נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
יש ברירה האט געשריבן:ווי אזוי קען די זון זיין די "גלגול" יומי? ווי ער זאל זיך דרייען שיינט ער דאך?
לויט די שיטה מיז ער אינגאנצן אוועקגיין
איך בין נישט אויסגעקאכט אין די נושא, אדרבה ילמדנו רבינו
לויט ביידע שיטות שיינט די זון אייביג, און לויט ביידע שיטות ווערט ביינאכט ווען די וועלט פארשטעלט די זון. פארדעם וועט אלס זיין איין האלב וועלט ליכטיג.
(און דאס זעלבע איז מיט די לבנה, אלס איז איין האלב ליכטיג, די איינציגסטע זאך וואס טוישט זיך, איז וועלכע חלק פון די לבנה מיר זעהן. אנפאנג חודש זעהן מיר די טונקעלע זייט, און אינמיטן חודש זעהן מיר די ליכטיגע זייט.)
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
יש ברירה האט געשריבן:וואף לויט די שיטה פארט די זון מער ווי 23 מיליאן מייל א שעה!
דאס איז איינע פון די תמיהות אקעגן די שיטה אז די ערד רירט זיך נישט. די תמיהה אז סאך שטארקער ווען מ'רעדט פון די שטערן'ס וואס זענען ווייטער ווי א ליכט יאר, וואס אויב דרייט זיך עס ארום די וועלט יעדן טאג מיינט עס אז ס'פליט אפאר ליכט יאר א טאג.
ממש נישט מעגליך במציאות.
פארדעם איז דא א דריטע שיטה וואס מאכט א פשרה פון ביידע שיטות. נעמליך, די וועלט דרייט זיך יעדן טאג אויף די אייגענע פלאץ, און די זון פארט אראפ די וועלט יעדע יאר.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
יא איך האב געשיקט די בילד פאר שעפי... אלץ באווייז אז די וועלט דרייט זיך
נישט געטראכט אז מען קען אפי' זאגן אז די שטערענס דרייען זיך ווען די נענסטע שטערן (אויסער די זון) איז מער ווי 4 ליכט יאר אוועק
אויב מאכט מען אזא קרייז רעדט מען פון ביליאנען ליכט יאר אין איין טאג אויב נישט מער....
_____
איין פראגע אויב די וועלט שטייט אויף איין פלאץ ווי קען עס פארשטעלן די זון צו מאכן נאכט און טאג?
נישט געטראכט אז מען קען אפי' זאגן אז די שטערענס דרייען זיך ווען די נענסטע שטערן (אויסער די זון) איז מער ווי 4 ליכט יאר אוועק
אויב מאכט מען אזא קרייז רעדט מען פון ביליאנען ליכט יאר אין איין טאג אויב נישט מער....
_____
איין פראגע אויב די וועלט שטייט אויף איין פלאץ ווי קען עס פארשטעלן די זון צו מאכן נאכט און טאג?
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
יש ברירה האט געשריבן:יא איך האב געשיקט די בילד פאר שעפי... אלץ באווייז אז די וועלט דרייט זיך
נישט געטראכט אז מען קען אפי' זאגן אז די שטערענס דרייען זיך ווען די נענסטע שטערן (אויסער די זון) איז מער ווי 4 ליכט יאר אוועק
אויב מאכט מען אזא קרייז רעדט מען פון ביליאנען ליכט יאר אין איין טאג אויב נישט מער....
_____
איין פראגע אויב די וועלט שטייט אויף איין פלאץ ווי קען עס פארשטעלן די זון צו מאכן נאכט און טאג?
איך פארשטיי נישט דיין פראגע
די זון פארט ארום צו די אנדערע זייט וועלט ווערט דא טונקל און דארט ליכטיג
Silent האט געשריבן:זאכליך האט געשריבן:
ממש נישט מעגליך במציאות.
ממש נישט מעגליך? אז די זון איז נישט אויסגעלאפן פון בעטערי פאר קרוב צו 6000 יאר איז יא במציאות?
אוודאי איז אלעס מעגליך. "היד ה תּקצר"?
