ליבערשט זאל מען זיך פארלייגן צו מאכן א וואן וועי ביים אריינפארן אינעם פארקינג לאט גופא, דהיינו אז דארט נעבן כולל זאל מען נאר מעגן אריינפארן און נישט ארויס (אלעמאל מאכט זיך דארט קאמפליקאציעס ווען איינער וויל פון דארט ארויספארן, די סכום ארויספארערס דארט איז ווארשיינליך קלענער ווי די אריינפארערס, טא איז עס נישט מער ווי יושר אז די אריינפארער זאלן דארט האבן ידם על העליונה).

ביים זייט פון די היכל (נאך די פת שחרית און באס סטאפ) זאל זיין בלויז א וועג ארויס (דארט נוצט מען אויך כמעט נישט אריינצופארן, און ווען יא איז טאקע דא קאמפליקאציעס).

און ביי די זייט פון די השבת אבידה היימאנ'ס גראסערי זאל זיין א 2 וועי, סיי פאר אריין און סיי פאר ארויס.

און גאנץ גארפילד זאל זיין א געהעריגע 2 וועגן גאס.

(איך גלייב אז מיין יעצטיגע תגובה איז עפעס וואס מאכט סענס אויף אן אמת. אויב איינער קען עס איבערגעבן פאר די באהערדע אפשר וועט עס עפעס אויסמאכן)
צוגעלייגטע
kj 04-2.jpg
kj 04-2.jpg (402.92 KiB) געזעהן 2646 מאל
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.

אוועטאר
יין המשומר
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

תגובהדורך יין המשומר » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 7:33 pm

און נאך איינס.

עס זאל זיך ציען א ראוד פון די 105 קארנער סטעיט פאליס (נינינגער ראוד) ביז אינמיטן דעעש ביים דריי.

דארט וועט זיין ווי געהעריגע אינטערסעקשאן מיט א בלינקעדיגע רויטע לייט, קארס פון אלע 3 ריכטונגען וועלן זיך מוזן דארט אפשטעלן.
דערמיט לינדערט מען אויך די יעצטיגע פראבלעמען וואס קומען מיטן שארפן דריי אינמיטן גאס.
צוגעלייגטע
kj 05-2.jpg
kj 05-2.jpg (142.16 KiB) געזעהן 2642 מאל
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 7:56 pm

Creative...

בבל
שר האלף
תגובות: 1799
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 8:03 pm

יין המשומר האט געשריבן:און נאך איינס.

עס זאל זיך ציען א ראוד פון די 105 קארנער סטעיט פאליס (נינינגער ראוד) ביז אינמיטן דעעש ביים דריי.

דארט וועט זיין ווי געהעריגע אינטערסעקשאן מיט א בלינקעדיגע רויטע לייט, קארס פון אלע 3 ריכטונגען וועלן זיך מוזן דארט אפשטעלן.
דערמיט לינדערט מען אויך די יעצטיגע פראבלעמען וואס קומען מיטן שארפן דריי אינמיטן גאס.

אייזערנע איידיע

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 8:15 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך זאג נישט אז מען דארף עס טיען, עס קען טאקע זיין אז עס איז ווי דו זאגסט אז דער עולם איז נישט קלוג אריינצורעדן אין די נושא ווי אזוי די שטאט זאל זיך פירען, אבער דיינע סיבות וואס דו געסט עס נישט צו מאכען איז נישט ריכטיג, ווייל "פובליק קאמענט" האט א סיסטעם ווי אזוי עס ארבייט, און עס ארבייט איבעראל בדרך כלל גוט.


כ'האב נישט געגעבן קיין שום סיבה אויף נישט צו מאכן נאר אדרבה, דוקא דאס האב איך געמיינט אז די געווענליכע סיטעם פון "פובליק קאמענט" גילט נישט דאהי פונקט ווי איבעראל

ווייל אין ק"י בפרט איבערן נושא פון פארקינג ספעציעל פאר שולן - זאלן וכדו' איז שוין דא א שטיקל בעקגראונד ווי ס'שוין געווען געפעכטן מיטן ווילעדש ווען זיי האבן געוואלט אפהאלטן פון געבן פערמיט'ס אויף צו בויען שולן אין שוין אנגעלייגטע ביזי ערטער, מיט די טענה קעגן דעם ווילעדש אז דא און דארט ביי די באהערדע'ס אייגענע בנינים איז אויך נישטא גענוג פארקינג

