יישר כח פאר אלע וואס האבן צושטייער געגעבן און געהאלפן די קאמפיין.
נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אבנר בן-נר
- שר האלפיים
- תגובות: 2757
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
- לאקאציע: ביד השי"ת!!
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
שכוח @ממה נפשך
דאס מיינט אז עס פארט אויפן גוטן ריכטונג?
אדער ס׳איז א דורכפאל?

ואבנר בן-נר שר צבא!!
- באשיינפערליך
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3547
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
- לאקאציע: ממש דא אראונד די קארנער...
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
אויב רעכנט מען פראצענט, וויפיל פראצענט איז געווען סוקסעס?
אמאל מוז מען פארלירן אלעס וואס מ׳האט געמיינט אז ס׳איז וויכטיג, כדי צו איינזעהן אז ס׳איז נישט…
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
זיי האבן געזאגט בעפאר די טעסט אז די עיקר סוקסעס וועט זיין דאס וואס מ'האט איבערגעמאכט נאכן פריערדיגן טעסט, נעמליך די לאונטש פעד זאל נישט צוקראכט ווערן, און דאס אפטיילן די שיף פונעם ראקעט. די צוויי זענען געווען א סוקסעס. דאס אז קיין איין מאטאר האט נישט געמאכט קיין פראבלעמען איז שוין א פלאס, און ווייזט אויף די כסדרדיגע אפדעיטס וואס ווערט געמאכט צו פארבעסערן דעם ראקעט.
פריערדיגע מאל האט גענומען 7 חדשים פאר די FAA צו איבערקוקן און אפראוון א פרישע לאונטש, דאס מאל גלייב איך וועט נעמען אסאך שנעלער צוליב וואס ס'איז געווען ווייניגער פראבלעמען.
לגבי ווילאנג ס'וועט נעמען ביז די גאנצע מיסיע וועט זיין א סוקסעס אינקלודינג דאס לאנדן און איבערנוצן דעם ראקעט, דארף מען געדענקען אז די יעצטיגע פעלקאן 9 האט גענומען בערך 9 טעסטס אין א משך פון איבער 2 יאר ביז ס'האט געזען א סוקסעספולע לאנדונג אין 2015. און אין די לעצטע 8 יאר שוין געלאנדעט קרוב צו 250 - אויפן יבשה און ים - אן קיין פראבלעמען.
אבער קען זיין אז יעצט מיטן האבן יארן מער עקספיריענס וועט עס יא נעמען שנעלער.

אויב איך געדענק גוט פאר די סטארשיפ (אן די בוסטער) האט זיי גענומען נאר 3 מאל צו מאכן א סוקסעספול לענדינג אפי ווי איך פארשטיי איז עס אסאך שווערער צו טוען ווי די פאלקאן 9ממה נפשך האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 1:16 amזיי האבן געזאגט בעפאר די טעסט אז די עיקר סוקסעס וועט זיין דאס וואס מ'האט איבערגעמאכט נאכן פריערדיגן טעסט, נעמליך די לאונטש פעד זאל נישט צוקראכט ווערן, און דאס אפטיילן די שיף פונעם ראקעט. די צוויי זענען געווען א סוקסעס. דאס אז קיין איין מאטאר האט נישט געמאכט קיין פראבלעמען איז שוין א פלאס, און ווייזט אויף די כסדרדיגע אפדעיטס וואס ווערט געמאכט צו פארבעסערן דעם ראקעט.
פריערדיגע מאל האט גענומען 7 חדשים פאר די FAA צו איבערקוקן און אפראוון א פרישע לאונטש, דאס מאל גלייב איך וועט נעמען אסאך שנעלער צוליב וואס ס'איז געווען ווייניגער פראבלעמען.
לגבי ווילאנג ס'וועט נעמען ביז די גאנצע מיסיע וועט זיין א סוקסעס אינקלודינג דאס לאנדן און איבערנוצן דעם ראקעט, דארף מען געדענקען אז די יעצטיגע פעלקאן 9 האט גענומען בערך 9 טעסטס אין א משך פון איבער 2 יאר ביז ס'האט געזען א סוקסעספולע לאנדונג אין 2015. און אין די לעצטע 8 יאר שוין געלאנדעט קרוב צו 250 - אויפן יבשה און ים - אן קיין פראבלעמען.