איך מיין נאר צו זאגן לויט סייענטיפישע יסודות שטימט עס נישט, ווייל די שנעלסטע ספיד וואס א זאך קען זיך רירן איז די ספיד אף לייט, דאס זענען די עלעקטערישע כוואליעס.
אויב אזאך זאל זיך רירן שנעלער ווי די ספיד אף לייט, איז עס שלא כדרך הטבע, ממש ווי די נס חנוכה...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
בינעך נישט קיין גרויסע חכם און פארשטיי נישט אסאך אין די ענינים, אבער לכאורה פארוואס איז די פאקט אז פון פלארידע פליעט דאס שנעלער (אדער אז פלארידע דרייט זיך שטייטער כלפי נ"י), בכלל א ראי' אז די וועלט דרייט זיך?, לענ"ד סיי ווי אזוי איך וועל זאגן (צי די וועלט דרייט זיך, אדער אלעס דרייט זיך ארום די וועלט), קען מען פארשטיי אז די צענטער (נישט עקסיס) פונעם דריידל איז דער קו המשווה, קומט אויס אז ביים קו המשווה איז דער יחס פונעם דרייעניש דאס קלענסטע.
ווייטער דאס וואס איר שרייבט אז די שטערן ברויכן פליען גאר שנעל אויב זיי זאלן זיך דרייען, נו אויב די וועלט דרייט זיך, דאמאלט פונעם שטערן'ס point of view דרייט זיך די וועלט גאר שנעל (אפשר דרייען קעמען זיך יא שנעלער ווי די ספיד אוו לייט?, אבער וואס טיט זיך מיט אן עראפלאן וואס פליעט נעבן די וועלט, ער פליעט דאך שנעלער ווי ספיד אוו לייט (לויטן שטערן)?), אויך אויב איז טיים און ספעיס א רעלאטיווע זאך, ברויך דאס לכאורה נישט זיין קיין קשיא.
נאכאמאל זיי מיר מוחל אויב רעד איך פאר פייער און וואסער, און אפשר ביטע צייג מיר מיין טעות.

גראדע איז דא א קלארע באווייז אז די וועלט דרייט זיך עס עס איז א סימפל עקספערימענט ערשט דורך געפירט געווארן אין יאר 1848
שטעלט אייך פאר אז איינער שטייט ביים שפיץ וועלט ביי די איסט זייט פון די נארט פאול, און זיין חבר שטייט די אנדערע זייט ביים וועסט זייט, פונקט איינער קעגן צווייטן
אויב זאל ראובן שיסן א באלי צו שמעון און די וועלט זאל זיך דרייען גאר שנעל דאן וואלט די באלי געפלויגן גלייך ארויס פון ראובן'ס הענט און וואלט אריבערגעפלויגן שמעון ביי זיין לינקע זייט!
אין אנדערע ווערטער ראובן שיסט די באלי צו שמעון און איינמאל די באלי פארלאזט ראובן'ס האנט גייט ער פליען גלייך אין די ריכטונג פון שמעון, אבער... די וועלט אויף וואס שמעון שטיין האט זיך געדרייט צו איסט! און די באלי וועלכע איז אין די לופט פליעט גלייך און פליעט פארביי די ארט ווי שמעון איז פריער געשטאנען
די עקספערימענט איז א פאקט און איז אויסגעשטעלט און צענדליגע מוזיאומס איבער די וועלט (איינס האב איך געזעהן ביי די גריפיטה אבסערוואטאריע אין קאליפארניע)
די עקספערימענט גייט אזוי: מען הענגט פון די דאך א לאנגע שטריק, ביים עק פונעם שטריק הענגט מען אן א שווערע אבדשעקט דאן ווערט די שטריק געצויגן צו איין זייט און מען לאזט עס אויס ( מען מיז עס אויסלאזן אן שאקלן צו איין זייט און די חלק ווערט געווען דורכן צובינדן א שטריק דערצו וואס האלט עס צו א זייט דערנאך ברענט מען אפ די שטריק און די פענדלעם ווערט באפרייט)
די פענדלעם הייבט זיך אן שאקלען אהין און צוריק פון איסט צו וועסט פון די וואג פון די אבדשעקט וואס הענגט פון איר עק (עווענטועל וואלט עס אויפגעהערט שאקלן אבער זיי לייגן ארום מאגנעט וואס זאל דאס נישט לאזן אויפהערן)
