ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל, אלע וואס האבן געזאגט פאר קאנגרעסס אז סיניש געווען קיין קעלוזשן וואלטן געדארפט ווערן אינדייטעד אויב וואלט מוללער יא געטראפן... סאו די פאקט אז סינישטא מער קיין אינדייטמענטס ווייזט אז סינישטא קיין קעלוזשן!

ווען איך בין יעצט טראמפ, מאכעך א כל הנערים! איך פייער די אלע פראסיקיוטערס, איך פארדאן אלע אנגעקלאגטע, שטייצעך חוץ קאהען... אלעס אויפאמאל!!! און איך שטעל אריין געהעריגע חברה... די פאלק גייטעם גיבן גערעכט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל, טראמפ׳ס שווייגעניש אויף טוויטער האט די זעלבע פשט ווי די טעג וואס ער טוויט 50 מאל. און די ביסט חוקר ודורש?

———

די מוללער וויטשהאנט איז פאריבער, זיין באריכט איז אפציעל קלאסעפעצירט, ס׳וועט לכאורה זיין די געשפרעך פון טאג פאר די קומענדע שיינע פאר טאג זיכער. אויף דערווייל יובל׳ן די טראמפ׳סטערס מיט פרייד אז פיינעלי איז די זאך פארטיג, און די אנטי טראמפערס זענען פארנומען מיטן אפילו חרב מנחת.. די ריפארט איז דאך נאך פארזיגלט, וואדע פריצייטיגע סימכע?

די אמת איז אבער אזוי, די סימכע [איך שרייב דירעקט סימכע מיט אזוי, ווייל דאס איז נישט די עכטע שמחה פון משנכנס אדר מרבין בשמחה] איז לאו דוקא אויף די קאלאזשן חלק, ווייל ווי געזאגט ווייסט מען נאכנישט וואס ענדרא ווייסמאן האט דארט געשריבן, וואס מ׳ווייסט איז אבער שוין יעצט איז דאס פאלגענדע.

1) קודם אז די אינוועסטיגעשן איז אווער, ״די קלאוד״ איז פיינעלי ״געליפטעט״.

2) אויף טראמפ האט מוללער נישט געפונען קיין שום קריים! ער איז נישט געווארן אנגעקלאגט, און ער [מוללער] רעקאמענדירט נישט קיין צוקומפטיגע קלאגעס אויפן פרעזידענט.

2) אויף קיינע פון די טראמפ פאמיליע [קושנער, טראמפ דזשוניער ועוד] האט מוללער נישט געטראפן קיין שום קריים, און ס׳ערווארט זיי נישט קיין צוקונפטיגע קלאגעס!

3) א נקמה גדולה אין די קאנגרעס דעמעקראטן, ובראשם עדעמס שיף.

4) א מעכטיגע קלאפ פאר די פעיק נאוז מידיע - די ענעמי אוו די פיפאל.

5) א הילכיגער פראסק פאר די געוועזענע און קאראפטירטע FBI דערעקטאר דזשעימס קאומי. ער האט געליקט די מעמאוס מיטן חשבון צושטאנד צוברענגען די ספעשעל קאונסיל, און האט געהאפט אז זיין פייערונג וועט עווענטועל ברענגען אבסטראקשן אוו דזשאסטעס קלאגעס אויפן פרעזידענט.

יעצט, צו שפעקאלירן וואס ס׳קען אלטס דארט יא שטיין אדער נישט איז ממש אשאד דיין צייט. ענדערש ווארט מיט געדולד אויפן קומענדיגן מעלדונג. אבער אויב מיז מען יא עפעס פרעדיקטן, וואלט איך געזאגט אז די ריפארט ענדילט מסתמא צו די קאומי באריכט אויף די קלינטאן אימעיל סקאנדאל, נאר אויף פונקט א פארקערטע לעוול.

דארט [ביי די קלינטאן אינוועסטיגעשן] איז געווען גענוג שטאף פאר א קעיס, נאר די אינוועסטיגעשן איז אנגעפירט געווארן דורכן אירע שטיצער וואס האבן זיכערגעמאכט זיך צושפילן מיט די ווערטער, איר צו טראגן ביז ביז ביז קלאגעס, ולא עד בכלל. משא״כ די מוללער אינוועסטיגעשן איז קיין קעיס נישט פארהאן, פארט איז די אינוועסטיגעשן אנגעפירט געווארן דורך א גרופע אויפגערעגטע דעמעקראטן, וועלן זיי ניצן [האבן זיי געניצט] אלע שפראכן צו שלעפן טראמפ פון ווינדעקעישן, ביז ביז ביז קלאגעס, ולא עד בכלל.

עגען, די סימכע האט מיט קיין יא / נישט קאלאזשן גארנישט איינגעשטויסן. ס׳איז אזוי אויך פארהאן גענונג מיט וואס זיך צו פרייען, סיי מצד טראמפ׳ס זיג, און סיי מיט זיינע שונאים׳ס נידערלאגע, און ספעסיפיקלי בנוגע די ריפארט איז נשיט שייך פאראויסצושאצן, און אויב מיז מען יא פרעדיקטן, האבעך פרעדיקטעט.
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום זונטאג מארטש 24, 2019 1:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

טענקס טשאדי, אריינגעקומען צודרייט קלאר.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כפארשטיי נישט פארוואס דער עולם איז בייז מיט טראמפס קאממענטס, מקעין איז טאקע געווען א מלחמה העלד אבער פרעזענליך האט ער פיינט געהאט אונזער יעצטיגע פרעזידענט און נישט בלויז פיינט געהאט נאר גאר אפיציעל געווען פון די וואס האבן געליפטערט די א.ג. דאסיער
אויב איז מקעין אזא העלד פארן לאנד וואלט ער נישט געטוען אזא זאך אקעגן איר לעגיטימער פרעזידענט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
cookies
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cookies »

BY THE NUMBERS: In light of the Mueller report coming to an end after two long years, here it's compared to other headlines the mainstream media reported on:

- WaPo wrote 188 more stories about the Russia Investigation than the defeat of ISIS.

- NY Times wrote 619 more stories about Russia than on the renegotiation of NAFTA.

- CNN wrote 891 more stories about Russia than stories about the middle class tax cuts.

-theReelofNews / R.McDaniel
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

טשאדעלע זייער קלאר
טוויטער האט געמיינט אז 140 קאראקטארן איז צו קורץ פאר א שטארקע טוויט, היינט זעהט מען אז 0 קאראקטארן קומט גאר אריין שטערקער פון סיי וועלכע טוויט, די שווייגניש רעדט זייער שטארק

--

צו מען קען שוין אוועקלייגן דעם שך ברעטל? כ׳מיין אז נישט, די שך שפיל איז נאכנישט פארענדיגט

...די שפילער וועלן זיך מעגליך טוישן

יעצט דארף נאר דער שפילער פון די שווארצע זייט זיך זעצן ביי די ווייסע, אין די ווייסע ביי די שווארצע, אין לאמיר ארויף ברענגן קלינטאן אויפן שפיל, אנהויבן אן אויספארשונג, מוללער בלייבט דאך ספשעל קאונסול, ער איז אומפארטייאיש, מען דארף נאר טוישן די טיעם צו בלויז ריפאבליקאנער, אין געגאנגען (אפילו די קעפל פון די אשכול קען פארבלייבו די זעלבע, עס רעדט זיך בכלל נישט פון רוסלאנד)

בענגאזי, אימעיל, קאומי, די ען סי, פריוואטע קריימ׳ס, רילעיטיד קריימ׳ס - איין זאך וועט זיי פעהלן: די געשמאקע שופר פון טראמפ, די טעגליכע טוויטס, די מוט אין גייסט צו ווייטער אנגיין אין זיך נישט לאזן פאלן פון די בייזוויליגע ווינטן!
נו גוט, נו שוין!
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

און וואס איז יעצט מיט נאדלער, ער הייבט ערשט יעצט אן, גייט ער מעלה גרה זיין די זעלבע פארשטינ..ע פיש ?
'ומאתים לנוטרים את פריו'
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

ס'קוקט מיך אויס ווי מאללער איז אנטלאפן אינמיטן טוהן זיין ארבעט.

קען איינער מסביר זיין וואס ס'טוט זיך מיט די מחוצף קארסי?