אבער קען זיין אז יעצט מיטן האבן יארן מער עקספיריענס וועט עס יא נעמען שנעלער.
סתם פאר איטערסאנטקייט Saturn 5 די ראקעט וואס האט גענומען צום לבנה האט נאר געהאט 2 טעסט פלייטס
אבער סאיז ווייט נישט אזוי קאמפלעצירט געווען ווי די היינטיגע ראקעטס
אין עוד מלבדו!!!!!
- באשיינפערליך
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3547
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
- לאקאציע: ממש דא אראונד די קארנער...
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
@ממה נפשך די מבינים אין די איד דעילי אפיס זאגן אז ס׳איז געווען א דורכפאל…
אמאל מוז מען פארלירן אלעס וואס מ׳האט געמיינט אז ס׳איז וויכטיג, כדי צו איינזעהן אז ס׳איז נישט…
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
דאס אז די Starship האט זיך אפגעטיילט און ווייטער געפארן אן קיין פראבלעמען מיינט לכאורה א סוקסעס פונעם צוטיילונג מעכאניזם. עס קען מעגליך האבן געטריגערט אנדערע פראבלעמען אין די זעלבע צייט, דאס וועט מען הערן שפעטער.
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
ער פירט אבער אויס די זעלבע...באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:50 am@ממה נפשך די מבינים אין די איד דעילי אפיס זאגן אז ס׳איז געווען א דורכפאל…
44677.jpeg
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
טעכניש ביסטו גערעכט, סטארשיפ 19 (SN19) איז ארויפגעפלויגן 33 טויזענט פיס אין די לופטן און צוריק געלאנדעט אן קיין גרויסע שאדן. אבער פאקטיש איז עס נישט געפלויגן קיין ספעיס, עס איז נישט געווען מיט די ראקעט וואס כמובן איז עס פיל מער קאמפליצירט, און ווי אויך איז עס געווען SN19 וואס דאס מיינט כמעט די ניינצנטע ווערסיע, וואס אלע ביז דאן דארפסטו אויך רעכענען, יעצט האלט מען שוין ביי 25...קאלטער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:40 amאויב איך געדענק גוט פאר די סטארשיפ (אן די בוסטער) האט זיי גענומען נאר 3 מאל צו מאכן א סוקסעספול לענדינג אפי ווי איך פארשטיי איז עס אסאך שווערער צו טוען ווי די פאלקאן 9ממה נפשך האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 1:16 amזיי האבן געזאגט בעפאר די טעסט אז די עיקר סוקסעס וועט זיין דאס וואס מ'האט איבערגעמאכט נאכן פריערדיגן טעסט, נעמליך די לאונטש פעד זאל נישט צוקראכט ווערן, און דאס אפטיילן די שיף פונעם ראקעט. די צוויי זענען געווען א סוקסעס. דאס אז קיין איין מאטאר האט נישט געמאכט קיין פראבלעמען איז שוין א פלאס, און ווייזט אויף די כסדרדיגע אפדעיטס וואס ווערט געמאכט צו פארבעסערן דעם ראקעט.
פריערדיגע מאל האט גענומען 7 חדשים פאר די FAA צו איבערקוקן און אפראוון א פרישע לאונטש, דאס מאל גלייב איך וועט נעמען אסאך שנעלער צוליב וואס ס'איז געווען ווייניגער פראבלעמען.
לגבי ווילאנג ס'וועט נעמען ביז די גאנצע מיסיע וועט זיין א סוקסעס אינקלודינג דאס לאנדן און איבערנוצן דעם ראקעט, דארף מען געדענקען אז די יעצטיגע פעלקאן 9 האט גענומען בערך 9 טעסטס אין א משך פון איבער 2 יאר ביז ס'האט געזען א סוקסעספולע לאנדונג אין 2015. און אין די לעצטע 8 יאר שוין געלאנדעט קרוב צו 250 - אויפן יבשה און ים - אן קיין פראבלעמען.
אבער קען זיין אז יעצט מיטן האבן יארן מער עקספיריענס וועט עס יא נעמען שנעלער.