די שטריק וועט זיך מיט די צייט אנהייבן שאקלן מער און מער צו וועסט און וועט ביז א טאג צוריק אנקומען צים זעלבן פלאץ ווי זי האט אנגעפאנגן, די חשבון שטימט פונקטליך אויפן האר
וואס פאסירט איז אז די פענדלעם שאקעלט זיך אויף איר זעלבן פלאץ די גאנצע צייט אהין און צוריק אבער די וועלט דרייט זיך אונטער איר! דאס פירט אז די סווינג זאל צוביסלעך טוישן דירעקציע ביזן מאכן א פולע צירקל
(הגם די צייט וואס עס נעמט איר צו מאכן דעם צירקל ווענט זיך ווי אויף די וועלט עס געפינט זיך אבער דאס איז שוין מער קאמפליצירט )
היינט ווען מיר האבן עראפלאנען דארף מען שוין נישט צוקומען צו די עקספערימענט ווייל יעדע עראפלאן מאכט כסדר קארעקציעס צו איר ראט ווען נישט וואלט זי געפלויגן גראד און פארפאסט איר דעסטינאציע!

ווען מען איז אין פלאנעט ערד, קענען מיר נישט וויסן אויף 100 פראצענט ווער עס גרייט זיך ארום וואס.
אבער די אינסטרומענטן וועלכע זענען אין ספעיס, די סאפיסטיקירטע סאטעליטן וועלכע קרייזן ארום מיליאנען מייל אוועק, רעקארדירן פונקטליך און קלאר, אז ״נאר״ די וועלט דרייט זיך ארום די זון און נישט פארקערט.
די סאטעליטן צייגן א קלאר בילד, ווייל זיי זענען נישט אין די וועלט, און קענען קלאר אפכאפן פונקטליך ווער עס דרייט זיך ארום וואס.
ווער עס וויל זיך ווייטער טענה׳ן, קען אויך רואיג האלטן אז די וועלט איז פלאך. אוו ווען מ׳קומט אן צום עק פאלט מען אראפ.

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2902
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=24845#p963004
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=28033
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1011412
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 20#p865442
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 32#p981850
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 14#p578733
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=7091
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 11#p437546
און נאך...
Thanks much
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2902
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
מצלמה האט געשריבן:ווען מען איז אין פלאנעט ערד, קענען מיר נישט וויסן אויף 100 פראצענט ווער עס גרייט זיך ארום וואס.
אבער די אינסטרומענטן וועלכע זענען אין ספעיס, די סאפיסטיקירטע סאטעליטן וועלכע קרייזן ארום מיליאנען מייל אוועק, רעקארדירן פונקטליך און קלאר, אז ״נאר״ די וועלט דרייט זיך ארום די זון און נישט פארקערט.
די סאטעליטן צייגן א קלאר בילד, ווייל זיי זענען נישט אין די וועלט, און קענען קלאר אפכאפן פונקטליך ווער עס דרייט זיך ארום וואס.
ווער עס וויל זיך ווייטער טענה׳ן, קען אויך רואיג האלטן אז די וועלט איז פלאך. אוו ווען מ׳קומט אן צום עק פאלט מען אראפ.
הרב מצלמה, איך ווייס נישט ווער ס'האט אייך אזוי אויפגעבראכט, אבער אין דעם אשכול רעדט מען רואיג אין שיין. זיך צו טענה'ן קען מען גיין אין די וואלן אשכולות.
אויב ליינט איר איבער וועט איר זעהן אז קיינער האט זיך נישט געדינגען דא אויב די וועלט דרייט זיך אדער נישט. סך הכל האט מען פרובירט צו פארשטיין אביסל די צוויי מהלכים און געוויסע קשיות דערויף.
