ברוך דיין האמת

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 10:08 pm

שם התלמוד האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:וואס הייסט וואס אזיגעווען מיט אים יעצט?
פארוואס פרעגסטו נישט וואזוי אזא צעבראכענע נשמה האט אנגעצויגן אזוי לאנג?
נעבעך, אזויפיל מיטגעמאכט!

ווי אלט איז ער געוועזן?
ווער זענען זיין משפחה? ברידער\שוועסטערס? דאכציך מיר זיין מאמע לעבט נאך

געדארפט צו זיין אין די הויכע פערציגער. איינער פון זיינע שוואגערס איז ר' ישראל יצחק ב"ר דוד טעללער ני"ו. אויך האט ער א ברודער אין מאנסי, מחותן מיט סאנדעל גלעזער סטאר אין קרית יואל. זיין פאטער ר' ברוך ע"ה איז געווען דער יונגסטער זון פון ר' חיים צבי גאלדבערגער ז"ל און איז נפטר געווארן שנת תשמ"ו נאכן זיך מוטשען מיט די פאליא מחלה ל"ע און געווען א מתפלל בביהמ"ד יגל יעקב ד'מישקאלץ אויף דיוויזשאן עוו.

לויט מיין חשבון איז ער איבער פיפציג אדער הויכע פיפציגערס
זיין ברודער מיט אים פלעגט מען רופן גאאלי

קול מבשר זאגט טאקע 51

ביידעלע
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 11:38 am

תגובהדורך ביידעלע » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 11:16 pm

זיין ברודער יושע לאויו"ש
אז מען דערמאנט שוין דעם צונאמען (גאללי) וואס מען האט זיי געריפען, איז דא די פלאץ מעורר צו זיין אז דאס האט זיי זייער וויי געטוהן און איך האלט אז מען איז מחיוב דאס מתקן צו זיין. אחי וידידי עס איז כמעט נישט דא איינער וואס איז אויפגעוואקסען צוזאמען מיט אברהם ע"ה וואס איז ריין פון אים פערזענליך מצער צו זיין אדער הנאה געהאט ווי אנדערע האבן אים מצער געווען. לאמיר אלע עפעס טוהן פאר זיין נשמה, לערנען משניות, צינדען א ליכט, טבילה במקוה, געבען צדקה. מען טוט דאך במילא די אלע זאכען, לאמיר אינזין האבען א נפש אומללה וואס האט נישט געהאט קיין גוטען טאג אין זיין לעבען. לע"נ אברהם בן ברוך ע"ה. וה' הטוב יכפר בעדינו.
הכותב בדמע.

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 11:26 pm

בארד אין פיאות האט געשריבן:בד״ה מרדכי זאב בן יודא ברויער


איי מרדכי זאב, מרדכי זאב, אוי מי יתן לנו תמורתו!

מרדכי זאב א יליד ענגלאנד אן איידל אינגל, א חשובער בחור אין ישיבה. כשהגיע לפרקו איז ער א חתן געווארן קיין שווייץ. ליידער נאך א קורצע צייט שפעטער איז אנדעקט געווארן ביי אים די ביטערע מחלה ל"ע.

בשעתו האט צד החתן און דער חתן אליין מודיע געווען פאר צד הכלה אז פון זייער זייט זענען זיי מסכים אז די שידוך זאל אפגיין, אויך גדולי ישראל האבן געזאגט אז מ’קען רואיג אפלאזן דעם שידוך. די כלה האט אבער געזאגט: בשום אופן, איך וועל נישט מצער זיין א אידיש קינד! זי האט געזאגט פאר איר פאמיליע און גוטע פריינט: איך וועל חתונה האבן מיט "מרדכי זאב" און צוזאמען מיט אים קעמפען מיט אמונה און בטחון קעגען דעם מלאך המשחית הנקרא בלשוניני די ביטערע מחלה.

מרדכי זאב האט טאקע דערנאך געפילט א שטארקע פארבעסערונג אין זיין מצב, אויף אזוי ווייט אז ביי זיין חתונה האט אויסגעזעהן ווי ער האט זיך ארויסגעדרייט פון די מחלה. די חתונה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אין ארצנו הקדושה. עטליכע עסקנים פון די אמעריקאנער וואוילטעטיגע ארגענעזאציע’ס האבן זיך משתתף געווען ביי די געהויבענע שמחה.