סתם פאר איטערסאנטקייט Saturn 5 די ראקעט וואס האט גענומען צום לבנה האט נאר געהאט 2 טעסט פלייטס
אבער סאיז ווייט נישט אזוי קאמפלעצירט געווען ווי די היינטיגע ראקעטס
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
ברענגסט ארויף אן אינטערעסאנטע פוינט, כ'האב שוין געזען אסאך שרייבן דערוועגן. נאסא איז א גאווערמענט אגענטור, און ווען זיי שטעלן עפעס אהער גייט עס אדורך פיל ביוראקראטיע און זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו טעסטן, קראכן און נאכאמאל טעסטן, זיי מוזן זיין פערפעקט גלייך ביים אנהייב. און דאס לייגט אויך אסאך צו צום קאסט פון אינדזשענירונג אד"ג.
ספעיס-עקס פון די אנדערע זייט גייט מיט א מהלך פון זיך לכתחילה לערנען אויף דורכפעלער. זיי שטופן ווי שנעלער צו טעסטן אפילו האלב געקאכטע זאכן, און דערנאך נוצן די דעטע צו מאכן בעסער די קומענדיגע, דאס מאכט זיי טרעפן פאטענציאלע פראבלעמען אסאך פריער. לדעתי האט זיך דאס ארויסגעשטעלט צו זיין זייער סוקסעספול, לויט ווי מ'קען זען אויף זייער ראטע קאמפעירד צו זייערע קאמפעטישאנס.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 730
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
- לאקאציע: The Pentagon
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
@ממה נפשך איך זעה באריכטן אז אילן מאסק זאגט אז ער פון זיין זייט גייט זיין גרייט פאר די נעקסטע טעסט ביז דריי פיר וואכן
ליסטע פון די מאסיווע כלים וואס אוקריינא האט אנגעגרייט צום אפענסיווע.
viewtopic.php?p=4378264#p4378264
viewtopic.php?p=4378264#p4378264
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9057
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
ממה נפשך האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 4:11 pmברענגסט ארויף אן אינטערעסאנטע פוינט, כ'האב שוין געזען אסאך שרייבן דערוועגן. נאסא איז א גאווערמענט אגענטור, און ווען זיי שטעלן עפעס אהער גייט עס אדורך פיל ביוראקראטיע און זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו טעסטן, קראכן און נאכאמאל טעסטן, זיי מוזן זיין פערפעקט גלייך ביים אנהייב. און דאס לייגט אויך אסאך צו צום קאסט פון אינדזשענירונג אד"ג.
ספעיס-עקס פון די אנדערע זייט גייט מיט א מהלך פון זיך לכתחילה לערנען אויף דורכפעלער. זיי שטופן ווי שנעלער צו טעסטן אפילו האלב געקאכטע זאכן, און דערנאך נוצן די דעטע צו מאכן בעסער די קומענדיגע, דאס מאכט זיי טרעפן פאטענציאלע פראבלעמען אסאך פריער. לדעתי האט זיך דאס ארויסגעשטעלט צו זיין זייער סוקסעספול, לויט ווי מ'קען זען אויף זייער ראטע קאמפעירד צו זייערע קאמפעטישאנס.
עמעזאן בעזאס/בלו אריגין ארבעט אויך אויף אזא סארט מהלך ווי נאסא. און טאקע דערפאר שטייט ער וואו ער שטייט.
נישט אז ס׳איז אויף אוועקצומאכן, ס׳איז אבער פארט יא אויף אוועקצומאכן… מאסק ראקט אריין בעת וואס בעזאס קריכט.
רשעות קאלטע סעלצער
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
מאסק ראקעט אריין כצ"לטשאדעלע באדעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:05 amממה נפשך האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 4:11 pmברענגסט ארויף אן אינטערעסאנטע פוינט, כ'האב שוין געזען אסאך שרייבן דערוועגן. נאסא איז א גאווערמענט אגענטור, און ווען זיי שטעלן עפעס אהער גייט עס אדורך פיל ביוראקראטיע און זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו טעסטן, קראכן און נאכאמאל טעסטן, זיי מוזן זיין פערפעקט גלייך ביים אנהייב. און דאס לייגט אויך אסאך צו צום קאסט פון אינדזשענירונג אד"ג.
ספעיס-עקס פון די אנדערע זייט גייט מיט א מהלך פון זיך לכתחילה לערנען אויף דורכפעלער. זיי שטופן ווי שנעלער צו טעסטן אפילו האלב געקאכטע זאכן, און דערנאך נוצן די דעטע צו מאכן בעסער די קומענדיגע, דאס מאכט זיי טרעפן פאטענציאלע פראבלעמען אסאך פריער. לדעתי האט זיך דאס ארויסגעשטעלט צו זיין זייער סוקסעספול, לויט ווי מ'קען זען אויף זייער ראטע קאמפעירד צו זייערע קאמפעטישאנס.
