בלאט 4 פון 289

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2015 8:56 pm
דורך הלשון
ניקעל האט געשריבן:פאפע בית מדרש בויט יעצט איבער די מקוה די פרייז וועט ארויף גיין דריי דאלער א מקוה

פון ווי קומט די אינפארמאציע? ביז 18 שעה צוריק האב איך נישט באמערקט קיין שום מודעה דערוועגן?

געשריבן: זונטאג מארטש 22, 2015 4:57 pm
דורך מיסטעריעז
שלום אויש האט געשריבן:אין די לעצטערע חדשים און יארן האט קהל יטב לב ד'סטאטמאר אין וויליאמסבורג געלאזט אין גאנג א היסטארישע קאמפיין פון איבערבויען דעם תורה צענטער וועלכע איז דאס שפיגעלע פון די ממלכת סאטמאר איבער די וועלט די אלטע בית המדרש אויף ראדני סטריט וואס איז נאך געווארן באנוצט דורך רבותינו הקדושים מרנן הבעל דברי יואל זיעועכי"א און בעל ברך משה זיעוכי"א און איז אלץ געווען די הארץ פון יעדן סאטמארע חסיד.

די בית המדרש ווערט פונדאסניי איבערגעפלאנצט און הערליך אוועקגעשטעלט אלץ א באקוועמע מקום תורה ותפילה ממש נישט צום דערקענען.

ביי מיין באזוך היינט אין ראדני האב איך געזעהן אז מען האט געלייגט נייע ריק-ווענט צווישן דער היכל הביהמ"ד און דער בית שני, מען האט צוגעלייגט נייע שינעס אזוי אז מען קען עס אויסשטעלן בכמה אנפין, געבנדיג די מעגליכקייט צו מאכן עטליכע חדרים כפי הצורך.

אויך אונטן האט מען אינגאנצן משנה געווען די צורה, די מקוה-איד'ס געשעפטל האט מען אראפגעהאקט, און אויף איר פלאץ איז צוגעקומען א ריזיגע חדר התפילה (איר גרויסקייט איז לויט מיין ארימע שאצונג אביסעלע קלענער ווי דער פאליש), אויך בית כ"ץ ווערט רענאווירט אין די איצטיגע טעג.

די אויסשטעלונג פון די בעיסמענט - וואס האט פארוואנדלט ראדני אין א "מעיז" ווי יעדע ליאדע סעקונדע זענט איר געווען אין סכנה פון פארלוירן גיין - איז אויך אביסל נשתנה געווארן, דורך די מיקום פון דעם מקוה-איד'ס געשעפטל ועוד.


---
אגב, שוין לאנג נישט געהערט פון דיר שלום

געשריבן: זונטאג מארטש 22, 2015 5:17 pm
דורך להודיע
מיסטעריעז האט געשריבן:
די אויסשטעלונג פון די בעיסמענט - וואס האט פארוואנדלט ראדני אין א "מעיז" ווי יעדע ליאדע סעקונדע זענט איר געווען אין סכנה פון פארלוירן גיין -


:lol:

געשריבן: זונטאג מארטש 22, 2015 6:23 pm
דורך וואו דען?
דער פאליש אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל קוקט שוין אויס צו זיין פארטיג
ס'זייער שיין, כהאף נאר אז זעלן אויך אביסל איבערמאכן די לייט

געשריבן: זונטאג מארטש 22, 2015 10:32 pm
דורך טאטלע
מען האלט שוין אין מיטן מאכען די לייט

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2015 8:27 am
דורך א מוח
בילדער ביטע

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2015 9:54 am
דורך שאינו יודע
וויען אקופירט נאך ליע עוועניו

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2015 10:01 am
דורך מיסטעריעז
יא, די מחיצות פאלן איין און פארנעמען נאך מער פלאץ

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2015 10:03 am
דורך קרעפטיג
שאינו יודע האט געשריבן:וויען אקופירט נאך ליע עוועניו

אוי איז דארט געווען א זיסע ביהמ"ד אמאליגע צייטן, א צוואנציג ערליכע עלטערע פשוט'ע אידעלעך פון אמאליגן דור.

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2015 12:38 pm
דורך וואו דען?
טאטלע האט געשריבן:מען האלט שוין אין מיטן מאכען די לייט

גערעכט די לייט אין ערשטן פאליש איז שוין געווען היינט איבערגעמאכט
האט אבער עמיצער באמערקט אז פון יעדע פלארעסענט פעלט אייו באלב?

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2015 1:54 pm
דורך טאטלע
נאר די אלטע

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2015 7:11 pm
דורך טשייניק
שאינו יודע האט געשריבן:וויען אקופירט נאך ליע עוועניו

מ'ריקט שוין יעצט אריין די וואנט מיט אפאר פיס

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 9:55 pm
דורך אדיר איום
מען האט געבויט א נייע ביהמ״ד אין קלויזענבארג ת״ת אויף בעדפארד עוו

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 9:58 pm
דורך מיסטעריעז
טשייניק האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:וויען אקופירט נאך ליע עוועניו

מ'ריקט שוין יעצט אריין די וואנט מיט אפאר פיס

יא, אריבער דארט, אריינגעריקט א צוויי-דריי פוס און באדעקט מיט צעמענט

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 10:40 pm
דורך maybeeynot
אדיר איום האט געשריבן:מען האט געבויט א נייע ביהמ״ד אין קלויזענבארג ת״ת אויף בעדפארד עוו

פאר די ת"ת קינדער?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 11:17 pm
דורך לכתחילה אריבער
אדיר איום האט געשריבן:מען האט געבויט א נייע ביהמ״ד אין קלויזענבארג ת״ת אויף בעדפארד עוו

WOW!! הערליך!!

געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2015 9:43 am
דורך מיסטעריעז
ביהמ"ד הגדול - 14 הופפער סט. גייט אריבער רענאוואציעס.
מען אינסטאלירט ענדליך געהעריגע עירקאנדישענינג אינעם היכל, און דערפאר ענדערט מען אביסל די אויסזעה פון דער דאך, ווי עס קוקט מיר אויס גייען די צוויי - ביז יעצט אפענע - ביעמס אויפן דאך ווערן באדעקט.
אויך האט מען רענאווירט די בתי כסאות אויף צד צפון, די קאוט רום איז אויפגעבראכן, ועוד, ונזכה ונראה.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:07 am
דורך בענאק
אין ראדני האט מען די וואך געפעינט די נייע ריקעדיגע ווענט

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2015 1:03 am
דורך נא_שכל
אז מהאט ארויפגעברענגט דעם אשכול ווי קען מען נישט ערווענען די רענאוואציעס וואס קומען פאר אין סאטמאר בית המדרש אויף קליימר סט., אויפן אויבערשטען שטאק האט מען אלעס ארויסגעפליקט מקורה לתקרה, מען מאכט עס אינגאנצען איבער אזוי ווי אלע נייערע בתי מדרשים, מ'שמועסט אז דאס אלעס קומט צו פארדאנקען ר' דוד לייבוש יאקבאוויטש וואס דאווענט דארט און ער איז מנדב די גאנצע געבויעכטס, ווי אויך הייסט עס אז ס'גייט זיין פערטיג אנהייב קומענדיגע יאר אויף ווערן ר' דוד לייבוש מאכט חתונה זיין זון.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2015 1:57 am
דורך הלשון
נא-שכל:

חודש תשרי/בין הזמנים גייט עס נאך זיין אפגעשפארט?

כ'בין נישט מקנא די מתפללים דארט, אויב יא

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:59 am
דורך אזוי וויל איך
נא_שכל האט געשריבן:אז מהאט ארויפגעברענגט דעם אשכול ווי קען מען נישט ערווענען די רענאוואציעס וואס קומען פאר אין סאטמאר בית המדרש אויף קליימר סט., אויפן אויבערשטען שטאק האט מען אלעס ארויסגעפליקט מקורה לתקרה, מען מאכט עס אינגאנצען איבער אזוי ווי אלע נייערע בתי מדרשים, מ'שמועסט אז דאס אלעס קומט צו פארדאנקען ר' דוד לייבוש יאקבאוויטש וואס דאווענט דארט און ער איז מנדב די גאנצע געבויעכטס, ווי אויך הייסט עס אז ס'גייט זיין פערטיג אנהייב קומענדיגע יאר אויף ווערן ר' דוד לייבוש מאכט חתונה זיין זון.

מהאט אויסגעריסן די שיינע בילדער אויף די ווענט ?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2015 3:19 pm
דורך בענאק
הלשון האט געשריבן:נא-שכל:

חודש תשרי/בין הזמנים גייט עס נאך זיין אפגעשפארט?

כ'בין נישט מקנא די מתפללים דארט, אויב יא

ר' דוד לייבוש בויעט איבער דעם בית המדרש, ער מאכט עס יעצט לכבוד די חתונה פון זיין זוהן.
אזוי ווי דער ביהמ"ד איז זייער א פארנומענע פלאץ, אויך לעצטענס האט זיך דארט אריינגעצויגן א ניער סניף פון דער כולל. האט ער געצאלט דריי מאל די פרייז וואס עס וואלט געדארפט קאסטן, אז די גאנצע ארבעט מתחילה ועד סוף זאל געמאכט ווערן אין די צוויי חדשי הזומער. ווען מען קומט אהיים גייט אלעס זיין גרייט בעז"ה.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2015 3:43 pm
דורך kyshtiper
בענאק האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:נא-שכל:

חודש תשרי/בין הזמנים גייט עס נאך זיין אפגעשפארט?

כ'בין נישט מקנא די מתפללים דארט, אויב יא

ר' דוד לייבוש בויעט איבער דעם בית המדרש, ער מאכט עס יעצט לכבוד די חתונה פון זיין זוהן.
אזוי ווי דער ביהמ"ד איז זייער א פארנומענע פלאץ, אויך לעצטענס האט זיך דארט אריינגעצויגן א ניער סניף פון דער כולל. האט ער געצאלט דריי מאל די פרייז וואס עס וואלט געדארפט קאסטן, אז די גאנצע ארבעט מתחילה ועד סוף זאל געמאכט ווערן אין די צוויי חדשי הזומער. ווען מען קומט אהיים גייט אלעס זיין גרייט בעז"ה.

אשרי חלקו
דאס איז שוין נאכן מנדב זיין מוירטל ביהמ"ד & ליע גארדענס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2015 10:46 pm
דורך סמארט גאי
דוכט זיך אז די מוירטל און ליע גארדענס שולן, איז פון א ירושה פון זיין טאטען

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2015 10:49 pm
דורך לכתחילה אריבער
סמארט גאי האט געשריבן:דוכט זיך אז די מוירטל און ליע גארדענס שולן, איז פון א ירושה פון זיין טאטען

און וואס טוען אנדערע מיטן ירושה?