די גרעסטע חידוש פון די אלע מעשיות איז א זאך וואס איך ווער ערשטוינט. מען האט נאך פון די ווילידזש נישט געהערט קיין ווארט איבער טראפיק די לעצטע זייער זייער צי לאנגע צייט.
יעדער פארשטייט אז מען האט דא א פראבלעם וואס טוט זיך אסאך שווערער ווי געשריבן, אבער וואס איז די דינערדיגע שטילקייט?
יעדער אין קר״י ווייסט אז מירון איז א דיזעסטער, און?
קאהאן דרייוו ווערט נאר ערגער מיט די טאג (וואו גייען די ״אחריותדיגע״ באסעס אראפלייגן די קינדער ביי די נייע בילדינג פון די ב״ר וואו? אויפן ראוד צווישן קארס?) מען ווארט דארט אויף ניסים? און ווען ווייניארד גייט זיך עפענען?
מען גיבט ארויס באשטעטיגונגגען צו ריזיגע פראיעקטן אן קיין פארקינג, מען גיבט אפראוועלס מיט בת היענה׳דיגע אויגן?
די נייע ביזנעס סענטער, וואו גייט מען פארקן? אויפן דאך?
אויף וואס ווארט מען? אז דער עולם - ווי איך למשל - וואס האבן נאך ביי יעדע וואוט ערליך געגאנגען וואוטן ווייל ״מען דארף פאלגן״ זאל איין טאג דיסיידן אז ביים וואוטן גייט מען אויסגיבן די ווייטאג? מיטן פולסטן רעספעקט אז ״מען טוט״, זעהט אבער פון די אנדערע זייט יעדן טאג רעדיקעלעס שריט וואס הייבן ברעמען!
#געלייזט די דירות מאנגל מיט א טראפיק קריזיס.
לאמיר אויסניצען אונזער טאלאנט צו גיטען, און לאמיר אויפקימען מיט איידיעס וואס קען מען יעצט טיען צו לינדערן די שווערע טראפיק פראבלעמען.
ביטע נאר שרייבען און דיסקאסן איידיעס איבער די נושא האשכול, לאמיר לאזן די העיט איבער ווי אזוי מען דרייווט אדער ווי אזוי פארקט אינדרויסן פון די אשכול.