טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ער מוז נישט גלייכן בלאגאיאוויטש

ער דארף פשוט איינזעהן אז ער זיצט אין טורמע שלא ביושר

מען דארף נישט האלטן אין טורמע מענטשן אפילו מען גלייכט זיי נישט

טראמפ גלייכט ספעציעל רובאשיקן?


גלייכט ער דאך אבער יא דעם קארופטירטן דעמאקראט נאך פון די אפרענטיס.

ער האט גארנישט "איינגעזען".

ביל קלינטאן האט עס געטון אין זיינע לעצטע טעג אין אפיס.

טראמפ אבער וויל ווייזן נאך אימפיעטשמענט אז ער פייפט אויף יעדן און טוט וואס ער וויל.

------------

פאר ווער עס מיינט אז בלאגאו האט בלויז געוואלט פארקויפן א סענאט זיץ, ניין זאג איך דיר, נאר דעביד מעשי טראמפ צו צוריקהאלטן גאווערמענט פאנדינג צו צווינגן אים צו העלפן פאליטיש.
The federal team that prosecuted Blago sent out a statement reminding people that he extorted the CEO of a children's hospital by withholding state funding for sick kids until he got campaign contributions. https://t.co/WDRAQCIHXG

20200218_155132.jpg


-------------

הכל הבל האט געשריבן:פארדאן פאר פילנטראפ מייקל מילקין

געשטיצט דורך א רייע פילנטראפן און טראמפ שטיצער ווי די עדעלסאן און מורדאק פאמיליע


פילאנטראפ, טיילסט שיינע טיטלן...

אפשר רופסטו אזוי אויך בערני מעידאף? (וואס ארבעט גראדע אויף א פארדאן, און ווער ווייסט? אפשר וועט ער עס גאר באקומען.)

שווינדלער מייקל מילקין כצ"ל.

מייקל בלומבערג איז א פילאנטראפ.


כ'קעניש דעסיידן צו כ' זאל לאכן צו וויינען... קלינטאן האט גע'פארדענט מארק ריטש... איינער וואס איז אנטלאפן פון דזשאסטעס... און בלומבערג איז א פילאנטראפ...

צל! דו ביסט פיין...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז דו זאגסט די אפגעקומען חלק.

---------------

ענדרו סאלענדער טוויט א שטארקע פוינט.
It’s going to be pretty hard to reconcile Trump’s justification for commuting Blagojevich’s sentence–that he did it to reunite his family–with his indifference to seperating immigrant families on the US-Mexico border. https://t.co/L6MpTcaEk7
The message I think this Blago commutation is meant to send is that powerful people who abuse their offices are more deserving of intact family units than poor migrants


-------------

אילענוי רעפאבליקאנער בייזערן זיך, אבער פארשטייט זיך אז טראמפ רעכנט זיך קנאפ מיט זייער מיינונג, זינט ער ווייסט אז זיי זענען ממילא זיינע קנעכט.
20200218_161350.jpg


-------------

NEW — The son of one of Trump’s pardon recipients gave $85k to Trump victory this August. His wife gave $50k that same month. On top of that, they made an in-kind contribution for $75k in air travel.

https://t.co/M585LiH6Bu




צל, סוירטש אביסל די נאמען מארק ריטש און קלינטאן פארדאן און קום צוריק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

און פארוועם האט אבאמא געגעבן א פארדאן?!
יענער האט געטיען א גרעסערע פארברעכן קעגן אמעריקע ווי סטאון,

גיוו מי א ברעיק!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קלינטאן'ס א חבר געווען א גרויסער גנב וועם ער האט געפארדענט זיין לעצטן טאג?

אדער אז ער האט געגעבן גוטע זאכן פאר קלינטאן?

אמת טאקע, עס איז דעמאלסט טאקע געווען א שטארקע גערעכטע אויפברויז.

איין חילוק, קלינטאן האט עס כאטש געטון כנהוג, סוף פון זיין צווייטן טערמין.

בלאגאו זאגט היינט אז ער איז א טראמפאקראט, ער ווייסט נישט ווי גוט ער זאגט.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

מ'מעג טון שייגעץ שטיק אבער נאר אין די קארעקט צייט. עס איז מיר א וואונדער אז דו ווייסט נישט אז דער היינטיגער פרעזידענט האט מיט פאליטיקעל קארעקטניס גארנישט
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

צל. מארק ריטש איז געווען א שווינדלער און די עטליכע הינדערט מיליאן דאלער רעינדזש. און עס איז געווען א סוד פאר גאנץ בראד פאר וואס קלינטאן האט עים געפארדאנט

מאכט אייך אויף די אייגעליך און הייבט אן קיקן אויף זאכן עס איט איז

בד"ו. ווי אלט זינט איר געווען און 1999?
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:קלינטאן'ס א חבר געווען א גרויסער גנב וועם ער האט געפארדענט זיין לעצטן טאג?

אדער אז ער האט געגעבן גוטע זאכן פאר קלינטאן?

אמת טאקע, עס איז דעמאלסט טאקע געווען א שטארקע גערעכטע אויפברויז.

איין חילוק, קלינטאן האט עס כאטש געטון כנהוג, סוף פון זיין צווייטן טערמין.

בלאגאו זאגט היינט אז ער איז א טראמפאקראט, ער ווייסט נישט ווי גוט ער זאגט.



At the time of the pardon, Rich was an international fugitive who had fled to Switzerland. His ex-wife had donated to the Democratic National Committee, the Clinton Presidential Library and Hillary Clinton's New York Senate campaign, raising suspicion about the pardon. The federal investigation was closed in 2005 without charges, and Rich died in 2013.

Clinton's former White House chief of staff, John Podesta, is now his wife's campaign chairman. He testified before Congress that White House aides had urged Clinton not to pardon Rich. Former Obama Attorney General Eric Holder was then a deputy attorney general and was advising Clinton on pardons.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

אהא צל. סא די פראבלעם איז נישט די עצם קלעמענס נאר די צייט וואס טראמפ האט עס געמאכט? כפארשטיי גיט וואס איר שרייבט?

אין מילים
Liberalism is a mental disorder
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די קלעמענסי איז א פראבלעם.

און דער ריטש איז א ריזיגע פלעק אויף קלינטאן'ס לעגעסי.

און איך האב עס קיינמאל פארטיידיגט.

נאר וואס דען די עטיטוד, איך מעג טון וואס איך וויל, איך בין דער טשיעף לאו ענפארסער ווי טראמפ האט היינט געזאגט...

איז אסאך ערגער ווי די עצם פארדאן.

וואס איז מיר א חילוק אז בלאגאו איז אינדרויסן פון תפיסה, נאכדערצו אז עס מאכט מיר קלערן אז מיט די ריכטיגע מיטלן אפשר וועט מען גאר אויך ארויסברענגן.... (איך שרייב נישט דעם נאמען, ווייל אלעס דא איז סערטשעבל אויף גוגל.)
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ער מוז נישט גלייכן בלאגאיאוויטש

ער דארף פשוט איינזעהן אז ער זיצט אין טורמע שלא ביושר

מען דארף נישט האלטן אין טורמע מענטשן אפילו מען גלייכט זיי נישט

טראמפ גלייכט ספעציעל רובאשיקן?


גלייכט ער דאך אבער יא דעם קארופטירטן דעמאקראט נאך פון די אפרענטיס.

ער האט גארנישט "איינגעזען".

ביל קלינטאן האט עס געטון אין זיינע לעצטע טעג אין אפיס.

טראמפ אבער וויל ווייזן נאך אימפיעטשמענט אז ער פייפט אויף יעדן און טוט וואס ער וויל.

------------

פאר ווער עס מיינט אז בלאגאו האט בלויז געוואלט פארקויפן א סענאט זיץ, ניין זאג איך דיר, נאר דעביד מעשי טראמפ צו צוריקהאלטן גאווערמענט פאנדינג צו צווינגן אים צו העלפן פאליטיש.
The federal team that prosecuted Blago sent out a statement reminding people that he extorted the CEO of a children's hospital by withholding state funding for sick kids until he got campaign contributions. https://t.co/WDRAQCIHXG

20200218_155132.jpg


-------------

הכל הבל האט געשריבן:פארדאן פאר פילנטראפ מייקל מילקין

געשטיצט דורך א רייע פילנטראפן און טראמפ שטיצער ווי די עדעלסאן און מורדאק פאמיליע


פילאנטראפ, טיילסט שיינע טיטלן...

אפשר רופסטו אזוי אויך בערני מעידאף? (וואס ארבעט גראדע אויף א פארדאן, און ווער ווייסט? אפשר וועט ער עס גאר באקומען.)

שווינדלער מייקל מילקין כצ"ל.

מייקל בלומבערג איז א פילאנטראפ.

זאלסט נישט ברוגז זיין, אבער דיין שנאה צו צדק ויושר און דיין שעצונג צו שקר אין רשעות, שרייט דאך ארויס פון יעדן ווארט פון דיין תגובה.

דא שטייט מען נאך דריי בלוטיגע יאהר, ווי די אזוי גערופענע ''יוסטיץ'' דעפארטמענט פייניגט און טרינקט דאס בלוט פון אומשולדיגע מענטשען מיט פרעצדענדלאזע נארישע נישטיגע קלאגעס, ראדזשער סטאון איז מען אנגעפאלן און ארויסגעשלעפט פון בעט פרי פארטאגס מיט אויסגעשטרעקטע גאנס ווי דעם ערגסטען טעראריסט, אן קיין ברעקל עווידענס פון עפעס א קריים, ווייל מ'מוז דאך אויספארשן די שרעקליכע קלוזשען, אינדערצייט וואס ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז שוין אינעם ערשטן חודש האט מוללער געוויסט אז די גאנצע זאך איז איין שטיק בעלאוני, און נאכדעם פארלאנגט מען נאך מיט חוצפה ורשעות ניין יאהר טורמע, נאכדעם וואס ס'איז זיי געלונגען אים אריינצודרייען אין עפעס א מכלומר'שטע ליגענט. און פארוואס זיצט מייקל פלין אויך פאר גארנישט. און פארוואס זיצט מענפארט אין א לאך 23 שעה א טאג, די אלע קלאגעס וואס מ'האט אים געקלאגט האט דאך זירא מיט קלוזשען? יא, אבער ראזענשטיין האט דאך געזאגט אז מ'מעג אלעס פארשן, פארשטייסט נישט?. און קאהן האט מען אויך חרוב געמאכט דאס לעבן פארן זעלבן טעם.

און מ'קען שוין מיינען וואס דער פון אילינוי האט געטוהן, א גרויסן געלד שטראף וואלט געווען איבער גענוג פאר דעם חטא.
וואס שטייט די וואך אין די סדרה ? מ'כאפט איינעם ביי א גניבה וואס איז דער עונש, באצאל כפל. האסט עס פארקויפט אויך? באצאל ד' וה'. נישט מער. גייט מען און מ'געהט פאר אזא איינעם 14 יאהר טורמע ?? און מ'מאכט אים חרוב פארן לעבן?

און אז נאך דעם גאנצן שדים טאנץ, קומט טראמפ און פארדענט אפאר מענטשן וואס זענען אויך נישט מער ווי קרבנות פון דעם סדום ועמורה יוסטיץ סיסטעם, איז ער גאר דער וואס גלייכט קראפשן, ער איז גאר דער וואס פייפט אויף יעדן. נישט די רשעים די סדום'ניקעס וואס שטייען און פאכען מיטן שווערד אויף אומשילדיגע בירגער אינטערן שלייער פון געזעץ. נאר דער וואס האט די גאטס זיך ארויס צושטעלן אנטקעגן די חיות טרף להציל עשוק מיד עשקו, ער איז גאר קרופטירט, ער טוט ליידער וואס ער וויל.

און דער אנגעפרעסענער עוכר ישראל בלומבערג, וואס האט במשך זיינע צוועלעף יאהר נישט אויפגעהערט צו פייניגן און טאראריזירן די מענטשהייט אין נוי יארק, ווייל ער מוז דאך באשיצן די ענוויירעמענט, און ער וויל דאך העלפן דעם עולם צו זיין געזונט, - וואס מיינסטו די קאמעניסטן אין רוסלאנד האבן אויך נישט געמיינט מער ווי די טובה פון די מענטשן. - דער בלומבערג ער איז גאר א פילאנטראפ.

''וכדי בזיון וקצף''
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום מיטוואך פעברואר 19, 2020 12:30 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

האבן די דעמאס ביז היינט אויך געהאלטן אקייגען בלאגאועוויטש אדער איז דאס היינט נתחדש געווארן ?
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

צל עובר האט געשריבן:די קלעמענסי איז א פראבלעם.

און דער ריטש איז א ריזיגע פלעק אויף קלינטאן'ס לעגעסי.

און איך האב עס קיינמאל פארטיידיגט.

נאר וואס דען די עטיטוד, איך מעג טון וואס איך וויל, איך בין דער טשיעף לאו ענפארסער ווי טראמפ האט היינט געזאגט...

איז אסאך ערגער ווי די עצם פארדאן.

וואס איז מיר א חילוק אז בלאגאו איז אינדרויסן פון תפיסה, נאכדערצו אז עס מאכט מיר קלערן אז מיט די ריכטיגע מיטלן אפשר וועט מען גאר אויך ארויסברענגן.... (איך שרייב נישט דעם נאמען, ווייל אלעס דא איז סערטשעבל אויף גוגל.)


טאקע א פלעק. איר ווייסט ווערט נאך עס האלט אזוי? ביל קלינטאן. און פארדעם האט ער עס ערשט אינטערגעשריבן א האלבע שעה פארן פארלאזן אפיס
Liberalism is a mental disorder
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואס זענען נישט מער ווי קרבנות...

זאג נאר, ווען האסטו די ערשטע מאל געהערט דעם נאמען ראד בלאגויעוויטש?

דו ווייסט אז ער איז געווען א דעמאקראטישער גאווערנאר געפראסעסט דורך די האלדער דזשאסטיץ דעפארטמענט?

א פילאנטראפ מיינט נישט א צדיק, איך וואלט נישט מוחה געווען ווען מען שרייבט דאס אויף טראמפ, אבער רופן א מאסן שווינדלער פילאנטראפ איז פשוט פאני.

טיילן גע'גנב'עטע געלט קען איך אויך ווען איך האלט ווען ביים גנב'נען.

און לאמיר דיר אויך פרעגן, מעידאף איז אויך א פילאנטראפ?

מאנאפארט איז געווען אין אזא ווי איי פי צעל וואס ר' מרדכי יצחק וואלט זיך געפרייט אהינצוגיין.

-----------

שליו, יא.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

צל עובר האט געשריבן:די קלעמענסי איז א פראבלעם.

און דער ריטש איז א ריזיגע פלעק אויף קלינטאן'ס לעגעסי.

און איך האב עס קיינמאל פארטיידיגט.

נאר וואס דען די עטיטוד, איך מעג טון וואס איך וויל, איך בין דער טשיעף לאו ענפארסער ווי טראמפ האט היינט געזאגט...

איז אסאך ערגער ווי די עצם פארדאן.

וואס איז מיר א חילוק אז בלאגאו איז אינדרויסן פון תפיסה, נאכדערצו אז עס מאכט מיר קלערן אז מיט די ריכטיגע מיטלן אפשר וועט מען גאר אויך ארויסברענגן.... (איך שרייב נישט דעם נאמען, ווייל אלעס דא איז סערטשעבל אויף גוגל.)


איך פארשטיי נישט ווען קלינטאן האט געפארדענט איז עס נישט געווען ווייל ער מעג טון וואס ער וויל ?

