וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דאנארשטאג יוני 10, 2021 11:06 am

פארוואס טראגט מען זיי נישט אוועק?
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי



בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך בעקעלע.הפוכה » דאנארשטאג יוני 10, 2021 11:27 am

נייע פאטענט דורך מדנ"י פאר די בינען-מגיפה דורך וויירוס איזעקטן
עס איז אויף היברו - ווער עס וויל קען עס איבער טייטשן פארן היגער ציבור,
https://www.dropbox.com/s/3o1w2ssg9iavh ... E.mp4?dl=0

אוועטאר
מר קאפלאווסקי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך מר קאפלאווסקי » דאנארשטאג יוני 10, 2021 11:50 am

ר' זכריה וואלערשטיין דערציילט זיינע מיטלעבענישען אין די 'אמזון דזשונגעל' פאר 4 טעג

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=152579

פאנגט אן ביי בערט 25 מינוט ביז צום סוף

זייער אינטרעסאנט (אין ענגליש)

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יוני 10, 2021 11:55 am

אדם א מענטש האט געשריבן:
The Chinese government owns nearly all the giant pandas on earth. And American zoos will shell out up to $1 million a year to rent just one. Most sign 10-year "panda diplomacy" contracts, and if any baby cubs are born, they pay an additional one-time $400,000 baby tax.

אנשטאט כינע זאל כאטש צאלן פאר דעם וואס דורך די זוס' באהאנדלונגען באקומען זיי פרישע פאנדאס, אדער כאטש זאגן שכח, פארלאנגען זיי נאך געלט פאר די בעבי!!

אנריעל אומפארשעמטע.

הענדימען האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:כ'וואלט זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט. ס'דאך אפנארמאל פון כינע.

כ'ווייס נישט צי סיי וועלכע אנדערע לאנד וואלט געווען בעסער, כ'בין נישט באקאנט אין די נושא. אבער פון כינע איז "גארנישט" אבנארמאל. אויב ווילן זיי און זיי קענען, דאן טוהען זיי עס

לאמיר נישט פארדרייען דעם אשכול

100%.

און ניטאמאל איז טיבעט עכט זייערס, נאר גע'גנב'עט...

--------

אבער די זוס גייען איין אויף דעם, ווייל עס לוינט זיך, עס ברענגט גאר אסאך באזוכער צו א זו וואס האט א פאנדע.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
אדם א מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך אדם א מענטש » דאנארשטאג יוני 10, 2021 12:59 pm

צל עובר האט געשריבן:און ניטאמאל איז טיבעט עכט זייערס, נאר גע'גנב'עט...

וואס איז די מעשה מיט טיבעט?
oahmentchאצלgmail.com

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יוני 10, 2021 1:12 pm

עס איז דא אזא זאך טיבעט, דארט וואוינען טיבעטישע, ערגעץ אין די פארגאנגענהייט האט זיך טשיינע משתלט געווען דארט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך נפשי חמדה » פרייטאג יוני 11, 2021 3:06 am

צל עובר האט געשריבן:עס איז דא אזא זאך טיבעט, דארט וואוינען טיבעטישע, ערגעץ אין די פארגאנגענהייט האט זיך טשיינע משתלט געווען דארט.

ויש אומרים - עשרת השבטים.
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך נפשי חמדה » פרייטאג יוני 11, 2021 3:10 am

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:ר' זכריה וואלערשטיין דערציילט זיינע מיטלעבענישען אין די 'אמזון דזשונגעל' פאר 4 טעג

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=152579

פאנגט אן ביי בערט 25 מינוט ביז צום סוף

זייער אינטרעסאנט (אין ענגליש)

דרייוובאקס?
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6462
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך eller » זונטאג יוני 13, 2021 4:37 pm

א פיש כאפער וועלכע גיבט זיך אפ מיט פאנגען לאבסטערס איז געווארן טיילווייז איינגעשלינגען אטאקירט און צו זיין גרויס מזל, אויסגעשפיגן דורך א האמפבעק וועיל-פיש, זייענדיג 30 פיס טיף אין די מויל פאר א שטיק צייט, זאגנדיג אז די פיש האט אים פרובירט שלינגען. ער ווערט באהאנדלט פאר קריצן און איז אין א גוטן צושטאנד.
photo_2021-06-13_16-35-46.jpg
photo_2021-06-13_16-35-46.jpg (165.28 KiB) געזעהן 1919 מאל

▫️אידישער ווינקל ▫️
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג יוני 13, 2021 4:40 pm

להבדיל ווי יונה הנביא...
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6462
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך eller » זונטאג יוני 13, 2021 5:41 pm

קאמבאדיע ברענגט אריין פרישע שמעק-ראטן וואס קענען טרעפן מינעס אין דער ערד.


דער קאמבאדיע רעגירונג האט אריינגעברענגט צענדליגער אפריקאנער ראטן, וואס קענען גאר גוט שמעקן, זיי ארויסצוהעלפן אין זייער אקציע, צו אויסראטן די איבערגעבליבענע אויפרייס מינעס, וואס זענען אויסגעלייגט געווארן איבערן לאנד, נאך צענדליגע יארן פון מלחמה און בלוט-פארגיסונגען.

קאמבאדיע איז א לאנד וואס איז אריבער שווערע מלחמות און אינערליכע געשלעגן. צו איז עס ביי די קריג צווישן אמעריקע און וויעטנאם, וואו קאמבאדיע איז געפאלן א קרבן. צו איז עס ביי די רעוואלוציע פון 'פאל פאט', וואס האט איבערגעלאזט א לאנד אין פארניכטונג. צו איז עס ביי זייער קריג מיט וויעטנאם.

דעריבער איז דאס לאנד אנגעפילט מיט אומאויפגעריסענע ערד-מינעס, וואס ברענגען אום הונדערטער מענטשן יעדעס יאר.

די ראטן וואס די רעגירונג האט יעצט אריינגעברענגט, גייען אריבער שווערע טרענירונגען וויאזוי אויפצוכאפן מינעס, און זיי וועלן אייגעשפאנט ווערן אין די גיעג צו אויסראטן די שעדליכע וואפנס פון לאנד.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6462
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך eller » מאנטאג יוני 14, 2021 6:15 pm

נאטור ליבהאבער ווייטער געשפאנט איבער די גרופע אימיגרירנדע עלעפאנטן

unnamed (21).jpg
unnamed (21).jpg (160.64 KiB) געזעהן 1422 מאל

נאטור ליבהאבער קענען זיך נישט גענוג אנזעטיגן פון די אינטערעסאנטע ערשיינונג, וואס מיר האבן שוין געשריבן דערפון פאריגע וואך, ווי א גרופע עלעפאנטן אין כינע, האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע רייזע, וואו זיי גייען שוין פאר א שיינע שטיק צייט, און זענען שוין אריבער הונדערטער מיילן פון שטעט, וועלדער און פעלדער.

בילדער וואס זענען אפגעכאפט געווארן פון די גרופע עלעפאנטן צייגט, וויאזוי די גרופע האט זיך ענדליך אפגעשטעלט פאר אן אפרו, און זיך צוגעלייגט פאר א לאנגע שלאף.

די בילדער גענומען דורך א דראון, צייגט וויאזוי די עלעפאנטן ליגן אויף דער ערד, בעת וואס דער קליינער עלעפאנט נודזשעט זיין מאמע זאל שוין אויפשטיין...

נאכן זיך גוט אויסרוען פאר עטליכע טעג, זענען די עלעפאנטן ווידער אויף די וועגן און שטעגן, אן קיין ציל, נאר גייען אזוי אריבער ווייטע שטרעקעס.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

איש חמודות
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג יוני 14, 2021 6:19 pm

אינטערסאנט... איך האב אמאל געליינט ערגעץ אז אן עלעפאנט שלאפט אנגעלאנט אויף א בוים ווייל צוליב זייער שווערע וואג קענען זיי זיך נישט אויפשטעלן ווען זיי לייגן זיך אראפ.
דא זעה איך אז אלע שלאפן שיין אויף דער ערד הקטנים עם הגדולים.

אוועטאר
ממוצע
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך ממוצע » מאנטאג יוני 14, 2021 6:45 pm

eller האט געשריבן:נאטור ליבהאבער ווייטער געשפאנט איבער די גרופע אימיגרירנדע עלעפאנטן

unnamed (21).jpg

נאטור ליבהאבער קענען זיך נישט גענוג אנזעטיגן פון די אינטערעסאנטע ערשיינונג, וואס מיר האבן שוין געשריבן דערפון פאריגע וואך, ווי א גרופע עלעפאנטן אין כינע, האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע רייזע, וואו זיי גייען שוין פאר א שיינע שטיק צייט, און זענען שוין אריבער הונדערטער מיילן פון שטעט, וועלדער און פעלדער.

