נייעס און קרישקעלעך פון אוקריינא און פולין
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר העשר
- תגובות: 27
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 22, 2014 10:41 pm
Poilishe Anti-Semitism
This was done on purpose I know them well...
-
- שר העשר
- תגובות: 27
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 22, 2014 10:41 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
- הבעש''ט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4149
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
- לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט
מציבה געשטעלט אויף
מאסן-קבר אין פוילן
ווארשא – בערך 76 יאר נאכדעם וואס זיי זענען ברוטאל דערמארדעט געווארן דורך נאצי זעלנער ימ"ש, איז ארויפגעשטעלט געווארן א מציבה אויף א מאסן-קבר אין וועלכע עס ליגן באערדיגט 20 אידן הי"ד. דער מאסן-קבר איז אנטדעקט געווארן בלויז עטליכע וואכן צוריק אין דער שטאט אדאמאוו, און באלד האט דער פוילישער הויפט רב הרב מיכאל שודריך הי"ו גענומען די נויטיגע שריט צו פארזיכערן אז דער קבר ווערט אנגעצייכנט מיט א מציבה, צו פאראייביגן די נשמות פון די קדושים שמסרו נפשם על קדושת ה'.
קרעדיט - טעגליכער דער איד

הבעש''ט האט געשריבן:מען האט אנדעקט קברי צדיקים אין סאניק,
ובתוכם דער ציון פין הרה"ק ר' איציק'ל סטיטשינער זי"ע.
איז דא די נוסח מציבה
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
- הבעש''ט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4149
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
- לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט
קאזמיר שוהל פארוואנדלט
אין רעסטוראנט
פוילן – אידן אין פוילן פראטעסטירן איבער דעם וואס א געוועזענע שוהל אין קראקא ווערט אצינד גענוצט אלס רעסטוראנט. די רעדע איז פונעם ביהמ"ד חברת תהלים אין שטעטל קאזמיר, וועלכע איז באנוצט געווארן דורך די לאקאלע אידישע איינוואוינער בעפאר'ן קריג און שטייט שוין ליידיג און פארנאכלעסיגט אין די לעצטע צענדליגער יארן. די נאציס האבן פארניכטעט אינעווייניג, אבער דער סטרוקטור האט איבערגעלעבט ביז היינט, און טראץ וואס א אידישע גרופע האט אין תשע"ב פרובירט צו באקומען ערלויבעניש צו נוצן די געביידע, האט זיך עס נישט אויסגעארבעט.

ווייטערדיגע דראמא
איבער שוהל אין קראקא
פוילן – א געפעכט וואס האט זיך אנגעהויבן צווישן די אלגעמיינע אידישע קאנגרעגעישאן אין קראקא און די ארטיגע ארטאדאקסישע קהילה, איז פארשארפערט געווארן, ווען דער פוילישער הויפט רב הרב מיכאל שודריך שליט"א איז אראפגעקומען זיך אנצונעמען פאר די ארטאדאקסישע אידן. די קאנגרעגעישאן האט ארויסגעווארפן די מתפללים פון א לאקאלן שוהל, מיט באשולדיגונגען אז מ'האט געשעדיגט דעם שוהל און נישט געצאלט רענט. למעשה טוט זיך דער הויפט רב אננעמען פאר די מתפללים, און ער איז אפילו ארעסטירט געווארן דאנערשטאג, ווען ער איז אראפגעקומען צום שוהל און אריינגעקראכן דורכ'ן צוים.

קריטישע פדיון שבוים
קאמפיין אין אוקריינע
קיעוו – אין די יעצטיגע טעג קומט פאר א וויכטיגער פדיון שבוים קאמפיין, וואו מען אפעלירט צו אידן איבער דער וועלט צו העלפן באפרייען א איד פון טורמע אין אוקריינע. די געשיכטע איז מיט ר' יצחק אמאר פון ירושלים, וועלכער איז געווען מיט זיין פרוי אויף קברי צדיקים אין אוקריינע עטליכע וואכן צוריק, און ער איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט, וואס האט זיך געענדיגט מיט 3 טויטע אוקריינישע גוים. די פאליציי האבן געכאפט יצחק און אים אריינגעשליידערט אין טורמע אנע פראגעס, און זיי זאגן אז זיי זענען גרייט צו באפרייען יצחק אויב זיי באקומען 200,000 דאלער, ביז די וואך פרייטאג פרשת חוקת.