נאר אז מ'הערט עס פון איינעם וועם מ'גלייכט נישט הערט מען אנדערש

איך זעי נישט דא קיין שום נפקא מינא פון קלינטאן און טראמפ פארקערט אויב עפעס איז קלינטאן א גרעסערע שייגעץ אויסגענוצט זיינע לעצטע מינוטן צו כאפן א פארדאן פאר א פריינט אפען קאראפשן

טראמפ האט געזאגט אז אין זיין אפיניאן איז שוין בלאגאעוויטש געזיצן גענוג און די עצם פסק איז געווען רידיקעלעס זיינע קינדער מעגן שוין צוריק האבן זייער טאטן
לעצט פארראכטן דורך שליו ודגים אום מיטוואך פעברואר 19, 2020 12:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אמת, קלינטאן איז אויך נישט גערעכט.

בנוגע די קינדער, און וואס איז מיט די קינדער בײ די גרעניץ? זייט ווען האט טראמפ א פראבלעם אז מען טיילט אפ פארברעכער פון זייערע קינדער?

בנוגע דעם בלאגאו, יארן לאנג האבן די רעפאבליקאנער אראפ געריסן די דעמאקראטן פארן פירן שיקאגא סטייל פאליטיק וואס דער בלאגאו עמבאדיט.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך פעברואר 19, 2020 12:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

גראדע קינדער איז נישט דא געווען די עיקר אז דו זאלסט זיך אזוי ארויפכאפן דערויף

אויסערדעם דעי קינדער ווערן נישט אוועקגעריסן פון זייער טאטע פאר פערצן יאר

אלל וואס מ'טוט מ'שיקט זיי צוריק מיט זייער טאטן פון ווי זיי קומען

-----

די דעמאס האבן נישט געהאלטן פון בלאגאויוויטש ? פארוואס ?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:וואס זענען נישט מער ווי קרבנות...

זאג נאר, ווען האסטו די ערשטע מאל געהערט דעם נאמען ראד בלאגויעוויטש?

דו ווייסט אז ער איז געווען א דעמאקראטישער גאווערנאר געפראסעסט דורך די האלדער דזשאסטיץ דעפארטמענט?

א פילאנטראפ מיינט נישט א צדיק, איך וואלט נישט מוחה געווען ווען מען שרייבט דאס אויף טראמפ, אבער רופן א מאסן שווינדלער פילאנטראפ איז פשוט פאני.

טיילן גע'גנב'עטע געלט קען איך אויך ווען איך האלט ווען ביים גנב'נען.

און לאמיר דיר אויך פרעגן, מעידאף איז אויך א פילאנטראפ?

מאנאפארט איז געווען אין אזא ווי איי פי צעל וואס ר' מרדכי יצחק וואלט זיך געפרייט אהינצוגיין.

-----------

שליו, יא.



איך האב געהערט די ערשטע מאל די נאמען ראד בלאגאויאוויטש אין 2009, ווען די פרשה פון פארקויפן אבאמא'ס זיץ איז ארויסגעקומען פובליק... איך געדענק נאך די קעיס...

און אויב פילאנטראפ איז איינער וואס טיילט אויס געלטער פאר וואולטעטיגע צוועקן איז יענער אויך א פילאנטראפ, און אויב איז פאני צו רופן א שלעכטע מענטש פילאנטראפ, איז בלומבערג די ערשטע מענטש נישט אזוי צו הייסן...

כ'רעד שוין נישט פון די פאקט אז בלומבערג האצעך קיינמאל נישט באקאנט געמאכט מיט פילאנטראפיע... נאר דער עוכר ישראל איז געווען פון די ערגסטע וואס אונז האמער געהאט דא! סיי ברוחניות און סיי בגשמיות!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:אמת, קלינטאן איז אויך נישט גערעכט.

בנוגע די קינדער, און וואס איז מיט די קינדער בײ די גרעניץ? זייט ווען האט טראמפ א פראבלעם אז מען טיילט אפ פארברעכער פון זייערע קינדער?