וואס גייט פאר מיט די רוסישע קאמפעני וואס פייט מאללער אין קאורט?

וואס גייט זיין מיט ראדשער סטאון?

זייער אסאך זאכן מאכן נישט קיין סענס דא.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'בלייבן נאך ארום 10 חברה ענדיגן די אפענע קעיסעס, אבער די חלק ה'אינוועסטיגעישן איז פארטיג!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

קארסי האט געהאט א פלי דיעל און האט עס נישט אנגענומען, מאללער האט אים געסטראשעט מיטן איינזעצן און ער האט זיך אויסגעלאכט.

קוקט אויס ווי זיי האבן פארגעסן פון אים אדער האבן זיי נישט געהאט קיין קעיס און אויב פלין וואלט נישט גענומען א פלי דיעל וואלט ער אויך געווען פריי.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:צל, טראמפ׳ס שווייגעניש אויף טוויטער האט די זעלבע פשט ווי די טעג וואס ער טוויט 50 מאל. און די ביסט חוקר ודורש?

———

די מוללער וויטשהאנט איז פאריבער, זיין באריכט איז אפציעל קלאסעפעצירט, ס׳וועט לכאורה זיין די געשפרעך פון טאג פאר די קומענדע שיינע פאר טאג זיכער. אויף דערווייל יובל׳ן די טראמפ׳סטערס מיט פרייד אז פיינעלי איז די זאך פארטיג, און די אנטי טראמפערס זענען פארנומען מיטן אפילו חרב מנחת.. די ריפארט איז דאך נאך פארזיגלט, וואדע פריצייטיגע סימכע?

די אמת איז אבער אזוי, די סימכע [איך שרייב דירעקט סימכע מיט אזוי, ווייל דאס איז נישט די עכטע שמחה פון משנכנס אדר מרבין בשמחה] איז לאו דוקא אויף די קאלאזשן חלק, ווייל ווי געזאגט ווייסט מען נאכנישט וואס ענדרא ווייסמאן האט דארט געשריבן, וואס מ׳ווייסט איז אבער שוין יעצט איז דאס פאלגענדע.

1) קודם אז די אינוועסטיגעשן איז אווער, ״די קלאוד״ איז פיינעלי ״געליפטעט״.

2) אויף טראמפ האט מוללער נישט געפונען קיין שום קריים! ער איז נישט געווארן אנגעקלאגט, און ער [מוללער] רעקאמענדירט נישט קיין צוקומפטיגע קלאגעס אויפן פרעזידענט.

2) אויף קיינע פון די טראמפ פאמיליע [קושנער, טראמפ דזשוניער ועוד] האט מוללער נישט געטראפן קיין שום קריים, און ס׳ערווארט זיי נישט קיין צוקונפטיגע קלאגעס!

3) א נקמה גדולה אין די קאנגרעס דעמעקראטן, ובראשם עדעמס שיף.

4) א מעכטיגע קלאפ פאר די פעיק נאוז מידיע - די ענעמי אוו די פיפאל.

5) א הילכיגער פראסק פאר די געוועזענע און קאראפטירטע FBI דערעקטאר דזשעימס קאומי. ער האט געליקט די מעמאוס מיטן חשבון צושטאנד צוברענגען די ספעשעל קאונסיל, און האט געהאפט אז זיין פייערונג וועט עווענטועל ברענגען אבסטראקשן אוו דזשאסטעס קלאגעס אויפן פרעזידענט.

יעצט, צו שפעקאלירן וואס ס׳קען אלטס דארט יא שטיין אדער נישט איז ממש אשאד דיין צייט. ענדערש ווארט מיט געדולד אויפן קומענדיגן מעלדונג. אבער אויב מיז מען יא עפעס פרעדיקטן, וואלט איך געזאגט אז די ריפארט ענדילט מסתמא צו די קאומי באריכט אויף די קלינטאן אימעיל סקאנדאל, נאר אויף פונקט א פארקערטע לעוול.