און איך מיין אז קיינער האלט נישט אז זאגן אז די וועלט דרייט זיך נישט איז אזוי ווי האלטן אז זי איז פלאך.
און אגב האט שוין זאכליך פריער דערמאנט אז ס'איז דא היינט אזעלכע וואס האלטן אז די וועלט דרייט זיך טאקע על צירו, אבער די זון דרייט זיך אויך דורך די יאר
---
האקט
איינער האט דא געהאט א פראבלעם אנצונעמען אזוי? סך הכל האט מען אויסגעשמועסט געוויסע טענות און ארגומענטס פאר ווער ס'וויל פארשטיין
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14261
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
זאכליך האט געשריבן:יישר־כוח ר' ברירה, זייער שיין און קלאר אראפגעלייגט.
אויב איך מעג צולייגן אביסל הסבר.
ווען די ווארפסט אראפ א שטיינדל פון א פענסטער פון דיין הויז וועט עס פאלן גראד אראפ, משא"כ ווען די ווארפסט ארויס א שטיינדל פון א קאר בשעת'ן פארן וועט עס נישט פאלן גראד אראפ, נאר ס'וועט פאלן שיעף די זעלבע וועג ווי די קאר פארט.
די זעלבע ווען מ'שיקט ארויס א ספעיס שיף פליט עס נישט ארויף אין א גלייכע ליניע, נאר ס'פליט אביסל זייטיג.
איז דאס טאקע די מציאות ?
א ספעיס שיף פליט ארויף זייטיג צו מזרח (אייראפע זייט) אדער צו מערב (קאליפארניע זייט)?
ומי יימר זיי שיסן עס נישט ארויף דירעקט אזוי שיעפליך צוליב געוויסע חשבונות?
ברירה שכויח פאר די ארטיקל טאקע אינטערעסאנט. כאטש עס לאזט זיך דיסקוסירן.
אגב האב איך יארן צוריק אויפגעפאסט אין אייראפע א אינטערעסאנטע זאך. די דרייווערס אויף די פריוועיס (הייוועיס) רוקן לעינס כסדר דהיינו ווען די הייוועי דרייט זיך לינקס רוקט זיך יעדער לינקס, און ווען כס דרייט זיך רעכטס רוקט מען זיך רעכטס... דאס איז כדי צו שפארן מיילעזש ווייל די קאר בלייבט אין לינקן אדער רעכטן לעין וועט עס זיין די ווייטסטע פונעם ציקל און דארפן פארן די מערסטע שטח!!...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יש ברירה, אויף די לעצטע 2 בילדער לאזט זיך זאגן 'א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער... ס' איז אלעס מסביר קלאר.
שוועמל, נאך א סיבה פארן טוישן ליניע צו די זייט וואס דרייט זיך איז. ווייל ווען מ'פארט שנעל און מ'מאכט צו א שארפע דריי למשל צו לינקס קען מען פארלירן קאנטראל, ממילא לוינט זיך צו האבן א עקסטערע (spare) ליניע אויף די רעכטע זייט כדי אין פאל מ'קען נישט מאכן אזא שארפע דריי, וועט מען זיך אריינגליטשען אין די רעכטע לעין. בדרך אפשר.
