נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג נובעמבער 15, 2020 9:36 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז געווען טונקל אינדרויסן, וויינגער שייך צו זעהן ווי ווען ס׳איז ליכטיג.

דאס זענען די פיר אסטראנאטן ביים פארלאזן דעם ספעיסעקס קאמענד צענטער היינט מיטאג אויפן וועג צום לאונטש פעד.

בילד

ווי לאנג גייען זיי זיך אויפהאלטן אין די ספערן?

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6543
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג נובעמבער 15, 2020 9:50 pm

א 6 חדשים.

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך Amazing » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 11:29 pm

ווי זענען אונזערע אסטראנאטען???

דאקינג טא די אינטענעשינאל ספעיס סטעשאן קאנפירעמט!!!
א'מונה ב'טחון ג'עלט

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6268
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 2:26 pm

וואס איז יעצט אנדערש ווי די לעצטע מאל ?
פארוואס הייסט עס די ערשטע מאל ווא סעפעיס עקס שיקט ארויטף ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 2:54 pm

דאס גייט יעצט זיין געדאַקט פאר 6 חדשים?

פארוואס קען מען נישט מאכן נאך א טריפ אין די צייט וואס זיי זענען דארט אויבן?
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4668
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 4:02 pm

eller האט געשריבן:וואס איז יעצט אנדערש ווי די לעצטע מאל ?
פארוואס הייסט עס די ערשטע מאל ווא סעפעיס עקס שיקט ארויטף ?

די ערשטע מאל האט עס געהייסן א טעסט פלייט און דאכצעך אז סהאט אפילו נישט געהאט קיין מיסיע נומבער (נישט זיכער), מהאט עכט גארנישט ארויפגעטראגן חוץ וויכטיגע סופלייס און די אסטראנאטן האבן גארנישט געטוהן דארט, יעצט הייסט עס א מיסיע און זיי גייען דארט בלייבן א שטיק צייט און ארבעטן,

אוועטאר
אלטער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7748
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך אלטער » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 4:13 pm

אבער וואס טוען זיי דארט??? וואס דארף מען ארבעטן דארט אויף זאכן וואס מ'קען נישט טון פון דא?
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

עמרם
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2020 11:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך עמרם » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 4:14 pm

היינט איז געווען באריכטעט איבער א מיסיל אראפשיס טעסט פון ספעיס

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4668
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 4:18 pm

אלטער האט געשריבן:אבער וואס טוען זיי דארט??? וואס דארף מען ארבעטן דארט אויף זאכן וואס מ'קען נישט טון פון דא?

קויף א טיקעט און פאר אהין,

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ברעחדך קאפ » זונטאג דעצמבער 06, 2020 2:09 am

זעמער פריער (בערך 12:30) געווען אויפן וועג אהיים, האמער באמערק זייער א ליכטיגע פליענדיגע שטערן לויפטן מיט א שנעלקייט, געווען גאר אינטערעסאנט,
איך האב געטרייט אראפצונעמען די ווידיאוי פון מיין דעש קעם, אבער איך האב עס נישט געקענט טרעפן.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג דעצמבער 06, 2020 2:15 am

יאפ די Geminid meteors קומען צו זייער שפיץ די וואך.
אנטשולדיגט, אבער איך וויל בעסער ווארטן אויף מנחה קטנה.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re:

תגובהדורך ברעחדך קאפ » זונטאג דעצמבער 06, 2020 2:32 am

סטיטשינער האט געשריבן:יאפ די Geminid meteors קומען צו זייער שפיץ די וואך.

ווי איך פארשטיי האבן די meteors א שטיקל וויידל, דאס וואס איך האב געזען האט נישט געהאט.
איך בין גערעכט אדער איך מאך א טעות?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג דעצמבער 06, 2020 2:39 am

ברעחדך קאפ האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:יאפ די Geminid meteors קומען צו זייער שפיץ די וואך.

ווי איך פארשטיי האבן די meteors א שטיקל וויידל, דאס וואס איך האב געזען האט נישט געהאט.
איך בין גערעכט אדער איך מאך א טעות?

עס ווענט זיך וועלכע. די גרויסע האבן טאקע "קעפ און טעילס", אבער דו האסט בפשטות געזעהן די Geminid meteors וואס זיי גיין אריין אין די גדר פון א שאוער און לאזן בדרך כלל נישט איבער קיין "טעילס".