דארט [ביי די קלינטאן אינוועסטיגעשן] איז געווען גענוג שטאף פאר א קעיס, נאר די אינוועסטיגעשן איז אנגעפירט געווארן דורכן אירע שטיצער וואס האבן זיכערגעמאכט זיך צושפילן מיט די ווערטער, איר צו טראגן ביז ביז ביז קלאגעס, ולא עד בכלל. משא״כ די מוללער אינוועסטיגעשן איז קיין קעיס נישט פארהאן, פארט איז די אינוועסטיגעשן אנגעפירט געווארן דורך א גרופע אויפגערעגטע דעמעקראטן, וועלן זיי ניצן [האבן זיי געניצט] אלע שפראכן צו שלעפן טראמפ פון ווינדעקעישן, ביז ביז ביז קלאגעס, ולא עד בכלל.

עגען, די סימכע האט מיט קיין יא / נישט קאלאזשן גארנישט איינגעשטויסן. ס׳איז אזוי אויך פארהאן גענונג מיט וואס זיך צו פרייען, סיי מצד טראמפ׳ס זיג, און סיי מיט זיינע שונאים׳ס נידערלאגע, און ספעסיפיקלי בנוגע די ריפארט איז נשיט שייך פאראויסצושאצן, און אויב מיז מען יא פרעדיקטן, האבעך פרעדיקטעט.


אויב מען נעמט אין באטראכט די פשוט'ע פאקט אז מולער האלט אז ער קען נישט אנקלאגן טראמפ, זענען אלע נאמבערס חוץ די צווייטע נאמבער 2 פשוט נאנסענס דערווייל.

איין גרויסע שמחה איז דא, מען קלאגט נישט אן די קינדער.

נאך א מעידזשער זאך איז דא, אז מולער האט פארמאכט דאס געשעפט, אבער דאס ווייסעך שויניש וועם סעהעלפט, לויט וואס @ שרייבער ברענגט ארויס.

@ קרייסלער צוויי זאכן, קודם מקעין איז שוין טויט, צווייטנס, אויב דו האט אזא דאסיער וואלטסטו עס אויך געברויכט געבן פאר די FBI.

חוץ מזה איז ער נישט קים. מען פארגעסט אינגאנצן קים איז א מאסן מערדער, און דער פרעזידענט גלייכט אים, איז אין ליבשאפט מיט אים, נעמט אראפ סאנקציעס, פארוואס? ווי ער זאגט אליינס, "ער שרייבט מיר שיינע בריוון.

נאך איין מזל אז די דיעפ סטעיט האט נאך א שטיקל גריפ אויף אים.

א קינדערגארטן אינגל, קים איז זיין פרענד ווייל ער שיקט אים שיינע בריוון. מקעין, דער מערסט ארויפגעקוקטער ווערטעראן אין לאנד, צווישן וועטעראנען, נישט קיין חילוק אויב עס געפעלט ענק, רייסט ער אראפ שבת זונטאג מאנטאג דינסטאג אין א צי, פארוואס? אה, ווייל ער האט איבערגעגעבן באשולדיגונגען קעגן טראמפ פאר די FBI זיי זאלן געוואר ווערן אויב עס איז אמת.

און נאכאמאל וואס איך האב שוין געשריבן אסאך מאל, עס מאכט כמעט גארנישט אויס אויב עס איז געווען קאלוזשען.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

@צל עובר
אז מולער האלט אז מ'קען נישט אנקלאגן טראמפ מיינט עס אז די גאנצע זאך איז געווען א מכשפה געיעג.
און די שמחה קומט שוין איינמאל אריין.

שרייבער'ס רעטאריק איז אפי' נישט ווערד צו פארענטפערן.

יעצט צו מעקעין, לאמיר זיך נישט נער'ן, מעקעין האט געהאט א פערזענליכע פייט אנטקעגן טראמפ, ער האט גערעדט און געטוהן צענדליגער זאכן אנטקעגן טראמפ, ועל כולם איז ער אסאך שולדיג אין די אויספארשונגן, און אין פארשפרייטן די פעיק דאסיער. און אלעס האט ער געטון מיט די רשות צעטל פון "מלחמה וועטעראן"
נו אוודאי רייסט איהם טראמפ אראפ, כ'האף איהר פארשטייט אז טראמפ איז נישט פון די מענטשן וואס זענען שומעים חרפתם ואינם משיבין...