שוועמל, נאך א סיבה פארן טוישן ליניע צו די זייט וואס דרייט זיך איז. ווייל ווען מ'פארט שנעל און מ'מאכט צו א שארפע דריי למשל צו לינקס קען מען פארלירן קאנטראל, ממילא לוינט זיך צו האבן א עקסטערע (spare) ליניע אויף די רעכטע זייט כדי אין פאל מ'קען נישט מאכן אזא שארפע דריי, וועט מען זיך אריינגליטשען אין די רעכטע לעין. בדרך אפשר.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14261
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
יש ברירה האט געשריבן:די שאטעל פליעט צו "איסט", גייט איינמאל האלב ארום די וועלט צו אויפיקן ספיד און ענערגיע דערנאך געבט זיך עס א רייס ארויס און פליעט ארויף
דא האט איר א טיים לעפס בילד ווי מען זעהט אז די ראקעט הייבט אן פליען זייטיג נאך עטליכע סעקונדעס
הוא אשר דברתי. דאס פליען זייטיגס איז דירעקט אזוי מאנעוורירט בידי אדם כדי עס זאל אויפפיקן ספיד און ענערגיע (כלשונך), ממילא אי משום הא אינו ראי'ה אז עס פליעט באמת זייטוועגס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
איך כאפ נישט וואס איר זאגט
עס פליעט זייטיג אויפצופיקן ספיד און עס פליעט ארויס דוקה צו איסט אז די ראטעישין פון די וועלט זאל אים אביסל ארויסהעלפן
אגב, אין אייראפע ווען מען וויל ארויסשיסן א ראקעט וועט מען דאס נעמען צו א פלאץ אין פראנקרייך וועלכע איז ממש נעבן די עקוועיטער פאר די אויבענדערמאנטע סיבה
אגב דאגב... רוסלאנד וואס געפינט זיך ביי א זייער הויעכע לעטעטוד האט טאקע עטוואס גרעסערע ראקעטן אויפצומאכן די חילוק

זאכליך האט געשריבן:דאס איז איינע פון די תמיהות אקעגן די שיטה אז די ערד רירט זיך נישט. די תמיהה אז סאך שטארקער ווען מ'רעדט פון די שטערן'ס וואס זענען ווייטער ווי א ליכט יאר, וואס אויב דרייט זיך עס ארום די וועלט יעדן טאג מיינט עס אז ס'פליט אפאר ליכט יאר א טאג.
ממש נישט מעגליך במציאות.
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:מיינסט צו זאגן אויף ווי פיל זיי פארשטייען די טבע 'היינט'
(ווייל נעכטן האבן זיי דאס נאך נישט געוואוסט, און מארגן גייען זיי שוין וויסן נייע זאכן)
זאכליך האט געשריבן:אוודאי איז אלעס מעגליך. "היד ה תּקצר"?
איך מיין נאר צו זאגן לויט סייענטיפישע יסודות שטימט עס נישט, ווייל די שנעלסטע ספיד וואס א זאך קען זיך רירן איז די ספיד אף לייט, דאס זענען די עלעקטערישע כוואליעס.
אויב אזאך זאל זיך רירן שנעלער ווי די ספיד אף לייט, איז עס שלא כדרך הטבע, ממש ווי די נס חנוכה...
דעוויס האט געשריבן:המממ...
Silent האט געשריבן:ממש נישט מעגליך? אז די זון איז נישט אויסגעלאפן פון בעטערי פאר קרוב צו 6000 יאר איז יא במציאות?
הלואי לכתחילה אריבער וואלט דא געווען אין עס מסביר געווען בטוב טעם ודעת.
קוק דא, ער איז שייין מסביר
http://zidbits.com/2011/05/why-cant-any ... -of-light/
דא האט איר די גאנצע וויכיח אויף וויקיפידא
https://en.wikipedia.org/wiki/Faster-than-light
בקיצור נמרץ.
איינשטיין האט געזאגט אז די ספיד אף לייט איז די ספיד לימיט פאר די בריאה.
אויב וואלט מען געקענט גיין שנעלער ווי די ספיד אף לייט וואלט מען געקענט "TRAVEL BACK IN TIME"... (דאס גייט צוזאמען מיט זיין אויפטרעף אז ווען אזאך פליט זייער שנעל גייט זיין "צייט" שטייטער, אויב זאל מען נעמען א 20 יעריגע מענטש, און אים ארויפשטעלן אויף א ספעיס שיף און פליען אויף די ספיד אף לייט פאר 20 יאר, ווען ער גייט צוריקקומען גייט ער נאך אלס זיין 20 יאר אלט במציאות!)
וויבאלד לייט האט נישט קיין מעסס, גייט עס אייביג אויף די בריאה'ס ספיד, אבער סיי וועלכע דבר גשמי קען נישט פליען אזוי שנעל (און אוודאי נישט שנעלער).