עמעזאן בעזאס/בלו אריגין ארבעט אויך אויף אזא סארט מהלך ווי נאסא. און טאקע דערפאר שטייט ער וואו ער שטייט.
נישט אז ס׳איז אויף אוועקצומאכן, ס׳איז אבער פארט יא אויף אוועקצומאכן… מאסק ראקט אריין בעת וואס בעזאס קריכט.

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 730
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
- לאקאציע: The Pentagon
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
תחית (המתים) [הניקס] און פארנט פון אינזער אויגן..
ליסטע פון די מאסיווע כלים וואס אוקריינא האט אנגעגרייט צום אפענסיווע.
viewtopic.php?p=4378264#p4378264
viewtopic.php?p=4378264#p4378264
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
ס'זענען דא 3 ארגעניזאציעס וואס פירן אן די ספעיס-עקס Starship פראגראם.
SpaceX - בויעט פאקטיש דעם ראקעט מיט אלע פלענער, צוגעהערן און טעכנאלאגיע.
FAA - דארף זיכער מאכן אז די אמעריקאנער הימלען זענען פארזיכערט און קיינער ווערט נישט געשעדיגט פון סיי וועלכע מיסיע.
NASA - איז א גרויסע חלק דא צוליב וואס נאר מיט זייער געלט קען ספעיס-עקס טון וואס זיי טוען. נאסא גיבט אסאך קאנטראקטן פאר ספעיס-עקס. פאר נאסא האט זיך געלוינט דאס שיקן אסטראנאטן דורך ספעיס-עקס אנשטאט דורך רוסלאנד, פאר נאסא האט זיך געלוינט די פרייז-טעג וואס לאנדן און איבערנוצן ראקעטן ברענגט מיט זיך.
נאסא האט אויך די ארטעמיס פראגראם וואס זיי פלאנען צו שיקן מענטשן צו די לבנה אין סוף 2025 און דאס וועט לויטן יעצטיגן פלאן זיין מיט די Starship.
נאך א זאך, די ISS איז געסקעדזשולט ענד-אוו-לייף (סוף פון לעבן..) אויף 2030, דאס מיינט אז נאסא דארף אויפקומען מיט אן אלטערנאטיוו. לויט שפעקולאציעס איז סטארשיפ א פאטענציאלע קאנדידאט.
די אלע 3 ארגעניזאציעס ארבעטן אינאיינעם אויף די אינוועסטיגעשאנס נאך די טעסטס, און אויף די אפראוועלס פארן קומענדיגע טעסט. די פראבלעם איז נאר אז ספעיס-עקס האט נישט קיין ביוראקראטיע אבער די אנדערע צוויי יא...

לעצט פארראכטן דורך ממה נפשך אום דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 12:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
איך הער וואס דו זאגסט.... איך האלט אויך אז סאיז נישט קיין דורעכפאל מדארף מאכן טעסט און טעסט גייט אמאל יא געלונגען און אמאל נישט (ענדערשט פעילן ביי טעסטינג ווי ביי די אמת'ע מיסיע עי' רוסלאנד און אינדיע יעצט מיטן לבנה)ממה נפשך האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 4:11 pmברענגסט ארויף אן אינטערעסאנטע פוינט, כ'האב שוין געזען אסאך שרייבן דערוועגן. נאסא איז א גאווערמענט אגענטור, און ווען זיי שטעלן עפעס אהער גייט עס אדורך פיל ביוראקראטיע און זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו טעסטן, קראכן און נאכאמאל טעסטן, זיי מוזן זיין פערפעקט גלייך ביים אנהייב. און דאס לייגט אויך אסאך צו צום קאסט פון אינדזשענירונג אד"ג.
ספעיס-עקס פון די אנדערע זייט גייט מיט א מהלך פון זיך לכתחילה לערנען אויף דורכפעלער. זיי שטופן ווי שנעלער צו טעסטן אפילו האלב געקאכטע זאכן, און דערנאך נוצן די דעטע צו מאכן בעסער די קומענדיגע, דאס מאכט זיי טרעפן פאטענציאלע פראבלעמען אסאך פריער. לדעתי האט זיך דאס ארויסגעשטעלט צו זיין זייער סוקסעספול, לויט ווי מ'קען זען אויף זייער ראטע קאמפעירד צו זייערע קאמפעטישאנס.