בילדער וואס זענען אפגעכאפט געווארן פון די גרופע עלעפאנטן צייגט, וויאזוי די גרופע האט זיך ענדליך אפגעשטעלט פאר אן אפרו, און זיך צוגעלייגט פאר א לאנגע שלאף.

די בילדער גענומען דורך א דראון, צייגט וויאזוי די עלעפאנטן ליגן אויף דער ערד, בעת וואס דער קליינער עלעפאנט נודזשעט זיין מאמע זאל שוין אויפשטיין...

נאכן זיך גוט אויסרוען פאר עטליכע טעג, זענען די עלעפאנטן ווידער אויף די וועגן און שטעגן, אן קיין ציל, נאר גייען אזוי אריבער ווייטע שטרעקעס.

איך האב פארשטאנען אז זיי זוכן א 'היים'. זיי זענען זייער פיקי זעט אויס...

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6462
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך eller » דינסטאג יוני 15, 2021 6:42 pm

מאסן קעטערפילערס אין מעין
unnamed (22).jpg
unnamed (22).jpg (517.26 KiB) געזעהן 1174 מאל



מיליאנען פון א געוויסע סארט קעטערפילער, האט זיך פארשפרייט אין די אמעריקאנער שטאט 'מעין', וואו מיליאנען פון זיי קריכן ארום אין די מאסן.

די נישט-בא'טעמ'טע אינזעקטן קריכן ארויף אויף די ביימער, אריין אין די הייזער און באדעקן די ערד.

פילע מענטשן באריכטן אז זיי האבן באקומען אויסשלאגן, דערנאך וואס זיי זענען אויפגעשטאנען, און האבן געזען עטליכע פון די קעטערפילערס אויף זייער קערפער.

איינער פון די נאטור עקספערטן אין מעין זאגט, אז די פאפולאציע פון די קעטערפילערס איז ארויס פון יעדע קאנטראל, און ס'דארף גענומען ווערן שריט זיי איינצוצוימען.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6462
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך eller » מיטוואך יוני 16, 2021 7:00 pm

יאפס היינט איז אויך דא פיינע פרישע טש.. וויילדלייף נייעס...

מיליאנען ספיידערס באדעקן אן אויסטראליע געגנט.
unnamed (23).jpg
unnamed (23).jpg (102.63 KiB) געזעהן 865 מאל


מיליאנען ספיידערס האבן זיך אראפגעלאזט אין א שטעטל אין אויסטראליע, וואו זיי האבן באדעקט די גאנצע שטח מיט זייער געוועב.

די מיליאנען ספיידערס זענען ארויפגעקומען אין איין געגנט אויף די ביימער, זיך צו באשיצן פון די גרויסע פארפלייצונגען וואס איז דארט פארגעקומען, און זוכן עפעס טריקענע געגנטער וואו זיך צו באזעצן.

די שפינען האבן באדעקט גאנצע שטחים מיט זייער געוועב, און ס'זעט אויס ווי א ווייסע דעקע האט איבערגעדעקט יענע געגנט.

אויף די שפין-געוועב זעט מען אויסגעלייגט מיליאנען שפינען, וואס רוען דארט, און קריכן ארום, בעת וואס די איינוואוינער ווייסן נישט וואס צוטון, און זענען פארעקלט פון די מאדנע סיטואציע.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
נארמאליזעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3341
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך יוני 16, 2021 8:21 pm

איז דעס נישט קיין יערליכע זאך דארט?
נארמאליזעם נארמאליזעם צום בורא כל העולמים......