ליידער האט זיך די מחלה ווידער באוויזן א קורצע צייט נאך די חתונה, מיט יסורים רעות ורבות ומכאובים, אבער מרדכי זאב האט נישט אויפגעגעבן ער האט געקעמפט ווי גענעראל אויפן שלאכט פעלד, ער האט נישט נאכגעגעבן אן אינטש פאר די מחלה, ער איז געקומען אין שוהל אין די שווערסטע זמנים אריינגעקוקט אין סידור געשמייכלט צו אלעמען און בא’טעמ’ט געשמוסט מיט אלע ארומיגע.

איך האב אים קענען געלערנט נאך אלץ חתן ביי תפלת מנחה, זינט דאן ווען ער האט מיר נאר געטראפן האט ער מיר באגריסט און געשמוסט כאילו ער איז מיינס א חבר מעודי. זיין פריינטליכקייט איז עפעס נישט צום באשרייבן, זיין איידלקייט זיין פנים צהלות וועלן מיר לאנג געדענקען.

היינט צופרי אביסל נאך דעם עלות השחר האט ער צוריק-געגעבן זיין אויסגעלאטערטע נשמה פאר’ן אדון הכל.

די לוויה איז ארויס פון טאשנאד’ער בית המדרש. מספידים האבן איינס ביי איינס ארויסגעברענגט זיינע גאונות אין מדות טובות, זיין זהירת אין קיים המצוות. זיין חברותא האט געזאגט: "אזל גברא דהוה מסתפינא מיניה" ( מועד קטן כד.), מרדכי זאב האט מיט זיין יראת שמים און מדות טובות געמאכט אז אנדערע מענטשן זאלן באקומען אימתא דשמיא.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן לשבח פון אלע עסקנים און ארגענעזאציעס, כל אחד בשמו הטוב יבורך, וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט אים בכל נפשם ובכל מאודם יומם ולילה.

יהי זכרו ברוך.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 11:43 pm

farshlufen האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:הב' אברהם בן ר' ברוך ב''ר חיים צבי גאלדבערגער ע''ה

איי, וואו הויבט מען אן אים צו באשרייבן?

א שטיק וויליאמסבורגער היסטאריע.

איי, קאני ע"ה [טאקע די וואך געוועזן זיין יארצייט] האט אמאל גערופן פאר אים הצלה ווען א פארשוין האט אים נעבעך געשטאכן ל"ע אין ראדני ביהמ"ד.

זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן.

פון תמונות ברך משה אשכול (כבר פלפלו שם בפענוחו)
איז דאס הנפטר ע"ה?
צוגעלייגטע
Untitled.png
Untitled.png (686.75 KiB) געזעהן 2406 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 11:50 pm

לא לנו האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:הב' אברהם בן ר' ברוך ב''ר חיים צבי גאלדבערגער ע''ה

איי, וואו הויבט מען אן אים צו באשרייבן?

א שטיק וויליאמסבורגער היסטאריע.

איי, קאני ע"ה [טאקע די וואך געוועזן זיין יארצייט] האט אמאל גערופן פאר אים הצלה ווען א פארשוין האט אים נעבעך געשטאכן ל"ע אין ראדני ביהמ"ד.

זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן.

פון תמונות ברך משה אשכול (כבר פלפלו שם בפענוחו)
איז דאס הנפטר ע"ה?

ניין, א ברודער

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:01 am

דאס איז זיין ברודער שיע
בוי זיך זעלבסט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:17 am

הערשקא האט געשריבן:געדענק איך טאקע זיין ברידער יושע
נישט געוויסט אז ער איז שוין נישט דא, ווי לאנג צוריק איז ער אוועק?

ער לעבט ב"ה געזונט און שטארק
לעצט פאראכטן דורך נודה לך אום פרייטאג נובעמבער 16, 2018 2:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:39 am

פעטער שמואל האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
לאנדאן שטופער האט געשריבן:
בארד אין פיאות האט געשריבן:בד״ה מרדכי זאב בן יודא ברויער

מאנטשעסטער?

הר״ר מרדכי זאב ברויער ז״ל,
בן יבלחט״א הר״ר יודא ברויער [פריעדמאן] הי״ו פון מאנטשעסטער.

זיך געמיטשעט מיט יענער מעשה אפאר יאר.
חתונה געהאט אין ציריך.

ווי האט הר״ר מרדכי זאב ברויער ז״ל געוואוינט?

געוואוינט אין מאנסי פון אלס חתן ווען ער איז געקומען פאר טריעטמענטס. שוין פארבליבן דא נאכן חתונה.


לוויה 10 אזייגער אין טאשנאד.



ביי וועם אין ציריך איז ער געווען א איידעם ?

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 7:16 am

נפטר הרה״ח ר׳ יושע פרידמאן ז״ל
ב״ר ברוך אברהם פרידמאן ז״ל
שווייץ - לאנדאן

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:39 am

בד"ה ר' יצחק שטוהל ז"ל

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:41 am

פון די קלאודינג?
בוי זיך זעלבסט

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:47 am

ישראל_הלוי האט געשריבן:בד"ה ר' יצחק שטוהל ז"ל

מיט די ביקור חולים פושקע?

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 10:51 am

יא, קלאדינג און ביקור חולים פישקע, א טייערע וואוילע יוד געוועזען, זיך געמוטשעט די לעצטע פאר יאר, בד"ה

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:09 am

ישראל_הלוי האט געשריבן:בד"ה ר' יצחק שטוהל ז"ל

ברוך דיין האמת!

הרה"צ ר' יצחק ע"ה, מעשרה ראשונים בבית המדרש הגדול דקיט"ל ראדני. פון די שענסטע קביעות'דיגע מתפללים געווען. געלערענט דארט פון די פריע פארטאגס שטונדען.

קיים את הפסוק "תמים תהיה עם ה' אלקיך" כפשוטו, ער האט גלערענט גאר פלייסיג און געדאווענט גאר ערליך, און אריינגעכאפט יעדע מינוט נאך מצות ומעשים טובים.

והלך לפניו צדקך!

תנצב"ה.

***

די לויה איז נאך פאר שבת?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:14 am

ר' יצחק שטוהל עליו השלום (מיט די שווארצע בארד) בשעת'ן באגלייטן זיין פאטער ע"ה.

"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:25 am

ישראל_הלוי האט געשריבן:בד"ה ר' יצחק שטוהל ז"ל


איידם פון ר' שלום כהנא ע"ה [גראסערי הופער מארסי]

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:41 am

דער וואס פלעגט ארום גיין מיט די פושקע? (דאכציך פאר ביקור חולים)

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:42 am

פון שטוהל קלאדינג?

דארט האט מען מיר געקויפט מיין ערשטע סוט אלס קליין אינגעל (מסתמא געקאסט גאנצע צעהן טאלער אויב נישט ווייניגער)
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:43 am

קוקטס ביידע ארויף אפאר שורות, מ'אט שוין געענטפערט דעי פראגעס

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:44 am

ערעב יצחק ז"ל איז געווען א "דוגמא" פון א ערליכע איד (אמאל פלעגט דאס זיין א טיטול, היינט איז עס א באליידיגונג...).

אויסגענוצט יעדע מינוט אויף די וועלט פאר מצות ומע"ט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:46 am

איך געדענק מען האט דערציילט אז שטוהל קלאדינג איז געווען דער ערשטע זיך נישט צו דערשרעקען פון די מאפיע (און די מאפיע האט זיך עטליכע מאל אריין געבראכען אין סטאר צו שיקען א מעסידש, און אפשר אויך איין מאל עס אראפ געברענט)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:48 am

SPUSMN האט געשריבן:איך געדענק מען האט דערציילט אז שטוהל קלאדינג איז געווען דער ערשטע זיך נישט צו דערשרעקען פון די מאפיע (און די מאפיע האט זיך עטליכע מאל אריין געבראכען אין סטאר צו שיקען א מעסידש, און אפשר אויך איין מאל אראפ געברענט)


פונקט דעי צוויי איידעלע שטילע יודען? אינטערעסאנט,

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:50 am

די מאפיע האט געצילט אויף אלע געשעפטען אויף לי עווועניו; אבער אפשר טאקע צוליב זייער תמימות האבען זיי נישט פארשטאנען פארוואס מען דארף געבען אויס געהארעוועטע געלט פאר גענגסטערס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:51 am

נא_שכל האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:בד"ה ר' יצחק שטוהל ז"ל

די לויה איז נאך פאר שבת?

SatmarHQ: BDH: Hrhc"h Yitzchuk Shtuhl U"h (84yr WB ) Bikur Choilom/ Dry Goods) Levaya 12:30pm Bihmd Hg' WB, to Kiryas Yoel Bihc"h.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:52 am

אז איך שרייב שוין, געדענק איך אז שטוהל קלאדינג איז געווען דאס ביליגסטע פלאץ צו גיין קויפען איינצוגען. זיי האבען נישט געהאט קיין שום השגות פון רייסען געלט ביים עולם.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 4g קאפ, א גוטן, גראף פאטאצקי, טעאריע וואס לעבט, רינדעכיג, שבת פארטי, שמערעל און 38 געסט