אבער די פאקט אז נאסא אין 1960'ס איז געווען סוקסעספול נאך 2 טעסטס און געפלויגן און געקומען 32 מאל מיט סוקסעס דעיס איז מיר א חידוש נפלא
און איך גלייב נישט אז זיי האבן געהאט קאמפיוטער סימיולשאן טעסטינג וואס מנוצט היינט גאר אסאך
אין עוד מלבדו!!!!!
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
א שיין בילד גענומען דורך די "דרום אייראפעאישע אבזערווירער" טעלעסקאופ ווייזט די מילקי וועי גאלאקסיע שטערן אראפרוקן אויף די לבנה געגנט. (פרעג מיך נישט וואס ס'מיינט אבער א שיין בילד איז עס...)
- איל משולש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4312
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: אמעריטשקע.
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
די "יבשה" די אונטערשטע חלק בילד איז די לבנה?
As of my info.
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
- גרעיט ווייט שארק
- אנשי שלומינו
- תגובות: 4
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 8:42 pm
Re: שאלות פאר די מנהלים און אחראים + קנאפער ידען
קעפל: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
דער בילד איז גענומען געווארן אינעם אַטאַקאַמאַ מדבר אין טשילי - דער מדבר איז ממש געאייגנט פאר אזא סארט בילד גוט הייעך העכערן אלגעמיינעם ערד פלאך נישט דא קיין וואלקענעס-רעגן ועוד
אין דעם מדבר איז ממש דא א באזע פון טעלעסקאפס אלל אווער אריינגערעכנט דעם "דרום אייראפעאישע אבזערווירער"
וואס בלייבט? דער בילד איז טאקע שיין - דער שטיקל נייעס באריכט קען נאך אלץ זיין אמת - נאר פשוט דאס איז נישט דעם בילד וואס דער טעלעסקאופ האט פאטאגראפירט
נ.ב. דער שרייבער האט געוואלט ציען אויפמערקזאמקייט צו ווערן אנגענומען צו שרייבן אינעם נייעס גרופע האט ער דא ציטירט אן ענטפער פונעם נייעס פארום
דער בילד איז גענומען געווארן מארטש 4 2022 דורך פאטאגראפירער Petr Horálek - דאס ערשטן עכטן בילד האט זיין חתימה אונטן לינקס (דער בילד וואס איך האב אריינגעלייגט)

- אטעטשמענטס
-
- 1232.png (30.68 KiB) געזען 144 מאל
-
- 2.jpg (388.82 KiB) געזען 146 מאל
Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
אינטערעסאנט וואס דו זאגסט און א שכח פאר די דעטאלן ארום דעם מדבר. פון דא קוקט יא אויס ווי דאס איז א לעצטיגע בילד פון 3 טאג צוריק.גרעיט ווייט שארק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:45 pmקעפל: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
דער בילד איז גענומען געווארן מארטש 4 2022 דורך פאטאגראפירער Petr Horálek - דאס ערשטן עכטן בילד האט זיין חתימה אונטן לינקס (דער בילד וואס איך האב אריינגעלייגט)
דער בילד איז גענומען געווארן אינעם אַטאַקאַמאַ מדבר אין טשילי - דער מדבר איז ממש געאייגנט פאר אזא סארט בילד גוט הייעך העכערן אלגעמיינעם ערד פלאך נישט דא קיין וואלקענעס-רעגן ועוד
אין דעם מדבר איז ממש דא א באזע פון טעלעסקאפס אלל אווער אריינגערעכנט דעם "דרום אייראפעאישע אבזערווירער"
וואס בלייבט? דער בילד איז טאקע שיין - דער שטיקל נייעס באריכט קען נאך אלץ זיין אמת - נאר פשוט דאס איז נישט דעם בילד וואס דער טעלעסקאופ האט פאטאגראפירט
נ.ב. דער שרייבער האט געוואלט ציען אויפמערקזאמקייט צו ווערן אנגענומען צו שרייבן אינעם נייעס גרופע האט ער דא ציטירט אן ענטפער פונעם נייעס פארום
(צו קענען שרייבן אין די נייעס פארום זע דא)