שאק און שוידער ווערט אויסגעדרוקט נאכדעם ווי א גרופע פון רעפארם-חברה זענען געפונען געווארן פרעך מחלל שבת זיין ר"ל ביים קבר פון איש האלקים מרן רבינו הבעש"ט הק' זי"ע. א גרופע חרדישע אידן זענען געקומען פראווען דעם שבת אין מעזיבוש, אבער אנקומענדיג אין שוהל נעבן קבר הבעש"ט האבן זיי געפונען דארט א גרופע אפגעפארענע רעפארמער, וואס האבן געפירט תפילות און געזונגען לכה דודי... און בשעת מעשה אפגעכאפט זייער צערעמאניע אויף ווידעא קאמערע. ווען די חרדישע אידן האבן שארף פראטעסטירט קעגן דעם חילול הקודש והמקדש, האבן די פורקי עול געענטפערט אז זיי האבן דאס אלעס אויספלאנירט מיט די לאקאלע פארוואלטערס פונעם ארט און אז זיי קומען זיך דא צוזאם יעדעס יאר. כל השומע תצילנה אזניו!
קרעדיט - טעגליכער דער איד
קרעדיט - טעגליכער דער איד
-
- שר חמישים
- תגובות: 57
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:33 pm
הבעש''ט האט געשריבן:שאק און שוידער ווערט אויסגעדרוקט נאכדעם ווי א גרופע פון רעפארם-חברה זענען געפונען געווארן פרעך מחלל שבת זיין ר"ל ביים קבר פון איש האלקים מרן רבינו הבעש"ט הק' זי"ע. א גרופע חרדישע אידן זענען געקומען פראווען דעם שבת אין מעזיבוש, אבער אנקומענדיג אין שוהל נעבן קבר הבעש"ט האבן זיי געפונען דארט א גרופע אפגעפארענע רעפארמער, וואס האבן געפירט תפילות און געזונגען לכה דודי... און בשעת מעשה אפגעכאפט זייער צערעמאניע אויף ווידעא קאמערע. ווען די חרדישע אידן האבן שארף פראטעסטירט קעגן דעם חילול הקודש והמקדש, האבן די פורקי עול געענטפערט אז זיי האבן דאס אלעס אויספלאנירט מיט די לאקאלע פארוואלטערס פונעם ארט און אז זיי קומען זיך דא צוזאם יעדעס יאר. כל השומע תצילנה אזניו!
קרעדיט - טעגליכער דער איד
קומענדיגע מאל פארשט נאך פאר איר שרייבט . ר' ישראל מאיר גבאי, האט געזאגט אז זיי האבען גארנישט געוויסט פון דעם עס איז אוםמעגליך צו האלטען חשבון אויף יעדעם איינעם אבער קומענדיגען מאל וועט ער זעכערמאכען אז עס פאסירט נישט .
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
קדוש ונורא האט געשריבן:וואס דארף מען האבן אדורך צו גיין די גרעניץ פון אונגארן צו פולין?
און וויאזוי ארבעט מיט באצאלן טאל אין פולין?
אונגארן און פוילן רירן זיך נישט אן. סיז דא סלאוואקיי אינדערמיט וואָס די אלע דריי לענדער זענען אין די EU און סיז נישט דא קיין גרעניץ. לייבעלע בעל עגלה זאגט דארט "פאר ווייטער גלייך שרעק דיך נישט פון גארנישט"
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:קדוש ונורא האט געשריבן:וואס דארף מען האבן אדורך צו גיין די גרעניץ פון אונגארן צו פולין?
און וויאזוי ארבעט מיט באצאלן טאל אין פולין?
אונגארן און פוילן רירן זיך נישט אן. סיז דא סלאוואקיי אינדערמיט וואָס די אלע דריי לענדער זענען אין די EU און סיז נישט דא קיין גרעניץ. לייבעלע בעל עגלה זאגט דארט "פאר ווייטער גלייך שרעק דיך נישט פון גארנישט"
דארף מען אויך האבן דיע סטיקער און דיע פלעצער Highway Toll Sticker Vignette
און בכלל וויאזוי ארבעט מיט באצאלן טאל דארט
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2479
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm