בוש מאכט א סופרייז וויזיט און איראק!!!

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

9/11/01

בוש מאכט א סופרייז וויזיט און איראק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 9/11/01 »

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ניילעוון, שערקויעך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מ'האט אויסגע'נער'ט דעם ציבור, מ'האט פארפירט דעם עולם אז ער פארט קיין אויסטראליע פאר א סאמיט, ביזדערווייל האט ער געלאנדעט אין א עיר פארס באזע אין איראק, ווי ער טרעפט זיך מיט הויכראנגיגע מיליטירישע פירער, אמעריקאנער אמבעסאדער, און איראקער פרעימיער מיניסטער, און פשוטע מיליטערלייט,

כ'מיין אז 12:30 וועט ער האלטן א דרשה פארנט פון די טעלעווייע קאמערעס, CNN שטעלט צו (געווענליך) לייווו קאווערידזש.

העמער ווארטן אויף קרעמער'ן, כ'האף אז היינט וועט ער אראפגעבן מער א פינקטליכען באריכט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
9/11/01

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 9/11/01 »

בוש גייט יעצט רעדן!!

WWW.CBSNEWS.COM
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

שכח פאר ס'נייעס.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קרעמער נייעס אגענטור / ספעציעלע באריכט פון אונזער קארעספאנדאנט ק. קרעמער מיטן פרעזידענט אין אנבאר פראווינץ, איראק:

ביי זיין סורפרייז לעיבאר-דעי באזוך אין איראק, האט זיך פרעזידענט בוש געטראפן מיט הויכראנגיקע אמעריקאנער און איראקער באאמטע, ביי אן אמעריקאנע מיליטערישע לופט-באזע אינעם אחנבלאחר פראווינץ אין איראק.

ביי די געשפרעכן אינעם אחל-אחסאחד לופט באזע האבן זיך באטייליגט סעקרעטערי אוו סטעיט רייס, דעפענס סעקרעטערי געיטס, דער אמעריקאנער אמבאסאדער צו איראק "רייען קראחקער", און דער הויפט פון די אמעריקאנער קרעפטן אין איראק.

דער איראקער פרעמיער מיניסטער על-מאליקי, אינאיינעם מיט אנדערע הויכראנגיקער איראקער פירער, האבן זיך אויך באטייליגט ביים מיטינג איבערצושמועסן די צוקונפט פון אמעריקאנער טרופן אין איראק.

בוש איז אויסגעשטעלט צו שווערע דרוק פון אמעריקאנער פאליטיקאנטן אינדערהיים, צוריקצוציען אלע טרופן פון איראק, דער פרעזידענט זאגט אבער אז א ריקצוג קען נאר פארקומען ווען די מיליטערישע קאמאנדירן אויפן פראנט וועלן פאסן דעם באשלוס.

אנאליסטן זאגן אז פרעזידענט בוש'ס באשלוס צו לאנדן אינעם אנבלאר פראווינץ, איז א שטארקע סטעיטמענט. ווייל "אנבלאר" איז ביז לעצטנס באקאנט געווען אלס די צענטער פון די סונישע אויפשטענדלער, אבער אמעריקע גלייבט אז די געהעכערטע טרופן-שטאפלן האבן שטארק רעדוצירט די שעדליכקייט פון די סונישע מיליטאנטן גרופעס, ערלויבנדיג דעם פרעזידענט'ס עראפלאן צו לאנדען אין דעם פראווינץ.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שכוח פאר די פרומע אידישע איבערזעצונג.
An article a day keeps the babies away
service
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך service »

יישר כוח פאר'ן מודיע זיין די נייעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”