בנוגע דעם בלאגאו, יארן לאנג האבן די רעפאבליקאנער אראפ געריסן די דעמאקראטן פארן פירן שיקאגא סטייל פאליטיק וואס דער בלאגאו עמבאדיט.



הרב צל, בלאגאויאוויטש איז געווען גאווערנער, נישט מעיאר פון שיקאגא, ער איז נישט געווען שיקאגא'ס פראבלעם... הגם ער האטעס נישט געפיקסט, ער איז אביסל א פאני מענטש בכלל, אבער נישט אים האט מען געמיינט וועןמ' האט גערעדט פון שיקאגא...

מאך ביטע דיין ריסוירטש איבער דעם מענטש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ווער איז דאס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז דאס »

@RepAdamSchif
There are 175,000 federal prisoners. Many are serving harsh sentences and deserve mercy.

Yet, Trump uses pardons almost exclusively for:

1) Political supporters
2) Wealthy individuals
3) Contestants on his TV show

And worse abuses are almost surely to come

שיף כאפט אויך נישט אז דאס וויל טראמפ "שעלטס אריין"
אין זיין בעיס צי ליפטען.
פארוואס יעצט איז ווייל ביי יעדע ראלי גייט ער ארויפריקען איינעם פין די ארעסטאנטן. מענטשען באקומען א געפיל פין רחמנות.
סקומט נאך..אוי גייט מען שעלטען. ביז סענאט גייט אים בינדען די הענט נוסח איראן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די גאנצע טאראראם פון די ווארט פילנטראפ דא קומט פון מיר און האט ארויסגענומען רב צל פון די גלייזן

שוין נעכטן ערקלערט אז די ווארט פילנטראפ האב איך פשוט גענומען פון די ביא פון וויקיפידיע אז זאלן אלע פיילן געריכטעט ווערן צו וויקפידיע


רב צל איז שוין אראפגעקומען עטליכע טרעפ פונעם לייטער און האמערט שוין ווייניגער אקעגן די אקט און מער אקעגן די עטיטוד
וכלשונו: "נאר וואס דען די עטיטוד, איך מעג טון וואס איך וויל, איך בין דער טשיעף לאו ענפארסער ווי טראמפ האט היינט געזאגט..."
ווייסעך נישט וואו גענוי עס קומט אריין די אישו מיט פארדאן, יא, טראמפ "איז דער טשיעף לאו אינפארסער" (און צו פארדאנקען אסאך וויילער וועלכע האבן געשטימט פאר אבאמא און דערנאך פאר טראמפ אדער לויט אנדערע צוליב רוסישע אינטערווענץ)
"איך מעג טוהן וואס ער וויל"
טייל וועלן זאגן אז מיט די טראמפ סטעיטמענט (וועלכע ער האט נישט געזאגט איצט ביי די פארדאן פרשה אבער איז געווארן אהערגעברענגט) האט ער געמיינט צו זאגן אז ער מעג טוהן אומלעגאלע זאכן בעת וואס אנדערע האבן עס פארשטאנען אז ער מעג אויסנוצן "אלע" זיינע רעכטן (טראץ וואס ער האט קלארגעשטעלט אז אויף דערווייל האלט ער זיך אפ פון געוויסע) אריינגערעכנט זאכן וואס עס איז נישט קלאר אויב ער האט די מאכט ווי צום ביישפיל ניטאמאל אראפשיקן עדות דערקלערן אין קאנגרעס עקזעקוטיוו פריווילעגיע און ווארטן ביז די העכסטע אויטאריטעט אין לאנד,נעמליך די סופרים קאורט אורטיילט דערויף

אבער איך מיין אז עס איז אבסורד פאר די אנטי טראמפער וועלכע טייטשן אויס זיין סטעיטמענט לפי פירוש הראשון צו ברענגן יענע סטעיטמענט און דערמיט "אויפווייזן" אז "שטארקער מאכן זייער קעיס" מיטן ווייזן אז ער טיילט פארדאנס