און ס'זעהט אויס דער ווילעדש האט מחליט געווען זיך נישט ארומצורייסן דעראויף, און האבן זיי געלאזט אלע צוגלייך אן קיין שום דיסקרימינאצע טון וואס זיי ווילן אפילו מ'האט געוויסט ברור אז ס'גייט זיין גרידלאק'ס

סעפייער האלל, חרדים, ביהמ"ד ויואל משה, אפיסעס נעבן אבני צדק, 4 בתי מדרשים מיט צוויי וואכעדיגע שמחה זאלן אויף קארטער, ביהמ"ד ברך משה קאזניץ, לעגאויס סאטמאר דרייוו, די ליסטע איז צו לאנג אבער יעדער ווייסט עטליכע פלעצער ווי ס'איז כסדר אנגעשטויסן

נאר ס'קען זיין אז וויבאלד דער עולם הייבט שוין אביסל אן שפירן די גרידלאק'ס, און מ'האט נישט גענוג ספעיסעס ווי צו פארקן ווינטער כדי' מ'זאל קענען שארן שניי, און אויף עטליכע פלעצער אין שטעטל דארפן פיסגייער ווארטן כמעט 5 מינוט צו קענען קראסן די גאס סעיף, איז אפשר ווערט שוין דער באדן גענוג רייף צו קענען אויפקלערן די עולם און באקימען א צוזאמען ארבייט פון נארמאלע ערנסטע פידבעק פונעם עולם

ס'זעהט נישט אויס אז נישט יעדער זעה'ט די מצב, במילא דרארף ארויסגעברענגט ווערן פארן עולם קלאר די איצטיגע מצב, און וויאזוי ס'גייט אויסקיקן אין 10 יאר ארום אויב ס'ווערט נישט קיין טויש אין די טרעפיק און בילדונג קאודס, ווייל כ'זעה למשל חברינו ggg האלט בכלל נישט אז ס'אזוי שלעכט (אפשר קומט ער פון די סיטי במילא איז נאך ק"י בחסדים), אבער ווען מ'טראכט וויאזוי ס'וועט אויסזעהן אפאר יאר ארום אן קיין טויש איז עס נישט ריאליסטיש גערעדט

וואס איז געווען ביז אהער איז שוין א פאקט, און צוריק גייט א קאזע, אבער אויף להבא, אויב מ'קען אוועק שטעלן בילדינג קאודס געבויעט אויף די פידבעק פון רוב מנין ובנין צוגלייך און מ'נעמט אריין יעדעם אינעם פראצעס פון אוועקשטעלן די קאודס וועט דער ווילעדש נישט האבן קיין שום פראבלעם צו אינפארסירן (און אפילו געווינען אין קארט ח"ו אויב איינער וויל זיך אנטקעגן שטעלן מיטן טענה אז דא און דארט איז אויך נישטא גענוג פארקינג)
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 8:29 pm

די אלע פלענער זענען זייער גוטע די פראבלעם איז נאר וועמענס לאט איז עס? וואס זאל עס געבן שיין במתנה פאר די ווילידש צו קענען בויען, קיין איין פון דעי אלע פלענער [חוץ אראפ האקן א בילדינג אויף פילמאר] איז נישט קיין לאט וואס איז אין די ווילידש סא עס איז בכלל נישט בידם,

נאך דעם די דעש ראוד וויפיל קאורטס זענען געווען צו קענען בויען דעי ראוד וואס מען האט יעצט געבויט, וויפיל מסירות זענען אריינגעגעבן געווארן,
פאר א סיבה איז עס אזוי געדרייט ווייל די שטאט האט נישט געוואלט געבן קיין פערמענט פאר א נייע ראוד היות עס איז וועיט לענד,
האט מען געמיזט ניצען אן אלטע פערמיט פון א אלטע שטיינערנע ראוד וואס איז דארט געווען ביז יעצט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 9:40 pm

קען נישט עמינענט דאומעין העלפן דערפאר?