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re:

תגובהדורך ברעחדך קאפ » זונטאג דעצמבער 06, 2020 2:50 am

סטיטשינער האט געשריבן:
ברעחדך קאפ האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:יאפ די Geminid meteors קומען צו זייער שפיץ די וואך.

ווי איך פארשטיי האבן די meteors א שטיקל וויידל, דאס וואס איך האב געזען האט נישט געהאט.
איך בין גערעכט אדער איך מאך א טעות?

עס ווענט זיך וועלכע. די גרויסע האבן טאקע "קעפ און טעילס", אבער דו האסט בפשטות געזעהן די Geminid meteors וואס זיי גיין אריין אין די גדר פון א שאוער און לאזן בדרך כלל נישט איבער קיין "טעילס".

אינטרעסאנט, שכוח.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 06, 2020 3:00 am

ס׳איז נישט קיין זייער זעלטענע זאך. יעצט איז טאקע דער סעזאן, און די פיעק וועט זיין דעצעמבער 14. דורכאויס די נאכט אינטער א קלארן הימל ברויך עס זיין הערליך.

עס ווערט צומאלן און פארניכטעט ביים זיך אריינרייבן אינעם אטמאספער וואס איז ארום די וועלט.

פאריגע וואך איז א מאסיווע פייערבאל געווארן קלאר רעקארדירט העכער יאפאן.

בילד
סטעי טונד!

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג דעצמבער 06, 2020 1:14 pm

איך האב אויך געזען אזאנס נעכטן נאכט, האבעך געמיינט אז עס איז א יו.עף.או.... :wink:

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 6:29 pm

ספעיסעקס האט יעצט געטעסט זייער ריזיגע סטארשיפ ראקעט
בילד

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 6:37 pm

דאס איז א טריט נענטער צו סוקסעס.

ווער ס׳האט מיטגעהאלטן זייערע דורכפעלער אויף די [פיצי] פאלקאן ראקעט ווייסט.
סטעי טונד!

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 6:57 pm

א לענגערע קליפ בערך א מינוט

בילד

פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך פראהביטש » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 7:05 pm

נו. וואס איז ראביי מאסקס ריעקשאן אויף דעם?
וויפיל געלט איז געווארן אראפגעפלאשט?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 7:11 pm

ס׳איז געווען א טעסט פאר א סיבה.

א דורכפאל ביי א טעסט איז קיין דורכפאל נישט. ס׳איז א פרישע קוואל פאר נאלידזש.

א קליפ.

ווארפשאכטל
סטעי טונד!

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 7:35 pm

שכח פאר אלע נייעס ברענגערס, זייער אינטערעסאנט!

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 10:50 pm

איך פארשטיי נישט, ס'האט אויפגעריסן?

כ'מיין אז דאס איז געווען א איינציגער ראקעט, מ'גייט עס יעצט דארפן איבערבויען? אינטערעסאנט
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2020 2:07 am

ממה נפשך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, ס'האט אויפגעריסן?

כ'מיין אז דאס איז געווען א איינציגער ראקעט, מ'גייט עס יעצט דארפן איבערבויען? אינטערעסאנט

די בויען איז נישט די עיקר, די עיקר איז די בלופרינטס, און דעס איז פיין אפגעהיטן...

מצדם איז דעס געווען א סוקסעספולע טעסט ווייל די עיקר האבן זיי געוואלט באווייזן און נאכקוקן די פליען און די קאמפלעצירטע פליפ וואס די ראקעט מאכט פארן לענדען, און די צוויי זענען געווען געלונגען (די פליפ זעהט מען אין די קליפ ארויפציער). די לענדינג איז נאר געווען א טפל.

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך מצליח » פרייטאג דעצמבער 11, 2020 10:38 am

מדינת ישראל האט געמאלדן פלענער ארויף צו שיקן נאך א ראבאטישע מאשין צו די לבנה אין 4 יאר ארום, בלויז א יאר-א-האלב נאכדעם וואס איר ערשטע ספעיס שיף אהין געשיקט האט זיך אויסגעלאזט אין א דורכפאל ווען עס האט אריין געקראכט אין די לבנה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”