פארדאנס איז א 100% לעגאלע זאך און ניטאמאל אין גרוי עריע און איז גענוצט געווארן דורך אפילו פאליטיש קארעקטע פרעזידענטן און איז נישט ווייניגער לעגאל ווי זיך קראצן דעם קאפ

דו האלטסט אז ער "וואלט" געטוהן אומלעגאלע זאכן? אקעי, האלטסט אפילו אז ער "האט" שוין געטוהן אומלעגאלע אדער צווייפלהאפטיגע זאכן? אקעי, אבער מיש נישט קיין יוצרות ביטע מיטן אויפשפרונגען אויף יעדע מאוו פונעם פרעזידענט צו ווייזן אז ער איז קארופטירט ווייל עס וועט איבערצייגן פאר אלע אז אפילו ביי די עכט קאנטערוועסיאלע שריט שפרונגסטו פון א שנאה געטריבענע געפיל און נישט פון א טרייב צו צדק און יושר
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

די וואס זענענן ברוגז אויף די עצם איידיע פאראדאן וויבאלד נאר מיחוסים און פאליקאנטן האבן א טשאנס דערצו, זיי האבן אפשר א נקודה, אבער די גאנצע סענטעסיניג אין אמעריקע לויפט אויפן זעלבן מהלך.

ווען מען האט כאפט א היי פראופייל קאנגריסמאן אדער פאליקאנט אז ער האט "פארגעסן" צו פיילן געוויסע אינקאם פאר טעקס דאן באקימט ער א געלט שטראף און א געלעגענהייט אריינצושיקען דאס געלט, ביי א ציווילע מענטש ענדיגט זיך עס ע"פ רוב מיט ערגערס.

עס איז די טבע - אידן און להבדיל גוים צוגלייך - אז קריימס און עוולת ביי היי פראופייל מענטש ווערן אנדערש אנגעקוקט און אנדערש גע'משפט ווי ביים עמך מענטש.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טראמפ: אין ארטיקל טו שטייט איך מעג טון וואס איך וויל.

@קאונסילמאן, איך האלט אז עס דארף זיין פארקערט.

אין זייער טמא'נע מדינה איז טאקע אזוי, א עובד ציבור באקומט עמטליך א גרעסערע שטראף.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אין די טמנ'ע מדינה קומט עס מער פון אומפארגינערישקייט איש את רעהו חיים בלעו, ווי די גערעכטיגקייט פון די זאך.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

“The president is against aggressive sentencing,” whether it’s Alice Johnson or Rod Blagojevich, spokesman Hogan Gidley says on Fox News. https://t.co/uxLnm6mFn4

Less than two weeks ago Trump suggested drug dealers should be executed https://t.co/IGViQWXBcT


בשעתו אין דעם אשכול האבן מיר עס טאקע דעמאלט באריכטעט, אז ער וויל א קוויק באט פעיר טרייעל מיט די דעט פענעלטי נוסח טשיינע.

עקסעקיוטעד! אדער ווייניגער יאר טורמע?

עס זעהט אויס אז הא לן = קארופטירטע אנשים מכובדים. והא להו = פשוט'ע מענטשן וואס זענען אריינגעפאלן אין קריימס.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צל עובר האט געשריבן:
“The president is against aggressive sentencing,” whether it’s Alice Johnson or Rod Blagojevich, spokesman Hogan Gidley says on Fox News. https://t.co/uxLnm6mFn4

Less than two weeks ago Trump suggested drug dealers should be executed https://t.co/IGViQWXBcT


עקסעקיוטעד! אדער ווייניגער יאר טורמע?

עס זעהט אויס אז הא לן = קארופטירטע אנשים מכובדים. והא להו = פשוט'ע מענטשן וואס זענען אריינגעפאלן אין קריימס.

דראג דילערס זענען "אריינגעפאלן" אין קריימס..
זיי פארקויפן און פארשפרייטן דראגס וועלכע איז פאראנטווארטליך פאר אומצאליגע טויטפאלן אזוי "אריינגעפאלענערהייט"
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”