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 10:18 pm

נאך עפעס וואס איז שוין געשריבן געווארן אין אן אנדערן אשכול, א וועג פון אינמיטן נינינגער (סטעיט פאליס ראוד), דורךשניידן ערגעץ ביי שכונת ויואל משה, אדער נאך פריער אנקומען צו קאנטי רוט 105 גראד צו עיקערס, עס וועט פארלייכטערן די טרעפיק ביים אריינגאנג צו בעיקערטאון, ווייל רוב גוים וואס ווילן גיין צו יענע זייט קאונטי רוט 105 וועלן שוין אריינגיין אינמיטן נינינגער און נישט אנקומען צו לעבן בעיקערטאון, אפילו קרית יואל איינוואוינער וועלן טייל גיין צו עיקערס וואס דארט וועט מעגליך זיין גרינגער אנצוקומען צו די געגנטער ווי סאטמאר דר. לעמבערג, קארלין, מאונטן וכו'.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 10:21 pm

יין המשומר האט געשריבן:דאס איז א זאך וואס וואלט גרינגער געמאכט פאר אסאך רייזנדע, ווען מען פארט פון העיס קיין אוהעל האט מען צוויי ברירות, אדער פארט מען אויף פארעסט דורך אלע טרעפיק לייטס און דאן דרייט מען זיך לינקס ווען ביורען, נאך א לינקס אויף גארפילד און צוריק. אדער אויב וויל מען שפארן די אומוועג קען מען נעמען די ריזיקע פון פארן דורך גארפילד אבער זינט עס טוישט זיך אינמיטן צו א וואן וועי מוז מען זיך איינדרייען ביים ביהמ"ד פארקינג לאט און דאן ווערן סטאק אונטער די קארס וואס האלטן אינמיטן ארויסבעקן/אריינפארקן.

איך פארשטיי אז ס'איז א שטיקל פראבלעם צו מאכן גאנץ גארפילד פאר א 2 וועי, אבער לדעתי כאפט די עיקר פראבלעם ביי די אריינגענג/ארויסגענג צו די פארקינג לאט, וואס איז אביסל שמאל (היות מען פארקט דארט אויך...)

טא קלער איך אז ליבערשט זאל מען זיך פארלייגן צו מאכן א וואן וועי ביים אריינפארן אינעם פארקינג לאט גופא, דהיינו אז דארט נעבן כולל זאל מען נאר מעגן אריינפארן און נישט ארויס (אלעמאל מאכט זיך דארט קאמפליקאציעס ווען איינער וויל פון דארט ארויספארן, די סכום ארויספארערס דארט איז ווארשיינליך קלענער ווי די אריינפארערס, טא איז עס נישט מער ווי יושר אז די אריינפארער זאלן דארט האבן ידם על העליונה).

ביים זייט פון די היכל (נאך די פת שחרית און באס סטאפ) זאל זיין בלויז א וועג ארויס (דארט נוצט מען אויך כמעט נישט אריינצופארן, און ווען יא איז טאקע דא קאמפליקאציעס).

און ביי די זייט פון די השבת אבידה היימאנ'ס גראסערי זאל זיין א 2 וועי, סיי פאר אריין און סיי פאר ארויס.

און גא גארפילד זאל זיין א געהעריגע 2 וועגן גאס.

(איך גלייב אז מיין יעצ תגובה איז עפעס וואס מאכט סענס אויף אן אמת. אויב איינער קען עס איבערגעבן פאר די באהערדע אפשר וועט עס עפעס אויסמאכן)


גיטע אדייע, עס וועט לכאורה איינשפארן אסאך קאפ וויי אויף גארפילד,

אבער לכאורה איז בעסער פארקערט אז אויף ארויס זאל זיין ביים כולל און אריין צו פארען זאל זיין ביים באס סטאפ, אזוי וועלן קענענן די ארויסקומענדיגע טראפיק נישט שטערן די אריינקימענדיגע טראפיק,

נאר א עצה אז די ארייקימענדיגע טראפיק פון העיס זייט זאל נאר קענענן אריינפארען צום פארקינג לאט, נישט קענענן פארקען פארענט פון ביהמי״ד, און קענענן פארקען פארענט פון ביהמי״ד זאל מען דארפן קומען פון די ווען ביורען זייט, פון די בעיק ביי די געוועזענע רבעצן שול וועט מען קענענן פארען מיט די קאר צו די אנדערע זייט שול אננצוקומען מיט די קאר צו די פארענט פון ביהמי״ד.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 10:28 pm

יין המשומר האט געשריבן:און נאך איינס.

עס זאל זיך ציען א ראוד פון די 105 קארנער סטעיט פאליס (נינינגער ראוד) ביז אינמיטן דעעש ביים דריי.

דארט וועט זיין ווי געהעריגע אינטערסעקשאן מיט א בלינקעדיגע רויטע לייט, קארס פון אלע 3 ריכטונגען וועלן זיך מוזן דארט אפשטעלן.
דערמיט לינדערט מען אויך די יעצטיגע פראבלעמען וואס קומען מיטן שארפן דריי אינמיטן גאס.


דאס איז א אלטע פלאן און שוין עטליכע מאל געווען באשריבען, עס איז מן הסתם נגנז געווארען צילוב די הויכע קאסטן דערפון, אדער ווייל אפשר קען מען דארט נאך בויען דירות, אדער יתכן מען האט נישט געקענט באקימען די לאט, אדער שטארק מעגליךאז מען וועט עס ברבות הימים נאכאמאל דעבאטירען.
לעצט פאראכטן דורך צהלה ושמחה אום דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 10:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 10:32 pm

יין המשומר האט געשריבן:מאפע 3.

דא גלייב איך אז אפשר א טייל פונעם חלום קען פארווירקליכט ווערן, זינט א גרויס טייל פון שטח (בראך'ס לאט) איז נאך ליידיג און גייט סייווי ווערן געבויעט מיט נייע גאסן, זאל עס עכ"פ העלפן די ביז יעצטיגע טרעפיק און נישט שווערער מאכן.

א שנעלערע וועג צו פארן פון סעקשאן 1 קיין עצי תמרים/בראך לאט, אדער דורך ליזענסק, אדער דורך פארעסט. ווי אויך האב איך צוגעלייגט (א זאך וואס גייט זיכער נישט פאסירן) א וועג דירעקט פון קראלי (נאכן פארברייטערן קראלי...), זאל דורכשניידן ווייטער פון סאטמאר ביז פארעסט, דארט וועט זיין נאך א רויט לייט אדער סטאפ סיין און א וועג דירקט קיין עצי תמרים, ריזשין אדער מעזבוזש.

ווי אויך וועט זיין א וועג אריין פון מאונטעין קעגנאיבער סאסוב.

(אלעס מיינע חלומות, ווערט נישט פרייליך אדער צעטראגן)


עס איז דא א פראבלעם אז גאנץ קר״י איז דעד-ענדס, לויט די ארגינעלע פלענער האט פילמער געדארפט זיין אפן צו מירון, מירון אפן צי ווען ביורען, זענטע אפן צו פארעסט, נאר אמאל ווען קר״י איז געווען קליין האבן די בעלי בתים איינגעצאלט פארוועם מען האט געדארפט צאלן, און יעדער האט זיך פארזיכערט אז זיין גאס בלייבט פארמאכט, און יעצט עסט מען די תוצאות דערפון.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 10:36 pm

יין המשומר האט געשריבן:אויב שוין אויסלופטערן, נאט אייך עטליכע מאפעס מיט צוגעלייגטע גאסן פון מיין דמיון אז דאס קען בעסער מאכן די טרעפיק.

מאפע 1.

מען האט גערעדט פון מאכן א ראוד פון ברך משה דירעקט צו עיקערס, שפעטער האט זיך עס געטוישט אז מען וועט מאכן בלויז פון ברך משה צום 105. (אדער גייט די מעשה פארקערט)
.....
(כדאי צו באמערקן אז די ווייסע ליניע אויפ'ן בילד וואס זעט אויס ווי עס גייט טאקע א גאס פון דינוב צו עיקערס, דאס איז גוגל'ס שולד... ס'איז נישטא אזא גאס, בלויז א שארטקאט פאר פוסגייער)


דארט האט אפשר אויך געקענט זיין א ראוד, נאר דארט האבן זיך אויך די תושבים פארזיכערט - מעגליך מיט רעכט - אז די ראוד זאל זיין איבעראל ווי אימער, אבער נישט ביי מיר עימי במיחצתי.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 11:22 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:
יין המשומר האט געשריבן:דאס איז א זאך וואס וואלט גרינגער געמאכט פאר אסאך רייזנדע, ווען מען פארט פון העיס קיין אוהעל האט מען צוויי ברירות, אדער פארט מען אויף פארעסט דורך אלע טרעפיק לייטס און דאן דרייט מען זיך לינקס ווען ביורען, נאך א לינקס אויף גארפילד און צוריק. אדער אויב וויל מען שפארן די אומוועג קען מען נעמען די ריזיקע פון פארן דורך גארפילד אבער זינט עס טוישט זיך אינמיטן צו א וואן וועי מוז מען זיך איינדרייען ביים ביהמ"ד פארקינג לאט און דאן ווערן סטאק אונטער די קארס וואס האלטן אינמיטן ארויסבעקן/אריינפארקן.