משא"כ נארט קארעא האפט ער נאך איין טאג צו מאכן א דיעל מיט איהם, און די אלע חנופה ווערטער איז געצילט אז קים זאל זיך נאכאמאל זעצן צום טישל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יואל שרייבער האט געשריבן:דער מצב איז ביטער, ברידערלעך, יעצט אז די מידיע וועט שוין נישט האבן קיין קאלוזשען צו זיין פארנומען דערמיט, פון וואס וועט מען רעדן ?




אז אייסיס איז פארטיג!!!
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

יואל שרייבער האט געשריבן:דער מצב איז ביטער, ברידערלעך, יעצט אז די מידיע וועט שוין נישט האבן קיין קאלוזשען צו זיין פארנומען דערמיט, פון וואס וועט מען רעדן ? פון די עקאנאמישע פארשטייטערונג?
אטעטשמענטס
20190324_082947.jpg
20190324_082947.jpg (424.96 KiB) געזען 1205 מאל
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

און... צוויי פרישע טוויטס
אטעטשמענטס
Screenshot_20190324-084114.png
Screenshot_20190324-084114.png (547.28 KiB) געזען 1174 מאל
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

צל עובר האט געשריבן:@ קרייסלער צוויי זאכן, קודם מקעין איז שוין טויט, צווייטנס, אויב דו האט אזא דאסיער וואלטסטו עס אויך געברויכט געבן פאר די FBI.

מאך דיך נישט טעמיש ער האט קלאר געוויסט אז די דאסיער איז גארביזש און ער האט געוויסט אז די FBI ווייסט ער האט עס נאר געוואלט שטערקער מאכן ווייל ער איז א ריפאבליקען כאילו עס איז נישט קיין פאליטישע זאך דאס קומט פון די זעלבע מקור ווי די גאנצע זאך און אויך ער האט עס געגבן פאר די מידיע וואס אפילו ווען ער וואלט נישט געוויסט אז עס גארביזש ווייזט וואס זיין כוונה איז געווען סאו שטיפ דיך נישט צו דן זיין לכף זכות דעם בהמה

און מעקאנעל האט ווען שכל וואלט ער זיך געהאלטן שטיל ווייל טראמפ איז גערעכט און קעגען מקעין איז ער נישט מחיוב צו רעדן אבער גיין יעצט רעדן בשבח מקעין ווען עס איז ארויסגעקומען וואספארא שגץ און הינט ער איז געווען איז נישט אין פלאץ
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:און... צוויי פרישע טוויטס


דער וויל אויסקעשן אביסל פי אר, ער ציט אן דעם עולם..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

קום מיר איינער מסביר זיין וואס מאללער האט געוואלט פון פלין? אים געמאכט איינגיין אויף א פלי און געבעטען די דשאדש אים נאכנישט איינציזעצן 20 מאל ווייל ער העלפט ארויס אין זייער אסאך וויכטיגע קעיסעס, לויט ווי איך פארשטיי איז קיינער נישט געווארן אינדייטעט אדער געשען עפעס צי איינעם דורך פלין'ס קאפערירען.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:אויב מען נעמט אין באטראכט די פשוט'ע פאקט אז מולער האלט אז ער קען נישט אנקלאגן טראמפ, זענען אלע נאמבערס חוץ די צווייטע נאמבער 2 פשוט נאנסענס דערווייל.

איין גרויסע שמחה איז דא, מען קלאגט נישט אן די קינדער.


אויב קען ער נישט קלאגן, האט ער נישט געקענט קלאגן מענעפארט אויכנישט. והשינית, ער וואלט כאטש ראקאמענדירט קלאגעס פארן אטורני דזשענעראל. און דאס איז א איינציגסטע און וויכטיגסטע פונקט וואס מ׳ווייסט פון די מוללער ריפארט, און דאס איז אז ער ראקאמענט נישט קיין פיוטשער אינדייטמענס!

נאך א מעידזשער זאך איז דא, אז מולער האט פארמאכט דאס געשעפט, אבער דאס ווייסעך שויניש וועם סעהעלפט, לויט וואס @ שרייבער ברענגט ארויס.