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג יוני 17, 2021 9:21 am

יא, @נארמאליזעם אויסטראליע כאפט יערליך עטליכע פון די עשר מכות. אינעם לעצטן יאר האבן זיי שוין געכאפט צפרדע, געוויסע פרעש וואס ווערט אנגערופן "קעין טאודס" איז איבערגעלאפן דאס לאנד, ארבה האבן זיי געהאט ווען היישעריק האבן איבערגעדעקט דאס לאנד. חוץ פון די ספיידערס האט אויסטראליע יעצט א פראבלעם מיט מויז וואס זענען איבערגעלאפן דאס לאנד (נישט מויז וואס מיר כאפן א מאל אינדערהיים, אבער א פארפלייצונג איבעראל), אויך האבן זיי א פארפלייצונג פון טויזענטער קעץ איבעראל.
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג יוני 17, 2021 10:51 am

א מאן אין א פארק אין דרום אפריקא איז פאטאל אטאקירט געווארן דורך א ווילדן אגרעסיוון טיגער.
די אינצידענט האט פאסירט ווען די עלעקטראנישע געיט איז געווען אויסגעלאשן פאר מעינטענענס און די טיגער האט עס (זעהט אויס) געשפירט און האט ווילדערהייט אויפגעבראכן דעם געיט און אטאקירט אן ארבעטער אין די פארק וואס איז דערביי געווען.
די טיגער מער א סייבירישע אפשטאמיגער איז נאכנישט פארטיג געווען און איז דאן ווילדערהייט געלאפן ווייטער און אטאקירט עטליכע אנדערע טיגער (אן אנדערע פאמיליע) וואס זענען געווען פלאצירט אין אן אנדערע פלאץ.
עמערדזשענסי באאמטע פון די טוהר-גארטן זענען אלאמירט געווארן און תיכף עלעמינירט דעם טיגער.

דער געיט איז אפן מ'קען אנטלויפן....

image.jpg
image.jpg (100.6 KiB) געזעהן 562 מאל


ביים אוועקפירן דעם געהרגטן טיגער

image (1).jpg
image (1).jpg (116.07 KiB) געזעהן 562 מאל
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
די הייליגע זיידע'ס
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך די הייליגע זיידע'ס » דאנארשטאג יוני 17, 2021 4:02 pm

איש חמודות האט געשריבן:אינטערסאנט... איך האב אמאל געליינט ערגעץ אז אן עלעפאנט שלאפט אנגעלאנט אויף א בוים ווייל צוליב זייער שווערע וואג קענען זיי זיך נישט אויפשטעלן ווען זיי לייגן זיך אראפ.
דא זעה איך אז אלע שלאפן שיין אויף דער ערד הקטנים עם הגדולים.

נעע! דארט רעדט מען פון מענטשליכע עלעפאנטן.....
די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציה’ען מעתה ועד עולם... אא א איי איי איי די הייליגע זיידע’ס זאלן זיך מיהע’ן וכ”ו

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג יוני 17, 2021 4:30 pm

איש חמודות האט געשריבן:אינטערסאנט... איך האב אמאל געליינט ערגעץ אז אן עלעפאנט שלאפט אנגעלאנט אויף א בוים ווייל צוליב זייער שווערע וואג קענען זיי זיך נישט אויפשטעלן ווען זיי לייגן זיך אראפ.
דא זעה איך אז אלע שלאפן שיין אויף דער ערד הקטנים עם הגדולים.

In captivity, elephants spend much of their time asleep lying down,
but they also sometimes sleep standing.
With combined data from the gyroscope and the activity meter we found that wild elephants mostly slept standing up.
Lying down to sleep only happened every third or fourth day and for about an hour.
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך תנא-קמא » דאנארשטאג יוני 17, 2021 11:09 pm

נפשי חמדה האט געשריבן:
מר קאפלאווסקי האט געשריבן:ר' זכריה וואלערשטיין דערציילט זיינע מיטלעבענישען אין די 'אמזון דזשונגעל' פאר 4 טעג
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=152579
פאנגט אן ביי בערט 25 מינוט ביז צום סוף
זייער אינטרעסאנט (אין ענגליש)

דרייוובאקס?

https://drive.google.com/file/d/1Jwpdzm ... sp=sharing
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דאנארשטאג יוני 17, 2021 11:11 pm

וועווערקע מאלפע דרייט א קאפ אבער הערשעלע האט סבלנות
https://drive.google.com/file/d/17W-vZf ... sp=sharing
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Burach_Nussen, Google [Bot], Like news, אור ישר, אזוי וויל איך, איד_איד, באגלייבט, בעריש'ל, ווי מיינסטו גייסטו, זזה, יש לו מנה, מים שלנו, קרייסלער, שנאפס און 44 געסט