רינועל דינערס און מעמדים (קעפל געטוישט)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

רינועל דינערס און מעמדים (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

ביניך געווען אין באראפארק זעה איך אז רינועל דרייעט איבער די שטאט. אלע גאסן זענען באהאנגען מיט פאוסטערס, א יעדע פאר טאג מיט א בילד פון א נאנדער קידני דאונער מיט שרייעדיגע ווערטער ״זייט אויך א העלד״ זיי מאכן א קנאקעדיגע קאמפעין און ווי עס קוקטויס קומט א מאסיווע פראגראם ביים דינער. ביניך פשוט נייגעריג ווער מאכט זייער קאמפעין?
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

אויב איהר זענט סטאם אינטערסירט ווער עס מאכט זייער קאמפיין לגבי מארקעטינג באלאנג נישט דא דיע אשכול.
..
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

די קאמפעין איז געוואלדיג. מיט ברענגן בילדער פון מענטשן וואס האבן געגעבען א ניר, געט דאס די געפיל אז ס'איז א נארמאלע זאך צו טוהן. מ'זעט פענימ'ר פון עכטע מענטשן וואס שרייען אויס "איך האב עס געטון דו קענסט אויך".

די קאמפעין איז פאר געלט אבער אויך פאר דאונערס, אז מענטשן זאלן באקומען די געפיל אז ס'איז א פשוט'ע חסד, און קיין ריסקס וכו'.

איך מיין אז די הקרבה פון א באשיידענע יוד צו לאזן הענגן זיין פיקטשער איבער אלע גאסן איז נישט קיין קלענערע הקרבה ווי געבען די ניר זעלבסט.

אשר העושים והמעשים!
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

.
אטעטשמענטס
1.JPG
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

RENEWAL.PNG
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער

unnamed__2_.jpg
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

קאמפיין ווייסעך נישט, אבער די מארקעטינג איז דורך "דיזייניקס" - ברוך סעמיולס.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

.
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

פרטים פון שבת און מוצ"ש פקודי.

שבת קודש פרשת פקודי וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר כאיש אחד בניר אחד אלע קידני דאונאר'ס בענאזאם אין די פראכטפולע זאלן פון עטרת חי' אין בארא פארק. דאס וועט דינען ווי א שבת התוועדות פאר אלע קידני דאונער'ס פון גרעיטער ניי יארק והגלילות. און מוצ"ש וועט פארקומען די הערליכע מלוה מלכה/דינער לטובת רינועל ווי זיי האנערען אלע קידני דאונערס. די פראדוקשען ווערט אנגעפירט דורך דעם אלעמען באקאנטן גרשי מאשקאוויטץ פון טים פראדאקשען'ס, וואס ווען גרשי פראדוסט עני איווענט, אינקלאדעט ער אין די פרייז שוין סוקסעס אויכעט בעזר הוי'.
עס קומט יעצט אריין די נייעס אז די מלך הלמחינים יאסי גרין האט ספעציעל פארפאסט א ניגון לכבוד די 329 האנערי'ס ה"ה די חשובע קידני דאונאר'ס, ווי אויך וועט ער אליינס אויפטרעטען און זינגען דעם ניגון. דער ניגון איז אויף די ווערטער פון "קל נא רפא לה בהראות לה נועם זיוך, אז תתחזק ותתרפא והיתה לה שמחת עולם. וכל קרב וכליות יזמרו לשמך"

הכונו למעמד אדיר!
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

היינט נאכט!
סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמס »

וואס איז דער מצב דארט? לוינט זיך צו גיין?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

די מצב איז אז מען איז עובר דארט אויף גזל שינה
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

הערליכע מעמד געוועזן. רייכע פראגראם. איך וויס נישט וואס די גזל׳סט שינה אין קאפ אריין
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

גערעכט מייקס אין די גאס 1:30 ביינאכט איז נארמאל
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

איך בין געוועהן דארט, איך בין אנגעקומען דארט בערך 9:50 די טירן האבען זיך אויפגעמאכט 9 אזייגער, 75% פון די פלעצער זענען געוועהן רעזערווד פאר משפחות פון די דאנארס, א גרויס חלק פון די האל האט מען געמאכט א גרויסע סטעידז פאר די 360? דאנערס, בקוצר ס'איז געבליבן אפאר אויסגעקראצטע טישן פאר די עולם, ווען איך בין אנגעקומען איז נישט געוועהן קיין איין ליידיגע בענקל צו געפונען, זייער אסאך מענטשן האבען זיך געדרייט נישט האבענדיג ווי זיך אראפ צו זעצן, עסן איז נישט געוועהן, די מוזיק האט נאכנישט געארבעט 9:55, נאך 5 מינוט זיך דרייען, בין איך שוין נישט געוועהן דארט, נאך א מזל אז אינדרויסען איז געשטאנען אפאר אינגערלייט און נישט אריין געלאזט די בחורים, איך זאג נישט אז אין די האל איז נישט געוועהן אסאך בחורים אבער ווען נישט מען שטייט דארט קוקט עס אויס ווי די הצלה דינער ווי די בחורים מיט קינדער דרייען איבער ס'גאנצע זאך.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

איינער האט אפשר קליפס פינעם דינער?
איזי
info seeker
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך info seeker »

your friend האט געשריבן:הערליכע מעמד געוועזן. רייכע פראגראם. איך וויס נישט וואס די גזל׳סט שינה אין קאפ אריין

maybe some details please?
to balance with a little positive
וידבר
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2016 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וידבר »

no clips?
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

איך בין געווען, וואס זאל איך זאגן, א הערליכע מעמד געווען.

דער זאל איז תיכף פול געווארן פון עק צו עק, מיט אלע דאונערס (אויך מענער פון דאונערס) אויבן אן.

עס איז געהערט געווארן פערזענליכע ערציילונגען פון די דאונערס וויאזוי זיי זענען אנגעקומען צו דעם ווי אויך זייער פערזענליכע עקספיריענס וויאזוי די פראסעס גייט צו, צום סוף איז געווען א גאר שיינע דרשה פון הרב שוואדרון פון ארץ ישראל (אייניקל פון ר' שלום ז"ל) וואס האט ארויסגעברענגט די מיטמאכענישן פון א חולה וואס איז ל"ע אויף דיאליסעס, נאכדעם וואס זיין ווייב האט זיך געמוטשעט לאנגע יארן ביז זי האט באקומען א ניר דורך רינועל. 

גאר גאר עמאציענאל איז געווען ביים הויכפונקט פון די נאכט ווען א דאונער און רעסיפיענט האבן זיך געטראפן צום ערשטן מאל, איך מיין אז ס'איז נישט געווען קיין טריקן אויג אין זאל צוקוקנדיג וואו א רעסיפיענט באדאנקט זיין לעבנס רעטער.

א שיינע בענד מיט המזמרים קווייער, מיט חזן שטארק, שפעטער האט מען געהערט נגינה פון שמעי ענגעל - קידני דאונער, און צום סוף איז געווען א קומזיץ מיט יוסי גרין.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

די פראגראם איז געווען צו קאלירפול אז עס זאל זיין אזאנע פידבעק.
כ'בין זיכער אז ס'איז געווען א געלונגענע מעמד.
דאס העלן מיר עפראוון דורך די בילדער און קליפס
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דער איד משה רפאל הכהן האט עטליכע וואכן צוריק באקומען א ניר במתנה פון א יונגערמאן וואס האט זיך געלאזט שניידן זיין גוף אוועקצושענקען איין קידני פאר א פרעמדן איד, דער נותן האט געוואלט עס זאל זיין מתן בסתר און דער מקבל זאל נישט וויסן ווער ער איז, משה רפאל האט נישט געקענט אויסהאלטן אז ער ווייסט נישט ווער דער נדבן איז, און ער קען עם נישט מכיר טובה זיין, ער האט פאר צוויי וואכן צוריק געגעבן א אינטערוויו פארן מאמענט ווי ער האט געוויינט מיט ביטערליכע טרערן אז ער וויל דער נדבן זאל זיך אידענטיפיצירן פאר אים, ער האט אים געוואלט באדאנקען פארן אים שענקען א נייע לעבן נאכן זיך פלאגן אויף דיאליסיס מיט ביטערע און שוידערליכע יסורים פאר איבער פיר יאר, ער האט נישט איינגערוהט און נישט אויפגעהערט צו בעטן פון די ארגאניזאציע ״רינועל״ זיי זאלן בעטן און פועל׳ן ביי זיין קידני דאנער ער זאל זיך אידענטעפיצירן, למעשה האט גענומען ביז די פארגאנגענע פרייטאג ווען דער הייליגער אינגערמאן פון מאנסי ר׳ יואל גרינפעלד שליט״א האט זיך געבראכן און זיך אונטערגעגעבן א טובה צו טוהן דעם צובראכענעם איד און גרייט געווען זיך צו טרעפן מיט אים,
די באגעגעניש איז פארגעקומען נעכטן נאכט מוצש״ק ביים רינועל דיננער אין זאל פון עטרת חי׳ אין בארא פארק ווי עס זענען באערט געווארן די 329 נירן נדבנים וואס רינועל האט צושטאנד געברענגט די לעצטע צען יאר,
די זאל איז געווען עלעקטעריזירט, דער עולם האט געהאט טשיללס אין די ביינער און טרערן של שמחה אין די אויגן ווען ר׳ משה רפאל הכהן איז ארויפגעפאלן אויף ר׳ יואל אין געוויינט און געקושט און אים נישט געקענט אפלאזן פאר עטליכע מינוט,
מי כעמך ישראל!! דא איז א קליפ און אויך א בריוו וואס ער האט אים געגעבן
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

דער בריוו האט ר' משה געגעבן פאר זיין דאונער

(איך האב דער קליפ ווי זיי טרעפן זיך, איך ווייס נישט וויאזוי ארויפצולייגן. ווער עס קען, ביטע)
אטעטשמענטס
IMG-20160314-WA0006.jpg
האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האבגרויסהצלחה »

FWD:
דער איד משה רפאל הכהן האט עטליכע וואכן צוריק באקומען א ניר במתנה פון א יונגערמאן וואס האט זיך געלאזט שניידן זיין גוף אוועקצושענקען איין קידני פאר א פרעמדן איד, דער נותן האט געוואלט עס זאל זיין מתן בסתר און דער מקבל זאל נישט וויסן ווער ער איז, משה רפאל האט נישט געקענט אויסהאלטן אז ער ווייסט נישט ווער דער נדבן איז, און ער קען עם נישט מכיר טובה זיין, ער האט פאר צוויי וואכן צוריק געגעבן א אינטערוויו פארן מאמענט ווי ער האט געוויינט מיט ביטערליכע טרערן אז ער וויל דער נדבן זאל זיך אידענטיפיצירן פאר אים, ער האט אים געוואלט באדאנקען פארן אים שענקען א נייע לעבן נאכן זיך פלאגן אויף דיאליסיס מיט ביטערע און שוידערליכע יסורים פאר איבער פיר יאר, ער האט נישט איינגערוהט און נישט אויפגעהערט צו בעטן פון די ארגאניזאציע ״רינועל״ זיי זאלן בעטן און פועל׳ן ביי זיין קידני דאנער ער זאל זיך אידענטעפיצירן, למעשה האט גענומען ביז די פארגאנגענע פרייטאג ווען דער הייליגער אינגערמאן פון מאנסי ר׳ יואל גרינפעלד שליט״א האט זיך געבראכן און זיך אונטערגעגעבן א טובה צו טוהן דעם צובראכענעם איד און גרייט געווען זיך צו טרעפן מיט אים,
די באגעגעניש איז פארגעקומען נעכטן נאכט מוצש״ק ביים רינועל דיננער אין זאל פון עטרת חי׳ אין בארא פארק ווי עס זענען באערט געווארן די 329 נירן נדבנים וואס רינועל האט צושטאנד געברענגט די לעצטע צען יאר,
די זאל איז געווען עלעקטעריזירט, דער עולם האט געהאט טשיללס אין די ביינער און טרערן של שמחה אין די אויגן ווען ר׳ משה רפאל הכהן איז ארויפגעפאלן אויף ר׳ יואל אין געוויינט און געקושט און אים נישט געקענט אפלאזן פאר עטליכע מינוט,
מי כעמך ישראל!!
דא איז א קליפ און אויך א בריוו וואס ער האט אים געגעבן
https://www.dropbox.com/s/linw2914okg6n8t/1.mov?dl=0
IMG-20160314-WA0006.jpg
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

פולע מאל ווערט געניצט אט דער אויסדריק.
שטענדיג טייטשט דאס אפ עפעס ריכטיג.
הונדערטער און טויזענטער מאל ניצט מען דאס איבער.
דאך מיינט דאס יעדעס מאל, די אמתע מיין פונעם ווארט.
אבער ווען מזעהט אזא סצענע אין אונזער שוואכען דור שרייט זיך ווידעראמאל ארויס פון טיפן הארצן:
מי כעמך ישראל!!!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

ווער קען איבערלייגן דעם קליפ ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”