@שרייבער ברענגט ארויס א גוטע פונקט, ווייל ס׳איז קלאר ווי די טאג אז די מוללער אינוועסטיגעשן האט אים צוגעגעבן שטיצער.. בעסער געזאגט, ס׳האט רעדיקעלייזט זיינע שטיצער קעגן די דיעפ סטעיט. דאס מיינט אבער נישט אז די אינוועסטיגעשן האט זיך ווען געברויך ציען ביזן עלעקשן אריין, א פרעזידענט וואס לויפט פאר ווידערוויילונג און איז אנדער אינוועסטיגעשן איז א מייניס! אבער א פרעזידענט וואס איז געטאָרטשט געווארן דורך א ספעשעל קאונסיל און די ס״ה וואס מ׳האט געטראפן איז געווען אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט איליגעל געספּייט אויף זייער אפאנענט, דאס איז א מעכטיגע קאמפיין טול פאר טראמפ!

@ קרייסלער צוויי זאכן, קודם מקעין איז שוין טויט, צווייטנס, אויב דו האט אזא דאסיער וואלטסטו עס אויך געברויכט געבן פאר די FBI.

א קינדערגארטן אינגל, קים איז זיין פרענד ווייל ער שיקט אים שיינע בריוון. מקעין, דער מערסט ארויפגעקוקטער ווערטעראן אין לאנד, צווישן וועטעראנען, נישט קיין חילוק אויב עס געפעלט ענק, רייסט ער אראפ שבת זונטאג מאנטאג דינסטאג אין א צי, פארוואס? אה, ווייל ער האט איבערגעגעבן באשולדיגונגען קעגן טראמפ פאר די FBI זיי זאלן געוואר ווערן אויב עס איז אמת.


די פייט מ׳קעין האט זיך ארגינעל אנגעהויבן ווען מ׳קעין האט נאך א טראמפ ראלי אין אריזאנע אנגערופן די פיפצן טויזענט משתתפים ״משוגעים״. ומשם ואילך איז עס געגאנגען א פראסק פאר א פראסק.
די מ׳קעין/דאסיע איז אריינגעקומען סאאאך שפעטער, און פאר א סיבה איז די דאסיע אנגעקומען אין זיינע הענט, און פאר א סיבה איז ער געווען דער וואס איז געווען עפעס אזוי משוגע באזארגט אז רוסלאנד קען חלילה בלעקמעילן אונזער פרעזידענט יר״ה. חס מלהזכיר..
די מאכט פון מיר חוזק?

נאך איין מזל אז די דיעפ סטעיט האט נאך א שטיקל גריפ אויף אים.

העיט!

און נאכאמאל וואס איך האב שוין געשריבן אסאך מאל, עס מאכט כמעט גארנישט אויס אויב עס איז געווען קאלוזשען.


אז ס׳איז נישטא קיין קאלאזשען, וואס ארט דיר אזוי צו זאגן? ס׳ארט דיר נישט. רוף עס וויזוי די ווילסט. טראמפ שווענץ, הייסע חסידים, בלינדע שטיצער.. יא נעים איט. די פאקט איז אבער אז די דיעפ סטעיט איז געפראווד געווארן צו זיין א פאקט, און קאלאזשען איז געפראווד געווארן צו זיין א האוקס!
רשעות קאלטע סעלצער
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

וואס איז די אנזעץ פון די לינקע דא? זיי דארפן ווען זיין פרייליך אז עס איז נתגלה געווארען אז רוסלאנד האט נישט געמישט אין די אמעריקאנער וואלן?!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

באר איז נעכטן אהיים 7 אזייגער פון די ארבעט

איצט איז ער צוריק ערשינען עמער זעהן אויב/ וועלכע דעוועלאפמענטס עס קומען באלד

STAY TUNED
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ראזנסטיין נארוואס ערשינען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ליינער אויף אייוועלט מעגן שעצן די פאקט אז דא האט מען שוין באריכטעט פרייטאג פארמיטאג אז קיינע פרישע אנקלאגעס קומען
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג מארטש 24, 2019 11:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ביג טיים שעצן מיר דיינע באריכטן!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ווייסע הויז האט נאך דערווייל נישט באקומען קיין פיפס און זיצט נאך אויך אין די טונקל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”