איך פארשטיי אז ס'איז א שטיקל פראבלעם צו מאכן גאנץ גארפילד פאר א 2 וועי, אבער לדעתי כאפט די עיקר פראבלעם ביי די אריינגענג/ארויסגענג צו די פארקינג לאט, וואס איז אביסל שמאל (היות מען פארקט דארט אויך...)

טא קלער איך אז ליבערשט זאל מען זיך פארלייגן צו מאכן א וואן וועי ביים אריינפארן אינעם פארקינג לאט גופא, דהיינו אז דארט נעבן כולל זאל מען נאר מעגן אריינפארן און נישט ארויס (אלעמאל מאכט זיך דארט קאמפליקאציעס ווען איינער וויל פון דארט ארויספארן, די סכום ארויספארערס דארט איז ווארשיינליך קלענער ווי די אריינפארערס, טא איז עס נישט מער ווי יושר אז די אריינפארער זאלן דארט האבן ידם על העליונה).

ביים זייט פון די היכל (נאך די פת שחרית און באס סטאפ) זאל זיין בלויז א וועג ארויס (דארט נוצט מען אויך כמעט נישט אריינצופארן, און ווען יא איז טאקע דא קאמפליקאציעס).

און ביי די זייט פון די השבת אבידה היימאנ'ס גראסערי זאל זיין א 2 וועי, סיי פאר אריין און סיי פאר ארויס.

און גא גארפילד זאל זיין א געהעריגע 2 וועגן גאס.

(איך גלייב אז מיין יעצ תגובה איז עפעס וואס מאכט סענס אויף אן אמת. אויב איינער קען עס איבערגעבן פאר די באהערדע אפשר וועט עס עפעס אויסמאכן)


גיטע אדייע, עס וועט לכאורה איינשפארן אסאך קאפ וויי אויף גארפילד,

אבער לכאורה איז בעסער פארקערט אז אויף ארויס זאל זיין ביים כולל און אריין צו פארען זאל זיין ביים באס סטאפ, אזוי וועלן קענענן די ארויסקומענדיגע טראפיק נישט שטערן די אריינקימענדיגע טראפיק,

נאר א עצה אז די ארייקימענדיגע טראפיק פון העיס זייט זאל נאר קענענן אריינפארען צום פארקינג לאט, נישט קענענן פארקען פארענט פון ביהמי״ד, און קענענן פארקען פארענט פון ביהמי״ד זאל מען דארפן קומען פון די ווען ביורען זייט, פון די בעיק ביי די געוועזענע רבעצן שול וועט מען קענענן פארען מיט די קאר צו די אנדערע זייט שול אננצוקומען מיט די קאר צו די פארענט פון ביהמי״ד.


יין המשומר

צו נעמען דיין איידיע איין סטעפ ווייטער, לייג צו קאפ צו די פאלגענדע פרטים:

1) ביי די באס סטאפ זייט פארט מען אריין אינעם פארקינג לאט, עס איז א איין וועג אויף אריין.

2) ביי די כולל זייט פארט מען ארויס, עס איז א איין וועג אויף ארויס.

3) גאנץ גארפילד ווערט א טו וועי סטריט,

4)אבער די לעין וואס קימט פון העיס צו ווען ביורען ווערט בלאקירט נאך די באס סטאפ, אז מען זאל זיך מוזען איינדרייען צו די זייטיגע פארקינג לאט צווישן כולל און די ביהמי״ד,

5) די יעצטיגע עפענוג פון די פארקינג לאט פארענט פון ביהמי״ד ווערט בלאקירט אז מען זאל נישט קענענן פון דארט אריינפארן צו די זייטיגע פארקינג לאט צווישן ביהמי״ד און כולל

6) עס ווערט געפענט א נייע עפענוג אפאר פוס ארויפציר אז די קארס וואס קומען ארויס פארענט פון ביהמי״ד פארקינג לאט זאלן קענענן מאכען א רעכטעס אדער א לינקס.

7) אין בעיק ביי די רבצין שול וועט זיין א איין וועי פון די זייטיגע פארקינג לאט צום ביהמי״ד פארקינג לאט - די השבת אבידה זייט, אזוי וועט מען קענענן אנקומען פארענט פון ביהמי״ד פון די העיס זייט.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”